English
ספרייה

לקוטי שיחות

נצבים א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

175נצבים

א. אויף „ושב הוי' אלקיך את שבותך"א, פרעגט רש"י „הי' לו לכתוב והשיב את שבותך". וואָס די כוונה אין דער שאלה איז (א) אַז אַנשטאָט „ושב" האָט געזאָלט שטיין „והשיב", און (ב) צוליב וואָס שטייט „הוי' אלקיך"ב; עס שטייט דאָך ערשטג אַז די הקדמה וסיבה פון דעם „ושב" — מוז זיין „ושבת עד הוי' אלקיך", מדה כנגד מדה; דורך „ושבת (עד ה"א)" קומט „ושב גו'", איז דאָך מובןד אַז דער „ושב" (אָדער „והשיב") גייט עס אויף דעם (עד) „הוי' אלקיך" — דעם אויבערשטן? און רש"י ענטפערט; „רבותינוו למדוח מכאן כביכול שהשכינה שרוי' עם ישראל בצרת גלותם, וכשנגאלין הכתיב גאולה לעצמו שהוא ישוב עמהם".

דאַרף מען פאַרשטיין;

א) אין פ' שמותז האָט שוין רש"י מפרש געווען, אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט זיך באַוויזן צו משה רבינו „מתוך הסנה" איז עס „משום עמו אנכי בצרה". איז ווי זאָגט רש"י דאָ אַז מען לערנט ערשט אָפּ „מכאן" אַז די שכינה איז שורה עם ישראל בצרת גלותם — בעת מען ווייס עס שוין פון פּ' שמות?

ב) „עמו אנכי בצרה" איז דאָך אַ בפירוש'ער פּסוקח, דאַרף מען דאָך דאָס ניט אָפּלערנען „מכאן" פון אַ דיוק אין אַן אַנדער פּסוקלז?

ג) אין פּסוק „ושב הוי' אלקיך" שטייט בלויז אַז דער אויבערשטער קערט זיך אום פון גלות. וואו געפינט רש"י אין דעם פּסוק די הדגשה180מיינט רש"י מיטן לשון „הכתיב גאולה לעצמו", אַז ער האָט „אַריינגעשריבן" פאַר זיך אַ גאולה.

קען מען דאָך מיינען, וויבאַלד אַז „הכתיב גאולה לעצמו" — איז בעת עס וועט קומען דער זמן הגאולה וועט פריער דער אויבערשטער אַליין אַרויסגיין פון גלות, און ערשט דערנאָך וועט ער אויסלייזן די אידן — איז רש"י מוסיף „שהוא ישוב עמהם"; אַז דער „ושב הוי' אלקיך" וועט זיין — „את שבותך", צוזאַמען מיטן אומקער פון אידן87). און כל זמן עס וועט ניט נשלם ווערן דער קיבוץ גליות פון אַלע אידן (אפילו ווען בלויז איין איד וועט נאָך זיין אין גלות) — איז „שכינה שרוי' עם ישראל בצרת גלותם".

ו. לאחרי כל הנ"ל, איז נאָך ניט מובן; הן אמת אַז מצד דעם וואָס „שכינה שרוי' עם ישראל בצרת גלותם" קומט אַרויס אַ חילוק אויך אין דער גאולה [אַז דער אויבערשטער וועט זיך צוריקקערן פון צרת גלות] — דער חידוש־ענין איז דאָך אָבער בעיקר שייך צום גלות. היינט פאַרוואָס זאָגט עס דער פסוק ביי דער גאולה — „ושב גו' שבותך"?

דערפאַר איז רש"י ממשיך „ועוד יש לומר" — אַז מיט דער אויסשפּראַך „ושב הוי' אלקיך" מיינט דער פסוק צו זאָגן נאָך אַן עניןלח — וואָס איז נוגע (בענין הגאולה) צו קיבוץ גליות: וויבאַלד אַז דער קיבוץ פון אַלע אידן פון אַלע ערטער פון גלות איז אַ שווערע זאַך, דעריבער שטייט דאָ „ושב הוי' אלקיך", ווייל ביי אַזאַ גרויסע און שווערע זאַך איז קענטיק אַז דאָס טוט דער אויבערשטער אַליין.

ז. אָבער דאָ שטעלט זיך אַ שאלה ביים בן חמש למקרא; אויב קיבוץ גליות איז אַ שווערע זאַך, איז דאָך דאָס ניט פאַרבונדן מיט קיבוץ גליות פון אידן דוקא [ואדרבא; וויבאַלד אַז אַלע אידן זיינען כאיש אחד30), איז דער קיבוץ פון אידן גרינגער ווי דער קיבוץ פון גוים, להבדיל, וואָס זיי האָבן ניט קיין שייכות צווישן זיךלט],

היינט פאַרוואָס איז דער פסוק מדגיש אַז דער „ושב" איז ווייל „הוי' (איז) אלקיך"?

דערפאַר איז רש"י מאריך ומפרט און בריינגט דעם באַטרעפענדעם פסוק; „גדול יום קיבוץ גליות ובקושי כאילו הוא עצמו צריך להיות אוחז בידיו ממש איש איש ממקומו כענין שנאמר ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל (באַ בני ישראל איז דאָ אויך דער ענין פון איש איש ממקומומ) ואף בגליות שאר האומות181מצינו כן שנאמר ושבתי את שבות בני עמון" (וואָרום ס'איז גדול כו' (דאַרף זיין) הוא עצמו) — ותו לא (ניט תלוקטו לאחד אחד).

ח. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין; אַלע ענינים זיינען דאָך בהשגחה פּרטית. קומט דאָך אויס, אַז אויך „בגליות שאר האומות" (לדוגמא ביי גלות בני עמון הנ"ל) איז פאַראַן אַ השגחה פּרטית (ד. ה., ניט נאָר אַז דער פאָלק (עמון) בכלל זאָל זיך אומקערן פון גלות, נאָר אויך), וועלכע מענטשן פון פאָלק (עמון) זאָלן נגאל ווערן ובאיזה אופן. און וויבאַלד אַזוי, קומט דאָך לכאורה אויס, אַז דער „אוחז בידיו ממש איש איש" דאַרף זיין אויך „בגליות שאר האומות"?

וועט מען עס פאַרשטיין ע"פּ הידוע וואָס עס שטייט אין חסידותמא, אַז דאָס וואָס דער רמב"ם זאָגטמב אַז השגחה פּרטית איז נאָר אויפן מין האדם — איז עס קיין סתירה ניט צו שיטת הבעש"טמג אין השגחה פּרטית אַז עס איז אויך אויף דומם, צומח און חי

— ווייל אין דער השגחה העליונה, זיינען פאַראַן בכללות צוויי אופנים; (א) ווי זי איז בגילוי, און (ב) ווי זי איז מלובש בהעלם אין לבושי הטבע וכיו"ב. און דאָס וואָס דער רמב"ם זאָגט אַז אויף דצ"ח איז קיין השגחה פּרטית ניטאָ, מיינט ער עס בנוגע צו די השגחה העליונה שבבחי' גילוי.

ועפּ"ז איז פאַרשטאַנדיק וואָס דוקא ביי אידן איז „אוחז בידיו ממש איש איש" — אע"פּ אַז אויך „בגליות שאר האומות" איז זיכער דאָ השגחה ווער פון זיי עס זאָל נגאל ווערן ובאיזה אופן, ווייל די השגחה וואָס איז פאַראַן אויף די אישים פּרטים פון די אומות — איז בהעלם בלבושי הטבע בדוגמת ווי די השגחה אויף דצ"חמד, וואָרום עס איז דאָך „אתם קרויין אדם ואין אוה"ע קרויין אדם"מח,

ובמילא, בשעת מען רעדט וועגן „ושב" אָדער „ושבתי" וואָס ווייזט אויף אַ פּעולה אין וועלכער עס איז ניכר בגלוי אַז דער אויבערשטער טוט איר (כנ"ל סו"ס ו') איז פאַראַן אַ חילוק; דער „ושבתי" ביי „בני עמון", איז בלויז בנוגע די כללות האומה. משא"כ ביי אידן, איז דער „ושב" אויך בנוגע צו יעדער אידן באַזונדער (ווייל ביי יעדער אידן בפרט, איז „הוי' אלקיך" לשון יחידמ) — „אוחז בידיו ממש איש איש . . תלוקטו לאחד אחד בני ישראל".

באַ אידן איז דאָ השגחה פּרטית אַלעמאָל, אויך בזמן הגלות — אָבער דאַמאָלס דאַרף מען אָנקומען צו התבוננות בשכלו אַף דערקענען עס אין דעם חשך הגלות, משא"כ בזמן הבית ובענין הגאולה,

וואָס דערפאַר איז בענין הגאולה182„בידיו ממש" (אָן קיין העלם), אָבער דאָס וואָס בזמן הגלות „לא ירפך" — איז דאָס „בידיו" סתם.

און דאָס איז אויך דער דיוק „ממש" — ווייל „אוחז בידיו", מלובש אין לבושי הטבע איז דאָ אויך ביי בני עמון, אָבער ניט „ממש".

ט. ובדרך „יינה של תורה";

ע"פּ הנ"ל איז נאָך אַלץ שווער; וויבאַלד אַז ביים קיבוץ גליות פון אידן, איז למעלה נוגע יעדער איד באַזונדער, איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז ביז דער לעצטער איד וועט נגאל ווערן — געפינט זיך די שכינה כבי' „בצרת גלותם". ובמילא, ווערט דאָך ווייטער די שאלה; ווי אַזוי וועט דער אויבערשטער גואל זיין אידן באופן פון „אוחז . . איש איש"; בעת ער איז „אוחז בידיו ממש" דעם ערשטן אידן אויף אַרויסנעמען אים פון גלות באופן פון „ושב את שבותך" — גייט ער דאָך אַרויס צוזאַמען מיט אים פון גלות?1

מוז מען זאָגן, אַז די מדריגה אויף וועלכע עס שטייט „אוחז בידיו ממש איש איש", איז אַ הארה מצומצמת ופּרטית, וואָס איז פאַרבונדן און ווערט נתחלק *מ כביכול צו יעדער אידן באַזונדער. און דעריבער איז שייך אַז די הארה פּרטית וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם פּרטיות'דיקן אידן (וועלכן ער איז אוחז בידיו ממש) זאָל אַרויסגיין פון גלות — אע"פּ אַז אַנדערע אידן זיינען נאָך אין גלותמז. משא"כ די גאולה פון בחי' עיקר שכינהמח, וואָס איז העכער פון התחלקות — וועט זיין ערשט דאַן ווען אַלע אידן וועלן נגאל ווערן.

און ווי רש"י איז מרמז „וכשנגאלין הכתיב גאולה לעצמו", אַז די גאולה „לעצמו" (עצמות), וועט זיין „כשנגאלין" (לשון רבים) — ווען אַלע אידן וועלן אויסגעלייזט ווערן. און ווי ער איז מדגיש אויך מיטן לשון „שהוא ישוב עמהם", כנ"ל סו"ס ה'.

י. און דעם ענין איז רש"י מרמז מיט זיין לשון „וכשנגאלין הכתיב גאולה לעצמו". דלכאורה; די גאולה פון אידן וועט מען דאָך זעען אַז עס איז דורך ה' בגלוי — כמפורש בכ"מ און ווי רש"י זאָגט (אין דעם „ועוד י"ל") „אוחז בידיו ממש איש איש" — איז פאַרוואָס זאָגט ער דעם לשון „וכשנגאלין" (ניט „וכשגואלן") וואָס ווייזט אַז זיי וועלן נגאל ווערן כאילו בדרך ממילא?

איז דער ביאור אין דעם

— ע"ד המבוארמט אַז די בריאה ווי זי גייט דורך שם אלקים איז „ברא אלקים", אָבער פון „הוא" הנעלם ונסתר — איז „ציווה ונבראו";

אין דער מדריגה וועלכע איז פאַרבונדן מיט יעדער אידן באַזונדער איש איש ממקומו, קומט עס דורך „בידין כו'", ובמילא זעט זיך דער „אוחז". משא"כ אין „(הכתיב גאולה ל)עצמו", וואָס ווייזט אויף עצמות, וואָס דאָס וועט זיין כשנגאלין — בשלימות183הגאולה דכלל ישראל80) — מצד דער מדריגה, וועט זיין „נגאלין" אין אַן אופן פון כאילו בדרך ממילא.

יא. נאָך אַן ענין איז מרומז אין פּרש"י דידן;

אע"פּ אַז דער „וכשנגאלין הכתיב גאולה לעצמו" וועט זיין לאחרי ווי עס וועט נשלם ווערן דער „אוחז בידיו ממש איש איש ממקומו" — פונדעסטוועגן זאָגט רש"י פריער דעם ענין „וכשנגאלין כו'" און ערשט דערנאָך ברענגט ער דעם „אוחז בידיו כו'", ווייל די גאולה פון כלל ישראל, זי איז די סיבה61) וואָס וועט ברענגען דעם „אוחז בידיו ממש איש איש"82).

און דערמיט גיט רש"י אַרויס אַ הוראה אין עבודת ה'; בשעת אַ איד וויל אַרויסגיין פון זיין אייגענעם „גלות", דאַרף ער זעען און טאָן כל התלוי בו אַז אַלע אידן זאָלן אויך אַרויסגיין פון „גלות".

קען ער דאָך טראַכטן ביי זיך: „יענער" איז דאָך בתכלית השפלות, ביז אַז ער שטייט נאָך אין גלות. און „ער" איז בתכלית המעלה — ער איז שוין „גרייט" צו דער גאולה — היינט פאַרוואָס זאָל זיין גאולה זיין פאַרבונדן און תלוי אין יענעם? — זאָגט אָבער דער פּסוק גלייך בתחילת הסדרה, אַז אפילו דער „נצבים" פון „ראשיכם", קען קומען דוקא לאחרי דעם וואָס „אתם נצבים היום כלכם", וואָס אין „כלכם" ווערט דאָך נכלל אפילו דער „חוטב עציך ושואב מימיך".

און בשעת מען גייט מיט דעם סדר, האָט מען די הבטחה אַז „אתם נצבים היום — זה יומא דינא רבא (ראש השנה)", אַז מען איז נצבים88) וזוכים בדין84), און מען באַקומט אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה — כולל, שנת גאולה88), אַז עס וועט זיין „ושב הוי' אלקיך את שבותך", אַז דער אויבערשטער אַליין וועט אַרויסנעמען פון גלות יעדער אידן — ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל — בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ נצו"י תשכ"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-yhd3mxd8

עותקים

פעילות אחרונה

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · אושרה
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · נסגרה

מקורות