לקוטי שיחות
שופטים ב
121שופטיםב
א. אין פסוק „ויספו השוטרים גו' מי האיש הירא ורך הלבב ילך וישב לביתו"יד ברענגט רש"י אַראָפּ (אין צווייטן ד"ה) די ווערטער „הירא ורך הלבב" און איז מפרשב: „ר' עקיבא אומר כמשמעו, שאינו יכול לעמוד בקשרי המלחמה ולראות חרב שלופהג. ר' יוסי הגלילי אומר הירא מעבירות שבידו. ולכך תלתה לו תורה לחזור על בית וכרם ואשה, לכסות על החוזרים בשביל עבירות שבידם שלא יבינו שהם בעלי עבירה והרואהו חוזר אומר שמא בנה בית או נטע כרם או ארש אשה".
איז אין דעם ניט מובן;
א) דער ענין „הירא ורך הלבב" דאַרף, לכאורה, ניט האָבן קיין הסברה; ס'איז אַ דבר המובן, אַז בעת מען גייט אין אַ מלחמה איז מעגלעך אַז מ'זאָל מורא האָבן
[וואָס דערפאַר האָט משה רבינו געדאַרפט אָנזאָגן „כי תצא למלחמה על אויבך גו' לא תירא מהם"ד; און אויך ביי יעדער מלחמה באַזונדער, דאַרף דער כהן זאָגן „אל ירך לבבכם אל תיראו גו' "ה].
היינט וואָס איז דאָ שווער אין „הירא ורך הלבב", וואָס צוליב דעם דאַרף עס רש"י מפרש זיין?
ב) ווען רש"י געפינט שוין פאַר נויטיק צו מפרש זיין „הירא ורך הלבב" — וואָס דאַרף ער אָנקומען צו צוויי פירושים? ס'איז פאַרשטאַנדיק וואָס דער פי' „הירא מעבירות שבידו" אַליין איז ניט גענוג — ווייל די פּשוט'ע משמעות פון „הירא ורך הלבב" איז; ער האָט מורא פאַר דער מלחמה גופא (פּונקט ווי „ירך לבבכם" און „תיראו" וואָפ שטייט פריער, וועלכע זיינען אַ (מעגלעכע) תוצאה פון „אתם קרבים גו' למלחמה") ; פאַרוואָס אָבער באַגנוגנט זיך ניט רש"י מיטן ערשטן פי' „שאינו יכול לעמוד בקשרי המלחמה כו'", ובפרט אַז ער איז (ווי רש"י בריינגט אַראָפּ דעם לשון חז"ל און זאָגט) „כמשמעו"ו?
122ג) וויבאַלד אַז דער פירוש „שאינו יכול לעמוד כו'" איז כמשמעו, קומט דאָך אויס לכאורה, אַז מצד עצמו איז ניטאָ קיין חידוש אין אָט־דעם פירוש — נאָר היות ווי רש"י ברענגט דעם פירוש „הירא מעבירות שבידו", מוז ער שוין שרייבן אויך דעם פירוש „שאינו יכול כו'", ווייל ווען ער זאָל בלויז שרייבן דעם צווייטן פירוש, וואָלט מען געמיינט אַז ער איז שולל דעם פירוש כמשמעו.
עפ"ז איז אָבער ניט מובן; וויבאַלד אַז „שאינו יכול לעמוד כו'", דאָס איז דער פירוש הפשוט, איז דאָך גענוג אַז רש"י זאָל שרייבן נאָר דעם וואָרט „כמשמעו"ז, ווי ער טוט עס אין אַנדערע ערטער בפירושו על התורהח. וואָס דאַרף ער דאָ דערנאָך אויסטייטשן „שאינו יכול לעמוד כו'"ט?
ד) וואָס ווערט שווער אין די פריערדיקע פסוקים דוקא לויטן פירוש „הירא מעבירות שבידו" — וואָס מצד דעם דאַרף רש"י מוסיף זיין דאָ (חאָטש במקומו האָט ער דאָס ניט געזאָגט) אַז בנה בית נטע כרם און ארש אשה דאַרפן זיך אומקערן (ניט מצד עצמם, נאָר) בכדי „לכסות על החוזרים בשביל עבירות שבידם"?
ה) ברובא דרובא ערטער בפירושו בריינגט ניט רש"י דעם נאָמען פון דעם בעל הפּירוש וועלכן ער בריינגט — ואפילו ניט ווען ער בריינגט צוויי פּירושים וואָס קריגן איינער אויף'ן אַנדערןי. אָבער דאָ זאָגט רש"י, אַז דעם ערשטן פּירוש זאָגט ר' עקיבא און דעם צווייטן — ר' יוסי הגלילי. ולכאורה, וואָס איז עס דאָ נוגע100)?
ב. בנוגע רש"י'ס ברענגען דעם פּירוש „הירא מעבירות שבידו", און זיין ברענגען אויך דעם סיום המאמר פון ריה"ג „ולכך תלתה לו תורה כו'" — האָט מען לכאורה געקענט מבאר זייןיא, אַז רש"י'ן אָרט דאָ דאָס פאָלגנדע;
דער ענין כמשמעו — איז ניט פאַרשטאַנדיק דממה נפשך:
אויב עס רעדט זיך וועגן אַזאַ וואָס האָט עובר געווען עבירות פאַר וועלכע מען איז מחוייב מיתה ר"ל בידי שמים, וועט ער דאָך באַקומען דעם עונש אויך אויב ער וועט למלחמה ניט גיין; און אויב ער איז קיין מיתה ניט מחוייב — וועט אים גאָרניט שאַטן אפילו ווען ער וועט גיין למלחמה. איז דאָך ניט מובן; ווי קען עס זיין אַ „איש הירא ורך הלבב", וואָס זאָל מורא האָבן צו גיין למלחמה?
און בכדי צו פאַרענטפערן די קשיא, זאָגט רש"י (אין זיין צווייטן פּירוש) „הירא מעבירות שבידו" — אַז דאָס רעדט זיך וועגן אַזאַ מענטשן וואָס האָט געטאָן עבירות — סתם עברות
126אָבער דער פּירוש איז אויך שווער (ואדרבה; נאָך שווערער ווי דער ערשטער פּירוש), ווייל ס'איז ניט „כמשמעו"; אַז ער האָט מורא פאַר די עניני המלחמה — דערפאַר זאָגט רש"י דעם ערשטן פּירוש (און אַלס — ערשטער ועיקר ע"ד הפּשט), אַז „הירא ורך הלבב" איז „כמשמעו".
ה. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין; וויבאַלד אַז דער טעם וואָס „הירא ורך הלבב ילך וישב לביתו" איז, ווי דער פּסוק זאָגט — „ולא ימס את לבב אחיו כלבבו", איז דאָך מובן, אַז אפילו לויטן פּירוש „הירא מעבירות שבידו" דאַרף זיך אומקערן אויך „הירא ורך הלבב כמשמעו". פאַרוואָס־זשע האָט מען אויסגערופן בלויז „הירא מעבירות שבידו"כו?
לויטן פּי' אַז „הירא ורך הלבב" מיינט „שאינו יכול לעמוד בקשרי המלחמה כו'" קען מען ניט פרעגן פאַרוואָס מ'האָט אויך ניט אויסגערופן אַז (הירא מעבירות שבידו, און) דער וואָס האָט מורא נאָך איידער מ'קומט גאָר נאָענט צו דער מלחמה „ילך וישב לביתו" — ווייל לויט דעם פּי', ווערט טאַקע יעדער מורא נכלל אין „הירא ורך הלבב". נאָר אעפּ"כ קומט די הכרזה לבסוף, ווייל אין איר ווערט נכלל אויך „מי שאינו יכול לעמוד כו'" וואָס זיין מורא ווערט געשאַפן ערשט שפּעטער, כנ"ל;
אָבער לויטן פּירוש „הירא מעבירות שבידו" קען מען ניט זאָגן אַז אין „הירא ורך הלבב" ווערט נכלל אויך „הירא כמשמעו" — וואָרום דאַן וואָלט מען געקענט אויסרופן „מי האיש הירא וגו'" פאַר „מי האיש אשר בנה בית וגו'", און עס וואָלט ניט געווען קענטיק אַז די בעלי עבירה קערן זיך אום צוליב עבירות שבידם, היות אַז מיט דער הכרזה ווערן געמיינט אַלע וואָס האָבן מורא;
נאָכמער; לפי זה האָט מען בכלל ניט געדאַרפט באַפרייען דעם בנה בית כו' (וויבאַלד אַז דער החוזר מעבירות — איז דאָך „מכוסה") ; און וויבאַלד אַז מען באַפרייט דעם בנה בית כו' און די הכרזה קומט לבסוף בכדי „לכסות על החוזרים בשביל עבירות שבידם", מוז מען זאָגן אַז130כל אחד מכם דרכו הרעה ומחשבתו אשר לא טובה".
ולכאורה, „וזכרו בוראכם כו' הביטו לנפשותיכם" איז די הכנה צו „וחזרו בתשובה"; בשעת אַ איד דערמאָנט זיך אויף דעם אויבערשטן און ער קוקט זיך צו צו זיין מצב הנפש, ברענגט עס אים ער זאָל חוזר זיין בתשובה. האָט דאָך דער רמב"ם געדאַרפט שרייבן „וחזרו בתשובה" לאחרי „וזכרו בוראכם כו' הביטו לנפשותיכם" — כשם ווי ער שרייבט עס נאָך „עורו ישנים וכו' וחפשו במעשיכם", מצד דעם וואָס דאָס (די התעוררות פון שינה וכו' און דער חיפוש במעשים) ברענגט צו „וחזרו בתשובה"?
איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז די הכנה צום עיקר ענין התשובה — וואָס ענינה איז „שיעזוב החוטא חטאו . . ויגמור בלבו שלא יעשהו עוד וכו'"מח, איז בלויז — דער „עורו ישנים כו' וחפשו במעשיכם"; און די ווערטער „וזכרו בוראכם כו' הביטו לנפשותיכם כו'", ריידן וועגן העכערע דרגות אין תשובה.
[וכמבואר אין חסידות40), אַז „עורו ישנים וכו' וחזרו בתשובה" איז די תשובה פון „מלכיות", וואָס דער איד איז מקבל אויף זיך אַז פון היינט אָן און ווייטער, וועט ער ניט מורד זיין במלכותו ית' און ניט עובר זיין אויף „מצות המלך" — וואָס דאָס איז מצות התשובהס; „זכרו בוראכם כו' ולא יציל", איז די תשובה פון בחי' „זכרונות"; און „הביטו לנפשותיכם כו'" — די תשובה פון „שופרות"].
יא. אין דער הכנה צו „וחזרו בתשובה" (צום עיקר ענין התשובה) גופא, זיינען אויך דאָ, בכללות, צוויי ענינים; א) „עורו ישנים משנתכם ונרדמים הקיצו מתרדמתכם". און ב) „וחפשו במעשיכם".
איז דער ביאור אין דעם;
די ערשטע זאַך מוז זיין די התעוררות, וואָרום כל זמן דער מענטש „שלאָפט" (אפילו ווען זיין שלאָפן איז בלויז אין אַן אופן פון „שינה", און עאכו"כ ווען ער איז אין אַ מצב פון „תרדמה"סא ר"ל), איז שנתו ערבה עליו און אים קימערט כלל ניט זיין מצב און הנהגה.
לאחרי ווי ער כאַפּט זיך אויף פון „שלאָף" און ער הויבט אָן טראַכטן וועגן טאָן תשובה, איז בכדי אַז זיין תשובה זאָל זיין מיט אַן אמת — ער זאָל מער ניט עובר זיין אויף קיין איינע פון מצות המלך — דאַרף ער מחפש זיין במעשיו. ווייל אין די ענינים וואָס ער איז שוין דורכגעפאַלן, דאַרף ער האָבן אַ שטאַרקערע החלטה און אַ התחזקות יתירה בכדי ניט דורכצופאַלן נאָכאַמאָל.
יב. בשייכות צו די תקיעות פון (ראש חדש) אלול, שרייבט כ"ק מו"ח אדמו"ר82), וז"ל; ליגענדיק אין בעט זעקס אַ זייגער אין דערפרי, הערט מען שוין . . אַז מען בלאָזט שופר. דער קול השופר וועקט אויף . . מען131איז עפּעס ניט צופרידן מיט זיך, פאַרוואָס מען איז עפּעס אַזוי שפּעט געשלאָפן, אין רעיון לויפט דורך . . אַז . . אין די טעג קען מען גאָר אַנדערש אויפטאָן, מען דאַרף זיין אַ מענטש, מען דאַרף די צייט ניט פאַרשלאָפן.
ולכאורה; מיטן לשון „פאַרוואָס מען איז עפּעס אַזוי שפּעט געשלאָפן . . מען דאַרף די צייט ניט פאַרשלאָפן", מיינט דער רבי דעם ענין פון „עורו ישנים משנתכם ונרדמים הקיצו מתרדמתכם"88). פאַרוואָס אָבער ברענגט ער ניט (בפירושסד) אויך דעם ענין „וחפשו במעשיכם", וואָס אויך דער ענין איז נוגע, כנ"ל, צום עיקר ענין התשובה?
איז דער ביאור אין דעם;
דער אויפטו פון דעם קול השופר דאלול — סיי אין דעם ענין פון חרטה על העבר סיי אין דעם ענין פון קבלה על להבא — איז (בעיקר) בנוגע צום ענין ההתעוררות, אַז „מען איז עפּעס ניט צופרידן מיט זיך פאַרוואָס מען איז עפּעס אַזוי שפּעט געשלאָפן" (ביז איצט), און אַז „מען דאַרף די צייט ניט פאַרשלאָפן" (מכאן ולהבא).
און לאחרי התעוררות התשובה בחדש אלול, קומט דערנאָך, בר"ה, אויך די שלימות פון „וחזרו בתשובה" (מצד דער הקדמה פון „וחפשו במעשיכם") — די תשובה פון „מלכיות", ביז — אויך צו די העכערע מדריגות אין תשובה — „וזכרו בוראכם וכו'" און „הביטו לנפשותיכם כו'" וועלכע זיינען כנגד „זכרונות" און „שופרות".
יג. אָט־די דריי מדריגות הנ"ל אין תשובה זיינען מרומז אין די דריי קולות: תקיעה, שברים און תרועה88).
פון דעם וואָס בחדש אלול בלאָזט מען, נוסף צו תקיעה, אויך שברים און תרועה (ביז — כמנהגנו — דעם גאַנצן סדר; תשר"ת תש"ת תר"תס), איז מוכח, אַז אין דער התעוררות פון אלול — אָנהויבנדיק פון יום א' באלול — איז פאַראַן בהעלם (ניט נאָר די שלימות התשובה שכנגד מלכיות, נאָר) אויך די דרגות התשובה שכנגד זכרונות ושופרות, וועלכע זיינען מרומז אין די קולות פון שברים און תרועה. ס'איז מער ניט, וואָס דער גילוי דערפון קומט ערשט בר"ה.
ועפּ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם לשון הטור „שנאמר עלה אלקים בתרועה וגו' לכן התקינו חז"ל שיהו תוקעין בר"ח אלול . . וכל החדש . .132שנאמר אם יתקע שופר בעיר וגו'"; בגילוי איז עס בלויז אַן ענין פון „יתקע שופר גו'", די כללות'דיקע אויפטרייסלונג67) און אויפכאַפּן זיך פון שלאָף; אָבער די התעוררות איז אין אַזאַ אופן68) וואָס אין איר איז דאָ בהעלם (און דערנאָך קומט עס בר"ה אויך בגילוי) דער „עלה אלקים בתרועה וגו'", די דרגת התשובה שבר"ה, ביז צו „הביטו לנפשותיכם" — די העכסטע דרגא אין תשובה וועלכע איז מרומז אין קול „תרועה".
יד. און דאָס איז אויך רש"י מרמז אין זיינע צוויי פּירושים אויף „הירא ורך הלבב": צום אָנהויב קומט דער פּי' פון ר"ע, וואָס לויט אים קען מען *) ניט זאָגן אַז „הירא ורך הלבב" מיינט „הירא מעבירות שבידו", ווייל גלייך ווי ער באַקומט אַ מורא פאַר עבירות שבידו און ווערט נתעורר (אפילו נאָר) בהתעוררות כללית, ווערט שוין, דורך דער הזזה, אפילו אַ רשע גמור — אַ צדיק גמור; אָבער, גלייך נאָכדעם ברענגט רש"י דעם צווייטן פּי', אַז די יראה הנ"ל אַליין איז נאָך ניט מספּיק, נאָר מ'דאַרף אַז די התעוררות פון עצם הנשמה זאָל אַרויסקומען (אויך אין די כחות הגלויים) — אין אַ בפּועל.
און דורך דער תשובה אין ביידע אופנים, גייט מען במלחמה און ה"א ההולך עמכם להלחם לכם עם אויביכם להושיע אתכם — אתם באים בנצחונו של מקום89) — הוא מלכנו (שתמליכוני עליכם80)) הוא מושיענו הוא יושיענו ויגאלנו שנית בקרוב —
מען איז זוכה צו אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בכל הפּרטים, כולל, לשנת גאולה וישועה
וואָס דאַן וועט זיין דער „ואשיבה שופטיך כבראשונה"סא — דער „שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך" וואָס רעדט זיך בתחלת הסדרה, און דערנאָךסב — אויך דעם „שום תשים עליך מלך"סג, „מלך המשיח (וואָס) עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות דוד ליושנה לממשלה הראשונה כו'"סד, בקרוב ממש, בעגלא דידןסה.