Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחת ש"פ תצא, י"א אלול ה'תש"נ
666משיחת ש"פ תצא, י"א אלול ה'תש"נ
— בקשר עם סיום השלשים לפטירת הו
א. דעם דינסטאָג, י"ד אלול, איז דער סיום השלשים לפטירה פון אַ איד (הרה"ח וכו' ר' יעקב יהודה ז"ל העכט), וועלכער איז נתמנה געוואָרן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו צו זיך מתעסק זיין אין הפצת התורה והיהדות, ובמיוחד — אין חינוך בני ובנות ישראל, און ער האָט זיך אין דעם מתעסק געווען אַ ריבוי שנים ביז מתוך מסירת נפש.
אַלע ענינים זיינען בהשגחה פרטית, כולל דער זמן הפטירה והשלשים, ובמילא איז פאַרשטאַנדיק אַז דער זמן האָט אַ שייכות מיט דער עבודה ועסק פון דעם נפטר.
צווישן די ענינים מיוחדים אין וועלכע ער האָט זיך מתעסק געווען איז געווען — חינוך פון אידישע קינדער, לימוד התורה מיט תינוקות של בית רבן, כולל ובמיוחד — אידישע קינדער וואָס געפינען זיך (לעת עתה) אין בתי ספר ממלכתיים („פּאָבליק סקולס"), דורך קובע זיין פאַר זיי שיעורים בלימוד התורה, „שיעורי לימוד הדת" (של"ה), כשמו פון דעם מוסד וואָס ער איז געווען בראשו, און האָט זיך אין דעם עוסק געווען מיט אַ תוקף ומסירת נפש, אַז ניט קוקנדיק אויף די מניעות ועיכובים וואָס זיינען דערמיט געווען פאַרבונדן מצד חוקי המדינה, איז ער ניט נתפעל געוואָרן און האָט מצליח געווען צו באַקומען אַ רשיון מיוחד צו קובע זיין די שיעורי לימוד הדת, און דורך אים זיינען איינגעאָרדנט געוואָרן שיעורי תורה אין הונדערטע ערטער.
דער גודל הענין פון לימוד מיט תינוקות של בית רבן איז מבואר בכמה הרה"ח וכו' ר' יעקב יהודה העכט ע"ה — מאמרי חז"ל, ובמיוחד — בקשר מיט גלות און גאולה — כדברי הגמרא (אין דער סוגיא הידועה בקשר מיט תשב"ר)א „אמר רב המנונא לא חרבה ירושלים אלא בשביל שבטלו בה תינוקות של בית רבן",
וכידוע דער מספר גדול ביותר פון מלמדי תינוקות של בית רבן בזמן בית שני: „ד' מאות בתי כנסיות היו בכרך ביתר, ובכל או"א היו ד' מאות מלמדי תינוקות, וכאו"א היו לפניו ד' מאות תינוקות"ב. ועד"ז איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו די קהילות באַ אידן בחוץ לארץ (בזמן בית שני), וואָס דאָרטן זיינען געווען אַ ריבוי אידן באופן קבוע [כמובן פון דברי המשנהג אַז אין ביהמ"ק איז געווען אַ קופה מיוחדת פאַר די מחצית השקל פון די אידן פון חוץ לארץ].
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער תיקון אויף חורבן ביהמ"ק וגלות איז דורך דעם וואָס מ'איז זיך עוסק ובריבוי אין לימוד מיט תינוקות של בית רבן, סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ [וואָס בזמן הזה איז רוב מנין ובנין פון אידן אין חוץ לארץ, ובזה גופא — אין חצי כדור התחתון], און מיט אַלע סוגים פון תינוקות של בית רבן, כולל די וואָס געפינען זיך דערוויילע אין „פּאָבליק סקולס", וואָס זיי במיוחד דאַרפן אָנקומען צו אַ אידישן תורה חינוך.
עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק די שייכות מיט דעם זמן הפטירה און שלשים פון דעם667איד וואָס האָט זיך עוסק געווען אין חינוך פון תשב"ר:
די פטירה איז געווען אין חודש אב, דער חודש פון חורבן בית המקדש („עלה ארי' במזל ארי' והחריב אריאל"ד), וואָס איז געקומען (כנ"ל) „בשביל שבטלו בה תינוקות של בית רבן"; דאָס איז אָבער „על מנת"ה אַז דערנאָך זאָל זיין דער תיקון בזה, ובפרט פון חמשה עשר באב (יום פטירתו) ואילך, (כולל — אין חודש אלולו שכולו בימי חרות על הלוחות האחרונות (דער חודש הרחמיםז)), ווען מ'דאַרף במיוחד אָנהויבן מוסיף זיין אין לימוד התורה („מכאן ואילך דמוסיף יוסיף", „מחמשה עשר באב ואילך דמוסיף לילות על הימים לעסוק בתורה יוסיף חיים על חייו")ח, כולל ובמיוחד — בלימוד התורה פון תינוקות של בית רבן, וואָס איז מתקן ומבטל סיבת החורבן, ובהבטל הסיבה ווערט במילא בטל דער מסובב, און עס ווערט אויפגעבויט כוננו ידיך פון דעם בית המקדש השלישי.
ב. ויש לקשר זה ברמז אויך מיט שמו של הנפטר — „יעקב יהודה" [כמדובר כמ"פ, אַז יש מקום זוכן און זאָגן אַ רמז בשעת דאָס גיט צו אין יראת שמים און אין עבודת ה' בפועל]:
„יעקב" איז כולל אַלע אידן („נשמתו כו' כלולה מכל הנשמות שבישראל מעולם ועד עולם")ט, כמובן בפשטות דערפון וואָס פון יעקב זיינען געקומען אַלע שבטים, וואָס פון זיי נעמען זיך אַלע אידן. ד.ה. אַז די שבטים (מלשון המשכה)י זיינען דער ממוצע הממשיך והמחבר יעקב (און די אבות בכלל) מיט אַלע אידן.
ובלשון החסידותיא: יעקב איז בבחי' אצילות (מרכבתא עילאה), און ער איז פאַרבונדן מיט די שבטים ווי זיי שטייען אין אצילות — „שבטי י־ה עדות לישראל"יב, און דערפון ווערן דערנאָך נמשך די שבטים ווי זיי שטייען בבי"ע (מרכבתא תתאה), און זיי זיינען כולל אַלע אידן וואו און ווי זיי געפינען זיך, ביז אין עולם העשי', עולם הזה הגשמי והחומרי [ובכללות איז דאָס אויך נכלל אין דעם נאָמען „יעקב" — „יעקב" אותיות י' עקביג, אַז פון דעם יו"ד (פון שם הוי'), דער יו"ד פון אלקות און פון אידישקייטיד, ווערט נמשך למטה מטה בבחי' עקביג. ובפרטיות ובגלוי ווערט די המשכה למטה דורך די שבטים].
און דער עיקר וראש השבטיםטו (וואָס פאַרבינדט יעקב'ן מיט אידן) איז „יהודה".668נוסף אויף דעם וואָס אַלע אידן ווערן אָנגערופן על שם יהודהטז.
און דער פאַרבונד (פון „יעקב (און) יהודה") מיט אידן איז במיוחד דורך תורה — ענינו של יעקביז, כמ"שיח „ויקם עדות ביעקב ותורה שם בישראל" [וואָרום תורה איז דער מקור החיות (חיינו ואורך ימינו) פון אידן, און דערפאַר איז יעקב (תורה) כולל אַלע נשמות ישראל], און די תורה פון יעקב ווערט נמשך צו אידן דורך יהודה — כמ"שיט „ואת יהודה שלח גו' להורות לפניו גשנה", „לתקן לו בית תלמוד שמשם תצא הוראה", ביז אַז די תורה זאָל נמשך ווערן צו אידן ווי זיי געפינען זיך אין מצרים מלשון מיצרים וגבולים.
ויש לקשר זה דערמיט וואָס יהודה איז ענינו (בעבודה) — מעשה [כמבואר בענין „ויגש אליו יהודה"]כ, ער ברענגט אַראָפּ די ענינים פון יעקב אין מעשה בפועל.
ולהוסיף, אַז דער ר"ת פון ביידע נעמען (יעקב יהודה) איז צוויי יודי"ן, וואָס גייט אויף שמו של הקב"ה (ווי מ'שרייבט בכ"מ צוויי יודי"ן אַנשטאָט דעם שם (הוי')) — דער חיבור פון יו"ד ר"ת פון שם הוי' (בכתיבתו) און יו"ד סוף (התיבה) פון שם אד' (שם הוי' בקריאתו) — דער חיבור אלקות שלמעלה מעולם מיט אלקות שמתלבשת בעולםכא.
נאָך אַן ענין וואָס איז דאָ אין יהודה — אַז ער איז געווען דער מלך שבשבטיםכב, און פון יהודה נעמט זיך מלכות בית דוד. וואָס אין עבודה באַווייזט עס (מלכות) אויף אַן עבודה בתוקף פון אַ מלך, וואָס המלך „פורץ לעשות לו דרך"כג, און „אמר מלכא עקר טורא"כד. ובמיוחד — דורך תורה, „מאן מלכי רבנן"כה, וואָס זיי האָבן דעם כח ותוקף (התורה) צו משנה זיין מציאות העולם.
עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון שמו של הנפטר מיט עיקר עבודתו:
זיין עיקר עסק איז געווען אין דער עבודה פון „יעקב יהודה": צו ממשיך זיין במעשה בפועל תורתו של יעקב צו אידן, ובמיוחד — צו תינוקות של בית רבן, ביז אויך צו די וואָס געפינען זיך למטה מטהכו (בבחי' עקב), אין „פּאָבליק סקולס", און טאָן דאָס מיט אַ תוקף פון יהודה (מלך), וכמדובר לעיל אַז ער איז ניט נתפעל געוואָרן פון חוק המדינה און האָט זיך געשטעלט בתוקף און דורכגעפירט בפועל די „שיעורי לימוד הדת".
ובכלל — האָט ער זיך פאַרנומען מיט ממשיך זיין די ענינים ורצונות פון יעקב669[נשיאכז דורנו, כ"ק מו"ח אדמו"ר] אין מעשה בפועל און מיט אַ תוקף (יהודה), ביז אַז אפילו הערנדיק אַ רמז פון „יעקב" האָט ער דאָס אַראָפּגעבראַכט אין מעשה בפועל ממש, באופן אַז מ'קען דאָס אָנטאַפּן מיטן חוש המישוש — אין דעם האָט ער זיך געקאָכט במיוחד.
ג. נאָך אַ רמז אין דעם נאָמען:
„יעקב יהודה" איז בגימטריא רי"ב, אותיות „רבי" — בהתאם לענינו אַלס אַ רבי פון תינוקות של בית רבן. ועוד ועיקר: ער האָט ממשיך געווען די ענינים פון דעם רבי נשיא דורנו (כ"ק מו"ח אדמו"ר) אין מעשה בפועל, כנ"ל.
ויש לקשר זה אויך מיט דעם פרק פון דעם שבתכח — וואָס התחלתו איז: „רבי אומר", בלשון „רבי" (סתם) דוקא, און ערשט דערנאָך שטייט ברור ווער דאָס איז, אין דער משנה שלאחרי זה: „רבי יהודה הנשיא" — וואָס איז כולל סיי דער וואָרט „רבי" (די גימטריא פון יעקב יהודה), און סיי שמו השני „יהודה", און בהוספת תיבת „הנשיא", ר"ת ניצוצו של יעקב אבינוכט, וואָס פון אים ווערט נמשך למטה דורך יהודה (כנ"ל).
באַ דעם נפטר איז געווען די עבודה פון „רבי אומר" — אַראָפּברענגען באמירה ולימוד בפועל דער ענין פון „רבי" (בגימטריא יעקב יהודה), לימוד התורה, כידוע אַז רבי איז געווען דער מחבר פון ששה סדרי משנה (וואָס דאָס לערנט מען במיוחד מיט תינוקות של בית רבן). ולהעיר, אַז לימוד המשניות איז (אויך) ממהר די גאולה — כמאחז"לל אין הגליות מתכנשות אלא בזכות המשניות.
ולהוסיף, אַז די דריי אותיות פון „רבי" זיינען אויך פאַרבונדן מיטן בנין בית המקדש (וואָס קומט דורך „רבי", דורך לערנען מיט תינוקות של בית רבן, כנ"ל ס"א): דער שלימות פון י' איז מאה — ק', דער אות בי"ת איז זיך מתחלף מיטן אות שי"ן (בא"ב דא"ת ב"ש), און צוזאַמען מיט דעם רי"ש (ר"ת רבי) ווערט אויפגעשטעלט דער וואָרטלא „קרש"לב — „ועשית את הקרשים למשכן גו' עומדים"לג (זיי זיינען אַזוי ווי עמודים וואָס זיינען מחבר אלקות מיט וועלטלד), משכן דאיקרי מקדשלה, דער משכן איז פאַרבונדן, איז דער תוכן אַ חלק פון דעמזעלבן ציווילו:670„ועשו לי מקדש" — דער ציווי אויפן משכן, די צוויי בתי מקדש, ביז די שלימות שבזה — ביהמ"ק השלישי.
ד. יעדער זאַך וואָס אַ איד זעט אָדער הערט דאַרף ביי אים זיין אַ הוראה אין עבודת ה'לז:
שטייענדיק בסמיכות צו סיום השלשים פון דעם נפטר — איז אַ זמן מתאים צו זיך אַריינטראַכטן אין די ענינים וואָס ער האָט זיך מתעסק געווען, און דערפון אָפּלערנען בנוגע לפועל.
ובמיוחד, כמדובר לעיל — אין דער עבודה פון חינוך בני ובנות ישראל, ובפרט — פון תינוקות של בית רבן, כולל די וואָס געפינען זיך (לעת עתה) אין „פּאָבליק סקולס",
ניט קוקנדיק וויפל ער האָט שוין געטאָן אין דעם תחום, און וויפל אַנדערע האָבן אין דעם געטאָן — איז היות אַז די גאולה איז נאָך ניט געקומען, איז אַ ראי' אַז מ'דאַרף און מ'קען נאָך מוסיף זיין אין דעם [נוסף אויף דעם וואָס מ'זעט בפשטות דעם ריבוי פון אידישע קינדער וואָס באַ זיי קען נאָך צוקומען אין אידישן תורה חינוך], און דורך דעם גופא וועט מען נאָכמער ממהר זיין די גאולה (וואָס איז תלוי אין דעם לימוד מיט תינוקות של בית רבן, כנ"ל).
ה. וכן יהי' לנו בפועל — אַז עס קומט די גאולה האמיתית והשלימה, והקיצו ורננו שוכני עפרלח, און דער נפטר בתוכם (ובפרט אַז מ'שטייט נאָך בסמיכות צו די שלשים, וואָס דעמולט איז לייכטער אויפטאָן דעם הקיצו, כידוע אַז אויך לאחרי ההסתלקות איז דער רוח הנפש נאָך שורה על הגוף, און אין דעם זיינען פאַראַן חילוקים צווישן שלשה, שבעה, שלשים וי"ב חודשלט. וואָס דערפאַר טוט מען כמה ענינים בתוך השלשים וואָס זיינען נאָך פאַרבונדן מיט חיים חיותו בעלמא דין),
און ער וועט שטיין בראש פון די תינוקות של בית רבן און אַלע אידן וועלכער ער האָט מחנך געווען (אָדער געהאַט אַ השפעה אויף זייער חינוך), וואָרום כידוע אַז „שכר מצוה מצוה"מ, דער שכר המצוה איז (אויך) די (מעגלעכקייט צו ווייטער מקיים זיין די) מצוה,
און — הקיצו ורננו אַלע שוכני עפר, ובראשם — כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, צוזאַמען מיט אַלע חסידים,
און אַלע אידן — וועלן לערנען תורה דורך דעם בעסטן רבן של ישראל — דער אויבערשטער בעצמו, כולל ולכל לראש — די תינוקות של בית רבן, כמ"שמא „ולא ילמדו עוד איש את רעהו כי כולם ידעו אותי (ומקדים בכתוב) למקטנם (און דערנאָך) ועד גדולם".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תש"נ, חלק ב
- Id
- rh-zzneahmx