Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ ראה, מבה"ח אלול ה'תש"נ
631משיחות ש"פ ראה, מבה"ח אלול ה'תש"נ
א. שטייענדיק אין שבת מברכים חודש אלול, דער חודש החשבון והתשובהא פון דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, אין וועלכן מען דאַרף מאַכן אַ חשבון הנפש ווי מ'האָט זיך אויפגעפירט במשך דעם גאַנצן יאָר, על מנת מ'זאָל פאַרריכטן, דערגענצן און פאַרבעסערן די עבודה; און אויך דער חודש ההכנה פאַר דעם קומענדיקן יאָר — איז אַ פּאַסיקע צייט צו זיך אַריינטראַכטן אין אייניקע נקודות פון דעם חשבון הנפש,
ובמיוחד — לויט דער תוה־הוראה וואָס מ'קען אַרויסנעמען פון פרשת השבוע, פ' ראה — וואָס די פרשה לייענט מען אַלעמאָל אין שבת מברכים חודש אלול (אָדער בשבת ראש חודש אלול), במילא איז פאַרשטאַנדיק אַז זיי האָבן צווישן זיך אַ שייכות.
ב. אין חודש אלול — זייענדיק דער חודש החשבון והסך־הכל פון שנה שעברה און חודש ההכנה צו שנה הבאה — שפּיגלט זיך אָפּ די כוונה און תכלית פון כללות עבודת האדם לשמש את קונו (במשך כל השנה),
ווי ס'איז מרומז אין די ראשי תיבות פון אלול — „אניב לדודי ודודי לי"ג, וואָס דאָס איז דער תוכן כללי פון עבודת האדם — אַז זיין מציאות (אני) זאָל זיין פאַרבונדן און פאַראיינציקט מיט דעם אויבערשטן (דודי), און ווי ער איז „דודי" מלשון ידידות ואהבהד — אַ נאָענטער און טיפער פאַרבונד פון ליבשאַפט.
און דער פאַרבונד איז אויף צוויי אופנים: אני לדודי — די התעוררות פון אַ אידן וואָס ער ציט זיך און בינדט זיך מיט (אַן אהבה צו) דעם אויבערשטן, דורך דינען אים בתורה ומצוות; און ודודי לי — די המשכה (מתוך אהבה) פון דעם אויבערשטן צו אידן.
אין דעם גופא איז די עבודה פון חודש אלול באופן אַז פריער קומט „אני לדודי" און דערנאָך „ודודי לי", וואָס אין דעם באַשטייט שלימות העבודה.
כידוע אַז עס זיינען פאַראַן צוויי אופנים אין דעם פאַרבונד פון דעם אויבערשטן מיט אידן (און אין דעם אופן ההמשכה מלמעלה וההתעוררות מלמטה צו עבודת ה') — ווי אַרויסגעגעבן אין צוויי פסוקים אין שיר השירים (וואָס רעדט וועגן דער „חתונה" (יום חתונתו זה מתן תורהה) צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן): איין אופן, אַז דאָס קומט מלמעלה (בדרך אתערותא דלעילא) — „דודיו לי (און דאָס ברענגט דערנאָך) ואני לו"; אַ צווייטן אופן, אַז דאָס קומט דורך דער632התעוררות פון דעם אדם למטה (בדרך אתערותא דלתתא) — „אניב לדודי (און דאָס ברענגט דערנאָך) ודודי לי".
די תכלית הכוונה איז — עבודה בכח עצמו, ניט באופן פון „נהמא דכיסופא" דורך אַ התעוררות מלמעלה, נאָר אַז דער „אני" (די מציאות) פון אַ אידן למטה ווערט פון זיך נתעורר „לדודי", צו דעם אויבערשטן, וואָס דעמולט איז זיין פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן באופן פנימי, זיין „אני" (מציאות), במציאותו הוא, איז פאַרבונדן מיט „דודי". און דעריבער טוט דאָס אויף אַז אויך די אתערותא דלעילא וואָס ווערט דערנאָך נמשך (דורך דער אתערותא דלתתא) — „ודודי לי" (וואָס קומט נאָך און דורך „אני לדודי") איז טיפער און העכער ווי די אתערותא דלעילא וואָס קומט קודם די עבודה למטה („דודי לי ואני לו"), ווייל בשעת דאָס קומט פריער דורך „דודי לי", קומט עס טאַקע פון אַ העכערן אָרט (ווי דער אָרט וואו עס קען דערגרייכן אַ נברא, „אני"), אָבער דאָס באַווייזט אויף דער כח פון „דודי", פון דעם משפיע, באופן פון חסד חנם, במילא איז ניט מוכרח אַז דאָס נעמט דורך דעם מענטשן בפנימיות; משא"כ דורך דעם וואָס פריער קומט „אני לדודי" (און דאָס ברענגט „ודודי לי") איז דאָס פאַרבונדן מיט מציאות האדם בפנימיות, ביז נאָכמער — אַז דאָס ברענגט דערנאָך נאָך אַ העכערע אתעדל"ע (ווי די וועלכע קומט מלמעלה קודם דער עבודהז).
[וע"ד ווי דער סדר איז אין אַ חתונה בפשטות למטה, אַז קודם פון די קידושין, וואָס האיש מקדש את האשה (די השפעה פון דעם משפיע צום מקבל), איז די כלה מסבב דעם חתן זיבן מאָל, די עבודה והתעוררות פון דעם מקבל — „אני לדודי", וואָס ברענגט דערנאָך דעם „ודודי לי"].
והיות אַז אין חודש אלול שטייט בגלוי כללות עבודת האדם (כנ"ל), דעריבער איז דעמולט דער סדר העבודה פון „אני לדודי ודודי לי" — ווייל אין דעם באַשטייט דער עיקר ושלימות כל העבודה, אַז פריער קומט עבודת האדם בכח עצמו בחודש אלולח, און דאָס ברענגט דערנאָך (במילא) די המשכה מלמעלה למטה פון „ודודי לי" אין חודש תשרי. ביז אַז אויך633דער „ודודי לי" ווערט נכלל אין „אלול"ט (אע"פ וואָס בפועל קומט עס אין חודש תשרי שלאחרי זה), ווייל אין דער עבודה פון „אני לדודי", וואָס דערגרייכט ביז אין עצמותו ית' (וואָס פון אים ווערן נמשך אַלע המשכות, אויך די המשכה פון „ודודי לי"), איז כלול אויך די המשכה פון „ודודי לי"י, ד.ה. די שלימות החיבור וההתאחדות פון אַ אידן מיטן אויבערשטן, מלמטה למעלה (אני לדודי) און מלמעלה למטה (ודודי לי) גם יחדיא.
ג. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון אלול צו פ' ראה:
די שלימות העבודה פון „אני לדודי ודודי לי" (די התאחדות צווישן די מציאות („אני") פון אַ אידן מיטן אויבערשטן) איז בשעת דאָס איז אין אַן אופן פון „ראה", ראי'.
דער אויפטו פון ראי' לגבי שמיעה (ושאר הכחות) איז, אַז בשעת איינער זעט אַ זאַך מיט די אייגענע אויגן ווערט עס ביי אים נתאמת בתכלית ההתאמתות, בסגנון אחר: דער אדם הרואה ווערט אינגאַנצן נתאחד מיט דעם דבר הנראה, אַזוי אַז אין דעם קען ניט זיין קיינע שינויים, קיינער קען אים ניט איבערצייגן אַז די מציאות איז אַנדערש, וואָרום ער האָט עס אַליין געזען; ניט ווי דאָס איז באַ שמיעה וכיו"ב, אַז אפילו ווען ער הערט אַ זאַך פון אַ מקור נאמן, ווערט עס ביי אים ניט אַזוי נתאמת ונתאחד, און אין דעם קען ביי אים דערנאָך זיין אַ שינוי (בשעת עס גייט דורך זמן, אָדער ער טראַכט עס איבער, אָדער הערט פון אַ צווייטן אַן אַנדער גירסא וכיו"ב). וואָס דערפאַר איז דער דין אַז „אין עד נעשה דיין", ווייל „כיון דחזיוהו כו' לא מצו חזו לי' זכותא"יב.
דערפון איז אויך מובן בפרטיות דער פירוש אין דעם פסוק בריש פרשתנו — „ראה אנכי נותן לפניכם היום":
די תורה זאָגט אַ אידן, אַז אלקות און תומ"צ (וואָס „אנכי נותן לפניכם היום"יג) דאַרף ביי אים זיין אין אַן אופן פון „ראה", ראי' אין אלקות, דאָס איז ניט נאָר ווי אַ זאַך וואָס ער הערט אָדער גלויבט אין דעם (וואָס דאָס קען זיין ווי אַ צוגעגעבענע זאַך, און אין דעם קען זיין שינויים), נאָר דאָס דאַרף ביי אים נתאמת ונתאחד ווערן ווי אַ זאַך וואָס ער זעט, וואָס ער איז אינגאַנצן זיכער אין דעם אמת שבזה, אַזוי אַז ביי אים זיינען אין דעם ניט שייך קיינע שינויים, און אפילו ניט קיין חלישות.
וואָס דורך דעם (אַז זיין עבודה איז באופן של ראי' באלקות) ווערט די שלימות פון דער עבודה פון „אני לדודי ודודי לי" — די התאחדות צווישן מציאות האדם („אני") און דעם אויבערשטן („דודי"), ווייל ראי' נעמט דורך דעם „אני" (מציאות האדם), ער בעצמו — „אני" — זעט די אמת'קייט פון אלקות (משא"כ בשעת ער634הערט וועגן דעם, נעמט עס ניט אַלעמאָל דורך זיין „אני").
די התאמתות פון ראי' באַשטייט אין דעם, אַז נוסף אויף דעם וואָס דאָס איז אמת באַ דעם אדם הרואה (ווייל ער האָט דאָס אַליין געזען), איז אויך די עצם זאַך וואָס ער זעט — איז אמת בתכלית, ד.ה. אַז ער זעט ניט בלויז די חיצוניות פון אַ זאַך, נאָר ער זעט אויך איר פנימיות, איר גאַנצע אמת.
נוסף אויף דעם וואָס „ראה אנכי נותן לפניכם היום" מיינט אַז עס דאַרף זיין ראי' אין אלקות, די עבודה בתומ"צ דאַרף געטאָן ווערן באופן של ראי' — איז דאָס אויך כולל דעם פירוש, אַז דער „ראה" פון אַ אידן — די התאמתות שלו — דאַרף באַשטיין דוקא אין „(ראה) אנכי נותן לפניכם היום" און ניט אין אַנדערע זאַכן, זיין ראי' והתאמתות דאַרף זיין דוקא אין די אמת'קייט פון אלקות און תומ"צ, און אַלע עניני העולם זיינען ביי אים ניט אמת באופן של ראי':
די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן דורך דעם אויבערשטן אין אַן אופן, אַז טבע העולם (מצ"ע) פאַרדעקט אויף איר אמת'ע מציאות (טבע מלשון טבעו בארץיד, און עולם מלשון העלם והסתרטו) — די חיות אלקית, דער דבר ה' וואָס איז מהווה מחי' ומקיים יעדער זאַך אין וועלט. און ע"פ טבע עיני בשר זעט אַ מענטש די גשמיות'דיקע וועלט, און מצ"ע (מבלי התבוננות) איז דאָס באַ אים דער אמת — וואָרום דאָס זעט ער, און דאָס ווערט נתאמת ביי אים.
די כוונה איז אָבער אַז דורך דער עבודה פון אַ מענטשן, זאָל ער קומען צו וויסן, ביז צו זעען באופן פון „ראה", אַז דער אמת איז — אלקות, דער אויבערשטער וואָס איז מהווה מחי' ומקיים יעדער נברא, ובלשון הרמב"םטז: וה' אלקים אמתיז, הוא לבדו האמת ואין לאחר אמת כאמתתו, והוא שהתורה אומרתיח אין עוד מלבדו, כלומר אין שם מצוי אמת מלבד כמותו.
ביז אַז ער דערגרייכט די דרגא, אַז זיין ראי' („ראה"), די התאמתות וואָס ער האָט דורך ראי' — איז דוקא אין „אנכי נותן לפניכם היום", ער זעט אַז אלקות (און תומ"צ) איז דער איינציקער אמת וואָס האָט אַ קיום נצחי אָן שינוייםיט, משא"כ בנוגע צו דער וועלט און די נבראים איז ביי אים אַ שקו"ט צי זי (מצ"ע) איז אַן אחיזת עינים אָדער אַ מציאותכ [און ער דאַרף האָבן אַ ראי' פון תורה אַז די וועלט איז אַ מציאותכא, כמ"שכב „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ"], אָדער אַ חלק מציאות און אַ חלק אחיזת עינים, און אפילו אַלס אַ מציאות (און ניט קיין דמיון) — איז די וועלט וכל הנבראים (מצ"ע) אַ מציאות של „כזב" בלה"ק, אַ מציאות לפי635שעה, וואָרום זיי (מצד ענינם) זיינען הווים ונפסדים און וועלן סו"ס בטל ווערןכג שכולם באופן של חרוב (נאָך שית אלפי שנין), בדוגמא צו נהרות המכזבין וועלכע פוסקין לאחר שבע שנים, במילא קען מען זיי ניט אָנרופן אפילו בשעת מעשה „מים חיים"כד. ובכל אופן — אפילו אויב די וועלט איז אַ מציאות אמיתית לפי שעה, ווייס אַ איד אַז ניט אין דעם איז תלוי זיין מציאות וקיום וחיות, זיין חיות וקיום (ועד"ז חיות וקיום כל העולם) איז תלוי אין אלקות, „אלקים חיים" („ואתם הדבקים בה' אלקיכם — עי"ז אתם — חיים"כה), און אין תורה ומצוות וועלכע זיינען „חיינו ואורך ימינו".
דאָס הייסט: בשעת אַ איד קוקט אויף דער וועלט, זעט ער — „ראה" (ראי' וואָס ווערט נתאמת ביי אים) — אַז דער אמת איז (ניט מציאות העולם, נאָר) דער כח הפועל בנפעל. אין מקום — דערזעט ער ווי „הוא מקומו של עולם (ואין העולם מקומו)"כו, אַז דער „מקום" אמיתי איז — אלקות, וכידוע אַז „מקום" (בגימטריא קפ"ו) איז דער הכל פון די אותיות פון שם הוי' בכפלכז; ובכללות — דערזעט ער אַז דער אויבערשטער „נמצא גם למטה במקום וזמן דהיינו שמתייחד במדת מלכותו שממנה נמשך ונתהווה המקום והזמן וזהו יחודא תתאה [שילוב הוי' באדנות ב"ה]"כח. ועד"ז בנוגע צו אַלע נבראים בעולם — זעט ער ווי אמיתית מציאותו דכל דבר איז דער חיות אלקי וואָס באַלעבט די זאַך.
און נאָכמער: דער „ראה" דאַרף זיין ניט נאָר אין דעם כח הפועל בנפעל, דער דבר ה' (בחי' מלכות) וואָס איז זיך מתלבש אין די נבראים, נאָר „ראה אנכי" — ער זעט בחי' אנכי מי שאנכי, דער כח העצמות אין דער בריאה, וואָס „הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין ואפס המוחלט ממש בלי שום עילה וסיבה אחרת קודמת ליש הזה"כט.
[ולהוסיף, אַז דאָס איז אויך נרמז אין דעם וואָרט „ראה": „ראה" עם הכולל איז בגימטריא רז. ויש לומר, אַז דאָס איז מרמז אויף דעם אַז די ראי' (אין אלקות) דאַרף זיין אויך אין די דרגות פון אלקות וואָס זיינען באַהאַלטן (רז) מצ"ע, ביז דער כח העצמות, און דאָס דאַרף לייכטן בגלוי (רז בגימטריא אור) באופן של „ראה". ע"ד ווי באַ מתן תורה (וואָס דעמולט איז דער „ראה אנכי נותן לפניכם היום") געווען די ראי' אין מעשה מרכבה וכסא הכבוד, בחי' רז שבאלקות].
ולאידך גיסא: ס'איז ניט דער פשט אַז דורך דעם וואָס די ראי' פון אַ אידן איז אין אלקות — איז דאָס שולל די מציאות636האדם והעולם (וועלכע מ'זעט בעיני בשר), נאָר אדרבה — ער זעט ווי אלקות איז די מציאות אמיתית פון דעם אדם און פון עולם: ס'איז דאָ אַ מציאות פון „אני", און „לפניכם", און דער איד דורך זיין עבודה זעט ווי זיין „אני", דער יש הנברא, נעמט זיך און איז איין זאַך מיט דעם יש האמיתיל. דאָס הייסט, אַז עס זיינען דאָ ביידע זאַכן: ס'איז אַ יש (ניט אָן אין), אָבער דער יש איז מרגיש און זעט ווי ער איז באמת איין זאַך מיטן יש האמיתי, שהוא נעלם, אינו בראי' מוחשית.
ועד"ז בנוגע צו עולם, איז מען ניט שולל מציאות העולם, וואָרום די תורה זאָגט אַז ס'איז דאָ אַ וועלט (כנ"ל), און מ'זעט די וועלט מיט די עיני בשר (וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן), נאָר אין דער וועלט זעט מען דעם כח הפועל בנפעל און ביז — כח העצמות (אַז דער יש הנברא (פון וועלט) איז איין זאַך מיט דעם יש האמיתילא), און — ווי כל פרטי העולם זיינען אַן אויסדרוק פון „מה גדלו מעשיך ה'"לב, „מה רבו מעשיך ה'"לג: „כי אראה שמיך מעשה אצבעותיך"לד, מ'קוקט אויפן הימל זעט מען די „האַנט־אַרבעט" פון דעם אויבערשטן, און — ווי אַלע נבראים זיינען באַשאַפן געוואָרן בשביל התורה ובשביל ישראללה, ולדוגמא — מ'קוקט אויף די כוכבים, זעט מען ווי מציאותם איז אַ דוגמא אויף (מספר) בני ישראל, מ'קוקט אויף דער לבנה — זעט מען ווי מציאותה איז אַ דוגמא אויף אידן הדומין (ומונין) ללבנה, והם עתידים להתחדש כמותה, וכיו"ב.
ה. ובפרטיות יותר — ווי דאָס איז נרמז אין די ווערטער פון דעם פסוק „ראה אנכי נותן לפניכם היום":
„ראה" — באופן של ראי' דוקא, ניט שמיעה בלבד, וואָס קען זיין באופן אַז מכניס בזו ומוציא בזולו, און אפילו אַ שמיעה אמיתית — ווערט ניט אינגאַנצן נתאמת ונתאחד מיט דעם מענטשן, און עס קענען זיין שינויים, כנ"ל.
„אנכי" — אנכי מי שאנכי, כח העצמות, נוסף אויף די דרגות אין אלקות שלמטה מזה וועלכע זיינען זיך מתלבש אין דער בריאה.
„נותן" — מ'האָט אויף דעם די המשכה ונתינת כח ונתינה פון „אנכי", וכל הנותן בעין יפה נותןלז.
„לפניכם" — דאָס (די פנימיות דלמעלה, סתים דקוב"הלח, בחי' רז) ווערט נמשך אין דער פנימיות פון אידן, באופן פון „פניםלט בפנים דיבר ה' עמכם, כי בשעת קבלת התורה נמשך לכל אחד ואחד מישראל בחי' הוי' בבחי' פנים שלהם כו', וזהו ענין קבלת הדבור אנכי ה' אלקיך, פי' שיהי' בחי' שם הוי' מאיר ומתגלה בך כל כך עד שיהא נקרא על שמך להיות אלקיך, אלקים שלך".
„היום" — ס'איז ניט גענוג דער „ראה אנכי נותן לפניכם" וואָס איז געווען בשעת מתן תורה ובזמן מתן תורתנו בכל שנה, אָדער אַ ראי' וועלכע איז געווען נעכטן און אייער־נעכטן, נאָר די ראי' בזה דאַרף זיין „היום", „כל מקום שנאמר היום הוא נצחי ולעולם גם היום הזה"לט, בכל יום יהיו בעיניך חדשים.
637ו. וכשם ווי דאָס איז אין דער עבודה פון אַ אידן בראיית אלקות, אַזוי איז דאָס אויך אין זיין עבודת הנפש:
שלימות העבודה איז, בשעת ביי דעם אידן לייכט בגלוי (— באופן של ראי') ווי זיין אמת'ע מציאות איז די נשמה שבו (ניט דער גוף), און אין דער נשמה עצמה — ניט נאָר דער גילוי פון די נידעריקערע דרגות, נאָר פון בחי' אנכי שבנשמה, יחידה שבנפש (וואָס איז איין זאַך מיט בחי' יחיד (אנכי) שלמעלה), אַזוי אַז יחידה שבנפש איז מאיר בגלוי אין אַלע דרגות וכחות שלו, באופן פון „אנכי הוי' אלקיך", פון „אנכי" ווערט נמשך דער גילוי פון די ד' אותיות שם הוי' בנפש כל ישראל, באופן פון „לפניכם", „שיהי' בחי' שם הוי' מאיר ומתגלה בך כל כך עד שיהא נקרא על שמך להיות אלקיך, אלקים שלך"לט, ביז — אַז די ד' אותיות שם הוי' זיינען מאיר בגלוי אין דעם ציור גוף האדם (דער ראש כנגד היו"ד, גוף כנגד הוא"ו, וחמש אצבעות הידים והרגלים כנגד די ה"א ראשונה וה"א אחרונהלח), אַזוי אַז בשעת מ'קוקט אויפן גוף — זעט מען (ראה) ווי דאָס איז אַן אָפּשפּיגלונג פון (די אותיות פון) שם הוי'. וכל זה — „היום", בכל יום מחדש.
און דורך דעם וואָס ביי אַ אידן בנפש שלו איז דאָ די עבודה פון „ראה אנכי נותן לפניכם היום", גיט עס אים כח צו קענען טאָן די עבודה פון גילוי אלקות אויך אין חלקו בעולם, ביז — מגלה זיין דעם אמת פון אלקות בכל העולם כולו, אַז „אין עוד מלבדו", און „כלמ מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו", „ה' ימלוך לעולם ועד"מא, אַזוי אַז בכל העולם כולו, און ביי אַלע שבעים אומות זאָל מען זען בגלוי אחדותו ית', הוי' אחד ושמו אחדמב.
און על ידי זה ווערט די שלימות העבודה פון „אני לדודי ודודי לי" — די התאחדות צווישן דעם אידן („אני") מיט דעם אויבערשטן („דודי"), כנ"ל.
ז. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין המשך הפרשיות, אַז נאָך פ' ראה קומט מען צו פ' שופטים — „שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך":
די עבודה פון אַ אידן אין אַן אופן פון ראי', בתכלית ההתאמתות וההתאחדות — דאַרף אַרויסקומען אין זיין עבודה והנהגה בפועל (הן בנוגע לכלל ישראל, והן בנוגע די שופטים ושוטרים שבכל א' בעבודתו הפרטית), ווי אָנגעוויזן דורך די שופטים, „דיינין הפוסקים את הדין"מג, דער ענין פון לימוד התורה לידע המעשה אשר יעשון, און „שוטרים", „הרודין את העם אחר מצותן כו'"מג — די עבודה במעשה בפועלמד.
און דורך דעם וואָס דאָס קומט לאחרי די הקדמה פון עבודה באופן של ראי' — זיינען די „שופטים ושוטרים" בתכלית השלימות, ניט באופן של דין וגבורה בכדי באַוואָרענען ענינים בלתי רצויים, נאָר בכדי עס זאָל זיין „ושפטו את העם משפט צדק"מה [כולל אין דעם — חשבון צדק וואָס מ'מאַכט בחודש אלול], באופן של חסד ורחמים, „ושפטו העדה גו' והצילו העדה"מו, און דורך דער עצם מציאות פון די שוטרים ווערן באַוואָרנט אַלע ענינים (מ'דאַרף כלל ניט אָנקומען אַז זיי זאָלן זיך פירן באופן של דין וגבורה),
638וע"ד ווי ס'איז געווען ביי אברהם אבינו, „יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה' לעשות צדקה ומשפט"מז (ע"ד „שופטים ושוטרים גו' ושפטו העם משפט צדק"), וואָס דאָס איז געקומען לאחרי ההקדמה פון זיין עבודה צו מגלה זיין אלקות אין וועלט (באופן של ראי'), „ויקרא שם בשם הוי' א־ל עולם"מח, און ניט נאָר „א־ל העולם"מט (— נאָר ע"ד די עבודה פון „ראה אנכי גו'").
ח. ע"פ המדובר לעיל האָט מען אויך אַ לימוד בפועל בנוגע צו די עבודה מיוחדת וואָס דאַרף זיין אין חודש אלול בכדי אַרויסברענגען בפועל דעם „אני לדודי ודודי לי"; וואָס דאָס איז במיוחד דורך לימוד התורה, וכמנהג ישראל אַז אין חודש אלול איז מען מוסיף בלימוד התורהנ [נוסף אויף דעם וואָס דאָס קומט בהמשך צו חמשה עשר באבנא, וואָס „מכאן ואילך דמוסיף יוסיף", „דמוסיף לילות על הימים לעסוק בתורה יוסיף חיים על חייו"נב, כמדובר אין פריערדיקע התוועדויות]:
דער אופן וכח ווי אַ איד טוט אויף דעם „אני לדודי ודודי לי" באופן פון „ראה אנכי נותן לפניכם היום" — איז בעיקר דורך לימוד התורה, כידוע אַז „ישראל מתקשראן באורייתא ואורייתא בקוב"ה"נג, אַז דורך אורייתא, וואָס אורייתא וקוב"ה כולא חד, ווערט נתגלה ווי ישראל וקוב"ה כולא חדנד:
בשעת אַ איד לערנט תורה פאָדערן זיך צוויי תנאים (די ביידע קצוות הנ"ל בענין היחוד צווישן יש הנברא ויש האמיתי): ס'איז דאָ די מציאות האדם וואָס לערנט תורה מיט זיין שכל, און צוזאַמען דערמיט — קומט דער לימוד התורה נאָך דער הקדמה והכנה פון ברכת התורה, דער ענין הביטול צו דעם נותן התורה — אַז ער הויבט זיך אויף פון זיין אָרט ומקום צו „מקום התורה" (און ניט ח"ו מוריד די תורה צו מקום האדם); און דורך דעם וואָס ער ווערט נתאחד מיט תורה אין אַ „יחוד נפלא כו'"נה, וואָס תורה איז חכמתו ורצונו של הקב"ה, והוא וחכמתו חד, הוא ורצונו חד, אורייתא וקוב"ה כולא חדנו, און — „אנא נפשי כתבית יהבית" (ר"ת אנכי)נז — ווערט ער פאַראיינציקט מיט דעם אויבערשטן, „אני לדודי ודודי לי" — ישראל וקוב"ה (ע"י אורייתא) כולא חד.
ט. עד"ז ועפ"ז איז דער מנהג ישראל צו מוסיף זיין בחודש אלול אין גמילות639חסדים און צדקהנח, ובכלל — אין אהבת ישראל:
כשם ווי אין דער עבודה פרטית פון יעדער איד דאַרף זיין „אני לדודי ודודי לי", ובאופן אַז ער זעט בגלוי באופן של ראי' ווי די פנימיות ואמיתית פון זיין מציאות איז זיין נשמה און אלקות — אַזוי דאַרף עס אויך זיין בנוגע צו כלל ישראל, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס „הגופים מחולקים", זיינען אַלע אידן „כולן מתאימות ואב א' לכולנה ולכן נקראו כל ישראל אחים ממש מצד שורש נפשם בה' אחד"נט, ביז אַז זיי זיינען באמת איין מציאות ממש, אַזוי ווי אַ „גוף אחד"ס, „מנורת זהב כולה"סא, מקשה אחת (אע"פ וואָס בפרטיות טיילט זיך די מנורה אויף ז' קנים), און דורך דעם וואָס עושים גופם טפל ונפשם עיקר — וואָס מצד דעם נפש זיינען זיי אַלע פאַראיינציקט — קומט מען צו „ואהבתסב לרעך כמוך"נט, ניט נאָר מצד דער רגש האהבהסג, אָבער בנוגע צו זיין עצם מציאות (חיות) איז „חייך קודמין"סד, און „אדם קרוב אצל עצמו"סה [ועד"ז אין לימוד התורה — איז הוא קודם אפילו לבנוסו], נאָר אויך בעצם מציאותם זיינען אַלע אידן איין זאַךסז.
און די אהבת ישראל (מצד אחדות כל ישראל) קומט אַרויס אויך אין זיין הנהגה בפועל — דורך מוסיף זיין בחודש אלול אין נתינת צדקה [כולל ביום השבת, דורך הכנסת אורחים, וכיו"ב], באופן פון „ראה אנכי נותן לפניכם", אַז די נתינה קומט פון אנכי שבנפשו, דורך דעם וואָס ער גיט ניט נאָר מעשר אָדער חומש, נאָר „כלסח אשר לאיש יתן בעד נפשו"סט.
י. פון דאָס אויבנגעזאָגטע האָט מען אַ הוראה בפועל בנוגע דעם חשבון צדק וואָס יעדערער דאַרף מאַכן במשך חודש אלול:
נוסף צו דער חשבון צדק וואָס יעדערער דאַרף מאַכן כל חד וחד לפום שיעורא דילי' — האָט מען די הוראה כללית פון אלול און פ' ראה, אַז די עבודה פון אַ אידן דאַרף זיין אין אַן אופן פון „אני לדודי ודודי לי", אַז נוסף צו דעם וואָס ער איז מקיים תורה ומצוות, דאַרף ער אין דעם אָנהערן און זעהן אַז די נקודה כללית פון עבודת ה' איז צו זיין פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן מיט אַ ליבשאַפט; און דערצו — אַז בכדי דאָס דערגרייכן, דאַרף640ער ניט וואַרטן ביז ער באַקומט אַ התעוררות מלמעלה, נאָר ער האָט דעם כח אויף „אני לדודי", ער מצד עצמו ווערט נתעורר צו דעם אויבערשטן, און דאָס ברענגט דעם „ודודי לי" בחודש תשרי.
דערצו דאַרף ער אויך וויסן, אַז ער האָט דעם כח צו זיין פאַרבונדן מיט אלקות אין אַן אופן פון „ראה" — אַז ג־טלעכקייט איז פאַר אים בפשטות דער איינציקער אמת, און וועלט איז ביי אים אַ נייעסע, ביז אַז אין וועלט עצמה זאָל ער דערזען אלקות, כנ"ל בארוכה.
ונוסף לזה וואָס יעדער איד דאַרף אַליין טאָן די עבודה באופן זה, האָט ער אויך די אחריות ושליחות פון רבותינו נשיאינו צו דאָס אַלעס מעורר זיין און מסביר זיין צו זיינע בני ביתו און צו אַלע זיינע באַקאַנטע, ביז צו אַלע אידן וועמען ער וועט טרעפן במשך דעם חודש אלול, ובמיוחד — ווען מ'גייט באַזוכן נאָך שולן און אידישע קהילות במשך דעם חודש.
אָנהויבן דאַרף מען — מיט דאָס מסביר זיין זיך אַליין, אַז ווען ער „טרעפט" זיך אַליין, ד.ה. ווען זיין יחידה שבנפש „טרעפט" זיך מיט די אַנדערע חלקים פון זיין נפש, דאַרף ער זיי „מסביר" זיין, אַז עס דאַרף זיין „אני לדודי ודודי לי", און „ראה אנכי נותן לפניכם היום", גילוי יחידה בכל כחות הנפש ובכל מציאותו.
און דורך דעם וואָס ער פאַרשטייט עס אַליין, קען ער עס נאָך לייכטער מסביר זיין צו אַנדערע. ועד"ז לאידך גיסא: דורך מסביר זיין דעם ענין צו אַנדערע, קומט ביי אים אויך צו מער הבנה אין דעם.
ובמעשה בפועל פירט מען דאָס דורך, כאמור — דורך מוסיף זיין אין לימוד התורה, כולל — שיעורי תורה ברבים, און אויך אין גמילות חסדים ונתינת הצדקה ואהבת ישראל, כנ"ל.
יא. ויהי רצון, אַז מ'זאָל שוין ובהקדם ותיכף זוכה זיין צו „ראה" דעם ביהמ"ק השלישי, ניט נאָר באופן פון „מראין לכאו"א המקדש דלעתיד מרחוק"עא ווי דאָס איז געווען בשבת חזון, נאָר ראיית המקדש מקרוב, ובקרוב ממש אין אַ ראי' וועלכע נעמט דורך אַלע עשר כחות הנפש, ובפשטות: מ'זעט דעם ביהמ"ק השלישי למטה מעשרה טפחים, על הר הקודש, בירושלים עיר הקודש, בארץ הקודש, ועוד ועיקר — תיכף ומיד ממש.
ובפרט אַז עס זיינען שוין מקויים געוואָרן די סימנים אין חז"ל אויף סוף זמן הגלות און זמן הגאולה, כולל דעם סימן אין ילקוט שמעוניעב (וואָס איז נתפרסם געוואָרן לאחרונה): „א"ר יצחק שנה שמלך המשיח נגלה בו כל מלכי אומות העולם מתגרין זה בזה, מלך פרס מתגרה במלך ערבי והולך מלך ערבי לארם ליטול עצה מהם כו', וכל אומות העולם מתרעשים ומתבהלים ונופלים על פניהם ויאחוז אותם צירים כצירי יולדה, וישראל מתרעשים ומתבהלים ואומר להיכן נבוא ונלך להיכן נבוא ונלך, ואומר להם בני אל תתיראו כל מה שעשיתי לא עשיתי אלא בשבילכם, מפני מה אתם מתיראים אל תיראו הגיע זמן גאולתכם, ולא כגאולה ראשונה גאולה אחרונה כי גאולה ראשונה הי' לכם צער ושעבוד מלכיות אחרי' אבל גאולה אחרונה אין לכם צער ושעבוד מל־
641כיות אחרי'. [און דערנאָך איז ער ממשיך
אין ילקוט:] שנו רבותינו בשעה שמלך
המשיח בא עומד על גג בית המקדש והוא
משמיע להם לישראל ואומר ענוים הגיע
זמן גאולתכם".
כן תהי' לנו, אַז מ'האָט מלכתחילה ניט
וואָס צו זיך שרעקן וואָרום מ'האָט שוין די
0 ל תיראו (גם מלשון הבטחה),
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תש"נ, חלק ב
- Id
- rh-havm64qk