עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ פינחס, י"ט תמוז ה'תשמ"ט

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

581משיחות ש"פ פינחס, י"ט תמוז ה'תשמ"ט

א. י"ט תמוז — דעם טאָג פון כניסת כ"ק מו"ח אדמו"ר לבריתו של אברהם אבינו ע"ה (אין שנת תר"ם) — איז פון די ערשטע טעג אין די „דריי וואָכן" פון „בין המצרים"א (שבעה עשר בתמוז ביז תשעה באב)ב.

וויבאַלד אַז אַלע זאַכן זיינען בהשגחה פרטית, על אחת כמה וכמה ענינים פאַרבונדן מיט אַ נשיא בישראל, איז פאַרשטאַנדיק אַז ס'איז דאָ אַ טעם און דיוק אין דעם וואָס דער יום הברית איז אויסגעקומען דוקא אין (אָנהויבס פון) „בין המצרים" [און דאָס איז נאָכמער בהדגשה — ווייל דער יום הולדת (און בשנים לאחרי זה — דער יום הגאולה) שלו איז געווען בי"ב תמוז, פאַר די טעג פון „בין המצרים"]; און וויבאַלד אַז דאָס איז דער יום הברית פון אַ נשיא בישראל, נשיא דורנו, וואָס הנשיא הוא הכלג — איז מובן אַז דאָס איז אויך אַן ענין כללי, וואָס איז נוגע צו אַלע אידן פון דעם דור.

לויט דעם פאָדערט זיך הסברה: דער אינהאַלט פון אַ ברית — וועלכע איז פאַרבונדן מיט אַ שמחה גדולהד — איז לכאורה פאַרקערט ווי „בין המצרים", אַ צייט אַ טרויעריקע באַ אידן, ווען מ'מאַכט ניט קיין שמחות, צוליב די אומגעוואונטשטע פּאַסירונגען וואָס האָבן געטראָפן צו דעם אידישן פאָלק אין די טעג, בעיקר — דער חורבן בית המקדשה, ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן דער (איצטיקער) ביטערער גלות.

ב. דער ביאור אין דעם:

וועגן דעם ענין פון „בין המצרים" האָט מען גערעדט מערערע מאָלו, אַז כאָטש די טעג זיינען בגלוי פאַרבונדן מיט אַ ירידה הכי גדולה, דברים בלתי רצויים וואָס האָבן דעמולט פּאַסירט, איז אָבער די כוונה אין דער ירידה — צורך עלי', בכדי צו דערגרייכן צו אַ העכערן אָרט און דרגא לגבי ווי ס'איז לכתחילה געווען (פאַר דער ירידה), כיתרון האור מן החושךז וואָס ווערט דורך אתהפכא חשוכא לנהוראח, ביז די עלי' פון דער גאולה האמיתית והשלימה, אַ גאולה שאין אחרי' גלותט (העכער פאַר דעם582מצב בבית ראשון ושני — קודם הירידה)י — וועלכע קומט דורך דעם וואָס דער העלם והסתר (פון גלות) רופט אַרויס אַ התגברות אין דער עבודה (מעשינו ועבודתינו) פון אַ אידן (מער ווי ס'איז געווען קודם הירידה), וועלכע ברענגט די גאולהיא.

און נאָכמער — (ניט נאָר וואָס די כוונה אין די „בין המצרים" און גלות בכלל איז צוליב די עלי', נאָר) די פנימיות און אמיתית פון די טעג גופא (אויך איצטער) איז דער טוב נעלה ביותר — די עלי' שבזה,

[ווי דאָס איז בנוגע צו די צומות אין אָנהויבס און סוף פון „בין המצרים" (שבעה עשר בתמוז און תשעה באב, און די ד' צומות בכלל), אַז בפנימיותיב זיינען זיי אַ „יום רצון לה'"יג, און אַן אויסדרוק פון דעם אויבערשטן'ס אהבה גדולה צו אידןיד. און דערפאַר, לעתיד לבוא במהרה, יהפכוטו ימים אלה „לששון ולשמחה ולמועדים טובים"טז (און ניט נאָר אַז זיי וועלן בטל ווערן), ווייל זייער תוכן פנימי לכתחילה (אויך איצטער) איז די אהבה גדולה],

נאָר דערווייל איז דער טוב בתכלית ההעלם וההסתר (און וועט נתגלה ווערן לעתיד לבוא), ווייל דער אויבערשטער וויל אַז דער גילוי דערפון זאָל אַרויסקומען דורך דער עבודה פון אַ אידן (מעשינו ועבודתינו), צו מזכך זיין די וועלט און איר מאַכן פאַר אַ „כלי" צו אויפנעמען דעם טוב הכי נעלהיז — וואָס דורך דעם ווערט נתגלה דער טוב פון די „בין המצרים" און גלות (דורך אַריינשטעלן אין אים דעם „אל"ף" פון אלופו של עולםיח) — די עלי' שלא בערך פון דער גאולה האמיתית והשלימה, שאין אחרי' גלות (און — אַז דער העלם שלפני זה איז נאָר געווען אַ הכנה והכשר צו דער גאולה).

און ווי דער צמח צדק איז מבאריט דעם פסוק אין מגילת איכהכ „השיגוה בין המצרים" לשבח (מצד די פנימיות הטוב וואָס איז אין דעם פאַראַן), אַז דורך דער עבודה פון אַ אידן אין דעם „מיצר" למטה, ביז דער „מיצר" פון גלותכא („בין המצרים" כפשוטו) — ווערט „נמשך מלמעלה מן המיצר העליון דלית מחשבה תפיסא בי' כלל".

583ובלשון הכתובכב — „מן המיצר ראתי יה ענני במרחב יה". דוקא דורך דעם וואָס „מן המיצר קראתי י־* ווערט „ענני במרחב יה", פון מרחב העצמי למעלהכג.

און גלייך ווי ס'איז דאָ דער „קראתי", ווערט דער „ענני"כד [ביז נאָכמער — אַז „טרםכה יקראו ואני אענה"כו], ע"ד ווי ס'איז מבוארכז בנוגע צו תקיעת שופר בראש השנהכח, אַז דאָס וואָס חז"ל זאָגןכט אַז „שנה שהיא רשה בתחלתה מתעשרת בסופה" (ע"ד מן המיצר קראתי גו' ענני במרחב), הויבט זיך אָן בסופה פון תק"ש אין סוף גלייך נאָך תקיעת שופר (בתחלת השנה).

[ובדוגמא לזה — בכל יום (ובפרט אין די טעג פון „בין המצרים"), וואָס יעדער טאָג בפרטיותל איז ענלעך צו אַ שנהלא, אַז בשעת התפלה („קראתי יה") בתחלת כל יוםלב, ווערט גלייך דער „ענני במרחב יה" תיכף ומיד

ג. דער ענין הנ"ל (גילוי פנימיות הטוב אין די „בין המצרים") שטייט בגלוי (אויך בזמן הזה) אין די שבתות פון „בין המצרים"לג, וואָרום דעמולט זיינען ניטאָ די דיני אבילות וצערלד (ווייל אין עצב עמהלה). ואדרבה — מצוה לענגולו (בעונג אכילה ושתי', בשר שמן ויין ישןלז), און „ביוםלח שמחתכםלט584— אלו השבתות". איז פאַרשטאַנדיק אַז דעמולט שטייט בגלוי נאָר דער צד הטוב והעלי' אין די „בין המצרים".

ואדרבה: זייענדיק אַ שבת אין די „בין המצרים" (ווען אין די ימי החול זיינען דאָ הגבלות אויף שמחה כו') — איז דעמולט דאָ (און עס דאַרף זיין) מער עונג ושמחה (ווי אין אַנדערע שבתות השנה), כיתרון האור מן החושך.

ובפרט ע"פ הביאור בפנימיות העניניםמ, אַז די שבתות פון „בין המצרים" זיינען בבחי' „מקדיםמא רפואה למכה"מב, וואָס דאָס באַווייזט אַז באמיתית הענין איז מלכתחילה ניט געווען קיין מכה, וואָרום די שבתות זיינען מגלה די פנימיות הענין פון גלות (אַז דאָס איז אַ הכנה והכשר צו) — די גאולה, ד. ה. אַז די שבתות אין „בין המצרים" זיינען ניט נאָר העכער פאַר חורבן וגלות (און דערפאַר איז דיני אבילות ניטאָ דעמולט), נאָר נאָכמער — די שבתות קומען אין „בין המצרים" אויף זיי מהפך זיין ומגלה זיין פנימיות הכוונה שלהם — יהפכו ימים אלה לששון ולשמחה כו'.

ד. ועד"ז יש לומר בנוגע צו דעם יום הברית פון י"ט תמוז (אַ יום שמחה גדולה), אַז דאָס איז ניט קיין ענין הפכי פון די „בין המצרים", נאָר אדרבה — דאָס גופא איז דער אמת'ער תוכן פון די „בין המצרים", וואָרום די פנימיות פון די טעג פון „בין המצרים" איז — ימי ששון ושמחה ומועדים טובים.

ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס דער יום הברית ו"תחלת כניסת נפש זו הקדושה"מג פון אַ נשיא בישראל — די שלימות פון יום הולדת שלומד (בי"ב תמוז) — איז דוקא אין (התחלת) „בין המצרים" — ברענגט אַרויס בגלוי דער תוכן פנימי ואמיתי פון די „בין המצרים" — די שמחה און עלי' גדולה שבזה, ביז אין אַן אופן פון יתרון האור מן החושך, אַז דוקא אין די טעג פּראַוועט מען די שמחה גדולה פון אַ יום הבריתמה, ביז אַז דער טאָג גיט נאָכמער כח אויף מהפך זיין און מגלה זיין די מעלה אין אַלע טעג פון „בין המצרים"מו (ע"ד דער עילוי פון „מקדים רפואה למכה" אין די שבתות פון „בין המצרים", כנ"ל).

ויש לומר, אַז דער ענין (דער עילוי פון י"ט תמוז) איז נתגלה געוואָרן בעיקר בדורות האחרונים — ווייל דעמולט האָט מען אַ מעין וטעימה פון דער גאולה העתידה, כולל דעם ענין צו585דערפילן די פנימיות הטוב אין די „בין המצרים", ביז דעם כח צו דאָס מגלה זיין בפועלמז.

ועאכו"כ בקביעות שנה זו, ווען י"ט תמוז קומט אויס ביום השבת, האָט עס אויך די מעלה פון אַ שבת שב"בין המצרים" כנ"ל.

ובפרט אַז ס'איז אויך שבת פ' פינחס, וואו עס שטייט אויך בהדגשה די עלי' און יתרון האור מן החושך וואָס קומט אַרויס דורך אתהפכאמח — דורך דעם וואָס פּינחס האָט מבטל געווען די גזירה צוליב החטא דאז, „פינחס גו' השיב את חמתי מעל בני ישראל בקנאו את קנאתי בתוכם ולא כליתי גו'"מט, און די עלי' שעל ידי זה — „לכן אמור הנני נותן לו את בריתי שלום גו' ברית כהונת עולם"נ (אַן עילוי וואָס איז ניט געווען קודם הירידה), און דורך דעם האָט ער גורם געווען און געבראַכט אַ שמחה גדולה למעלה — „כאדם המחזיק טובה וחנות למי שעושה עמו טובה, אף כאן פירש לו הקב"ה שלומותיו"נא.

וואָס דאָס איז אויך איינער פון די טעמים פאַרוואָס „פינחס הוא אליהו"נב, מבשר הגאולהנג, שבא לעשות שלום ביניהם שנאמרנד והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותםנה.

ועד"ז בהמשך הפרשה — וועגן מנין בני ישראלנו, מפני חביבותםנז, ובאופן פון יתרון האור והחביבות מן החושך — לאחרי המגיפהנח. און דערנאָךנט — פרשת קרבנות כל יום וקרבנות השבת והמועדים, וואָס זיינען אַן ענין של שמחהס, קרבנות בנסכיהם, שאין שמחה אלא בייןסא, המשמח אלקים ואנשיםסב.

ה. דער גילוי המעלה פון די „בין המצרים" וואָס קומט אַרויס אין דעם יום הברית בי"ט תמוז — איז נאָכמער אונטערשטראָכן אין דעם ברית פון כ"ק מו"ח אדמו"ר במיוחד, ווי מרומז בשמו וועלכע מ'האָט אים געגעבן ביום ובשעת הברית.

586ובהקדים השאלה: לאחרי ביאור הנ"ל אין דעם עילוי פון יתרון האור מן החושך וואָס קומט דוקא דורך „בין המצרים", בלייבט נאָך אַ שאלה כללית: למה עשה ה' ככה, אַז דער גילוי נעלה זאָל אַרויסקומען דוקא מן החושךסג. אמת טאַקע, אַז דאָס איז ווייל דער אויבערשטער וויל אַז דאָס זאָל קומען דורך דער עבודה פון אַ אידן (וואָס דער תוקף העבודה ווערט אַרויסגערופן דורך אַ העלם והסתר, להתגבר על החושך, כנ"ל ס"ב)), האָט דאָך דאָס דער אויבערשטער געקענט מאַכן אויף אַן אַנדער אופן (אָן אַ העלם והסתר וצער וכו') און עס זאָל דערביי אויך זיין עבודת האדם?

אַן ענלעכע שאלה קען מען פרעגן אין סוף פון היינטיקן פרק אין פרקי אבות — פרק ששי: לאחרי וואָס דער גאַנצער פרק („קנין תורה") רעדט וועגן מעלת התורה — פאַרוואָס איז ער מסיים (וואָס אַ סיום באַווייזט אויך אויף הכל ושלימות הענין) „כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו, שנאמרסד כל הנקרא בשמי ולכבודי בראתיו יצרתיו אף עשיתיו, ואומרסה ה' ימלוך לעולם ועד" — במה נחשב הוא וואָס עס טוט זיך אין עולם (אפילו בשלימות העולם — זמן ומקום — לעולם ועד) לגבי תורה, חכמתו ורצונו של הקב"הסו, דאורייתא וקוב"ה כולא חדסז?!

ויש לומר נקודת הביאור בזה, אַז די שלימות פון תורה, און די שלימות פון דער עבודה פון אַ אידן — איז דוקא ווען דאָס הערט און זעט זיך אָן (אַז לא בראו אלא לכבודו, אין כבוד אלא תורהסח) אויך אין עולם מלשון העלם והסתרסט, אין די מיצרים וגבולים פון וועלט, ביז אין עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה ממנו, און דאָרט גופא — אין „בין המצרים" און חושך הגלות, ווייל דעמולט ווערט די אמת'ע אחדות פון ישראל אורייתא וקוב"ה כולא חדע, אַזוי אַז עס בלייבט ניט איבער קיין מצב ואופן נאָר ווי די אחדות הערט זיך אָן — ווייל דאָס איז נמשך געוואָרן אַפילו אין עולם און אין חושך, ביז אין תחתון שאין תחתון למטה ממנו.

ויש לומר, אַז דער (ביאור ה)ענין שטייט בגלוי אין דעם יום הברית פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בי"ט תמוז, כמרומז בשמו שנותנין השם ביום הברית, כדלקמן.

ו. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים, אַז די מעלה הנ"ל פון „בין המצרים" איז אויך מרומז אין דעם מספר החדשים ווען עס פאַלט אויס „בין המצרים" — אין חודש הרביעי (תמוז), און (סיומו — אין) חודש החמישי (מנחם אב):

מ'האָט גערעדט מערערע מאָלעא, אַז בחודש השלישי (דער חודש פון מתן תורה) — וואָס שלישי באַדייט אַ המשכה, „גמול (דלים)"עב — איז גע־587ווען די השפעה (פון תורה) פון דעם אויבערשטן צו אידן מלמעלה למטה; און אין „חודש הרביעי" — וואָס רביעי איז מרמז, באַווייזט אויף דרגת המקבל, „דלים" — הויבט זיך אָן דער עיקר העבודה פון אידן אין דעם מיצר העולם צו מקבל זיין און מקיים זיין די תורה בכח עצמם, מלמטה למעלה.

און אין חודש הרביעי עצמו איז די ירידה למטה נאָכמער אָנהויבנדיק פון „צום הרביעי", די התחלה פון „בין המצרים" — מיצר בתוך המיצר והעלם פון עולם בכלל.

ביז די ירידה הכי גדולה אין דעם המשך פון „בין המצרים" בחודש החמישי (אב) — די תשעה ימים פון ר"ח אב ביז תשעה באב (וועלכע זיינען האַרבער פאַר די פריערדיקע טעג פון „בין המצרים"עג).

די שלימות העבודה איז אָבער — דוקא ווען ס'איז דאָ דער ענין פון „גמול דלים", אַז די השפעה פון קדושה קומט אָן אויך אין בחי' מיצר ודל אין דעם נידעריקסטן עולם — עולם הרביעי, עולם העשי' (וועלכער איז אָפּגעטיילט פון די פריערדיקע ג' עולמות — „אף עשיתיו"), ובזה גופא ביז — אין דעם מיצר פון „בין המצרים",

ווי חז"ל זאָגןעד אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן (ווי די צורה פון אַן אות ב'עה, וועלכער איז) פאַרמאַכט פון דריי זייטן און איז אָפן פון דער פערטער זייט (רוח צפונית), וואָס דאָס (דער רוח צפונית וועלכע איז ניט סתום) קען ברענגען צו „מצפון תפתח הרעה"עו (ווי עס שטייט אין היינטיקער הפטרה, אין דעם ערשטן שבת פון די „שלשה דפורעניתא"); משא"כ דורך דער עבודה פון אידן (לעשות ולתקןעז) וואָס איז סותם אויך דעם רוח הרביעי, אַז אויך אין מציאות העולם זאָל לייכטן אלקות בגלוי [און אפילו אויב ס'איז געווען אַן ענין פון „תפתח גו'", איז ער דאָס מהפך דורך עבודת התשובה] — ווערט פאַרזיכערט אַז די השפעת הקדושה זאָל זיין בשלימות, וואָרום עס בלייבט ניט קיין „פתח" אויף אַ יניקה, ואדרבה — דער רוח הרביעי ווערט נהפך לקדושה, מיט דער מעלה יתירה פון יתרון האור מן החושך.

ביז מ'דערגרייכט תכלית השלימות, אַז מ'איז מהפך אויך דעם חודש החמישי, און די חמשה דברים שאירעו את אבותינו בתשעה באב (ובשבעה עשר בתמוז)עח — אַז עס ווערט דער גילוי הכי נעלה פון בחי' וחמישית לפרעהעט, יחידה, די דרגא פון יוהכ"פפ (יום שנת־588חייב בה' תפלות) — אַז בכל העולם כולו הערט זיך אָן ווי ישראל אורייתא וקוב"ה כולא חד.

וואָס דורך דעם (די הפיכה פון חודש החמישי) דערגרייכט מען נאָך העכער ווי דורך דער עבודה פון „גמול דלים" (די הפיכה פון חודש הרביעי): דורך דער עבודה פון „גמול דלים", אַז די השפעה פון די ג' עולמות קומט אָן אויך אין עולם העשי' (בחי' מקבל), דערגרייכט מען ביז אין עולם האצילות (כידוע אַז דער „אף עשיתיו" איז מרבה עולם האצילות)פא. דאָס אַלץ איז אָבער אין סדר השתלשלות (וועלכע שטעלט זיך אויס אין די פיר עולמות אבי"ע), ובמילא הערט זיך נאָך אַז עס זיינען דאָ צוויי מציאות'ן — די דרגא פון „גמול" (דער משפיע — די ג' עולמות עליונים) און די דרגא פון „דלים" (דער מקבל, עולם הרביעי); משא"כ דורך הפיכת חודש החמישי, דער תחתון ביותר (אין עולם העשי' גופא) דערגרייכט מען צו דער דרגא החמישית (שלמעלה פון סדר השתלשלות פון די ד' עולמות)פב, ווערט תכלית האחדות — יחידה לייחדךפג, אַז בכל העולם הערט זיך אָן (ניט קיין באַזונדער מציאות, נאָר) ווי דאָס איז דוקא „לכבודו" של הקב"ה.

ז. ויש לומר אַז דער ענין שטייט בגלוי אין שמו פון דעם בעל יום הברית פון י"ט תמוז — „יוסף יצחק":

דער ענין פון ברית מילה (נוסף אויף דעם וואָס דאָס איז אַ מצוה פרטית, איינע פון די תרי"ג מצוות התורה) באַדייט אַן ענין כללי בכל התורה ומצוותי' ובכללות עבודת ה' — דער „ברית" און פאַרבונד צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן, „זאת בריתי . . ביני וביניכם"פד, וואָס ווערט אויפגעטאָן אין אַלע אידןפה.

ועפ"ז איז מובן, אַז דער ברית פון אַ נשיא בישראל, שהנשיא הוא הכל — שפיגלט אָפּ דעם כללות הברית (פאַרבונד) פון אַלע אידן מיטן אויבערשטן.

ויש לומר אַז אין דער עבודה רוחנית שבזה זיינען פאַראַן צוויי ענינים, ווי589אַרויסגעגעבן אין די צוויי נעמען פון דעם בעל הברית:

יצחק איז געווען דער ערשטער וואָס נימול לשמונה ימיםפו, די שלימות פון מצות מילהפז.

יוסףפח האָט אויפגעטאָן דער ענין המילה אויך באַ די מצרייםפט.

די צוויי ענינים אין עבודת ה':

„יצחק" גייט אויף דער עבודה פון אַ אידן — זיך צו פאַרבינדן מיט דעם אויבערשטן (דורך זיין עבודה בתומ"צ), ביז אַ פאַרבונד וואָס נעמט אים אינגאַנצן דורך, אויך זיין גוף הגשמי — „בריתי בבשרכם"צ.

„יוסף" גייט אויף דער עבודה פון אַ אידן צו מאַכן אַ ברית אין עולם, דורך פאַרבינדן די עניני העולם — די „מצריים", (מלשון) מיצרים וגבולים פון עולםצא, כולל די אומות העולם [ובפרט אין זמן הגלות, וואָס כל הגליות נקראות על שם מצריםצב, ווען מ'איז מפוזר ומפורד בין העמים] — מיט דעם אויבערשטן, דורך אַריינברענגען קדושה אויך אין גשמיות העולם, און בנוגע צו אוה"ע — דורך פאַרשפּרייטן צווישן זיי טוב וחסד, און איינווירקן אַז זיי זאָלן מקיים זיין זייערע מצוות, די שבע מצוות בני נחצג, וואָס דורך דעם איז „לשבת (יצרה)"צד.

דעם חילוק זעט מען בגלוי אין דער עבודה פון יצחק און יוסף:

עיקר עבודתו פון יצחק איז געווען אין דעם תחום פון קדושה: יצחק איז געווען אַן „עולה תמימה"צה, וועלכע איז ניט אַרויס פון ארץ ישראל אין חוץ לארץ, „אל תרד מצרימה שכון בארץ גו'"צו. וואָס דאָס ווייזט אויף די עבודה פון אַ אידן בעיקר מיט אויפּמאַכן פון זיך אַליין — אַלס אַ נשמה בגוף — אַן „עולה תמימה", און ניט ווי ער איז פאַרבונדן מיט דער ירידה אין מצרים וגבולים פון וועלט.

עיקר עבודתו פון יוסף (מיט וועלכע ער האָט זיך אויסגעטיילט פון די אַנדערע שבטים און אויך פון די אבות)צז איז נאָך דער הכנה בטוב פון טו"ב שנים געווען אין מצרים, אין גלות („נשבה590לבין הגוים"צח), און מיט עניני העולם — פריער בבית פוטיפר וואָס „ויפקדהו על ביתו וכל אשר יש לו נתן בידו"צט, און דערנאָך בבית הסהר — „ואת כל אשר עושים שם הוא הי' עושה"ק, ועאכו"כ ווען ער איז געוואָרן משנה למלך און האָט אָנגעפירט מיט אַלע עניני מצרים, ווי פּרעה האָט אָנגעזאָגט — „ועל פיך ישק כל עמי"קא, „לכו אל יוסף אשר יאמר לכם תעשו" (כולל — דעם ענין אַז זיי זאָלן זיין גע'מל'ט, כנ"ל).

ווי מרומז אויך אין זיין נאָמען „יוסף" על שם „יוסף ה' לי בן אחר"קב, אַז אויך די עניני העולם, וועלכע זיינען מצ"ע „אחר" פון אלקות (בערך צו תורה און אידן), ביז „סטרא אחרא", זאָלן ווערן אַ „בן" צו דעם אויבערשטןקג — די הוספה פון דעם בן הרביעיקד (ב"ן דעשי'), „היינו לברר גם הניצוצים שנפלו למטה בעשי', שזהו ע"י שהבן רשע חוזר בתשובה"קה.

ח. און די שלימות העבודה איז בשעת ס'איז דאָ דער חיבור פון ביידע עבודות — דער ברית פון אידן, און דער ברית פון עולם — אַזוי אַז זיי ווערן איין נאָמען, איין עבודה (וואָס באַשטייט פון צוויי ווערטער, צוויי אופני העבודה) — ווי ס'איז געווען באַ כ"ק מו"ח אדמו"ר:

די שלימות פון עבודת יצחק (אַלס „עולה תמימה") איז דוקא בשעת די תמימות פון אַ אידן הערט זיך אָן און ווערט נמשך אויך אין וועלט (די עבודה פון יוסף), כמדובר לעיל בענין „גמול דלים", אַז אויך אין מקום פון מיצר (מצרים) וואו ס'איז דאָ אַן אָרט אויף אָן ענין של „מום" (וואָס דאַרף תיקון)קו, זאָל זיין דער ענין פון „תמימות"קז, „תמימין ומובחרין"קח, וואָס דוקא דורך דעם דערגרייכט מען צו אַ העכערע דרגא ושלימות העכער ווי די עבודה פון יצחק מצ"עקט (כיתרון האור מן החושך).

591און דעריבער איז דער סדר אין די צוויי נעמען היפך הסדר בלידתם, נאָר פריער „יוסף" און דערנאָך „יצחק" — ווייל תכלית שלימות העבודה (פון „יצחק" גופא) דריקט זיך אויס אין דער עבודה פון „יוסף ה' לי בן אחר".

לאידך גיסא, איז דער נאָמען ניט „יוסף" אַליין, נאָר „יוסף יצחק" (אַזוי אַז זיי ווערן איין נאָמען) — ווייל:

דער כח אויף דער עבודה פון „יוסף" (און די שלימות אירע) קומט פון „יצחק", כפשטות הענין — אַז דוקא „המול — ימול", „מי שהוא מל ימול אחרים"קי, ד. ה. בכדי אויפטאָן דעם ענין פון „ברית" אין וועלט, דאַרף פריער זיין די עבודה פון ברית ביי אַ אידן בעצמו. און נאָכמער — די פעולת הברית אין עולם איז אַ המשך און אַ שלימות פון דער עבודת הברית פון אַ אידן מיטן אויבערשטן (וואָרום די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן — בראשית, בשביל ישראלקיא).

ובפרטיות יותר: דורך דעם וואָס ס'איז דאָ די עבודה פון „יצחק", די המתקת הגבורות אין דעם מיצר הגוף וכו' פון דעם אידן עצמו, ער זאָל ווערן אַן „עולה תמימה" (דורך דער עקידה — די עבודה פון מסירת נפשקיב)

— ניט נאָר ווי דאָס איז מצד „ישחק" (מיט אַ שי"ן)קיג, וואָס אַ שי"ן איז פאַרבונדן מיט אַ המשכה מלמעלה (ע"ד בחי' ג' — „גמול" — ג' דברים (קווין) שעליהםקיד העולם קיים ועומד)קטו, ביז אַז דער אות שי"ן שטייט בגלוי (בעולם הזה) אין אַ מצוה של הקב"ה (מלשון צוותא וחיבורקטז) — בתפילין שבראשקיז, נאָר ווי „יצחק" שטייט (ברוב592הפעמים) מיט אַ צדי"ק, וואָס באַווייזט אויף גבורות, בחי' צר וצערקיח —

גיט דאָס דערנאָך דעם כח אויף קענען טאָן די עבודה פון „יוסף ה' לי בן אחר", אויך דעם בן הרביעי (פון די ד' בנים)קיט.

ביז אַז „יצחק" גיט אַריין דעם כח אַז די עבודה פון „יוסף" (כאָטש עס ווערט געטאָן אין דעם מקור צר, פון עולם, מצרים) זאָל עס זיין (ניט באופן פון „המיצר", נאָר) דוקא „במרחב", מתוך צחוק (עשה לי אלקים)קכ ותענוג והרחבהקכא.

ויש לומר, אַז דער חיבור פון די צוויי ענינים — „יוסף יצחק"קכב — נעמט זיך פון בחי' החמישית, וועלכע איז נאָך העכער פון בחי' ג' וד' (כנ"ל ס"ו).

ט. ויש להוסיף, אַז דער ענין הנ"ל איז אויך מרומז אין דעם וואָרט „ברית":

ברית עם הכולל איז בגימטריא תרי"ג מצוות, ווייל זי איז „כללות כל המצוות", און דורך מצוה זו ווערט נמשך דער יחוד עליון (בכל המצוות)קכג. ובסגנון אחר: ברית איז עולה (און אותיות) תרי"ב, וועלכע גייען אויף די תרי"ב593מצוות, און די מצוה התרי"ג איז — מצות מילה, וועלכע איז אַ מצוה כללית.

וי"ל אַז דאָס איז ע"ד דער חילוק (בקשר להגאולה) צווישן י"ב און י"ג תמוז: י"ב תמוז האָט דער בעל הגאולה באַקומען בשורת הגאולה, בי"ג תמוז איז געווען די גאולה בפועל אין אַן אָפיציעלן אופן (מצד ובחוקי מדינה ההיא), ובאופן הנראה לכל עמי הארץקכד.

וברמז י"ל: י"ב איז מרמז אויף די י"ב שבטי י"ה, די עבודה פון אידן מצ"ע. און י"ג איז מרמז אויף דער עבודה אין עולם. און דוקא דורך דער עבודה פון י"ג, קומט צו אַן עילוי (ע"ד דער עילוי פון ד' אויף ג' כנ"ל) — י"ג איז בגימטריא אח"ד: דוקא דורך המשכת הקדושה (אויך) אין עולם, ווערט שלימות האחדות אויך באַ אידן (דורך שבט הי"ג שבט לוי, וועלכער טוט אויף אַז וילוו אליך (להשם) וישרתוךקכה. משא"כ בי"ב איז בהדגשה די התחלקות פון י"ב שבטים)קכד.

ובדוגמת זה איז געווען אויך בשעת דעם יום הולדת (בשנים לפני זה): בי"ב תמוז איז כ"ק מו"ח אדמו"ר געבאָרן געוואָרן. וואָס גלייך בשעת ההולדה שטייט בכח זיין מעלה ושלימות (ע"ד ווי באַ משה, אַז גלייך בלידתו איז געווען „ותרא אותו כי טוב הוא", „בשעה שנולד משה נתמלא הבית כולו אור"קכו), ווי ס'איז געווען ניכר אין דעם וואָס דער בעל הגאולה איז געווען אַ בן יחיד. דער גילוי דערפון בפועל — הויבט זיך אָן ביום הברית, בקיום מצות מילה, ווען עס ווערט „כניסת נפש זו הקדושה", און ער ווערט אָנגערופן בשמו ובהכרזה כמנהג ישראל, וואָס ווייזט אויף דעם חיבור פון די ביידע עבודות (יוסף און יצחק), (תר)י"ב און (תר)י"ג.

און דערנאָך קומט עס נאָכמער בגלוי ובפרטיות — אין תר"כ מצוות, בחי' כתרקכז, וחמישית לפרעה, מקיף ביז מקיף דמקיף, און צוזאַמען דערמיט — דוקא ווי דאָס ווערט נמשך בפנימיות (אָנהויבנדיק פון „כניסת נפש זו הקדושה", אַ כניסה בפנימיות). ובעבודה — די המשכה פון מסירת נפש (מקיף דמקיף) — אין דער עבודה פנימית פון תורה ומצוות. ביז די המשכה פנימית אין עולם — שלימות היחוד פון „יוסף" און „יצחק", יחידה לייחדך, אַז בכל העולם איז ניכר בגלוי ווי ישראל אורייתא וקוב"ה כולא חד.

י. די הוראה דערפון אין דער עבודה פון יעדן אידן:

יעדער איד פון דעם דור האָט אין זיך אַ ניצוץ פון דעם נשיא הדור (ווי עס שטייט בנוגע צו משה רבינוקכח, ועד"ז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו אתפשטותא דמשה שבכל דור ובפרט — נשיא הדורקכט) — במילא האָט יעדער איד אין זיך דעם כח אויף דער עבודה פון „יוסף יצחק".

594מ'האָט אים אָבער אָפּגעגעבן לבחירתו אַז ער זאָל דאָס אַרויסברענגען מן הכח אל הפועל, אין זיין עבודה בפועל און מיט זיינע אייגענע כחות.

יעדערער דאַרף פון־דאָס־ניי פאַרשטאַרקן זיין ברית מיט דעם אויבערשטן — דורך צוגעבן אין לימוד התורה און קיום המצוות ל' צוותא וחיבור מיט אַ נייע איבערגעגעבנקייט און לעבעדיקייט, אַלס אַן „עולה תמימה".

דערצו דאַרף ער זיין „יוסף" אויף זיין אייגענער עבודה, אויך מאַכן דעם ברית אין עולם — אַז אין אַלע ענינים פון וועלט זאָל זיך הערן און זען אַז זיי זיינען באַשאַפן געוואָרן „לכבודו" של הקב"ה.

און די ביידע ענינים דאַרפן ווערן אַ חלק פון איין עבודה: ער זאָל ניט מיינען אַז דער עיקר עבודה איז נאָר „יצחק", מיט זיך אַליין, און די עבודה פון „יוסף" קען ער טאָן „מהיכי תיתי", באופן פון מצוות אנשים מלומדה. די שלימות פון זיין אייגענע עבודה איז דורך אויפטאָן תמימות אין וועלט. און די עבודה פון „יוסף" אין וועלט דאַרף זיין אין אַן אופן פון „יצחק", מתוך צחוק ותענוג (און ניט מלומדה וכו');

און אַזוי לאידך גיסא: ער זאָל ניט מיינען אַז ער קען פאַרגעסן וועגן זיך ווייל ער טוט מיט די וועלט אַרום זיך, נאָר פילן אַז דער כח אויף טאָן אין וועלט איז פון „יצחק", ביז אַז אין דער עבודה אין וועלט, דאַרף זיך אָנהערן ווי דאָס איז (ניט קיין באַזונדער זאַך פון דער אייגענער עבודה, נאָר) אַ תוצאה והמשך פון זיין אייגענער עבודה.

ובפרטיות יותר:

מ'דאַרף אָננעמען נייע החלטות טובות אין טאָן די אַלע פעולות פון דעם בעל הגאולה און בעל יום ההולדת ובעל הברית, אין אַן אופן פון „יוסף יצחק" — לויט די הוראות ווי דער בעל הגאולה האָט אַרויסגעגעבן אין זיינע בריוו און שיחות וכו',

ובמיוחד — אין זיין באַוואוסטן בריוו לכבוד דעם חג הגאולה בפעם הראשונהקל — וואו ער שרייבט אַז „לא אותי בלבד גאל הקב"ה בי"ב תמוז, כי אם את כל מחבבי תורתנו הק', שומרי מצוה ואת כל אשר בשם ישראל יכונה", וואָס דאָס איז כולל אַלע אידן, און איז ממשיך אַז מ'זאָל צוגעבן אין אַלע פעולות פון הרבצת התורה וחיזוק היהדות, כולל — לימוד התורה ברבים, עשרה שיושבים ועוסקים בתורה.

ובמיוחד — מחזק זיין לימוד שיעורי חת"ת, כתקנת בעל הגאולה, און רצונו איז — אַז זיי זאָלן זיין שיעורים קבועים, „ברית עולם".

ועד"ז מחזק ומוסיף זיין אין אַלע שיעורי תורה וקיום המצוות בהידור — אַליין מוסיף זיין אין אַלע ענינים פון תורה ומצוות, און אויך משפיע זיין אַזוי אויף אַנדערע — דורך הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה במיוחד. און אויך — אין הפצת חסד ויושר בכל העולם כולו, ביז אויך באַ אוה"ע.

ונוסף לזה — איז דאָ אַן ענין מיוחד וואָס גיט נאָכמער צו אין דער עבודה פון „יוסף יצחק" — צו ממשיך זיין אין וועלט די תמימות פון דער עבודה פון אַ אידן בתומ"צ — דורך דעם ענין וועגן595וועלכע מ'האָט לעצטנס מעורר געוועןקלא — אַז שטייענדיק אין „שנת בנין", זאָל מען מוסיף זיין אין פעולות פון בויען נייע בנינים, בתי תורה תפלה וצדקה, אָדער צוגעבן אַ נייעם חדר וכו'. און אַפילו אויב מ'האָט שוין געענדיקט בויען, קען מען צוגעבן אין דעם בנין — דורך צוגעבן נאָך אַ צימער וכיו"ב, וועלכע גיט צו הרחבה אין דעם גאַנצן בנין, און אויך — מער הרחבה אין דעם „דירהקלב נאה מרחיבה דעתו של אדם"קלג.

ובכדי עס זאָל זיין אין דעם אַ השתתפות פון נשיא דורנו (וואָס די עבודה הנ"ל איז מרומז בשמו) — וועט מען געבן אַ השתתפות מקופתו בזה במספר מאה, כמדובר לעיל.

ויה"ר אַז דאָס זאָל נאָכמער צוגעבן אין די המשכת מאה ברכות פון דעם אויבערשטן צו יעדן אידן,

ובפרט אַז מ'האָט בכ"ז די תפלות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואָס ער איז עומד ומשמש במרוםקלד און מעורר רחמים אויף צאן מרעיתו אַז זיי זאָלן האָבן אַלץ וואָס זיי דאַרפן האָבן, במילוי משאלות לבבם הטוב, בגשמיות וברוחניות, וברוחניות ובגשמיות וגם יחד.

ביז די ברכה הכי עיקרית — די גאולה האמיתית והשלימה, וקיום היעודקלה ולא יכנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריך, און דער גילוי פון ישראל ואורייתא וקוב"ה כולא חד.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-cqv8r9zq

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#157 Sefer HaSichos ה'תשמ"ט, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here