עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

מכתב וא"ו תשרי, ה'תש"נ

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

פותחין בברכה, ברכת חתימה וגמר חתימה טובה,

אַזוי ווי מען האַלט שוין נאָך ראש־השנה, מען איז שוין אַריין אין אַ נייעם יאָר,

וואָס אויב אין אַלע צייטן, איז יעדער מענטש, ניט קוקנדיק ווי צופרידנשטעלנד ס'איז זיין צושטאַנד אין וויסן און אין הנהגה בפועל, דאַרף שטענדיק שטרעבן צו נוצען די צייט אויף לערנען נאָך מער און דורכדעם זאָל אויך צוקומען אין זיין הנהגה (מחשבה, דיבור, מעשה) — איז דאָך אַוודאי אַזוי, אַריינגייענדיק אין אַ נייעם יאָר, וואָס ברענגט מיט זיך אַ דערמאָנונג, אַז עס דאַרף זיך אָנהויבן אַ נייע און העכערע מדריגה פון שלימות אין דעם א־טעגלעכן לעבן,

איז איצט די פּאַסנדע צייט אויף אָפּשטעלן זיך אויף נאָך אַ ספּעציעלער נקודה, מיט וועלכער היינטיקער יאָר טיילט זיך אויס פון אַנדערע יאָרן — אין צוגאָב צו דער ספּעציעלער באַדייטונג פון ראש־השנה שחל בשבת, ווי ערקלערט אויספירלעך אין די פריערדיקע בריוו.

ס'איז שוין מערערע מאָל באַטאָנט געוואָרן די הוראה פון תורה, אַז מען דאַרף אויסנוצן יעדער מעגליכן מיטל אויף צו פועל'ן אַ הוספה אין אהבת השם און יראת723השס, אפילו ווען דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ פירוש וועלכער האָט ניט קיין מקור מפורש אין ספרים.

ובפרט אַז אהבת השם און יראת השם זיינען דער שורש פון אַלע תרי"ג מצוות, וואָס אין זיי זיינען נכלל די מצוות דרבנן און מנהגי ישראל, די גאַנצע הנהגה פון אַ אידן.

אין צוזאַמענהאַנג דערמיט, וועט מען זיך אָפּשטעלן אויף דעם רמז פון היינטיקן יאָר, ה'תש"נ: השנה תהא שנת נסים —

אַרויסנעמען פון דעם אַן אָנווייזונג וועלכע קען גענוצט ווערן דעם גאַנצן יאָר. ובפרט אַז דער ר"ת ווערט מזמן לזמן אַלץ מער נתפרסם ונתפשט בתפוצות ישראל.

*

נס" און „טבע" זיינען ביידע ג־טלעכע הנהגות, וואָרום אויך „טבע" קומט פון אויבערשטן, וואָס הוא ית' האָט באַשאַפן און איינגעשטעלט די חוקי הטבע, דורך וועלכע ער פירט אָן מיט דער וועלט; דער אויפטו פון „נס" אויף „טבע" באַשטייט אין דעם, וואָס הנהגה נסית איז אַ ניט־געוויינטלעכע הנהגה פון דעם אויבערשטן. „נס" מיינט אַ הויכע, אויפגעהויבענע זאַך נס לשון הרמה. די הנהגה נסית ברענגט אַריין אַ העכערקייט אין דער בריאה, זי הויבט אויף די וועלט פון איר נאַטירלעכע באַגרענעצונג.

דאָס זעלבע איז אויך אין דער עבודה פון אידן, ביי וועמען עס דאַרפן זיך „אָפּשפּיגלען" די צוויי הנהגות, הנהגה טבעית און הנהגה נסית.

אויך די „הנהגה טבעית" פון אַ אידן באַדייט אַן אויפפירונג וועלכע איז אויסשליסלעך לויט די אָנווייזונגען פון תורה, אָבער זייענדיק די געוויינטלעכע הנהגה פון אַ אידן, איז זי באַגרענעצט לויט די באַגרענעצונגען פון די כוחות פון מענטשן.

724דער אויבערשטער גיט אַ אידן דעם כח צו דינען אים אין אַן אופן פון הנהגה נסית — ער הויבט זיך אויף העכער פון זיינע באַגרענעצונגען. ס'איז ניט נאָר וואָס ער ווערט אַ ביסל בעסער, אָדער אַפילו אַ סך בעסער — אין איינקלאַנג מיט דעם אָנזאָג מעלין בקודש (אין יעדער זאַך פון קדושה דאַרף מען שטענדיק גיין העכער און העכער) — דורך צוגעבן נאָך אַ קביעות אויף לערנען, אָננעמען אויף זיך אַ נייעם הידור מצוה, א. ד.ג. — נאָר ער ווערט אינגאַנצן העכער, אויפגעהויבן.

*

און דאָס איז אויך דער ספּעציעלער רמז, שליחות, פון היינטיקן יאָר — „תהא שנת נסים":

קומענדיק פון יאָר „תשמ"ט" — „תשמט ידך" — איז זיכער, אַז ביי יעדן אידן איז אָפּגעווישט געוואָרן אַלע ניט געוואונטשענע זאַכן וועלכע קענען זיך צוקלעפּן צו אַ אידן, ביז אַז זיין גאַנצער וועזן און אויפפירונג איז אַ תורה לעבן.

כל ישראל בחזקת כשרות — האָט זיכער יעדער איד אויסגענוצט חודש אלול, דעם חודש החשבון פון שנת תשמט ידיך, אויף פאַרריכטן אַלע זיינע מעשים פון דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, און זיי משלים געווען, ביז „משלים" מלשון שלימות — אַריינגעבראַכט די פולסטע שלימות,

און אַוודאי האָט ער זוכה געווען צו דער פולסטער מחילה סליחה וכפרה, און צו דער כתיבה וחתימה טובה אין אַלע פרטים.

725קומט אין דעם צו די אָנווייזונג, און אַ נייער סדר עבודה, פון דעם נייעם יאָר — תהא שנת נסים — אַז יעצט מאָנט זיך פון יעדער אידן, אנשים נשים וטף, צו אַרבעטן מיט זיך אויף ווערן אינגאַנצן העכער, ביז אַז זיין הי־יאָריקע הנהגה איז אין דער בחינה פון „נס" לגבי זיין הנהגה פון פאַראַיאָרן.

און אָט די הנהגה נסית — דעם אידן'ס דינען דעם אויבערשטן (דורך תורה תפלה און מצוות) אָן באַגרענעצונגען — דאַרף זיין אין אַלע ענינים: סיי אין די מצוות וועלכע זיינען בין אדם למקום (צווישן אים מיטן אויבערשטן), סיי אין די מצוות וועלכע זיינען (אויך) בין אדם לחבירו (צווישן אַ אידן מיט נאָך אַ אידן), אָנהויבנדיק פון ואהבת לרעך כמוך, סיי אין מצוות וועלכע זיינען אויך פאַרבונדן מיט ניט אידן, און ישוב העולם בכלל.

ווי באַוואוסט איז די הנהגה פון אויבערשטן אין אַן אופן פון „מדה כנגד מדה". דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז ווען די הנהגה פון אַ אידן איז אַ הנהגה נסית, רופט עס אַרויס די גטלעכע הנהגה נסית, סיי פאַר אים אַלס פרט, און סיי פאַר אים אַלס אַ חלק פון כלל ישראל, און אויך פאַר דער גאַנצער וועלט, עס איז ממשיך (ברענגט) די ג־טלעכע ברכות — אויך אָן הגבלות (באַגרענעצונגען).

ויהי רצון, אַז דורך דעם וואָס יעדערער וועט מאַכן פעסטע באַשלוסן אין דעם אַלעם אויבנדערמאָנטן, וועט דער אויבערשטער גלייך אָננעמען זיינע באַשלוסן ווי מען וואָלט שוין געטאָן אַזוי בפועל — ובפרט אַז שטייענדיק שוין עטלעכע טעג אין דעם נייעם יאָר, האָט מען שוין זיכער אָנגעהויבן טאָן אין דעם בפועל ממש —

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-63f106s3

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · open
#159 Sefer HaSichos ה'תש"נ, חלק ב: one page per sicha · approved