עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות יום ב' דחג השבועות ה'תש"נ

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

487משיחות יום ב' דחג השבועות ה'תש"נ

— ע"ד תפקיד רבנים מורי צדק שי

א. חג השבועות אין ליובאַוויטש האָט מען אָנגערופן (ע"ד הצחות) מיטן נאָמען „חג המצות"א, ווייל דעמולט פלעגן קומען די רבנים — די מורי צדקב (ר"ת מ"צ) — צו פּראַווען יום טוב באַם רבי'ן [באַם רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע, און דערנאָך באַ בנו ממלא מקומו, כ"ק מו"ח אדמו"ר. ומסתמא איז אַזוי געווען די הנהגה נאָך פריער — באַם רבי'ן מהר"ש און באַם צמח צדקג].

אויף חג הפסח קענען די רבנים ניט אַוועקפאָרן פון זייערע קהילות, צוליב דעם וואָס מ'דאַרף זיי דעמולט האָבן על אתר בכדי ענטפערן אויף דעם ריבוי שאלות פאַרבונדן מיט פסח, ווי מ'זעט וליט"א והזמ"ג זמן מתן תורתנו

בפשטות דעם ריבוי דינים וואָס זיינען דאָ בחג הפסח; עד"ז בחג הסוכותד — זיינען פאַראַן אַ ריבוי דינים פאַרבונדן מיט סוכה און ד' מינים. נוסף אויף דעם וואָס בכמה מקומות איז געווען דער מנהג אַז איינער פון די מקורות אויף דער הכנסה פון אַ רב איז געווען דערפון וואָס די אנשי העיר האָבן געקויפט באַם רב די ד' מינים (און מ'האָט אויף דעם נאָך צוגעצאָלט לכבוד הרב).

משא"כ בחג השבועות זיינען ניט פאַראַן ספּעציעלע דינים ושאלות, ועאכו"כ ניט בריבוי (ווי דאָס איז בחגה"פ און חגה"ס)ה, ווי מ'זעט עס אין שולחן ערוך, אַז נוסף צו „הלכות יום טוב" (די דינים כלליים פאַרבונדן מיט אַלע ימים טובים), איז דאָ אַ חלק מיוחד פון „הלכות פסח" און „הלכות סוכה" ו"הלכות לולב"ו, משא"כ די דינים (מיוחדים) פון חג השבועות זיינען נכלל אין איין סימןז בסוף הלכות פסח (מיט דער כותרת „סדר תפלת חג השבועות"). און דעריבער האָבן די רבנים געקענט דעמולט אַוועקפאָרן פון זייערע שטעט און קומען אויף יום טוב צום רבי'ן.

ב. ולהוסיף ביאור:

דער ענין פון חג השבועות איזח —488וואָס ער איז „זמן מתן תורתנו" (ווי מען זאָגט אין נוסח התפלה והקידוש), ווען משה האָט מקבל געווען תורה מסיני און האָט דאָס איבערגעגעבן און געלערנט מיט אַלע אידן.

וואָס דאָס איז די שייכות בפשטות מיט רבנים, וואָס ענינם איז — הוראה, תורהט: דער תפקיד פון אַ רב מורה הוראה איז — פסקי דינים והלכות התורה, צו אָנווייזן אידן ווי מ'זאָל זיך פירן לויט די הוראות התורה — „יורו משפטיך ליעקב ותורתך לישראל"י. וואָס דער כח לזה איז געגעבן געוואָרן באַ מתן תורה, ווען דער אויבערשטער האָט אָפּגעגעגעבן די תורה דוקא למטה („לא בשמים היא"יא), און געגעבן בית דין (רבנים) למטה דוקא דעם כח צו פסק'נען דיני התורהיב.

ג. ויש לומר אַז דער ענין איז בהדגשה אין דעם תואר (פון אַ רב) „מורה צדק" (מ"צ)יג:

דער ענין פון (מתן) תורה איז (תורה מלשון) — הוראהיד, להורות, צו אָנווייזן דעם דין אין יעדער זאַך, דער וועג פון צדק ויושרטו („מורה צדק") — לויט דעם פירושטז אַז צדק (גערעכטיקייט) איז דער ענין פון דיןיז; און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך די רבנים בכל דור ודור (אָנהויבנדיק פון משה רבינויח שקיבל תורה מסיני, און יעדער רב מורה הוראה איז כשמואל בדורו וכו' כמשה בדורויט): יעדער רב איז אַ „מורה צדק", וועלכער ווייזט אַן אידן דעם דין, דעם וועג פון צדק (ויושר), דורך מברר זיין און אַרויסגעבן די פסקי ודיני התורה בכל ענין לפי ענינו.

ולהוסיף, אַז אין דעם לשון „מורה צדק" (און ניט „מורה דין") איז אויך כלול דער צווייטער פירוש אין צדק — מלשון צדקה וחסדכ, ד.ה. אַז אין דעם489דין וואָס אַ רב פסק'נט (אין וועלכן ס'איז מודגש דער ענין הדין וגבורה) דאַרף זיין ניכר אַז דאָס איז „(מורה) צדק", צדקה וחסד (ניט גבורה לבד). וואָס דאָס איז אַן ענין עיקרי אין פסקי דיני התורה, אַז דער פוסק הדין זאָל וויסן און האָבן די כוונה נאָך קודם הדיןכא, אַז דער תכלית אין דעם דין (בתורת חסד) איז — צדקה וחסדכב, וכמ"שכג „ושפטו העדה גו' (איז די כוונה אין דעם) והצילו העדה" (ובכדי אַרויסברענגען דעם חסד (והצילו) בפועל ובגלוי, דאַרף זיין ושפטו, דער בירור הדין).

ויש לומר, אַז „מורה צדק" (לויט דעם פירוש אַז דאָס מיינט צדקה וחסד) איז אויך כולל דעם פירוש, אַז אַ רב מורה הוראה דאַרף אָנווייזן דעם עם, נוסף צו המעשה אשר יעשון, לויט די דיני התורה (צדק בפירוש דין), באופן של צדק ויושר, אויך — ווי מ'זאָל זיך פירן באופן של צדקה, ביז אויך — באופן של חסדכד, לפנים משורת הדיןכה. וכידוע אַז בימינו אלו זיינען כמה הנהגות לפנים משורת הדין געוואָרן מדיני התורה (וואָס דערפאַר ברענגען זיך אין שו"ע ונו"כ כו"כ ענינים פון מס' אבות וכיו"ב, מילי דחסידותאכו), און דער לפנים משורת הדין היינט דאַרף זיין נאָך אַ העכערער (העכער פון דעם לפנים משורת הדין וואָס איז שוין היינט געוואָרן אַ דין).

ד. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון „חג המצות" — די רבנים „מורי צדק" — מיט „זמן מתן תורתנו", ווען אידן באַקומען די תורה מחדש (ווי מ'־490זאָגט אין ברכת התורה בכל יום, וביתר שאת וביתר עוז אין „זמן מתן תורתנו", „נותן התורה" לשון הוה), און (אידן בכלל און) רבנים בפרט באַקומען דעם כח אויף זיין „מורי צדק" („מצו"ת"כז), אָנווייזן און אַרויסגעבן די הוראות ודיני צדק פון תורה, צדק מיט אַלע פירושים הנ"ל: (צדק ו)יושר, צדקה, וחסד — לפנים משורת הדין.

און אין דעם באַקומען די רבנים אַ תוספות כח דורך דעם וואָס זיי קומען אויף „זמן מתן תורתנו", „חג המצו"ת", אין „ליובאַוויטש" צום רבי'ן, ובנדו"ד — אין דעם מקום (בית הכנסת ובית המדרש ובית מעשים טובים) פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, וואו עבד עבודתו הק' במשך עשר שנים האחרונות שלו בחיים חיותו בעלמא דין, און קדושה לא זזה ממקומהכח, ואדרבה — מוסיף והולך ואור, אין דער אַרבעט פון פעולות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, דורך זיינע תלמידים ותלמידי תלמידים וכו':

דורך פּראַווען „זמן מתן תורתנו" אין „ליובאַוויטש", אין די ד' אמות פון דעם מקור פון הפצת התורה והפצת המעינות חוצה, וואו מ'לערנט און מ'חזר'ט די תורה פון רבותינו נשיאינו, ובמיוחד בתורת החסידות — גיט עס יעדערן אַ כח מיוחד אין כל עניני התורה, כולל ובמיוחד — אין דעם ענין פון „מורה צדק", ביז צדק אין אַן אופן פון מדת חסידות (לפנים משורת הדין), זייענדיק מיוסד און דורכגענומען מיט דער תורה און הדרכה פון רבותינו נשיאינו אין תורת החסידות, מאור שבתורה.

ולהוסיף, אַז דאָס האָט אויך אַ שייכות מיוחדת מיט דעם וואָס דורך הפצת המעינות חוצה איז אתי מר דאָ מלכא משיחאכט, וואָס משיח צדקנו איז דער שלימות'דיקער „מורהל צדק"לא (כשמו משיח צדקנו)לב — כמ"ש „ושפט בצדק גו' והי' צדק אזור מתניו"לג, „והקימותי לדוד צמח צדיק גו' ועשה משפט וצדקה בארץ גו' וזה שמו אשר יקראו ה' צדקנו"לד.

ה. צווישן די מעלות בפועל וואָס זיינען פאַראַן אין דעם וואָס רבנים „מורי צדק" קלייבן זיך צוזאַמען במקום אחד, איז דאָס — וואָס דאָס גיט אַ מעגלעכקייט צו זיך צוזאַמענרעדן פנים אל פנים און מברר זיין פאַרשידענע שאלות וספיקות העומדות על הפרק, בכדי קענען נאָך בעסער אויספירן זייער תפ־491קיד אַלס „מורי צדק", וואָס די התדברות פנים אל פנים האָט אַ סך מער תוקף און איז מיט מער הצלחה ווי בשעת מ'רעדט זיך צוזאַמען דורך מכתבים און שלוחים וכיו"ב (ווען יעדער רב געפינט זיך במקומו — בשאר ימי השנה), ווי מ'זעט בפועל.

דאָס צוזאַמענרעדן זיך צווישן רבנים איז נוגע במיוחד בדורנו זה ודורות האחרונים בכלל — ווען עס זיינען צוגעקומען נייע שאלות וספיקות צוליב די נייע אַנטוויקלונגען בעולם און חידושים וואָס זיינען צוגעקומען אין מקום ומצב בני ישראל, שאלות וואָס זיינען ניט געווען במציאות בזמן חיבור השולחן ערוך, ובמילא דאַרף מען האָבן אַן עיון מיוחד צו מברר זיין די שאלות — ווי שאלות בנוגע צו מלאכות שבת דורך נוצן די מכשירים וואָס זיין נתחדש געוואָרן לאחרונה; שאלות בנוגע צו נייע טיפולי רפואה [כולל — בנוגע צו דער שיטה ברפואה די אַזוי גערופענע „פּרעווענטיוו" רפואה (באַוואָרענען אַז מלכתחילה „לא אשים עליך"לה), ע"ד ווי דער רמב"ם שרייבטלו, אַז „כל המנהיג עצמו בדרכים אלו שהורינו, אני ערב לו שאינו בא לידי חולי כל ימיו"].

ולהוסיף, אַז צוליב ירידת הדורות וחושך הגלות — קומען אויך צו נייע שאלות אין עניני רפואת הנפש, אין וועלכע די רבנים דאַרפן „מורה צדק" זיין, און אָנווייזן הוראות בזה לויט דיני התורה.

וואָס דאָס איז נוגע במיוחד בזמן זה, תחלת ימי הקיץ — וואָס דעמולט פאַרנעמט מען זיך מער בעניני בריאות הגוף, און מ'דאַרף האָבן די באַוואָרעניש עס זאָל ניט ברענגען צו „וישמן ישורון ויבעט"לז, וכמבואר בספריםלח אַז דאָס איז איינער פון די טעמים אויף דעם וואָס מ'לערנט פרקי אבות אין דעם זמן, ווייל דאָרטן רעדט זיך וועגן „מוסרים ומדות"לט, וואָס באַוואָרנען און זיינען מעורר אַ אידן ער זאָל זיך יאָגן נאָך מדות טובות וכו', ולפנים משורת הדיןמ.

דערפאַר וואָלט געווען אַ דבר נכון ביותר, אַז די רבנים „מורי צדק" וועלכע געפינען זיך דאָ אויף חג השבועות, זאָלן מאַכן אַן אסיפה און זיך צוזאַמענרעדן אין שאלות וענינים העומדים על הפרק, כמדובר לעיל. ובכללות — צו זיין „מורי צדק" הראוי לשמם, און אָנווייזן אידן דעם דרך הצדק, ביז אַז מ'זאָל מאַכן פון יעדער איד אַ „מורה צדק" בחייו הפרטים ובהנהגתו הפרטית; און מ'האָט אויף דעם אַ נתינת כח מיוחדת מצד דעם זמן שגרמא — „זמן מתן תורתנו", און מקום גרמא — די ד' אמות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו.

ו. בכדי נאָכמער מוסיף זיין אין דעם אַלעם, און פאַרבינדן די החלטות בזה איצטער מיט אַן ענין גשמימא — איז492אויך כדאי אַז די רבנים וואָס געפינען זיך איצטער באַ דער התוועדות זאָלן אַלע זאָגן „לחיים" אויף יין המשמח, און מיט אַ שטורעם, צוזאַמען מיט אַ ניגון שמח, און צו זיי זאָלן זיך אויך מצטרף זיין די אַלע וואָס האָבן באַקומען סמיכה אויף רבנות אָדער זיינען ראוי לקבל סמיכה,

און דאָס וועט מוסיף זיין אין דעם כח וואָס די רבנים באַקומען פון דעם „זמן מתן תורתנו" שנת ה'תש"נ (ר"ת הי' תהא שנת נסים) אַז אַלע עניני רבנות שלהם זאָלן זיין בהצלחה רבה ומופלגה.

ויהי רצון, אַז דאָס זאָל זיין אַן (אמירת) „לחיים" אין גלות, אַ לעצטער ווייל תיכף ומיד ממש איז דער אויבערשטער — „מורה צדק" און טוט דאָס וואָס איז מוכרח ע"פ דין (כביכול), „משפט" (וואָרום די גמראמב האָט שוין אָפּגע'פסק'נט אַז „כלו כל הקיצין"), און צוזאַמען דערמיט איז דאָס בדרך צדקה וחסדמג (און הגם אַז אידן קענען דאָס מאָנען „בזרוע"מד בעט מען דאָס בדרך צדקהמה), די צדקה הכי גדולה והכי עיקרית — אַז ער ברענגט די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, „מורה צדק", און עס ווערט נתגלה בשלימות ביי אַלע אידן דאָס וואָס זיי זיינען „ועמך כולם צדיקים"מו, יעדער פון זיי אַ „מורה צדק" בהנהגתו,

און מ'גייט אַלע, עם ענני שמיא בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינומז, אין ארץ הקודש, „ואשיבה שופטיך כבראשונה"מח, אין ירושלים עיר הקודש, ביז די סנהדרין אין לשכת הגזיתמט, ומשיח ילמד תורה לכל ישראל, און מ'איז מקבל „תורה חדשה מאתי תצא"נ, וכל זה — תיכף ומיד ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-t4a96s3c

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#159 Sefer HaSichos ה'תש"נ, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here