לקוטי שיחות
תבא א
152ת ב א
א. אין תחלת הסדרה ברענגט רש"י די ווערטער „והי' כי תבא וגו'א וירשתה וישבת בה", און איז מפרש; „מגיד שלא נתחייבו בביכורים עד שכבשו את הארץ וחלקוה"ב.
פון דעם וואָס רש"י שרייבט „מגיד כו'" (און שרייבט ניט בקיצורג; „וירשתה וישבת בה — שתכבשו את הארץ ותחלקוה"), איז קענטיק, אַז רש"י איז דאָ אויסן צו מפרש זיין [ניט דעם טייטש פון „וירשתה וישבת בה" — אַז עס מיינט כיבוש הארץ וחלוקתה, נאָר] דעם חידוש פון די דאָזיקע ווערטער; „מגיד כו'".
און ווי מפרשיםד זיינען מסביר; רש"י האָט שוין פריער — אין פּ' שלחו געזאָגט, אַז אומעטום וואו עס שטייט „כי תבא" (אָדער „כי תבאו") מיינט עס „לאחר ירושה וישיבה". ווערט דאָך במילא שווער; וויבאַלד עס שטייט שוין „והי' כי תבא"ח, צוליב וואָס דאַרף שטיין „וירשתה וישבת בה"? אויף דעם זאָגט רש"י „מגיד"ז, אַז די ווערטער לאָזן אונז הערן „שלא נתחייבו בביכורים עד שכבשו את הארץ וחלקוה".
איז ניט פאַרשטאַנדיק; וויבאַלד אַז „כי תבא" מיינט „לאחר ירושה וישיבה", און דער פּירוש פון „ירושה וישיבה" איז — כיבוש הארץ וחלוקתה (ווי רש"י איז מפרש די ווערטער „וירשתה וישבת בה") — הייסט עס דאָך אַז „כי תבא" מיינט „לאחרי שכבשו את הארץ וחלקוה". איז מהיכי תיתי אַ הוה אמינא אַז נתחייבו בביכורים פאַר כיבוש וחילוק וואָס צוליב דעם דאַרף שטיין „וירשתה וישבת בה" צו זיין מגיד — מחדש זיין „שלא נתחייבו כו'"?
מוז מען זאָגן, אַז „ירושה וישיבה" (אין אַלגעמיין) קען הייסן אויך פאַר כיבוש וחילוק, ובמילא, ווען עס שטייט153בלויז „כי תבא" — הגם דאָס מיינט „לאחר ירושה וישיבה", וואָלט מען געלערנט אַז דער חיוב ביכורים איז אויך פאַר כיבוש וחילוק. און דעריבער דאַרף שטיין „וירשתה וישבת בה", ווייל דוקא דערפון (מצד דעם יתורח פון די דאָזיקע ווערטער) לערנט מען אָפּ „שלא נתחייבו בביכורים עד שכבשו את הארץ וחלקוה".
מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: „ירושה וישיבה" איז דאָך לאחרי הכניסה לארץ (און ווי רש"י איז מפרש אין פּ' שלח, אַז „בבואכם" מיינט „משנכנסו בה", און „כי תבא" איז „אינה אלא לאחר ירושה וישיבה"). היינט וואָס פאַר אַ זמן איז דאָ צווישן דער כניסה ביז דעם כיבוש וחילוק, וואָס יענער זמן איז די צייט פון „ירושה וישיבה"?
ב. נוסף להנ"ל, איז אויך ניט מובן;
א) רש"י'ס חידוש אין „וירשתה וישבת בה", איז דאָך בלויז אין דעם פּירוש פון ירושה וישיבה גופא (אַז ירושה וישיבה דאָ מיינט — כיבוש וחילוק), אָבער אַז „וירשתה (במפיק ה"א) וישבת בה" באַציט זיך צו „אל הארץ גו'" וואָס שטייט פריער אין פּסוק, איז דאָך לכאורה אַ דבר הפּשוט. האָט דאָך רש"י געדאַרפט זאָגן „עד שכבשוה וחלקוה" — פאַרוואָס זאָגט ער „עד שכבשו את הארץ כו'"?
ב) צום פירוש הכתוב „כי תבא גו' וירשתה וישבת בה" (אַז דאָס לאָזט הערן „שלא נתחייבו עד שכבשו את הארץ וחלקוה"), איז דאָך לכאורה ניט נוגע וועגן וואָס פאַר אַ ציווי דאָס האַנדלט זיך. וואָס איז רש"י מדגיש „מגיד שלא נתחייבו בביכורים כו'"?
ג. מפרשים לערנען, אַז אומעטום מיינט ירושה וישיבה כיבוש וחלוקה. און דעם טעם וואָס דער פּסוק דאַרף דאָ מוסיף זיין „וירשתה וישבת בה" — כאָטש אַז לפי זה מיינט „כי תבא" אַליין „לאחרי שכבשו את הארץ וחלקוה" — איז רש"י מרמז מיט זיין הדגשה „מגיד שלא נתחייבו בביכורים כו'";
הבאת ביכורים איז ענינהט אַ הודי' צום אויבערשטן פאַר דעם אַריינקומען אין א"י און געניסן פון אירע פּירותי. און וויבאַלד אַז די הנאה איז דאָך פאַראַן אויך פאַר כיבוש און חילוק [ווי די גמראיא זאָגט „קא מתהני לאלתר"] — איז דאָ אַן אָרט צו זאָגן, אַז דער „כי תבא" ביי חיוב ביכורים מיינט גלייך ביים אַריינקומען אין א"י, פאַר ירושה וישיבה (אַנדערש פון דעם לשון „כי תבא" אין אַנדערע ערטער) — דעריבער דאַרף מען דאָ
154אָנזאָגן בפירוש „וירשתה וישבת בה", וואָלט עס געמיינט „לאחר ירושה
אַז אויך דער חיוב ביכורים איז וישיבה".
לאחרי ירושה וישיבה.
*) ד. דער פּירוש איז אָבער זייער
געדויערט פערצן יאָר: זיבן יאָר דער
א) לפי הנ"ל, איז רש"י מפרש בלויז כיבוש און זיבן יאָר די חלוקה14).
צוליב וואָס עס דאַרף שטיין „וירשתה
וישבת בה", אָבער אין דעם פּירוש אַז גלייך ווי מען האָט כובש געווען
פון די ווערטער גופא איז ער גאָרניט און פאַנאַנדערגעטיילט געוויסע חלקים
מחדש — האָט דאָך רש"י געדאַרפט פון א"י (נאָך איידער מען האָט כובש
זאָגן „מגיד שלא נתחייבו בביכורים געווען און צעטיילט גאַנץ א"י), פּאַָסט
עד לאחרי ירושה וישיבה" (כלשון (בנוגע צו די צעטיילטע חלקים) דער
הפּסוק12)). פאַרוואָס זאָגט ער „עד לשון ירושה וישיבה: באַלד ווי מען
האָט איינגענומען אַ געוויסן טייל פון
ב) ווען רש"י זאָל האַלטן, אַז מצד א"י און געוואָרן אויף אים בעה"ב,
דעם טעם החיוב בביכורים וואָלט מען האָט מען יענעם חלק גע'ירש'נט; און
דאָ געלערנט (אָן די ווערטער „וירשתה גלייך ווי מען האָט איינגעטיילט באַ־
וישבת בה") אַז „כי תבא" דאָ איז שטימטע חלקים צו באַשטימטע יחי־
אַנדערש ווי אומעטום, וואָלט ער עס דים, וויבאַלד אַז די יחידים האָבן זיך
געזאָגט בפירוש אָדער עכ"פּ מרמז באַזעצט (אין די חלקים) בהתיישבות
געווען (און ניט באַגנוגנט זיך מיט ובאופן קבוע, איז ביי זיי שוין דאָ
זאָגן „שלא נתחייבו בביכורים").
12) בדוגמת קושיית רב יהודה (שם ע,
טער „וירשתה וישבת בה": ווען עס
ממ) אבלחר שחש הפרשת החלה שטייט בלויז „כי תבא", ואָלט דער
ואה פרישה הם) מו"א" "ב ר"ס שכג. 14) ראה רש"י מות לב, כר. ראה.158העצמית (וואָס איז העכער אויך פון „ולגדולתו אין חקר"לח — די גדולה פון שם הוי' ווי ער איז מצד עצמולט).
ג) דורך דער עבודה פון „עיר אלקינו", וואָס אידן מאַכן אויף פון ריבוי נבראים (וועלכע ווערן נתהוה פון „אלקינו") אַ מכון ליחודו ית' (אַזוי ווי אַ שטאָט וואָס ווערט פון ריבוי אבנים ובתים), וואָס אין דעם קומט צום אויסדרוק די אחדות בלי גבול כנ"ל — דורך דעם ווערט דער אמת'ער גדול, ווייל דער תואר „גדול" ווייזטמ באמת אויף בלי גבול.
י. און דאָס איז אויך די שייכות פון דעם פּסוק „גדול הוי' גו' בעיר אלקינו" צום אַלטן רבי'ן — דער מייסד פון חסידות חב"ד;
א) דורך דעם וואָס דער אַלטער רבי האָט אַראָפּגעטראָגן חסידות אין חכמה בינה ודעת, ביז אַז יעדערער זאָל עס קענען פאַרשטיין, איז נתגלה געוואָרן תורת הבעש"ט אויך אין גילוי בשכל פאַר אַלעמען.
ב) דורך דעם איז אויך צוגעקומען אַ שלימות אין תורת הבעש"ט. וכידועמא, אַז דורך דער התלבשות פון חסידות אין השגה, איז נמשך געוואָרן עצם פּנימיות התורה.
ג) דורך מסביר זיין אחדות הוי' אויך אין שכל אנושי, איז נתגלה געוואָרן די אמיתית האחדות פון „אין עוד מלבדו" — אַז אויך שכל אנושי איז ניט קיין נפרד וכו'מב.
יא. אע"פּ אַז אמיתית ענין האחדות טוט זיך אויף דורך דעם וואָס דאָס ווערט נתבאר אויך אין שכל (כנ"ל סעיף יו"ד), וויבאַלד אָבער אַז ענינו פון שכל מצד עצמו איז דאָך — צו געפינען סברות לכאן ולכאן (היפך האחדות), דערפאַר האָט צום אָנהויב געדאַרפט זיין דער גילוי פון חסידות אין אַן אופן וואָס איז ניט מלובש אין שכל — ווי דאָס איז נתגלה געוואָרן דורכן בעש"ט; און דוקא לאחרי זה, האָט עס געקענט נתגלה ווערן אין חב"ד (וואָס דורך דעם קומט צו שלימות, כנ"ל).
און עד"ז איז אויך בכללות ענין הבריאה, אַז מלכתחלה (בבחי' יכולת) זיינען אַלע נבראים באַשאַפן געוואָרן „במאמר אחד"מג, און מצד דעם, איז אויך שפּעטער — ווי דער „מאמר אחד" איז נתפּרט געוואָרן אין „עשרה מאמרות", ביז אַז די אותיות פון עשרה מאמרות זיינען אַראָפּגעקומען (דורך חילופים ותמורות וכו') צו יעדן נברא באַזונדערמד — האָבן אידן בכח צו מאַכן פון זיי אחדות.
161און וויבאַלד אַז די אחדות פון אידן קומט דורכן גילוי פון פשיטות הנשמה50), אָבער איר אמיתית זאָגט זיך אויס דוקא אין דעם, וואָס אויך מצד דעם ציור הפרטי זיינען אידן באחדות
— דערפאַר, איז דער ענין האחדות (אַז אַ איד קען ניט זיין בשמחה כל זמן אַ צווייטער איד האָט ניט קיין חלק, וחלק ברור דוקא בארץ), זאָגט זיך אויס („מגיד") אין „וירשתה וישבת בה", אָבער — דוקא לאחרי די הקדמה פון „והי' כי תבא וגו'".
און דורך דער הנהגה אין אהבת ישראל, איז מען זוכה צו „והי' כי תבא אל הארץ וגו'"67), צו דער כניסה לארץ ישראל דורך משיח צדקנו, בגאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממשנח.