English
ספרייה

לקוטי שיחות

וזאת הברכה ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

237וזאת הברכהב

א. עס שטייט אין רמב"םב (גענומען פון משנה און גמראב), אַז אין יעדן יו"ט לייענט מען „בענין המועד", וואָרום „משה תיקן להם לישראל שיהו קוראין בכל מועד ענינו".

און בהמשך צו דעם דין זאָגט ער ווייטער „ומה הן קורין", און ער רעכנט אויס וועלכע פּרשה מען לייענט בכל יו"ט. און ביים אויסרעכענען די קריאות פון סוכות, זאָגט ער; „וביום טוב אחרון קורין כל הבכור . . ולמחרג קורין וזאת הברכה".

איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס מען לייענט „וזאת הברכה" ביו"ט שני פון שמע"צ, איז עס

[ניט בלויז בכדי צו פאַרבינדן „סוף כל המועדות" מיט „ברכת משה רבינו שבירך את ישראל"ד, צי „בכדי לסמוך שמחת התורה שזכו לסיימה לשמחת החג"ח, אָדער „כדי לסמוך ברכת המלך (שלמה) לברכת משה"0) (וואָס דאָס זיינען זייטיקע טעמים), נאָר]

ווייל די פּרשה איז „בענין המועד"ז.

דאַרף מען פאַרשטיין; וואָס איז די שייכות (ברמז עכ"פ) פון פּרשת „וזאת הברכה" צום ענין פון שמיני עצרת?

ב. וועגן די קרבנות פון סוכות און שמע"צ זאָגט די גמראח, אַז די שבעים פרים וואָס מען איז מקריב בסוכות זיינען „כנגד שבעים אומות" און דער „פר יחידי" וואָס מען איז מקריב בשמע"צ איז „כנגד אומה יחידה".

דאָס הייסט, אַז דער ענין פון שמע"צ איז, וואָס אין אים ווערט אויסגעדריקט און אַנטפּלעקט ווי אידן זיינען אויסגעטיילט לגמריט פון אַלע פעלקער — „אומה יחידה".239שנשתברו בו הלוחותיז), היינט פאַרוואָס רעכנט מען דאָס צווישן די מעלות און שבחים פון משה'ן? — באַוואָרנט עס רש"י און איז מוסיף „והסכימה דעת הקב"ה לדעתו שנאמריח אשר שברת יישר כחך ששברת".

ס'איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק; משה האָט צעבראָכן די לוחות מצד דעם וואָס ער האָט געמאַכט אַ ק"ו „ומה פסח שהוא אחד מתרי"ג מצות אמרה תורהיט וכל בן נכר לא יאכל בו, התורה כולה כאן וישראל מומרים, על אחת כמה וכמה"כ. קומט דאָך אויס, אַז דער שבח פון משה'ן ביים צעברעכן די לוחות באַשטייט אין דעם וואָס ער האָט זיך אָנגענומען דעם כבוד פון תורה (וואָס ער האָט זי ניט געוואָלט געבן צו „מומרים"), אָבער בנוגע צו אידן — האָט ער מיט זיין צעברעכן די לוחות לכאורה אַרויסגעוויזן זייער היפך המעלה וכו',

איז ווי קומט עס אַז דער סיום וחותם פון פ' „וזאת הברכה" — וואָס ענינה איז „אשר ברך משה גו' את בני ישראל" (און אַלס הקדמה דערצו האָט משה דערמאָנט זכותן של ישראלכא וואָס זיי זיינען געווען די איינציקע צו מקבל זיין די תורה) — איז מיט אַן ענין פון היפך מעלתן של ישראל, ובפרט מיטן ענין פון שבירת הלוחות וואָס איז געקומען בסיבת דעם וואָס אידן זיינען דאַן געווען „מומרים" און ניט ראוי צו תורה?

נוסף להנ"ל (די תמי' — וואָס פאַר אַן אָרט האָט שבירת הלוחות אין „וזאת הברכה"), איז אויך ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס „לעיני כל ישראל" איז דער סיום וחותם פון גאַנץ תורה שבכתב. דלכאורה; דער ענין פון תורה איז דאָך „דבר אל בני ישראל"כב וואָס דאָס באַווייזט אויך אַז קדמו אפילו לתורהכג, איז ווי קומט עסכד אַז תורה זאָל מסיים זיין מיט אַן ענין פון;א היפך שבחן של ישראל,ב צוברעכן די לוחות פון „דבר ה' אל כל קהלכם"?

מוז מען דעריבער זאָגן*24, אַז די מעלה פון משה'ן אין שבירת הלוחות — וואָס מצד דער מעלה האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו אים „יישר כחך ששברת" — איז אַ מעלה אויך בנוגע אידן, כדלקמן.

ד. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים וואָס דער יישר כח פאַרן צעברעכן די לוחות, האָט דער אויבערשטער געגעבן משה'ן (ניט אין זעלבן טאָג, אָדער אויף מאָרגן — גלייך ווי משה240איז צוריק אַרויף אויפן באַרג, נאָר) מיט פערציג טעג נאָך דער שבירת הלוחות; בעת דער אויבערשטער האָט אים געזאָגט „פסל לך גו'", ערשט דאַן האָט ער אים געזאָגט „הלוחות הראשונים אשר שברת — יישר כחך ששברת". ולכאורה; פאַרוואָס האָט ער אים ניט געזאָגט גלייך „יישר כחך"?

נאָך מער פלא אין דעם; אויפן פּסוק „אשר שברת"כה וואָס איז געזאָגט געוואָרן פערציג טעג נאָך שבירת הלוחות, כנ"ל, איז רש"י ניט מפרש „יישר כחך ששברת", נאָר אין סיום פּרשת „וזאת הברכה", געזאָגט כמעט פערציג יאָר שפּעטער — דאָרט ערשט טייטשט רש"י אָפּ אַז „אשר שברת" (פון פאַר פערציק יאָר) מיינט „יישר כחך ששברת".

און כאָטש אַז בפּשטות איז דער טעם דערויף, ווייל די הוכחה אַזוי צו מפרש זיין (ע"פ דרך הפּשט) האָט רש"י ערשט ביי די ווערטער „לעיני כל ישראל"כו — וויבאַלד אָבער אַז אַלע ענינים פון תורה זיינען בדיוק, איז דערפון גופא מובן, אַז דער „יישר כח" וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן משה'ן בעת'ן זאָגן „פסל לך", איז ערשט נתגלה געוואָרן בשעת „ויעל משה גו' אל הר נבו גו'".

ה. איז דער ביאור אין דעם;

בנוגע צום חטא העגל זאָגט די גמראכז „לא עשו ישראל את העגל אלא ליתן פתחון פה לבעלי תשובה", אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט געמאַכט אַז דער יצה"ר זאָל קענען שולט זיין אויף אידן אין איינריידן זיי צו מאַכן דעם עגל, איז עס צוליב דעם עילוי וואָס איז צוגעקומעןכח אין תשובה (ביטול החטא — ביז אַז דער מענש ווערט במעלה יותרכט ווי פאַרן חטא), וואָס איז אַרויסגעקומען דורך דעם.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע שבירת הלוחות — דער מסובב פון חטא העגל — אַז דער טעם דערפון (בפּנימיות) איז, בכדי אַז דורכדעם זאָל צוקומען אַן עילוי — אַן עילוי אין (תורה") די לוחות (היפך השבירה — ביז נאָך העכער פון די לוחות אשר שברת), די לוחות שניות, וואָס זיי זיינען „כפלים לתושי'" לגבי די לוחות ראשונותל

[ויש לומר, אַז אויך די כוונה פון משה רבינו ביים צעברעכן די לוחות, מאַכנדיק דעם ק"ו אַז וויבאַלד „ישראל מומרים" קען מען זיי ניט געבן די תורה, איז געווען (ניט בלויז צוליב פאַרהיטן דעם כבוד התורה, נאָר אויך)241בכדי צו פּועל'ן אויף אידן אַז זיי זאָלן תשובה טאָןלא.

וכמשל הבןלב וואָס פירט זיך אויף ניט ווי ס'דאַרף צו זיין, ביז אַז „אביו דוחהו חוץ לביתו ואומר לו שאינו אביו" — וואָס דורך דעם דוקא ווערט נתגלה דער אהבת הבן לאביו, ביז ער שרייט במר נפשו „שאינו רוצה ליפרד מאביו בשום אופן, ומכש"כ כשלא יקרא בשם אביו".

ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק דער דיוק „ואשברם לעיניכם"לג — און ווי דער פּסוק איז מדגיש אויך בסיום פרשתנו „לעיני כל ישראל" — ווייל די מעלה און שבח פון משה'ן ביים צעברעכן די לוחות איז באַשטאַנען אין דעם וואָס „נשאו לבו לשבור הלוחות לעיניהם"לד, וואָס דאָס האָט ביי זיי אַרויסגערופן זיי זאָלן תשובה טאָן].

וואָס דערמיט ווערט אויך מבואר ווי אַזוי דער יום צום שבעה־עשר בתמוז, דער טאָג פון שבירת הלוחותלח, וועט נהפך ווערן לששון ולשמחהלח:

איצטער, ווען מ'זעט ווי שבירת הלוחות האָט געבראַכט דערצו אַז „אומה ולשון שולטת בהם", איז דער טאָג פון שבירת הלוחות אַ יום תעניתלה. משא"כ לע"ל, וואָס דעמאָלט וועט נתגלה ווערן בשלימות די מעלה פון דער תשובה פון אידן אַף חטא העגל, וואָס די תשובה האָט זיך אָנגעהייבןלה דורך „ואשברם לעיניכם" (ועד"ז — אויך די מעלה פון די לוחות שניותלח), דאַן וועט שבעהעשר בתמוז יום שבירת הלוחות — זיין אַ יום ששון ושמחה.

און דאָס איז דער טעם פאַרוואָס „יישר כחך ששברת" שטייט ערשט ביי דעם ציווי אויף די לוחות שניות, ביז אַז בגילוי, אין פּשוטו של מקרא (עולם העשי'), קומט עס אַרויס ערשט בסיום פון „וזאת הברכה", ווען דער אויבערשטער האָט באַוויזן צו משה רבינו „עד היום האחרון"לט — ווייל דאַן דוקא ווערט נתגלה דער עילוי צו וועלכן אידן זיינען צוגעקומען דורך שבירת הלוחות.

ו. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון פ' „וזאת הברכה" צום „ענין המועד" פון שמיני עצרת;

עס שטייט אין חסידותמ, אַז דער242טעם אויפן קובע זיין „שמחת תורה" אין דעם טאָג פון שמע"צ — כאָטש לכאורה האָט שמחת תורה געדאַרפט זיין בשבועות, זמן מתן תורה — איז מצד דעם וואָס די שמחה פון שמחת תורה איז אויף די לוחות שניות שניתנו ביום הכפורים (וואָס זייער שמחה איז גרעסער ווי די שמחה פון די לוחות ראשונות), און שמע"צ איז דער „יום האחרון שאחר יוהכ"פ"מא.

קומט דאָך אויס, אַז „לעיני כל ישראל" וואָס ברענגט אַרויס די מעלה פון די לוחות שניות, כנ"ל, איז דער זעלבער ענין ווי שמחת תורה.

אָבער אעפ"כ איז די התחלת הקריאה פון שמח"ת „(וזאת הברכה גו') הוי' מסיני באַ גו'" וואָס רעדט וועגן די לוחות ראשונות — ווייל אויך דער ענין האָט אַ שייכות צו שמחת תורה, כדלקמן.

דער ביאור אין דעם;

דער חילוק צווישן צדיקים (בחי' לוחות ראשונות ודרגת בנ"י אז) און בעלי תשובה (בחי' לוחות שניות ודרגת בנ"י אז) איז, אַז אַ צדיק איז ענינו (און מעלתו) וואָס ער פירט זיך ע"פ תורה. משא"כ אַ בעל תשובה, דערלאַנגט העכער פון תורהמב.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז מצד דעם ענין פון לוחות ראשונות זיינען אידן מקבל פון תורה, אָבער מצד דעם ענין פון לוחות שניות, וואָס עבודת התשובה איז מעורר און מגלה דעם שרש הנשמה וואָס מחשבתן של ישראל (וואָס עלו במחשבהמג) איז קדמה לתורה*43 — איז העכער פון תורה, זיינען אידן משפּיע אין תורה.

און דאָס איז די שייכות פון התחלת וסיום הסדרה „וזאת הברכה" צו שמחת תורה; אין „שמחת תורה" זיינען פאַראַן צוויי (פּירושים און) ענינים; (א) אידן פרייען זיך מיט תורהמד, און דורך דעם קומט מען צו צו אַ העכערע דרגא, (ב) אידן זיינען משמח די תורהמו.

און דאָס זיינען די צוויי ענינים וואָס מען לייענט בשמח"ת; צום אָנהייב — „הוי' מסיני בא גו'", אַז אידן זיינען מקבל די תורה און מקבל פון תורה און פרייען זיך מיט איר; און דערנאָך קומט מען צו צו דער העכערער דרגא — „לעיני כל ישראל", אַז אידן זיינען העכער פון תורה, ביז אַז זיי זיינען משפּיע שמחה אין תורהמ.

243— אויף דעם קומט די הוראה, אַז — דער „סוף כל המועדות"ד — איז אפילו אין אַזאַ העלם והסתר ווי דאָך אַז מען זאָל מיטנעמען דעם כח שבירת הלוחות האָט דער אויבערפון כל המועדות אין דער עבודה פון שטער געזאָגט „יישר כחך", אַז אַ איד תומ"צ במשך כל השנה, אין דער האָט בכח צו מאַכן אויך דערפון אַן עבודה פון „ויעקב הלך לדרכו" — עילוי, ביז — אפילו אַ העכערן עילוי איז אויך דער ענין מרומז אין „לעיני ווי ס'איז געווען קודם השבירה,

און דערפאַר אויך, איז גלייך נאָך

בשעת אַ איד גייט אַרויס אין „לעיני כל ישראל" לייענט מען „בראוועלט, עולם פון לשון העלם והסתר47), שית ברא אלקים את השמים ואת קען ער זיך דערשרעקן48), טראַכטנ־ הארץ"; אַ איד דאַרף וויסן אַז ער דיק; ווי האָב איך בכח צו קעגנ־ דאַרף כלל ניט נתפּעל ווערן פון דעם שטעלן זיך דעם חושך העולם און העלם והסתר פון וועלט, וואָרום וויטאָן די עבודה וואָס פאָדערט זיך פון באַלד אַז ישראל וקוב"ה כולא חדמ,

איז אין וועלכן מצב די וועלט זאָל

ניט זיין, האָט ער בכח צו „באַשאַפן" של ישראל, אשר תורה הוא (נעשה. וראה אַ נייע וועלט80), אַזאַ וועלט וואו רמב"ם הל' ממרים רפ"א: התקנות והגזי־ „וידע כל פעול כי אתה פעלתו וכו' רות והמנהגות כו') שישראל מוסיפים ומש־ הוי' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל פיעים בתורה — „ונוהגין למעבד ישראל משלהד61).

עמה חדוה . . ומעטרן לס"ת בכתר דילי'"

ק " א ע' ע3 אז רה 12 בארכה

47) לקו"ת שלח לו, ד. ד"ה על ג"ד

ש"ת (בתחלתו).

49) נסמן בלקו"ש ח"ה ע' 246 הערה 39. שנה בלי רגלים (ראה לקו"ת פרשתנו צח,

ב), נוסף לזה שבימי החורף אינו מאיר אביכם בורא עולמות, ובאוה"ת בראשית כ"כ בחי' „שמש הוי'" (לקו"ש ח"א ע' רנח, ב — דקאי על כל בני ישראל. וראה 4. ולהעיר מסד"ה להבין ענין שמח"ת גם זח"א מז, א. ח"ב קסב, ריש ע"ב. ועוד.

51) נוסח התפלה דר"ה.

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-nmarnvqa

עותקים

פעילות אחרונה

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · אושרה
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · נסגרה

מקורות