Sefer HaSichos (the Rebbe)
מכתב ר"ח ניסן,תש"נ
726און עס וועט מקויים ווערן בפשטות די ר"ת פון היינטיקן יאָר, אַז „תהא שנת נסים", זי וועט זיכער זיין — און עס האָט זיך שוין אָנגעהויבן בפועל — אַ יאָר פון נסים, ווען יעדער איד איז זוכה צו זען במוחש די הנהגה נסית פון אויבערשטן, ביז — נסי נסים,
ביז דעם עיקר נס — נס הגאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, וואָס דעמאָלט וועלן זיין נסים גרעסערע אפילו פון די נסים וועלכע זיינען געווען ביי יציאת מצרים, וכפירוש רז"ל: כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות — בערך ימי צאתך מארץ מצרים — זיינען עס נפלאות,
אַז דער אויבערשטער ערפילט די האַרציקע תפילה פון יעדער אידן און פון אַלע אידן — תבוא לפניך תפלתי הטה אזנך לרנתי — און ברענגט די גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש.
בכבוד בברכת חימה גמר חחימה ובה א 1 חוץ727ב"ה, יום שלישי פ' ויקרא אל משה,
ראש־חודשח ניס71ן174, ה'תש"נ
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
שטייענדיק אין דעם טאָג פון ראש־חודש ניסן, חודש הגאולה, וואָס דער אויבערשטער האָט אים באַשטימט אַלס ערשטן פון אַלע חדשים פון יאָר (החודש הזה לכם ראש חדשים, ראשון הוא לכם לחדשי השנה), איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אויפן באַדייט און ווירקונג פונעם „חודש הגאולה" אין טאָג טעגלעכן לעבן פון אַ אידן במשך דעם גאַנצן יאָר („ראש חדשים גו' השנה"), און ספּעציעל פאַרן היינטיקן יאָר.
דער אָנהויב יאָר איז אייגנטלעך דער ערשטער טאָג פון חודש תשרי — ראש השנה; נאָר אַזוי איז דאָס לויטן סדר פון בריאת־העולם, ווי דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט און פירט אָן מיט איר „בדרך הטבע" — וואָס קוקנדיק אויבערפלעכלעך איז די הנהגה אויף אַ „נאַטירלעכן" אופן, ווייל ג־טלעכקייט איז728פאַרשטעלט און באַהאַלטן אין די לבושי הטבע פון וועלט (עולם פון לשון העלם, און (בראשית ברא) אלקים בגימטריא הטבע), און יעדן ראש השנה ווערט באַנייט און פאַרשטאַרקט די דאָזיקע גטלעכע הנהגה טבעית.
עס איז אָבער פאַראַן נאָך אַ טלעכע הנהגה, הנהגה נסית, וואָס איז העכער פון טבע, וואָס ברעכט־דורך אַלע נאַטור־באַגרענעצונגען פון וועלט — און די הנהגה איז פאַרבונדן מיטן חודש ניסן (ווי דאָס ווערט אָנגעדייט אויך אין דעם נאָמען פון חודש — ניסן מלשון נם).
וואָס אויך דערפאַר ווערט דער חודש באַצייכנט אַלס „חודש הגאולה":
אין פשטות איז דאָס פאַרבונדן מיט יציאת מצרים, ווייל אויפן נאַטירלעכן וועג, איז, ווי אונזערע חכמים אונטערשטרייכן, אפילו אַן איין־איינציקער קנעכט האָט ניט געקענט אַרויס (אַנטלויפן) פון מצרים — און ביי יציאת מצרים איז פון דאָרט אַרויס, ביד רמה, אַ גאַנצער פאָלק פון איבער זעקס הונדערט טויזנט ערוואַקסענע מענער (פון צוואַנציג יאָר און עלטער), חוץ די אינגערע און חוץ פרויען און קינדער! נאָר יציאת מצרים האָט זיך אויפגעטאָן דורך נסים גלויים וועלכע דער אויבערשטער האָט באַוויזן און געטאָן, „עשה לאבותינו ולנו את כל הנסים האלו הוציאנו מעבדות לחרות כו'", און נאָך פריער, אַלס צוגרייטונג צו דעם — די עשרה נסים נעשו לאבותינו במצרים (צען נסים זיינען געטאָן געוואָרן צו אונזערע עלטערן אין מצרים).
729אין אַ טיפערן זין, איז די שייכות פון „הנהגה נסית" צום „חודש הגאולה" ניט בלויז אין דעם, וואָס די נסים גלויים האָבן דערפירט צו דער פיזישער יציאה פון מצרים, נאָר אויך אין דעם וואָס „הנהגה נסית" איז דער אינערלעכער באַדייט פון יציאת מצרים: „מצרים" איז פון לשון מיצרים וגבולים (ענגשאַפטן און באַגרענעצונגען פון טבע), און יציאת מצרים — דער אַרויסגיין פון די אַלע באַגרענעצונגען — איז דער אויפטו פון דער ־טלעכער הנהגה נסית: אַ גילוי אלקות וועלכער איז לגמרי העכער פון די באַגרענצונגען (מיצרים וגבולים) פון טבע.
און אַזוי ווי דאָס איז בנוגע כלל ישראל, אַזוי איז דאָס ביי יעדן אידן בפרט, אַז „יציאת מצרים" טוט ביי אים אויף די פּערזענלעכע גאולה, פון זיינע אייגענע טבעבאַגרענעצונגען.
דאָס איז דער פנימיות'דיקער אינהאַלט פון פסוק בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה (ווען דו וועסט אַרויספירן דעם פאָלק פון מצרים, וועט איר דינען דעם אויבערשטן אויף דעם באַרג (סיני)): די שלימות פון „תעבדון" באַשטייט ניט נאָר אין אויספירן אַלע ציוויים פון אויבערשטן, סיי אין סור מרע און סיי אין ועשה טוב; און ניט נאָר אין פולשטענדיקן איבערגעבן זיך צו עבודת ה' מיט אַלע כוחות אין אַלע ענינים — נאָר נאָך מער — בכל מאדך, אַריבער די באַגרענעצונגען פון די נאַטירלעכע מענטשלעכע כוחות; און דערפאַר האָט אַ איד געקענט צוקומען צו „תעבדון את האלקים על ההר הזה" ערשט נאָך „הוציאך את העם ממצרים". דוקא די טלעכע אַנטפּלעקונג פון יציאת מצרים, האָט דעם איבערנאַטירלעכן כח אויפצוהויבן אַ אידן העכער פון זיינע נאַטירלעכע גרענעצן און ברענגען אים צו דער שלימות'דיקער דרגא פון „תעבדון את האלקים", וואָס דאָס איז די „גאולת מצרים", די פּערזענלעכע גאולה פון יעדן אידן בפרט.
פאַרשטייט זיך, אַז די טלעכע אַנטפּלעקונג אין דער „הנהגה נסית", זייענדיק אינגאַנצן העכער פון גדרי הטבע, קען ניט אויפגענומען ווערן מיטאַמאָל און אינגאַנצן דורך די מענטשלעכע שכל און געפילן; וואָרום ווי הויך זיי זאָלן זיין, זיינען זיי דאָך איינגעצוימט אין די טבע־ראַמען. אין אַנדערע ווערטער: אפילו ווען די פליישיקע אויגן זעען בגלוי די ערשיינונג פון ג־טלעכע נסים, דאָך ווערט דאָס730ניט באַנומען דורך די מענטשלעכע כוחות און חושים אין אַ דורכדרינגלעכן אופן; דאָס בלייבט, אַזוי צו זאָגן, אָפּגעטראָגן פון אים.
מען געפינט דאָס בפירוש, און, טאַקע בשייכות די נסים פון יציאת מצרים, אין די פסוקים וועלכע זאָגן, אַז צום סוף פון דעם פערציקסטן יאָר אין מדבר, האָט משה רבינו געזאָגט אידן:
„אתם ראיתם את כל אשר עשה ה' לעיניכם בארץ מצרים לפרעה ולכל
עבדיו ולכל ארצו . . ולא נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים
לשמוע עד היום הזה . . ארבעים שנה גו' ותבואו אל המקום הזה . .
ושמרתם את דברי הברית הזאת ועשיתם אותם" (איר האָט געזען אַלץ וואָס
דער אויבערשטער האָט געטאָן פאַר אייערע אויגן אין לאַנד מצרים, צו
פרעה און אַלע זיינע קנעכט און צו זיין גאַנצן לאנד . . און דער
אויבערשטער האָט אייך ניט געגעבן אַ האַרץ צו פאַרשטיין און אויגן צו
זעען און אויערן צו הערן, ביז דעם היינטיקן טאָג . . פערציק יאָר . . און
איר זייט געקומען צום דאָזיקן אָרט . . און איר זאָלט היטן די רייד פון אָט־
דעם ברית און טאָן זיי).
איז ניט פאַרשטאַנדיק: דער פסוק אַליין באַטאָנט אַז אידן האָבן מיט זייערע אויגן געזען די אַלע גרויסע וואונדער פון יציאת מצרים, איז ווי קומט עס אַז אידן האָבן ניט פאַרשטאַנען, ניט געזען און ניט געהערט די נסים ביזן סוף פון די פערציק יאָר אין מדבר? נאָר דאָ רעדט זיך וועגן אַזאַ זען און הערן און דערקענען וועלכע דערפירן צו ושמרתם את דברי הברית הזאת ועשיתם אותם, אַ ראי' און הכרה וועלכע נעמען־דורך און באַווירקן דעם מענטשן אָפּצוהיטן די „דברי הברית" אין דער פולסטער מאָס (ווי רש"י זאָגט, אַז דוקא „מכאן ואילך" (פון איצט און ווייטער) וועט דער אויבערשטער מאָנען באַ אידן, און מאָנען אַז זיי זאָלן היטן דעם ברית),
ביז דאָס נעמט אים דורך אין אַלע פרטים — סיי דעם לב (לדעת), סיי די עינים (לראות) און סיי די אזנים (לשמוע); ענלעך צו דעם וואָס מען געפינט ביים קרבן פסח (נאָך איידער מ'איז אַרויס פון מצרים), אַז אַלע טיילן פון דעם קרבן ווערן געבראָטן צוזאַמען אויפן פייער — ראשו על כרעיו ועל קרבו (קאָפּ, פיס און אינגעווייד צוזאַמען), און דערנאָך עסט מען פון דעם קרבן, וואָס דעמאָלט ווערט דער קרבן דם731ובשר כבשרו, ד.ה. אַז אָט די פולשטענדיקע הקרבה לה' דאַרף דורכנעמען דעם מענטשן אינגאַנצן; און די אכילת הקרבן דאַרף זיין בהמשך פון איין סעודה, „בבית אחד", און — פאַר אַלע בני בית.
און אויף דעם איז ניט גענוג דאָס איינמאָליקע זעען און הערן די אותות ומופתים בלויז מיט די איינפאַכע חושים, נאָר עס פאָדערט זיך אַ טיפער, אינערלעכער און דויערהאַפטער נשמה־אַריינבליק אין דער הנהגה נסית פון אויבערשטן, אַז די איבערנאַטירלעכע ג־טלעכע אַנטפּלעקונג זאָל ווערן איינגעזאַפּט און געפילט דורך און דורך אין אַלע טיילן פון מענטשנ'ס וועזן, ביז ער ווערט איבערגעשטעלט און אַרויפגעהויבן העכער פון אַלע באַגרענעצונגען פון זיין טבע. און אויף דעם פאָדערט זיך דער משך זמן פון פערציק יאָר לערנען און אַריינטיפן זיך אין דעם, ווי חז"ל לערנען אָפּ פון דעם פסוק אַז לא קאים איניש אדעתי' דרבי' עד ארבעין שנין (אַ מענטש דערגרייכט ניט צום דעת פון זיין רבי'ן ביז פערציק יאָר).
דאָס גיט אויך אַ טיפערן אויפקלער פאַרוואָס משה רבינו האָט די דאָזיקע רייד געזאָגט צו די אידן ערשט דאַן ווען זיי האָבן שוין געהאַלטן ביים אַריינגיין אין ארץ ישראל, ביי דעם שוועל פון אַ נייער תקופה אין קיום התורה והמצוות (אין ארץישראל איז געגעבן געוואָרן די מעגלעכקייט צו מקיים זיין אויך מצוות התלויות בארץ, אַלע תרי"ג מצוות). וואָרום ערשט ביים סוף פון די פערציק יאָר אין מדבר, ווען אידן האָבן באַקומען דעם „לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע" אין די אַלע „מסות הגדולות . . האותות והמופתים הגדולים" פון יציאת מצרים, איז דערגרייכט געוואָרן דער אָפּשלוס פון „יציאת מצרים" און איר שלימות וועלכע ברענגט צו שמירת דברי הברית אויפן פולקאָמען אופן.
732דאָס אויבגעזאָגטע האָט גאָר אַ ספּעציעלע באַדייטונג דעם היינטיקן יאָר
מיר געפינען זיך „ארבעים שנה" נאָך דער הסתלקות פון נשיא דורנו, דער רבי דער שווער, וואָס ביי אים האָט מען געזען בגלוי אַ „הנהגה נסית", אן איבערנאַטירלעכע הנהגה, סיי אין קערפערלעכן זין און סיי אין גייסטיקן זין — געזען זיין איבערנאַטירלעכע מסירת־נפש אויף אַלע געביטן פון תורה ויהדות, ווי מפורסם. און נאָך „ארבעים שנה" איז מען „קאים אדעתי' דרבי'" — דער אויבערשטער גיט „לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע", כולל ובפרט אין דער „הנהגה נסית" פון דעם נשיא פון אונזער דור.
ויהי רצון, אַז שטייענדיק אין די סגולה־טעג פון חודש ניסן פון יאָר „הי' תהי' שנת נסים", זאָל יעדער איינער זוכה זיין צו זען במוחש אין זיין אייגענעם לעבן די הנהגה נסית פון אויבערשטן, ביז — נסי נסים,
ביז מען זאָל זוכה זיין צו דעם עיקרנס — נס הגאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, בניסן נגאלו ובניסן עתידין ליגאל, וואָס דעמאָלט וועלן זיין נסים גרעסערע אפילו פון די נסים וועלכע זיינען געווען ביי יציאת מצרים, וכפירוש רז"ל: כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות — אפילו בערך ימי צאתך מארץ מצרים — זיינען עס נפלאות,
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תש"נ, חלק ב
- Id
- rh-g97z929y