לקוטי שיחות
האזינו ב
215האזינו ב
א. פ' האזינו לייענט מען אַלע מאָל בשבת תשובה אָדער (כבשנה זו) אין די ד' ימים שבין יוהכ"פ לסוכות, וואָס אויף די ד' ימים האָט געזאָגט דער רבי (מהורש"ב) נ"עא „איצטער ערשט דאַרפן תשובה טאָן".
און וויבאַלד אַז אַלע ענינים פון תורה זיינען בתכלית הדיוק — זעט מען טאַקעב, אַז כמה פּרקים אין אגרת התשובהג זיינען מיוסד אויפן פּסוק כי חלק הוי' עמו יעקב חבל נחלתו, וואָס שטייט אין פרשת האזינוד.
ב. אויף „יעקב חבל נחלתו" זאָגט דער אַלטער רבי (אין אגרת התשובה פ"ה), אַז די נשמה — דער חלק שבגוף האדם מיט איר שרש — איז בדוגמת אַ חבל „שראשו א' קשור למעלה וקצהו למטה". און דערמיט איז ער מבאר דעם ענין פון כרת, אַז בעת אַ איד איז עובר אויף אַן איסור כרת ר"ל איז „נכרת ונפסק חבל ההמשכה משם הוי' ב"ה"
(און ער איז מוסיף, אַז דער „חבל ההמשכה" פון „שם הוי' ב"ה" איז „כלול מתרי"ג מצות" עד"מ ווי אַ „חבל עב" וואָס איז „שזור מתרי"ג חבלים דקים", און דעריבער איז אויך „בשאר עבירות שאין בהן כרת" — וואָס דאַן ווערט ניט נפסק דער כללות החבל, ווי ביי אַן איסור כרת — ווערט אָבער נפסק אַ „חבל הדק וכו'").
ווייטער (אין פ"וו) זאָגט ער נאָך אַן ענין אין „יעקב חבל נחלתו". אַז פּונקט ווי אַ חבל וואָס „ראשו א' למעלה וראשו השני למטה", איז בשעת אַ מענטש ציט דעם „ראשו השני" ווערט דורך דעם אַראָפּגעצויגן אויך דער „ראשו הראשון", אַזוי איז אויך ביים חבל הנשמה, אַז דורך „מעשיו הרעים ומחשבותיו"ח פון אַ אידן, שלעפּט ער אַריין אין די „היכלות הסט"א" ניט בלויז די נשמה שלמטה, נאָר אויך די השפּעה פון בחי' ה"א תתאה — שרש ומקור הנשמה.
דאַרף מען פאַרשטיין; וויבאַלד אַז דורך אַן עבירה ווערט נפסק דער216חבל ההמשכה (ווי ער זאָגט פריער), איז פאַרוואָס זאָל דער „ראש שלמטה" מיטשלעפּן מיט זיך דעם „ראש שלמעלה" — דער חבל איז דאָך נפסק געוואָרןז?
אויך דאַרף מען פאַרשטיין: פריער (בפ"ה) זאָגט ער „שראשו א' קשור למעלה וקצהו למטה" — די נשמה שלמעלה רופט ער אָן בשם „ראשו" און די נשמה שלמטה מיטן נאָמען „קצה" — און דערנאָך (בפ"ו) רופט ער אָן ביידן מיטן נאָמען „ראש" — „ראשו אחד למעלה וראשו השני למטה"?
ג. ווען דער אַלטער רבי רעדט דעם ערשטן ענין אין „יעקב חבל נחלתו" (ווי דורך אַן עבירה ווערט נפסק דער חבל), ברענגט ער דעם פּסוק „ויפח באפיו נשמת חיים"ה, און איז מבאר, אַז דער טעם פאַרוואָס דער פּסוק באַנוצט זיך מיטן לשון „ויפח" איז „להורות לנו", אַז כשם ווי בעת אַ מענטש בלאָזט לאיזה מקום, איז אויב ס'איז דאָ „איזה דבר חוצץ ומפסיק בינתיים, אין הבל הנופח עולה ומגיע כלל לאותו מקוםט, ככה ממש אם יש דבר חוצץ ומפסיק בין גוף האדם לבחי' הבל העליון". און ער איז מבאר אין נמשל, אַז „אין שום דבר גשמי ורוחני חוצץ לפניו ית'"י, נאָר „כמ"ש בישעי'יא כי אם עונותיכם היו מבדילים ביניכם לבין אלקיכם".
איז אין דעם ניט מובן; מצד דעם ענין פון „ויפח" קומט אויס, אַז „עונותיכם מבדילים" זיינען גורם אַז דער „הבל העליון" זאָל מלכתחלה ניט אָנקומען צום אדם למטה — בדוגמת „אדם הנופח לאיזה מקום", אַז בעת ס'איז דאָ אַ דבר חוצץ, איז „אין הבל הנופח עולה ומגיע כלל לאותו מקום"; אָבער מצד דעם ענין פון „יעקב חבל נחלתו" קומט אויס, אַז די עבירות זיינען מפסיק די התקשרות, אָבער ניט אַז מלכתחלה דערלאָזן זיי ניט דעם קשר?
נאָך אַ חילוק; אין דעם ענין פון „יעקב חבל נחלתו" איז דער אַלטער רבי מבאר (ווי געבראַכט פריער ס"ב),217אַז דורך אַן איסור כרת ווערט נפסק דער כללות החבל און „בשאר עבירות שאין בהן כרת" ווערט נפסק בלויז אַ חבל הדק; אָבער מצד דעם ענין פון „ויפח" קומט אויס, אַז יעדער עבירה, וויבאַלד זי איז אַ דבר החוצץ, דערלאָזט זי לגמרי ניט צו דעם הבל העליון — ווי ס'איז מובן אין דעם משל פון אדם הנופח, אַז ווען ס'איז דאָ אַ „דבר חוצץ ומפסיק", אפילו אויב די חציצה איז אַ קליינע — בלויז „איזה דבר"יב, איז „אין הבל הנופח עולה ומגיע כלל לאותו מקום"?
ד. פון כל הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק, אַז די דריי ענינים שבאגה"ת — דער ענין פון „ויפח גו'" אַז ע"י (דבר החוצץ) עבירה קומט מלכתחילה ניט צו דער הבל; דער ענין אין „יעקב חבל נחלתו" אַז דורך עבירות ווערט נפסק דער חבל ההמשכה; און דער ענין אין „יעקב חבל נחלתו" אַז „ע"י מעשיו הרעים כו'" שלעפּט ער מיט אויך דעם „ראש שלמעלה" אין היכלות הסט"א — זיינען דריי באַזונדערע מדריגות;
דער ענין פון „ויפח", איז אין דער מדריגה פון נשמה וואָס דאַרף שטענדיק נמשך ווערן פון בחי' הבל העליון — און בנוגע צו דער מדריגה, וויבאַלד אַז דער „הבל הנופח" מוז זיין כסדר, איז אויך עבירות שאין בהן כרת, היות ווי אויך זיי זיינען אַ דבר חוצץ ומפסיק, דערלאָזן זיי ניט דעם הבל העליון ער זאָל אָנקומען אין גוף האדם;
דער ענין אין „יעקב חבל נחלתו" וואָס דורך עבירות ווערט נפסק דער חבל ההמשכה, איז אין מדריגת הנשמה שלמטה וואו איר שייכות מיט איר שרש איז (ניט אין אַן אופן פון המשכה תמידית מחדש, נאָר) בדוגמת ווי אַ חבל, וואָס דער קצהו שלמטה איז שוין נמשך געוואָרן פון דעם ראשו שלמעלה, און איצט זיינען זיי צווישן זיך בלויז פאַרבונדן אָבער דער פאַרבונד איז באופן כזה, אַז די נשמה שלמטה איז ניט קיין „ראש" פאַר זיך, נאָר אַ „קצה" פון נשמה שלמעלה,
— און בנוגע דער מדריגה, וויבאַלד אַז דער הפסק ההתקשרות וואָס ווערט דורך עבירות איז בדרך פּעולה, וואָס זיי שאַפן אַ הפסק (ניט ווי אין דער מדריגה פון „ויפח", וואו דורך די עבירות קען מלכתחלה ניט אָנקומען דער הבל העליון), איז דעריבער פאַראַן אין דעם אַ חילוק צווישן איסורי כרת און אַנדערע עבירות, אַז אַן איסור כרת פּועל'ט אַ הפסק אין כללות החבל און שאר עבירות בלויז אין אַ חבל הדק;
דערנאָך איז פאַראַן אַ נידעריקערע מדריגה אין „יעקב חבל נחלתו", וואו דער פאַרבונד פון דער נשמה שלמטה מיט דער נשמה שלמעלה איז ניט אין אַן אופן וואָס די נשמה שלמטה איז אַ טפל ו"קצה" פון דער נשמה שלמ־219אַז די נשמה שלמטה איז פאַרבונדן מיט איר שרש (בדוגמת אַ חבל, וואָס קצהו שלמטה איז פאַרבונדן מיט ראשו שלמעלה), מען ווייס אָבער ניט וואָס פאַר אַ מדריגה איז דער שרש הנשמה — היינט וואָס איז די שייכות און קישור פון דעם פּסוק מיט דעם וואָס ער זאָגט פריער אַז די נשמה נעמט זיך פון „בחי' פנימיות כו'" (וואָס מצד דעם דאָזיקן קישור פון די צוויי ענינים, זאָגט ער „וזהו שכתוב כו'") ?
מוז מען דעריבער זאָגן, אַז די ראי' פון פּסוק צו דעם ענין אַז „המשכת וירידת הנפש האלקי' לעוה"ז . . נמשכת מבחי' פנימי' כו'" איז בעיקר (ניט פון „יעקב חבל נחלתו", נאָר) פון „כי חלק הוי' עמו", וואָרום שם הוי' איז „מורהטו על פנימיות החיות",
און מיט זיין ברענגען דעם סיום הפּסוק „יעקב חבל נחלתו" זאָגט ער נאָך אַן עניןי, אַז אויך לאחרי ווי די נשמה איז שוין נמשך געוואָרן למטה (ד. ה. די מדריגה וואָס דאַרף ניט נמשך ווערן שטענדיק מחדש), איז זי נאָך אַלץ פאַרבונדן מיט איר שרש, בדוגמת אַ חבל, וואָס אויך נאָך זיין נמשך ווערן למטה איז קצהו שלמטה נאָך אַלץ פאַרבונדן מיט ראשו שלמעלה.
און לאחרי ווי ער איז מבאר די צוויי ענינים — בנוגע צו „המשכת וירידת הנפש האלקית כו'" און בנוגע צו דער נפש האלקית וואָס איז שוין נמשך געוואָרן אין גוף — הויבט ער אָן צו מבאר זיין וואָס עס ווערט אָפּגעטאָן דורך עבירות אין די צוויי ענינים (בחינות) של הנשמה — און מיט דעם זעלבן סדר ווי פריער:
צום ערשטן איז ער מבאר וואָס עבירות זיינען גורם אין בחי' „ויפח", אין „המשכת וירידת הנפש האלקית" ווי זי ווערט נמשך פון הבל העליון — אַז די עבירות לאָזן ניט צו אַז דער הבל העליון זאָל אָנקומען אין גוף האדם ; און דערנאָך איז ער מבאר וואָס די עבירות פּועל'ן אין דער דרגא פון יעקב חבל נחלתו, אין דער דרגא וואָס איז שוין נמשך געוואָרן אין גוף — אַז דורך עבירות ווערט אַ הפסק אין דער התקשרות.
ז. בכדי צו פאַרשטיין די דריי מדריגות הנ"ל (ס"ד) אין נשמת האדם — עולם קטןכז, דאַרף מען פריער מבאר זיין, ווי די מדריגות זיינען אין עולם גדול;
בשייכות מיט ר"ה (דאזלינן מיני') שטייט אין גמראיח, אַז דער אויבערשטער זאָגט צו אידן „אמרו לפני . . מלכיות כדי שתמליכוני עליכם . . ובמה בשופר".221מיט וואָס־זשע איז אַנדערש ירידת המן פון אַלע אַנדערע עניניםכו?
נאָך מערער; אויך וועגן דעם מן גופא געפינט מען, אַז ער האָט בלויז ניט יורד געווען (למטה) בשבת, אָבער זיין המשכה למעלה איז געקומען דוקא בשבת. ווי עס שטייט אין זהרכח; „וכל שיתא יומין מתברכאן (במן) מיומא שביעאה".
איז דאָך אינגאַנצן ניט מובן; פאַרוואָס ווערט ירידת המן למטה יע גערעכנט פאַר אַ מלאכה (כאָטש אַז אַלע אַנדערע השפּעות זיינען ביי דעם אויבערשטן ניט קיין מלאכה) און די המשכת המן למעלה איז געווען דוקא בשבת?
י. איז דער ביאור אין דעםכז;
אין עולמות, זיינען פאַראַן צוויי ענינים; זייער גשמיות וחיצוניות, און זייער רוחניות ופנימיות. וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך אין דעם חיות אלקי וואָס באַלעבט זיי, זיינען דאָ צוויי ענינים; חיצוניות החיות, בחי'* דיבור (גילוי), איז מחי' חיצוניות העולמות; און פּנימיות החיות, בחי' מחשבה איז מחי' פּנימיות העולמות. נאָר בכדי אַז אויך די פּנימיות'דיקע השפּעות — וואָס נעמען זיך פון מחשבה, זאָלן אַראָפּקומען אין וועלט, דאַרף זיין די ירידה פון בחי' המחשבה און איר התלבשות אין בחי' הדיבור.
און אין דעם באַשטייט די שביתה ועלי' פון דעם חיות בשבת, אַז דאַן איז די בחי' המחשבה המלובשת בדיבור שובת פון איר התלבשות בדיבור און איז עולה לבחי' המחשבה כמו שהיא במקומה (ובמעלתה).
ועפּ"ז איז מבואר וואָס אַלע השפּעות זיינען פאַראַן אויך בשבת אָבער דער מן לא ירד בשבת;
אַלע אַנדערע השפּעות, וויבאַלד זיי זיינען שייך צו חיצוניות העולמות און זייער המשכה איז פון דיבור, זיינען זיי דעריבער דאָ אויך בשבת, ווייל די שביתה (ועלי') דשבת איז בלויז אין בחי' המחשבה, וואָס זי איז עולה פון איר התלבשות אין דיבור, אָבער דער דיבור איז דאָ אויך בשבתכח,
משא"כ דער מן, היות ווי ער נעמט זיך פון בחי' פּנימיות [און אויך בירידתו למטה איז „מלובש בו אורות העליונים ממש", וואָס דערפאַר איז אויך קומענדיק למטה „לא הי' בו פסולת"], האָט ער ניט יורד געווען בשבת, ווייל בכדי דער מן זאָל אַראָפּנידערן למטה און ווערן אַ מזון גשמיכט, דאַרף בחי' המחשבה נתלבש222ווערן אין דיבור, און בשבת איז דאָך מחשבה עולה פון איר התלבשות אין דיבור.
און דאָס איז אויך דער ביאור פאַרוואָס די המשכת המן למעלה איז געווען דוקא בשבת;
בששת ימי החול, וואָס דאַן איז ניט מאיר בחי' המחשבה כמו שהיא במקומה (וואָרום דאַן איז דאָך די מחשבה מלובש אין דיבור), קען ניט אויפגעטאָן ווערן דער ענין המןל; נאָר דוקא לאחרי ווי ער ווערט נמשך (למעלה) בשבת — מצד דעם וואָס דעמאָלט איז מאיר בחי' המחשבה עצמה, איז ער דערנאָך יורד למטה בימי החול, דורך דעם וואָס די מחשבה איז זיך דאַן מתלבש אין דיבור.
יא. עפ"י הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק, אַז די חיצוניות און פּנימיות וואָס רעדט זיך בנוגע צו ר"ה און וואָס רעדט זיך בנוגע צו שבת — אַז בשבת איז עולה די חיצוניות און בר"ה איז עולה די פּנימיות — איז עס אין צוויי באַזונדערע מדריגות;
בנוגע צו ר"ה, זיינען די חיצוניות און פּנימיות ביידע אין בחי' הדיבור: דער דיבור גופא איז בחי' חיצוניות, און דער תענוג ורצון וואָס איז דאָ אין (דער התהוות פון) בחי' הדיבור איז בחי' פּנימיות — און אויף דער פּנימיות זאָגט מען אַז זי איז עולה בר"ה. (וכנ"ל סוף ס"ז, אַז די התהוות העולמות בר"ה איז בדוגמת אַ מענטש וואָס טוט מלאכה בעת ער האָט ניט אין איר קיין תענוג) ;
אָבער וואָס מען זאָגט חיצוניות און פּנימיות בנוגע צו שבת, זיינען ביידע אין בחי' המחשבה: מחשבה המלובשת בדיבור — בחי' חיצוניות, און המחשבה במקומה — בחי' פּנימיות; און דאָס וואָס ס'שטייט אַז בשבת איז עולה בחי' החיצוניות, מיינט מען עס די חיצוניות המחשבה, כנ"ל ס"י.
יב. דער אדם איז דאָך אַן „עולם קטן"יז — איז אויך אין נשמת האדם פאַראַן כמה מדריגות ע"ד די מדריגות הנ"ל אין דעם חיות פון עולם גדול;
דער ענין פון „ויפח באפיו נשמת חיים", וואָס „מאן דנפח מתוכו נפח" („מתוכיותו ומפנימיותו"לא) — איז בדוגמת החיות וואָס נעמט זיך פון בחי' המחשבה82), וואָס זי איז דער כללות ענין הפּנימיות.
223און כשם ווי דער מן, וויבאַלד ער איז „לחם מן השמים", העכער פון וועלט, האָט ער ניט געקענט האָבן קיין קיום אין עולם און ער האָט געמוזט נמשך ווערן פון דאָס ניי88) (ביז אַז אפילו זיין מציאות למעלה, האָט געדאַרפט נתחדש ווערן יעדער שבת),
עד"ז איז אויך ביים ענין פון „ויפח"; וויבאַלד אַז דער גוף האדם איז ניט קיין כלי צום „הבל העליון", דאַרף דעריבער שטענדיק זיין דער „ויפח", עס מוז כסדר זיין די נפיחת והמשכת הבל העליון אין גוף האדם (כנ"ל ס"ד);
און דער ענין פון „יעקב חבל נחלתוד, וואָס אין דער דרגא דאַרף ניט די נשמה שבגוף כסדר נתחדש ווערן פון איר שרש (כנ"ל שם), איז בדוגמת החיות פון חיצוניות העולמות וואָס נעמט זיך פון בחי' הדיבור, וואָס אין דער דרגא דאַרף קיין (אמת'ע) התחדשות ניט זיין. (און ווי ס'שטייט אין חסידות84), אַז דער ענין פון „המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית" איז בלויז חידוש הישנות).
און כשם ווי אין דיבור גופא זיינען פאַראַן צוויי דרגות — דער דיבור גופא (חיצוניות) און דער תענוג ורצון שבו (פּנימיות), עד"ז זיינען אויך אין „יעקב חבל נחלתו" פאַראַן די צוויי מדריגות, פּנימיות און חיצוניות;
אין די פּנימיות פון דעם „חבל" ווערט אַ הפסק דורך עבירות — בדוגמת פּנימיות המלכות וואָס ווערט נסתלק בר"ה (וואָרום אין דער דרגא איז „עונותיכם מבדילים"לח) ; אָבער אין די חיצוניות פון דעם „חבל" איז קיינמאָל ניטאָ קיין הפסק — בדוגמת די חיצוניות המלכות וואָס ווערט ניט נסתלק בר"ה (ווייל „בבחינה זו אין הבדל והסתר מעלים ומסתיר אורו ית' . . ומלכותו בכל משלה"80)).
יג. פאַרוואָס איז טאַקע בחי' החיצוניות פון אַ אידן אַלע מאָל פאַרבונדן מיט איר שרש, אפילו בעת החטא און אפילו ביי אַ איסור כרת ר"ל — איז אויך דער ענין וועט זיין פאַרשטאַנדיק פון בחי' חיצוניות החיות ווי דאָס איז אין דעם עולם גדול;
ווי געבראַכט פריער פון מדרשד, אַז דער טעם וואָס דער אויבערשטער איז משיב רוחות, מוריד גשמים וכו' אויך בשבת — ווייל „כל העולם כולו שלו". שטייט אויף דעם דער ביאור אין לקו"ת80), אַז דער חיות פון חיצוניות העולמות נעמט זיך „מבחי' שלמעלה מעלה המקיף את כולם בהשואה אחת", וואָס די דרגא איז העכער אפילו פון דער בחי' המחשבה וואָס איז מאיר בשבת87).
ועפ"ז מובן, אַז עד"ז איז אויך ביי די בחי' חיצוניות שבחיצוניות וואָס224אין נשמת האדם, אַז זי איז פאַרבונדן מיט דעם עצם הנשמה ווי זי איז מושרש אין עצמותלח — העכער אפילו פון „ויפח", וואָס איז נאָר אַ „חלק משם הוי' ב"ה"לט,
און דערפאַר איז די בחי' החיצוניות אַלע מאָל פאַרבונדן מיט איר שרש — ווייל דער עצם הנשמה איז „גם בשעת החטא היתה באמנה אתו ית'"מ, ס'איז אַלע מאָל „חבוקה ודבוקה בך"מא.
[בדוגמת עצמות (וואו דער עצם הנשמה איז מושרש), וואָס לגבי' איזמב כחשיכה כאורה. וואָס דאָס גופא איז דער טעם וואָס ער קען זיך געפינען אויך אין היכלות הסט"א — וואָרום אויך זייענדיק דאָרט, ווערט ער אין זיי ניט נתפס ח"ו, ווייל „גם חושך לא יחשיך ממך"]
און דאָס גופא איז דער ביאור פאַרוואָס אַ איד קען אַלע מאָל תשובה טאָן, הגם אַז דורך זיינע חטאים האָט ער אַריינגעשטעלט אויך דעם „ראשו שלמעלה" אין היכלות הסט"א — וואָרום וויבאַלד אַז אויך זייענדיק דאָרט ווערט ער אין זיי ניט נתפס, קען ער זיך אַלע מאָל „אַרויסכאַפּן" פון זיי,
און דורך דעם — אַרויסנעמען אויך די שכינה פון גלות, און ווי דער מרז"ל48) (וועלכן דער אַלטער רבי ברענגט — התחלתו — אין סוף פון פרק אויפן פסוק ושב הוי' אלקיך את שבותךד) — „שהקב"ה שב עמהן מבין הגליות",