English
ספרייה

לקוטי שיחות

כ"ף אב א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

86עשרים באב*

א. ע"פ המבואר לעילא אין דעם חילוק צווישן חדש אב און חדש אלול, קען מען אויך מבאר זיין וואָס עס ווערט דערציילט אין משנהב, אַז עשרים באב איז געווען דער טאָג ווען „בני פחת מואב בן יהודה" האָבן מנדב געווען עצים פאַרן מזבח, און עשרים באלול — „בני עדין בן יהודה".

שטעלט זיך די גמראג אויף „בעשרים בו (באב) בני פחת מואב בן יהודה" און ברענגט צוויי דיעות ווער זיי זיינען דאָס געווען; ר' מאיר זאָגט „בני פחת מואב בן יהודה הן הן בני דוד בן יהודה" און ר' יוסי זאָגט „הן הן בני יואב בן צרוי'". דערנאָך שטעלט זיך די גמרא אויף „בעשרים באלול בני עדין בן יהודה" און ברענגט אויך וועגן זיי צוויי דיעות: ר' יהודה האַלט „בני עדין בן יהודה הן הן בני דוד בן יהודה" און ר' יוסי זאָגט „הן הן בני יואב בן צרוי'".

דערנאָך ברענגט די גמרא דעם לשון המשנה „באחד בטבת שבו בני פרעוש שני'", און פרעגט: „מני מתניתין . . אי ר' יוסי ליתני (ביי די „בני עדין") שבו בני יואב בן צרוי' שני'" (וויבאַלד אַז „הן הן בני יואב בן צרוי'" פּונקט ווי „בני פחת מואב" האָט געדאַרפט שטיין „שני'" — אַזוי ווי ביי „בני פרעוש", וואָס ביי דעם צווייטן זמן פון זייער נדבה שטייט דער לשון „שני'") ? און די גמרא ענטפערט: „תרי תנאי ואליבא דר' יוסי".

ולכאורה, צוליב וואָס דאַרף די גמ' פרעגן פון דעם לשון „שני'" וואָס שטייט ערשט ווייטער אין דער משנה — באַלד אויפן אָרט שטעלט זיך דאָך אויך אַ (גרעסערע) קשיא; פאַרוואָס ביי עשרים באב רופט מען די „בני יואב בן צרוי'" מיטן נאָמען „בני פחת מואב" און ביי עשרים באלול „בני עדין"?

זעט מען דערפון, אַז דאָס (וואָס די זעלבע משפּחה ווערט אָנגערופן ביי איין נדבה מיט איין נאָמען און ביי אַ צווייטער נדבה מיט אַן אַנדער נאָמען) האַלט ניט די גמרא פאַר אַ „קשיא", דאָס זיינען טאַקע צוויי פאַרשידענע נעמען אָבער ס'איז די זעלבע משפּחה.

[וי"ל: וויבאַלד אַז דעם תירוץ „תרי תנאי כו'" זאָגט די גמרא בלויז בכדי צו פאַרענטפערן די קשיא „מני מתניתן כו' ליתני כו' שני'" (מצד דעם וואָס מען זעט אַז די משנה נוצט זיך מיטן לשון „שני'" בנוגע די בני87פרעוש), און מצד דעם איז די גמרא מחדש „תרי תנאי כו'" (און אַז איינע פון די צוויי משפּחות — בני פחת מואב אָדער בני עדין — איז געווען ניט בני דוד און ניט בני יואבד), איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז בנוגע צו די צוויי ברייתות גופא (וואָס אין גמ' שטייט ניט אַז ס'איז „תרי תנאי") — קען מען אָננעמעןח אַז עס איז ניטאָ קיין פּלוגתא צווישן זיי, און „בני פחת מואב" מיט „בני עדין" זיינען די זעלבעח משפחהז].

און וויבאַלד אַז די זעלבע משפּחה ווערט אָנגערופן ביי די צוויי נדבות מיט אַנדערע נעמען — איז מובןח, אַז די נדבת עצים בעשרים באב איז שייך צו (דעם נאָמען) „בני פחת89זיינע כחות הגלויים זיינען בתכלית השלימות, אָבער — ווער ווייס וואָס עס טוט זיך מיט זיין עצם הנפש און דאָס דערנעמט עם ביז לבכי' (במרירות)יד, דאָס פועל'ט אויף אים אַז ער זאָל זוכן צו טאָן אַ צווייטן אידן אַ טובה, ווייל ביי אים איז אָפּגעלייגט, אַז כאָטש דער צווייטער איז נכשל געוואָרן אין אַ חטא — איז יענער העכער פון איםטז.

ד. און דאָס איז דער חילוק צווישן דער נדבת עצים בעשרים באב פון „בני פחת מואב", און דער נדבת עצים בעשרים באלוליז פון „בני עדין";

מצד דעם ענין פון חדש אלול — חדש הרחמים, ווען ביי אים איז מאיר גילוי אלקות, פילט ער אַז ער איז בן „עדין — שהי' מעדן עצמו להיות מיושב דעת בדברי תורה"27), אַז ער האָט אַ ספּעציעלן געשמאַק אין תורה — און אעפ"כ איז ער יורד פון זיין מדריגה בכדי אַרויסצוהעלפן אַ צווייטן אידן — שלמטה ממנו;

אָבער מצד דעם ענין פון חדש אב — חדש הדינים, ווען ער דערהערט דעם „עזבני גו' שכחני", דאַן איז ער מרגיש ווי ער איז פון בני „פחת מואב", פון רות המואבי'יח, וואָס בחסדי ה'* האָט זי זיך מגייר געווען. און דעריבער קוקט ער אויף יעדן אידן — ווי יענער שטייט העכער פון אים, און במילא העלפט ער יעדן מיט וואָס ער קען.

ועפּי"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס פון פּשטות הכתובים אין תושב"כ איז משמע, אַז בני פחת מואב שטאַמען פון יואבכ און בני עדין — פון דודכ, ווייל — עבודתו של יואב איז געווען בעיקר מלחמה, עבודת הבירורים, און עבודתו של דוד איז געווען בעיקר עסק התורהכא.

ה. עס שטייט דאָך „מרום וקדוש אשכון ואת דכא ושפל רוח" (דוקא), „השמים כסאי גו' (אבל) ואל זה אביט אל עני ונכה רוח"כב, איז דערפון מובן דער גודל העילוי פון נדבת עצים בעשרים באב מצד דעם הרגש אַז ער איז פון בני פחת מואב (ובדוגמת מה שנת"ל *כב די מעלת העבודה פון „והי' עקב תשמעון" און „ותאמר ציון עזבני ה' וגו'" וועלכע זיינען שייך צו חדש אב).

און דאָס גופא ברענגט, אַז עס ווערט נתברר באַ עםכג דעם ספק פון איני90יודע באיזה דרך מוליכין אותי וועלכער איז אפשר ביי אים פאַראַן מחמת דעם וואָס ער קומט אַרויס פון מואב, און מען קומט צו „בני עדין" — אַז מען שטייט בתכלית השלימות.

ובסגנון אחר; כשם ווי פון „ותאמר ציון גו'" קומט מען צו צו „אנכי אנכי הוא מנחמכם" (כנ"ל שם), אַזוי אויך דורך דער עבודה פון בני פחת מואב, וואָס אין פּשטות גייט עס אויף יואב'ן (כנ"ל) — עבודת הבירורים, קומט מען צו בני עדין, וואָס בפּשטות גייט עס אויף דוד'ן כנ"ל, וואָס „ודוד עבדי נשיא להם לעולם"כד, יבא ויגאלנו בקרוב ממש.

(משיחות כ' מנ"א וש"פ ראה תשכ"ט)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-5fgrgn1d

עותקים

פעילות אחרונה

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · אושרה
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · נסגרה

מקורות