נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
133ת צ א
א.אויף די ווערטער „למען ייטב לך וגו'" — דער סיום פון פּסוק „שלח תשלח את האם וגו'"א — איז רש"י מפרש; „אם מצוה קלה שאין בה חסרון כיס אמרה תורה למען ייטב לך והארכת ימיםב, ק"ו למתן שכרן של מצות חמורות".
זאָגן מפרשיםג, אַז ביי רש"י'ן איז דאָ קשה; ווי קומט עס אַז דווקא ביי שילוח הקן, וואָס דאָס איז דאָך אַ מצוה קלה וכו', ווערט צוגעזאָגט אין דער תורה דער שכר פון „למען ייטב לך וגו'"? דעריבער באַוואָרנט רש"י, אַז אדרבה היא הנותנת; דערפאַר האָט די תורה אויסגעקליבן צו שרייבן דעם שכר דווקא ביי אַ מצוה קלה, בכדי מען זאָל פון איר אַרויסלערנען מיט אַ ק"ו אויף אַלע אַנדערע מצות וואָס לגבי איר זיינען זיי „חמורות" — זייער קיום איז פאַרבונדן מיט מער שוועריקייטןד ווי דער קיום פון מצות שילוח הקן.
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין; דעם פּירוש „אם מצוה קלה כו'" האָט רש"י גענומען (לכאורה) פון ספרי און משנהה, און דאָרט ווערט געזאָגט; „מצוה קלה שהיא כאיסר כו'" —135דיעה). אָבער אין פּרש"י (דרך הפּשט) ווערט געזאָגט „שאין בה חסרון כיס", עס וועט ניט געמינערט ווערן פון דעם וואָס עס געפינט זיך באַ עם אין בייטל. וואָרום אינעם שכל פון אַ „בן חמש (למקרא)"ח איז אָפּגעלייגט אַז מניעת הריוח איז ניט גלייך צו הפסד.
ד. אָבער עס איז שווער אַזוי פאַרענטפערן, וואָרום ס־סוף איז עס דאָך אַ קלאָרע זאַך און אויך אַ קינד פילט עס באַ זיך אַז אויך מניעת הריוח פאַרנעמט אַן אָרט ביים מענטשן. און וויבאַלד אַזוי, איז הדרא קושיא לדוכתא: פאַרוואָס קלייבט אויס די תורה אָנצוזאָגן דעם שכר „למען ייטב לך וגו'" ביי מצות שילוח הקן וואו ס'איז דאָ עכ"פּ מניעת הריוח (כאיסר), בעת דאָס וואָלט געווען לכאורה מער מתאים צו געזאָגט ווערן ביי אַזאַ מצוה וואו ס'איז אפילו קיין מניעת הריוח ניט פאַראַן?
אָבער די תורה זאָגט דאָך אָן דעם שכר „למען ייטב לך וגו'" ביי מצות שילוח הקן — איז דאָס גופא אַ הוכחה אַז מיט „שאין בה חסרון כיס" אין פּרש"י, ווערט געמיינט אַזאַ אופן וואָס דער מענטש ליידט דאָ ניט קיין שום שאָדן, אפילו ניט קיין מניעת הריוחט.
ו. נאָך דעם שכר פון „למען ייטב לך והארכת ימים", איז תורה מוסיף נאָך אַ שכר; כי תבנה בית חדש וגו'. ווי רש"י טייטשט עס אויסיא; „אם קיימת מצות שילוח הקן, סופך לבנות בית חדש ותקיים מצות מעקהיב שמצוה גוררת מצוה ותגיע לכרם ו־136שדהיג ולבגדים נאיםיד. לכך נסמכו הפּרשיות הללו".
עס ליגט אין טבע ה"אם", אַז אויך נאָכדעם ווי מ'שיקט זי אַוועק פון די „בנים", זאָל זי זיך אומקערן צום קן נאָכאַמאָל און ווידעראַמאָל. ובמילא קומט אויס, אַז ביי מצות שילוח הקן איז אפילו קיין מניעת הריוח ניטאָ — היות אַז עס ליגט בטבע האם אַז זי זאָל צוריקקומען.
ע"פּ דרך ההלכה לערנט מען אָפּ פון לשון „שלח תשלח את האם", אַז נאָך איר אומקערן זיך דאַרף מען איר ווידער אַוועקשיקן און אַזוי ביז אפילו מאה פּעמיםיח. משא"כ ע"ד הפּשט, איז אדרבה — אַז ער האָט איר (איינמאָל) אַוועקגעשיקט — איז מכאן ולהבא איז זי שוין; (א) ניט „בעודה על בני'", (ב) „מזומן" — וואָס רש"י האָט ערשט מפרש געווען אַז דאַמאָלס איז ניטאָ די מצוה שלחיט.
און דעריבער זאָגט די משנה און ספרי „שהיא כאיסר", ווייל ער טאָר זי ניט צונעמען אויך נאָכן שפּעטערדיקן צוריקקומען (איידער „נטל את הבנים כו'") — האָט ער ניט דעם „כאיסר"כ. משא"כ אין דרך הפּשט138נעקענט מיינען, אַז די תורה האָט ביי זיי צוגעזאָגט דעם שכר „למען ייטב לך והארכת ימים" דערפאַר וואָס זייער קיום איז אָפטמאָל פאַרבונדן מיט שוועריקייטן, ובמילא וואָלט מען פון זיי ניט געקענט אָפּלערנען אַז דער דאָזיקער שכר איז אויך פאַראַן ביי שילוח הקן, וויבאַלד ס'איז דאָרט קיינמאָל ניטאָ אָט די שוועריקייט. דערפאַר ווערט „למען ייטב לך וגו'" געזאָגט ביי שילוח הקן דוקא, ווייל פון דעם קען מען יע אָפּלערנען מיט אַ ק"ו, אויף אַלע אַנדערע מצות, כנ"ל.
ט. און דאָ זעט מען אויך ווי אַזוי דער פּירוש פון רש"י עה"ת, לויט דרך הפּשט, איז פאַרבונדן אויך מיטן חלק ההלכה שבתורה;
ס'איז דאָ אַ חקירה אין חוות יאירכח; צי אין דער מצוה פון שלח תשלת את האם איז מען מחוייב דוקא אין פאַל ווען מ'נעמט צו די בנים, אָדער די מצוה איז חל יעדער מאָל ווען מ'טרעפט אַ קן צפור — אויך ווען מ'וויל די בנים ניט צונעמען.
זעט מען פון פּרש"י דידן, אַז לויט לשון רש"י מצוה קלה (סתם, אָן קיינע הגבלות) און לויט תוכן פּירושו איז מען מחוייב אין דער מצוה פון „שלח תשלח את האם" נאָר דעמאָלט ווען „את הבנים תקח לך", כנ"ל ס"ח.
י. ע"פּ הנ"ל י"ל, אַז דאָס וואָס רש"י איז ממשיך ווייטער; „אם קיימת מצות שילוח הקן סופך לבנות בית חדש ותקיים מצות מעקה שמצוה גוררת מצוה", מיינט ער צו זאָגן אַז באַ „בית חדש" איז דאָ צוויי סאָרטן שכר; עיקר השכר (ווי רובם ככולםכ פון די יעודים שבתורה — יעודים גשמיים) „סופך לבנות בית חדש", און (מצוה) „גוררת מצוה" (— „תקיים מצות מעקה").
און דער צווייטער סאָרט שכר [„גוררת מצוה"] איז דוקא באַ בית — ווייל מצות מעקה איז בדומה צו מצות שילוח הקן; ד.ה. אַז לויטן דרך הפּשט, איז דער קיום פון איין מצוה גורר בלויז אַזאַ מצוה וועלכע איז ענלעךכז צו דער ערשטער אָפּגעטאָנענער מצוה. און דערפאַר ברענגט די מצוה שילוח הקן צו דער מצות מעקה, ווייל מצות מעקה איז גלייך צו מצות שילוח הקן דערמיט, וואָס (א) אויך אין דער מצוה צו בויען אַ מעקה איז אַ איד מחוייב דוקא ווען ער בויט אַ בית חדש פאַר זיך — גלייך צום חיוב פון שלח תשלח את האם, וואָס קומט דוקא בשעת „את הבנים תקח לך"; (ב) דער טעם פון מצות מעקה איז (ע"ד הפּשט) צו פאַרהיטן פון אכזריות: „ולא תשים דמים בביתך"לח — און אויך אין שילוח הקן, ע"פּ140ווען אויסגעשטעלט אין אַ פאַרשטאַנדיקן סדר; אַז אַלס שכר פון דער מצוה וועט ער באַקומען ניט בלויז מזון (כרם ושדה) און לבוש (בגדים נאים), נאָר אויך בית חדש. פאַרוואָסזשע שטייט „כי תבנה בית חדש" פריער פאַר כרם ושדה ובגדים נאים?
לויט פּרש"י איז עס אָבער פאַרשטאַנדיק בפּשטות; וויבאַלד אַז די שייכות פון „כי תבנה בית חדש" צו מצות שילוח הקן איז אויך מצד דער מצוה פון „ועשית מעקה לגגך" — משא"כ די שייכות פון די אַנדערע פּסוקים איז בלויז וואָס „תגיע לכרם ושדה ולבגדים נאים" און ניט מצד די מצות שבהם — מוז דאָך דער פּסוק „כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך" שטיין בסמיכות צו מצות שילוח הקןלד.
יב. פון די ענינים פון „יינה של תורה" אין פּירוש רש"י דידן;
דער טעם הפּנימי דערפון וואָס בעת אַ ציווי שטייט בלשון „מקור" — אַזוי ווי דער ציווי פון שילוח הקן וואָס איז געזאָגט געוואָרן מיטן לשון „שלח" — לערנט מען דערפון אָפּ ע"פּ דרך ההלכה אַז דאָס מיינט „אפילו מאה פּעמים";
עשי' מצד עצמה איז במדידה והגבלה. און אַזוי איז עס אפילו ווען די עשי' קומט מצד שכל ומדות, וואָס דאַן ווערט עס געטאָן מיט חיות — ווייל אויך שכל און מדות זיינען כחות מוגבלים. בשעת אָבער די עשי' קומט מצד רצון ועאכו"כ ווען עס קומט מצד עצם הנפש, ובדוגמא ווי דאָס וואָס אַ מענטש טוט בכדי צו ראַטעווען זיך פון אַ סכנה ר"ל, איז וויבאַלד אַז דער עצם הנפש איז דאָך ניט מוגבל — איז הגם אַז די עשי' קומט דורך דעם כח המעשהלח, ווירקט אָבער דער רצון אָדער דער עצם הנפש אויך אויפן כח המעשה, אַז זיין פּעולה זאָל זיין אָן הגבלותלח.
און דאָס איז דער טעם וואָס אַ ציווי בלשון מקור באַדייט „אפילו מאה פּעמים";
סתם אַ ציווי איז פאַרבונדן בלויז מיטן כח המעשה (וואָרום דער אָנזאָג איז דאָך — אַז מען זאָל טאָן); משא"כ אַ ציווי בלשון מקור מיינט, אַז אין דער עשי' דאַרף זיך אַרויסזאָגן דער „מקור", אַז זי דאַרף אַרויסשטאַמען פון רצון ועצם הנפש וועלכע איז דער מקור פון אַלע כחות. און דעריבער איז עס „אפילו מאה פּעמים", ווייל מצד עצם הנפש פאַלן אַוועק אַלע הגבלותלז.
141יג. אָבער פונדעסטוועגן, הגם „שלח" איז אַ לשון „מקור", מיינט עס ע"ד הפּשט צו אַוועקשיקן בלויז איין מאָל — ווייל אין תחלת העבודה (ווען מען האַלט נאָך אין דער דרגא פון פּשט, פון אַ „בן חמש"), אפילו ווען עס ווערט נתעורר דער „מקור", דער רצון ועצם הנשמה, ווערן נאָך דערפון די כחות הגלויים ניט באַווירקט אין אַן אופן אַז אויך זיי זאָלן זיין אָן הגבלות; מצד התעוררות עצם הנשמה איז ער טאַקע מקיים מצות (ניט ווי פאַר דער התעוררות, ווען ער האָט כלל ניט געטראַכט וועגן קיום המצות, און אדרבה; מען האָט געדאַרפט באַוואָרענען „תועבת ה' אלקיך" וואָס רעדט זיך אין פריערדיקן פּסוקלח — פאַר „כי יקרא קן צפור"לט), אָבער זיין קיום המצות איז נאָך גאָר בהתחלה, ביז — אַז מצד דער התעוררות איז ער גרייט צו מקיים זיין בלויז אַ „מצוה קלה שאין בה חסרון כיס" — וואו ער איז ניט מפסיד אפילו אַ דבר מועט — כאיסר.
אָבער וויבאַלד אַז די התעוררות הרצון ועצם הנשמה איז אַרויסגעקומען אין אַ פּועל ממש, איז „מצוה גוררת מצוה" און דער קיום פון מצות שילוח הקן, וואָס איז אַ מצוה קלה, איז שוין גורר צום קיום פון מצות מעקה ביי וועלכער עס איז שוין יע דאָ אַ חסרון כיס.
יד. וי"ל אַז דאָס איז אויך דער טעם פּנימי וואָס „כי תבנה בית חדש" שטייט פאַר „לא תזרע כרמך כלאים גו' לא תחרוש גו' לא תלבש שעטנז גו'" (אויך לויטן פּירוש אַז „מצוה גוררת מצוה" מיינט — צו יעדערער פון אַלע מצות);
אָט די התעוררות הרצון ועצם הנשמה, וואָס צום אָנהויב דריקט זי זיך אויס אינעם קיום פון בלויז אַ „מצוה קלה", איז אויך נאָכדעם ווי זי איז „גורר" ומעורר צו מקיים זיין אפילו מצות חמורות, זיינען דאָס אַזעלכע מצות וועלכע זיינען אין דער בחינה פון „בית", מקיף הרחוק, וואָס איז פאַרבונדן מיט יחידה; און לאחרי זה וואָס בחי' יחידה באַווירקט אים צו מקיים זיין די מצות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט בחי' „בית" אויך אפילו ווען ער האָט דערביי אַ חסרון כיס — דאַן הויבט זיך ביי אים אָן דער סדר העבודה מלמטה למעלה; פריער „כרם ושדה" — בחי' מזון, און דערנאָך „בגדים נאים" — בחי' לבוש (מקיף הקרוב).
טו. און דאָס איז אויך פאַרבונדן מיטן ענין פון חדש אלול (וואָס פּרשת142תצא לייענט מען אַלע מאָל בחדש אלולמ):
די התעוררות התשובה פון חדש אלול איז — בנוגע מכאן ולהבא — (בעיקר) אַ הזזה כלליתמא, און דעריבער ווירקט זי מלכתחלה צו טאָן בלויז אַ „מצוה קלה". אָבער וויבאַלד אַז די התעוררות איז אין אַזאַ אופן וואָס סוכ"ס ברענגט זי צום קיום פון אַלע מצות — צוליב דעם אַליין, דורך דער התעוררות אַליין — איז מען שויןמב זוכה צו אַ כתיבה וחתימה טובה, ווי דער פּסוק זאָגט אַז צוליב מצות שילוח הקן אַליין (נאָך איידער זי ברענגט צום קיום פון מצות מעקה) וועט זיין „ייטב לך והארכת ימים", וואָס לויט פשוטו של מקרא — עולם המעשה — מיינט דער „ייטב לך והארכת ימים" פּשוט אין עולם־הזהכ, אַז עס וועט זיין אַ שנה טובה ומתוקה אין אַלע פּרטים, בבני, חיי ומזוני, ובכולם — רויחי.
(משיחת ש"פ תצא תשכ"ז)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר