עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ בהר־בחוקותי, מבה"ח סיון ה'תש"נ

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

463משיחות ש"פ בהר־בחוקותי, מבה"ח סיון ה'תש"נ

א. מ'שטייט איצטער אין די צוגרייטונגס־טעג צו „זמן מתן תורתנו", ובמיוחד — בשבת מברכים חודש סיון, חודש השלישי, ווען מ'בענטשט דעם חודש פון „זמן מתן תורתנו" מיט די אַלע ברכות אין ברכת החודש, ברכות והמשכות וועלכע גיבן אידן כחות צו טאָן זייער עבודה ובמיוחד — אויף מקבל זיין די תורה מחדש אין דעם „זמן מתן תורתנו".

דעריבער איז איצטער אַ זמן המתאים צו זיך אַריינטראַכטן אין דעם באַדייט פון „זמן מתן תורתנו", אין אַן אופן פאַרשטאַנדיק אויך בפשטות פאַר יעדער איד (מאַן, פרוי און קינד), בכדי אַז יעדערער זאָל זיך צוגרייטן אויף אַ פּאַסיקן אופן צו מתן תורה און קבלת התורה מחדש אין דעם אָנקומענדיקן יום טוב פון שבועות.

ב. איינער פון די אויסגעטיילטע ענינים אונטערשטראָכן אין תורה בקשר מיט „זמן מתן תורתנו", איז — זיין פאַרבונד מיט שלשה. ווי די גמרא זאָגטא: „(בריך רחמנא דיהב) אוריאן תליתאי לעם תליתאי* על ידי תליתאי ביום תליתאי בירחא תליתאי" (און מפרשים זיינען דאָרט מבאר נאָך ענינים של שלשה בקשר מיט מתן תורה). ובלשון הכתובב — „בחודש השלישי גו' ביום הזה באו מדבר סיני", און בהמשך לזה איז געווען מתן תורה.

ולהוסיף, אַז דער ענין איז אונטערשטראָכן אויך אין דעם, וואָס שבת מברכים החודש השלישי קומט אויס ברוב השנים אין „שבת חזק" (שבת פ' (בהר) בחוקותי), ווען מ'איז מסיים דעם ספר שלישי פון די חמשה חומשי תורה — ספר ויקרא, און דער גאַנצער קהל (נאָך דער סיום הקריאה) איז מכריז — כמנהג ישראל — „חזק חזק ונתחזק", אַ דרייענדיקער חיזוק אין תורה.

דאַרף מען פאַרשטיין דעם באַדייט פון „שלשה" וואָס צוליב דעם איז דאָס אַזוי ענג פאַרבונדן מיט מתן תורה (ביז אַז מ'זאָגט אַז אויך דערפאַר איז „בריך רחמנא"). און אויך פאַרשטיין דעם קשר מיוחד פון שלשה און שבת מברכים חודש השלישי מיט (סיום) ספר שלישי בתורה — ספר ויקרא.

ג. ויש לומר איינער פון די ביאורים אין דעם — אין איינפאַכע אותיות (— פאַרשטאַנדיק פאַר יעדערן):

דער אויפטו פון (מתן) תורה איז — נתינת התורה והמצוות למטה, בכדי אָנווייזן אַ אידן (און אַלע מענטשן) ווי ער, דער מענטש, געפינענדיק זיך אין אַ גשמיות'דיקע וועלט, דאַרף דינען דעם אויבערשטן און זיך אויפפירן אין איינשטימונג מיט דעם רצון פון דעם אויבערשטן, ביז אַז דורך זיין עבודה בתורה ומצוות (— בחכמתו ורצונו של הקב"ה) זאָל ער (זיין מציאות אַלס נשמה בגוף) אינגאַנצן דורכגענומען ווערן מיט ג־ט לעכקייט און הייליקייט, און דורך דעם — אויפהויבן און הייליק מאַכן די מציאות פון דער גאַנצער וועלט אַרום.

ובכדי דאָס דורכפירן — איז תורה געגעבן געוואָרן פון דעם אויבערשטן צו אידן „למטה „אָנגעטאָן" אין „לבושים" וועלכע זיינען צוגעפּאַסט צו די גדרי464האדם וטבע הבריאהג, בכדי אינגאַנצן דורכנעמען דעם מענטשן בפנימיות; און היות אַז דער גדר פון אַ מענטשן און פון דער בריאה בכלל טיילט זיך אויף דריי, דעריבער איז אויך די תורה פאַרבונדן מיט שלשה, כדלקמן.

ד. דער ענין אין דעם:

די הנהגה פון אַ געזונטן און פולקאָמענעם מענטש (אַ בר שכל) איז באַגרינדעט און ווערט אָנגעפירט דורך דריי זאַכן — מחשבה דיבור און מעשה: צום אַלעם ערשטן טראַכט ער; דערנאָך ברענגט ער אַרויס זיין מחשבה אין דיבור צו אַנדערע, דערציילן זיי וואָס ער טראַכט, זיך באַראָטן מיט ידידים מבינים (אין דעם תחום מסויים) בכדי קלערער און ריכטיקער פאַרשטיין די זאַך; דערנאָך קומט ער צו אַ מסקנא לפועל, און ברענגט אַרויס זיין מחשבה ודיבור אין מעשה בפועלד.

די שלשה ענינים זיינען דער גרונטיסוד אין דעם לעבן פון יעדן מענטשןה, און דוקא ווי זיי שטעלן זיך אַלס שלשה, און אין דעם סדר דוקאו:

אַן אדם שלם באַנונגט זיך ניט מיט מחשבה אַליין, אָדער אפילו מיט מחשבה און דיבור, נאָר ער ברענגט אַרויס זיינע פּלענער (במחשבה ודיבור) אין מעשה בפועל (דער ענין השלישי). ואדרבה: אין עולם הזה, עולם העשי', איז המעשה הוא העיקרז: כל זמן וואָס דאָס קומט ניט אַרויס אין מעשה, פירט זיך ניט אויס (בשלימות) דער ענין, ווי מ'זעט עס במוחש. און דעמולט (ווען דאָס קומט אַרויס אין מעשה) ווערט אויך די שלימות פון דער מחשבה און דיבור.

לאידך גיסא: בכדי די מעשה זאָל זיין בשלימות דאַרף זיך אין איר אָנהערן ווי זי איז אַן ענין שלישי, וועלכער איז באַגרינדעט און קומט נאָך מחשבה ודיבור: זיין מעשה זאָל ניט זיין סתם געכאַפּט און געטאָןח, נאָר זי זאָל קומען דוקא נאָך דעם465וואָס ער האָט עס גוט דורכגעטראַכט און דורכגערעדט מיט אַנדערע. וואָס דורך דעם ווערט די מעשה אַ שטאַרקערע און מער הצלחה'דיקע, מיט מער זיכערקייט אַז דאָס איז די ריכטיקסטע און בעסטע וועג ווי זיך צו פירן אין דעם ענין מסויים — זייענדיק באַגרינדעט און געבויט אויף אַ דורכגעטראַכטע מחשבה און דורכגערעדט מיט מבינים וכיו"ב.

נאָכמער: נוסף אויף דעם וואָס מעשה דאַרף קומען נאָך מחשבה ודיבור, דאַרף אויך זיין אַ הפסק צווישן דער מחשבה ודיבור און די מעשה. כמבואר בכ"מט, אַז די דריי קוים אין ציור פון אות ה' זיינען כנגד מחשבה דיבור ומעשה: דער גג און דער רגל הימני זיינען כנגד מחשבה ודיבור, וועלכע זיינען מחובר, און דער רגל השמאלי איז כנגד מעשה, וועלכע דאַרף זיין אָפּגעטיילט פון מחשבה ודיבור (אַזוי ווי דער רגל השמאלי איז אָפּגעטיילט פון די אַנדערע צוויי קוים), כמ"שי „בראתיו יצרתיו אף עשיתיו", דער „אף" המפסיק צווישן „בראתיו יצרתיו" (עולם המחשבה ועולם הדיבור) און „עשיתיו":

איידער אַ מענטש טוט אַ מעשה בפועל (אפילו לאחרי מחשבה ודיבור בזה), דאַרף ביי אים זיין אַ „הפסק" מיוחד, אַ ספּעציעלע, שטאַרקע צוגעטראָגנקייט און התבוננות צי ער דאַרף זיך אַזוי פירן בפועל. ווייל הגם אַז דער ענין איז שוין ברור ביי אים (במחשבה ודיבור), איז בשעת מ'קומט דאָס טאָן במעשה בפועל ממש (וואָס דאָס איז אַ „נייע" וועלט, אָפּגעטיילט פון דער מעשה ווי זי שטייט אין זיין מחשבה ודיבור), פאַלן אַריין ספיקות וכיו"ב, און ער דאַרף זיך אָפּשטעלן (מפסיק) און נאָכאַמאָל איבערטראַכטן, און מיט אַ שטאַרקערע צוגעטראָגנקייט, צי איז פאָרט דער אמת אַזוי ווי ביי אים איז אויסגעקומען. [און דורך דעם קומט צו אַ התאמתות און אַ שלימות אויך אין דער מחשבה ודיבור]יא.

און דוקא דורך די דריי זאַכן צוזאַמען ווערט אויפגעמאַכט אַן אדםה שלם, אַן איין און איינציקער מענטש וואָס זיין הנהגה איז בשלימות און בתוקף — האָבנדיק די שלימות פון אַלע דריי זאַכן, מחשבה דיבור ומעשה (וואָס דעמולט איז אויך יעדערער פון די דריי בשלימות ובתוקף) — ע"ד מ"שיב „והחוט המשולש לא במהרה ינתק".

ה. כשם ווי אַ מענטש, עולם קטן, איז געבויט אויף די דריי ענינים, אַזוי איז דאָס אויך בנוגע צו דעם עולם כפשוטו.

[כידוע אַז דער ציור האדם איז בדוגמא צו ציור העולם — עולם קטן זה האדםיג, ואת העולם נתן בלבםיד, און פון466די טעמים אויף דעם — ווייל די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן בשביל האדם (בשבילי נברא העולםטו), און דער אדם (בחיר שבנבראים) איז דער וואָס ברענגט די וועלט צו איר שלימות, דעריבער שפיגלט זיך אָפּ ציור וטבע העולם אין אַ מענטשן, בכדי ער זאָל קענען אויסאַרבעטן און דורכאַרבעטן אַלע פרטי העולם בפנימיותם, דורך דעם וואָס ער אַרבעט אויס זיין אייגענעם ציור וועלכער איז בהתאם צו ציור העולם]:

כללות סדר השתלשלות שטעלט זיך אויס אין דריי עולמות, ובלשון הכתובי — „בראתיו יצרתיו אף עשיתיו", עולמות בריאה יצירה ועשי'טז — עולם המחשבה, עולם הדיבור און עולם המעשהיז.

און יעדער עולם פון זיי שטעלט זיך אויס בפרטיות אין די דריי דרגות — כידוע אַז די עשר ספירות אין יעדער עולם טיילן זיך בכללות אויף דריי (חב"ד, חג"ת, נה"י), ראש תוך סוףיח; בדוגמא ווי דאָס איז בציור גוף האדם (על שם אדמה לעליוןיט) וועלכער טיילט זיך אויף דריי חלקים: ראש גוף ורגלכ [ובאברים הפנימיים: מוח לב כבדכא (די תלת שליטין)כב. און דערפון קומט עס אַרויס אויך אין די דריי חלקים: עצמות, גידים און בשרכג], כנגד די ג' עולמות בריאה יצירה ועשי', מחשבה דיבור ומעשהכד.

ויש לקשר זה אויך דערמיט וואָס כללות הבריאה איז געמאַכט פון ג' יסודות עיקריים — אש מים רוח (ר"ת „אמר"כה), ווי עס שטייט אין ספר יצירה בתחלתו „בשלושים ושתים נתיבות כו' ברא את עולמו", און די ל"ב נתיבות זיינען „עשר ספירות בלי מה, ועשרים ושתים אותיות יסוד שלש אמות (אותיות אמ"ש) ושבע כפולות ושתים עשרה פשוטות"כו, און „שלש אמות אמ"ש בעולם אויר מים467אש"כז, די ג' יסודות העיקריים פון כללות הבריאהכח, כנגד די שלשה קוים (בכל עולם)כט.

עפ"ז יש לבאר די דיעה פון כמה מדקדקים (חכמי ספרד) אַז „אין שרש (בלשון הקודש) פחות משלש אותיות"ל: די אותיות (פון די נעמען דכל הדברים) בלשון הקודש („המשתלשלות ממדרגה למדרגה מעשרה מאמרות שבתורה כו'") זיינען מהוה ומחי' ומקיים יעדער נברא (וועלכער ווערט אָנגערופן מיט דעם נאָמען)לא. די כ"ב אותיות בלשון הקודש „הן כ"ב מיני המשכות חיות וכחות שונים זה מזה שבהן נבראו כל העולמות עליונים ותחתונים וכל הברואים שבתוכם", און „כל אות היא המשכת חיות וכח מיוחד פרטי וכשנצטרפו אותיות הרבה להיות תיבה כו' להשפיע כח וחיות לעולם הנברא בתיבה זו כו'"לב; און דעריבער איז דער שרש פון יעדער וואָרט (און נאָמען) בלשון הקודש פון שלש אותיותלג — ווייל אַלע עולמות און אַלע נבראים שטעלן זיך צוזאַמען פון דריי דרגות, כנ"ל.

און כשם ווי שלימות האדם באַשטייט פון אַלע דריי ענינים פון מחשבה דיבור ומעשה, און דוקא אַלס שלשה דרגות און בסדר זה — אַזוי איז דאָס אויך אין עולם, אַז שלימות השתלשלות העולמות ושלימות כל עולם בפ"ע ווערט אויפגעשטלט דוקא דורך די דריי דרגות הנ"ל, ובסדר זה דוקא: די השתלשלות בלייבט ניט באַ בריאה ויצירה, נאָר עס דאַרף אויך אַראָפּקומען אין עולם העשי' (און עד"ז אין עשי' שבכל עולם ודרגא עצמם), ואדרבה — די תכלית פון בריאת והשתלשלות כל העולמות איז (ניט צוליב די עולמות עליונים, נאָר) דוקא צוליב עולם העשי', עולם הזה הגשמי, התחתון שאין תחתון למטה ממנו, ווייל נתאווה הקב"ה להיות לו יתברך דירה בתחתוניםלד; אָבער צוזאַמען דערמיט איז די כוונה, אַז אין עולם העשי' זאָל זיך אָנהערן ווי זי איז דער עולם השלישי, אַ תחתון שאין תחתון למטה ממנו (וועלכער איז אָפּגעטיילט —468„אף עשיתיו" — פון די העכערע עולמות), וועלכע איז געבויט און קומט ונשתלשל פון עולם הבריאה ויצירה, וואָס דורך דעם קען מען ממשיך זיין אלקות (פון די עולמות עליונים) אין עולם העשי'.

ו. און די כוונה ותכלית פון בריאת העולם (— העולמות) ווערט דורכגעפירט דורך דעם מענטשן, וואָס ער טוט אויף דעם תיקון ושלימות פון כל העולם („אשרלה ברא אלקים לעשות — לתקן"לו) וועלכער איז באַשאַפן געוואָרן בשבילו (כנ"ל):

די נשמה ווי זי געפינט זיך למעלה (אין עולם הבריאה, עולם המחשבה) — איז זי בעיקר פאַרבונדן מיט מחשבה (הבנת התורה), אָדער אויך דיבור (בעולם הדיבור — יצירה); וויבאַלד אָבער אַז די כוונה פון בריאת כל העולמות איז צו מאַכן אַ דירה לו ית' בתחתונים, דעריבער איז די נשמה (וואָס „טהורה היא"לז) אַראָפּגעקומען אין די ג' עולמות — „אתה בראת, אתה יצרת", ביז „אתה נפחת בי"לז אין עולם העשי', ביז אין עשי' הגשמית, און זי טוט זיך אָן אין גוף הגשמי, בכדי קענען דורכפירן איר שליחות (אויך ו)בעיקר אין מעשה בפועל, באַגרינדעט אויף מחשבה ודיבור, און דוקא דאָרטן בעשי' ווערט אויסגעפירט די שלימות האדם ושלימות העולם,

דורך דעם וואָס אַ איד דינט דעם אויבערשטן מיט זיין מחשבה דיבור ומעשה — ווי ערקלערט בכ"מ, אַז די שלימות פון תורה ומצוות בכלל איז דוקא בשעת מ'איז דאָס מקיים אין מחשבה דיבור און מעשה, מצוות התלויות במחשבה, מצוות התלויות בדיבור און מצוות התלויות במעשה (ובכללות — תורה (וואָס איז בעיקר בדיבור), עבודה (במחשבה) ומצוות (במעשה)לח, די שלשה עמודים שעליהם העולם עומד וקיים)לט,

און אַזוי אויך יעדע מצוה עצמה דאַרף אַ איד מקיים זיין במחשבה דיבור ומעשהמ: כוונת המצוהמא (מחשבהמב), ברכת המצוהמג (דיבור) און מעשה המצוה בפועלמד (מעשה)מה.

ס'איז ניט גענוג מחשבה ודיבור אַליין, נאָר עס מוז אַרויס אין מעשה בפועל. ואדרבה — דער עיקר איז ניט די כוונה, נאָר קיום המצוה במעשה בפועל (ביז אַז „אם קרא ק"ש במחשבתו ובלבו לבד בכל כח כוונתו לא יצא ידי חובתו"מו, עאכו"כ469אין מצוות מעשיות ממש); אָבער צוזאַמען דערמיט איז שלימות המצוות דוקא בשעת אין דעם איז אויך דאָ כוונת המצוה (ווייל אָן דעם איז דאָס אַזוי ווי אַ גוף בלא נשמה)מז.

און דורך דער עבודה פון אַ אידן אין מחשבה דיבור ומעשה — איז ער מברר ומזכך זיך אַליין (זיין גוף), און דורך דעם — כל העולם (וכל העולמות) וועלכער איז אויסגעשטעלט אין דריי דרגות, כנגד מחשבה דיבור ומעשה, כנ"ל.

ז. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם פאַרבונד פון מתן תורה מיט שלשה (אוריאן תליתאי וכו'):

נתינת התורה למטה באַ מתן תורה האָט געגעבן אידן דעם כח אַז אַלע זייערע ענינים (אויך גשמיים) זאָלן זיין בהתאם צו רצון ה', צו מברר ומזכך זיין זייער אייגענע מציאות (אַלס נשמות בגופים) און די מציאות פון דער גאַנצער וועלט (כנ"ל ס"ב); דעמולט זיינען אָנגעזאָגט און געגעבן געוואָרן צו אידן די תרי"ג מצוות, במחשבה דיבור ומעשה — וואָס דאָס גיט דעם כח צו מברר זיין דעם גוף הגשמי און עוה"ז הגשמי (וועלכע באַשטייט פון דריי דרגות)מח* , און דאָרט מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים.

ובפרטיות יותר: באַ מתן תורה איז געגעבן געוואָרן די תורה דוקא למטה אין עולם העשי' הגשמית, וכמ"שמט „וירד ה' על הר סיני", ווייל דער עיקר כוונה ותכלית איז — מאַכן אַ דירה בתחתונים; צוזאַמען דערמיט איז דעמולט אויך געווען אַ גילוי אלקות הכי נעלה, פון די עולמות עליונים (עולם המחשבה, עולם הבריאה), כדברי חז"לנ „מלמד שהרכין שמים העליונים ותחתונים והציען על גבי ההר כמצע על המטה וירד כסא הכבוד (פון עולם הבריאה) עליהם", דער גילוי פון מעשה המרכבהנא וכו'; און פון עולם הדיבור — דיבורו של הקב"ה: „וידברנב אלקים את כל הדברים האלה לאמר", די עשרת הדברות, וואָס דאָס (דער גילוי המחשבה והדיבור) גיט דעם כח אַז די מעשה זאָל זיין כדבעי ובשלימות (זייענדיק געבויט אויף מחשבה ודיבור).

און בכדי דאָס קענען אויספירן בפועל — איז די תורה (ומצוות) נתלבש געוואָרן למטה, אין גדרי העולם — אין דעם ענין פון שלשה, מחשבה דיבור ומעשה (בהתאם צו די ג' דרגות אין דעם אדם און אין דער בריאה), ובכו"כ פרטים: די תורה אַליין איז געטיילט אויף דריי — „אוריאן תליתאי" (תורה נביאים וכתובים), די מקבלי התורה (אידן) זיינען „עם תליתאי" (כהנים לויים וישראליםנג), געגעבן געוואָרן „על ידי תליתאי" (משה, דער דריטער קינד פון עמרם ויוכבד), און דעם זמן פון מ"ת איז געווען — „ביום תליתאי בירחא תליתאי".

470ח. דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק די שייכות מיט דעם סיום פון ספר השלישי בתורה (וואָס קומט אויס ברוב השנים בשבת מברכים החודש השלישי):

אין תורה עצמה איז נאָכמער בהדגשה דער ענין פון שלשה (מחשבה דיבור ומעשה) אין דעם ספר שלישי, וועלכער איז אויסגעטיילט פון די אַנדערע חומשי תורה דערמיט וואָס ער איז „מלא הלכות רבות"נד, און ווערט אָנגערופן „ארי", „שהוא חמור שבספרים"נה — רובו ככולו פון ספר ויקרא באַשטייט פון הלכות ומצוות התורה (משא"כ אין די אַנדערע ספרים באַשטייט אַ גרויסער טייל פון זיי פון סיפורי המאורעות).

דער ספר השלישי ווערט אויך אָנגערופן „ספר הקרבנות"נו (און „תורת כהנים"נז), וואָס עבודת הקרבנות דריקט אויס כללות עבודת ה'נח, „אדםנט כי יקריב מכם קרבן לה'", וועלכע טוט אויף „נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני"ס. וכמובן פון דעם וואָס עיקר העבודה אין בית המקדש איז — עבודת הקרבנות (בית לה' מוכן להיות מקריבים בו הקרבנותסא).

ומטעם זה איז אין עבודת הקרבנות פאַראַן אַלע דריי ענינים פון מחשבה דיבור ומעשה: די מחשבה וכוונה בהקרבת הקרבנות, אמירת שירה על הקרבן, און די הקרבה במעשה בפועל. ובאופן אחר: „מחשבה זו תפלה עבודה שבלב שכנגד הקרבנות, ודיבור הוא ת"ת דקרבנות, כל העוסק בתורת עולה כו', ועבודת הקרבנות עצמן כבשים בני שנה כו' הוא המעשה"סב.

ועפ"ז יומתק וואָס דער ספר הקרבנות איז דער ספר השלישי, און מ'איז מסיים דעם ספר בשבת מברכים חודש השלישי, צוזאַמען מיט דער הכרזה „חזק חזק ונתחזק", אַ דרייענדיקער חיזוקסג אין דעם ענין השלשהסד, וענין התורה והקרבנות — אַלס אַ נתינת כח צו מתן תורה בחודש השלישי, נתינת „אוריאן תליתאי לעם תליתאי וכו'".

ט. ויש להוסיף דעם קשר מיט פ' בהר בחוקותי (די פרשיות וואָס מ'לייענט בשנה זו (ובכמה שנים) אין „שבת חזק" בסיום ספר שלישי, בשבת מברכים החודש שלישי):

אין ביידע פרשיות בתחלתן רעדט זיך וועגן תורה ומצוות וועלכע זיינען געגעבן געוואָרן באַ מתן תורה: בתחלת פ' בהר — „וידבר ה' אל משה בהר סיני", „מה שמיטה נאמרו כללותי' ודקדוקי' מסיני, אף כולן נאמרו כללותיהן ודקדוקיהן מסיני"סה, ד.ה. אַז אין די מצוות (כללותי' ודקדוקי') דאַרף זיך אָנהערן ווי דאָס קומט פון דעם אויבערשטן (די כוונה ומחשבה בקיום471המצוות לשמה). ובתחלת פ' בחוקותי — „אם בחוקותי תלכו ואת מצוותי תשמרו ועשיתם אותם" — כללות התורה ומצוותי' (ובאופן פון „בחוקותי" מלשון חקיקה מיני' ובי'סו, אַז דאָס נעמט אים אינגאַנצן דורך), און אין אַלע דריי אופנים: „תלכו", „תשמרו", און „ועשיתם", וואָס יש לומר אַז זיי זיינען כנגדסז מחשבה (תלכו, שתהיו עמלים בתורה), דיבור (תשמרו) ומעשה (ועשיתם)סח.

און בסיום פ' בחוקותי — סיום הספר שלישי ממש (וואָס גלייך דערנאָך קומט די הכרזה „חזק חזק ונתחזק") — „אלה המצוות אשר צוה ה' את משה אל בני ישראל בהר סיני".

ויש להוסיף, אַז גלייך לפני זה שטייטסט — „העשירי יהי' קודש". וי"ל די שייכות צו דעם ענין הנ"ל: די ענינים אין סדר השתלשלות, וועלכע טיילן זיך בכללות אויף שלשה, שטעלן זיך אויס מער בפרטיות אויף עשרה — דער „מספר השלם"ע, און די עשרה טיילן זיך בכללות אויף שלשה: א) די עשר ספירות בכל עולם, וועלכע טיילן זיך אויף ג' דרגות. ב) די עשר כחות הנפש וועלכע טיילן זיך בכללות אויף דריי חלקים, כנ"ל. ג) יעדער זאַך באַשטייט פון שלש: אורך רוחב ועומק, און יעדערער פון זיי איז כלול פון דריי, ראש תוך סוף, און צוזאַמען מיט דעם מקום וואָס איז זיי „סובל" — איז דאָס עשר. ובלשון הרמב"םעא: העצם וט' המקרים. ועודעב.

און דורך דער עבודה פון אַ אידן (פון הפרשת מעשר בהמה) ווערט „העשירי יהי' קודש לה'"עג (און דורך דעם ווערט אַן עלי' אין אַלע עשרה ענינים, אין וועלכע עס שטעלט זיך אויס כל הבריאה כולה), ביז בחי' קדש מלה בגרמי'עד, ובאופן פון „יהי' קודש", בהוייתא תהאעה — ער איז ממשיך קדושה און אלקות אין תחתונים, בחי' עשירי, ביז אַז ער מאַכט דאָרט אַ דירה לו יתברך, וואָס דערצו פאָדערן זיך ביידע ענינים: די מעשה בפועל (בחי' עשירי), און די כוונה ומחשבה, „קדש לה'".

י. דער ענין הנ"ל ברענגט זיך אַרויס נאָך קלערער אין דער מצוה וואָס רעדט זיך בתחלת פ' בהר: „כי תבואו אל הארץ גו' ושבתה הארץ שבת לה', שש שנים תזרע שדך ושש שנים תזמור כרמך גו', ובשנה השביעית שבת שבתון יהי' לארץ שבת לה'".

איז ידועה די שאלה בזהעו: דער סדר472בפועל איז, אַז „כי תבואו אל הארץ", איז פריער „שש שנים תזרע שדך גו'", און ערשט דערנאָך, בשנה השביעית — „ושבתה הארץ שבת לה'" (כמפורש דערנאָך אין פסוק: „שש שנים גו' ובשנה השביעית גו'"). פאַרוואָס איז דער סדר אין פרשה פאַרקערט, לכל לראש „ושבתה הארץ שבת לה'", און דערנאָך „שש שנים תזרע שדך" וואָס דערפון איז משמע אַז „מידעז כי תבואו אל הארץ ושבתה קודם שיתחילו השש שנים"עח?!

איז איינער פון די ביאורים אין דעם: די כוונה פון „כי תבואו אל הארץ" איז ניט „שש שנים תזרע שדך", די התעסקות בענינים גשמיים, נאָר „ושבתה הארץ שבת לה'", די רוחניות'דיקע ענינים — ממשיך זיין אלקות אין וועלט (ארץ), ובפשטות — דורך מקיים זיין די מצוות התלויות בארץ (ובמיוחד מצות שמיטה, שמיטת הארץ), ובכללות — אַז עס זאָל הערשן מנוחת שבת לה' באַ דעם אידן און — בכל הארץ.

דעריבער הויבט אָן דער פסוק, אַז גלייך „כי תבואו אל הארץ", איידער ער הויבט אָן טאָן די עבודה פון „שש שנים תזרע שדך", דאַרף אַ איד לכל לראש האָבן די כוונה ומחשבה און החלטה תקיפה, אַז זיין פעלד־אַרבעט איז צוליב — „ושבתה הארץ שבת לה'", אויסנוצן דעם ארץ פאַר דעם אויבערשטן, דערמיט מקיים זיין אַ מצוה לה' („שבת לה'").

און דערנאָך איז דער פסוק ממשיך ווי דער סדר העבודה שטעלט זיך אויס בפועל — „שש שנים תזרע שדך גו' ובשנה השביעית שבת שבתון גו'". אָבער אין מחשבה וכוונה — קומט לכל לראש „ושבתה הארץ שבת לה'". [ביז אַז בזכות זה וואָס אידן האָבן אויף זיך מקבל געווען מצות שמיטה קודם הכניסה לארץ — האָבן זיי זוכה געווען „כי תבואו אל הארץ"עט].

דער לימוד דערפון אין כללות עבודת האדם: „כי תבואו אל הארץ", בשעת די נשמה קומט אַראָפּ למטה אין ארץ הלזו התחתונה (עולם העשי'), צו טאָן איר עבודה פון „שש שנים תזרע שדך", די עבודה אין די שית אלפי שנין דהוה עלמאפ צו מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים — דאַרף לכל לראש זיין די מחשבה וכוונה אַז (די תכלית אין דעם איז) — „ושבתה הארץ שבת לה'", לעשות לו יתברך דירה בתחתונים; און ערשט נאָך דעם וואָס ער איז דורכגענומען מיט דער מחשבה והחלטה תקיפה — קומט „שש שנים תזרע שדך", און דעמולט איז זיכער אַז ער וועט אויספירן די תכלית פון דעם „תזרע שדך" — צו מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים — וויבאַלד אַז די מעשה קומט נאָך און איז באַגרינדעט אויף דער מחשבה וכוונה פנימית שבזה.

ובפרטיות — איז אַזוי דער סדר העבודה בכל יום בבוקר: מיד כשניעור משנתו (ווען עס ווערט „כי תבואו אל הארץ" מחדש דער גילוי הנשמה בגוף), נאָך איידער ער טוט די עבודה במעשה בפועל — „יחשוב בלבו לפני מי הוא שוכב *) וידע כו'", און „לומר מיד נוסח זה מודה אני לפניך כו'", די הודאה וביטול כללי צו דעם אויבערשטן; פריער פון זיין עבודה בפועל הויבט ער אָן מיט דער הקדמה און יסוד כל העבודה — אַז זיין מציאות („אני") איז „מודה לפניך", ביז „בחמלה רבה אמנותך", און ערשט דערנאָך הויבט זיך473אָן דער עבודה בפועל — די עבודה פון „תזרע שדך", צו מאַכן אַ דירה בתחתונים, וואָס קומט לאחרי און איז מיוסד אויף דער ביטול והודאה לה' ואמונה בה' (כמאחז"ל מאמין בחי העולמים וזורעפא).

יא. דער כח אַז אין דער עבודה פון אַ איד זאָל זיין מחשבה דיבור ומעשה בשלימות, באופן פון שלשה [אַז ער איז זיך ניט מסתפק מיט מחשבה ודיבור, נאָר ער ברענגט עס אַראָפּ אין מעשה בפועל, וואָס הוא העיקר, און צוזאַמען דערמיט איז די מעשה געבויט אויף דער מחשבה ודיבור] — באַקומט מען דערפון וואָס אַזוי איז דאָס אויך למעלה באַ דעם אויבערשטן כביכול, אין דעם אופן ווי ער האָט באַשאַפן די בריאה.

וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם ביאור אין דער ערשטער משנה פון היינטיקן פרק (פרק חמישי): „בעשרה מאמרות נברא העולם ומה ת"ל והלא במאמר אחד יכול להבראות אלא להפרע מן הרשעים שמאבדין את העולם שנברא בעשרה מאמרות וליתן שכר טוב לצדיקים שמקיימין את העולם שנברא בעשרה מאמרות". איז ידועה די שאלה בזה פון מפרשיםפב: „אם הא־ל ית' הי' יכול לבראו במאמר א' ובראו בעשרה למה יפרע מן הרשעים בטענה זו, והלא ראובן שקנה כלי שוה זוז בעשרה זוזין וגנבו שמעון, היתכן שיפרע לו עשרה זוזים, והלא אם עד האלקים יבוא דבר שניהם לא יחייבוהו אלא בשויו".

איינער פון די ביאורים אין דעם:

„במאמר אחד יכול להבראות" איז דער טייטש, אַז מצד יכלתו יתברך — אין „עולם היכולת" — וואָלט די גאַנצע וועלט געקענט באַשאַפן ווערן במאמר בלבו אחד (פון בראשיתפג), וואָס דאָס גייט אויף מחשבתו של הקב"ה, מחשבה אחת, וואָס איז כולל כל המאמרות.

אָבער דעמולט וואָלט דאָס געווען אַ וועלט וואָס איז אינגאַנצן בטל צו אלקות, און עס וואָלט זיך ניט (אַזוי) אָנגעהערט דער גבול והתחלקות הנבראיםפד (אַזוי ווי דאָס איז אין מחשבה וואָס איז כולל צוזאַמען אַ ריבוי דיבורים);

וויבאַלד אַז די כוונה עליונה איז, אַז די וועלט זאָל (לכתחילה) זיין באופן ווי זי איז איצטער, אַז בגלוי זאָלן די נבראים מרגיש זיין אַז זיי זיינען אַ מציאות ויש, און עס זאָל באַ זיי זיין דער ענין הבחירה, און דורך זייער עבודה זאָלן זיי ווערן בטל לאלקות און מגלה זיין אלקות בעולם, און מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים — קען דאָס כביכול ניט זיין דורך דעם „מאמר אחד", ווייל די וועלט במצבו עתה איז ניט קיין כלי צו אויפנעמען און סובל זיין דעם „מאמר אחד" (ווי דאָס איז במאמר שבתושב"כ), און בלייבן במציאותו הוא, נאָר דאָס ווערט דוקא דורך דעם וואָס די וועלט ווערט באַשאַפן „בעשרה מאמרות", צען ווי זיי זיינען בתושבע"פ דוקא, וואָס לאָזן אַן אָרט אויף474התחלקות הנבראים, אַז זיי זאָלן זיין בבחי' יש.

ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס מ'קען פורע זיין „מן הרשעים שמאבדין את העולם שנברא בעשרה מאמרות וליתן שכר טוב לצדיקים שמקיימין את העולם שנברא בעשרה מאמרות" — ווייל הגם אַז „במאמר אחד יכול להבראות", וואָלט דאָס דעמולט געווען אַן אַנדער סוג וועלט, אַן אַנדער „חפצא" וואָס איז „ווערט" (נאָר) אַ „מאמר אחד" (אַזוי ווי אַ חפצא וואָס איז ווערט איין זוז לדוגמא); דורך דעם וואָס די וועלט ווערט באַשאַפן „בעשרה מאמרות" ווערט אַ שינוי עיקרי אין דער „חפצא" פון וועלט, אַז זי איז בבחי' יש (בכדי אויספירן די כוונה פון דירה בתחתונים), און דעריבער איז זי „ווערט" „עשרה מאמרות", און דערפאַר איז מען פורע ומשלם שכר פון אַן עולם שנברא בעשרה מאמרות.

עפ"ז ווערט די שאלה לאידך גיסא: וויבאַלד אַז די וועלט ווי זי איז איצטער קען ניט באַשאַפן ווערן „במאמר אחד", פאַרוואָס זאָגט די משנה אַז „במאמר אחד יכול להבראות" (ביכלתו של הקב"ה) — למאי נפק"מ דאָ?

נאָר דאָס גופא קומט די משנה מודיע זיין, אַז הגם וואָס בעולם היכולת (של הקב"ה) קען די וועלט באַשאַפן ווערן במאמר אחד, און נאָכמער: די וועלט איז אַזוי באַשאַפן געוואָרן בפועל, אַז דורך דעם מאמר אחד (בראשית) ביום ראשון זיינען אַלע נבראים באַשאַפן געוואָרן (נאָר דאָס איז דערנאָך אַרויס בגלוי אין די מאמרות בימים שלאחריו)פה — איז די וועלט בפועל באַשאַפן געוואָרן „בעשרה מאמרות", בכדי עס זאָל זיין דער ענין פון בחירה ושכר ועונש (להפרע מן הרשעים וליתן שכר טוב לצדיקים).

מ'דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד אַז די תכלית הכוונה איז, אַז „בעשרה מאמרות נברא העולם", בכדי אויספירן די כוונה פון דירה בתחתונים — איז פאַרוואָס איז טאַקע געווען דער ענין פון „במאמר אחד יכול להבראות", ביז אַז אַזוי איז געווען בפועל ביום ראשון (כנ"ל)?

איז דער ביאור אין דעם: וויבאַלד אַז נתאווה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים, און דאָס איז די סיבה אויף אַלע ענינים וואָס קומען דערנאָך, איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך אין עולם היכולת איז די כוונה, אַז די וועלט זאָל באַשאַפן ווערן „בעשרה מאמרות" (וואָס דוקא דעמולט ווערט זי תחתון בהסתר אור ית'פו), ד.ה. אַז בכדי אויספירן די כוונה פון דירה לו ית' בתחתונים דאַרף'ן אויך דעם ענין פון „במאמר אחד יכול להבראות" — אַז אין דעם עולם זאָל זיך אָנהערן אַז ביכלתו ובמחשבתו ית' איז „במאמר אחד יכול להבראות", בכחו של הקב"ה וואָס ער איז כל יכול, וואָס דאָס גיט אַריין דעם כח אַז די וועלט זאָל זיין בטל צו אלקות, און עס זאָל זיין אַ דירה (הטפל ובטל) לו יתברך; נאָר וויבאַלד אַז דער אויבערשטער וויל עס זאָל זיין אַ דירה בתחתונים, האָט ער באַשאַפן די וועלט אין אַן אופן אַז לכתחילה איז זי מצ"ע קיין כלי ניט צו אויפנעמען דער גילוי פון יכלתו ית', אָבער די כוונה איז אַז דורך דער עבודה פון אידן זאָלן זיי מגלה זיין דעם „מאמר אחד" אין די „מאמרות" שבעולם, מגלה זיין אלקות אין וועלט, און די וועלט זאָל זיין בטל צו אלקות, אַ דירה לו יתברך,475ביז אַז זי זאָל ווערן מוכשר צו אויפנעמען דעם גילוי פון יכלתו ית'.

קומט אויס, אַז אין בריאת העולם זיינען געווען אַלע דריי ענינים פון מחשבה דיבור ומעשה: „במאמר אחד יכול להבראות" — במחשבתו של הקב"ה; די כוונה איז אָבער געווען אַז דאָס זאָל אַרויס אין „תשעה מאמרות" בתושב"כ, ודיבורו של הקב"ה חשיב מעשהפז, און דערפון צוזאַמען מיט בראשית איז בפועל באַשאַפן געוואָרן עולם העשי', בבחי' התחלקות ובחי' יש; און דוקא דורך אַלע דריי ענינים ווערט אויסגעפירט די שלימות הבריאה: בפועל דאַרף זיין בריאת העולם „בעשרה", ווייל דוקא דורך דעם האָט מען די מציאות פון עולם הזה, וואָס דאָס איז דער עיקר הכוונה; צוזאַמען דערמיט אָבער איז כ"ז אַרויסגעקומען פון דעם „במאמר אחד יכול להבראות", וואָס דאָס גיט דעם כח אַז די וועלט זאָל זיין בטל לאלקות.

יב. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין ווי דער ענין איז אין עבודת האדם — און אין ביידע קצוות הנ"ל:

די נשמה קומט למטה בכדי אויספירן די כוונה פון מאַכן אַ דירה בתחתונים, וואָרום הגם אַז אויך ווי די נשמה איז למעלה איז זי מיוחד מיט דעם אויבערשטן (חלק אלוקה ממעל ממשפח), און מיט יכלתו ומחשבתו של הקב"ה (ישראל עלו במחשבהפט), וואָס „במאמר אחד יכול להבראות", ד.ה. אַז די נשמה למעלה איז פאַרבונדן מיט דער בריאה ווי זי שטייט אין יכולת (ולמעלה איז כח (ועאכו"כ יכולת) ניט חסר פועלצ) — איז דאָס אינה דומה כלל צו די וועלט וואָס ווערט באַשאַפן למטה „בעשרה מאמרות", וואָס דוקא דאָרטן פירט זיך אויס די כוונה פון דירה בתחתונים, און דעריבער דאַרף די נשמה אַהין יורד זיין בפועל ממש, אין עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה ממנו.

די נשמה קומט למטה מרגיש זיין אַז די כוונה פון דער ירידה איז ניט דער „תזרע שדך", נאָר „ושבתה הארץ שבת לה'", מאַכן די וועלט פאַר אַ דירה לו יתברך.

ועד"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו דער עבודה פון אַ אידן במחשבה דיבור ומעשה: ער קען זיך ניט באַנוגענען מיט מחשבה ודיבור אַליין, און אפילו ניט ווי מעשה איז כלול אין דער מחשבה ודיבור, אַז ער האָט גוט דורכגעטראַכט דעם ענין און זיך דורכגערעדט וועגן דעם מיט אַנדערע און האָט שוין אַ מסקנא לפועל — און עס דאַרף קומען אין מעשה בפועל, והמעשה הוא העיקר — וואָרום די מעשה וואָס שטייט אין זיין מחשבה ודיבור איז ניט דומה צו מעשה בפועל ממש, און דערפאַר דאַרף זיין דער הפסק בינתיים („אף עשיתיו") כנ"ל (ס"ג), וע"ד די הוראה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז איידער אַ איד טוט אַ זאַך בפועל דאַרף ער פריער אַריינקוקן אין שולחן ערוך (אפילו אויב ער האָט שוין געלערנט דעם דין אין שו"ע און ווייסט דאָס קלאָר) — ווייל די מעשה וואָס קומט אַרויס בפועל איז גאָר אַן אַנדער „וועלט" לגבי די וועלט וועלכע שטייט ביכולת במחשבה ודיבור. לאידך גיסא: דאַרף די מעשה זיין געבויט אויף זיין פריערדיקע מחשבה ודיבור (כולל המעשה שבהם)צא.

476יג. די הוראה פון דעם אַלעם בנוגע לפועל:

שטייענדיק אין די ימי הכנה צו „זמן מתן תורתנו" בחודש השלישי — דאַרף באַ יעדערן צוקומען נאָך החלטות טובות אין מוסיף זיין אין אַלע ענינים פון תורה ומצוות, לימוד התורה, נגלה דתורה און פנימיות התורהצב, און קיום המצוות בהידור,

ובהדגשה — באופן של שלשה, אַז דאָס זאָל דורכנעמען זיין מחשבה דיבור ומעשה, אָנהויבנדיק פון מחשבה, דערנאָך אַרויסקומען בדיבור, ביז — אין מעשה בפועל, והוא העיקר. און דורך דעם קומט אַרויס די שלימות און הצלחה אין זיין עבודה, ביז — אַז ער טוט דורך דעם אויך אין כל העולם כולו.

צווישן די ענינים מיוחדים בקשר מיט חג השבועות איז דאָס — וואָס „בנינו עורבים אותנו"צג, אידישע קינדער זיינען געווען די ערבים, די גאַראַנטאָרס, וואָס צוליב זיי האָט דער אויבערשטער געגעבן אַלע אידן די תורה.

דערפאַר איז אַ דבר נכון ביותר (ווי גערעדט בארוכה אין די פריערדיקע יאָרןצד), אַז מ'זאָל זיך משתדל זיין אַז יעדער אידיש קינד, אינגעלע אָדער מיידעלע, און אפילו קטני קטנים (דמזלייהו חזיצה), זאָלן זיין אין בית הכנסת חג השבועות בעת מ'לייענט די עשרת הדברות בציבור.

ויה"ר והוא העיקר — אַז לאחרי דער ריבוי מופלג פון מעשינו ועבודתינו פון אידן, דורך וועלכע מ'האָט שוין זיכער מכשיר געווען די וועלט אויף מקבל זיין די גרעסטע גילויים פון אלקות — זאָל שוין און גלייך ממש זיין דער גילוי בשלימות פון יכלתו ית' למטה, כולל ובמיוחד — די יכולת פון דעם אויבערשטן צו ברענגען די גאולה תיכף ומיד ממש, ע"י דוד מלכא משיחאצו, למטה מעשרה טפחיםצז,

און אַלע אידן גייען — לשון הווה — אין ארץ הקודש, אין ירושלים עיר הקודש, להר הקדש, לבית המקדש השלישי (ובפרטיות — די אַלע עשר קדושותצח), ביז אין קדש הקדשים (כנגד די ג' ראשיןצט), וכאמור — תיכף ומיד ממש, און מ'גרייט זיך דאָרט צו קבלת התורה — בחודש השלישי — בשמחה ובפנימיותק.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-c641y19a

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#159 Sefer HaSichos ה'תש"נ, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here