Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ קרח, ה' תמוז ה'תשמ"ט
548משיחות ש"פ קרח, ה' תמוז ה'תשמ"ט
א. ס'איז ידוע, אַז אַלס תוצאה פון דעם מאסר וגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בי"ב־"ג תמוז (תרפ"ז) — איז ער דערנאָך אַרויסגעפאָרן פון מדינה ההיא (בשנת תרפ"ח), ולאחרי כמה שנים (בשנת ת"ש) — אָנגעקומען אין ארצות הברית, בחצי כדור התחתון, וואו ער האָט קובע געווען מקום דירתו ועבודתו במשך פון עשר שנים האחרונות שלו בעלמא דין (ביז שנת תש"י).
וויבאַלד אַז אַלע ענינים [ובפרט ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט אַ נשיא] זיינען בהשגחה פרטית — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס ער איז געקומען בחצי כדור התחתון איז עס ניט נאָר בכדי צו געראַטעוועט ווערן פון דער סכנה וועלכע איז געווען אין די מדינות שבחצי כדור העליון, נאָר אויך ובעיקר, אַז אַזוי איז געווען די כוונה עליונהא, אַז מקום דירתו ועבודתו (בשנים האחרונות) זאָל זיין בחצי כדור התחתוןב.
דאַרף מען פאַרשטיין: מקום העבודה הקבוע פון אַלע רבותינו נשיאינו — אָנהויבנדיק פון בעש"ט און דעם מגיד, און דערנאָך די נשיאי חב"ד — איז געווען דוקא במדינה ההיא, ובפרט אין שטאָט ליובאַוויטשג, און משם יוצאה אורה לכל העולם — הפצת המעינות חוצה. פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער מסבב געוען סיבות אַז דוקא כ"ק מו"ח אדמו"ר, נשיא דורנו, זאָל פון דאָרטן אַוועקגיין און קומען אין ארצות הבריתד און דאָרט קובע זיין מקום עבודו (וכידוע עד כמה ער האָט זיך אָפּגעהאַלטן אַוועקגיין פון דאָרטןה), און פון דעמולט אָן איז דוקא מקום זה געוואָרן דער מקור ההשפעה (בלשון הכתובו — מקור מים חיים) פון הפצת המעינות חוצה לכל העולם כולו, כולל — אויך במדינה ההיא?
די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער: לויט דעם פתגם הידוע אַז „אין חצי כדור התחתון איז ניט געווען מתן תורה (— בגלוי)"ז, נאָר „קבלת התורה היא549אצלנו (בחצי כדור העליון)"ח — פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער געבראַכט אַ ירידה ביותר, צו עוקר זיין מקומו פון חצי כדור העליון און אים קובע זיין בחצי כדור התחתון (און ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט געזאָגט, אַז „עשרט גליות גלתה ליובאַוויטש"י, און דער לעצטערט (שווערסטער) גלות איז געווען קומען אין גלות אַמעריקאיא), און אַפילו ניט — עכ"פ אין אַן אַנדער אָרטיב בחצי כדור העליון?
ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים השייכות פון דעם חג הגאולה י"ב־ג תמוז מיט דעם חודש דוקא, ביז אַז דער גאַנצער חודש ווערט אָנגערופן במנהג כו"כ אידן על שם זה — „חודש הגאולה".
מ'האָט גערעדט מערערע מאָליג, אַז דער אינהאַלט פון חודש תמוז — וואָס היינט איז דער ערשטער שבת פון דעם חודשיד — איז אָנגעוויזן אין זיין נאָמען אין תורה שבכתב — „חודש הרביעי" (לויט סדרו בהחדשים — נאָך חודש הראשון, חודש ניסן):
חודש הרביעי קומט נאָך ובהמשך צו חודש השלישי (חודש סיון), דער חודש פון מתן תורה [„אוריאן תליתאי כו' בירחא תליתאי"טו]. דער אונטערשייד בכללות צווישן זיי איז: מתן תורה בחודש השלישי איז אַ השפעה פון דעם אויבערשטן צו אידן מלמעלהטז — דער אויבערשטער גיט אידן תורה ומצוות, דער ווווייזער ווי אַ איד זאָל זיך אויפפירן אין זיין טאָג טעגלעכן לעבן; משא"כ אין חודש הרביעי (דער חודש נאָך מתן תורה) הויבט זיך אָן בעיקר די עבודה (פון קבלת התורה —) פון אידן בכח עצמם, די עבודת התחתון והמקבל אין וועלט, דורך קיום התורה והמצוות בפועל לויט די הוראות (ל' תורהיז) וועלכע זיי האָבן מקבל געווען פריער באַ מ"ת.
דער חילוק איז אויך מרומז אין דעם מספר פון די חדשים — שלישי און רביעי: די גמרא זאָגטיח „גימ"ל דל"ת — גמול דלים". ד. ה. אַז גימ"ל איז מרמז אויפן משפיע מלמעלה (גומל), און דל"ת — אויפן מקבל למטה („דל"). אַזוי איז דאָס אויך אין די מספרים פון ג' און ד' — כידוע אַז שלישי איז מרמז, גייט אויף השפעה מלמעלה (וועלכע שטעלט זיך אויס אין דריי דרגות), און בשעת די השפעה קומט אַראָפּ צום מקבל, קומט550צו אַ פערטע דרגא (דער כלי ושטח המקבל)יט. ווי דאָס שטעלט זיך אויס אין כללות סדר השתלשלות — די ג' עולמות אצילות בריאה ויצירה (אַלע — בחי' המשפיע), און דערנאָך דער עולם הרביעי — עולם העשי' (בחי' המקבל).
ועד"ז איז דער אונטערשייד צווישן חודש השלישי און חודש הרביעיכ: מתן תורה בחודש השלישי איז דער ענין פון „גמול" ונתינת התורה והמצוות מלמעלה; און חודש הרביעי איז בדרגת „דל", המקבל ההשפעה פון מתן תורה בחודש השלישי, די עבודה לויט די הוראות התורה.
און אע"פ אַז די עבודה פון אידן בעולם (בחודש הרביעי) איז אַ ירידה לגבי דעם גילוי מלמעלה (בחודש השלישי) — איז די שלימות ההשפעה מלמעלה דוקא ווען דאָס קומט אַראָפּ למטה, ביז אַז דאָס ווערט אָנגענומען באַ דעם מקבל און אין דעם מקבל, ואדרבה: דוקא דורך דער ירידה למטה ווערט אויסגעפירט די שלימות הכוונה פון נתאווה הקב"ה להיות לו יתברך דירה בתחתוניםכא, און אויסגעפירט די שלימות פון מתן תורה — אַז זי זאָל נמשך ווערן און דורכנעמען דעם מענטשן למטה, ביז — די גאַנצע וועלט.
אַזוי ווי דאָס איז אין די עולמות: כאָטש אַז עולם העשי' איז דער נידעריקסטער עולם, און איז אָפּגעטיילט פון די אַנדערע דריי עולמות מיט אַ הפסק — „אף עשיתיו"כב, איז די שלימות ההשפעה פון די עולמות העליונים דוקא ווען דאָס קומט אַראָפּ בעולם העשי', עולם הזה הגשמי, התחתון שאין תחתון למטה ממנו — דוקא אין עולם העשי' ווערט אויפגעטאָן די דירה לו יתברך בתחתונים.
ג. דער תוכן פון חודש הרביעי (עבודת התחתון, מקבל) איז נאָכמער אונטערשטראָכן אין דעם וואָס דער יום מיוחד פון דעם חודש וואָס ווערט דערמאָנט אין תורה שבכתב איז — „צום הרביעי"כג, דער צום פון שבעה עשר בתמוז וואָס דאָס איז אַן ענין כללי אין דעם חודש, ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס דער צום איז זיך מתייחס צום גאַנצן חודש — „צום הרביעי"כד:
די „חמשה דברים" בלתי רצויים וועלכע האָבן פּאַסירט בצום הרביעיכה (וואָס צוליב דעם איז דאָס אַ יום צום) — אָנהויבנדיק פון „נשתברו הלוחות" (בסוף הארבעים יום פון מתן תורה), און דערנאָך „הובקעה העיר", מיט וואָס עס האָט זיך אָנגעהויבן דער חורבן בית המקדש און גלות, ביז גלות זה האחרון (לאחרי חורבן בית שני) — זיינען נאָכמער מדגיש די ירידה למטה וואָס ווערט בחודש הרביעי.
דאָס הייסט, אַז נוסף צו דער ירידה פון „חודש הרביעי" בכלל (לגבי חודש השלישי), די ירידה אין עולם הזה התחתון (לגבי אַלע ג' עולמות עליונים)551— באַדייט דער „צום הרביעי" אַ ירידה לאחרי (ובתוך) ירידה, ביז די ירידה אין גלות הזהלמטה מטה;
די כוונה (מלכתחילה) אין דעם איז אָבער, אַז דאָס זאָל אַרויסרופן די עבודה פון אַ אידן דאָ למטה, ער זאָל מבטל זיין די סיבות אויף דער ירידה (און במילא — דעם צום), דורך מוסיף זיין אין זיין עבודה בתומ"צ (וועלכע איז געגעבן געוואָרן בחודש השלישי), און אָפּשוואַכן ביז מבטל זיין לגמרי דעם „(מפני) חטאינו (גלינו מארצנו)"כו, ובמיוחד — דורך הוספה אין אהבת ישראל (ביז — אהבת חנם), וואָס איז מבטל סיבת הגלות (שנאת חנם)כז — און דורך דעם איז ער מבטל דעם (מסובב —) גלות, ובמילא — דעם צום,
און נאָכמער — יהפכוכח ימים אלו לששון ולשמחה ולמועדים טוביםכט — ווייל דאָס איז די תכלית פון די צומות מלכתחילה, אַז דורך דעם זאָל צוקומען נאָך אַ גרעסערער טוב, ביז אַז דאָס איז די פנימיות פון די צומות — אָן אויסדרוק פון דעם אויבערשטן'ס אהבה גדולה צו אידןל (כמשל מלך גדול ונורא הרוחץ בכבודו ובעצמו צואת בנו יחידו מרוב אהבתו"לא), ווי ס'וועט נתגלה ווערן במהרה בימינו, ווען דער צום גופא וועט זיין אַ יום ששון ושמחה ומועד טובלב.
קומט אויס, אַז אע"פ וואָס דער צום הרביעי איז (בפשטות) אַן ענין פון ירידה — רופט דאָס אַרויס און בריינגט אַ הוספה אין דער עבודה פון אידן, און דוקא דורך דעם וואָס די עבודה פון אַ אידן בתומ"צ (שניתנו בחודש השלישי) ווערט נמשך למטה מטה, אויך צו מבטל און מהפך זיין „חטאנו" און אַלע די ענינים בלתי רצויים וואָס זיינען דערפון אַרויסגעקומען — דריקט זיך נאָכמער אויס די שלימות ההשפעה פון מ"ת בחודש השלישי, אַז דאָס קומט אַראָפּ באַ דעם מקבל און אין דעם מקבל זייענדיק למטה, ביז אַז דער צום גופא ווערט נהפך צו אַ יום ששון ושמחה ומועד טוב, העכער פון דער טוב גלוי פון חודש השלישילג.
552ד. דער עילוי פון חודש הרביעי איז אַרויסגעקומען נאָכמער בגלוי אין די דורות האחרונים — דורך דער גאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בי"ב־י"ג תמוזלד (און התחלתה — בג' תמוזלה), וואָס האָט (איבער־געמאַכט דעם גאַנצן חודש צו אַ „חודש הגאולה":
דער מאסר איז געקומען צוליב דעם חושך הגלות (וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן (ברמז) בשבעה עשר בתמוז נאָך בזמן שביהמ"ק קיים), ובפרט במדינה ההיא בימים ההם נאָך פריער דורך דעם מאסר, אַ מאסר אויף דעם שווערסטן אופן, פאַרבונדן מיט יסורים און עינויים, ביז צו האָבן די החלטת הממשלה ההיא פון היפך החיים ר"ל;
ודוקא דורך דער ירידה (לפי שעה) איז אַרויסגעקומען (ניט נאָר די באַפרייאונג פון דעם בעל המאסר והגאולה צו אַ מצב ווי ס'איז געווען פאַר דעם אַרעסט, נאָר) אַן עילוי נעלה [ביז אַז לאחר זמן — האָט מען געזען בשכל ובעיני בשר ווי דער מהלך הדברים פון מאסר איז בפנימיותו געווען — צוליב דעם עילוי]:
די גאולה (און די מס"נ פון דעם בעל הגאולה וואָס איז געקומען בגלוי דורך דעם מאסר) האָט אויפגעטאָן אַז אויך מצד דעם מקבל, מצד תחתוניםלו, זאָל זיין לייכטער מקיים זיין תורה ומצוות, די גאולה האָט אַריינגעבראַכט גאולה ותוקף באַ יעדן אידן בכל עניני תורה ומצוותלז, מ'זאָל זיי קענען מקיים זיין בלי מניעות ועיכובים (פון וועלט),
כידוע וואָס דער בעל הגאולה שרייבטלח, אַז „לא אותי בלבד גאל הקב"ה בי"ב תמוז, כי אם את כל מחבבי תורתנו הק', שומרי מצוה, וגם את אשר בשם ישראל יכונה כו'", וואָס דאָס איז כולל אַלע סוגי אידן, אַלע אידןלט.
ונוסף צו דעם וואָס די גאולה האָט געמאַכט לייכטער די עבודה פון אידן (דעם מקבל) — איז דורך דעם בפשטות צוגעקומען אין די פעולות פון הרבצת התורה וחיזוק הדת, ווי מ'זעט בפועל אַז נאָך דער גאולה איז מער פאַרשטאַרקט און פאַרברייטערט געוואָרן ביז שלא בערך די אַרבעט פון הרבצת התורה וחיזוק היהדות והפצת המעינות חוצה, ביז אויף גאָר אַן אַנדער און אין אַ העכערן אופן, ביז צו דערגרייכן בכל קצוי תבל, ובאופן דפעולה נמשכת — מוסיף והולך (כדלקמן).
553און נאָכמער (ווי גערעדט אַמאָל בארוכה*40)): וויבאַלד אַז דער דור (פון דעם בעל הגאולה) איז דער לעצטער דור פון גלות און דער ערשטער דור פון גאולה, איז זיין גאולה דער לעצטער שלב הגאולה, אַלס הכנה צו דער גאולה האמיתית והשלימה [כידוע אַז יעדער ענין של גאולה (אפילו אַ גאולה וואָס „לאומא גאולה דגלות היא אלא שיגאלנו מן הצרות הבאות עלינו כו'", איז דאָס פאַרבונדן מיט דער גאולה האמיתית והשלימה (מן הגלות), עאכו"כ אַ גאולה פון אַ נשיא בישראל אין ענינים פון הרבצת התורה והפצת היהדות והמעינות חוצה, וועלכע ברענגט די גאולה],
ביז אַז אין דעם דור בכלל און אין דער גאולה במיוחד — הויבט זיך אָן די „טעימה" (טועמי' חיים זכו)מב פון דער גאולה העתידה, כולל אויך — צו דערפילן ווי די פנימיות פון דער ירידה, כולל פון דעם צום הרביעי — איז אַן ענין נעלה, ביז מעין הגילוי דלע"ל ווען דער צום הרביעי יהפך לששון ולשמחה — דורך דעם וואָס קודם דעם צום הרביעי קומט דער חג הגאולה, וואָס פועל'ט און איז מגלה אַז דער גאַנצער חודש איז אַ „חודש הגאולה"מג.
ה. עפ"ז יש לומר דעם טעם פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט געפירט דעם בעל הגאולה און דעם מקום פון הפצת התורה והחסידות דוקא בחצי כדור התחתון:
כשם ווי ס'איז דאָ דער אויפטו בזמן פון חודש הרביעי (לגבי חודש השלישי, דער חודש פון מ"ת) — דריקט זיך אויך דאָס אויס אין מקום [כידוע אַז זמן און מקום גייען צוזאַמעןמד], אַזוי ווי ס'איז געווען באַ מתן תורה: דער עיקר העבודה פון אידן בכח עצמם הויבט זיך אָן ווען זיי גייען אַוועק פון חודש השלישי, דעם זמן פון מתן תורה, און פון דעם מקום וואו ס'איז געווען מ"ת (הר סיני), כל זמן זיי שטייען „לעבן" (מתן תורה ב)הר סיני זיינען זיי אונטער זיין השפעה כאיש אחד בלב אחדמה.
ע"ד חילוק זה איז געווען באַ דעם בעל הגאולה: אַלס תוצאא פון דער (מאסר ו)גאולה איז ער לאחרי המשך כמה ענינים אָנגעקומען אין חצי כדור התחתון, וואו ס'איז „ניט געווען מתן תורה" (כנ"ל), און די אַלע העלמות והסתרים וואָס זיינען געווען אין גלות אַמעריקא (וואו פילע יאָרן האָט געהערשט די הנחה באַ אייניגע אידן אַז „אַמעריקע איז אַנדערש")מו — מיט דער כוונה צו מאַכן פון דעם מקום — אַ מקום תורהמז, ביז מקום מתן תורה — כציווי התורהמח מה להלן (במ"ת) — אף כאן באימה וביראה וברתת ובזיע — דוקא דורך דעם פירט זיך דורך די שלימות פון דער השפעה (פון מתן תורה בחודש השלישי און בחצי כדור העליון), דורך דעם וואָס די השפעה פון (מתן) תורה דערגרייכט בגלוי ביז למטה554מטה (בחצי כדור התחתון וואו ס'איז ניט געווען מ"ת בגילוי), און ווערט אָנגענומען דורך דעם מקבל (בחי' רביעי), אַזוי אַז דאָס ווערט אַ מקום תורה ומתן תורה.
דאָס הייסט, אַז הגם דער אָנקומען אין חצי כדור התחתון איז געווען אַ גלות בתוך גלות — לאחרי די אַלע גליות שגלתה ליובאַוויטש [„פון ליובאַוויטש קיין ראָסטאָוו, פון ראָסטאָוו בגלות פּעטערבורג, פון פּעטערבורג בגלות לאַטוויע, פון לאַטוויע בגלות פּוילן, און פון פּוילן כו' אין גלות אַמעריקע"מט], און ס'איז מובן דער גורל הירידה פון גלות, ווי דאָס מאַכט שווערער אַ אידן צו טאָן זיין עבודה (אפילו אין ענינים דשליחות מעבודת נשיא ישראל כ"ק מו"ח אדמו"ר) — אעפ"כ, איז דוקא דאָרטן ווערט דורכגעפירט די כוונה פון (מתן) תורה, אַז דאָס זאָל אָנקומען למטה מטה, און מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים.
ויש לומר הטעם, ווייל קומענדיק אַלץ נעענטער צו דער גאולה העתידה לבוא, דאַרף צוקומען אין דעם בירור התחתון (המקבל) מאַכן אים נאָכמער ראוי וכלי צו זיין אַ דירה לו יתברך, ווי ס'וועט זיין בשלימות הגילוי לעתיד לבואנ.
דעריבער איז דער סדר העבודה בדברי ימי ישראל, אַז פריער זיינען אידן געווען במקום אחד (אין ארץ ישראל), און פון דאָרטן איז אַרויס דער אור התורה והמצוות בכל העולםנא, דערנאָך — אין גלות בבל, ובעיקר — ביז אין גלות אדום, זיינען אידן פאַנאַנדערגעשפּרייט געוואָרן, אחדנב מהם גלה לברבריא, ואחד מהם לסרמטיא כו', ומדור לדור — זיינען זיי נאָכמער נתפשט געוואָרן, בכדי אויפטאָן דעם בירור העולם בכל מקום ומקום באופן פון מלמטה למעלה, אָבער נאָך אַלץ אין חצי כדור העליון (און פון דאָרטן איז נתפשט געוואָרן דער אור אויך אין חצי כדור התחתון); ביז ס'איז געקומען נאָך נעענטער צו דער גאולה, און אידן בקהל גדול זיינען געקומען אויך אין חצי כדור התחתון, ביז דעם זמן ווען דער בעל הגאולה איז אַהערצו געקומען — בכדי אויפטאָן במקום זה דער בירור, וואָס דורך דעם ווערט אויסגעפירט די שלימות ההשפעה פון מתן תורה, כנ"ל.
נוסף אויף דעם וואָס אין חודש הרביעי (און אין חצי כדור התחתון) ווערט די שלימות פון דער השפעה מלמעלה בחודש השלישי, דורך דעם וואָס דאָס קומט אָן און ווערט אָנגענומען באַ דעם מקבל — קומט צו נאָך אַ זאַך, אַז דורך עבודת המקבל (בחי' רביעי) ווערט דער מקבל אַ משפיע (מלמטה למעלה) וועלכער טוט אויף אַ חידוש אין דעם ענין פון חודש השלישי (מתן תורה).
ווי דאָס איז אין כללות העולמות, אַז נוסף צו דעם וואָס די שלימות ההשפעה פון אלקות אין די עולמות555עליונים ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס דאָס ווערט נמשך למטה אין עולם העשי' — איז דוקא עולם העשי', עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנו — ווערט אַ דירה בתחתונים, אַ דירה לעצמותו ית', און דורך דעם ווערט אויפגעטאָן אַן עלי' אין די עולמות עליונים (פון גאַנץ סדר השתלשלות) וועלכע זיינען מצ"ע „ירידה מאור פניו ית'"נג.
ביז די תכלית השלימות והגילוי שבזה לעתיד לבוא — די מעלה ועליית המקבל, „נקבה תסובב גבר"נד, דוקא דער תחתון המקבל ווערט אַ דירה לו יתברך, אַ כלי צו גילוי העצמות.
ז. ועד"ז יש לומר בנוגע צו דעם וואָס קביעת מקום דירתו פון דעם בעל הגאולה איז געווען בחצי כדור התחתון:
כשם ווי אין עולמות בכלל ווערט די דירה לו יתברך דוקא אין עולם הזה התחתון, און דערפון ווערט די עלי' אין אַלע עולמות — אַזוי איז דאָס אויך אין עולם הזה עצמו, אַז די שלימות שבזה ווערט אויסגעפירט אין חצי כדור התחתון (וואו ס'איז ניט געווען מ"ת), און פון דאָרטן ווערט אַן עלי' אין כל העולם, אויך אין חצי כדור העליון.
ויש לומר, אַז וויבאַלד דער דור (פון בעל הגאולה) האַלט בסוף העבודה בזמן הגלות, נאָענט און גלייך קודם דער גאולה, און מ'האָט שוין דעמולט אַ „טעימה" אין די עניני הגאולה (כנ"ל ס"ד) — דעריבער, האָט דער אויבערשטער מסבב געווען הסיבות אַז דער בעל הגאולה זאָל אַוועקגיין פון מקום אבותיו און אָנקומען אין חצי כדור התחתון, און דאָרטן קובע זיין מקום דירתו ומקום עבודתו (בעשר שנים האחרונות שלו בעלמא דיןנה) — אַזוי אַז דוקא במקום זה (בחצי כדור התחתון) זאָל ווערן (משנת ת"ש ולהבא, עד סוף זמן הגלות) דער מקור המעינות — מקור מים חיים — פון הפצת המעינות חוצה, וממנה יוצאה אורה — מלמטה למעלה — לכל העולם כולו, אויך אין חצי כדור העליון, פאַרקערט פון דעם סדר העבודה פון רבותינו נשיאינו שלפניו — אַז פון חצי כדור העליון איז אָנגעקומען — מלמעלה למטה — בכל העולם.
און ווי מ'זעט בפשטות בעיני בשר — מראה באצבעו ואומר זה — אַז אע"פ וואָס דאָס אָנקומען פון דעם בעל הגאולה אין חצי כדור התחתון איז געווען אַ גלות בתוך גלות (בערך צו עיר ליובאַוויטש כו') — איז דוקא דורך זיין אָנקומען אַהער וקביעת מקומו כאן איז פאַרשטאַרקט און פאַרברייטערט געוואָרן ביז שלא בערך, ביז באופן חדש, די עבודה פון „ליובאַוויטש", הפצת היהדות און הפצת המעינות חוצה, כולל ובמיוחד אין אהבת ואחדות ישראלנו556(דער פירוש (און עבודה) פון „ליובאַוויטש"נז), לגבי ווי דאָס איז געווען דורך רבותינו נשיאינו שלפניו אין חצי כדור העליון (כולל אויך אין דער שטאָט „ליובאַוויטש"),
און אין אַן אופן אַז דוקא פון מקומו בחצי כדור התחתון ווערט פאַרשפּרייט די מעינות חוצה, בכל העולם כולו, אזיך אין חצי כדור העליון — „ופרצתנח ימה וקדמה וצפונה ונגבה"נט — אויף גאָר אַ ברייטערן אופן ווי ס'איז געווען ביז דעמולט,
אָנהויבנדיק בשנת ת"ש, ווען דער בעל הגאולה איז אַהערצו אָנגעקומען, און דערנאָך במשך די עשר שנים (ביז תש"י) וואָס ער האָט עובד געווען עבודתו, און אויך דערנאָך — באופן פון אַ פעולה נמשכת והולך ומתפשט דורך תלמידיו ושלוחיו, ובפרט אַז מ'האַלט שוין אין דער שנת הארבעים זינט תש"י, ווען „נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע", און קאי אינישס אדעתא דרבי'סא, והולך ומוסיף ואור.
א
ח. ויש לקשר זה מיט היינטיקער פרשה [כידוע אַז די מועדי השנה האָבן אַ שייכות צו די פרשיות וואָס מ'לייענט ווען די מועדים פאַלן אויס] — פ' קרח, ע"פ המבואר אין חסידותסב בטענת קרחסג „כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' ומדוע תתנשאו על קהל ה'" — אַז די עצם טענה פון קרח איז אַ ריכטיקע, ווייל ער האָט געזען די מעלה וואָס איז דאָ דוקא אין דעם מקבל, אין תחתונים (בחי' רביעי), אפילו לגבי דעם משפיע, עליונים (בחי' שלישי) — וואָרום דוקא אין תחתונים פירט זיך דורך די כוונה (פון נתאווה הקב"ה להיות לו יתברך דירה) בתחתונים; זיין טעות איז אָבער געווען, אַז די מעלה בגלוי וועט זיין ערשט לעתיד לבוא (ווען נקבה תסובב גבר), לאחרי וואָס ס'איז דאָ די הקדמת העבודה פון די המשכה והשפעה פון עליונים אין די תחתונים, און דער גמר הבירור פון דעם תחתון (לוי מבחי' גבורות) וואָס קומט דורך דעם וואָס ער איז פריער מקבל פון דעם עליון (כהן איש החסד).
ועפ"ז יש לומר דעם פירוש פנימי („יינה של תורה") אין דעם ערשטן557פירוש רש"י בפרשתנו — „פרשה זו יפה נדרשת במדרש רבי תנחומא": חלק הדרוש (שבדרושסד) שבתורה — „מדרש (רבי תנחומא)" איז מגלה דעם טוב ו"יפה" אין „פרשה זו", פרשת קרח (משא"כ ע"ד הפשט, בגלוי ובחיצוניות — איז מעשה קרח ניט „יפה") — ווי טענת קרח איז למעליותא, מצד דעם (וואָס ער האָט געזען דעם) סדר וואָס וועט זיין בפועל בגאולה העתידה לבוא, ווען עס וועט זיין דער ענין פון „תנחומא" מלשון תנחומין ונחמה על הגלות.
בסגנון אחר: „פרשה זו" (טענת קרח) ווי זי שטייט אין „(מדרש רבי) תנחומא" — בגאולה העתידה לבוא — איז זי איז אין אַן ענין „יפה (נדרשת)", שלימות ותכלית הטוב. משא"כ ע"ד הפשט — ווי די ענינים זיינען בזמן הזה, אין היום לעשותם (עולם העשי', עולם הפשט) — איז די וועלט נאָך ניט אין דעם סדר פון תכלית השלימות, דאָס ווערט ערשט לע"ל, לאחרי שלימות בירור התחתון דורך דעם וואָס ער איז מקבל פון למעלה ממנו.
ויש לומר אַז מעין די עבודה פון לע"ל איז אויך דאָ בסיום הגלות, ווי דאָס איז געווען באַ דעם בעל הגאולה — וואָרום לאחרי העבודה במשך כל הדורות שלפנ"ז, כולל — עבודת רבותינו נשיאינו בחצי כדור העליון, באופן פון מלמעלה למטה (אַז די גבורות זיינען טפלים ובטלים און מקבלים פון חסדים) — דעמולט קען זיין דער סדר העבודה מלמטה למעלה, אַז פון חצי כדור התחתון זאָל „אָנקומען" לכל העולם, כולל אין חצי כדור העליון, כנ"ל בארוכה.
ט. כשם ווי די כללות העבודה בסדר זמן העולם דאַרף זיין, אַז פריער (בזמן הזה) דאַרף זיין די עבודה מלמעלה למטה (המשכת חסד אין גבורה), און ערשט דערנאָך קען זיין די עבודה מלמטה למעלה (ווי ס'וועט זיין בכללות לע"ל, ומעין זה בסיום הגלות) — אַזוי איז דאָס בפרטיות יותר אין דער עבודה מלמטה למעלה גופא, אַז אין דעם דאַרף זין דער „כהן" — כ"ק מו"ח אדמו"ר וואָס גיט די הוראות און איז משפיע כחות צו אַנדערע אידן צו טאָן די עבודה פון הפצת היהדות און הפצת המעינות חוצה אין חצי כדור התחתון גופא.
וואָס אויך דער ענין לערנט מען אָפּ פון כללות תוכן הפרשה — וואו עס רעדט זיך וועגן מחלוקת וערעור קרח ועדתו על הכהונה, און דורך דער ירידה איז געקומען אַן עלי' — אַ תוקף וחיזוק אין כהונת אהרן, דורך די אותות ומופתים וואָס האָבן דעמולט פּאַסירטסה, כולל „והנה פרח מטה אהרן גו'"*65, „למשמרת לאות — לזכרון שבחרתי באהרן הכהן כו'"סו, ביז דער ענין פון די מתנות כהונה, „לפי שבא קרח וערער על הכהונה, בא הכתוב ונתן לו כ"ד מתנות כהונה בברית מלח עולם"סז,558וואָס דאָס האָט אויפגעטאָן אַ תוקף בענין הכהונה, „הריני כותב וחותם לך ומעלה בערכאין"סז.
וואָס עד"ז איז געווען דורך דער גאולה פון י"ב־"ג תמוז, אַז דורך דעם „ערעור" פון דעם מאסר, איז געקומען די גאולה וואָס האָט פאַרזיכערט אַז זיין עבודה פון הרבצת התורה וחיזוק הדת וועט אָנגיין אין אַן אופן פון „ברית עולם", און מיט אַ יתרון גדול לגבי פריער — ווי עס האָט זיך אויפגעטאָן מיט זיין אָנקומען אין חצי כדור התחתון, כולל ובמיוחד — אַן עילוי אין אהבת ישראל ואחדות ישראל, וואָס אין דעם באַשטייט עבודת הכהן, איש החסד — „הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה"סח.
ובפרטיות יותר: מ'האָט אַמאָל גערעדטסט אַז דער ערעור פון קרח ועדתו אויף כהונת אהרן איז געווען (ניט אויף דעם עצם ענין הכהונה, וואָס דאָס האָבן זיי געוואָלט, „ובקשתם גם כהונה", נאָר) אויף דעם וואָס אהרן הכהן איז משפיע צו אידן [כמבואר בחסידותע בענין „בהעלותך את הנרות", אַז דורך אָנצינדן די נרות המנורה האָט אהרן „אויפגעהויבן" אַלע אידן צו זיין דרגא] — זיי האָבן גע'טענה'ט: „כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' ומדוע תתנשאו על קהל ה'", אַז כשם ווי ס'איז דאָ אַ מעלה אין כהנים דערמיט וואָס זיי זיינען מובדל פון עניני העולם, אַזוי איז דאָ אַ מעלה אין „כל העדה" וואָס פאַרנעמען זיך מיט עניני העולם און מען מאַכט פון זיי כלים צו אלקות, ואדרבה: דער עיקר כוונה איז — אַז מען זאָל מאַכן די „תחתונים" פאַר אַ דירה לו יתברך, און וויבאַלד אַז „כל העדה כולם קדושים" — איז „מדוע תתנשאו על קהל ה'", פאַרוואָס זאָל אהרן זיך מתנשא זיין איבער קהל ה'.
קרח'ס טעות איז באַשטאַנען אין דעם, אַז אע"פ וואָס עס דאַרף זיין אַ מחיצה צווישן דעם כהן גדול און אַנדערע אידן, „עליונים" און „תחתונים", דאַרף אָבער דער כהן גדול (ונשיא דורנו כ"ק מו"ח אדמו"ר בדורנו) משפיע זיין פון זיין קדושה אין אידן; און לאחרי שלימות עבודה זו, וועט לע"ל נתגלה ווערן מעלת המקבל ומעלת התחתון.
ויש להוסיף, אַז דאָס איז נרמז אויך אין דעם אות פון „פרח מטה אהרן": יעדער נשיא השבט האָט געגעבן זיין באַזונדער מטה, „ויתנו אליו כל נשיאים מטה לנשיא אחד מטה לנשיא אחד גו'", און אהרן האָט געגעבן זיין באַזונדער מטה — בכדי מ'זאָל זעען דעם אות ווי „פרח מטה אהרן" און דערפון וויסן אַז „בחרתי באהרן"; שטייט אָבער אין פסוקעא, „ויתנו אליו כל נשיאיהם מטה גו' ומטה אהרן בתוך מטותם". ויש לומר דער פירוש אין דעם, אַז נוסף צו דעם וואָס אַלע אידן זאָלן זעען די מעלה פון אהרן — זאָל ער זיין בתוך מטותם, פאַרבונדן מיט אהרן, דורך דעם וואָס אין זיי ווערט נמשך פון (מטה) אהרן, „בתוך מטותם", ע"ד „ושכנתי בתוכם" — בתוך כל אחד ואחדעב.
559ועפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דער המשך הענין: לאחרי וואָס אידן האָבן געזען דעם אות פון „פרח מטה אהרן" („ויראו") — שטייט „ויקחו איש מטהו"עג, דלכאורה מאי קמ"ל ונפק"מז ויש לומר, אַז דאָס קומט מסביר זיין, אַז נאָכדעם וואָס פון מטה אהרן איז געווען אַ השפּעה אין אַלע מטות („בתוך מטותם"), איז דאָס נמשך געוואָרן צו יעדער שבט (מטה) באַזונדער לפי ענינו ועבודתו — דורך דעם וואָס „ויקחו איש מטהו", מטה שלו דוקא, לויט דער עבודה פרטית פון יעדער שבט באַזונדער.
י. דער לימוד דערפון פאַר יעדערן:
אע"פ וואָס די עבודה אין חצי כדור התחתון איז דער חידוש פון דעם בעל הגאולה לגבי די נשיאים שלפניו, גיט ער צו כל אנשי הדור צו טאָן די עבודה. וואָרום צוזאַמען דערמיט וואָס דער נשיא הדור איז מרומם און העכער פאַר די אנשי הדור, געפינט ער זיך אָבער „בתוך מטותם", בתוך כל אחד ואחד, און דאָס ווערט נמשך צו יעדערן בעבודתו ווען „ויקחו איש מטהו", אין דער עבודה פרטית פון יעדער איד.
דערפון איז מובן, אַז* יעדער איד פון דעם דור באַקומט דעם כח פון נשיא הדור כ"ק מו"ח אדמו"ר צו טאָן די עבודה פון הפצת היהדות און הפצת המעינות חוצה אויפן ברייטסטן און שטאַרקסטן (מטה ומקל) אופן (ווי עס האָט זיך אויפגעטאָן בחצי כדור התחתון), ביז אַז דאָס זאָל אויפטאָן בכל העולם כולו (אויך בחצי כדור העליון).
יא. מ'זוכט פאַרבינדן יעדער זאַךעג פרשתנו שם, כד. מיט אַ מעשה בפועל. ובנדו"ד: שטייענדיק בשנת הארבעים פון שנת תש"י, און שנת החמישים פון שנת ת"ש, ווען כ"ק מו"ח אדמו"ר איז אָנגעקומען אין חצי כדור התחתון — איז כדאי דאָס פאַרבינדן מיט אַן ענין של מעשה בפועל, ומה טוב — אַ מעשה וואָס האָט דעם תוכן הנ"ל פון דער חידוש העבודה בחצי כדור התחתון:
אין דער עבודה פון אַ אידן גופא זיינען פאַראַן צוויי חלקים: די ענינים וואָס זיינען בדרגא עליונה (בדוגמת „חצי כדור העליון") — ווי לימוד התורה וקיום המצוות, און די ענינים בדרגא תחתונה (בדוגמת „חצי כדור התחתון") — כללות העבודה בדברי רשות, כל מעשיך יהיו לשם שמים און בכל דרכיך דעהועד.
צווישן די דברי רשות של האדם עצמו וועלכע טיילן זיך בכללות אין מזון לבוש וביתעה — איז „בית" דער ענין הכי קבוע בחיי האדם (בדוגמת קביעת מקום בעל הגאולה בחצי כדור התחתון); און דער תכלית פון אַ בית דאַרף זיין — לשם שמים: ער זאָל דערפון מאַכן אַ משכן ומקדש לה', אַ בית ודירה לו יתברך, אויף וועלכע דער אויבערשטער זאָגט „ושכנתי בתוכם".
וואָס דאָס איז פון די טעמים פאַרוואָס מ'האָט קובע געווען דעם יאָר אַלס „שנת בנין"6י — מ'זאָל בויען נייע בנינים בכל מקום ומקום, בתי תורה560תפלה וצדקה, ועד"ז בתים פרטיים — דורך בויען אַ נייעם בנין לגמרי, אָדער צוגעבן אַ נייעם חדר, אָדער עכ"פ באַשטימען אַ חלק פון אַ חדר אויף עניני תומ"צ (וואָס דאָס איז שייך ביי אַלעמען, אנשים נשים וטף) — דורך מאַכן דאָרט אַ מקום קבוע פאַר אַ חומש, סידור, צדקה פושקע וכיו"ב, וואָס דורך דעם ווערט דער חדר געמאַכט אַ מקום תורה תפלה וצדקה.
דעריבער איז מען מציע, אַז בקשר מיט דעם חודש הגאולה, וואָס דאָס האָט געבראַכט אַז דער בעל הגאולה זאָל אָנקומען אין חצי כדור התחתון און דאָרט קובע זיין מקום דירתו — זאָל יעדערער, אנשים נשים וטף, נאָכמער צוגעבן אין די אַלע פעולות פון „שנת בנין", בא', בשנים וכו' מהאופנים הנ"ל.
און אַלס השתתפות בזה פון נשיא דורנו (דורך זיין בית גדול, ביהכנ"ס וביהמ"ד און דורך זיינע שלוחים) — וואָס בכחו טוט מען די עבודה (כמדובר לעיל אַז זיין „מטה" געפינט זיך „בתוך מטותם", און ווערט דערנאָך נמשך דורך „ויקחו איש מטהו" אין מטהו פון יעדערן) — וועט מען בעז"ה געבן אַ סכום פון מאה דאָלאַרעז (ובשאר המדינות — בשיווי דסכום זה) צו דעם וואָס וועט מודיע זיין וועגן זיינע פעולות אין בניית בנינים פון מוסדות תורה וחינוך וכיו"ב, און סיי בניית בנינים פרטיים לכאורה (אָדער דורך מוסיף זייז אַ חדר וכיו"ב), בתנאי אַז אין דעם מקום (בית אָדער חדר) חדש איז ניכר במעשה בפועל אַז דאָס איז אַ מקום תורה תפלה וצדקה.
[ולמען הסדר — איז כדאַי מ'זאָל וועגן דעם מודיע זיין אין אַ באַזונדער צעטל (ניט מישן מיט אַנדערע ענינים אפילו הכי טובים), און אָנצייכענען אויף
דערוואָרט „בנין", אָדער אַן אות „ב", בכדי וויסן אַז דאָס באַלאַנגט צו ענין הנ"ל].
ולהוסיף, אַז מ'זאָל געבן אַ טייל פון די מאה דאָלאַר אויף צדקה, און די איבעריקע — אַלס השתתפות אין דעם בנין.
וכדאי מפרסם זיין וועגן דעם.
יב. ויהי רצון, אַז די הוספה הנ"ל אין „מעשינו ועבודתינו", אין צוגאָב צו אַלע ענינים וואָס רבותינו נשיאינו האָבן אויפגעטאָן במשך הדורות אין חצי כדור העליון, ועאכו"כ די הוספה בזה דורך נשיא דורנו כ"ק מו"ח אדמו"ר אין חצי כדור התחתון — זאָל שוין תומ"י ממש ברענגען די גאולה בפועל, אין חודש הרביעי דשנת תשמ"ט, אין חוץ לארץ אין חצי כדור התחתון,
וואָרום לאחרי דעם עילוי הנ"ל פון חודש הרביעי און די עבודה אין חצי כדור התחתון — דאַרף מען וויסן, אַז דאָס קומט לגמרי ניט צו דעם עיקר — די גאולה האמיתית והשלימה בפועל ממש!
אמת טאַקע, „פרשה זו יפה נדרשת במדרש רבי תנחומא", וכמדובר לעיל (דער פירוש פנימי בזה) אַז דאָס באַדייט כוונת קרח למעליותא (מעלת המקבל לע"ל) — בנוגע צו פשט בעוה"ז במעשה בפשטות — שע"פ תורה הוא העיקר דאַרף זיין נאָך אַ ביהכ"נ אַ ביהמ"ד אַ ישיבה אַ ת"ת וכו'.
נאָכמער: אפילו לאחרי דעם ריבוי561עבודה אין זמן הגלות און מ'האָט שוין דערגרייכט בפועל בעוה"ז צו דער עבודה בחצי כדור התחתון (מעלת המקבל), מיט די אַלע מעלות שבזה — איז דאָס נאָך ניט כמאן דבעי למהויעח;
מ'האָט טאַקע כו"כ ענינים וואָס זיינען בדוגמת הגאולה — דער ענין פון צדקה (וואָס איז גואל (החיית) דעם נפש העני), דער ענין התפלהעט, ועוד כמה וכמה עניני תומ"צ, ועוד כמה וכמה עניני תומ"צ, ביז אַז מ'קען טענה'ן („יפה נדרשת") אַז מ'האָט ענינים וואָס זיינען נאָך העכער — כמאחז"לפ „יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי העולם הבא", דורך דעם נעמט מען עצמות ומהות, תענוג בורא (משא"כ עוה"ב איז בעיקר גילוי תענוג נברא)פא, ובפרט דורך הפצת המעינות חוצה אין חצי כדור התחתון וכו' וכו' —
טענה'ט אָבער יעדער איד, „נער ישראל ואוהבהו"פב (דער בן חמש למקרא וואָס איז שייך דוקא צו לימוד הפשט) — דרשות זיינען „יפה נדרשת", אָבער דאָס איז אַ „דרשה" (אין תורה) אַ גאולה רוחנית, אָבער אחכה לו בכל יום שיבוא גאולה כפשוטהפג. שרייט דער „נער ישראל": מ'וויל האָבן די גאולה בפשטות, אין עולם העשי'!
מען לערנט אין תורה וועגן דעם ענין הגאולה (ובפרט אין רמב"ם סוף הל' מלכים), וכל העוסק בתורת כו' כאילו כו' —
שרייט דער „נער ישראל": „עד מתי קץ הפלאות"פד, אחכה בכל יום די גאולה כפשוטה, בפשטות ממש, באופן גלוי, מראה באצבעו ואומר זה — אָט איז די גאולה בפועל!
און בשעת דער „נער ישראל" שרייט „עד מתי" מיט אַן אמת'ע געשריי — איז כטבע האב, ועאכו"כ אבינו שבשמים — אַז ער איז מקיים בקשתו.
וכידוע דער סיפור מיט אַ גדול בישראל, וואָס האָט געזאָגט אַז קומענדיק למעלה (נאָך מאה ועשרים שנה) וועט ער שטורעמען (שהי' ראוי לכך) אַז דער אויבערשטער זאָל ברענגען די גאולה. נאָך דעם וואָס ער איז נסתלק געוואָרן און די גאולה איז ניט געקומען — האָט אַ צווייטער גדול געזאָגט, אַז עס ווייזט אויס אַז מ'האָט יענעם געגעבן גאָר אַ גרויסער גילוי למעלה, וואָס האָט אים געמאַכט „פאַרגעסן" כביכול וועגן זיין הבטחה;
[כ"ק אדמו"ר שליט"א אמר בחיוך:] וויבאַלד אַז משיח עדיין לא באַ — ווייזט אויס אַז למעלה האָט מען געפונען אַן עצה ווי צו פּועלן באָם גדול דאָס אָפּלייגן אויף שפּעטער . . .
אפשר איז די עצה דערצו, צו מאַכן אַ נדר על דעת רבים, וואָס דעמולט איז דער דיןפה אַז „אין לו התרה בלא
562דעתם". אפילו אויב מ'וועט פּועל זיין ביי וצדקהפו, אין ארץ הקודש, אין ירושלים
איינעם אָדער עטלעכע, וועט דאָס ניט עיר ה העלפן, ווייל דער פּסק דין אין תורת ה' קדש האיז, אַז אַ נדר על דעת רבים בלייבט גלה מ קיים!
די מסקנא פון דעם אַלעם איז — אַז ימיו (י תיכף ומיד ממש זאָל שוין בפועל קומען מטה די גאולה האמיתית והשלימה, ע"י משיח צדקנו, און אַלע אידן גייען, צוזאַמען
מיט זייערע בתים, בתי תורה תפלה
** ( הקודש, אין ביהמ"ק השלישי, אין הקדשים, און עס ווערט דאָרט נתמטה אהרן וואָס ליגט דאָרט למשאון „יפרח בימיו צדיק — „שב(של משיח) תחזור הכהונה ויפרח אהרן"פז ומשה ואהרן עמהם.