English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה כח

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

471ב"ה, ח"י אלול, ה'תשל"ב

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה !

די צייט פון צוגרייטונג צו ראש השנה, דעם טאָג ווען דער אויבערשטער האָט פאַרענדיקט בריאת העולם (די וועלט באַשאַפונג) מיט דער באַשאַפונג פון דעם בחיר הנבראים, דעם מענטשן, איז אויך די צייט אַריינצוטראַכטן זיך וועגן דער בריאה און דעם אופן הבריאה און — ווי פון יעדער זאַך — אַרויסנעמען דערפון אָנווייזונגען, ביז — בהנוגע צום טאָג טעגליכן לעבן, והמעשה הוא העיקר.

לויט דעם רצון פון באַשעפער, אַז עס זאָל זיין מה רבו מעשיך, באַשטייט די וועלט פון אומצאָליגע, באַזונדערע און פאַרשידענע זאַכן. אָבער גלייכצייטיג האָבן אַלע זאַכן געוויסע אינערלעכע שטריכן וועלכע פאַרבינדן און פאַראיינציגען זיי אַלע אין איין איינהייט.

דאָס איז אויך פאַרשטענדלעך, נעמענדיג אין אַכט, אַז אַלע זאַכן אין וועלט זיינען באַשאַפן געוואָרן דורך דעם איין און איינציגען באַשעפער, דורך ה' אחד; דערפאַר איז אויך דאָ אַן אינערלעכע און אמת'ע אחדות אין אַלע זאַכן וואָס ער האָט באַשאַפן, פון דעם דומס ביז דעם מדבר. עס פאַרשטייט זיך אַז די אחדות איז מער מערקבאַר אין זאַכן וועלכע געהערן צום זעלבן סוג; דומם, צומח, חי, אָדער מדבר.

472דעם דאָזיגען געדאַנק האָבן אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, ספּעציעל אַרויסגעבראָכט אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם מין האדם. זאָגן אונזערע חכמים, אַז דער באַשעפער האָט אַלע מענטשן אויסגעפורמט אין דעם זעלבן חותם („שטעמפּל"), אין דעם חותם פון אדם הראשון, צוזאַמען דערמיט אָבער זיינען אַלע מענטשן פאַרשידנאַרטיק, אַזוי אַז עס זיינען ניטאָ צוויי מענטשן אויף דער וועלט וואָס זאָלן זיין גלייך אין אַלע הינזיכטן: אין פרצופיהן דומין (זייערע געזיכט־שטריכן זיינען ניט ענליך), און — אין דריי זאַכן אונטערשיידן זיך מענטשן איינער פון צווייטן: בקול (אין שטימע), במראה (אויסזען), ובדעת (פאַרשטאַנד).

דער פּרינציפּ פון פאַרשידנאַרטיקייט צוגלייך מיט אייניקייט אין אַלע זאַכן פון דער וועלט איז גילטיק אויך בנוגע זמן — צייט. די צייט איז איינגעטיילט אין טאָג און נאַכט, וואכ־טעג און שבת און יום טוב וכו', וואָס יעדער צייט־אָפּשניט האָט זיינע אייגנאַרטיקע סגולות און באַדייטונגען בכלל און פאַר דעם מענטשן בפרט. אָבער גלייכצייטיק זיינען פאַראַן ענינים וועלכע פאַרבינדן און פאַראייניגען אַלע צייטן אין איין המשך.

אַזוי אויך בנוגע ראש השנה אַלע ראש־השנה'ס זיינען גלייך אין פילע ענינים, ווי — אין די אַלגעמיינע הוראות פאַר דער שנה חדשה (נייעם יאָר), און ווי עס איז אָפט דערמאָנט געוואָרן, אַז ראש השנה איז דער „קאָפּ" פון יאָר. צוזאַמען דערמיט איז יעדער ראש השנה אַ נייע זאַך און אייגנאַרטיק — ער בריינגט אַן אייגענאַרטיקע באַנייאונג אין וועלט, נייע כוחות און סגולות.

ספּעציעל בולט איז די אייגנאַרטיקייט פון ראש השנה לגבי די מערהייט פון ראש השנה'ס ווען יום טוב של ראש השנה חל להיות בשבת — ווען דער ערשטער טאָג ראש השנה פאַלט אויס בשבת, ווי די קביעות איז היייאָר. אין דעם פאַל פאַראייניגט זיך די קדושה פון ראש השנה מיט דער קדושה פון שבת, און גיט דעם ראש השנה אַ נייע באַדייטונג און אינהאַלט, וואָס אַלס „קאָפּ" פון יאָר, ווי אויבנדערמאָנט, מוז דאָס זיך אָפּשפּיגלען אין טאָג טעגלעכן לעבן פונם גאַנצן יאָר.

473דער אַלגעמיינער אונטערשייד צווישן די וואכ־טעג און שבת, ובפרט — בנוגע אַ מענטשן, איז, וואָס די וואָכנטעג זיינען אַרבעטס־טעג (ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך) און שבת איז אַן אַרבעטסלאָזער טאָג (לא תעשה כל מלאכה), אַ רו־טא

לכאורה איז ניט פאַרשטענדלעך; פון געבורט אָן איז, ווי די תורה ווייזט אַן אדם לעמל יולד — „דער מענטש איז צו האָרעוואַניע געבאָרן" (מיט אַ הפסק (איבעררייס) פון רו, שלאָפן א.ז.וו. כדי צו קאָנען אָנגיין מיט דעם עמל). לויט דעם קומט אויס, אַז ראש השנה וואָס פאַלט אויס שבת, וואָס דאַן אונטערשטרייכט ראש השנה אויך אַלס „קאָפּ" און אָנפירער פון אַלע און פון יעדער טאָג פון קומענדן יאָר, דעם ענין פון לא תעשה כל מלאכה, איז דאָס אין ווידערשפּרוך צום פּרינציפּ פון אדם לעמל יולד?

איינע פון די ערקלערונגען, וואָס פאַרענטפערן די דערמאָנטע סתירה, איז; אַ מענטש איז צוזאַמענגעשטעלט פון אַלערליי פאַרשידענע זאַכן און אייגענשאַפטן, און בכללות — פון גוף און נפש. במילא איז אויך אין אַלע זיינע ענינים און טעטיקייטן דאָ דער צוזאַמענשטעל פון גוף און נפש; אין אַנדערע ווערטער — רוחניות און גשמיות. אויך אין דעם ענין פון אדם לעמל יולד זיינען דאָ עמל גשמי און עמל רוחני, אָדער ווי חכמינו זכרונם לברכה רופן דאָס אָן: עמל מלאכה און עמל תורה. מער בפרטיות: די פאָנאָנדערטיילונג פון גשמיות און רוחניות איז פאַראַן אין ביידע סאָרטן עמל; אין עמל מלאכה (ווי אויך — אין עמל תורה) איז פאַראַן עמל גשמי און עמל רוחני און אין יעדערן פון זיי — די רוחניות'דיגע זייט דערפון און די גשמיות'דיגע,

און בדוגמא ווי שבת איז אַ אידן'ס אדם לעמל יולד אין עמל תורה — אַזוי איז די ספּעציעלע אָנווייזונג פון יום טוב של ראש השנה שחל להיות בשבת אַז אין די אַלע טעג פון אָנקומענדען יאָר זאָל זיין דער עיקר עמל אין עמל תורה (און מצות), און אויך אין דעם עמל מלאכה זאָל אַרויסגעבראָכט ווערן און אונטערשטראָכן ווערן די רוחניות וואָס אין דעם.

אין אַנדערע ווערטער; מען ערוואַרט פון יעדער אידן, מאָן אָדער פרוי, יונג אָדער אַלט, אַז ער זאָל אַריינברענגען „שבת'דיקייט" אין זיין474גאַנצען עמל — אויך אין די וואָכעדיגע מלאכות ז אַריינברענגען רוחניות און קדושה אויך אין די געוויינלעכע און וואָכעדיגע ענינים פון טאָגטעגלעכן לעבן, ביז אַז זיי זאָלען אינגאַנצען דורכגעדרונגען ווערן מיט שבת'דיקייט.

צו בריינגען אַן איינפאַכן ביישפּיל; ווען איינער האָט אַ שטעלע, מסחר א.ז.וו. איז די כוונה אין דעם — דער פאַרדינסט, פרנסה. עס מוז אָבער זיין די רוחניות און נשמה פון דעם, דער כל מעשיך לשם שמים (אַלע דיינע טואונגען צוליב הייליגע צוועקען); מען דאַרף דאָך געבן צדקה, האָבן אַ רוהיגע קאָפּ אויף לערנען תורה, צאָלן שכר־לימוד פאַר קינדער צו לערנען תורה, אד"ג, פאַרנעמט ער זיך דערפאַר מיט זיין עמל, כדי דורכדעם צו דערגרייכן די אויבענדערמאָנטע צילן.

און אַז ער ווערט דורכגעדרונגען מיט דער רוחניות'דיגער כוונה — איז דאָך זעלבסטפאַרשטענדליך אַז זיין עמל שטערט עם ניט צום לערנען תורה און מקיים זיין מצות, אַז ער וועט געבן אויף צדקה פון די בעסטע און שענסטע א.ז.וו.

א

קען מען דאָך פרעגן, ווי קען יעדער איינער און נאָכדערצו — יעדן טאָג פון אַ גאַנץ יאָר קומען צו אַזאַ מדריגה? איז דער ענטפער — פאַרשטאַנדיג פאַר יעדן איינעם2 וויבאַלד דער אויבערשטער, דער באַשעפער פון מענטשן, האָט עם געגעבן די אָנווייזונג, איז זיכער, אַז יעדערער, ניט קוקענדיג אויף זיין דערציאונג און מדריגה, האָט פריער באַקומען די כוחות צו קענען דורכפירן דאָס אין לעבן און נאָכמער — בשמחה ובטוב לבב,

און ווי מען זאָגט8 (וויבאַלד) בך הוי' חסיתי — (איז זיכער אַז) אל אבושה לעולם.

475ובפרט אַז דאָס הייבט זיך אָן פון ראש השנה — ווען אידן קרוינען דעם אויבערשטן, ומלכותו ברצון קבלו עליהם, איז דאָך יעדער איד — עבד מלך — מלך.

בברכת כתיבה וחתימה טובה

לשנה טובה ומתוקה

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-h3xpn0a6

עותקים

פעילות אחרונה

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · אושרה
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · נסגרה

מקורות