English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה כט

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

475ובפרט אַז דאָס הייבט זיך אָן פון ראש השנה — ווען אידן קרוינען דעם אויבערשטן, ומלכותו ברצון קבלו עליהם, איז דאָך יעדער איד — עבד מלך — מלך.

בברכת כתיבה וחתימה טובה

לשנה טובה ומתוקה

476דער שמיטה יאָר איז, ווי באַקאַנט, דער „שבת" פון די זיבן יאָר. בנוגע צו מלאכה בפרט — איז פּונקט ווי שבת איז דער הייליגער רו־טאג פון די טעג פון דער וואָך, אַזוי איז שמיטה דער רו יאָר פון די יאָרן, מיטן אונטערשייד, וואָס שבת זיינען אַלע מלאכות אסור, און אין יאָר פון שביעית זיינען פאַרבאָטן בלויז די מלאכות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט ערד־אַרבעט, ווי די תורה זאָגט: ושבתה הארץ שבת לה' גו', שדך לא תזרע וכרמך לא תזמור („די ערד זאָל רוען אַ שבת צו ג־ט . . . דיין פעלד זאָלסטו ניט פאַרזייען און דיין גאָרטן ניט שניידן").

כאָטש אין פיל הינזיכטן זיינען די אָנווייזונגען פון יום השביעי און שנת השבע ענלעך, איז אָבער פאַראַן אַן אונטערשייד אין די הויפּט־געדאַנקען וועלכע זיי אונטערשטרייכן;

שבת אונטערשטרייכט בעיקר אַז דער אויבערשטער איז דער באַשעפער פון דער וועלט (כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ); שמיטה אונטערשטרייכט בעיקר אַז דער אויבערשטער איז — איצט און אַלעמאָל — דער בעל־הבית פון דער וועלט. דעם מענטשענס מעשים דאַרפן באַווייזן אַז „אין דבר מיוחד ברשותו רק שהכל ברשות אדון הכל" (קיין זאַך איז ניט אין זיין רשות נאָר אַלעס איז אין רשות פון דעם האַר פון אַלעם).

אין יאָר פון שביעית ווערט דער אייגענטימער פון אַ פעלד און גאָרטן אויס בעל הבית פון זיי, אין איינקלאַנג מיט דעם אָנזאָג פון תורה והיתה שבת הארץ לכם לאכלה לך ולעבדך ולאמתך גו' („און דאָס רוען פון דער ערד זאָל זיין פאַר דיר צו עסן (גלייך מיט) דיין קנעכט, דיין דינסט א.ז.וו. "), און ווי רש"*) י ערקלערט דאָס; לא באכילה ולא בהנאה אסרתים, אלא שלא תנהוג בהם כבעל הבית, אלא הכל יהיו שווים בה („איך האָב דיר ניט פאַרבאָטן צו עסן און הנאה האָבן פון זיי, נאָר דו זאָלסט זיך ניט פירן אין זיי ווי אַ בעל־הבית אַלע זיין גלייך אין דעם")

אין אַנדערע ווערטער; שביעית אונטערשטרייכט דעם באַגריף, אַז כאָטש דער באַשעפער האָט איבערגעגעבן די ערד צום מענטשן, פאַר אכילה477און הנאה, דאַרף ער געדענקען, אַז דער אמת'ער בעל־הבית אין אַלע צייטן איז דער אויבערשטער, ווי דער פּסוק זאָגט לה' הארץ ומלואה תבל ויושבי בה („צום אויבערשטן געהערט די ערד און אַלץ וואָס איז אין איר, די וועלט און אירע איינוואוינער"). און כדי צו אונטערשטרייכן און פאַרשטאַרקן דעם דאָזיגען זכרון אין אַלע צייטן, אַז עס זאָל פאַרווירקלעכט ווערן אין טאָגטעגלעכן לעבן, האָט דער אויבערשטער באַשטימט דעם זיבעטן יאָר אַלס אַ „שבת'דיגען" יאָר, ווען אַלע אַרבעט אין פעלד און גאָרטן ווערט אָפּגעשטעלט במשך פון אַ גאַנץ יאָר, און דער אייגענטימער ווערט אויס בעל־הבית, נאָר גלייך מיט זיין קנעכט, דינסט א.ז.וו. און ווי דער מדרש דריקט זיך אויס; שדהו מופקרת, ואילנותיו מופקרים, והסייגים מפורצים ורואה פירותיו נאכלים כו' („זיין פעלד איז הפקר, זיינע ביימער זיינען הפקר, די צוימען דורכגעבראָכן, און ער זעט ווי זיינע פּירות ווערן אויפגעגעסן") — און ער נעמט דאָס אָן — דערמיט זאָגט אַ איד עדות, אַז דער אמת'ער בעל הבית פון דער וועלט איז דער אויבערשטער,

דער באַגריף, אַז דער אויבערשטער איז דער בעל הבית פון דער וועלט מיט אַלע איהרע פרטים (איינצעלהייטן) איז אַ געדאַנק וואָס אַ איד ברענגט אַרויס יעדן טאָג פון יעדען יאָר און דריקט דאָס אויס בפועל דורך דעם וואָס איידער ער האָט הנאה אָדער אכילה (לויט רש"י'ס אויסדרוק) — מאַכט ער אַ ברכה — אַ דערקלערונג אַז דער אויבערשטער איז מלך העולם ז אַז ער האָט באַשאַפן אַלעס אנז.וו. — אָבער אין יאָר פון שמיטה ווערט דער ענין אונטערטטראָכן מיט דער גרעסטער שאַרפקייט, ווי אויבן דערמאָנט.

און דאָס איז איינע פון די הויפּט אָנווייזונגען פון הי־יאָר'דיגן ראשהשנה עס איז ניט גענוג צו געדענקען, אַז דער אויבערשטער איז דער באַשעפער פון דער וועלט; מען מוז אויך געדענקען דעם אויספיר דערפון, אַז דער אויבערשטער איז אויך אַלעמאָל און שטענדיג דער בעל הבית פון דער וועלט, און דאָס דאַרף זיך אויסדריקן אין דער טאָג־טעגלעכער הנהגה יעדן טאָג פונם יאָר.

און כאָטש די דינים פון שביעית זיינען ניט נוהג אין חוץ לארץ, איז

לה' הארץ . . בה: תהלים כך, א. ואפילו לאחר ברכה שאז „והארץ נתן לבנ"א" (ברכות לה, סע"א ושם), היינו שאינו כנהנה מן ההקדש, וכאמרנו: ברוך שאכלנו משלו, ולכן לא קיצר בהתירוץ שם לומר „לא קשיא על ידי ברכה". ועפ"ז יל"פ כוונת רש"י שם ד"ה לאר

דער מדרש: תנחומא ר"פ ויקרא. ויק"ר שם.

יעדן טאָג . . אַ ברכה: ראה טושו"ע או"ח סמ"ו ס"ג ושו"ע אדה"ז שם. ברכות (לה, סע"א).

ניט נוחנ אין חוץ לארץ 1 הביאור ע"פ קבלה ראה ליקוטי לוי יצחק — אנרות ע' רמז.

) ראה גם לקו"ש חלק לד שופטים (תשמ"ז) ס"ג. המו"ל.478אָבער דער רוחניות'דיגער אינהאַלט און די אָפּלערנונג דערפון גילטיק אין אַלע ערטער.

דער באַגריף, אַז דער אויבערשטער איז דער שטענדיגער בעל הבית פון דער וועלט מיט אַלע זאַכן וואָס אין איר, ווי דאָס ווערט אויסגעדריקט אין יאָר פון שביעית, קומט אַמ'בולט'סטן אַראָפּ לפּועל אין דעם ענין פון צדקה, וואָס צדקה איז אַ כללית'דיגע מצוה וואָס ווערט געפאָדערט פון יעדן אידן; ער דאַרף אָפּגעבן פון זיין אָנגעהאָרעוועטע געלט צו אַן אָרעמאַן וואָס האָט אויף דעם ניט געהאָרעוועט, צו אַ תורה־מוסד אָדער צדקה־מוסד וואָס גיט זיך אָפּ מיט די באַדערפענישן פון נויטבאַדערפיגע א.ז.וו. קומט דער יאָר פון שביעית און לערנט אַ ספּעציעלן צוגאַנג אין געבן צדקה; א) ער גיט ניט זיינע אייגענע, נאָר דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט אים צייטווייליג אָנפאַרטרויט און געמאַכט פאַר אַ שליח איבערגעבן דעם עני; ב) דורך טיילן זיך מיט אַנדערע — באַרעכטיקט ער דאָס וואָס ער האַלט פאַר זיך.

זעלבסטפאַרשטענדלעך, איז דער ענין פון צדקה ניט באַגרענעצט צו געלט, נאָר ווי דער באַוואוסטער לשון; בממון בגוף בחכמה (בנפשו) („מיט געלט מיט'ן גוף מיט דער נשמה"), צדקה אין רחניות, וואָס פאַרפליכטעט יעדן אידן העלפן אַ צווייטן אידן וואָס איז „אָרעם" אין תורה און מצוות. ניט קוקנדיג ווי טייער עס איז באַ עם זיין צייט און זיינע כחות — אויסצוניצן זיי אויף זיין אייגענעם לימוד התורה און קיום המצות, זאָגט מען אים אַז ער טאָר זיך ניט פירן אין דעם ווי אַ גאַנצער בעל הבית, נאָר מוז איינטיילן פון זיין צייט און מי צו פאַרשפּרייטן תורה און מצוות צווישן די וועלכע זיינען „אָרעמעלייט" אין דעם.

דאָס איז אויך איינע פון די הויפּט־ענינים און החלטות (באַשלוסען) פון יום הכיפּורים: תשובה ותפלה וצדקה, ווי עס איז אויך אַרויסגעבראַכט אין דער הפטורה פון יום־כיפור: זה צום אבחרהו גו' פרוס לרעב לחמך גו' כי תראה ערום וכסיתו גו' — („דאָס איז דער פאַסטן וואָס איך קלייב אויס (וועלכע ברענגט אַז . . אויך) אַז דו וועסט איינטיילן דעם הונגעריגען פון דיין ברויט . . אַז דו וועסט זען אַ נאַקעטען וועסט עם באַקליידן") — וואָס אין צוגאָב צום איינפאַכן מיין פון די ווערטער, זאָגן חז"ל אַז דאָס מיינט479אויך צדקה אין רוחניות ; צו שפּייזן דעם „הונגעריגען" אין גייסטיגע שפּייז, תורה, און צו באַקליידן מיט מצוות דעם „נאַקעטן" פון מצוות.

און עס איז דאָ די ג־טלעכע הבטחה; עשר תעשר (די קריאה פון שמיני־עצרת), ווי חז"ל לערנען עס; דורך געבן מעשרות און צדקה, איז ניט נאָר אַז עס וועט ניט פעלן באַ דעם געבער, נאָר אדרבה, עס וועט באַ אים נאָך צוקומען פיל מער, ביז אין אַן אופן פון עשירות. אין כאָטש אַז מצוות אין אַלגעמיין (אויך — צדקה) דאַרף מען טאָן ניט צוליבן שכר, נאָר ווייל דער אויבערשטער, דער באַשעפער און בעל הבית פון דער וועלט, האָט אַזוי געהייסן, האָט אָבער דער אויבערשטער פאַרזיכערט, אַז עס וועט זיין עשר — תעשר, סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות.

בברכת חתימה וגמר חתימה טובה

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-4f089tb6

עותקים

פעילות אחרונה

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · אושרה
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · נסגרה

מקורות