לקוטי שיחות
עקב א
73דמשיחאיג, בעת דער חשך הגלות איז גאָר שטאַרק*13;
בשעת אַ איד איז מקיים מצות ווען ביי אים איז מאיר אלקות בגילוי, האָבנדיק דאַן אַ געשמאַק אין זיין עבודה, איז דאָ במילא אַריינגעמישט אויך זיין מציאות, און עס דריקט זיך ניט אויס אַזוי שטאַרק זיין ביטול צום אויבערשטן; משא"כ ביים מקיים זיין מצות אין זמן החשך, איז דאָ ניט אַריינגעמישט מציאות האדם און עס קומט צום אויסדרוק דער ביטול פון דעם אידןיד.
און הגם אַז בזמן הגלותיח „אין אנו יכולים (לעלות וליראות ו)להשתחוות לפניך"10); דוקא בזמן הבית, ווען אלקות איז געווען בגילוי — „ליראות", ס'איז געווען ראיית אלקות וכדרך שבא לראות כך בא ליראותיז — האָט די ראי' געבראַכט צו השתחוואה „בבחי' פּנימיות", צו „בטליח רצונך מפני רצונו", אַז ער איז נתבטל געוואָרן לגמרי און האָט אָנגעוואָרן זיין אייגענעם רצון; משא"כ בזמן הגלות, וויבאַלד עס איז ניטאָ דער „ליראות" איז במילא אויך ניטאָ דער „להשתחוות", און די השתחוואה וואָס איז יע פאַראַן היינט איז בלויז „בבחי' חיצוניות", אַז ער האָט אַ „רצון אחר ומחשבה אחרת בפ"ע", מער ניט — ער איז „מכניע את הגוף שלא ימרוד"יט,
איז דאָס אָבער נאָר בנוגע דעם כמות הביטול. אַז דער ביטול שבזמן הבית נעמט דורך דעם מענטשן אינגאַנצן, ביז אַז „אין לו רצון וחפץ אחר כלל", און בזמן הגלות ווערט ער ניט דורכגענומען פון דעם ביטול, ער בלייבט אַ „דבר בפני עצמו", און ער איז זיך נאָר מכניע פאַר דעם אויבערשטן,
76און דאָס איז אויך מרומז אין דעם וואָס גלייך נאָך פ' עקב גייט מען אַריבער צו פ' ראה; בתחלת העבודה, שטייענדיק אין אַ דרגא פון „עקב", איז ניטאָ דער „ליראות" (כנ"ל ס"ד), און די עבודה איז נאָר אין אַן אופן פון „תשמעון"; אָבער דוקא דורך דעם, קומט מען צו גלייך צו „ראה", און (ניט צו ראי' אין בחי' הגילויים, נאָר) צו „ראה אנכי" — גילוי העצמות.
ח. ע"פּ הנ"ל קען מען אויך מבאר זיין דעם סדר פון די ערשטע דריי סדרות און הפטרות פון די שבעה דנחמתא *32):
די התחלה און נתינת כח צו יעדער ענין איז — אתערותא דלעילאלח. און דערפאַר איז אין דעם ערשטן שבת לאחרי ת"ב — התחלת עבודה לאחרי החורבן דסליק לעילא ולעילא*33 — לייענט מען פ' ואתחנן — מתנת חנם84). און אויך די הפטרה דאַן איז „נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם" — אַ נחמה וואָס קומט מצד למעלה.
און דאָס איז אויך וואָס די בקשה פון „ואתחנן גו'" איז „אעברה נא ואראה"לו, בחי' ראי' (וואָס איז העכער פון שמיעה30)), ווייל מצד דעם גילוי אור וואָס איז מאיר מלמעלה באופן פון מתנת חנם, איז אלקות בבחי' פּשיטות, ראי'.
היות אָבער אַז המשכת העצמות קומט דוקא דורך דער עבודה בדרך אתעדל"ת, און אתעדל"ע מצד עצמה איז נאָר פון בחי' חיצוניות האורלז (וואָס די דרגא פון חיצוניות האור האָט עפּעס אַ שייכות צו נבראים), דעריבער איז די ראי' וואָס קומט בדרך מתנת חנם — נאָר אין בחי' הגילויים און זי פּועל'ט ניט דעם אמת'ן ביטול [ווי גערעדט פריער (סעיף ד'), בנוגע דעם „להשתחוות" וואָס איז געקומען מצד דעם „ליראות" (בביהמ"קלח), אַז אין דער השתחווי' איז געווען אַריינגעמישט אויך די מציאות הנברא].
און דאָס איז אויך וואָס די נחמה פון שבת (פ' ואתחנן, שבת) נחמו, קומט דורך נביאים; וויבאַלד אַז אין המשכה מלמעלמ"ט איז דער „מטה" תופס מקום, דעריבער קומט די המ־77שכה אין אַן אופן וואָס דער מטה זאָל זי קענען תופס זייןלט.
דערנאָך דאַרף זיין די עבודה בדרך אתעדל"ת — פון אידן צו אלקות (ניט מצד גילוי אור מלמעלה, נאָר) מצד זייער אייגענער עבודהמ. וואָס דאָס איז דער ענין פון „והי' עקב תשמעון", אַז אויך אין דער דרגא פון „עקב" וואו ס'איז ניט מאיר גילוי אלקות, איז דער איד זיך מבטלמא און מכניע צום אויבערשטן אין אַן אופן פון „תשמעון"מב.
און דאָס איז אויך וואָס די הפטרה פון פ' עקב איז „ותאמר ציון עזבני ה' ואד' שכחני", וואָס די מרירות קומט [ניט מצד גילוי וואָס איז מאיר מלמעלה — וואָרום אדרבה, ס'איז אַ מצב פון „עזבני" און „שכחני" — נאָר] מצד דעם מטה גופא.
און דאָס איז פאַרבונדן מיטן פּירוש המדרשמג אַז „ותאמר ציון גו'" איז אַן ענטפער אויף „נחמו נחמו גו'"; אַז לאחרי ווי דער אויבערשטער זאָגט צו די נביאים אַז זיי זאָלן טרייסטן די אידן, זאָגט אויף דעם כנס"י „עזבני ה' ואד' שכחני", אַז זיי ווילן די נחמה פון דעם אויבערשטן אַליין (ניט דורך נביאים) — ולכאורה; אידן האָבן דאָך געהערט דברי הנביאים פון מרע"ה אָן, ואדרבא — דאָס איז גאָר אַ יסוד ועיקר באמונה ווי ער זאָגט ברמב"ם; „מיסודי הדת לידע שהא־ל מנבא את בני האדם"מד — נאָר דוקא ווען ס'איז ניטאָ קיין גילוי — „עזבני" און „שכחני" — מען שטייט אין אַ דרגא פון „עקב" און אעפ"כ איז פאַראַן די עבודה פון „תשמעון", באַגנוגנט מען זיך ניט מיט גילויים און מען פאַרלאַנגט המשכת העצמותמח.
היות אָבער אַז דער תכלית הכוונה איז דאָך (כנ"ל ס"ז) אַז עס זאָלן זיין ביידע מעלות — אַז אויך די דרגא פון אלקות וואָס איז העכער לגמרי* פון נבראים זאָל זיין בבחי' ראי' — אויף דעם קומט שפּעטער די פּרשה „ראה אנכי" — אַז אויך אין „אנכי" איז דאָ דער „ראה".
און דאָס איז אויך וואָס די הפטרה78פון פּ' ראהמ איז „עני' סוערה לא נחמה", אַז די אמירת „ציון עזבני גו'" טוט אויף די אמירת הנביאים שלוחי ה' „עני' סוערה לא נחמה", אָבער היות אַז דער גילוי קומט שוין לאחרי העבודה דלמטה (ותאמר ציון גו'), דעריבער איז (הגם אַז אויך ער קומט דורך נביאים, איז אָבער) ענינו ותוכנומג אַז די נחמה שע"י הנביאים איז ניט גענוג, און דער אויבערשטער איז מסכים*40) אַז מיט דער טענה „עזבני ה' גו'" איז כנס"י גערעכט — „עני' סוערה לא נחמה", און עס דאַרף זיין (ווי אין דער הפטרה שלאח"ז) „אנכי אנכי הוא מנחמכם"מז.
ט. ע"פּ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס פּ' עקב לייענט מען אַלעמאָל אין חדש אב, און פּ' ראה — אין שבת מברכים אלול אָדער בר"ח אלול גופא;
אב איז אַ חדש פון דיניםמח, און ער איז פון די מ' יום האמצעים וועלכע זיינען געווען „בכעס"מט. אלול אָבער איז חדש הרחמיםנ, און ער איז פון די מ' יום האחרונים וועלכע זיינען געווען „ברצון"מט.
איז בחדש אב — דינים, הערט זיך בעיקר דער העלם וריחוק — דער „עקב" און „עזבני גו' שכחני". אָבער דוקא דורך דעם קומט מען דערנאָך צום חדש הרחמים61) — „ראה אנכי" און די נחמה פון „אנכי אנכי גו'".
און פון דעם וואָס די עבודה „והי' עקב תשמעון" און די מרירות „עזבני גו' שכחני" ברענגען צום „ראה אנכי" און „אנכי אנכי הוא מנחמכם", איז מובן דער גודל העילוי שבעבודה זו, כידוע62) אַז אין די סיבה און דעם דבר הגורם (צו אַ געוויסן ענין) איז דאָ אַן עילוי לגבי דער זאַך וואָס קומט בסיבתו.