עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

מכתב י"א ניסן תשמ"ט

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

י"א ניסן, ה'תשמ"ט

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

בהמשך צום בריוו פון ראש־חודש ניסן, און שטייענדיג געציילטע טעג פאַר פסח, איז כדאי צו אַריינטראַכטן זיך אין אייניגע נקודות וועלכע זיינען באַרירט געוואָרן אין דעם פריערדיגן בריוו, בפרט די נקודה וואָס ברענגט אַרויס דעם ספעציעלן פאַרבונד צווישן עיבור־יאר און פסח (ווי הייאר).

אין דעם צוזאַמענהאַנג איז אונטערשטראָכן געוואָרן דער לימוד פון עיבור־יאָר אין דעם זין פון משפיע, „געבער" (— די זון, וועלכע שיינט אָפּ איר פולן פנים ליכטיקייט) און מקבל, „נעמער" (די לבנה, וועלכע שפּיגלט אָפּ די ליכטיקייט וואָס זי באַקומט פון דער זון).

די נקודה אין דעם איז, אַז די זון און די לבנה זיינען צוויי פאַרשידנאַרטיקע באַשעפּענישן — וועמען דער באַשעפער ברענגט צוזאַמען אין איין געמיינזאַמע צייטרעכענונג און אַן איינגעשטעלטן סדר, וואָס דוקא דורך ביידן (זון און לבנה) צוזאַמען ווערט דערפילט די ג־טלעכע כוונה, אַז פסח זאָל שטענדיק אויסקומען אין חודש האביב וכו'.

און אַזוי איז דאָס אויך אין מענטשלעכן לעבן, וואו עס זיינען פאַראַן „געבערס" און „נעמערס", וועלכע זיינען לכאורה באַזונדערע וועלטן, אָבער אין תוך גענומען777איז דער געבער גלייכצייטיק אויך אַ נעמער, און דער נעמער איז גלייכצייטיק אויך אַ געבער, וואָס די ג־טלעכע השגחה ברענגט זיי צוזאַמען, כדי אַז דורך ביידע צוזאַמען זאָל דערפילט ווערן די ג־טלעכע כוונה, און דערביי איז אדרבה, דער „נעמער" גיט צום „געבער" מער ווי דער געבער גיט דעם „נעמער". ווי דאָס איז אויך דער פאַל מיט אַן עיבור־יאָר וואָס איז גרעסער פון אַ זון־יר

און דאָ קומט דער המשך צו פאַרשטיין טיפער די שייכות פון משפיע און מקבל איינער צום צווייטן.

באַ אידן איז, אַז אין דעם ענין פון משפיע און מקבל האַנדלט זיך וועגן אַ גאָר טיפער שייכות — אַ שייכות, וואָס ביידע צוזאַמען, דער משפיע און דער מקבל, ווערן איין גאַנצע זאַך, איין מציאות.

וויבאַלד אַז, ווי געזאָגט, דער ענין פון עיבור־יאָר איז ענג פאַרבונדן מיט פסח, געפינט מען די דערמאָנטע נקודה — די פאַראיינציקונג פון פאַרשידענע באַשטאַנד־טיילן וועלכע שאַפן איין זאַך — אין די ענינים פון פסח, ספּעציעל אין דעם ענין פון קרבן פסח (וואָס איז אויך אָנגעזאָגט געוואָרן ראש־חודש ניסן, אין מצרים, פּונקט ווי די מצוה פון עיבור שנים וקידוש חדשים).

דער קרבן פסח טיילט זיך אויס פון אַלע אַנדערע קרבנות, סיי פון אַ קרבן ציבור און סיי פון אַ קרבן יחיד, אין פאַרשידענע פרטים, וועלכע זיינען פאַרבונדן נאָר מיט דעם קרבן פסח.

איינער פון די פרטים איז, וואָס דער קרבן פסח האָט געדאַרפט צוגעגרייט ווערן ראשו על כרעיו ועל קרבו — „זיין קאָפּ מיט זיינע קני און מיט זיין אינגעווייד". דער אונטערשייד און מרחק פון קאָפּ און קני וכו' איז פאַרשטאַנדיג. און עס האָט זיך געפאדערט, אַז די אַלע באַשטאַנד־טיילן זאָלן זיין צוגעגרייט צוזאַמען און אין דעם זעלבן אופן.

778אויך האָט זיך געפאָדערט, אַז דער קרבן פסח זאָל זיין באַשטימט נאָר פאַר „מנויים" — די פאָרויסבאַשטימטע מענטשן, יחידים, וועלכע האָבן זיך פאַראייניגט אין איין איינהייט צו ברענגען און עסן דעם קרבן פסח אַלע צוזאַמען אין איין חבורה דוקא און איין מחיצה; פאַרשידן זיינען געווען די ביישטייערונגען, אָבער אַלע האָבן אים געגעסן צו זאַט (על השובע).

און די דאָזיקע פאַראייניקונג פון אידן, וועלכע איז געקומען צו אַ בולט'ן אויסדרוק אין דעם קרבן פסח, איז געווען די הכנה צו דער גאולה פון גאַנץ כלל ישראל — פון משה רבינו ביז דעם קלענסטן פון אידן — אַלע צוזאַמען זיינען אויסגעלייזט געוואָרן אין איין מינוט, בחצות הלילה, און די גאולה איז געקומען ניט דורך אַ מלאך און ניט דורך אַ שליח, נאָר דורך הקב"ה בכבודו ובעצמו, און אַלע זיינען אַרויס פון מצרים בעצם היום הזה — די זעלבע רגע — און ביד רמה (ל' יחיד).

ויהי רצון, אַז די אַריינטראַכטונג אין די אויבנדערמאָנטע ענינים, און די געמיינזאַמע הוראה פון פסח וועלכער איז חל אין אַן עיבור־יאָר (ווי הייאָר), זאָל נאָכמער פאַרשטאַרקן באַ יעדער איינעם און איינע די אַנערקענונג, אַז יעדער איד — מאַן, פרוי און קינד — איז אַ משפיע און אַ מקבל, און נאָכמער — געהערן צו גוי אחד, און נאָכמער — זיינען כאיש אחד, און נאָכמער — זיינען לב אחד.

אמת'ע אידישע אחדות איז, אַז מ'ווייס און מ'פילט אַז אַלע אידן זיינען ממש איין זאַך. במילא איז די באַציאונג פון איין אידן צו אַ צווייטן ממש ווי צו זיך אַליין, א. ז. וו.

779און דאָס וועט זיכער זיין די שלימות'דיקע הכנה צו דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

דאָס איז אויך דער אינהאַלט פון דער אינערלעכער בקשה פון דוד נעים זמירות ישראל צום אויבערשטן: תבא לפניך תפילתי, הטה אזנך לרינתי — זאָל מיין תפילה קומען צו דיר, דיין פנים, אַזוי אַז די תפילה (ל' חיבור) ווערט פאַרוואַנדלט אין רינה (געזאַנג) — השתפכות הנפש און התחברות מיטן אויבערשטן, צוזאַמענפליסונג פון דער נשמה מיט איר מקור הקדוש ברוך הוא.

וואָס דאָס איז אויך די נקודה אין „יציאת־מצרים" אַלע טאָג, אַרויסגיין — באַפרייען זיך — פון מצרים, מיצרים וגבולים, און ביז מ'פאַראיינציגט זיך מיט אין סוף ברוך הוא.

ביז מיר וועלן אַלע צוזאַמען זוכה זיין בקרוב ממש לגאולה האמיתית והשלימה, ביז — צו דעם קיום ההבטחה: כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות.

מ780ב"ה, יום א' פ' בחוקותי,

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ywnsx1ff

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#157 Sefer HaSichos ה'תשמ"ט, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here