עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ שמיני, מבה"ח אייר, ה'תש"נ

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

404משיחות ש"פ שמיני, מבה"ח אייר, ה'תש"נ

א. ס'איז באַוואוסט דער מנהג וואָס איז לעצטנס איינגעפירט געוואָרןא אין כמה מתפוצות ישראל, והולך ומתפשט, אַז מ'זאָל לערנען יעדן טאָג אַ שיעור אין ספר משנה תורה להרמב"ם, ווי ער איז פאַנאַנדערגעטיילט אויף דריי פרקים אַ טאָגב (אַזוי אַז במשך פון אַ יאָר לערך זאָל מען פאַרענדיקן דעם גאַנצן ספר, וועלכער איז „מקבץג לתורה שבעל פה כולה").

דערפאַר וועט מען זיך אָפּשטעלן אויף אַן ענין אין היינטיקן שיעור רמב"ם — סוף הלכות בית הבחירה ותחלת הל' כלי המקדש; ובפרט אַז דאָס איז אַן ענין שהזמן גרמא — די גאולה האמיתית והשלימה וואָס קומט תיכף ומיד ממש צוזאַמען מיט בנין בית המקדש השלישי מיט אַלע כלי המקדש, און דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט דעם זמן במיוחד, כדלקמן.

ב. אין (אָנהויבס פון) היינטיקן שיעור רמב"ם (בסוף הל' בית הבחירה) רעדט דער רמב"ם וועגן די מצוה פון שמירת המקדש, וז"ל:

„שמירת המקדש מצות עשהד, ואע"פ שאין שם פחד מאויבים ולא מלסטים, שאין שמירתו אלא כבוד לו, אינו דומה פלטרין שיש עליו שומרין לפלטרין שאין עליו שומריןה. ושמירה זו מצותה כל הלילהו, והשומרים הם הכהנים והלוים כו'. ואם בטלו שמירה עברו בלא תעשה שנאמרז ושמרו את משמרת הקודש, ולשון שמירה אזהרה היא הא למדת ששמירתו מצות עשה וביטול שמירתו מצות לא תעשה".

לויט דעם וואָס דער רמב"ם שרייבט אַז שמירת המקדש איז ניט צוליב „פחד מאויבים ולא מלסטים", נאָר צוליב כבוד המקדש — ווערט נתעורר אַ תמי' גדולה:

כבוד המקדש איז (ניט צוליב דעם בנין המקדש עצמו, נאָר) צוליב דער שכינה וואָס רוט אין דעם מקדש. ע"ד ווי דער רמב"ם שרייבט פריערח בנוגע צו מורא המקדש („ומקדשי תיראו"ט), „ולא מן המקדש אתה ירא אלא ממי שצוה על יראתו",

[ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס די שומרים זיינען דוקא כהנים ולויים, די מובחרים וחשובים שבעם, דלכאורה איז ניט מובן: פאַרוואָס איז מען מבטל די משרתי ה' פון תפקידם בעבודת המקדש דורך זיי באַשטימען אַלס שומרים (אַן עבודה טפלה לכאורה), מ'האָט געקענט קובע זיין אַז די שמירה זאָל זיין דורך ישראלים ופשוטי העם? נאָר וויבאַלד אַז405די שמירה איז נוגע אין כבוד ה', ווערט דאָס דורכגעפירט דוקא דורך די מובחרי וחשובי העם].

ובנוגע צו דער שכינה שרייבט פריער דער רמב"םי, אַז „קדושה ראשונה קדשה לעתיד לבוא כו' לפי שקדושת המקדש וירושלים מפני השכינה ושכינה אינה בטלה, והרי הוא אומריא והשימותי את מקדשיכם ואמרו חכמיםיב אע"פ ששמומין בקדושתן הן עומדים" [ביז אַז „לפיכךיג מקריבין הקרבנות כולן אע"פ שאין שם בית בנוי כו'"].

עפ"ז קומט לכאורה אויס, אַז די מצוה פון שמירת המקדש (וואָס איז ניט צוליב פחד מאויבים ולסטים, נאָר צוליב כבוד המקדש, כבוד השכינה ששורה שם) איז בכל הזמניםיד, אויך בזמן הזהטו, לאחרי חורבן הבית, וואָרום אויך לאחרי „ששמומין בקדושתן הן עומדים", מפני השכינה שאינה בטלה. [און נאָכמער — אויך אַ חלק גשמי פון דעם מקדש עצמו איז געבליבן דאָרט קיים, כמ"ש הרמב"ם לעילטז, אַז דער ארון ומטה אהרן וצנצנת המן ושמן המשחה זיינען נגנז געוואָרן „במטמוניות עמוקות ועקלקלות" מתחת לקדש הקדשיםיז, און דאָרטן געפינען זיי זיך עד היום הזה].

וע"ד — ובמכ"ש וק"ו — פון דעם וואָס דער רמב"ם שרייבטיח באַ מצות יראת המקדש, אַז „אע"פ שהמקדש היום חרב בעונותינו חייב אדם במוראו כמו שהי' נוהג בבניינו, לא יכנס אלא למקום שמותר להכנס לשם כו', שנאמריט את שבתותי תשמורו ומקדשי תיראו, מה שמירת שבת לעולם אף מורא המקדש לעולם שאע"פ שחרב בקדושתו עומד". און אויב דאָס איז אַזוי באַ מצות יראת המקדש, וואָס איז (נאָר) אַ מצות עשה, במכ"ש וק"ו אַז אַזוי איז עס בנוגע צו מצות שמירת המקדש וואָס איז אַ מצות עשה און אַ מצות לא תעשה,

און אַ מצוה וואָס איז עד כדי כך גרויס, אַז דאָס ווערט דורכגעפירט דוקא דורך די מובחרים וחשובים שבעם — די כהנים ולויים (כנ"ל). און אויך בזמן — בכל היום וכל הלילה (לויט כמה דיעותכ), און אויך לדעת הרמב"ם אַז די שמירה איז בלילהכא, איז דאָס דערפאַר וואָס ביום ווערט דער כבוד המקדש אַרויסגעבראַכט דורך דער עבודה במקדש (כמבואר במ"אכב).

406— וכמבואר כל זה בארוכה בספר משכנות לאביר יעקבכג, וואו ער ברענגט אַ ריבוי סברות וטעמים אַז מצות שמירת המקדש איז אויך בזמן הזה, און דער מחבר הספר בלייבט אַזוי למסקנא (ביז אַז ער האָט זיך משתדל געווען אַז די מצוה זאָל מקויים ווערן, כידוע).

עפ"ז שטעלט זיך די שאלה: פאַרוואָס געפינט מען ניט במשך כל הדורות (לאחרי החורבן) אַ השתדלות פון גדולי ישראל (און אידן בכלל) צו מקיים זיין (דורך כהנים ולוייםכד) די מצוה פון שמירת המקדש (במקום המותר בזמן הזה ווען כולנו טמאי מתיםכה) עכ"פ בזמנים מסוגליםכו — מ'געפינט עס ניט אין די דורות הסמוכות לזמן החורבן, ווען כו"כ מישראל האָבן נאָך ממשיך געווען עולה לרגל זייןכז, און ניט אין די דורות שלאחרי זה, אפילו דורך גדולי ישראל (און כהנים ולויים) וועלכע האָבן געלעבט אין ארץ ישראל, אין ירושלים עיר הקודש, בסמיכות להר הבית (לעבן כותל המערבי וכיו"ב).

אפילו בנוגע צו אַ בית הכנסת ובית המדרש („מקדש מעט"כח) איז דער דין אַז עס דאַרף זיין מורא וכבוד (אויך לאחרי „שחרבו", וואָס אויך דעמולט „בקדושתן הן עומדות"כט), ובכ"מ שטעלט מען אויך אַוועק אַ שומר (אַ שמש, גבאי וכיו"ב) — האָט דאָך עד"ז געדאַרפט זיין, במכ"ש וק"ו, בנוגע צו מקום המקדש בזמן הזה, וואָס בקדושתו עומד.

די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער בנוגע צו רבותינו נשיאינו: ניט קוקנדיק אויף זייער השתדלות גדולה ביז למסירת נפש אין התחזקות וישוב ארץ ישראל, דורך די צדקות פון „כולל חב"ד" וכיו"ב, וכידוע ומפורסם די ריבוי אגרות קודש פון דעם אַלטן רבי'ן און רבותינו נשיאינו ממלאי מקומו וועגן די וויכטיקייט צו מחזק זיין צדקת ארץ ישראל (ביז אַז דער וואָס האָט ניט ביכולת מצ"ע צו געבן אויף דעם, זאָל אַרויסנעמען אַ הלואה און דאָס דערנאָך אויסצאָלן וכיו"ב) — געפינט מען ניט באַ זיי אַ השתדלות בענין קיום מצות שמירת המקדש.

און אע"פ אַז דער בעל מחבר ספר הנ"ל איז מסיק אַז מ'דאַרף מקיים זיין מצות שמירת המקדש בזמן הזה — איז דאָס אַ דעת היחיד, און דאָס איז ניט נתקבל געוואָרן בתפוצות ישראל, באַ רוב פוסקים וגדולי ישראל בדור ההוא, און אויך ניט בדורות שלפניו.

מ'קען ניט ענטפערן אַז מ'האָט מקיים געווען מצות שמירת המקדש בחשאי407(באופן פון „הצנע לכת עם ה' אלקיך"ל), ווייל דאָס איז היפך הענין פון שמירת המקדש — וואָס ענינה איז, בכדי מ'זאָל זעען בגלוי ובפרסום כבוד המקדש — „שאין שמירתו אלא כבוד לו, אינו דומה פלטרין שיש עליו שומרין לפלטרין שאין עליו שומרין", וואָס אין דעם איז נוגע אַז דאָס זאָל זיין בגלוילא מיט אַ פרסום און אַ טראַסק, ומהאי טעמא, אַז אינו דומה פלטרין שיש עליו שומרין בחשאי לפלטרין שיש עליו שומרין בגלוי!

ג. די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער, ובפרט בדורנו זה:

וויבאַלד אַז „אחכהלב לו בכל יום שיבוא", וכפס"ד הרמב"םלג אַז ישראל עושין תשובה (און תשובה קען זיין בשעתא חדא וברגעא חדאלד) „ומיד הן נגאלין", און דעמולט וועט גלייך זיין בנין ביהמ"ק השלישי, וואָס ער איז אַ בנין בידי שמים, בנוי ועומד למעלהלה, און קען יורד זיין למטה בכל רגע, אויך בלילה (ווען מ'האָט די מצוה פון שמירה לדעת הרמב"ם) — דאַרף מען דאָך דאָרטן האָבן שומרים גרייט פון פריער, צו מקיים זיין די מצוה פון שמירת המקדש גלייך ווען ער וועט יורד זיין למטה (אפילו אויב מ'וועט זאָגן אַז בזמן הזה איז די מצוה ניטאָלו), און ניט דאַרפן דערנאָך גיין זוכן אַ שומר.

ועאכו"כ בדורנו זה, וואָס לויט אַלע סימנים אין חז"ללז, איז דאָס דרא דעקבתא דמשיחא, דער דור האחרון אין גלות און אָט אָט קומט משיח, דער דור הראשון פון גאולה — האָט מען געדאַרפט נאָכמער פאַרזיכערן אַז דאָרטן זאָלן זיין שומרים בשעת דער מקדש וועט אָט אָט יורד זיין למטה!

ד. ויש לומר הביאור בזה:

לאחרי חורבן ביהמ"ק ווען אידן זיינען פאַרטריבן געוואָרן אין גלות אונטערגעוואָרפן די שעבוד מלכיות פון גויים — איז דער קיום פון מצות שמירת המקדש פאַרבונדן מיט סכנת נפשות, ופקו"נ דוחה כל התורה כולהלח, כולל די מצוה פון שמירת המקדש. וכיון דאידחי אידחי (אויך אין אַ זמן ווען דאָס איז ניט פקו"נ ממש).

נאָכמער: די סכנה בפועל פון אוה"ע איז במשך כל זמן הגלות — לא מיבעי בזמן החורבן און אין די דורות בגלות ווען ארץ ישראל איז געווען אונטער דער ממשלה פון צוררי יהודים ר"ל, נאָר אפילו ווען דאָרט האָט געוועלטיקט אַ מלכות של חסד, און אפילו ווען יד408ישראל תקיפה, און מ'מאַכט אַ הסכם שלום מיט גויים — איז כל זמן וואָס מ'געפינט זיך אין גלות איז מען תחת שעבוד מלכיות של אוה"ע (ביז ביאת המשיח ווען עס ווערט בטל שעבוד מלכיות)לט, און מ'האָט דעם כלל ו"הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב"מ, און אַזוי ווערט עס נמשך במשך כל הדורותמא, ווייל האב יורש לבנו, ובפרט אַז ער איז אים מחנך בדרך זה (און די קינדער זעען און לערנען זיך פון הנהגת אבותיהם); און דעריבער איז מובן, אַז אפילו במלכות של חסד און אפילו ווען יד ישראל תקיפה און מ'האָט אַ הסכם שלום, זיינען גויים בכלל בחזקת סכנה, און מ'קען ניט וויסן וואָס וועט זיין מחר, לאחר זמן וכיו"ב, נוסף על זה — וואָס אפילו אויב דאָס איז אַן אמת'ע מלכות של חסד און אַן אמת'ע הסכם שלום, איז דאָס בנוגע צו כללות העם, און מ'קען ניט זיין זיכער וואָס יחידים וועלן טאָן, ר"ל

ומשום טעם פקו"נ (אפילו ספק פקו"נ), הדוחה כל התורה כולה, האָט מען במשך הדורות אין גלות ניט מקיים געווען מצות שמירת המקדשמב (אפילו לפי הסברא הנ"ל אַז די מצוה איז שייך אויך בזמן הזה)מג, דורך אַוועקשטעלן אַ שומר (שומרים) מפני כבוד המקדשמד.

ה. במה דברים אמורים, כל השקו"ט דלעיל — איז בנוגע מצות שמירת המקדש בגשמיות (און אין דעם גופא — איז דאָס נאָר בנוגע לשקו"ט און ניט בנוגע להלכה בפועל, כמובן ופשוט, ע"פ הנהגת גדולי ישראל ורבותינו נשיאינו אַז מ'האָט ניט מקיים געווען די מצוה בפועל);

אָבער בנוגע צו דער ביהמ"ק ברוח* ניות — איז פאַרשטאַנדיק בפשטות, אַז דער ענין השמירה בעבודה רוחנית איז שייך בכל הזמנים ובכל המקומות:

ס'איז ידוע דברי חז"למה עה"פמו „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", בתוכו לא נאמר אלא בתוכם, בתוך כל אחד ואחד מישראל, וכמדובר כו"כ פעמיםמז, אַז יעדער איד, אנשים נשים וטף, דאַרף מאַכן פון זיין שטוב, זיין חדר, זיינע רכושים וכו' אַ משכן ומקדש פאַר דעם אויבערשטן, אַ בית תורה תפלה וצדקה. כולל — דורך דעם וואָס אַ קינד באַשטימט אַ מקום קבוע אין זיין חדר פאַר אַ חומש, סידור, קופת צדקה [און409שרייבט אויף זיי אָן „לה' הארץ ומלואה"מח איידער און פאַר זיין שמו הפרטי], וכיו"ב. ובכללות — אַז אַלע פרטים אין דעם לעבן פון אַ איד, דאַרפן זיין דורכגענומען מיט הייליקייט און ־טלעקייט, וואָרום „אני נבראתי לשמש את קוני"מט, אַזוי אַז ער מאַכט פון אַלע זאַכן אַ משכן ומקדש לה'.

און אין דעם קומט צו די עבודה רוחנית פון שמירת המקדש מפני כבוד המקדש, כבוד השכינה — אַז זיינע ספרי קודש וכל עניני קדושה (דער משכן ומקדש הרוחני בחיי הפרטיים שלו) דאַרף ער „שומר" זיין — ער דאַרף זיי האַלטן ספּעציעל טייער (מער ווי זיינע וואָכעדיקע זאַכן, אפילו „מעשיך" וועלכע זיינען לשם שמיםנ און „דרכיך" וועלכע זיינען „דעהו"נא, אָבער דאָס איז פאָרט „מעשיך" און „דרכיך").

[והגם אַז די גאַנצע וועלט, אויך די דברי רשות ודברי חול, זיינען באַשאַפן געוואָרן דורך דעם אויבערשטן (ובכל רגע מחדש, כתורת הבעש"ט הידועהנב), זיינען פאַראַן חילוקים אין דער גילוי הדבר (והרגש האדם), צווישן דברי רשות וחול און דברי קדושה, און אין קדושה עצמה — צווישן אַ חפצא של מצוה, און אַ ספר תורה, און אין תורה עצמה — צווישן קדושת תושבע"פ און קדושת תושב"כ, און אין תושב"כ עצמו — די עשרת הדברות, וכיו"ב].

ו. נוסף צו דעם לימוד אין שמירת המקדש ברוחנית — קומט אויך צו אַ לימוד בנוגע צו „אחכה לו בכל יום שיבוא", בנוגע דעם תוקף ענין פון וואַרטען און אַרויסקוקען און בענקען להגאולה לביהמ"ק השלישי בגשמיות בזמן הזה, כדלקמן.

ובהקדים השייכות פון דעם שיעור רמב"ם מיט דעם זמן ווען מ'לערנט דעם שיעור:

כאָטש אַז „אחכה לו בכל יום שיבוא", ועאכו"כ אין די דורות האחרונים פון גלות, לאחרי וואָס „כלו כל הקיצין"נג, ובפרט אונזער דור, וואָס לויט אַלע סימנים איז דאָס דער דור האחרון אין גלות און דור הראשון פון דער גאולה העתידה (כנ"ל) — זיינען פאַראַן זמנים וימים מיוחדים בשנה ווען דער ענין שטייט נאָכמער בהדגשה, ווי דער איצטיקער זמן, סיי מצד דעם זמן בשנה און סיי מצד פרשת השבוע און אַנדערע שיעורי תורה פון דעם טאָג:

ס'איז דער לעצטער שבת אין חודש ניסן, דער „חודש הגאולה"נד, ווען אידן זיינען נגאל געוואָרן ממצרים, און „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"נה, און די גאולה האמיתית והשלימה וועט זיין אויך בחודש ניסן, כמארז"ל „בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל"נו [ובפרט אין חודש ניסן ה'תש"נ, ר"ת הי' תהי' שנת נסים].

מ'שטייט אויך אין דער צווייטער וואָך פון ימי הספירה [און בשבת מברכים חודש אייר, וואָס דער חודש צייכנט זיך אויס דערמיט וואָס אין אַלע זיינע טעג איז מען מקיים בכל יום ממש מצות ספירת העומר, כמדובר כמ"פ], וואָס די410מצוה פון ספירת העומר צייכנט זיך אויס דערמיט וואָס לאחרי הברכה והספירה זאָגט מען אַ תפלה מיוחדת אויף דער גאולה: „הרחמן הוא יחזיר לנו עבודת בית המקדש למקומה במהרה בימינו אמן סלה"נז.

די פרשת השבוע פון דעם שבת איז — פ' שמינינח, וואו עס רעדט זיך וועגן הקמת המשכן בפועל (בר"ח ניסן) און השראת השכינה למטה, „ויצאו ויברכו את העם וירא כבוד ה' אל כל העם", „אמרו ויהי נועם ה' אלקינו עלינו, יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם"נט — וואָס די שלימות דערפון וועט זיין אין דעם „מקדש אד' כוננו ידיך"ס, דער בית המקדש השלישי.

אין דעם שבת הויבט מען אויך אָן זאָגן פרקי אבות (כמנהג ישראל), ובהקדמת המשנהסא — „כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא כו'", וואָס „עוה"ב" (דאָ) גייט אויף עולם התחי' בגאולה האמיתית והשלימה (כדלקמן ס"ז).

און דער ענין פון „אחכה לו" להגאולה ובנין ביהמ"ק השלישי שטייט נאָכמער בגלוי ובתוקף — ע"פ דעם לימוד אין היינטיקן שיעור רמב"ם, בסוף הלכות בית הבחירה ותחלת הלכות כלי המקדש, וואָס דער לימוד בזה איז נאָכמער מעורר אויף בנין ביהמ"ק השלישי בפועל. ובפרט ע"פ הידועסב אַז דורך לימוד הלכות אלו טוט מען אויף דעם „בנין הבית".

וע"פ המבואר לעיל, קומט אין דעם צו אַ חידוש — אַז נוסף צו דעם וואָס מ'ווייסט אַז דער ביהמ"ק השלישי איז עומד ובנוי למעלה (און קען יורד זיין בכל רגע), איז אויך איצטער דאָ די קדושת השכינה למטה במקום המקדש הגשמי („אע"פ ששמומין בקדושתן הן . עומדים") — נוסף אויף דעם ארון כו' הגנוז מתחת המקדש — און דערפאַר דאַרף זיין יראת המקדש בזמן הזה, ועד כדי כך אַז צוליב דעם דאַרף זיין שמירת המקדש (לולא הענין דפקו"נ) כנ"ל.

וואָס דאָס גיט צו נאָכמער אין דעם בטחון וצפיית הגאולה — וויסנדיק, אַז אויך איצטער איז פאַראַן קדושת השכינה במקום זה, און ס'איז איצט אַ מקום מוכשר אויף ירידת המקדש הגשמי למטה, ברגע כמימרא.

ז. ויש לומר, אַז דער ענין הנ"ל איז אויך מודגש אין דער משנה „כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא" וואָס מ'זאָגט פאַר פרקי אבות — וועלכע מ'הויבט אָן זאָגן בשבת זה:

„כל ישראל", יעדער איד, יהי' מי שיהי', האָט אַ חלק אין עוה"ב: ניט נאָר וואָס ער וועט זיין אין עוה"ב, נאָר ער האָט אין דעם (אויך איצטער) אַ חלק. ער האָט נאָר אַ חלק, אָבער דאָס איז אַ חלק אין דעם גאַנצן ענין (אפילו ווי דאָס איז471אַן ענין של א"ס). ע"ד ווי דאָס איז בנוגע צו די מציאות פון אַ איד בכלל — אַז „חלק הוי' עמו"סג, ובלשון הידועסד — „חלק אלוקה ממעל ממש".

און דער חלק איז פון און אין „עולם הבא", עולם התחי', שלמעלה מגן עדן: אַ איד באַקומט גן עדן דורך זיין עבודה, דורך מעשה המצוות שלו; ג"ע איז אַ שכר אויף דער עבודה אין עוה"ז (און דאָס איז מסייע דעם אידן צו טאָן זיין עבודה אין עוה"ז און זיך שטאַרקן נגד פתויי היצר און די נסיונות אין עוה"ז הגשמי והחומרי, וויסנדיק אַז ער וועט באַקומען שכר פון ג"ע, וואָס „יפהסה שעה אחת של קורת רוח בעוה"ב (בפירושו — ג"ע) מכל חיי העוה"ז"). און הגם אַז לא ידח ממנו נדחסו, און ער וועט סו"ס תשובה טאָן און באַקומען אַ חלק אין ג"ע — קומט עס אָבער לאחר זמן, ובינתיים קען זיין אַז אַ צווייטער „נטל חלקו וחלק חברו בג"ע"סז. ווי מ'זעט בפועל אַז עס זיינען געווען כמה אידן שהלכו לעולמם ר"ל בלי תשובה; משא"כ אין עוה"ב (עולם התחי') — האָבן „כל ישראל" מצ"ע ובכל זמן (בלי שינוי) אַ חלק אין דעם.

און דאָס איז אַ מילתא בטעמא — ווי די משנה איז ממשיך: „שנאמרסח ועמך כולם צדיקים לעולם יירשו ארץ נצר מטעי מעשה ידי להתפאר". יעדער איד מצ"ע איז „נצר מטעי" און „מעשה ידי" פון דעם אויבערשטן, ביז — „מעשה ידי להתפאר", דער אויבערשטער ברימט זיך מיט אים, ובל' חז"לסט „אתם עשיתוני חטיבה אחת (שבח אחד) בעולם כו', ואני אעשה אתכם חטיבה אחת בעולם".

קומט אויס, אַז יעדער איד, ווי ער שטייט במציאותו הוא, אין עוה"ז הגשמי, אפילו אין זמן הגלות — האָט ער אַ „חלק לעוה"ב", און איז „נצר מטעי מעשה ידי להתפאר". ע"ד המדובר לעיל בנוגע צו דעם מקום המקדש למטה, אַז ווי ער איז למטה במקום גשמי, ובכל הזמנים, אויך בזמן הגלות, בלייבט ער בקדושתו, מפני קדושת השכינה, והשכינה אינה בטלה.

דערפון האָט מען אויך אַ לימוד בנוגע צו גודל מעלתן של ישראל בכל הזמנים. ועאכו"כ ווען מ'שטייט אין דעם ערשטן שבת וואָס מ'הויבט אָן זאָגן פרקי אבות — די פתיחה ונתינת כח אויף כל השבתות שלאחרי זה, און דערפון ווערט נמשך כח אויף דעם אויך בכל שבתות השנה וכל ימי השנה.

וואָס דערפאַר איז מתאים אַז מ'זאָל וועגן דעם (מעלתן של ישראל) מדגיש זיין בשעת הקהלת הקהילות בשבת זו, ובשבתות שלאח"ז, ביז — בכל שבתות השנהע.

ח. נאָך אַן ענין שהזמן גרמא — ומפקחין על צרכי ציבור בשבתעא:

בימים אלו הויבן אַן עלטערן צו טראַכטן וואו זייערע קינדער וועלן זיין,412פאַרברענגען זומער צייט, די (אַזוי גערופענע) „ימי החופש" פון בתי ספר.

וויבאַלד אַז אַ קינד געפינט זיך ניט אין בית ספר, קען ער נאָך שטאַרקער באַווירקט ווערן פון זיין סביבה און חברים, אַמאָל — אַ השפעה וואָס איז ניט מתאים צו אַ אידיש קינד.

דערפאַר איז דאָס אַ זמן המתאים, אַז יעדערער זאָל טאָן כל התלוי בו צו מעורר זיין שכנו הקרוב, אָדער אפילו שאינו קרוב, ביז יעדער איד וועמען ער קען דערגרייכן — אַז אידישע עלטערן זאָלן זען שיקן זייערע קינדער אין אַ „קעמפּ" (מחנה קיץ) וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ חינוך הכשר ביז — על טהרת הקודש, וואו דער קינד וועט זיין אַרומגענומען און דורכגענומען מיט אַ רוח פון תורה ומצוות.

ואדרבה: ווי מ'האָט גערעדט מערערע מאָל, אַז דאָס גיט אַ ספּעציעלע געלעגנהייט אין חינוך פון קינדער, ובכמה ענינים — האָט עס אַ מעלה אפילו לגבי אַ בית ספר: אין אַ בית ספר געפינט זיך דער קינד נאָר אַ חלק פון טאָג, ובשאר חלקי היום איז מען ניט אַלעמאָל פאַרזיכערט וואָס פאַר אַ השפעה ער באַקומט; משא"כ אין אַ „קעמפּ" (וואו ער געפינט זיך אַ גאַנצן מעת־לעת), איז ער בכל היום והלילה אין דער זעלבער סביבה, ברוח התורה ומצוותי', במילא האָט עס אויף עם אַ סך אַ שטאַרקערע השפעה, אויך בשעת ער קערט זיך אום נאָך דעם זומער, ווי מ'זעט עס בפועל.

און נעמענדיק אין באַטראַכט אַז דאָס איז נוגע צו דעם חינוך פון אַ קינד, דער גרונט־יסוד פון זיין גאַנצן לעבן, כמ"שעב חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו, און אויך די יאָרן צווישן נערות וזקנות, איז דאָס נוגע צו זיין חיי נישואין, צו אויפשטעלן אַ בית בישראל מיט בנים ובנות עוסקים בתומ"צ, עד סוף כל הדורות — איז פאַרשטאַנדיק דער גודל האחריות און זכות און גודל ההשתדלות וואָס דאַרף זיין אין דעם, אין „והעמידו תלמידים הרבה"עג, באופן אַז די תלמידים וועלן אויפשטעלן נאָך תלמידים וכו', כולל דורך דער השפעה וחינוך פון אַ מחנה קיץ.

**

ויהי רצון, אַז דאָס אַלעם זאָל נאָכמער מגלה זיין ווי יעדער איד איז „נצר מטעי מעשה ידי להתפאר" פון דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער זאָל מגלה זיין דעם „חלק לעוה"ב" פון „כל ישראל", און אַזוי אויך במהרה בימינו ממש — גילוי ביהמ"ק השלישי בזמן ומקום דאָ למטה — בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,

און נאָך לפני זה — לא ינום ולא יישן שומר ישראלעד, אַ שמירה לכבודן של ישראל, און ניט צוליב ח"ו „פחד מאויבים ולא מלסטים", דער איינציקער פחד זייערער איז „פחד ה' ומהדר גאונו"עה, וואָרום אידן זיינען „נצר מטעי מעשה ידי להתפאר",

ביז אַז דאָס קומט אַרויס בתכלית הגילוי ובתכלית השלימות בגאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש ממש, ובאופן פון מראה באצבעו ואומר זהעו.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-6mw15tnp

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#159 Sefer HaSichos ה'תש"נ, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here