עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ אחרי־קדושים, י' אייר ה'תש"נ

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

428משיחות ש"פ אחרי־קדושים, י' אייר ה'תש"נ

א. דעם שבת לייענט מען דריי סדרות אין תורה: פ' אחרי קדושים (מחוברין אַלס אַ פרשה אחת) — וועלכע מ'האָט געלייענט אינדערפרי (נאָך תפלת שחרית), און (התחלת) פ' אמור — וועלכע מ'וועט לייענען בתפלת מנחה [און די התוועדות קומט פאַר בינתיים].

יעדע זאַך איז בהשגחה פרטיתא, און זיכער — ענינים אין תורה, און בפרט — סדרות בתורה וועלכע מ'לייענט ברבים ובציבור. דערפון איז מובן, אַז די דריי סדרות (וועלכע מ'לייענט אין דעם שבתב) האָבן צווישן זיך אַ שייכות, אַ נקודה משותפת; און אין דעם גופא — יש בזה מה שאין בזה.

אין אַלע דריי סדרות רעדט זיך וועגן קדושה — קדושת השם (קידוש השם) און קדושת ישראלג, און ווי זיי זיינען פאַרבונדן און תלוי זה בזה:

בפ' אחרי — „אחרי מות שני בני אהרן בקרבתם לפני ה' גו'", וואָס דורך „בקרבתם לפני ה'" איז געווען „בקרובי אקדש"ד, „ונקדש בכבודיה, א"ת בכבודי אלא במכובדי כו', שיתקדש הבית במיועדיו של מקום"ו. ובהמשך לזה רעדט זיך וועגן דער עבודה בקודש (הקדשים) דורך אהרן כהן גדול ביום הקדוש (יום הכפורים).

בפ' קדושים — „קדושים תהיו כי קדוש אני" (ובהמשך הפרשהז — „והתקדשתם והייתם קדושים גו' אני ה' מקדשכם", ובסיומהח — „והייתם לי קדושים כי קדוש אני"). און ווי חז"ל לערנען אָפּ פון דעם פסוק, „אמרט הקב"ה כו' כשם שאני קדוש כך תהיו קדושים", „אמרי הקב"ה לישראל אני מתקדש בך שנאמר כו' ישראל אשר בך אתפאריא, ואתם מתקדשים בי ואני מתקדש בכם", „אםיב מקדישים אתם עצמכם מעלה אני עליכם כאילו קידשתם אותי".

בפ' אמור — דער ציווייג „ונקדשתי בתוך בני ישראל", וואָס דערפון לערנט מען אָפּ די מצוה פון קידוש השםיד. [נוסף אויף דעם וואָס בתחלת הפרשה רעדט זיך וועגן קדושת הכהנים, „קדושיםטו יהיו לאלקיהם גו' כי קדוש אני ה' מקדשכם"טז]. ולהוסיף, אַז אויך תחלת (ושם)429הסדרה „אמור" איז מרמז אויף דעם:

אמירה (אמור) איז לשון חשיבות ושבחיז,

אונטערשטראָכן אין דעם וואָס משה רבינו וה' האמירך גו'" — „אמר להם הקב"ה

לישראל אתם עשיתוני חטיבה אחתכ

בעולם, ואני אעשה אתכם חטיבה אחת

בעולם", ד.ה. אידן זיינען מוסיף חשיבות

ושבח אין דעם אויבערשטן (כביכול),

כולל — דורך דעם וואָס זיי זיינען מקדש

שם שמים, און דער אויבערשטער איז

אני שהם גדולים ממני וממך" — איז ווי

קען געמאָלט זיין אַז זיי זאָלן טאָן אַ חטא,

ובפרט — אַ חטא וואָס קומט דורך זייער

זיער גדלות בקרובי אקדש" שם

אין דעם פסוק „אחרי מות שני בני

זאָגן בנוגע צו משה רבינוכה, אַז ער האָט

געוואוסט זיינע מעלות, וואָרום דאָס איז בכלל: בפשטות הכתובים איז מיתת בני

תלמיד חכם (ועאכו"כ משה רבינו, שקיבל430תורה — כל התורה כולה — מסיניכו) דאַרף (וויסן זיינע מעלות און בהתאם לזה) זיך פירן באופן מכובדכז (ניט קוקנדיק אויף זיין עניוות בעצמו), ניט צוליב זיין אייגענעם כבוד, נאָר צוליב (דעם וואָס ער שטעלט מיט זיך פאַר) כבוד התורה, וואָס דאָס איז כבוד נותן התורה — קידוש השםכח.

נוסף לזה: אפילו מ'זאָל זאָגן, אַז משה האָט געזאָגט „שהם גדולים ממני וממך" צוליב זיין עניוות (ואפילו את"ל אַז דאָס האָט גע'פועל'ט אויף אים) — איז דאָס נאָר בנוגע צו זיך אַליין („ממני"), אָבער ער האָט ניט געקענט מוותר זיין אויף כבודו של אהרן אחיו („ממך").

איז מובן, אַז דער אמת איז געווען, אַז ניט קוקנדיק אויף גודל מעלת משה ואהרן, און דער גודל כבוד נותן התורה וקידוש השם וואָס קומט אַרויס דורך משה ואהרן — זיינען נדב ואביהוא „גדולים ממני וממך"; דוקא אויף זיי שטייט „בקרובי (בבחירי) אקדש", צוליב זייער גודל ההתקרבות צו דעם אויבערשטן (נאָך מער פון קירוב משה ואהרן)כט, און דערפאַר ווערט דורך זיי דער (גרעסטער) קידוש השם („אקדש").

ווערט לויט דעם נאָך שטאַרקער די תמי': היתכן זאָגן אַז דורך זייער הקרבה (וואָס דורך איר — „בקרובי אקדש") האָבן שני בני אהרן געטאָן אַ חטא?

ג. איז ידוע דער ביאור פון דעם אור החיים הקדושל, אַז מיתת בני אהרן איז געקומען צוליב זייער גאָר גרויסע דביקות צום אויבערשטן — „שנתקרבו לפני אור העליון בחיבת הקודש ובזה מתו, והוא סוד הנשיקה שבה מתו הצדיקים כו', הגם שהיו מרגישים במיתתם לא נמנעו מקרוב לדביקות נעימות עריבות ידידות חביבות נשיקות מתיקות עד כלות נפשם מהם".

און דערפאַר שטייט (נאָך „אחרי מות שני בני אהרן") „בקרבתם לפני ה' וימותו", ווייל „מות שני בני אהרן" איז געקומען צוליב גודל התקרבותם לפני ה', און דער פסוק איז מוסיף „וימותו" — לרמזלא אַז עד כדי כך איז געווען זייער התקרבות וחיבה, „שהגם שהיו מרגישים במיתתם לא נמנעו מקרוב כו'"; דער חטא (מלשון חסרוןלב) אין דעם איז נאָר געווען (ניט אין דעם עצם קירוב לפני ה', נאָר), אַז דער „בקרבתם לפני ה'" האָט געבראַכטלג „וימותו" בפועללד, אַז זיי האָבן דערלאָזט431אַז זייער דביקות צום אויבערשטן, זאָל זיי צוברענגען צו דעם אַז זיי זאָלן אויסגיין בפועל אין אַ כלות הנפש, ווייל צוזאַמען דערמיט וואָס אַ איד דאַרף שטענדיק שטיין אין אַ תשוקה וצמאון צו ווערן אַלץ נעענטער צום אויבערשטן, פאָדערט זיך פון אים אַז בעת ער האַלט באַ דעם „רצוא", זאָל ער באַ זיך אַרויסרופן דעם „שוב", צוריקקערן זיך צו טאָן די עבודה אַלס אַ נשמה בגוף, און — אין עולם הזה, ע"ד וכמארז"ללה „על כרחך אתה חי", און אויספירן די כוונה עליונה פון מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתוניםלו.

עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק די גדלות פון שני בני אהרן, „שהם גדולים ממני וממך" — וואָס דוקא דורך זיי איז געווען „בקרובי אקדש": דורך זייער הקרבה לפני ה' ביז לכלות הנפש ממש — מסירת נפש ממש — האָבן זיי מקדש געווען שם שמיםלז („אקדש", „ונקדש בכבודי, במכובדי"), בדוגמא ווי אַ קרבן לה'.

ויש לומר, אַז די עבודה פון קירוב לפני ה' ע"י שני בני אהרן — וואָס דאָס איז דער ערשטער מאָל (נאָך מתן תורה, ותיכף נאָך הקמת המשכן) וואו עס שטייט (בפירוש) אין תורה וועגן מסירת נפש על קידוש ה' („בקרובי אקדש") — איז געווען אַן עבודה חדשה וואָס איז ניט געווען ביז דעמולט. און דאָס איז דער פירוש אין דעם וואָס עס שטייטלח „ויקריבו לפני ה' אש זרה אשר לא צוה אותם" — „אש זרה" למעליותא: בני אהרן האָבן מקריב געווען אַ נייעם, פרעמדעם פייער אין עבודת ה' — די עבודה פון מסירת נפש, וואָס זי איז פרעמד צו דער עבודה ביז דעמולט, וועלכע איז בסדר והדרגה, און אַן אש (עבודה) „אשר לא צוה אותם" (למעליותא), דאָס איז נתחדש געוואָרן דורך עבודת המטה (בני אהרן), ביז אַז דאָס (מס"נ) איז נאָך העכער פאַר ציווילט.

וי"ל אַז הקרבת בני אהרן („בקרובי אקדש") האָט אויך געגעבן דעם כח צו אַלע אידן לאחרי זה, עד סוף כל הדורות, אויף דער עבודה פון קידוש השם, אָבער דוקא אַלס נשמות בגופים (ניט ווי ס'איז געווען באַ די בני אהרן).

עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק המשך הכתובים אין אָנהויבס פ' אחרי — „וידבר ה' אל משה אחרי מות שני בני אהרן בקרבתם לפני ה' וימותו, ויאמר ה' אל משה דבר אל אהרן אחיך ואל יבוא בכל עת אל הקודש גו' ולא ימות גו', בזאת יבוא אהרן אל הקודש גו'":

לאחרי עבודת בני אהרן „בקרבתם לפני ה'", איז געגעבן געוואָרן דעם כח אַז אהרן זאָל קענעןמ אַריינגיין אל הקודשמא432און דאָרטן טאָן די עבודה, באופן פון קירוב לפני ה', מסירת נפש על קידוש ה', (אָבער — דוקא ווי דאָס איז בתכלית השלימות —) אַלס אַ נשמה בגוף — רצוא צוזאַמען מיט שוב.

און דאָס איז אויך דער רמז בשם הסדרה „אחרי"מב — אַז די סדרה (אָנהויבנדיק פון דעם ציווי לאהרן „אל יבוא גו' ולא ימות גו' בזאת יבוא אל הקודש גו'") קומט אַלס אַ המשך ותוצאה פון עבודת בני אהרן (ניט בכדי באַוואָרענען אַז די הנהגה פון אהרן זאָל ניט זיין ווי הקרבת בני אהרן, נאָר אדרבה —), אַז אהרן דאַרף זיך לערנען און נעמען כח פון הקרבת בני אהרן, וואָס זיי האָבן אויפגעעפנט די וועג אויף דער כניסה אל הקודש וקירוב לפני ה', אָבער — דוקא אַלס נשמה בגוףמג.

ד. ע"פ הנ"ל איז אויך פאַרשטאַנדיק המשך ושייכות הסדרות, וואָס נאָך פ' אחרי קומט פ' קדושים — דער ציווי צו יעדער איד „קדושים תהיו כי קדוש אני", ווייל נאָכדעם (אחרי) וואָס בני אהרן האָבן אויפגעעפנט די וועג אויף דעם סדר העבודה פון „בקרובי אקדש", און דאָס קומט בפועל בעבודת אהרן — באַקומט יעדער איד דעם ציווי וכח „קדושים תהיו", כולל די קדושה פון קדש הקדשים (כהן גדול)מד, ביז — אַ קדושה וואָס איז בדוגמת „קדוש אני", ביז אַז ס'איז דאָ אַ קס"ד אַז „יכול כמוני"מה, און נאָכמער — לויט דעם פירוש אַז אַזוי איז אויך די מסקנא — „יכול כמוני" בניחותאמו,

און דורך דעם (וואָס „קדושים תהיו") — ווערט דער אויבערשטער מתקדש, „אני מתקדש בך", ביז אַז „קדושתימז למעלה (הענגט דאָס אָפּ)מח מקדושתכם", דורך דעם וואָס אַ איד איז זיך מקדש למטה, ער פירט זיך ווי אַ אדם קדוש — „הרי זה קידש את ה' ועליו הכתוב אומריא ויאמר לי עבדי אתה ישראל אשר בך אתפאר"מט.

און בהמשך לזה קומט פ' אמור, וואו עס קומט צו דער ציווי „ונקדשתי בתוך בני ישראל" — די מצוה פון קידוש השם. וכמרומז אויך בשם הפרשה „אמור" (מלשון חשיבות ושבח) — „אמר להם הקב"ה לישראל אתם עשיתוני חטיבה אחת בעולם, ואני אעשה אתכם חטיבה אחת בעולם", ע"ד „אתם מתקדשים בי ואני מתקדש בכם", כנ"ל.

ה. דערמיט איז פאַרשטאַנדיק די נקודה משותפת צווישן די דריי סדרות433פאַרבונדן מיט דעם שבת — אחרי, קדושים, אמור, ובכללות הנקודה — אַז אַ איד (ווי ער געפינט זיך אַלס אַ נשמה בגוף בעוה"ז הגשמי) דאַרף זיך אַליין מקדש זיין און דורך דעם — מקדש זיין שם שמים.

וואָס דאָס איז אַ ציווי כללי בכל עניני התורה ומצוותי', ובלשון הרמב"םנ: „קדושים תהיו, והתקדשתם והייתם קדושים, הם ציוויים [„ציוויים כוללים"] לקיים כל התורה, כאילו אמר הי' קדוש בעשותך כל מה שצויתיך". וכמאחז"לנא בריש פ' קדושים — „מלמד שנאמרה פרשה זו בהקהל מפני שרוב גופי התורה תלויין בה"נב.

מ'דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין: וואָס איז דער אונטערשייד און די הוספה — אין דעם ענין פון קדושת ישראל וקידוש ה' גופא — אין יעדערער פון די דריי סדרות?

ויש לומר נקודת הענין בזה: וויבאַלד „קדושים תהיו" און „ונקדשתי בתוך בנ"י" (מצות קידוש השם) איז אַ ציווי תמידי (און אַ ציווי כללי בכל התורה) צו יעדער איד, נעמט עס אַרום אַלע סוגים אידן (צדיקים, בינונים ורשעים), און — אַלע מעמדים ומצבים.

ובכללות — טיילט זיך דאָס (קידוש השם וואָס ווערט דורך קדושת ישראל) אויף דריי אופנים כלליים: (א) קידוש השם דורך דער עבודה פון אַ אידן בדברי קדושה (זאַכן וואָס זיינען קדוש, ביז קדושת הגוף, ווי קדשי המזבח וכיו"ב), ובפשטות — אַז אַ איד טוט אַ מצוה מיט מסירת נפש. (ב) קידוש השם דורך קדושת ישראל בעניני העולם — באופן פון (קדושה מלשון) פרישות והבדלה, „קדושים תהיו — פרושים תהיו"נג, אָדער (ג) באופן פון „קדש עצמך במותר לך"נד (וואָס דאָס איז נכלל אין דעם חיוב „קדושים תהיו"נה), וואָס דאָס איז כולל דעם פירוש אַז ער (איז זיך ניט מבדיל ומפריש דערפון, נאָר אַז ער) נוצט די דברי הרשות לשם שמיםנו, ביז באופן של קדושה, און דורך דעם איז ער מקדש השם. כפס"ד הרמב"םכו בנוגע צו קידוש השם, אַז דאָס ווערט אויפגעטאָן סיי דורך פרישה והבדלה, און סיי דורך אַ הוספה אין זיין עבודה בפועל ובמעשה.

ו. וועט מען עס קלערער פאַרשטיין לויט דעם ביאור אין דער משנה אין אָנהויבס פון היינטיקן פרק — פרק שלישינז: „עקביא בן מהללאל אומר הסתכל בשלשה דברים ואין אתה בא לידי עבירה. דע מאין באת, ולאן אתה הולך, ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון. מאין באת מטפה סרוחה, ולאן אתה הולך למקום עפר רמה ותולעה, ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא".

434דאַרף מען פאַרשטיין:

א) וויבאַלד אַז די משנה רעדט וועגן דער עבודה פון „סור מרע" (די הסתכלות וואָס ברענגט אַז „אין אתה בא לידי עבירה") — האָט דאָס געדאַרפט שטיין אַ סך פריער אין פרקי אבות, פאַר די ענינים פון „עשה טוב" — בהתאם צו דעם סדר העבודה „סור מרע ו(אח"כ) עשה טוב"נח, כידוע דער משל לזהנט, אַז פריער דאַרף מען האָבן אַ כלי נקי וטהור, און דערנאָך קען מען דאָרט אַריינגעבן אַ משקה ומאכל, באופן אַז זיי זאָלן ניט נפגם ווערן.

ב) פאַרוואָס איז דער תנא מאריך און טיילט איין זיין מאמר אין דריי פאַלן: (א די הוראה אין אַלגעמיין — „הסתכל בשלשה דברים", (ב די דריי זאַכן — „מאין באת כו'", (ג די זעלבע דריי בסגנון דשאלות מיט זייער ענטפער — „מאין באת, מטפה סרוחה כו'". לכאורה האָט ער עס געקענט זאָגן בקיצור — בהתאם צו דעם וואָס לשון המשנה איז „דבר קצר (וכולל ענינים רבים)"*60) — אין צוויי בבות: „הסתכל בשלשה דברים ואין אתה בא לידי עבירה, מאין באת וכו'", אָדער נאָך מער בקיצור — אין איין בבא: „הסתכל מאין באת מטפה סרוחה, ולאן אתה הולך למקום עפר רמה ותולעה, ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה, ואין אתה בא לידי עבירה"?

ז. איז דער ביאור אין דעם:

די משנה — וועלכע גיט אַ הוראה צו אַלע אידן — ווערט פאַנאַנדערגעטיילט אויף דריי פאַלן, כנגד די דריי סוגים אין וועלכע אידן בכלל זיינען איינגעטיילט: צדיקים, בינונים ורשעים [ובעולמות: בריאה וואָס איז רובו טוב, יצירה — מחצה על מחצה, און עשי' — רובו רעסא]. ובכללות יותר — כנגד די דריי סוגי עבודה (באַ יעדער איד): זיין עבודה בעניני טוב וקדושה — בשעת זיין נשמה לייכט ביי אים בגלוי. זיין עבודה מצד זיין גוף וועלכע געפינט זיך בעולם, פאַרבונדן מיט עניני רשות (אכילה ושתי' וכו'), וואו עס זיינען דאָ נטיות לטוב און נטיות להיפך (באופן של בחירה חפשית — מחצה על מחצה). און זיין עבודה אין אַ מצב וואו רע שטייט בהתגברותסב — עולם העשי' שרובו רע.

און יעדער פאַל פון דער משנה איז אַ הוראה פאַר אַן אַנדער סוג: דער ערשטער פאַל — פאַר צדיקים, דער צווייטער פאַל — פאַר בינונים, און דער דריטער פאַל פאַר רשעים.

אַלע אידן האָבן דעם ציווי פון „קדושים תהיו", און „ונקדשתי בתוך בני ישראל" (מצות קידוש השם), נאָר אין דעם (עיקר) אופן הקיום זיינען פאַראַן חילוקים צווישן די סוגים פון אידן (צדיקים בינונים ורשעים).

ביי אַ צדיק וואָס ביי אים לייכט די נשמה בגלוי, און זיין עיקר העבודה (מצ"ע) איז אין טוב וקדושה, ער האָט מצ"ע קיין שייכות ניט מיט רע (ווייל אין לו יצה"רסג), ועד"ז אין דער עבודה פון יעדער איד אין עניני טוב וקדושה בכלל — דאַרף אויך זיין די באַוואָרעניש אַז „אין אתה באַ לידי עבירה", ניט קיין עבירה כפשוטה ח"ו (וואָרום ער האָט קיין שייכות435ניט (בענין זה) מיט רע), נאָר עבירה מלשון העברה מרשות לרשותסד — אַז ער זאָל איבערגיין פון אַ העכערער רשות הקדושה (קדושתם של ישראל וועלכע איז בדוגמת קדושת ה', „קדוש אני", זייענדיק אַ חלק אלוקה ממעל ממשסה) צו אַ נידעריקערן רשות של קדושה אָדער של היתר (רשות) וואָס איז ניט מתאים לדרגת קדושתו (די דרגא פון עולם הבריאה וכיו"ב),

און אין דעם גופא — ניט אַן עבירה ממש, נאָר „לידי עבירה", ע"ד תאוות היתר, וואָס קען צוברענגען צו אַן עבירה [ע"ד ווי אַ יד, דורך וועלכן מען האַלט אָן אַ זאַך, וואָס בכמה דינים (דיני טומאה) איז דאָס ניט אַזוי חמור ווי די זאַך אַליין], אַ העברה צו אַ רשות בקדושה וואָס איז נידעריקער פון דער קדושה פון „קדוש אני"סו.

און דער טעם אויף דעם (די אפשריות ביי אַ צדיק צוצוקומען „לידי עבירה") איז, ווייל הגם אַז מצד טבע הנשמה איז זי ניט שייך צו אַן עבירה (אפילו ניט קיין העברה מרשות לרשות בקדושה עצמה), האָט אָבער דער אויבערשטער געוואָלט אַז אַ איד זאָל האָבן די מעלה פון בחירה חפשית (ער זאָל זיין בדוגמא צו דעם אויבערשטן כביכול, „הן האדם הי' כאחד ממנו"סז), און ער זאָל באַווייזן דורך זיין עבודה ווער ער (זיין נשמה) איז — דעריבער האָט מען אַראָפּגעשיקט זיין נשמה צו אַן עולם ורשות (בקדושה) שלמטה מדרגת קדושת נשמתו מצ"ע, וואו ער האָט די מעגלעכקייט צוצוקומען „לידי עבירה", עכ"פ צו אָן העברה מרשות לרשות אין קדושה עצמה, און דורך זיין עבודה (בחירה) — „אין אתה בא לידי עבירה".

און אויף דעם קומט די הוראת המשנה אין דער ערשטער בבא — דער אופן ווי מ'באַוואָרנט אַז „אין אתה באַ לידי עבירה" — דורך „הסתכל בשלשה דברים" סתם (אָן אויסטייטשן פרטים):

וויבאַלד אַז מ'רעדט וועגן איינעם וואָס זיין נשמה לייכט בגלוי און ער ליגט אינגאַנצן אין טוב וקדושה (און האָט קיין שייכות ניט צו קיין אַנדערע ענינים) — דאַרף מען ניט אויסטייטשן אין וואָס באַשטייט די הסתכלות בשלשה דברים, וואָרום בעולמו געפינען זיך ניט קיין אַנדערע (זייטיקע) זאַכן (וואָס ער וואָלט געקענט אין זיי מסתכל זיין), מערניט ווי זיין עבודת ה' בקדושה, במילא איז מובן מעצמו אַז די „שלשה דברים" זיינען אין קדושה, אין זיין עבודת ה'סח.

און די „שלשה דברים" זיינען מובנים בפשטות: (א) ווער דער איד איז — אַ חלק אלוקה ממעל ממש, (ב) אין דעם עולם וואו זיין נשמה געפינט זיך איצטער און טוט דאָרט זיין עבודה, וואָס דאָרטן קען זיין אַ מעגלעכקייט אויף קומען „לידי עבירה", עובר זיין צו רשות בקדושה וואָס איז ניט מתאים צו זיין דרגא (קדושת הנשמה), און (ג) אין דעם אויבערשטן — דער מקור פון זיין נשמה, מיט וועמען זי איז פאַרבונדן436(וועלכער האָט באַשאַפן דעם עולם און דאָרט אַראָפּגעשיקט זיין נשמה, מיט דער כוונה אַז דורך זיין עבודה זאָל ער שטיין בתוקף בדרגת הקדושה שלו).

און דורך „הסתכל — אַ הסתכלות בעיון ובפנימיות — בשלשה דברים" אלו, אַז זיין נשמה, אויך ווי זי געפינט זיך למטה אין עולם (הבריאה), איז זי אַ חלק אלוקה ממעל ממש, פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן — באַוואָרנט דאָס אַז „אין אתה באַ לידי עבירה", צו עובר זיין צו אַ רשות דקדושה תחתונה יותר אָדער רשות של היתר (תאוות היתר וכיו"ב) וואָס איז נידעריקער און ניט מתאים צו זיין דרגא, די דרגא הקדושה פון זיין נשמה, וועלכע איז פאַרבונדן מיט „קדוש אני", „יכול כמוני"סט.

וע"ד די עבודה פון „קדש עצמך במותר לך", אַז הגם אַז דאָס איז מותר (ניט ח"ו אסור וקשור בידי החיצוניםע), איז ביי אים „קדש עצמך" — אַ קדושה וואָס איז העכער פון דעם דבר המותר.

ח. דער צווייטער פאַל אין משנה רעדט וועגן אַ דרגא (עולם היצירה, מחצה על מחצה) וואו עס הערט זיך שוין אָן אויך די מציאות העולם בפ"ע (ניט ווי בעולם הבריאה (— נאָר אפשרי המציאותעא), וואו אלקות — דער מקור הבריאה — איז נרגש בגלוי), אָבער ניט קיין עולם וואָס איז היפך הקדושה. וואָס אין עבודה איז דאָס דרגת הבינוני — אַזאַ וואָס ביי אים שטייט בתוקף דער יצר טוב און דער יצר הרע, און ער איז מרגיש די מציאות העולם מחוץ ממנו (ניט ווי אַ צדיק וואָס אין לו יצה"ר און ביי אים איז נאָר קדושה), וואָס דאָס לאָזט אַן אָרט אויף דעם יצה"ר, נאָר ער איז זיך מתגבר אויף דער יצה"ר אַז זיין עבודה במחשבה דיבור ומעשה זאָל זיין בשלימות, און אפילו אויב אים פאַלט אַריין אַ מחשבה לא טובה, שטופּט ער עס גלייך אַוועק, מידעב.

און די כוונה אין דער ירידה (אַז עס זאָל זיין אַן אפשריות אויף התגברות היצה"ר) — איז בכדי דער איד דורך זיין עבודה צו באַוואָרענען אַז ער זאָל ניט קומען לידי עבירה (ע"י הסתכלות אין „דע מאין באת וכו'") — זאָל האָבן די מעלה פון אתכפיא.

דערפון איז מובן, אַז בנוגע צו דער דרגא קען מען זיך ניט באַנוגענען מיט זאָגן „הסתכל בשלשה דברים" אָן קיינע פרטים (ווי די משנה זאָגט בנוגע צו אַזאַ וואָס ביי אים שטייט אלקות בגלוי און קיין אַנדער מציאות איז ניטאָ), ווייל ביי אים איז פאַראַן נאָך אַ מציאות (מציאות העולם) מלבד אלקות און טוב וקדושה, דעריבער דאַרף מען אויסטייטשן פרטים אין וואָס דאַרף באַשטיין די הסתכלות והתבוננות (ווייל אויב ניט וועט ער מצ"ע ניט וויסן וואָס זיי זיינען), פרטים וואָס וועלן אים דערנעמען (בדרגתו הוא) און אויף אים פועל'ן ער זאָל ניט קומען „לידי עבירה" (עבירה אויך כפשוטה), נאָר די פרטים גופא זיינען ענינים טובים (און ניט למטה מזה, ווי אין דער בבא הג' אין משנה), וואָרום ער געפינט זיך אין אַן עולם וואָס איז טוב — „דע מאין באת ולאן437אתה הולך ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון":

וויבאַלד אַז ער איז ניט מרגיש מקורו — דאַרף ביי אים זיין די ידיעה „מאין באת" — אין מקור הנשמה שלו, און „לאן אתה הולך", וואו זיין עבודה דאַרף אים פירן, און „לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון" — וועט דאָס ברענגען אַז „לא בא לידי עבירה" (כמשנ"ת במ"אעג), מיט דער מעלה פון אתכפיא שבזה.

ט. דערנאָך קומט דער לעצטער פאַל אין משנה וואָס רעדט וועגן דער עבודה אין עולם העשי', וואָס רובו רע, „עולם הקליפות וסטרא אחרא, ולכן כל מעשה עוה"ז קשים ורעים והרשעים גוברים בו"סב — בכדי מ'זאָל האָבן אויך די מעלה פון אתהפכא (נוסף צו אתכפיא),

און דעריבער גיט צו דער תנא פרטים בנוגע דער הסתכלות בדרגא זו, פרטים וועלכע זיינען כולל אויך דעם קו פון „סור מרע", בכדי צוברעכן און מבטל זיין די קליפות: „דע מאין באת מטפה סרוחה ולאן אתה הולך למקום עפר רמה ותולעה". און דער דריטער ענין „ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה" — איז ניט סתם אַ דין וחשבון (פאַר ב"ד שלמעלה, שלמטה, וכיו"ב), נאָר „לפני ממה"מ הקב"ה" בעצמו, וואָס דאָס גיט נאָכמער כח אַז אויך אין דעם מצב זאָל זיין „לא בא לידי עבירה"עג, מיט דער מעלה פון אתהפכא חשוכא לנהורא (אַז אויך אין אַן עולם שמלא קליפות, איז ער זיך מתגבר און קומט ניט לידי עבירה).

עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס די משנה קומט ניט פאַר די ענינים וואָס רעדן וועגן „ועשה טוב", ווייל תוכן משנה זו איז ניט וועגן סור מרע נאָר וועגן עשה טוב — די קדושה און שלימות פון אידן אין אַלע דרגות, צדיקים, בינונים און רשעיםעד.

י. ע"פ הנ"ל איז נאָכמער פאַרשטאַנדיק די דריי ענינים אין קדושת ישראל וקידוש ה' (כמרומז אין די דריי סדרות, אחרי קדושים ואמור) — ע"ד דער חילוק צווישן די דריי בבות אין דער משנה:

אין פ' אחרי איז בהדגשה בעיקר דער ענין פון „בקרובי אקדש" בעבודת הצדיקים — נדב ואביהוא ואהרן — ביי אַזאַ וואָס האַלט באַ „בקרבתם לפני ה'", אַלס אַ נשמה בגוף, אָבער פאָרט ניט פאַרבונדן מיט עולם הזה. ווי דאָס איז געווען באַ כניסת אהרן אל הקודש (ביוהכ"פ), אַז זיין קירוב לה' איז געווען דוקא אין קודש (ניט מחוץ לזה) און דוקא בזמן מסויים („אל יבוא בכל עת") און באופן מסויים („בזאת יבוא גו'").

אין „קדושים" איז בהדגשה בעיקר די קדושה בעבודת הבינונים — אַז ער געפינט זיך בעולם, בעולם של חול און איז מרגיש מציאות העולם, און אעפ"כ „קדושים תהיו" — „הוו פרושים מן העריות ומן העבירה". וואָס דאָס איז אַ קדושה וקידוש ה' (אויך) במציאות העולם (ניט ווי „בקרובי אקדש" אין משכן), אָבער דער קידוש איז בעיקר מצד דעם אידן (קדושים תהיו), משא"כ בנוגע צו עולם — איז דער אופן העבודה בעיקר בדרך שלילה — „הוו פרושים כו'"עה.

438אין „ונקדשתי בתוך בני ישראל" בפ' „אמור" איז בהדגשה בעיקר ווי אידן, במצבם הם, בתוך בנ"י, זיינען מקדש שם שמים בעולם (אתם עשיתוני חטיבה אחת בעולם), ניט דורך פרישה מעניני העולם.

יא. ויש לקשר זה אויך מיט דעם איצטיקן זמן (ווען מ'לייענט די סדרות בתורה) — באמצע ימי הספירה, אין חודש אייר, וועלכע איז אויסגעטיילט דערמיט וואָס בכל יום פון דעם חודש איז מען מקיים אַ מצוה „החודש", מצות ספירת העומרעו:

אין דעם נוסח התפלה נאָך ספירת העומר (וואָס מצות ספירת העומר שטייט אין פ' אמור) זאָגט מען „ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה". וואָס דאָס גיט נאָכמער כח אויף דער עבודה פון „קדושים תהיו" (ביז „יכול כמוני" בניחותא — „בקדושתך העליונה") און דורך דעם — „ונקדשתי בתוך בני ישראל".

און אין דער טהרה וקדושה גופא — קומט צו אַ הוספה מיום ליום בימי הספירהעז. ווי אונטערשטראָכן אין דעם אַז ספירה ציילט מען ניט במספר סידורי (יום שני, יום שלישי וכו'), נאָר במספר הכולל („היום שני ימים", „שלשה ימים" וכו'), ד.ה. אַז בכל יום מימי הספירה האָט מען די „הישגים" (כולל בענין הטהרה והקדושה העליונה) פון די ימים שלפני זה, און אויף דעם איז מען מוסיף נאָכמער, ביז מ'קומט צו דער שלימות ותמימות פון „שבע שבתות תמימות תהיינה"עח.

ויש להוסיף בהקשר אויך מיט דעם נאָמען פון חודש — „אייר": ס'איז ידוע די ביידע ראשי תיבות אין דעם וואָרט: „אייר" ר"ת אברהם יצחקיעקב רחלעט, און ר"ת „אניפ ה' רופאך"פא — וואָס אין ביידע ראשי תיבות שטייט בהדגשה דער ענין פון קידוש ה' („ונתקדשתי בתוך בנ"י") און קדושת ישראל למטה („קדושים תהיו"):

אייר ר"ת אברהם יצחק יעקב רחל באַדייט די עבודה פון די אבות (אברהם יצחק יעקב שכוללים האמהות) — האבות הן הן המרכבהפב, תכלית הביטול צו דעם אויבערשטן (אַזוי ווי דער ביטול המרכבה להרוכב עלי'), „שכל אבריהם כולם היו קדושים ומובדלים מענייני עוה"ז כו'"פג, און פון די אבות ווערט נמשך כח צו אַלע אידן אַז באַ זיי זאָל זיין „קדושים תהיו" (בדוגמת ביטול המרכבה), ביז באופן פון מסירת נפש („בקרובי אקדש"), אָבער ווי דאָס ווערט נמשך (בהאמהות עצמן) דוקא דורך רחל, דער רגל הרביעי של המרכבה, כנגד עולם הרביעיפד (עולם העשי'), וואָס דוקא דאָרטן ווערט אויפגעטאָן דער ענין פון „קדושים תהיו" און „ונקדשתי439בתוך בני ישראל", און דוקא אַלס נשמות בגופים בעולם העשי' הגשמית.

[וכידועפה אַז דוקא אין עולם העשי' הגשמית, אע"פ וואָס זי איז דער עולם הרביעי (האחרון) — ווערט דאָרטן נשלם די כוונה פון מאַכן די דירה לו ית' בתחתונים, לו לעצמותופו, וואָס אַ דירה איז טפל להדר בה, אָבער ביחד עם זה איז דירה נאה מרחיבה דעתו של אדםפז, ד.ה. דער עולם ווערט אינגאַנצן דורכגענומען און בטל צו דעם אויבערשטן, אָבער וויבאַלד אַז דאָס איז עוה"ז התחתון דאין תחתון למטה ממנו, גיט דאָס צו כביכול אַ הרחבה ועילוי אין דעם אדם העליון].

און דער טעם (און כח) פאַרוואָס באַ אידן זאָל זיין „קדושים תהיו" (די עבודה פון אברהם יצחק יעקב רחל) — קומט דורך דעם וואָס „כי קדוש אני". וואָס דאָס איז ע"ד דער צווייטער ר"ת אין „אייר", „אני ה' רופאך": „רופאך" איז מדגיש אַז דאָס רעדט זיך וועגן אידן ווי זיי זיינען נשמות בגופים למטה (וואָס דוקא דאָרטן איז שייך דער ענין החולי והרפואה), און די רפואה קומט פון „אני ה'", פון דעם אויבערשטן אַליין [פון שם הוי', שם העצםפח, און פון „אני הוי'", בחי' כתרפט, די דרגא פון קדש מלה בגרמי'צ, ביז די דרגא פון קדושת ה', „יכול כמוני"צא], וואָס דעמולט איז דאָס אַ רפואה באופן פון „לא אשים עליך" מלכתחילה, וואָרום דאָס קומט פון דעם אויבערשטן וואָס ער איז תכלית השלימות ותכלית הקדושה, און ער איז ממשיך פון זיין שלימות וקדושה צו אידן, „אני ה' רופאך" — אַז אַ איד דאָ למטה שטייט בתכלית השלימות ובתכלית הקדושה, גופא דילהון קדישאצב, נוסף אויף דעם וואָס נפשא רוחא ונשמתא דילהון קדישאצב — „קדושים תהיו כי קדוש אני".

און אין חודש אייר עצמו שטייט דאָס אַלץ נאָכמער בגלוי און נאָך שטאַרקער — אין יום עשירי שבוצג — „העשירי יהי' קודש"צד, קדש מלה בגרמי'.

יב. אין דעם קומט צו נאָכמער — שטייענדיק אין די ימי ההכנה צו ל"ג בעומר, יום ההילולא ויום שמחתו של רשב"יצה:

באַ רשב"י איז געווען בגלוי די עבודה פון קירוב לפני ה' („בקרובי אקדש") אַלס אַ נשמה בגוף — ווי ער האָט געזאָגט (ביום440הסתלקותו בל"ג בעומר) „כל יומיןצו דאתקטרנא בהאי עלמא בחד קטירא אתקטרנא בי' בקב"ה, נשמתי בי' אחידא בי' להטא בי' אתדבקת"צז — תכלית הביטול צו אלקות, ווי רשב"י האָט געזאָגט „אנא סימנא בעלמא"צח.

און אַזוי האָט רשב"י אויך אויפגעטאָן אין תורה: ער האָט מבטל ומתקן געווען די מחיצות („מחצתי ואני ארפא"צט) — דער „גל" (אותיות ל"ג בעומר)ק — צווישן נגלה דתורה און פנימיות התורה, און דורך דעם — אויך די מחיצות צווישן עליון ותחתון אין וועלט, אַז די קדושה פון דעם אויבערשטן זאָל נתגלה ווערן בכל העולם כולו.

און פון רשב"י ווערט נמשך דער כח אויף דעם אין דער עבודה פון יעדער איד — מעין ובדוגמת העבודה פון „בחד קטירנא אתקטרנא כו'", אַז אין אַלע זיינע ענינים זאָל אַ איד זיין קדוש, „קדושים תהיו כי קדוש אני", „ונקדשתי בתוך בני ישראל".

ויש לומר, אַז דאָס שטייט בהדגשה אין מנהג ישראל, אַז בל"ג בעומר פּראַוועט מען יום שמחתו של רשב"* י דורך התוועדויות, כינוסים ותהלוכות ברבים לכבוד רשב"י ויום שמחתו [כידוע דער מנהג פון אַרויסגיין אין פעלד בל"ג בעומרקא, וכיו"ב], ובמיוחד — פאַרבונדן מיט אידישע קינדער, און דוקא ברוב עם הדרת מלךקב, „יחד שבטי ישראל"קג, „יחד ילדי ישראל", „שבת אחים גם יחד"קד — וואָס דורך דעם קומט צו אין אין קידוש שם שמים, הדרת מלך פון מלך מלכי המלכים הקב"ה.

יג. דערפון אַלעם האָט מען אויך אַ הוראה בנוגע לפועל — אין דער השתדלות וואָס דאַרף זיין בנוגע צו קידוש שם שמים בכלל, כולל ובמיוחד — בקשר מיט ל"ג בעומר, יום שמחתו של רשב"י:

אַזוי ווי עס זיינען געבליבן נאָך עטלעכע טעג ביז ל"ג בעומר (ביום ראשון הבע"ל), דאַרף מען זעען מאַכן די אַלע פּאַסיקע הכנות דערצו, ווי דאָס איז באַ יעדער דבר שבקדושה, אַז וויבאַלד דאָס האָט אַ חשיבות דאַרף דערצו זיין אַ הכנה, ביז אַ „הכנה דרבה"קה.

אָנהויבנדיק פון החלטות טובות בזה אין דעם שבת, און דערנאָך — די פעולות בזה במשך דער קומענדיקער וואָך, ביום ראשון, שני, שלישי, רביעי, חמישי, ששי, ויום השבת — אַז יעדערער און יעדערע זאָל טאָן התלוי בו אַז בכל מקום ומקום וואו עס געפינען זיך אידן זאָל מען פּראַווען ל"ג בעומר בשמחה גדולה, דורך מאַכן אַ התוועדות וכו' אָדער אַ תהלוכה פון קינדער, וברוב עם הדרת מלך.

ובפרט נעמענדיק אין באַטראַכט אַז די תהלוכות גיבן צו אין אחדות ישראל,441„שבת אחים גם יחד", און אין חינוך ילדי ישראל, „חנוך לנער ע"פ דרכו גו'"קו, דורך דעם וואָס מ'מאַכט די תהלוכה בהתאם צו דרכו פון אַ קינד, דורך דעם וואָס ער גייט, „מאַרשירט" שטאָלצערהייט מיט אַ דגל (אַ פאָן אָדער אַ בענער), אויף וועלכן מ'קען אויך אָנשרייבן ענינים פאַרבונדן מיט תורה ומצוות, ובפרט — פאַרבונדן מיט רשב"י און ל"ג בעומר, וכיו"ב, וואָס דאָס גיט אַריין אַ לעבעדיקייט און וואַרעמקייט אין אידישע קינדער בנוגע צו כל עניני תומ"צ, באופן אַז דער רושם טוב פון דער תהלוכה בלייבט באַ זיי בזכרון, און האָט אַ פעולה נמשכת אין זייער חינוך.

ובכדי אַז דאָס זאָל זיין בהצלחה רבה ומפולגה, בעזרת השם יתברך, דאַרף מען דערצו אויך האָבן די פּאַסיקע הכנות, מתוך פרסום ושטורעם גדול, צו אַריינציען וואָס מער קינדער אַז זיי זאָלן זיך אין דעם משתתף זיין.

ובפרט בהתאם צו די ר"ת פון שנה זו, ה'תש"נ — הי' תהי' שנת נסים — דאַרף מען זעען אַז דער פרסום ושטורעם פון די תהלוכות בשנה זו זאָלן זיין באופן פון „ארים נסי על ההרים"קז, מערער ווי אין אַלע פריערידקע יאָרן (וואָס אויך דעמולט איז דאָס געווען מיט אַ הצלחה בלתי משוערת).

דעריבער וועט יעדערער זיכער טאָן כל התלוי בו אין דעם אַלעם, און אויך משפיע זיין אַז אַנדערע זאָלן זיך משתתף זיין אין דעם, אָנהויבנדיק דורך באַווייזן אַ דוגמא חי' ווי ער אַליין איז זיך משתתף בזה און מיט אַ חיות ושמחה.

און דורך דעם — וועלן די תהלוכות בל"ג בעומר זיכער זיין אַ גרויסער קידוש השם פאַר אַלע אידן און פאַר כל העולם כולו, און פאַרשטאַרקן נאָכמער די אחדות פון אידן בכל מקום שהם.

יד. ויהי רצון, אַז תיכף ומיד ממש — נאָך פאַר ל"ג בעומר, און די ימי הכנה לזה — זאָל שוין זיין דער גרעסטער קידוש השם — די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, ווי אידן בעטן בתפלתם בכל יום וכמה פעמים ביום, און זיי בעטן די גאולה ניט (נאָר) צוליב די אייגענע טובה, נאָר בעיקר — צוליב כבוד המקום, כבוד השכינה — בכדי מקדש זיין שם שמים — וואָרום כל זמן וואָס אידן געפינען זיך אין גלות, געפינט זיך דאָרטן דער אויבערשטער צוזאַמען מיט זיי, „שכינתא בגלותא"קח, „עמו אנכי בצרה"קט, און דערפאַר שטייטקי „וישוב אל ה' וירחמהו, לעורר רחמים רבים על שם ה' השוכן אתנו כדכתיבקיא השוכן אתם בתוך טומאתם"קיב, און דעריבער בעטן אידן אַז עס זאָל שוין קומען די גאולה און שם שמים זאָל נתקדש ווערן, וע"ד מ"שקיג „לא למענכם אני עושה בית ישראל כי אם לשם קדשי גו' וקדשתי את שמי הגדול המחולל בגוים" („באמור להם עם ה' אלה ומארצו יצאו"קיד).

און אידן האָבן בכח דאָס אויפצוטאָן — „נצחוני בני נצחוני"קטו, וכמדובר לעיל אַז דורך דעם וואָס אידן זיינען זיך מקדש,442ווערט נתקדש דער אויבערשטער, לאחרי וואָס ס'איז שוין „כלו קיצין"קטז, און מ'איז שוין אַלץ דיגאַנגען און פאַרענדיקט — דאַר קומען די גאולה תיכף ומיד ממ דעמולט וועט כל העולם כולו זעע כבוד ה' וקדושת שמו, „ונגלה כ

וראו כל בשר יחדיו"קיז, „וקדשתי את שמי

הגדול גו' ולקחתי אתכם מן הגוים

וקבצתי אתכם מכל הארצות והבאתי

אתכם אל אדמתם, וזרקתי עליכם מים

טהורים וטהרתם גו'"קיח,

וכאמור ומודגש — תיכף ומיד ממש.

כבוד ה'

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-2607zprr

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · open
#159 Sefer HaSichos ה'תש"נ, חלק ב: one page per sicha · approved