לקוטי שיחות
שופטים א
115שופטים
א. אויפן פּסוקא „אך הנביא אשר יזיד לדבר דבר בשמי את אשר לא צויתיו לדבר ואשר ידבר בשם אלקים אחרים גו'", זאָגט די גמראב; „אך הנביא אשר יזיד לדבר דבר בשמי זה המתנבא מה שלא שמע, ואשר לא צויתיו הא לחבירו צויתיו זה המתנבא מה שלא נאמר לו, ואשר ידבר בשם אלקים אחרים זה המתנבא בשם ע"ז". און דערפון לערנט מען אָפּ, אַז די אַלע דריי סאָרטן נביאי השקר איז „מיתתן בידי אדם" — ווי דער סיום הכתוב „ומת הנביא ההוא" וואָס מיינט אַז מיתתן בידי אדם — מיתת חנק.
ווייטער זאָגט די גמראג; „המתנבא מה שלא נאמר לו — כגון חנני' בן עזור כו'". און די גמרא איז מבאר, אַז די „נבואה" וואָס חנני' האָט געזאָגט „כה אמר ה' וגו' שברתי את עול מלך בבל"ד, האָט ער עס אָפּגעלערנט מיט אַ ק"ו פון נבואת ירמי' „כה אמר ה' צבאות הנני שובר את קשת עילם"ח. און וויבאַלד אַז ער האָט עס אָפּגעלערנט פון דער נבואה וואָס איז געזאָגט געוואָרן צו ירמי', איז עס אַזוי ווי „נאמרה לחבירו" און האָט אַ דין פון „מתנבא מה שלא נאמר לו".
זאָגט דער מהרש"א, אַז חנני' בן עזור איז געווען ניט בלויז אַ „מתנבא מה שלא נאמר לו", נאָר אויך אַ „מתנבא מה שלא שמע". וואָרום אין זיין נבואה, האָט ער צו די ווערטער „שברתי את עול מלך בבל" אויך מוסיף געווען „בעוד שנתים ימים"ח — אַ זאַך וואָס דער אויבערשטער האָט כלל ניט געזאָגט. (און דאָס וואָס די גמרא זאָגט דאָרטן „המתנבא מה שלא שמע כגון צדקי' בן כנענה" (און ניט חנני'), איז עס דערפאַר וואָס צדקי' איז געווען פאַר חנני').
און דערמיט איז דער מהרש"א מבאר דעם לשון הפּסוק „לא שלחך ה' ואתה הבטחת את העם הזה על שקר"ז, אַז „לא שלחך ה'" באַציט זיך צו זיין נבואה „שברתי את עול מלך בבל", וואָס כאָטש זי איז געווען אמת, איז אָבער „לא שלחך ה'" — „מתנבא מה שלא נאמר לו"; און „ואתה הבטחת את העם הזה על שקר" באַציט זיך צו זיין הבטחה „בעוד שנתים ימים גו'", וואָס איז געווען אַ שקר — „מתנבא מה שלא שמע".
ב. לויט דעם איז לכאורה פאַרשטאַנדיק דער פּירוש אין די ווייטערדיקע ווערטער פון פּסוק „לכן כה אמר ה' הנני משלחך גו' השנה אתה מת"ח
— וואָס „לכן" באַציט זיך דאָ צו די פריער־אויסגערעכנטע צוויי חטאים; „לא שלחך ה'" און „ואתה הבטחת גו' על שקר", אויף וועלכע עס קומט מיתה בידי אדם —
116אַז דאָס וואָס חנני' איז נענש געוואָרן בעונש מיתה, איז עס געווען
[ניט קיין ענין פון „מיתה בידי שמים" — וואָרום אויף די דערמאָנטע חטאים קומט ניט קיין מיתה ביד"ש נאָר מיתה בידי אדם, און אָנצונעמען אַז ער האָט פריערט עובר געווען אויף אַן אַנדער עבירה פאַר וועלכע עס קומט מיתה ביד"ש איז בכלל שווער צו זאָגן, וואָרום*20) דאַן וואָלט עס ערג־וואו געדאַרפט דערמאָנט ווערן — נאָר]
מצד דעם וואָס ער האָט עובר געווען אויף די צוויי עבירות הנ"ל פאַר וועלכע עס קומט מיתה בידי אדם, נאָר היות ווי ב"ד האָבן אים ניט דן געווען [צי ווייל דאַן איז קיין סנהדרין ניט געווען, אָדער ווייל „רבים מרשעי ישראל עזרו לו"יא], איז געקומען זיין מיתה מלמעלהיב, ע"ד ווי די גמראיג זאָגט (בנוגע לזמן הזהיד) אַז „דין ד' מיתות לא בטלו".
זאָגט אָבער דער אַלטער רבי אין תניאטו; „ובמיתה בידי שמים מת ממש קודם ששים שנהי כחנני' בן עזור הנביא בירמי'". איז דאָך ניט מובן; פון וואַנען נעמט עס דער אַלטער רבי אַז חנני' בן עזור איז געשטאָרבן בעונש מיתה ביד"ש — ניט ווי עס קוקט אויס בפּשטות, אַז ער איז געווען חייב מיתת בית דין און איז געשטאָרבן מצד „דין ד' מיתות"?
ג. נאָך מער דאַרף מען דאָ פאַרשטיין;
אין דער זעלבער סוגיאיז שטייט אויך, „ושלשה מיתתן בידי שמים . . הכובש את נבואתו, והמוותר על דברי נביא, ונביא שעבר על דברי עצמו". און די גמראיח זאָגט „והמוותר על דברי נביא כגון חברי' דמיכה . . ונביא שעבר על דברי עצמו כגון עדו הנביא".
איז דאָך ניט מובן; אפילו אויב דער אַלטער רבי האָט שוין אַ הוכחה אַז חנני' איז געשטאָרבן במיתה בידי שמים — צוליב וואָס אָבער דאַרף ער ברענגען אַ ראי' פון חנני' בן עזור (וואָס בפּשטות ווייזט גאָר אויס, כנ"ל, אַז ס'איז געווען אַן ענין פון „דין ד' מיתות") — ער האָט דאָך געקענט ברענגען אַ ראי' פון חברי' דמיכה און פון עדו הנביא, וואָס ביי זיי שטייט בפירוש אַז זיי זיינען געווען חייב מיתה בידי שמים, און אין118וועגן חנני' בן עזור שטייט אין תנ"ך בלויז איין מאָל, איז צוליב וואָס דאַרף ער מציין זיין „בירמי'"?
לאחרי ווי דער אַלטער רבי זאָגט „כשעבר עבירה שחייבים עלי' כרת הי' מת ממש קודם חמישים שנה, ובמיתה בידי שמים מת ממש קודם ששים שנה כחנני' בן עזור הנביא בירמי'" — נאָך איידער ער איז מסיים זיין קשיא „והרי נמצאו בכל דור כמה וכמה חייבי כריתות ומיתות והאריכו ימיהם ושנותיהם בנעימים"כו — איז ער מוסיף, אין חצאי עיגול; „ולפעמים גם במיתה בידי שמים נפרעין לאלתר, כמו שמצינו בער ואונן".
איז אין דעם ניט מובן;
א) זיין קשיא „והרי נמצאו בכל דור כמה וכמה חייבי כריתות ומיתות והאריכו ימיהם ושנותיהם כו'", איז דאָך נאָר פון דעם וואָס די חייבי מיתות האָבן דערגרייכט דעם עלטער פון ששים און העכער; פון דעם וואָס מען איז פון זיי ניט נפרע געוואָרן לאלתר — קען מען דאָך קיין קשיא ניט פרעגן, וואָרום „נפרעין לאלתר" איז דאָך נאָר „לפעמים".
איז צוליב וואָס ברענגט ער דאָ דעם ענין „ולפעמים כו' נפרעין לאלתר", בשעת זיין קשיא איז נאָר פון דעם וואָס „מת ממש קודם ששים שנה"?
ב) פון דעם לשון „גם במיתה בידי שמים נפרעין לאלתר" איז קלאָר, אַז וועגן איין ענין ווייס מען שוין פון פריער אַז „נפרעין לאלתר". און בהמשך צו דעם זאָגט ער, אַז אויך ביי מיתה בידי שמים איז מען (לפעמים) נפרע לאלתר20). ולכאורה, וואו רעדט ער פריער*20) וועגן אַן ענין וואָס „נפרעין לאלתר"?
ו. איז דער ביאור אין דעם, אַז מיטן מוסיף זיין די ווערטער „הנביא" און „בירמי'", מיינט דער אַלטער רבי צו מוכיח זיין, אַז „וימת חנני'" איז ניט געווען קיין ענין פון „דין ד' מיתות (וואָס) לא בטלו", נאָר ס'איז געווען מיתה בידי שמים (כדלקמן סעיף ז־);
און מיט זיין הוספה „ולפעמים גם במיתה בידי שמים נפרעין לאלתר" איז ער מבאר, ווי אַזוי פון „וימת חנני'" איז אַ הוכחה אויף יעדער מיתה בידי שמים אַז „מת ממש" (כדלקמן סעיף ט').
וואָס דערמיט ווערט אויך פאַרענטפערט, בדרך ממילא, פאַרוואָס דער אַלטער רבי ברענגט ניט קיין ראי' פון חברי' דמיכה און עדו הנביא —
120ח. מען קען דאָך אָבער פרעגן;
ירמי' איז געווען מוחזק פאַר אַ נביא אמת. היינט וויבאַלד אַז ירמי' האָט געזאָגט — בנבואה — אַז „לא שלחך ה' גו' כי סרה דברת גו'"לב, האָט מען דאָך גלייך געוואוסט (נאָך איידער עס זיינען פאַרלאָפן די צוויי יאָר), אַז חנני' איז אַ נביא שקר. האָט מען דאָך אים געקענט גלייך דן זיין למיתה?
אויף דעם באַוואָרנט דער אַלטער רבי „כחנני' בן עזור הנביא" (אָן אַ ביאור נוסף בזה — וואָס ברובא דרובא מיינט דאָס נביא אמת אפילו בלשון תורה ועאכו"כ בלשון חכמים וראשונים וכו') מיינענדיק דערמיט (כפּירוש המובא לעיל סעיף ד'), אַז פריער איז ער געווען אַ נביא אמתלג. ובמילא האָט מען דאָך ניט געקענט וויסן (ביזן סוף פון די שנתים ימים) ווער פון זיי (ירמי' צי חנני') זאָגט אמת. איז דאָך דערפון מוכרח, אַז „וימת חנני' הנביא בשנה ההיא", איז געווען מיתה בידי שמים, כנ"ל.
ט. מען קען אָבער נאָך אַלץ פרעגן;
וויבאַלד אַז באַ וימת חנני' איז דער פּסוק מוסיף (מדגיש) בשנה ההיא — איז משמע אַז אין דעם איז דאָ אַ חידוש (ולדוגמא — כאָטש דער זמן פון מיתה בידי שמים איז ערשט „קודם ששים שנה"), הייסט עס דאָך, אַז ביי דין חנני' איז געווען אַ חידוש מיוחד. היינט ווי קען מען אָפּלערנען פון אַ חידוש — אויף יעדער מיתה בידי שמים אַז „מת ממש"?
דערפאַר איז דער אַלטער רבי מוסיף „ולפעמים גם במיתה בידי שמים נפרעין לאלתר", אַז דאָס וואָס „וימת חנני' גו' בשנה ההיא" איז [ניט מצד אַן ענין מיוחד וואָס איז ביי אים געווען — וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט מיתה בידי שמים, נאָר] אַ פּרט אין מיתה בידי שמים, ווייל „לפעמים (איז) גם במיתה בידי שמים נפרעין לאלתר".
י. ועפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס ער ברענגט ניט קיין ראי' פון חברי' דמיכה און עדו הנביא — ווייל וויבאַלד אַז ביידע זיינען געשטאָרבן דורך אַן ארי'לד, וואָס דאָס איז „דומי' דסקילה"לה — מיתה הכי חמורה (אפילו צווישן די מיתות שבידי אדם), איז דאָך ביי זיי געווען אַ חידוש וחומר מיוחד. ובמילא קען מען דערפון ניט ברענגען קיין ראי' אַז ביי יעדער „מיתה בידי שמים" איז „מת ממש" — און דערפאַר ברענגט דער אַלטער רבי אַ ראי' דוקא פון חנני' בן עזור.
און דעריבער פרעגט דערנאָך דער אַלטער רבי „והרי נמצאו בכל דור וכו' והאריכו ימיהם ושנותיהם בנעימים".