לקוטי שיחות
כ"ף אב ב
91עשרים באבב
א. בשעת דער טאַטע (בעל ההילולא) איז געווען ביי הרה"ג וכו' ר' חיים בריסקער צו נעמען ביי אים „סמיכה" אויף רבנות, האָט אים ר' חיים שטאַרק פאַרהערט. און נוסף אויף די שאלות וואָס ר' חיים האָט אים אַליין געפרעגט, האָט ער אים אויך מציע געווען ענטפערן אויף אייניגע שאלות וועלכע זיינען דאַן פאָרגעבראַכט געוואָרן פאַר ר' חיים'ען.
צווישן אַנדערע איז אויך געווען אַ שאלה;
אַ איד האָט געהאַט אַ סוכה אין הויף צוזאַמען מיט די אַנדערע אידישע שכנים, און מען האָט פאַרגעסן מאַכן אַן עירוב־חצירות. איז ער געקומען פרעגן, וואָס זאָל מען טאָן שבת?
ר' חיים האָט זיך געווענדעט צום טאַטן אַז ער זאָל פּסק'נען די שאלה, און דער טאַטע האָט באַלד געענטפערט אַז די סוכה אַליין איז מערבא.
ב. אַלע ענינים אין נגלה דתורה זיינען ווי ענינם אין פּנימיות התורה — מוז מען דעריבער זאָגן, אַז די שייכות צווישן סוכה און עירוב איז פאַראַן אויך בפּנימיות הענינים.
וי"ל כללות הביאור אין דעם:
דער חילוק צווישן איין אידן און אַ צווייטן (ובמילא אויך דער חילוק רשויות) איז בלויז מצד הגוף, און אויך מצד הארת הנשמה המלובשת בגוף, בחי' נר"ן. אָבער מצד עצם הנשמה ואפילו מצד די מקיפים פון נשמה, זיינען „כל ישראל אחים ממש" און „אב אחד לכולנה"ב.
און וויבאַלד אַז סוכה איז בחי' מקיףח, איז דעריבער סוכה מערב, זי מישט אויס און פאַרבינדט איין אידן מיטן צווייטן. וע"ד מאמר רז"ל) „כל ישראל ראויים לישב בסוכה אחת", ווייל מצד דעם מקיף (פון סוכה) זיינען אַלע אידן אחד.
ג. דער ביאור איז אָבער ניט מספיק; די התאחדות וואָס ווערט מצד דעם גילוי המקיף, קומט דאָך, לכאורה, דערפון וואָס דורכן גילוי בחי' המקיף פאַרלירט זיך דער ציור פון דעם גוף (און פון די הארת הנשמה המלובשת בגוף)ו, מיט וועלכן איין איד איז אָפּגעטיילט פון צווייטן.
[און ווי גערעדט אַמאָל0) אין דעם92פּירוש הפּסוקז „ויבן לו בית ולמקנהו עשה סוכות"; אַז „לו", צו אים, ד. ה. זיין עצם — די נשמה מיט אירע ענינים — האָט ער געבויט אַ „בית", דירת קבע; „ולמקנהו", צו די גשמיות'דיקע זאַכן, וואָס זיינען בלויז „צוגעקויפטע" (צוגעקומענע. ווייל די נשמה מצד עצמה האָט ניט קיין שייכות צו גשמיות), „עשה סוכות" — דירת עראי, ווייל די ענינים הגשמיים האָבן ביי אים ניט געהאַט קיין תפיסת מקום].
ולפ"ז איז דער ענין הנ"ל פון סוכה (אַז זי איז בחי' מקיף) ניט מספיק אַז מצד דעם זאָל סוכה מערב זיין — וואָרום בכדי צו מעגן מטלטל זיין פון בית אין חצר איז ניט גענוג אַז די אנשי החצר זאָלן ניט טראַכטן וועגן זייערע ענינים גשמיים, נאָר אדרבה, אַז מצד „דעתו של אדם כו' במקום מזונותיו" זאָלן זיי יאָ זיין אַ מציאות נאָר „כאילו כולם דרים באותו בית"ח.
היינט ווי קען דער גילוי בחי' המקיף פון סוכה פּועל'ן, אַז די אנשי החצר זאָלן זיך רעכענען „כאנשי בית אחת" בנוגע די ענינים פון אכילה וכו' ?
ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם פּסוק „בסוכות תשבו שבעת ימים"ט וואָס פון אים לערנט מען אָפּ צוויי ענינים הפכיים;
פון איין זייט לערנט מען דערפון אַז די סוכה גופא דאַרף זיין דוקא אַ „דירת עראי"י; און מאידך גיסא ווייס מען דערפון אַז דער „תשבו" פון אַ אידן אין סוכה מוז זיין באופן אַז „כל שבעת הימים אדם עושה סוכתו קבע כו'"22).
וואָס דער ביאור דערפון ברוחניות איז;
דער כללות עולם הזה איז דאָך ניט קיין „קבע" — נאָר מער ניט ווי אַ פרוזדור22) און „עולם לאכסדרה הוא דומה" — ג' רוחותיג, בדוגמת אַ סוכה וואָס איז פון ג'יד דפנות. און אין דעם באַשטייט די עבודה פון סוכות;
אַ איד דאַרף וויסן, אַז די עניני העולם מצד עצמם זיינען בלויז אַן ענין של „עראי" — און ווי גערעדט פריער אין דעם פּירוש פון „ולמקנהו עשה סוכות";
אָבער דורך דעם גופא, וואָס די ענינים הגשמיים האָבן ביי אים ניט קיין תפיסת מקום און דאָך נוצט ער זיי „לשם שמים", אָדער אין אַן אופן פון „בכל דרכיך דעהו"טז, איז ער „עושה סוכתו קבע", ער מאַכט סוכתו93— קבע; ער מאַכט פון די עניני העולם [וואָס מצד עצמם זיינען זיי בלויז „סוכתו", אַן ענין של עראי] אַ דירה לו ית', ובמילא ווערן זיי „קבע".
וואָס דאָס איז דער צווייטער פּירוש אין „ולמקנהו עשה סוכות"; אַ איד פּועל'ט אַז דער גילוי פון בחי' מקיף דסוכה זאָל מאיר זיין אויך אין „מקנהו"יח, אין די „מאכלים שהוא אוכל"יז.
און מצד דעם וואָס אויך די דברים הגשמיים ווערן אַ דירה לו ית', איז „דעתו של אדם כו' במקום מזונותיו" — ניט דערפאַר וואָס „מזונותיו" מצד עצמם פאַרנעמען ביי אים אַן אָרט, נאָר צוליב דעם וואָס ער איז מיט זיי מקיים מצות סוכה און מאַכט פון זיי אַ דירה לו ית'.
און וויבאַלד אַז דער ענין וואָס „דעתו כו' במקום מזונותיו" קומט דערפון וואָס „ולמקנהו עשה סוכות" — פּועל'ט דעריבער דער מקיף דסוכה — וואָס מצד אים זיינען אַלע אידן אחד — אויך אויף זייערע ענינים הגשמיים („מזונותיו"), אַז אויך אין זיי זאָלן אידן זיין מעורב און פאַרבונדן צווישן זיך — און דערפאַר איז סוכה מערביח.