Sefer HaSichos (the Rebbe)
מכתב ערב כ"ה אלול, ה'תשמ"ט5ו
714און ברענגען דעם פאָלק ישראל, און יעדער איינעם און איינע בפרט, צו דעם שלימות'דיקן „שבת קודש" — יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים,
ותיכף ומיד ממש.
בכבוד ובברכת הצלחה רבה בכל האמור
וברכת כתיבה וחתימה טובה
בבמות ברתנות גם חד 4 א715ב"ה, מוצאי שבת־קודש סליחות,
יום א' דפ' האזינו,
ערב כ"ה אלול, ה'תשמ"ט
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
בהמשך צום בריוו פון ח"* י אלול — לאחר הפתיחה בברכה, ברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה — און שטייענדיק נאָך נעענטער צו ראש־השנה, אין דער וואָך פון סליחות, און וואָס איר ענדע און אָפּשלוס איז ראש־השנה —
איז די פּאַסנדע צייט אָפּצושטעלן זיך אַ ביסל טיפער אויף אייניקע נקודות וועלכע זיינען באַרירט געוואָרן אין דעם פריערדיקן בריוו, וועגן דער ספּעציעלער אָפּלערנונג פון דעם, וואָס דער ראש־השנה פון היינטיקן יאָר, קומט אויס אום שבת ש.
716ס'איז פיל מאָל באַטאָנט געוואָרן, אַז ווען צוויי ענינים פון קדושה קומען זיך צוזאַמען, איז יעדער איינער משפיע אויפן צווייטן און איז מוסיף אין אים אַ חידוש.
און דאָס זעלבע איז גילטיק אויך בנוגע צו ראש השנה און שבת, אַז ווען ראשהשנה קומט אויס אום שבת, קומט צו אַ הוספה אין ראש־השנה, אַז ער ווערט אַ שבת'דיקער ראש־השנה (ווי דאָס קומט צום אויסדרוק אויך אין דעם דין, אַז יו"ט של ר"ה שחל להיות בשבת, בלאָזט מען ניט קיין שופר, ווי עס וועט ווייטער ערקלערט ווערן);
און אַזוי אויך בנוגע דעם שבת, אַז צוליב דעם וואָס דאָס איז (ניט סתם אַ שבת, נאָר) שבת־ראש־השנה — איז דער שבת אַ העכערער, ער איז אַ ראש־השנה'דיקער שבת. וואָרעם אין שבת זעלבסט, זיינען פאַראַן פיל מדריגות, ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם לשון הכתוב שבת שבתון, שבת בשבתו, אַז ס'איז דאָ דער ענין פון שבת וועלכער איז „שבת לגבי שבת".
כדי בעסער צו פאַרשטיין דעם פאַרבונד פון שבת מיט ראש השנה, און ווי יעדער איינער פון זיי איז משפיע אויף דעם צווייטן, דאַרף מען פריער ערקלערן די בשותפות'דיקע נקודה פון ראש השנה און שבת.
ס'איז שוין מערערע מאָל אַרומגערעדט געוואָרן, אַז דער הויפּט פּונקט פון ראש השנה איז, וואָס דעמאָלט קרוינען אידן דעם אויבערשטן אַלס מלך: אַלס מלך ישראל און אַלס מלך העולם, ווי מיר בעטן אין אַלע תפילות פון ראש־השנה מלוך על העולם כולו (קיניג אויף דער גאַנצער וועלט).
717די קרוינונג פון אַ מלך איז פאַרבונדן מיט דעם פולשטענדיקן ביטול פון דעם גאַנצן פאָלק, און פון יעדן איינעם פּערזענלעך, צו דעם מלך, וואָס דורך דעם ביטול „ווירקט" מען אַז דער קעניג זאָל אָננעמען די בקשה פון דעם פאָלק און ווערן זייער מלך.
דאָס זעלבע איז בנוגע דער קרוינונג פון דעם אויבערשטן אַלס מלך, אַז עס קומט דורך דעם וואָס אידן ווייזן אַרויס זייער ביטול צום אויבערשטן, ביז דעם געפיל אַז מ'איז ניט מער ווי אַן עבד פון הקב"ה.
וואָס אַזוי איז געווען אין דעם ערשטן ראש־השנה, ווען אדם הראשון איז באַשאַפן געוואָרן, האָט אדם הראשון אויפגעפאָדערט און אויסגעפירט אַז אַלע באַשעפענישן פון דער וועלט זאָלן אָננעמען די הערשאַפט פון דעם באַשעפער, אויסרופנדיק בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו (קומט לאָמיר זיך בוקן און בויגען, לאָמיר קניען פאַר ג־ט אונזער באַשעפער), וואָס כריעה און השתחוואה איז דער ביטול וואָס אַ נברא ווייזט אַרויס צום בורא, און דעמאָלט איז דער אויבערשטער געוואָרן מלך, ווי מיר זאָגן יעדן פרייטאָג אין צוזאַמענהאַנג מיט דער קרוינונג פון דעם אויבערשטן דורך אדם הראשון דעם ערשטן פרייטאָג פון דער באַשאַפונג: ה' מלך גאות לבש.
און דאָס איז די בשותפות'דיקע נקודה פון ראש השנה און שבת — ווייל אויך שבת שאַפט ביי אַ אידן דעם געפיל פון ביטול צום אויבערשטן, דעם בורא עולם (ה' עושנו): ווי באַוואוסט, איז שבת קריצט איין ביי אידן די אמונה אין חידוש העולם, כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ; טיפער גערעדט, די קדושת שבת, וועלכע לייכט אין דעם נפש פון יעדן אידן, פון זיך אַליין (שבת מיקדשא וקיימא), שאַפט ביי יעדערן דעם געפיל אַז ער שטייט קמי* מלכא, אין אָנוועזנהייט פון מלך718מלכי המלכים הקב"ה, צוזאַמען מיט דעם פולשטענדיקן ביטול, וואָס קומט נאַטירלעך אין אַזאַ צושטאַנד, פון עומד לפני המלך.
אין דעם אַלעם קומט צו דער אויפטו פון דער פאַראייניקונג פון שבת און ראשהשנה, וועלכער טוט אויף, אַז דער ראש־השנה'דיקער „קרוינונג" פון אויבערשטן אַלס מלך זאָל זיין אויף אַ שבת'דיקען אופן, און דער שבת זאָל דערהויבן ווערן צו דער מדריגה פון שבת בשבתו, „שבת לגבי שבת".
די ערקלערונג אין דעם בקיצור:
עס זיינען פאַראַן צוויי אופנים אין דעם ביטול פון אַן „עבד מלך":
איין אופן איז, אַז מ'איז טאַקע אַן „עבד מלך", מ'האָט ניט קיין אייגענע מציאות, נאָר בלויז וואָס מ'איז עבד מלך (במכל שכן פון אַן עבד סתם אַז: מה שקנה עבד קנה רבו — אַלץ וואָס אַן עבד פאַרמאָגט איז רכושו (פאַרמעגן) פון רבו), פונדעסטוועגן פילט ער זיין מציאות; טאַקע בלויז אַלס עבד, אָבער דאָך אַ מציאות פון אַן עבד וועלכער האָט זיך אַוועקגעגעבן צו רבו, צו זיין אַן עבד מלך.
אַן אַנדער, העכערער אופן ביטול איז, אַז ער פילט ניט כלל זיין אייגענע מציאות, אפילו ניט אַלס אַ מציאות פון עבד, ווי ס'וואָלט ניט געווען קיין זאַך אַחוץ דעם מלך אַליין.
דאָס גיט אַ טיפערן פאַרשטאַנד אין דעם דין, אַז ראש השנה שחל להיות בשבת בלאָזט מען ניט קיין שופר: דער ניט בלאָזן שופר, איז ניט אַ פּאַסיווער צושטאַנד פון ניט טאָן — נאָר דאָס דריקט אויס אַ גאָר הויכן ביטול פון אַ אידן, אַז ס'איז ניטאָ קיין זאַך אַחוץ דעם אויבערשטן אַליין, אַזוי אַרום, אַז די קרוינונג פון אויבערשטן ווערט אויפגעטאָן ניט דורך דער עבודה פון דעם אידן, און זיין תקיעת שופר (ווי חז"ל זאָגן אַז דער „תמליכוני עליכם" ווערט אויפגעטאָן דורך שופר, ובמה בשופר) — נאָר719דורך דעם ניט בלאָזן שופר, אין וועלכן עס קומט צום אויסדרוק אַ נאָך טיפערער ביטול צום מלך מלכי המלכים הקב"ה.
ווי דערמאָנט אין פריערדיקן בריוו, דאַרף די השפעה פון ראש־השנה — „קאָפ* פון יאָר — זיך פילן אין אַלע טעג, וואָכן און חדשים פון יאָר.
דאַרף די אויבנדערמאָנטע נקודה אַראָפּגעבראַכט ווערן אין מעשה בפועל, אין טאָג־טעגליכער עבודה פון אַ אידן, והמעשה הוא העיקר.
אַ פּראקטישער ביישפּיל אויף דעם — אין דעם „כלל גדול בתורה", די מצוה פון „ואהבת לרעך כמוך":
בשעת אַ איד גיט צדקה, אָדער ווען ער טוט וועלכע־עס־איז מעשה חסד — איז דערביי זייער וויכטיק דער „סבר פנים יפות", כדי דער מקבל זאָל ניט האָבן קיין שום געפיל פון בושה, אַראָפּגעפאַלנקייט א.ד.ג.
בכלל ווערט דאָס דערגרייכט בשעת דער „נותן" פילט זיך ניט העכער פון „מקבל", געדיינקענדיק וואָס חז"ל זאָגן, אַז יותר ממה שבעל־הבית עושה עם העני — העני עושה עם בעל־הבית (מער ווי דער בעל הבית טוט מיטן אָרעמאַן, טוט דער אָרעמאַן פאַרן בעל הבית).
עס איז אָבער פאַראַן אַ נאָך העכערער אופן אין דעם, אַז עס פילט זיך גאָרניט אַז ער איז דער נותן הצדקה — ווי עס וואָלט נאָר זיין די צדקה אַליין, אָן אַ (ישות ה)מציאות פון „נותן"; וואָס דעמאָלט, איז מלכתחילה ניטאָ קיין נויטיקייט צו באַוואָרענען די קעגנזייטיקע געפילן פון „נותן" און „מקבל".
ויהי רצון, אַז די אַריינטראַכטונג אין די אויבנדערמאָנטע ענינים, זאָל פאַרשטאַרקן באַ יעדן איינעם און איינע די אַנערקענונג, אַז די אמת'ע מציאות פון720יעדער אידן — מאַן, פרוי און קינד — איז זיין חלק אלוקה ממעל ממש, וואָס מצד דעם איז ישראל וקודשא בריך הוא כולא חד (כביכול),
און דאָס ווערט די הכנה צו שמיני עצרת ושמחת תורה, אויף וועלכן עס שטייט „עצרת תהי' לכם", ווי עס ווערט אויף דעם געבראַכט דער פסוק יהיו לך לבדך ואין לזרים אתך, און בלשון הזהר ישראל ומלכא בלחודוהי.
אייגנטלעך איז דאָס אויך דער אינהאַלט פון דער אינערלעכער בקשה פון דוד נעים זמירות ישראל (בשם כל ישראל) צום אויבערשטן: תבא לפניך תפילתי, הטה אזנך לרינתי — זאָל מיין תפילה קומען צו דיר, צו דיין פנים, אַזוי אַז די תפילה (ל' חיבור) ווערט פאַרוואַנדלט אין רינה (געזאַנג) — השתפכות הנפש און התחברות מיטן אויבערשטן, צוזאַמענפליסונג פון דער נשמה מיט איר מקור הקדוש ברוך הוא.
וואָס דאָס וועט אַנטפּלעקט ווערן אין דער פולסטער מאָס ושלימות אין דער גאולה האמיתית והשלימה, ווען עס וועט זיין די „נישואין" צווישן דעם אויבערשטן
721אַליין, כביכול, מיט כנסת ישראל, לנצח — אָנהייבענדיק תיכף ומיד ממש.
בברכת כתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה
בגשמיות וברוחניות גם יחד
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תש"נ, חלק ב
- Id
- rh-p84k81g4