Sefer HaSichos (the Rebbe)
מכתב ח"י אלול, ה'תשמ"ט
ח"י אלול, ה'תשמ"ט
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
שטייענדיק אין דעם סגולה־טאָג פון דעם סגולה־חודש — ח"י אלול,
דער געבורטסטאָג פון די שני המאורות הגדולים (די גרויסע ליכט קוואַלן), גדולי ישראל אין זייערע דורות און אין די קומענדיקע דורות — דער בעל־שם־טוב, מייסד תורת החסידות הכללית (אין יאָר נח"ת), און דער אַלטער רבי, מייסד תורת חסידות חב"ד, בעל התניא והשלחן־ערוך (אין יאָר קה"ת),
ובפרט אַז די לעצטע צוועלף טעג פון דעם חודש, אָנהויבנדיק מיט ח"י אלול,709זיינען די נאָענטסטע טעג פון צוגרייטונג צו ראש השנה און צום גאַנצן נייעם יאָר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה,
איז איצט זיכער די פּאַסנדע צייט אַריינצוטראַכטן אין די הויפּט־שטריכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דער דערמאָנטער צוגרייטונג, און זעלבסטפאַרשטענדלעך, אין אַן אופן אַז דאָס זאָל ווירקן אין אַלע געביטן פון דעם מענטשלעכן לעבן, אין מחשבה דיבור ומעשה, און אין איינקלאַנג מיטן תכלית פון זיין באַשאַפונג (וואָס בריאת אדם הראשון איז געווען אין דעם ערשטן ראש השנה) און זיין לעבן — עבודת השם, צו דינען דעם באַשעפער, אין אַלע דריי קווים: תורה, עבודה און גמילות־חסדים.
איינע פון די הויפּט נקודות וועלכע טיילט אויס דעם קומענדיקן יאָר איז, וואָס דער ערשטער טאָג פון דעם יאָר, יום ראש־השנה, קומט אויס אום שבת.
ווי מערערע מאָל אונטערשטראכן, איז ראש־השנה ניט נאָר דער אָנהויב פון יאָר, נאָר אויך דער „קאָפּ" פונם יאָר, וואָס אַזוי ווי דער קאָפּ פירט אָן מיטן גאַנצן גוף, אַזוי דאַרפן די גוטע החלטות (באַשלוסן) פון ראש־השנה „אָנפירן" מיט אַלע טעג פון דעם יאָר.
איז דעריבער ספּעציעל באַדייטונגס פול, וואָס דער „קאָפּ" פון דעם קומענדיקן יאָר איז אַ „שבת'דיקער". און זיכער, אַז די צוגרייטונג צום נייעם יאָר, איז פאַרבונדן מיט דער ספּעציעלער באַדייטונג און די אייגנאַרטיקע שטריכן פון דעם נייעם יאָר, מיט וועלכע דער נייער יאָר טיילט זיך אויס פון אַנדערע יאָרן.
*
דער טאָג פון שבת האָט אין זיך צוויי קעגנגעזעצטע נקודות.
710דער ענין פון שבת איז — קדושה, שבת קודש, ווי דער פסוק זאָגט ושמרתם את השבת כי קודש היא, ער איז אַ הייליגער טאָג, דורכגעדרונגען מיט קדושה.
קדושה ווייזט אויף העכערקייט אין אַן אופן פון אָפּגעטראָגנקייט — קדושה לשון הבדלה. ובפרט קדושת שבת, וועלכע איז גאָר אַ הויכע מדריגה פון קדושה, העכער פון דער בריאה.
דעריבער דריקט זיך אויס די קדושה פון שבת, צום אַלעם ערשטן, אין דעם וואָס אַ איד „טוט זיך אויס" פון וועלט זאַכן — ניט טאָן קיין וועלט (וואָכעדיקע) אַרבעט, לא תעשה כל מלאכה, אויך ניט האָבן צו טאָן מיט עובדין דחול — וואָכעדיקייט אין רעדן אָדער אַפילו אין מחשבה; און אָנפילן די צייט פון שבת (ווען מ'איז פריי פון וואָכעדיקע מעשה דיבור ומחשבה) מיט אַ הוספה אין עבודת השם — אַ הוספה אין מעשי שבת, אין שיעוי־תורה, און אַ הוספה אין עבודה שבלב ומחשבה, תפלה בכוונה און אין דער הכנה צו תפלה.
דאָך זעט מען, אַז די קדושה פון שבת איז ניט באַגרענעצט צו דער רוחניות פון אַ אידן, נאָר זי דרינגט דורך אויך זיין גשמיות, ביז זי פאַרוואַנדלט די טעטיקייט פון טאָג־טעגלעכן לעבן — ווי עסן, טרינקען, שלאָפן אד"ג — אין אַ מצוה, מצות עונג שבת, ובלשון הכתוב: וקראת לשבת עונג; דאָס הייסט, שבת (און קדושת שבת)711ווירקט אַז אויך די גשמיות'דיקע זאַכן פון וועלכע דער גוף האָט עונג, ווערן דערהויבן צו שבת, קדושת שבת.
*
אַזוי ווי שבת אין צייט (זמן) אַזוי איז דאָ דער „שבת" פון מענטשהייט (און וועלט בכלל), וואָס דאָס זיינען אידן, עם ישראל, ווי תורה זאָגט און פאַרגלייכט: המבדיל בין קודש לחול כו'* בין ישראל לעמים. פּונקט ווי שבת איז אָפּגעטיילט פון חול, אַזוי זיינען אידן אַ גוי קדוש, קדוש אתה לה' אלקיך, אָפּגעטיילט פון אַלע פעלקער, אין אַן אופן פון הבדלה און רוממות („ורוממתנו").
צווישן אידן גופא, ווערן תלמידי חכמים באַזונדערס אָנגערופן „שבת", ווייל דער הויפּט עסק פון תלמידי חכמים איז תלמוד תורה, ביז אין אַן אופן פון „תורתו אומנתו", און דעריבער זיינען זיי טאָג טעגלעך אין דער מדריגה פון „שבת", מובדל און מרומם פון חול און וועלט זאַכן.
אין זהר הקדוש שטייט באַזונדערס אויף ר' שמעון בר יוחאי אַז ער איז אין דער מדריגה פון „שבת לה' קודש". ובכלל זיינען אין דעם נכלל נשיאי ישראל שבכל דור ודור
— ביז די נשיאי ישראל שבדורות האחרונים, ובהם די בעלי יום הולדת פון דעם היינטיקן טאָג, ח"י אלול — דער בעש"ט און דער אַלטער רבי, ביז נשיא דורנו, דער רבי דער שווער —
וועלכע זיינען די „שבת שבשבת", ביי וועמען עס לייכט די ג־טלעכע קדושה אין אַן אופן פון הבדלה און התנשאות („נשיא" פון לשון התנשאות).
דערביי לערנט אונז דער פאַרגלייך פון אידן בכלל, און תלמידי חכמים ונשיאי ישראל בפרט, צו קדושת שבת, אַז דער תכלית ושלימות פון דער קדושה און712דערהויבנקייט איז, אַז די קדושה זאָל אַריינגעברענגט ווערן אין דער ארציות פון דער וועלט, ביז צו פאַרוואַנדלען די וועלט, דעם עולם הזה התחתון, אין אַ דירה לו ית'. אידן ווערן אָנגערופן גוי אחד בארץ, גוי אחד וועלכער ברענגט אַריין „ה' אחד" אין ארץ, „ארציות" פון עולם הזה.
די נקודה און אויספיר פון דאָס אויבנגעזאָגטע איז:
די השפעה פון ראש־השנה — „קאָפּ" פון יאָר — דאַרף זיך פילן אין דער פולסטער מאָס אין אַלע אַנדערע „איברים" — טעג, וואָכן און חדשים — פון יאָר. דער שבת ראש־השנה פון היינטיקן יאָר דאַרף איינשטעלן אַ סדר החיים, פאַר יעדן טאָג פון דער וואָך, און פאַר דעם גאַנצן יאָר, אין פולן איינקלאַנג מיט דעם גייסט פון שבת קודש.
און אין ביידע אויבנדערמאָנטע נקודות:
יעדן טאָג פון יאָר דאַרף זיין אַן ענין פון שבת דערהויבנקייט, דורך אַ ספּעציעלע הוספה אין דעם לעבן פון אַ אידן. צום ביישפּיל: אַ נייעם הידור במצוות, אַ נייע קביעות־עתים לתורה, אַ נייע הוספה אין עבודת התפלה, אד".
צוזאַמען דערמיט דאַרף יעדער איד, מאַן אָדער פרוי, יונג אָדער אַלט, אַריינברענגען „שבת'דיקייט" אויך אין די וואָכעדיקע מלאכות; אַריינברענגען רוחניות און קדושה אין די געוויינלעכע און וואכעדיקע ענינים פון טאטעגלעכן לעבן, ביז אַז יעדע מחשבה דיבור און מעשה זאָל דורכגעדרונגען ווערן מיט שבת'דיקייט.
צום ביישפּיל: ווען איינער האָט אַ שטעלע, אַ מסחר א. ז. וו., דאַרף ער זיין דורכגעדרונגען מיט דער רוחניות'דיקער כוונה און נשמה פון דעם, ובלשון התורה:713כל מעשיך יהיו לשם שמים (אַלע דיינע טואונגען דאַרפן זיין צוליב הייליקע צוועקן): מען דאַרף דאָך געבן צדקה, האָבן אַ רואיקע קאָפּ אויף לערנען תורה, צאָלן שכר־לימוד פאַר קינדער צו לערנען תורה, אד"ג, פאַרנעמט ער זיך דערפאַר מיט זיין פּרנסה טעטיקייטן, בכדי דורכדעם צו דערגרייכן די אויבנדערמאָנטע צילן.
און זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז דאַן איז זיין פאַרנומענקייט אין עסק אין אַן אופן אַז עס שטערט אים ניט צום לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, א.ז.וו.
ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע פון אונז, בתוך כלל ישראל, זאָל באַשליסן און טאָן אין איינקלאַנג מיט דאָס אויבנגעשריבענע.
און אַזוי ווי די קדושה פון שבת גייט צוזאַמען מיט דער ברכה פון שבת, ווי תורה זאָגט: ויברך אלקים את יום השביעי ויקדש אותו — וועלן די פעסטע באַשלוסן אין דעם אַלעם, תיכף אַראָפּברענגען ברכות ה' בכל, ובמיוחד — אַ כתיבה וחתימה טובה, לשנה טובה ומתוקה, בגשמיות וברוחניות גם יחד,
ובמיוחד די הויפּט ברכה, אַז דער אויבערשטער, שומע קול תרועת עמו ישראל ברחמים, וועט זיך צוהערן צו תפלות עמו ישראל,
ווי די בקשה פון דוד המלך, נעים זמירות ישראל: תבוא לפניך תפלתי, הטה אזנך לרנתי (זאָל מיין תפילה קומען צו דיר, צו דיין פנים, נייג צו דיינע אויערן צו מיין געזאַנג און געבעט),
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תש"נ, חלק ב
- Id
- rh-pkkfdzy8