English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה לא

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

484ב"ה, ו' תשרי, ה'תשל"ד

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו שלום וברכה!

אין המשך צום בריוו אויף ראש־השנה —

אין וועלכן עס רעדט זיך וועגן דער שליחות וואָס דער באַשעפער האָט געגעבן דעם מענטשן אַלס דעם אויסדערוויילטן פון אַלע באַשעפענישן, צוזאַמען מיט אומגעהויערע כוחות דורכצופירן די שליחות אין לעבן —

וויל איך דאָ אונטערשטרייכן נאָך אַ נקודה: אַז פּונקט ווי דאָס געזאָגטע באַציט זיך אויף יעדן אידן, אַלס יחיד, באַציט זיך דאָס אויך און נאָך אין אַ שטאַרקערן אופן אויף דעם אידישן פאָלק, דעם אתה בחרתנו (אויסדערוויילטן) פאָלק, וועמען דער באַשעפער האָט געגעבן אַ ספּעציעלע שליחות אַלס פאָלק צווישן די פּעלקער פון דער וועלט, ווי דער נביא זאָגט; כה אמר הא־ל הוי' בורא השמים גו' הארץ וצאצאי' גו' ואצרך ואתנך לברית עם לאור גויים (אַזוי האָט געזאָגט ג־ט דער באַשעפער פון הימל . . ערד און אירע באַשעפענישן . . איך וועל דיר היטן און מאַכן אַ בונד־פאַָלק, אַ ליכט פון די פעלקער).

און פּונקט ווי דער איד אַלס יחיד טאָר ניט פאַרגעסן אויף זיין שליחות, נאָר אדרבא — ער מוז אַלעמאָל זיין דורכגעדרונגען מיט זיין אחריות אין דעם און ניט אונטערשאַצן זיינע כוחות, אַזוי דאַרף אויך דער אידישער פאָלק אַלס פאָלק — שטענדיג געדענקן זיין ספּעציעלע אויפגאַבע485און ניט אונטערשאַצן זיינע כוחות און אַודאי ניט נאָכלויפן אָדער נאָכמאַכן אַנדערע פעלקער.

דאָס זעלבע באַציט זיך אין אַ קלענערן פאַרנעם און אין מער קאָנקרעטע ביישפּילען אויף יעדער אידישער קהלה, יעדער אידישער אָרגאַניזאַציע וואָס עס זאָל ניט זיין דער פאָרמעלער צוועק פון איר גרינדונג, ביז אפילו אויף אַן איינצעלנעם אידן אויב ער געפינט זיך אין אַ מצב וואָס ער ווערט באַטראַכט אַלס אַ ביישפּיל אָדער פאָרשטעער פונם גאַנצן אידישען פאָלק.

די דאָזיגע באַוואָרנונג איז נויטיג, פאַרשטייט זיך, ניט אין דעם געביט וואו די אייגענאַרטיקייט פון אידישן פאָלק איז קלאָר פאַר אַלעמען, אין דעם געביט פון ריין רוחניות'דיגען לעבן, פון אמת'ע אידישקייט; תורה און מצות, נאָר ספּעציעל אין דעם געביט פון ענינים אין וועלכע אַלע פעלקער גלייכן זיך אויס מע־ווייניגער אויסערליך, ד. ה. אין דעם געביט פון די אַזוי גערופּענע אַלגעמיינע און וועלטלעכע זאַכן, די באַציאונג פון די קהלות אָדער אָרגאַניזאַציעס צו דער אויסווייניגסטר וועלט אָדער צווישן זיך, וואָס דאַרף זיין די שטרעבונג פון אַ קהלה אָדער אָרגאַניזאַציע אין די געביטן פון באַשטימען זייער פירערשאַפט, וועלכע פּונקטען פון זייער פּראָגראַם קומען פריער, ווי פאַנאַנדערטיילען זייערע מיטלען א.ז.וו.

עס טרעפט אַז אין דעם אַלעם וויל מען באַשליסען לויט כח און כמות מער ווי לויט רוח און איכות. ווערט אויך אין דעם געביט באַוואָרענט, אַז לא בחיל ולא בכח כי אם ברוחי אמר ה' צבאות (ניט מיט מאַכט און ניט מיט כח נאָר מיט מיין גייסט זאָגט דער אויבערשטער). דעם אידישן פאָלק, דעם אידישן כלל (אפילו אַן אידן אַלס אַ יחיד) זיינען געגעבן געוואָרען ספּעציעלע ג־טליכע (רוחי) כוחות דורכצופירן זיין שליחות אין דער פולסטער מאָס. וואָרום באַ אידן זיינען די פיזישע כוחות פאַרבונדן און אונטערוואָרפען צו זיינע גייסטיגע כוחות, וועלכע זיינען אומבאַגרענעצט.

אַלס ביישפיל אין דעם דינט די צייט פון שלמה המלך, ווען אידן אַלס פאָלק צווישן די פעלקער זיינען געשטאַנען אין דער העכסטער מדריגה פון זייער שלימות, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה באַמערקן אויף דעם, אַז

נאכלויפען . . נכמאכען: ראה יחזקאל כ, לב־לג. שו"ת הצ"צ חיו"ד סצ"א ובהשמטות סוף שער המילואים. קונטרס ומעין מי"א בסופו. ולהעיר מביאור מרז"ל אנא נסיב מלכא (ס' המאמרים תר"ל ע' רצג ואילך).

אַזוי גערופענע: כי באמת גם בהם צאמר בכל דרכיך דעהו וכל מעשיך יהיו לשם שמים (טושו"ע או"ח סרל"א. וצ"ע שבשו"ע אדה"ז סקנ"ו ס"ב לא העתיק כל מעשיך כו').

לא . . צבאות: זכרי' ד, ו.486זיי זיינען געווען אין אַ מצב פון קיימא סיהרא באשלמותא (די לבנה איז געווען אין איר שלימות — אַ פולע לבנה) —

וואָרום, ווי באַקאַנט, איז דער אידישער פאָלק געגליכן צו דער לבנה און זיי „ציילן" זייער צייט (די חדטים פון לוח) לויט דער לבנה, וואָס פון די טעמים אין דעם איז, אַז אַזוי ווי די לבנה מאַכט דורך ענדערונגען לויט איר מצב לגבי דער זון, וועמענס ליכט זי שפּיגלט אָפּ, אַזוי שטייט דער אידישער פאָלק אין ענדערונגען לויט ווי אידן שפּיגלען אָפּ די ליכט פון דעם אויבערשטן, ווי עס שטייט געשריבן כי שמש ומגן הוי' אלקים (אַ זון און באַשיצונג איז הוי' ג־ט). —

האָט זיך די דאָזיגע שלימות אין דער צייט פון שלמה המלך (ניט קוקנדיג וואָס אויך דאַן זיינען אידן געווען אין כמות, גשמיות — המעט מכל העמים) אויסגעדריקט אין אַ גאַנץ איזגנאַרטיקען אופן אין די פאַרבינדונגען פונם אידישען פאָלק מיט די אַנדערע פעלקער פון דער וועלט. דער רום פון שלמה המדך'ס חכמה האָט דערגרייכט די ווייטסטע מדינות און האָט דערוועקט אַ שטאַרקן באַגער באַ מלכים און פירער צו קומען זען זיין אויפפירונג און לערנען פון זיין חכמה, וועלכע ער האָט געבעטן און באַקומען דורך זיין תפלה צום אויבערשטען און באַזירט אויף ג־טליכקייט,

און ווען זיי זיינען געקומען האָבן זיי אויך געזען ווי אונטער זיין הערשאַפט לעבט אַ פאָלק אויך זיין גשמיות'דיקען פיזישען לעבן לבטח איש תחת גפנו ותחת תאנתו (אין זיכערקייט יעדערער אונטער זיין וויינרויבען־בוים און אונטער זיין פייגען־בוים), אין אַ לאַנד וואָסתמיד עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה (וואו ג־טליכקייט, די ג־טלעע השגחה פרטית זעט זיך אָן שטענדיג, פון אָנהויב יאָר ביז ענדע יאָר). און דאָס האָט געבראַכט שלום צווישן אידן און אַלע פעלקער אַרום.

עס איז דורכדעם קלאָר אַרויסגעבראַכט געוואָרען, אַז ווען אידן פירן זיך על פי תורה דערגרייכט מען אמת'ן שלום און זיי זיינען אַ וועגווייזער487פאַר די פעלקער, והלכו גויים לאורך (די פעלקער וועלן גיין לויט דיין ליכט) — די ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור.

א

די דאָזיגע שליחות פון אידן און אידישן כלל איז ניט באַשרענקט צו דער צייט ווען אידן געפינען זיך אין אַ מצב פון קיימא סיהרא באשלמותא, נאָר אויך ווען אידן זיינען אין גלות, מפוזר ומפורד בין העמים (צעשפּרייט און צעטיילט צווישן די פעלקער), וואָרום אויך דאַן זיינען זיי עם אחד וואָס דתיהם שונות מכל עם (איין פאָלק, וועמענס געזעצען זיינען אַנדערש פון אַלע אַנדערע פעלקער), און דאָס ווייסן און אַנערקענען אַלע פעלקער פון דער וועלט

וואָרום אפילו ווען אידן זיינען אין גלות, איז בלויז דער אידישער גוף אין גלות, אָבער די אידישע נשמה איז קיינמאָל ניט אין גלות און גויים האָבן אויף איר קיין שליטה ניט. במילא, אויך זייענדיק אין גלות טאָרן אידן ניט פאַרגעסן זייער שליחות און ניט אונטערשאַצן זייערע כוחות, ווי קליין זייערע גשמיות'דיגע כוחות זאָלן ניט זיין. ווייל, ווי געזאָגט, זיינען די גשמיות'דיגע כוחות באַ אידן פאַרבונדן מיט רוחניות, און רוחניות שטייט ניט אונטער קיינע הגבלות (באַגרענעצונגען) אויך אין צייט פון גלות.

אין איינפאַכע אותיות; וואו נאָר אידן געפינען זיך, אין חוץ לארץ אָדער אין ארץ ישראל, אפילו איין איד אין אַ פאַרוואָרפענעם ווינקל אין עק וועלט, דאַרף יעדער כלל אָדער פרט געדענקען, אַז ער איז אַ טייל פון גאַנצן אידישן פאָלק און אַ פאָרשטייער פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק, פון דעם עם אחד, איין פאָלק זינט מתן תורה ביז אחרית הימים (ענדע פון דער צייט).

א

דאָס אויבנגעזאָגטע האָט אויך אַ ספּעציעלע שייכות צום נייעם יאָר אין וועלכן מיר זיינען איצט אַריינגעגאַנגען, דער יאָר פון הקהל את העם האנשים והנשים והטף (פאַרזאַמעל דעם פאָלק, די מענער און די פרויען און די קינדער), וואָס דערמאָנט אונז וועגן דער מצוה וואָס איז דורכגעפירט געוואָרן אין דער צייט פון בית־המקדש, באַלד נאָך דעם יאָר פון שמיטה, אין דעם יום־טוב סוכות, ווען אַלע אידן, מענער, פרויען און אפילו גאָר קליינע קינדער, זיינען פאַרזאַמלט געוואָרן אין בית־המקדש, און דער מלך488האָט פאַר זיי פאָרגעלייענט פון דער תורה געוויסע פרשיות, און אַלע „האָבן זיך צוגעהערט מיט גרויס כוונה און מיט ערפורכט און יראה און פריידיגען ציטער, ווי אין דעם טאָג ווען די תורה איז געגעבן געוואָרן אין סיני . . און זיי האָבן זיך פאָרגעשטעלט אַז זיי באַקומען איצט די תורה צום ערשטן מאָל און הערן דאָס מפי הגבורה (פון דעם אויבערשטן אַליין), וואָרום דער מלך איז דער שליח צו מאַכן הערן די רייד פון ג־ט

און חאָטש די מצוה פון הקהל — אין איר פּשוט'ן און טאַטזאַכלעכן אופן — איז פאַרבונדן מיט דער צייט פון בית־המקדש און קען איצט ניט דורכגעפירט ווערן בפועל, איז זי אָבער — גלייך מיט אַלע אַנדערע מצוות פון דעם סוג — דאָ און גילטיג ברוחניות אויך בזמן הגלות, און אומעטום, וואָרום די תורה איז דאָך אַ נצחיות'דיגע אויך אין אירע פרטים און איז ניט באַגרענעצט אין צייט און אין אָרט.

דערמאָנט אונז די מצוה פון הקהל, אַז וואו נאָר אידן געפינען זיך, און ווי צעשפּרייט זיי זאָלן ניט זיין, איז יעדערער פון זיי אַ טייל פון הקהל את העם, פון דעם עם אחד, דורכדעם וואָס זיי פאַרקערפּערן אין זיך און אין זייער טאָ־טעגלעכן לעבן די תורה אחת, פּונקט ווי אין דעם טאָג ווען זי איז זיי געגעבן געוואָרן בסיני מפי הגבורה, פון ה' אחד, און יעדערער אָן קיין אויסנאַם האָט אַ ג־טלעכע שליחות; ישמעו ילמדו ויראו את ה' אלקיכם ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת (זיי זאָלן הערן און זאָלן לערנען און מורא האָבן פאַרג־ט אייער־ט, און היטן צו טאָן אַלע רייד פון דער דאָזיגער תורה),

און דאָס איז אויך דער ענד ציל און דער פאַקטאָר וואָס דאַרף באַלעבן און אָנפירן מיט אַלע באַשלוסען פון יעדער אידישער קערפּערשאַפט, אָרגאָניזאַציע, קהלה א.ז.וו.

און דורכדעם וועט מען אויך מקרב זיין די גאולה האמתית והשלימה דורך משיח צדקנו, וועלכער וועט בנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל (בויען דעם בית המקדש און נאָכדעם צוזאַמען קלייבן די פאַרוואָגעלטע אידן) און עס וועט זיין אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרא כולם בשם ה' ולעבדו שכם אחד (איבערמאַכן באַ די פעלקער אַ קלאָרע שפּראַך, אַז זיי זאָלן אַלע רופן אין נאָמען פון גט און אים דינען ווי איין מענטש) און ברענגען די גאַנצע וועלט צו דער העכסטער שלימות פון מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים (די ערד וועט פול ווערן מיט ג־טלעכן וויסן, ווי וואָסער וואָס באַדעקט דעם ים).

בברכת חתימה וגמר חתימה טובה

בגשמיות וברוחניות גם יחד

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-fe75z6pf

עותקים

פעילות אחרונה

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · אושרה
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · נסגרה

מקורות