עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ קרח, א' דראש חודש תמוז ה'תש"נ

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

528משיחות ש"פ קרח, א' דראש חודש תמוז ה'תש"נ

א. מ'האָט שוין גערעדט מערערע מאָלא וועגן די שמות הסדרות, אַז וויבאַלד די נעמען זיינען באַשטימט געוואָרן ע"פ מנהג ישראל, ומנהג ישראל תורה היאב, זיינען זיי תורה'דיקע נעמען.

לויט דעם דאַרף מען פאַרשטיין דעם נאָמען פון פרשתנו — „קרח"ג: קרח איז דאָך געווען דער היפך פון אַ צדיק וואָס האָט ניט תשובה געטאָן (בלויז בניו האָבן תשובה געטאָןד). איז ווי קומט עס אַז מ'האָט קובע געווען צו אָנרופן אַ סדרה אין תורה על שמוה — היפך פון דעם וואָס עס שטייטו „ושם רשעים ירקב", „רקביבות תעלה בשמותן דלא מסקינן בשמייהו", ובמכ"ש אַז מען זאָל ניט אָנרופן אַ סדרה אין תורה מיט אַזאַ נאָמען, וואָס דורך דעם פאַראייביקט מען דעם נאָמען שלא בערך מער ווי מיט אָנרופן אַ מענטשן „בשמייהו", היות אַז תורה איז דאָך נצחיתז?!

לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז דער שם הפרשה „קרח" ברענגט אַרויס דעם עילוי ותוקף הכהונה וואָס איז אַרויס דורך מחלוקת קרח, וע"ד מאמר חז"ל „לפי שבא קרח וערער כנגד אהרן על הכהונה, בא הכתוב ונתן לו כ"ד מתנות כהונה בברית מלח עולם"ח, און איז מדגיש נאָך מער דעם עילוי פון עבודת התשובה דורך בני קרח; אָבער דאָס איז ניט קיין מעלה אין (דעם נאָמען) „קרח" עצמו, אדרבה — דוקא אין דעם היפך און שלילה פון קרח („ויאבדו מתוך הקהל"ט).

פון דעם וואָס אַ סדרה בתורה ווערט אָנגערופן בשם „קרח", איז פאַרשטאַנדיק אַז ס'איז דאָ אַ מעלה ולימוד אין „קרח" עצמו.

ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים אַ דבר תמוה אין רמב"ם פאַרבונדן מיט פרשתנו:

אין סוף הל' שמיטה ויובלי שרייבט דער רמב"ם בנוגע צו שבט לוי — „לא זכה שבט לוי בנחלת ארץ ישראל כו' מפני שהובדל לעבוד את ה' לשרתו כו', והוא ברוך הוא זוכה להם שנאמריא אני חלקך ונחלתך". דערנאָך איז דער רמב"ם ממשיךיב: „ולא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש כו' אשר נדבה רוחו אותו והבינו מדעו לחבדל לעמוד לפני ה' לשרתו ולעובדו כו' הרי זה נתקדש קדש529קדשים ויהי' ה' חלקו ונחלתו לעולם ולעולמי עולמים ויזכה לו בעוה"ז דבר המספיק לו כמו שזכה לכהנים וללוים".

פאָדערט זיך ביאור אין דעם וואָס דער רמב"ם פאַרבינדט דאָס וואָס „כל איש ואיש" ווערט „נתקדש קדש קדשים ויהי' ה' חלקו ונחלתו" מיט דעם פסוק אין פ' קרח „אני חלקך ונחלתך":

די עצם זאַך וואָס דער רמב"ם שרייבט אַז „לא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואשה אשר נדבה רוחו אותו כו' הרי זה נתקדש קדש קדשים", דער תואר וואָס איז געגעבן געוואָרן און גייט אויפן כהן גדול (ד.ה. אַז יעדער איד קען ווערן בדרגת לוי א.ז.וו. און העכער ביז מדרגת כהן גדול) — איז קיין סתירה ניט צו דעם וואָס אין אונזער פרשה ווערט דערציילט מחלוקת קרח ועדתו וועלכע איז געקומען צוליב דעם וואָס זיי האָבן געוואָלט זיין כהנים גדולים — „ובקשתם גם כהונה"יג, „מבקשים כהונה גדולה"יד. און אויף דעם האָט זיי משה געענטפערט אַז עס קען זיין נאָר „כהן גדול אחד"יד, און דער אויבערשטער האָט אויף דעם בוחר געווען אהרן'ען, כהן גדול — „בוקר ויודע ה' את אשר לו ואת הקדוש"טו [„גבולות חלק הקב"ה בעולמו, יכולים אתם להפוך בוקר לערב כן תוכלו לבטל את זו שנאמרטז ויהי ערב ויהי בוקר ויבדל, כך ויבדליז אהרן להקדישו וגו'"יח], ווי ס'האָט זיך געוויזן דורך הקטרת הקטורת „והי' האיש אשר יבחר ה' הוא הקדוש"יט, און השם האָט אויך בוחר געווען אַז די בני אהרן זאָלן זיין כהנים —

ווי מ'האָט דערנאָך געזען פון דעם וואָס „פרח מטה אהרן"כ, און דאָס בלייבט „למשמרת לאות", „לזכרון שבחרתי באהרן הכהן ולא ילונו עוד על הכהונה"כא. און צוליב טענת קרח ועדתו (צו זיין כהנים גדולים) זיינען זיי נענש געוואָרן באופן הכי חמור, ווי דערציילט אין המשך הפרשה,

איז דאָס אַלץ קיין סתירה ניט צו דעם וואָס דער רמב"ם שרייבט אַז „כל איש ואיש, קען דערגרייכן צו „נתקדש קדש קדשים" (דרגת כהן גדול), הגם אַז מ'האָט דעם ציוויכב (וואָס איז אַ לאו מן התורה, לדיעה אחתכג) „לא יהי' כקרח ועדתו", וועלכע האָבן געוואָלט זיין כהנים גדוליםכד — ווייל: קרח ועדתו האָבן געוואָלט זיין כהנים גדולים בפשטות (און אַריינגיין אין קדש הקדשים און מקטיר זיין קטורת), משא"כ דער רמב"ם רעדט וועגן „נתקדש קודש קדשים" בעבודה רוחנית שבלבו ורוחו.

מ'דאַרף אָבער האָבן אַ הסברה אין דעם וואָס דער רמב"ם פאַרבינדט עס דוקא מיט דעם פסוק אין פ' קרח „אני חלקך ונחלתך":

דער פסוק „אני חלקך ונחלתך" שטייט אין המשך הפרשה וואו עס רעדט זיך ווי530דער סדר הכהונה (והלוי') ווערט באַשטעטיקט און איינגעשטעלט מחדש לאחרי וואָס קרח „ערער כנגדאהרן על הכהונה", האָט געוואָלט זיין אַ כהן גדול, און גע'טענה'ט „כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' ומדוע תתנשאו גו'"; און אויף דעם זאָגט דער אויבערשטער „אני חלקך ונחלתך" — אַלס ענטפער והסברה במעלת הכהנים וואָס איז ניטאָ ביי אַנדערע אידן, שלילת טענת קרח.

איז לכאורה תמוה אַז דער רמב"ם ברענגט דעם פסוק עצמו בפירוש הפכי — אַז „כל איש ואיש אשר נדבה רוחו אותו כו' יהי' ה' חלקו ונחלתו"?!

אויך דאַרף מען פאַרשטיין אין רמב"ם: בכדי ווערן אַ כהן גדול איז דאָס ניט תלוי אין עבודת האדם, נאָר אין בחירת הקב"ה, ווי דאָס איז געווען בנוגע צו אהרן כהן גדול; און אויך די כהנים גדולים לאחרי זה — איז דאָס תלוי ניט אין זייער עבודה אַליין, נאָר אויך כמאחז"לכה „הכהן הגדול מאחיו — גדלהו משל אחיו", און תלוי אין מרובה בבגדים, אין משיחה בשמן המשחה וכו'. איז ווי קען מען זאָגן אַז דורך דער עבודה פון אַ אידן („נדבה רוחו אותו") „הרי זה נתקדש קדש קדשים" — תואר הכהן גדול? בשלמא ווערן בדרגת כהן אָדער לוי, איז דאָס שייך צו יעדער מענטש דורך זיין עבודה רוחנית בדוגמת הכהן והלוי, „נדבה רוחו אותו כו' לעמוד לפני ה' לשרתו כו'", וכשם ווי אַ כהן ולוי איז „אני חלקך ונחלתך" (צוליב דעם וואָס זיי זיינען משרתי ה'), אַזוי ווערט דאָס בנוגע צו כל איש ואיש אשר נדבה רוחו אותו דזיל בתר טעמי'; אָבער פון לשון הרמב"ם קומט אויס אַז דורך דער עבודה פון כל איש ואיש „הרי זה (כל איש ואיש) נתקדש קדש קדשים".

ג. איז דער ביאור אין דעם:

די טענה ובקשה פון קרח'ן, וואָס „פיקח הי'"כו, צו זיין אַ כהן גדול — איז (כשלעצמה, אַלס אַ רצון) אַ רצון טוב ונעלה ביותר, ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס משה האָט געזאָגט „אף אני רוצה בכך". ואדרבה — אַזוי דאַרף אַ איד וועלן, שטענדיק שטרעבן צו די העכסטע מדריגות אין עבודת ה', ביז צו דער דרגא פון כהן גדול (קדש קדשים),

[וע"ד מאחז"לכז כאו"א מישראל חייב לומר מתי יגיעו מעשי למעשה אבותי אברהם יצחק ויעקב. און ווי יעדער איד זאָגט און בעט אין תפלת יו"ט: „ויתקיים בנו מקראכח שכתוב ונחה עליו כו'", וואָס דער פסוק גייט אויף משיחכט].

און ווי קרח האָט גע'טענה'טל: „כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' ומדוע תתנשאו", „כולם שמעו דברים בסיני מפי הגבורה"לא, וואָס דעמולט האָט דער אויבערשטער געזאָגט אויף אַלע און אויף יעדער אידן „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש"לב, וואָס כהנים בפסוק זה מיינט „כהנים גדולים" (כמבואר במפרשיםלג); און דעריבער דאַרף דער רצון ותשוקה פון יעדער איד זיין צו זיין בדרגת כהן גדול;

נאָר באַ קרח איז געווען דער טעות אין דעם אופן ווי דער רצון שלו (צו זיין אַ531כהן גדול) איז אַרויס בפועל — אַז אַנשטאָט דעם וואָס ער זאָל האָבן דעם ביטול צו משה ואהרן (וועמען דער אויבערשטער האָט באַשטימט), וואָס דורך דעם וואָלט אין אים געקענט נמשך ווערן מקדושת אהרן כהן גדול, איז דאָס אַרויס אין אַ מחלוקת נגד דעם כהן גדול הנבחר ע"י הקב"ה, וואָס דורך דעם איז ער אַליין שולל זיין שייכות צום כהן גדול וקדושתו.

[וכמובן אויך פון דעם ביאור בכ"מלד אין דעם גודל המעלה והמדריגה פון קרח און זיין טענה — בשרש הענינים בקדושה].

ויש לומר אַז מעלת קרח איז אויך מרומז אין פרש"י בריש פרשתנו (אין די „דברים נפלאים" שבפרש"י)לה: אויף דעם יחוס פון קרח (אין אָנהויבס פרשהלו) „קרח בן יצהר בן קהת בן לוי" איז רש"י מפרש, „ולא הזכיר בן יעקב, שבקש רחמים על עצמו שלא יזכר שמו על מחלקותם כו'", און רש"י באַנוגנט זיך ניט דערמיט און ער איז מוסיף: „והיכן נזכר שמו על קרח, בהתייחסם על הדוכן בדברי הימים, שנאמרלז בן אביאסף בן קרח בן יצהר בן קהת בן לוי בן ישראל". דאָס הייסט, אַז הגם וואָס אין פסוק ווערט ניט דערמאָנט „בן יעקב" (צוליב מחלוקת קרח), איז רש"י בפירושו מוסיף אין דעם פסוק דאָ (און וואָרט ניט ביז מ'וועט לערנען דברי הימים), אַז „נזכר שמו (של יעקב) על קרח בהתייחסם על הדוכן כו' בן ישראל" — מצד גודל מעלתו של קרחלח.

ולהוסיף, אַז אויך אין פסוק, אין יחוס קרח אַלס „בן לוי", איז מרומז מעלת קרח — זייענדיק „בן לוי", על שם „ילוה אישי אלי"לט, וואָס באַווייזט אויף דער התחברות מיט דעם אויבערשטן.

ד. עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דער רמב"ם: דוקא פון בקשת קרח („ובקשתם גם כהונה") לערנט מען אָפּ אַז אַ איד דאַרף וועלן און קען דערגרייכן צו דער דרגא פון „קדש קדשים" (כהן גדול). דער טעות פון קרח איז באַשטאַנען אין דעם רצון הנוסף (פּראַווען בפועל כהונה גדולה) און אין דעם אופן ווי ער האָט דאָס געטאָן (און אין דעם דאַרף זיין די באַוואָרעניש „לא יהי' כקרח ועדתו").

און דעריבער נוצט דער רמב"ם דוקא דעם פסוק אין פ' קרח „אני חלקך ונחלתך" (וואָס קומט בהמשך צו דער ערעור על הכהונה) ווי יעדער איד קען נתקדש ווערן „קדש קדשים ויהי' ה' חלקו ונחלתו" — ווייל „אני חלקך ונחלתך" (אין פסוק) איז שולל טעות קרח אין דעם אופן ווי ער האָט געוואָלט זיין כהן גדול (היפך הביטול צום כהן גדול, וואָס דורך דעם האָט ער אַליין שולל געווען זיין שייכות צו קדושת הכהן גדול), אָבער לולא זה איז — אדרבה: אַ איד דורך זיין ביטול לכהן גדול ווערט אין אים נמשך פון קדושת כהן גדול, „נתקדש קדש קדשים ויהי' ה' חלקו ונחלתו" (אַזוי ווי עס שטייט אויף די כהנים).

532און דער כח אַז אַ איד זאָל קענען דערגרייכן (דורך זיין עבודה) צו דרגת כהן גדול (הגם אַז דאָס קומט מלמעלה כנ"ל) איז אויך מובן פון קרח, פון קרח'ס טעות: בשעת מ'האָט דעם ביטול צו דעם כהן גדול הנבחר ע"י הקב"ה (ניט ווי ס'איז געווען באַ קרח), ווערט נמשך פון קדושת הכהן גדול צו דעם אידןמ, כנ"ל.

ה. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם אויף שם הסדרה — „קרח": „קרח" כשלעצמו — ווי ער איז אַ וואָרט אין תורה, און אַ תורה'דיקער נאָמען (פון כל הסדרה) — גיט אַרויס די מעלה בקדושה פון קרח: דער רצון טוב ונעלה צו ווערן בדרגת ועבודה רוחנית פון דעם כהן גדול. און דערפון עצמו לערנט מען אָפּ, אַז יעדער איד דאַרף וועלן און דערגרייכן צו דרגת כהן גדול, כפס"ד הרמב"ם הנ"ל.

דאָס הייסט: דער עילוי און לימוד טוב פון קרח איז ניט נאָר באופן שלילי, „ולא יהי' כקרח ועדתו", אפילו ניט נאָר דער חיוב פון עבודת התשובה וואָס קומט דערפון אַרויס (ווי דאָס איז געווען באַ בני קרח) [ועד"ז — דער עילוי ותוקף הכהונה וואָס איז אַרויסגעקומען דורך דער ערעור פון קרח על הכהונה], וואָס דאָס אַלץ איז ניט אַ מעלה אין „קרח" עצמו, נאָר אדרבה — אין שלילת הנהגתו, אויך ניט נאָר אין דער תשובה פון בני קרח; נאָר אויך „קרח" עצמו האָט די מעלה, וואָס ער האָט געוואָלט זיין בדרגת כהן גדול, און דערפון האָט מען דעם לימוד פאַר יעדן אידן, כנ"ל.

ו. מ'דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין:

הגם אַז בקשת קרח („ובקשתם גם כהונה") כשלעצמה איז אַ דבר טוב — זעט מען אָבער אַז רוב הפרשה בפשטות הכתובים רעדט דורכאויס (ניט במעלת קרח, נאָר) וועגן דעם גודל הירידה והנפילה פון קרח'ן, און דעם גודל העונש פון קרח וכל עדתו.

וואָס דערפון איז מובן, אַז שם הסדרה „קרח" (וואָס גייט אויף אַלע ענינים וואָס רעדן זיך אין דער סדרה), איז כולל (נוסף אויף דער מעלה אין בקשת קרח) אויך, ובעיקר ובחלק חשוב פון דער סדרה — די ירידה פון קרח ועדתו (און די עלי' ותוקף הכהונה וואָס דערפון איז אַרויס).

דאַרף מען פאַרשטיין ווי שטימט דאָס מיט דעם ביאור דלעיל אַז „קרח" (שם הסדרה) באַדייט די מעלה וואָס איז דאָ אין בקשת קרח — וואָס דאָס איז פאַרקערט פון דעם תוכן גלוי פון דער סדרה!

ויש לומר, אַז נוסף צו דעם ביאור הפשוט בזה, אַז צוזאַמען דערמיט וואָס מ'לערנט אָפּ פון קרח ווי מ'דאַרף וועלן דערגרייכן לדרגת כהן גדול, לערנט מען533אויך אָפּ ווי מ'דאַרף זיין זהיר אין דעם אופן העבודה, אַז „ולא יהי' כקרח ועדתו" (כנ"ל)מא — איז דאָ אין דעם אַן ענין עמוק יותר:

די כוונה איז, אַז אַ איד זאָל דינען דעם אויבערשטן מיט זיין עבודה בכח עצמו, וואָס דערפאַר האָט מען אַראָפּגעשיקט די נשמה למטה אין עולם הזה הגשמי, וואו ס'איז דאָ די מעגלעכקייט צו מאַכן אַ טעות, „נתתי לפניך את החיים וגו'"מב, בכדי ער זאָל בכח עצמו באַווייזן ווי ער איז אַ „פיקח" (עם חכם ונבוןמג) און קלייבט אַליין אויס דרך החיים והטוב (כמדובר לעיל בארוכהמד).

וואָס דער ענין שטייט בהדגשה אין פ' קרח: קרח פיקח הי', און ער האָט געוואוסט אַז די תכלית המעלה איז צו וועלן זיין בדרגת כהן גדול; אָבער בכדי ער זאָל דערצו צוקומען בכח עצמו, גיט מען אים ביידע מעגלעכקייטן, אויך די מעגלעכקייט מאַכן אַ טעות אין דעם אופן ווי ער שטרעבט זיין בדרגת כהן גדול, ביז אַז ער קען אין דעם נכשל ווערן (ווי ס'איז געווען בפועל באַ קרח), אָבער די כוונה בזה, און דער לימוד בזה אין תורה (מלשון הוראהמה) איז, אַז ער זאָל אויסנוצן זיין פקחות צו (ניט נכשל ווערן בזה ח"ו, „לא יהי' כקרח ועדתו", נאָר) זיך מתגבר זיין איבער די נסיונות, און דערגרייכן צו דרגת כהן גדול ע"פ התורה, דורך דעם וואָס ער פאָלגט און איז בטל צו משה און צו אהרן כהן גדול, כנ"ל.

דאָס הייסט, אַז הגם וואָס אין מעשה קרח זיינען געווען צוויי פאַרקערטע ענינים: א) קרח אַלס פיקח, וואָס מצד מעלתו בעט ער זיין אַ כהן גדול (ע"ד עבודת הצדיקים); ב) „שטות זה" וואָס קרח האָט אָפּגעטאָן (מיט זיין מחלוקת), צוליב דעם טעות וואָס ער האָט געמאַכט אין דעם אופן ווי מ'דאַרף וועלן דערגרייכן לדרגת כהן גדול (און דאָס ברענגט דערנאָך צו עבודת התשובה ע"י בני קרח) — איז לאחרי וואָס דאָס ווערט פאַרשריבן אַלס חלק פון תורה שבכתב, תורה מלשון הוראה, ד.ה. ווי קרח איז אין תורה, קומט צו אַ דריטער ענין וואָס איז העכער און מחבר די צוויי ענינים, און די מעלה וועלכע איז דאָ אין ביידע ענינים: דער עילוי פון דעם רצון צו דערגרייכן דרגת כהן גדול, און צוזאַמען דערמיט די מעלה פון עבודה בכח עצמו, געפינענדיק זיך למטה אין אַ מקום וואו ס'איז דאָ אַן אָרט אויף טאָן פאַרקערט, און ער איז בוחר צו טאָן ווי דער אויבערשטער וויל, וואָס דורך דעם באַקומט ער די מעלה פון תשובה — ע"ד לאתבא צדיקיא בתיובתאמו.

534ז. ועפ"ז איז נאָכמער יומתק דברי הרמב"ם הנ"ל, וואָס ער זאָגט אַז יעדער איד קען דערגרייכן דרגת „קדש קדשים", און ער ברענגט אויף דעם דער פסוק פון פ' קרח („אני חלקך ונחלתך"), כאָטש אַז אין תושב"כ רעדט זיך בגלוי וועגן ירידת קרח — ווייל אויך אין תורה זיינען פאַראַן דרגות (בדוגמא ווי די דרגות הנ"ל):

אין גליא דתורה זיינען פאַראַן פאַרשידענע חלקים אין תורה מיט חילוקים ביניהם: תורה שבכתב, תורה שבעל פה (פירושה פון תושב"כמז), וואָס יעדערער פון זיי איז אַ באַזונדער חלק אין תורה (און מ'דאַרף אויף יעדערער פון זיי מאַכן ברכת התורה אפילו אויב מ'לערנט ניט דעם צווייטן חלק), הגם אַז תושבע"פ איז מפרש און מגלה דעם פירוש פון תושב"כ; ועד"ז אין תושבע"פ עצמה זיינען פאַראַן באַזונדערע חלקים — אַזוי ווי ממונא מאיסורא לא ילפינןמח (הלכה כרב באיסורי והלכה כשמואל בממונאמט) וכיו"ב;

משא"כ אין עצם התורה — ווי דאָס ווערט נתגלה אין חלק ההלכה שבתורה (כתרה של תורהנ), ווי בספר הרמב"ם — שטייט בגלוי ווי די גאַנצע תורה איז אַ תורה אחת, און מ'האָט דעם כח צו מהפך ומגלה זיין ווי אויך פון אַ מעשה וואָס איז בגלוי (בפשטות הכתובים) בלתי רצוי' (מעשה קרח) נעמט מען אַרויס (פון דער מעשה עצמה) אַ תורה והוראה בטוב וקדושה [נוסף אויף דעם לימוד בדרך שלילי, „ולא יהי' כקרח ועדתו"] — צו זיין בדרגת כהן גדול, צוזאַמען מיט דער מעלה פון עבודה בכח עצמו (אין אַ וועלט וואו ס'איז שייך מאַכן אַ טעות) צו דאָס דערגרייכן באופן המתאים ע"פ התורה (ניט ווי ס'איז געווען באַ קרח)נא, כנ"ל.

ח. ויש לומר אַז דער ענין איז אויך נרמז אין דעם נאָמען „קרח":

די דריי אותיות ק' ר' ח' זיינען אַלע ענלעך בתמונתן צום אות ה', אָבער יעדערער פון זיי — בשינוי בנוגע צו דעם קו השמאלי: אין אַ ה"א זיינען פאַראַן דריי קוין. אַ קו למעלה, און צוויי קוין — מימין און משמאל. וידוענב אַז די דריי קוים זיינען כנגד מחשבה דיבור (דער קו למעלה וקו שבימין) ומעשה (דער קו השמאל), עולמות בריאה יצירה ועשי'; און דער קו השמאל איז ניט מחובר מיט די אַנדערע צוויי קוים, ווייל צווישן מחשבה ודיבור און מעשה איז דאָ אַ הפסק (אף — עשיתיו), משא"כ מחשבה ודיבור זיינען מחובר.

דאָס הייסט, אַז ווי „קרח" שטייט בשרשו ובשלימותו אין דעם אות ה' איז ער אין זיך כולל סיי דעם קו הימין (עשה טוב) און סיי דעם קו השמאל (סור מרע), אָבער ווי דער קו השמאל שטייט בשלימות אין קדושה, מיט אַ הפסק (והבדל) צווישן די עשי' און מחשבה ודיבור, אַ הפסק וואָס איז אויך אַ פתח לתשובה (ניט על החטא ח"ו, נאָר ע"ד צדיקיא בתיובתא).

535נאָר באַ קרח איז געווען דער טעות באופן העבודה מיט דעם קו השמאל (מעשה) [דער קו הימין וקו שלמעלה זיינען ביי אים געווען בשלימות, דער רצון (במחשבה) ובקשה (בדיבור) צו זיין אַ כהן גדול], און אין דריי אופנים — ווי דאָס איז אין די דריי אותיות ק' (דער קו השמאל איז יורד למטה מן השורה), ר' (עס פעלט דער קו השמאל), און ח' (דער קו השמאל איז מחובר מיט דעם קו שלמעלה), כמבואר במ"אנג.

ט. דער תוכן הנ"ל פון פ' קרח איז אויך פאַרבונדן מיט דעם זמן ווען מ'לייענט די פרשה. ובכללות — (א) אין די ארבעים ימים הראשונים וואָס משה איז געווען בהר סיני לקבל התורה, ובפרטיות (בקביעות שנה זו) — (ב) בשבת ראש חודש (בכלל), און (ג) שבת ראש חודש תמוז.

ארבעים יום דעליית משה על ההר: „הימים האלה נזכרים ונעשים"נד, מדי שנה בשנה חזר'ן זיך איבער די ענינים וואָס האָבן פּאַסירט בפעם הראשונה, ובנדו"ד — נתינת לוחות הראשונות צו משה רבינו אין די ארבעים ימים הראשונים. וואָרום אע"פ אַז דערנאָך (לאחרי הארבעים יום) איז געווען שבירת הלוחות (דורך חטא העגל) און דערנאָך נתינת לוחות שניות — איז מובן אַז דאָס איז כלל וכלל ניט מבטל די המשכה נעלית (ונצחית) וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך נתינת לוחות הראשונות. ואדרבה — דער עיקר הענין פון נתינת לוחות ראשונות בלייבט אַלעמאָל בשלימות (אויך לאחרי השבירה), נאָר דערנאָך האָבן זיך אַריינגעמישט דברים צדדיים (דער חטא העגל) וואָס פאַרדעקן בחיצוניות אויף דער מעלה; אָבער בפנימיות הענין בלייבן די לוחות ראשונות בשלימות (און דאָס וואָס ס'איז דאָ די אפשריות לטעות וחטא, איז נאָר בכדי אַרויסרופן די עבודה בכח עצמו, אַז אויך במצב זה איז מען מקבל די לוחות ראשונות בשלימות).

נאָכמער: נוסף אויף דער שלימות פון די לוחות הראשונות ברוחניות, האָט מען אויך די שלימות ווי זיי געפינען זיך דאָ למטה. ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס הגם אַז משה האָט געהערט וועגן דעם חטא העגל זייענדיק למעלה על ההר, האָט ער ניט צובראָכן די לוחות ביז ער איז אַראָפּ למטה (בסוף הארבעים יום), ד.ה. אַז די לוחות ראשונות זיינען אַראָפּ למטה בשלימות (און ערשט דערנאָך איז געווען די שבירה). וואָס דאָס גיט דעם כחנה אין דער עבודה בכל הזמנים (אויך לאחרי השבירה) צו מגלה זיין אויך למטה די דרגא פון לוחות הראשונות, צוזאַמען מיט דער מעלה פון זיך מתגבר זיין און ניט נכשל ווערן כו' (צדיקיא בתיובתא).

י.שבת ראש חודשנו: דער חיבור שבת און ראש חודש באַווייזט אויף דעם יחוד פון משפיע ומקבל [שבת איז פאַרבונדן מיט מהלך השמש (משפיע), און ראש חודש איז פאַרבונדן מיט מהלך536הלבנה (מקבל)], וואָס בעבודה איז דאָס ע"ד דעם חילוק צווישן עבודת הצדיקים (המשכת המשפיע מלמעלה למטה) און עבודת התשובה (שובה והעלאת המקבל מלמטה למעלה). וואָס בכללות זיינען זיי צוויי באַזונדערע, הפכיות'דיקע עבודות. אָבער די כוונה איז (ווי דאָס שטייט בגלוי בשבת ראש חודש) — דער יחוד המשפיע ומקבל, צדיקיא בתיובתא, ביז „והיו לבשר אחד"נז, דורך אַ כח נעלה יותר משניהם.

ולהוסיף אין דעם קשר מיט קרחנח — ע"פ הידוע אַז טענת קרח („כל העדה כולם קדושים גו' ומדוע תתנשאו על קהל ה'") איז געקומען צוליב דעם וואָס ער האָט געזען די מעלה פון דעם מקבל, אפילו לגבי דעם משפיע; זיין טעות איז אָבער געווען אַז די מעלה פון מקבל ווערט נתגלה דוקא דורך דעם וואָס דער מקבל איז מרגיש אַז ער איז מקבל און איז בטל צו דעם משפיע, כמבואר בכ"מ.

און דאָס איז נאָכמער בהדגשה — בשבת ראש חודש תמוז, דער יום השלשים פון חודש השלישי און (א' ד)ראש חודש הרביעי, ער איז מחבר שלישי און רביעי — משפיע ומקבל, „גימ"ל דל"ת — גמול דלים"נט.

יא. ואולי יש ללמוד הוראה מזה ע"י ההתבוננות אַז דער ענין איז אַרויס בגלוי יותר בדורות האחרונים — בשבת ראש חודש תמוז, חודש הגאולה: אין דעם חודש — בי"ב־י"ג תמוז תרפ"ז — איז כ"ק מו"ח אדמו"ר באַפרייט געוואָרן (אינגאַנצן) פון דעם מאסר וגלות אין וועלכן ער איז געווען צוליב זיין עבודה והשתדלות אין הרבצת התורה וחיזוק הדת במדינה ההיא.

אין גאולה זיינען פאַראַן צוויי קצוות הפכיות (לכאורה): (א) אין דעם איז נרגש דער מצב (גלות) פון וועלכע מ'איז אויסגעלייזט געוואָרן (דוקא דעמולט איז שייך דאָס אָנרופן גאולה — גאולה מן גלות). (ב) יעדע גאולה האָט אין זיך מעין פון שלימות ואמיתית ענין הגאולה, די גאולה העתידה (וואָס אַלע גאולות גלייכן זיך אויס „דשם גאולה עלה"ס), וואָס איז אַ גאולה פון אַלע מדידות והגבלות, אויך די הגבלה פון הרגש הגלות (שממנו נגאל), אַ מעלה וועלכע איז העכער פון דעם גדר ואפשריות פון גלות (גאולה שאין אחרי' גלותסא), במכ"ש דערפון וואָס זי איז העכער פאַר אפשריות פון היפך הטהרה (רוח הטומאה אעביר מן הארץסב).

דער ענין אין עבודה: אַ איד איז אינגאַנצן העכער פאַר גלות. ווי דער מהר"ל שרייבטסג, אַז דורך גאולת מצרים האָבן אידן באַקומען די מעלה פון בני חורין (שטרי קודםסד), און די „מקרה" פון גלות קען דאָס ניט מבטל זיין. צוזאַמען דערמיט געפינט זיך אַ איד (איצטער) אין גלות (און ער דאַרף דערפון וויסן בכדי קענען דאָרט טאָן עבודתו און זיך שטאַרקן קעגן די נסיונות וכו'), אָבער ניט ווייל ער האָט אַ שייכות ח"ו צו גלות, נאָר ווייל דער אויבערשטער האָט אים געשיקט אין גלות אַלס זיינעם אַ שליח, און מ'האָט דעם כלל אַז „שלוחו של אדם (העליון) כמותו"סה, ביז537כמותו דהמשלח ממשסו, ובנדו"ד — איז אַ איד (אין גלות) שלוחו של מלך מלכי המלכים הקב"ה, און „עבד מלך מלך"סז, וואָס אַ מלך בלייבט אַ מלך אויך אין גלות, ד.ה. אַז ער שטייט העכער פאַר דעם ענין פון גלות. און אין דעם באַשטייט די עבודה פון אַ אידן אין גלות — געפינענדיק זיך אין גלות זאָל ער מגלה זיין זיין אמת'ע מציאות ווי ער איז העכער פאַר גלות, ואדרבה — „עבד מלך מלך", און אַז גלות האָט אויף אים קיין שליטה ניט (בנוגע צו זיין עבודה בתומ"צ). ע"ד המדובר לעיל די עבודה פון „קרח" למעליותא, צדיקיא בתיובתא.

ויש לומר אַז אין דעם איז אַריינגעגעבן געוואָרן אַ תוספת כח דורך דער גאולה פון י"ב־"ג תמוז, ווי דער בעל הגאולה שרייבטסח אַז „לא אותי בלבד גאל הקב"ה בי"ב תמוז, כי אם גם את כל מחבבי תורתנו הקדושה, שומרי מצוה, וגם את אשר בשם ישראל יכונה", זיי אַלע זיינען נגאל געוואָרן און האָבן באַקומען אַ תוספת כח צו זיך אויפהויבן העכער פון גלות און קענען לייכטער מקיים זיין תורה ומצוות, אָן קיינע מניעות ועיכובים, דורך דעם כח פון דער גאולה וואָס האָט אַרויסגעבראַכט אַז אויך די מנגדים זיינען „מסכים" צו דער עבודה פון אידן (כמדובר כמ"פ),

ווי מ'זעט בפועל די הוספה מרובה וועלכע איז צוגעקומען נאָך דער גאולה אין דער אַרבעט פון הרבצת התורה וחיזוק היהדות והפצת המעינות חוצה, ביז אַז דאָס האָט געבראַכט (דער מאסר וגאולה) דעם בעל הגאולה'ס יציאה ממדינה ההיא, און לאחרי השתלשלות — זיין קומען אין ארצות הברית, אין חצי כדור התחתון, וואו ס'האָט זיך פאַרברייטערט שלא בערך די אַרבעט פון הפצת היהדות והפצת המעינות חוצה, דורך די מוסדות וואָס זיינען דאָרט אויפגעשטעלט געוואָרן, און פון דאָרטן — נתפשט געוואָרן בכל קצוי תבל, ביז אין „איי הים", אין (חצי כדור ה)תחתון שבתחתון (אויסטרליא וכיו"ב), והולך ומתפשט.

יב. איינע פון די הוראות בפועל פון האמור לעיל:

אַ איד דאַרף אויך אָפּלערנען פון קרח (ווי קרח שטייט אין תורה)סט אַ לימוד חיובי [נוסף צו דעם לימוד „ולא יהי' כקרח ועדתו" (און די תשובה וואָס מ'דאַרף טאָן אויב מ'איז אין דעם נכשל געוואָרן ח"ו)] — אַז ער (דער איד) איז אַ פיקח, פון עם חכם ונבון, און ער דאַרף וויסן זיינע מעלות, כפתגם כ"ק מו"ח אדמו"רע, אַז כשם ווי מ'דאַרף וויסן די אייגענע חסרונות בכדי זיי מתקן זיין, אַזוי דאַרף מען וויסן די אייגענע מעלותעא בכדי זיי פולערהייט אויסנוצן, דאַרף אַ איד וויסן אַז ער איז אַ פיקח און אַז ער איז538„עבד מלך מלך" (אויך אין גלות), און באַווייזן אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ער געפינט זיך אין וועלט וואו מ'קען מאַכן אַ טעות, נוצט ער אויס זיין פקחות ניט צו נכשל ווערן, ועוד ועיקר — ער נוצט אויס זיין פקחות אין אַלע ענינים פון דינען דעם אויבערשטן בלימוד התורה וקיום המצוות וכו', ביז באופן פון „נדבה רוחו אותו וכו' לעבדו ולשרתו כו'", ביז ער דערגרייכט צו „נתקדש קדש קדשים ויהי' ה' חלקו ונחלתו" — דורך מגלה זיין אין זיך בחי' כהן גדול שבו (ע"י ביטול אמיתי).

כשם ווי דאָס איז בנוגע צו דער עבודה פון יעדער יחיד לעצמו, אַזוי איז דאָס אויך בנוגע צו דער עבודה פון כללות דורנו זה — אַז מ'דאַרף וויסן די מעלה פון דעם דור (כננס על גבי ענקעב), דער דור האחרון אין גלות און דור הראשון של הגאולה [ווי פאַרשטאַנדיק פון אַלע סימנים אין גמרא, און ווי דער בעל הגאולה האָט מעיד געווען (מיט יאָרן צוריק) אַז מ'האָט שוין אַלץ פאַרענדיקט, עס דאַרף נאָר זיין „עמדו הכן כולכם"עג, צופּוצןעד די לעצטע קנעפּלעךעה], בכדי מ'זאָל אויסנוצן די כחות וואָס מ'האָט צו מסיים זיין די לעצטע פכים קטנים און „שיריים" פון דער עבודה, און דורך דעם — בריינגען די גאולה בפועל ממש.

יג. צווישן די עניני „פקחות" פון אַ אידן אין עבודתו, איז אויך דאָס — וואָס ער נוצט אויס יעדער געלעגנהייט צו מוסיף זיין נאָך תורה ומצוות, סיי בנוגע צו זיך אַליין און סיי בנוגע צו מעורר זיין אידן אַרום אים.

ובפרט אַז שטייענדיק בסוף זמן הגלות, לאחרי דעם ריבוי גדול ועצום במשך כל הדורות, איז אין אתנו יודע עד מה — וועלכע מעשה טוב וועט זיין דער ענין המכריע וואָס וועט ברענגען די גאולה [און אַזוי אויך אין דער עבודה פון יעדער איד בפרט, אין וועלכן ענין דאַרף ביי אים זיין דער „מצוה דהוה זהיר בי' טפי"עו. וכידוע אויך דברי הבעש"טעז, אַז אַ נשמה קומט אַראָפּ למטה זיבעציק אַכציק יאָר בכדי אויספירן איין ענין, און וויבאַלד אַז אין אתנו יודע עד מה] — דעריבער דאַרף מען זיך אָנכאַפּן און אויספּרואוון יעדער מעגלעכקייט און געלעגנהייט צו מוסיף זיין אין עניני תומ"צעח.

וואָס דאָס איז פון די טעמים אויף דער הצעהעט, אַז יעדער איד זאָל זען קובע זיין נייע שיעורי תורה ברבים, און יעדערער539זאָל אַליין ווערן אַ „מגיד שיעור" — סיי אנשים (מיט אנשים), נשים (מיט נשים) און טף (מיט אַנדערע קינדער).

וכדאי לקשר די שיעורים (עכ"פ מזמן לזמן) מיט אַן ענין אין ספר הרמב"ם (ובפרט פון דעם שיעור היומי), ובפרט אַז בכמה ענינים וואָס מ'לערנט אין גמרא וכיו"ב, קען אין דעם צוקומען הסברה ועיון דורך זעען וואָס דער רמב"ם פסק'נט בענין זה.

די געוואַלדיקע מעלה פון לימוד התורה, ובפרט ברבים, דאַרף'ן ניט זוכן ביאור — דאָס ווערט נתבאר אין אַ ריבוי מקומות בתורה שבכתב ובעל פה, און פון גדולי ישראל בכל הדורות.

— ולהעיר (ווי גערעדט כמ"פפ), אַז בזמן הזה לערנען אויך נשי ובנות ישראל אויך הלכות וחלקי התורה וואָס אין צריכות להן. ווי מ'זעט מעשה רב, אַז גדולי ישראל בדורות האחרונים האָבן מייסד געווען מוסדות חינוך פאַר בנות ישראל, זעענדיק אַז דאָס איז צורך הזמן, וכמבואר שוין בכ"מ דער ביאור בזה פון גדולי ישראל, סיי פון חסידים און סיי פון ניט חסידים, כידוע ומפורסם די מכתבים וביאורים שלהם בענין זהפא (ווי אַראָפּגעבראַכט און מלוקט בכמה ספריםפב).

נאָך אַ הצעה לפועל — מענינא דיומא, ראש חודש:

ס'איז אַ דבר נכון ביותר, אַז בכל ראש חודש (מדי חודש בחדשו) זאָלן אידן בכל מקום ומקום, בכל קהילה וביהכנ"ס, זיך צוזאַמענקלייבן און מאַכן אַ התוועדות, רעדן דברי תורה, און זאָגן „לחיים", „לחיים ולברכה", ווינטשן איינער דעם צווייטן אַלע גוטע ברכות, און אָננעמען צוזאַמען החלטות טובות אין ענינים פון תומ"צ, ומתוך שמחה וטוב לבב, אַ התוועדות של שמחה, וכפס"ד הרמ"אפג „טוב לב משתה תמיד".

וכדאי פאַרבינדן די התוועדות און די שיעורי תורה ברבים (בימי החול) אויך מיט נתינת הצדקה, וועלכע האָט די סגולה מיוחדת אַז גדולה צדקה שמקרבת את הגאולהפד.

שטייענדיק בראש חודש תמוז, איז איצטער אויך אַ פּאַסיקע צייט צו דערמאָנען, אַז מ'זאָל אָנהויבן מאַכן די הכנות צו די התוועדויות בקשר מיט דעם חג הגאולה, י"ב־י"ג תמוז, ברוב עם הדרת מלךפה, ווי ס'איז נהוג בכל שנה ושנה, בכו"כ מקומות, און זיכער וועלן צוקומען נאָך און אין אַלע מקומות וואו מ'וועט מאַכן די התוועדויות — סיי בכמות און סיי באיכות.

יד. זיכער וועלן די אַלע פעולות נאָכמער מזרז וממהר זיין — „עד מהרה ירוץ דברו"פו, ווי די שקדים אין מטה אהרן, „מקל שקד גו' כי שוקד אני על דברי לעשותו"פז — די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,

540און אַלע אידן גייען צוזאַמען, „בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו"פח, אין ארץ הקודש, ווי זי שטייט נאָך אין זמן הגלות, דורך דעם וואָס מ'האָט אַ ממשלה חזקה און מ'לאָזט דאָרט ניט אַריין גיין גוי'שקייט, און ניט קיין דיעות פון גויים, וועלכע האָבן ניט קין אָרט אין ארץ ישראל,

און תיכף ומיד קומט די גאולה, און מ'האָט ארץ ישראל און ארץ ישראל בשלימות ווי זי וועט זיין לע"ל, אַלע עשר ארצות, אויך קיני קניזי וקדמוניפט, און אין ארץ ישראל עצמה — איז מען עולה לירושלים עיר הקודש, להר הקודש, לבית המקדש השלישי, מקדש אד' כוננו ידיךצ, ומשה רבינו ואהרן כהן גדול עמהםצא, והקיצו ורננו שוכני עפרצב, און כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער בעל הגאולה בראשינו, ותיכף ומיד ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-eaez6tss

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#159 Sefer HaSichos ה'תש"נ, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here