Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ תבא, ט"ז אלול ה'תשמ"ט
688משיחות ש"פ תבא, ט"ז אלול ה'תשמ"ט
א. די איצטיקע טעג זיינען ספּעציעלע אויסגעטיילטע טעג פון דעם גאַנצן יאָר: ס'איז חודש אלול — דער לעצטער חודש פון יאָר, וועלכער ווערט אָנגערופן דער חודש החשבוןא, ווען מ'מאַכט אַ חשבון און הכל פון דער עבודה במשך דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, על מנת איר מתקן ומשלים זיין (משלים — אויך פון לשון שלימות), און אויך דער חודש ההכנה צו דער עבודה פון דעם קומענדיקן יאָר.
און אין חודש אלול עצמו — האַלט מען שוין נאָך חמשה עשר בחודש, [ביז אַז דער „יאכל בשבת" זו איז פון דעם „טרח בערב שבת"ב חמשה עשר באלול], ווען קיימא סיהרא באשלמותאג — וואָס דעמולט קומט צו נאָכמער שלימות אין דער עבודה פון חודש אלול (און אויך — שלימות פון אידן וועלכע זיינען מונין ודומין ללבנהד).
און דערצו איז דאָס אַ שבת אין חודש אלול, און שבת פ' כי תבוא.
נוסף לזה — קומט דער שבת אינמיטן ימי סגולה — ווי ס'איז נתגלה געוואָרן בדורות האחרונים:
דער שבת קומט לאחרי (און דעמולט זיינען עולה בשלימות „ויכולו"ה אויך פון לשון כלו — די ענינים פון) י"ג אלול, דער יום החתונה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנוז, און לפני זה — י"א אלול, דער יום החתונה פון זיין פאָטער, כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"עח (וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר איז געווען בנו יחידו וממלא מקומו), וואָס יום חתונה (והימים האלה נזכרים ונעשיםט) איז דאָך אַ יום כללי ועיקרי אין דעם לעבן פון אַ אידן, עאכו"כ פון אַ נשיא בישראל, און דורך דעם — בכל בני הדור, וואָס הנשיא הוא הכלי; און ס'איז אויך דער שבת וואָס קומט לאחרי (ערב שבת) ט"ו אלול — דער יום ההתייסדות פון ישיבת תומכי תמימים ליובאַוויטש דורך דעם רבי'ן נ"ע אינמיטן די שבעת ימי המשתה פון דער חתונהיא פון בנו יחידו (כ"ק מו"ח אדמו"ר), וועמען ער האָט ממנה געווען אַלס מנהל פועל פון דער ישיבה — וואָס די ישיבה, ההולכת ונמשכת עד היום הזה, האָט אַריינגעבראַכט אַ חידוש און אַ נייעם חיות אין דער עבודה פון אידן (כדלקמן);
689און פון דעם שבת ווערט מתברך (כולהו יומין פון שבוע הבאיב, ובפרט) דעם יום הבהיר — ח"י אלול, דער יום ההולדת פון שני המאורות הגדוליםיג, דער בעש"טיד און דער אַלטער רביטו.
און וויבאַלד אַז די אַלע ענינים קומען צוזאַמען (ע"פ השגחה פרטית) אין דעם זעלבן זמן אין חודש אלול, איז פאַרשטאַנדיק אַז ס'איז דאָ אַ שייכות צווישן זיי.
ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים דעם תוכן העבודה פון חודש אלול בכלל:
זייענדיק דער לעצטער חודש פון יאָר, דער חודש החשבון וסךהכל פון שנה שעברה און חודש ההכנה צו שנה הבאה — איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין חודש אלול שטייט (בגלוי) די כוונה און תכלית פון כללות עבודת האדם לשמש את קונו — ווי ס'איז מרומז אין די ראשי תיבות פון „אלול" — „אניטז לדודי ודודי לי"יז, וואָס דאָס איז דער תוכן כללי פון עבודת האדם — אַז זיין מציאות (אני) זאָל ווערן פאַרבונדן און פאַראיינציקט מיט דעם אויבערשטן (דודי), און ווי ער איז „דודי" מלשון ידידות ואהבהיח — אַ נאָענטער און טיפער פאַרבונד פון ליבשאַפט.
און אויף צוויי אופנים: אני לדודי, דורך דער התעוררות פון אַ אידן (אתערותא דלתתא) וואָס ער ציט זיך און בינדט זיך מיט (אַן אהבה צו) דעם אויבערשטן דורך דינען אים בתורה ומצוות; און ודודי לי — די המשכות און ברכות פון דעם אויבערשטן (מתוך אהבה) צו אידן.
און די התחלה ויסוד פון דער עבודה איז באופן „אני לדודי", אַז לכל לראש איז „אני", דער „איך", — ד. ה. די מציאות — פון אַ אידן, און דער „אני" ווערט נתעורר „לדודי". ועד כדי כך, אַז אע"פ וואָס א' איז אויך ר"ת אלופו של עולם (ווי דער א' ר"ת פון „אחד")יט, און ר"ת „אנא" (ווי דער א' פון „אנכי")כ, וואָס גייט אויף דעם אויבערשטן, ויתירה מזה — דער אויבערשטער איז דער (אל"ף און) „אני" האמיתי, „אני ה' אלקיכם"כא — פונדעסטוועגן גייט דער א' פון „אלול" אויך אויף „אני" פון דעם אדם, און ווי ער איז זיך מרגיש פאַר אַ מציאות (אַן „איך") —
וואָרום די כוונה ותכלית פון בריאת האדם וירידת הנשמה למטה איז — די אתערותא דלתתא, די עבודה בכח עצמו, פון דעם „אני", אַז ער זאָל (ניט וואַרטן ביז עס וועט זיין אַן אתערותא דלעילא, אַ התעוררות מלמעלה, נאָר אַז ער זאָל) פון זיך אַליין נתעורר ווערן „לדודי", צו דעם אויבערשטן, און דורך דעם ווערט דערנאָך דער גילוי פון „לדודי", ווי דער אויבערשטער איז „דודי" כביכול פון אַ690אידן, ביז — (דערנאָך) די המשכה פון „ודודי לי", מלמעלה למטה — דער תכלית החיבור וההתאחדות פון אַ אידן (אני) מיט דעם אויבערשטן (דודי) — ישראלכב וקוב"ה כולא חדכג.
[ובפרטיות יותר: דורך דעם וואָס דער „אני" (מציאות האדם) ווערט איןכד (אותיות אני)כה — אַז דער מענטש (אני — ר"ת אדם) שטייט מיט אַ ביטול פון קבלת עול צו דעם אויבערשטן — דערגרייכט ער צו בחי' אין האמיתי שלמעלה (כתר)כה, „איןכו מזל לישראל"כז, ביז אַז דער „אני", דער יש הנברא, ווערט דורך דעם פאַראיינציקט מיט דעם יש האמיתיכח].
און אע"פ וואָס ס'איז ידוע אַז בכדי עס זאָל זין אַן אתערותא דלתתא דאַרף מען אויף דעם אָנקומען צו אַ נתינת כח מלמעלה, ווי דער אַלטער רבי איז מבארכט בנוגע צו חודש אלול, אַז דעמולט ווערן נתגלה די י"ג מדות הרחמים, וואָס דער גילוי ווערט אויפגעטאָן בדרך אתערותא דלעילא, און דערפון האָט מען דעם כח אויף דער עבודה פון „אני (עבודת האדם) לדודי" בחודש אלולל —
איז אָבער די תכלית הכוונה, און (אויך) די שלימות האתערותא דלעילא — דוקא בשעת דאָס קומט אַרויס אין דער עבודה פון אַ אידן בכח עצמו, וואָס דורך דעם ווערט די אתעדל"ע נמשך אין אַ פנימיות, ביז נאָכמער — אַז עס ווערט נמשך נאָך אַ העכערע אתעדל"ע (ווי די וואָס קומט מלמעלה פאַר דער עבודה)לא.
און נאָכמער: די אתערותא דלתתא איז עד כדי כך אַן עיקר — אַז די ר"ת פון „אני לדודי" אַליין („אל", די ערשטע צוויי אותיות פון אלול) איז אַ גאַנצער ענין כשלעצמו, און דערצו נאָך אַ שם הקדוש (פון די שבעה שמות שאינם נמחקין)לב — שם „א־"לג פון די י"ג מדות הרחמים (ודודי לי), דער גילוי פון „מלך בשדה" בחודש אלול — וועלכער ווערט נמשך „מבחי' א־ל שהוא ראשית כל הי"ג מדות ומקורן וכללותן וכמ"שלד א־ל ה' ויאר לנו"לה — ווייל די שלימות פון גילוי שם ל (י"ג מדות הרחמים) מל־691מעלה, איז דורך דער עבודה פון „אני לדודי"לו, און דערפאַר דאַרף אויך דער כח פון „ודודי לי" (אתעדל"ע) פון שם א־ל (וואָס קומט פאַר דער עבודה) — נמשך ווערן און ווערן אַ חלק פון עבודת האדם — „אני לדודי"; נאָר בכדי אַז עס זאָל זיין בתכלית השלימות — קומט צו (נאָך אַן ענין) אַז דורך דעם ווערט אויך די המשכה וגילוי למטה פון „ודודי לי" (אין חודש תשרי)לז.
עפ"ז וועט מען נאָכמער פאַרשטיין דאָס וואָס חודש אלול איז דער לעצטער חודש פון יאָר, און איז דער חודש החשבון של כל השנה שעברה און אַ הכנה צו כל השנה הבאה — דלכאורה: דער חשבון פון חדשי השנה הויבט זיך אָן פון חודש ניסן, החודש הזה לכם ראש חדשים ראשון הוא לכם לחדשי השנהלח, ועפ"ז איז דער לעצטער חודש — דער חודש אדר (און אלול איז דער חודש הששי)?
איז דער ביאור אין דעם: עס ווערט ערקלערט בכ"מלט בביאור מאמר חז"למ „משבחר הקב"ה בעולמו קבע בו ראשי חדשים ושנים וכשבחר ביעקב ובניו קבע בו ראש חודש של גאולה" — אַז חודש ניסן איז דער „ראש" פון חדשי השנה — פון די הנהגה נסית (גאולה) אין וועלט, און חודש תשרי (ראש השנה) איז דער ראש פון די הנהגה טבעית בעולמו. ועפ"ז איז מובן, אַז חודש אלול איז דער סיום השנה בהנהגת העולם.
און דערפון קומט אַרויס אויך דער חילוק אין עבודת האדם: חודש ניסן איז ענינו — אתערותא דלעילא, ובלשון הכתובמא — „דודי לי ואני לו", פריער „דודי לי", און דערנאָך „ואני לו". און חודש תשרי, ובהכנה לזה בחודש אלול — בסיום השנה פון דער הנהגה בעולם — איז די עבודה פון „אני לדודי (און דערנאָך) ודודי לי".
ג. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס אין די ראשי תיבות פון „אלול" זיינען מרומז אַלע עניני וקוי העבודה — די שלשה עמודים פון תורה עבודה וגמילות חסדים, און אויך עבודת התשובה און ענין הגאולהמב, דלכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: יעדערער פון די קוים איז אַן עבודה און אַן „עולם ומלואו" בפ"ע, איז אמת טאַקע אַז חודש אלול איז חודש הכללי בענין החשבון וההכנה פון כל העבודה כולה אין אַלע קוים — אָבער וויבאַלד אַז די אַלע ראשי תיבות קופצען צוזאַמען אין איין וואָרט692„אלול", דאַרף מען זאָגן אַז זיי האָבן צווישן זיך אַ שייכות ונקודה משותפת.
איז דער ביאור אין דעם: אַלע עניני עבודה (אין די פינף ענינים הנ"ל) האָבן איין נקודה — דער ענין פון „אני לדודי ודודי לי" — דער יחוד פון אידן (אני) מיט דעם אויבערשטן (דודי) וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך עבודת האדם למטה (אני), אַן עבודה וועלכע שטעלט זיך אויס בפרטיות אין פאַרשידענע קוים (לויט די התחלקות הקוים פון עולם): די שלשה עמודים (שעליהם העולם עומדמג) פון תורה, עבודה וגמילות חסדים (קו הימין, קו השמאל וקו האמצעי), און עבודת התשובה וואָס טוט אויף אַז די מעשים פון תורה עבודה וגמ"ח זאָלן זיין „מעשים טובים"מד, און ענין הגאולה — שלימות פון מעשינו ועבודתינומה, ווען עס וועט שטיין בגלוי די התאחדות פון אַלע פרטים אין דער נקודה אחת פון ישראל וקוב"ה כולא חד.
ויש לומר, אַז די פינף ענינים זיינען כנגד די חמשה שמות (ודרגות) שנקראות לה: נפש רוח נשמה חי' יחידהמו (און אין כללות העולמות: די ג' עולמות בי"ע, עולם הרביעי — אצילות, און בחי' החמישית — עולמות דא"ס): תורה עבודה וגמ"ח — כנגד נר"ן, תשובה — כנגד חי', און גאולה — כנגד יחידה, יחידה לייחדך. און למעלה פון די אַלע (פינף) ענינים איז דאָ די נקודה אחת דער עצם הנשמה אַליין (וואָס די חמשה שמות נקראות לה) — דער „אני", וואָס רופט אַרויס ומגלה דעם „אני לדודי ודודי לי", און ווי דאָס שטייט בגלוי אין די אַלע פרטים און קוים הנ"ל פון נשמה און סדר השתלשלות.
ד. לויט דעם איז אויך נאָכמער פאַרשטאַנדיק דעם אַלטן רבי'ס ביאורכט אַז די טעג פון חודש אלול זיינען ימי החול, ווייל דער גילוי פון די י"ג מדות הרחמים בחודש אלול איז ע"ד משל פון אַ „מלך בשדה", וואָס „מקבלין פניו בשדה ואז רשאין כל מי שרוצה לצאת להקביל פניו והוא מקבל את כולם בסבר פנים יפות ומראה פנים שוחקות לכולם"כט — ווייל די עבודה פון „אני לדודי ודודי לי" (אלול) — די התאחדות פון אַ אידן מיטן אויבערשטן — נעמט דורך און ווערט פאַראיינציקט מיט דער מציאות פון אַ אידן — „אני" — ווי ער געפינט זיך אַ מציאות אין עולם (אין שדה), און אין דעם מצב ווערט דער גילוי פון („אני לדודי" ר"ת) „א"ל ה' ויאר לנו", „באור פני מלך חיים"מז, באופן אַז דאָס ווערט נמשך אויך אין די ענינים גשמיים פון אַ אידן, וואָס דעמולט ווערט די אמת'ע אחדות מיטן אויבערשטןמח,
ואדרבה — די כוונה עליונה איז אַז די נשמה זאָל אַראָפּקומען דוקא אין „שדה", אין אַ גוף גשמי בעולם הזה הגשמי, אַלס אַ מציאות פון „אני", און עס זאָל זיין די עבודה פון „אני לדודי" (וואָס רופט אַרויס דעם „ודודי לי"), און אויך למטה זאָל שטיין בגלוי די שלימות ההתאחדות פון אַ אידן מיטן אויבערשטן („אני" און „דודי") — וואָס דוקא ווי אַ693איד איז אַ נשמה בגוף, אַ יש הנברא („אני") אין עוה"ז התחתון, ווערט נתגלה זיין כח נעלה, אַז ער טוט אויף „אני לדודי" און „ודודי לי", די התאחדות פון דעם יש הנברא מיטן יש האמיתי, ביז אַז דורך דעם קומט „ודודי לי" אין גילוי הנשמה — ע"ד הנשמה ניזונית מן הגוף (ווי ס'וועט זיין לע"ל)מט,
ביז אַז דער איד איז דאָס ממשיך אויך אין „שדה" (גשמיות העולם), און ניט דורך ביטול מציאות העולם, נאָר מגלה זיין ווי יעדער נברא ברענגט אַרויס אחדותו וכבודו של הקב"ה (וכמאחז"ל כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודונ), ה' ימלוך לעולם ועדנא.
און נאָכמער: אויך דעם חלק העולם (און די מענטשן וואָס געפינען זיך אין דעם חלק) וואָס איז לפי שעה ווי אַ „מדבר", אשר לא ישב אדם שםנב, „ארץ לא זרועה שהם המעשים והדיבורים והמחשבות אשר לא להוי' המה"נג — איז מען מהפך (דורך עבודת התשובה) צו אַ מקום ישוב האדם, אדם העליון, און אַ דירה בתחתונים, ביז אַ דירה נאה שמרחיבה דעתו של אדםנד העליוןנה כביכול, ואדרבה — דוקא אין מדבר ווערט נתגלה דער יש האמיתי, בחי' מדבר דקדושה, וואָס איז העכער פון ציור אדם פון סדר השתלשלותנו.
און דאָס איז אויך מתאים מיט דעם מנהג ישראלנז אַז בחודש אלול ווינטשן אידן איינער דעם צווייטן אַ „כתיבה וחתימה טובה", וואָס דאָס איז כולל — ברכות אין אַלע צרכים רוחניים און גשמיים, ואדרבה — דער עיקר הדין בראש השנה איז אויף ענינים גשמייםנח.
ובפרט ווען מ'שטייט אין אַ שבת בחודש אלול, וואָס די מצוה פון עונג שבת (און שמחה — וביום שמחתכם אלו השבתותנט) איז (ועיקר) אין ענינים גשמיים — בשר שמן ויין ישן, וועלכע קומען דורך דער הכנה ועבודה פון אַ אידן („אני") בערב שבת — מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת.
ה. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַשטיין דעם קשר פון חודש אלול מיט פ' כי תבוא:
„כי תבוא אל הארץ אשר ה' אלקיך נותן לך נחלה וירשתה וישבת בה וגו'" גיט אַרויס דער תוכן כללי פון עבודת האדם — בדוגמא די עבודה הנ"ל פון חודש אלול, „אני לדודי ודודי לי":
„הארץ אשר ה' אלקיך נותן לך" גייט אויף דעם וואָס דער אויבערשטער גיט אידן מלמעלה באתעדל"ע (ע"ד די י"ג מדות הרחמים בחודש אלול), ובעבודת הנפש איז דאָס „ארץ" (על שם שרצתה לעשות רצון קונהס) דער רצון הפשוט וואָס יעדער איד האָט צו מקיים זיין694רצון ה', וואָס דאָס באַקומט ער בדרך מתנה מלמעלה (ה' אלקיך נותן לך)סא;
און די כוונה איז אָבער אַז עס זאָל זיין „כי תבוא אל הארץ" דורך עבודת האדם בכח עצמו, „אני לדודי", כי נאָכמער — „וירשתה וישבת בה", דער כיבוש הארץ שבע עממין, בירור הז' מדות [ביז כיבוש עשר עממין — אויך די ג' מוחין]סב, און „וישבת בה" מיט אַ התיישבות — מדה כנגד מדה — מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתוניםסג.
און אין ארץ גופא — וואָס גייט אויף כללות העבודה בעולם — דאַרף זיין „ולקחת מראשית כל פרי האדמה אשר תביא מארצך גו'", נעמען פון די פירות גשמיים וואָס וואַקסן אין דער לאַנד (שדה), און אויסקלייבן „מראשית כל פרי האדמה", „מראשית ולא כל ראשית"סד, וואָס דאָס אונטערשטרייכט די הוספה וואָס ווערט דורך עבודת האדם („אני"), אַז פון אַלע פירות וועלכע זיינען „ראשית" מצ"ע (וויבאַלד זיי זיינען געגעבן געוואָרן דורך דעם אויבערשטן) — קלייבט אַ איד אויס „מראשית" (ראשית שבראשית), ועד כדי כך איז דער חידוש פון דער עבודה — אַז מ'איז שולל „ולא כל ראשית", ע"ד ובדוגמת החילוק צווישן דער עבודה בעניני חול (לשם שמים) און דער עבודה בעניני קדושה (ביכורים לה'"),
און „ושמת בטנא", טנא ר"ת טעמים נקודות אותיותסה — אַז אַ איד ע"י עבודתו (ושמת אתה — „אני") „לייגט אַריין" און מ'איז מגלה ווי כל עניני העולם זיינען פאַרבונדן און ברענגען אַרויס (כבודו של הקב"ה, אין כבוד אלא) תורהסו (טעמים נקודות ואותיות התורה); און „והלכת אל המקום אשר יבחר ה' אלקיך גו' והנחת לפני ה' אלקיך" — אַז ער הויבט אויף די דברים תחתונים שבעולם און מאַכט פון זיי קדושה — ביכורים לה'סז. [ביז אַז ער איז אויך מהפך די ענינים בלתי רצויים שבעולם — לטוב וברכה, כמרומז אין דער אמירת וידוי במצות ביכורים: „השקיפה ממעון קדשך מן השמים וברך את עמך את ישראל ואת האדמה גו'", כמאחז"לסח „כל השקפה שבתורה ארורה וזה לשון ברכה"].
און די עבודה ווערט אויפגעטאָן דורך אַ אידן, וואָס אידן ווערן אָנגערופן ביכורים פון דעם אויבערשטן, כד־695כתיבסט „קדש ישראל לה' ראשית תבואתה", אידן זיינען ראשית פון כל העולם — כמאחז"לע „בראשית, ב' ראשית, בשביל ישראל שנקראו ראשית ובשביל התורה שנקראת ראשית", ביז אַז (די ראשית פון) ישראל איז קדמו אויך לתורהעא (ראשית שבראשית), ביז אַז אידן זיינען בעה"ב אויף תורה און האָבן בכח צו מחדש זיין אין תורהעב ביז אַז תורה נקראת על שמועג — די תורה שניתנה מלמעלה (תושב"כ שניתנה מפי הגבורה), און תושבע"פ פון תנאים ואמוראים כו' — ווערט אָנגערופן על שמו פון דעם אידן („אני") וואָס לערנט די תורה. ועאכו"כ אַז ער איז „ראשית" און בעה"ב אויף כל העולם כולו.
און דעריבער האָט אַ איד דעם כח צו מאַכן פון די פירות הארץ — ביכורים לה'. ואדרבה — דוקא דורך דער עבודה פון אַ אידן אין עוה"ז הגשמי וואָס ער מאַכט פון דער וועלט ביכורים לה', ווערט נתגלה דער עילוי און כח פון אַ אידן — „אני", ביז דער עילוי פון „אני לדודי ודודי לי", ישראל וקוב"ה כולא חדעד, „ראשית" כל הענינים כולם, אפילו בערך לתורה, וכידוע אַז דוקא בארץ התחתונהעה אַלס אַ נשמה בגוף, איז אַ איד ביכולת צו פסק'נען אַ הלכה בתורהעו (ביז אַז אויך למעלה איז מען „געבונדן" מיט דעם פס"ד פון ב"ד שלמטהעז).
ו. דאָס אויבנערקלערטע האָט אויך אַ שייכות מיט דעם ענין פון חתונה (וואָס איצטער שטייט מען כנ"ל אין די שבעת ימי המשתה פון די ימי חתונה י"א וי"ג אלול):
696„אני לדודי ודודי לי" איז בפשטות דער יחוד פון חתן וכלה, באופן פון „והיו לבשר אחד"עח. וכידוע אַז יעדע חתונה באַ אידן, עאכו"כ אַ חתונה פון אַ אדם כללי נשיא הדור, דערמאָנט און איז פאַרבונדן ומעין פון דער „חתונה" (נישואין) צווישן אידן מיט דעם אויבערשטן [וואָס אויף דעם איז מרמז, כידוע, תוכנו פון שיר השירים, כולל פסוק הנ"ל „אני לדודי ודודי לי"], ווי ס'וועט זיין בשלימות לע"לעט.
[ועפ"ז יש להוסיף ביאור אין דעם וואָס שטייט אין אחרוניםפ אַז חודש אלול כולו (אויך חלק השני שבו), וואָס מזלו איז בתולה, איז מסוגל אויף מאַכן אַ חתונה],
ובפרטיות ווערן די קידושין („אני לדודי ודודי לי") אויפגעטאָן „בכסף ובשטר ובביאה*81), כנגד די ג' קוים תורה עבודה וגמ"חפב, ביז דער יחוד פנימי (ע"ד „כי תבוא אל הארץ וירשת וישבתה בה", און ברענגען „מראשית כל פרי האדמה", ראשית שבראשית — ע"ד מעלת הנישואין לגבי אירוסין), און אין דעם איז אויך דאָ דער ענין התשובה והגאולה — כידוע אַז יום החופה איז בדוגמת יוהכ"פ, „זמן תשובה לכל כו' והוא קץ מחילה וסליחה לישראל"פג, און יעדע חתונה איז בדוגמת די נישואין דלע"ל — ווי מ'זאָגט אין „שבע ברכות": „מהרה ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים כו' קול חתן וקול כלה וגו'"פד. [ולהוסיף אַז די חמשה קולות שבכתוב זיינען כנגד די חמשה דרגות הנ"ל (די ג' קוים און תשובה וגאולה, כנגד נרנח"י)].
און דער עילוי פון „אני לדודי ודודי לי" דורך אַ חתונה — ווערט אויפגעטאָן דוקא דורך נשמות בגופים אין עוה"ז הגשמי, כמבואר אין דעם המשך שמח תשמח הגדולפה (וואָס איז געזאָגט געוואָרן בעת דער חתונה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר) דער גודל העילוי פון דעם זיווג גופני בנישואין, וואָס דערפאַר דריקט זיך עס אויס אין אַ שמחה גופנית ע"י עבודת האדם, וואָס דוקא זי ברענגט די שמחה העצמית דא"ס, וועלכע איז פורץ כל הגדרים, אויך די גדרים (רוחניים) שלמעלה.
ז. ובהמשך צו דער חתונה (בט"ו אלול — אין די שבעת ימי המשתהפו פון דער חתונה) פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בי"ג אלול האָט דער רבי נ"ע מייסד געווען (בט"ו אלול) ישיבת תומכי תמימים און ממנה געווען כ"ק מו"ח אדמו"ר אַלס מנהל פועל, ויש לומר מהטעמים לזה — ווייל דער תכלית פון נישואין איז — „פרו ורבו ומלאו אתה ארץ וכבשוה"פז, הולדת בנים ובנות [בדוגמת פירות וואָס וואַקסן אַרויס דוקא דורך הזריעה בארץ — ע"ד ירידת הנשמה בגוף — און697דערפון ברענגט מען ביכורים לה'פח], וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן במיוחד דורך אַ ישיבה („וישבתה בה"), כמאחז"ל תלמידים קרויים בניםפט, וכל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדוצ, וואָס דורך דעם ווערט אויסגעפירט בשלימות בגשמיות העולם דער יחוד פון „אני לדודי ודודי לי" ע"י הנישואין.
ובפרטיות — איז דורך התייסדות ישיבת תומכי תמימים צוגעקומען אַ חידוש אין אַלע קוי העבודה פון תורה עבודה וגמילות חסדים, און קו התשובה וקו הגאולה:
תורה: אין דער ישיבה איז נתחדש געוואָרן דער סדר קבוע פון לימוד נגלה דתורה און לימוד פנימיות התורה, תורת החסידות (ביכורים שבתורה), און ווי אַ תורה אחת (תורה תמימה)צא, וואָס דורך דעם קומט צו אין ביידע חלקי התורה (ווי גערעדט מערערע מאָל).
תפלה — כידוע די הדגשה און חידוש וואָס איז צוגעקומען דורך דער ישיבה אין עבודת התפלה [אַלס הכנה צו לימוד התורה, און אויך בהתבוננות וכוונות התפלה אַלס תוצאה פון לימוד החסידות — וכמ"שצב דע את אלקי אביך ועבדהו בלבב שלם, ואיזהי עבודה שבלב זו תפלהצג], וכמבואר בארוכה אין קונטרס התפלה און קונטרס העבודה פון דעם רבי'ן נ"ע.
גמילות חסדים — ווי דער מייסד הישיבה האָט מדגיש געווען כמה פעמים, אַז די תלמידי הישיבה דאַרפן זיין „נרות להאיר" בכל העולם כולו, און דורך דער ישיבה איז נאָך שטאַרקער דורכגעפירט געוואָרן — און ס'איז צוגעקומען אַ שלב חדש אין דער עבודה פון — „יפוצו מעינותיך חוצה"צד.
תשובה: נוסף אויף דעם וואָס שלימות התשובה (תשובה עילאה) איז דורך לימוד התורהצה (ובפרט פנימיות התורה) — איז ידוע די שיחה פון דעם רבי'ן נ"ע צו די תלמידי הישיבה ד"ה כל היוצא למלחמת בית דודצו — אַז די תלמידי הישיבה זיינען „חיילי בית דוד" וועלכע וועלן „ראַטעווען דעם מצב פון כלל ישראל פון די אויבי ה' און די חורפי עקבות משיחך דורך הרבצת התורה ביראת שמים און דורך התעוררות לתשובה".
גאולה: דורך דער הוספה אין יפוצו מעינותיך חוצה וועלכע איז צוגעקומען דורך דער ישיבה (כנ"ל) — ווערט ניתוסףזי בקיום וזירוז הבטחת משיח698צום בעש"טצח: אימתי קאתי מר, כשיפוצו מעינותיך חוצה.
ח. עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק די שייכות מיט ח"י אלול (וועלכער ווערט געבענטשט פון דעם שבת) — כידוע אַז דעמולט איז געווען דער יום ראשון פון לימודים אין דער ישיבהצט, און דער מייסד הישיבה (אין זיין מאמר הפתיחה בקשר מיט התחלת הישיבה בח"י אלולק) האָט פאַרבונדן די התייסדות הישיבה מיט דער יום הולדת פון די שני המאורות הגדולים בח"י אלול, דער בעש"ט און דער אַלטער רבי, און האָט געזאָגט אַז „מיט דער התחלה אין דער ישיבה (ביום ח"י אלול) כו' צינד איך אָן דעם נר תמיד פון די מאורות, וואָס דער בעש"ט און די רביים האָבן אונז מנחיל געווען".
וכמובן בפשטות, אַז דער יום הולדת פון די שני המאורות הגדולים, דער בעש"ט (מייסד חסידות הכללית) און דער אַלטער רבי (מייסד חסידות חב"ד) — ווען מזלם גוברקא — גיט צו כח אין דער התייסדות הישיבה און פעולת הישיבה. ובפרט ע"פ הידועקב אַז „ח"י אלול גיט אַ חיות אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי" (עבודה בכח עצמו — וואָס איז במיוחד אויפגעטאָן געוואָרן דורך דעם אַלטן רבי'ן מייסד תורת חסידות חב"דקג), און אין דער עבודה פון חודש אלול בכלל — אין די אַלע שלשה קוים, און אין תשובה וגאולה.
ט. ויש לקשר זה אויך מיט די היינטיקע פרקים בפרקי אבות —
פרק ג' וד': ג' וד' זיינען מרמז אויף דעם יחוד פון משפיע ומקבל (גמול דלים)קד, „אני לדודי ודודי לי" וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך החתונה. ויומתק בזה אַז ג' ד' איז אותיות „גד", שענינו מזלקה — וואָס איז מאיר בפרט ביום החתונה (מזל טוב), ועד"ז ביום הולדת דח"י אלול.
און דער תכלית פון יחוד ג' ד' איז — אַ הולדה חדשה, הולדת בחי' חמישית לפרעה (שלמעלה מג' וד'), כמרומז אין פרק חמישי, וועלכער הויבט זיך אָן: בעשרה מאמרות נברא העולם, וידועה תורת הבעש"ט (געבראַכט אין אָנהויבס שער היחוד והאמונה) אויף „לעולםקו ה' דברך נצב בשמים", אַז די התהוות הבריאה מאין ליש ווערט באַנייט בכל רגע ורגע, וי"ל באופן נעלה יותר בשעת ס'איז דאָ די הולדה דורך יחוד משפיע ומקבל, כולל — דורך אַ חידוש וואָס קומט צו דורך עבודת האדם אין (קיום פון) די עשרה מאמרות שבתורה (דורך די התייסדות פון אַ ישיבה חדשה), וואָס דורך דעם קומט צו אַ חידוש מיוחד אין דעם „נברא העולם", כמאמרקז אסתכל699באורייתא וברא עלמא כך בר נש עסיק באורייתא וקיים עלמא.
אָנהויבנדיק פון דעם חידוש וואָס יכול (ע"פ תורה — ובמילא) ווערט פון דעם „מאמר אחד (וואָס) יכול להבראות" — כהפירוש ספירת הכתרקח, שלמעלה מעשרה מאמרות, ווערט עס דערנאָך נמשך אין די עשרה מאמרות, ביז אין „מאמר אחד" בפירושו ספירת המלכותקח, דער סך־הכל פון די עשרה מאמרות, וואָס „כתר עליון איהו כתר מלכות"קט.
און דאָס ווערט נמשך סיי אין דעם קו פון עבודת „צדיקים" (ליתן שכר טוב לצדיקים שמקיימים את העולם שנברא בעשרה מאמרות), און אויך „להפרע כו'" — עבודת התשובה. ביז מ'קומט צום סיום פון פרק ששי — „ה' ימלוך לעולם ועד".
י. וי"ל די הוראה מהאמור לעיל בנוגע לפועל:
שטייענדיק אין די שבעת ימי המשתה פון די ימי החתונה (י"א אלול וי"ג אלול), און בהמשך צו יום התייסדות ישיבת תומכי תמימים,
— וואָס בשנה זו ווערט צ"ב שנה זינט דער התייסדות הישיבה, און אַ יובל שנים (חמשים שנה) זינט די ישיבה איז איבערגעפלאַנצט געוואָרן אין חצי כדור התחתון (אין אַרצות הברית) —
נוסף אויף דעם וואָס ס'איז חודש אלול, ובזה גופא — ערב ח"י אלול, וועלכער גיט אַריין אַ חיות אין דער עבודה פון חודש אלול —
איז נכון ומתאים ביותר אַז יעדערער זאָל מוסיף זיין אין זיין עבודה אין די שלשה עמודים תורה עבודה וגמילות חסדים.
ובפרטיות: מוסיף זיין אין לימוד התורה בכלל, ובפרט אין תורת החסידות, וואָס האָט אַ שייכות מיוחדת צו די ימים במיוחד [נוסף אויף דער שייכות פון חודש אלול בכלל צו לימוד פנימיות התורה — וויבאַלד אַז דעמולט איז דער גילוי פון „באור פני מלך חיים", „בקשו פני את פניך הוי' אבקש"קי (בחי' יחידה)קיא, וואָס דער כלי אויף דאָס מקבל זיין איז במיוחד דורך לימוד פנימיות התורה (סתים דאורייתא), וואָס דורך דעם נעמט מען סתים דקוב"הקיב, ובפרט דורך תורת החסידות — בחי' יחידהקיג].
אַ הוספה אין לימוד החסידות פון רבותינו נשיאינו בכלל, ובפרט — בתורת החסידות פון דעם בעש"ט און פון דעם אַלטן רבי'ן, און פון דעם רבי'ן נ"ע, כולל — לערנען זיין שיחה הנ"ל ד"ה כל היוצא למלחמת בית דוד, און ספּעציעל — אין די דרושי חסידות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו,
כולל ובמיוחד — בקשר מיט דער חתונה — לערנען די דרושי חתונה פון רבותינו נשיאינו וועלכע זיינען מבאר ענין החתונה, ובפרט — די דרושי חתונה וועלכע זיינען געזאָגט געוואָרן בקשר מיט דער חתונה פון כ"ק מו"ח700אדמו"ר, אָנהויבנדיק פון דעם המשך הידוע שמח תשמח הגדול.
ומה טוב — אַז נוסף צו דער אייגענער הוספה בלימוד החסידות, זאָל מען איינשטעלן בכל מקום האפשרי נייע שיעורים ברבים אין לימוד החסידות (נוסף אויף מחזק ומוסיף זיין אין די שיעורים הקבועים מכבר).
אין דעם קומט צו נאָכמער חיות — מצד דעם ספר חדש וואָס האָט זיך איצטער אָפּגעדרוקט (און אָנגעקומען פון בינדער בערב שבת) — כטבע האדם אַז אַ דבר חדש רופט אַרויס ספּעציעלע חיות און חביבות — ספר דרושי חסידות פון דעם מיטעלן רבי'ןקיד.
ובהשגחה פרטית — רעדט זיך גלייך בהתחלת הספר וועגן אַן ענין פון חתונה: בביאור ענין הדלקת המנורה — איז ער מבאר אַז דערביי שטייטקטו ויקחו אליך (אל משה), אע"פ וואָס די הדלקה איז געווען דורך אהרן — ווייל דערצו האָט מען געדאַרפט האָבן משה ואהרן, שושבינא דמלכא און שושבינא דמטרוניתאקטז. „והענין הוא עד"מ השושבינין שמביאים ומייחדים החתן וכלה, ויש שושבינין א' המיוחד להביא הכלה לחדר החתן ליחוד, ושושבינין הב' שמביא את החתן אל הכלה. וזהו רק בשעת וזמן יום החתונה, והוא כמו ענין הדלקת נרות כו'".
ונוסף אויף דער הוספה אין לימוד התורה, ובפרט בתורת החסידות — זאָל מען אויך מוסיף זיין אין עבודת התפלה, כמבואר באחרוניםקיז אַז בחודש אלול איז אַ זמן המתאים צו מרבה זיין בתפלות ותחנונים, ובפרט בקשר מיט תורת החסידות און התייסדות ישיבה — וואָס איז פאַרבונדן במיוחד מיט עבודת התפלה, כנ"ל.
און אויך — מוסיף זיין אין צדקה, כמנהג ישראל להרבות בצדקה בחודש אלולקיח, ובפרט בימים אלו, כולל — די צדקה ברוחניות פון זיין „נרות להאיר" און באַלייכטן די וועלט, „לשכן שמו שם", אויף מפרסם זיין אלקות אין וועלטקיט, דורך הפצת התורה והיהדות און בפרט — הפצת המעינות חוצה.
יא. אין פאַרבונד מיט די שבעת ימי המשתה און די התייסדות הישיבה — וואָלט אויך געווען אַ דבר המתאים אַז אין די טעג זאָל מען מאַכן חגיגות — חסיד'ישע פאַרברענגענישן, בכל מקום ומקום וואו עס געפינט זיך ישיבת תומכי תמימים, אָנהויבנדיק פון דער מקום הישיבה המרכזית דאָ אין ברוקלין ניו יאָרק, ועד"ז אין ארץ ישראל און אין יעדער אָרט וואו ס'איז דאָ אַ סניף פון דער ישיבה (אָנגערופן מיטן נאָמען „תומכי תמימים" אָדער „אחי תמימים" וכיו"ב).
און מאַכן די חגיגות ברוב עם הדרת מלך, ובהשתתפות פון אַלע די וואָס האָבן געלערנט אין דער ישיבה בעבר (וואָס קדושה לא זזה ממקומה — איין מאָל אַריין אין דער ישיבה פאַרבלייבט די השפעה לעולם ועד, במשך דעם701גאַנצן לעבן, ובאופן פון מוסיף והולך ואורקכ), אָדער די וואָס שיקן זייערע קינדער אין דער ישיבה, אָדער וועלכע זיינען איינגעווירקט געוואָרן דורך דער ישיבה ותלמידי הישיבה, ועאכו"כ די וואָס לערנען אין דער ישיבה בהוה.
און ס'איז כדאי ממשיך זיין די חגיגות ביז ח"י אלול, ועד בכלל, ומה טוב (אין די ערטער וואו מ'קען עס דורכפירן) — אויך אין די ימים שלאחרי זה, בכל מקום לפי ענינו. און מיט אַ שטורעם גדול, אַזוי אַז די חגיגות זאָלן זיין דער עיקר העבודה פון די טעג, ביז אַז מ'זאָל קענען זאָגן — אַז כאילו לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באלולקכא וכיו"ב!
— ס'איז זעלבסטפאַרשטענדיק, אַז מיט די חגיגות דאַרפן אָנפירן הנהלת הישיבה (אַזוי ווי זיי דאַרפן אָנפירן מיט אַלע עניני הישיבה) — די הנהלה וואָס דער מנהל פועל פון דער ישיבה האָט ממנה געווען בחיים חיותו בעלמא דין, אָנהויבנדיק פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וועלכער איז באַשטימט געוואָרן אַלס מנהל פועל דורך זיין פאָטער דער רבי נ"ע (כנ"ל), און ער האָט דאָס מקיים געווען במשך אַ ריבוי שנים, און אויך דערנאָך — ווען ער איז געווען דער נשיא ממלא מקומו (לאחרי הסתלקות אביו בשנת תר"פ), איז ער געבליבן דער מנהל פועל באופן קיים ונצחי, און ער האָט געזאָגט אַז ער פאַרלאָזט עס ניט ח"וקכב, נאָר וויבאַלד אַז מ'האָט געדאַרפט האָבן אַז מען זאָל זיך דערמיט אָפּגעבן באופן דנשמה בגוף, האָט ער ממנה געווען זיין עלטערן איידעם, חתנו כבנוקכג, אַלס דער מנהל פועל, תחת המנהל פועל כ"ק מו"ח אדמו"ר, און כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אים געגעבן די כחות אויף דורכפירן דעם תפקיד, ווי ער האָט דאָס בפועל דורכגעפירט במשך חיים חיותו בעלמא דין, און אויך דערנאָך — איז פעולתו נמשכת, בנוסף אויף דער פעולה נמשכת עד היום הזה פון דעם מנהל פועל כ"ק מו"ח אדמו"ר,
ובפרט דורך דער הנהלה וועלכע חתנו האָט ממנה געווען און אָנפאַרטרויט, וואָס זיי זיינען ממשיך אָנפירן מיט דער עבודה ומתוך מסירות נפש און זיינען מצליח בזה, און האָבן אויף דעם די כחות וואָס דער מנהל פועל — כ"ק מו"ח אדמו"ר — האָט זיי געגעבן און איז זיי ממשיך געבן.
סיי די הנהלה רוחנית און סיי די הנהלה גשמית [ולהעיר, אַז די הנהלה רוחנית און הנהלה גשמית דאַרפן זיין באַזונדערע הנהלות. ולאידך — איז אַ דבר המוכרח אַז זיי (עכ"פ די עומדים בראש פון ביידע וועד'ים) זאָלן זיך צוזאַמענטרעפן מזמן לזמן, און בכדי עס זאָל זיין מיט מער הצלחה — איז אויך כדאי אַז זיי זאָלן ממנה זיין אַ וועד משותף וועלכער באַשטייט פון עטלעכע מענטשן פון ועד הרוחני און עטלעכע פון ועד הגשמי].
702עפ"ז איז מובן, אַז די הנהלת הישיבה — הנהלה המרכזית, און אַזוי אויך די הנהלה בכל מקום ומקום, וועלכע זיינען נתמנה געוואָרן און פירן דורך זייער תפקיד שוין כו"כ שנים — זאָלן אָנפירן מיט די חגיגות הנ"ל [נאָר דערצו וועט יעדערער המתאים זיכער בעטן צו העלפן די חברי ההנהלה אין דורכפירן די חגיגות ע"פ הוראות ההנהלה].
יב. ועוד: בקשר מיט די חגיגות פאַרבונדן מיט דער ישיבה — איז אויך כדאי מ'זאָל אָפּדרוקן אַן ענין מיוחד אין חסידות, וואָס דאָס זאָל נאָכמער צוגעבן אין לימוד החסידות. כולל ובפרט איז כדאי אַז מ'זאָל אָפּדרוקן די שיחה הנ"ל פון דעם רבי'ן נ"ע ד"ה כל היוצא למלחמת בית דוד, וואו ער רעדט וועגן דעם תפקיד פון תלמידי הישיבה — על מנת אַז מ'זאָל דאָס לערנען פון־דאָס־יי, לימוד על מנת לעשות, נוסף צו דער הוספה אין לימוד החסידות בכלל, כנ"ל.
יג. ס'איז אויך אַ דבר נכון ביותר — אַז נוסף צו באַשטימען נייע שיעורי תורה ושיעורי חסידות בכל מקום האפשרי (כנ"ל) — אַז מ'זאָל זיך משתדל זיין צו אויפשטעלן בכל מקום המתאים אַ נייעם סניף פון ישיבת תומכי תמימים (דורך אויפשטעלן אַ נייע ישיבה ממש, אָדער געבן דעם נאָמען תומכי תמימים צו אַ ישיבת חב"ד וועלכע איז שוין דאָרטן פאַראַן) — כמובן, מיט רשות בכתב פון דער הנהלה המרכזית פון ישיבת תומכי תמימים אין ברוקלין, וואָס זיי וועלן מברר זיין צי דער מקום איז פּאַסיק (מצד מהות ההנהלה און מהות התלמידים וכו') צו דאָרט אויפשטעלן אַ ישיבה מיטן נאָמען „תומכי תמימים ליובאַוויטש".
יד. ויה"ר אַז די חסיד'ישע פאַרברענגענס, בתוך דער הוספה פון מעשינו ועבודתינו בכלל — זאָל נאָכמער צואיילן די גאולה האמיתית והשלימה, ווען מ'וועט אַלע צוזאַמען פּראַווען אַ חסיד'ישן פאַרברענגען מיט הקיצו ורננו שוכני עפרקכד רבותינו נשיאינו, וואָרום צוזאַמען מיט משיח צדקנו וועלכער זאָגט „שמרה נפשי כי חסיד אני"קכה און תהלתו דהשם בקהל חסידיםקכו, צוזאַמען מיטן אויבערשטן — חסידו של עולם, ועתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים כו'קכז, ומתוך שמחה גדולה, וועלכע איז פורץ אַלע גדרים — בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, יעלה הפורץ לפנינוקכח, וועלכער וועט לערנען מיט אַלע אידן פנימיות התורהקכט, סוד טעמי' ומסתר צפונותי'קל, ביז אַז מלאה הארץ דיעה את ה' כמים לים מכסיםקלא.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ט, חלק ב
- Id
- rh-wtewdy9t