נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
61ואתחנן
א.עס שטייט אין טורא, אַז פון פּ' בראשית ביז שבעה עשר בתמוז „מפטירין מענין הפּרשיות דומה בדומה ומשם ואילך לפי הזמן ולפי המאורע".
אעפּ"כ, וויבאַלד אַז אַלע ענינים פון תורה זיינען בתכלית הדיוקב, איז דערפון וואָס די הפטרות אין די שבתים וואָס פון שבעה עשר בתמוז האָט מען קובע געווען אין געוויסע פרשיות — דברי ירמי' לפ' פינחס (אָדער מטות) וכו' נחמו לואתחנן וכו'. — איז פאַרשטאַנדיק, אַז אע"פ וואָס בעיקר זיינען זיי לפי הזמן והמאורע — האָבן די הפטרות אָבער אויך אַ שייכותג צו דיד פּרשיותח.
ובנוגע לפּרשתנו; דאָס וואָס די הפטרה פון פּ' ואתחנן איז „נחמו נחמו", איז עס מצד הזמן והמאורע, דערפאַר וואָס פּ' ואתחנן לייענט מען דעם ערשטן שבת פון די „ז' דנחמתא", אָבער די סדרה מיט דער הפטרה (נחמו) האָבן צווישן זיך אויך אַ שייכותח.
ב. אויפן פּסוק „נחמו נחמו עמי"ח שטייט אין מדרשז, אַז דער טעם פון דעם כפל — „נחמו נחמו" — איז, ווייל איין נחמה איז „על בית ראשון", און די אַנדערע „על בית שני".
דאַרף מען פאַרשטיין;
דער ענין פון „נחמה" בכלל איז, אַז בעת ביי אימעצן האָט זיך געטראָפן אַן אומגליק ר"ל, און צוריק ממלא62זיין דעם חסרון איז דער „טרייסטגעבער" ניט בכח — געפינט ער אָבער לכל הפּחות אַ טרייסט פאַר דעם געטראָפענעם. ובמילא מובן, אַז אויב יענער האָט געהאַט אַ פאַרלוסט צוויי מאָל, איז שייך מען זאָל אים מנחם זיין אויך צוויי מאָל — פאַר די ביידע פאַרלוסטן וואָס ער האָט געהאַט.
אָבער בנדו"ד, וואָס די נחמה באַשטייט אין דער הבטחה אַז דער ביהמ"ק וועט צוריק געבויט ווערןח, איז בשעת ס'איז דאָ דער „נחמו" אויפן בית ראשון, הייסט עס דאָך — אַז אינעם בית שלישי (וואָס וועט זיין לעתיד) וועלן זיין אַלע ענינים ־ואָס זיינען געווען אין דעם בית ראשון וועלכער איז העכער פון בית שני (אין וועלכן חסרו ה' דבריםט). היינט וואָס דאַרף מען האָבן די נחמה אויך אויפן בית שני — דאָס ווערט דאָך שוין נכלל, לכאורה, אין דער נחמה אויפן בית ראשון?
איז דער ביאור אין דעם10); כאָטש בכללות איז דער בית שני חסר במעלה פון בית ראשון, איז אָבער פאַראַן אין אים אַ מעלה לגבי דעם בית ראשון. ווי די גמראיב זאָגט אויפן פּסוקיב „גדול יהי' כבוד הבית הזה האחרון מן הראשון", אַז „הבית הזה האחרון" מיינט דער בית שנייח, און ער איז „גדול" — בבנין און בשניםיא — „מן הראשון".
און דעריבער שטייט „„נחמו נחמו" צוויי מאָל — „על בית ראשון ועל בית שני" — אַז עס וועלן נתמלא ווערן ביידע חסרונות. ד.ה. אַז אין בית השלישי וועלן זיין סיי די מעלה פון בית ראשון און סיי די מעלה פון בית שניטז.
ג. אויף צו פאַרשטיין די מעלה פון בית שני לגבי בית ראשון, דאַרף מען פריער מבאר זיין די מעלה (בפּנימיות) פון בית המקדש (בכלל — כולל אויך דעם בית ראשון) וועלכער איז געווען אַ „דירת קבע" של הקב"ה10), לגבי דעם משכן — וואָס איז געווען אַ „דירת עראי"יז צום אויבערשטןיח:
די קדושה וואָס איז געווען אין משכן, דער „ושכנתי בתוכם", הגם ער איז געווען אין אַלע זיינע חלקים — ניט בלויז אין די יריעות און קרשים (וואָס זיינען געווען פון חי און צומחיט), נאָר אויך אין קרקע המשכן (דומם), איז אָבער אָט־די השראת השכינה („ושכנתי בתוכם") געווען בעי־63קר — ניט מצד די דברים גשמיים (יריעות וכו' והקרקע) גופא, נאָר מצד למעלה.
[נאָר היות אַז דער אור וואָס האָט מאיר געווען אין משכן, איז געווען בלי גבול — האָט ער דעריבער געקענט נמשך ווערן אויך למטה מטה, ביז אין סוג הדומם].
דאַקעגן די קדושה פון ביהמ"ק, איז געווען מצד די דברים גשמיים גופא פון וועלכע ער איז געווען צוזאַמענגעשטעלט. און דערפאַר איז אויך נאָכן חורבן ביהמ"ק פאַרבליבן קדושה אין דעם מקום המקדשכ.
וואָס דאָס איז אויך דער טעם הפּנימי פון דעם וואָס דער ביהמ"ק איז געבויט געוואָרן דוקא בזמן שלמה, אין דער צייט ווען „קיימא סיהרא באשלימותא"כא — ווייל דער ענין פון „סיהרא" (לבנה) איז (ניט ווי דער ענין פון שמש, משפּיע — בחי' ז"א, נאָר) מקבל (אורה מהשמש), בחי' מלכותכב. און וויבאַלד אַז דער אויפטו פון ביהמ"ק איז בעיקר (ניט אין המשכה מלמעלה נאָר אין) זיכוך הנבראים, דעריבער איז ער שייך צו דער שלימות פון „סיהרא"כג.
ד. אין זיכוך הנבראים גופא — זיינען פאַראַן צוויי אופנים;
א) אַז זייער זיכוך קומט מצד דעם אור שלמעלה. ובדוגמת אַ „רב" וואָס לערנט מיטן תלמיד אויף אַזאַ אופן, אַז דורכן שכל וואָס ער לערנט מיט אים קען דערנאָך דער תלמיד אַליין (בכח עצמו), צוקומען צו דער אמיתית הכוונהכד. אָבער אעפּ"כ, איז דאָך אויך דאָס וואָס דער תלמיד קומט צו „אַליין" צו אמיתית הכוונה — איז עס מצד דעם אור השכל וואָס דער רב האָט אים געגעבן.
ב) אַז דער זיכוך קומט ניט דורך אַן אור וואָס איז אין זיי מאיר מלמעלה, נאָר מצד עצמם; מצד דעם וואָס זייער אמיתית המציאות איז אלקות, ווערן זיי סף־ל־סוף נזדכך ביז אַז „וראו כל בשר גו' כי פי ה' דיבר"כה, ניט מצד דעם גילוי פון בחי' „פי הוי'", נאָר מצד דעם בשר גופא.
תורה איז ענינה — המשכה מלמעלה — נתן לנו את תורתו, משה קיבל תורה ומסרה כו'. אויך דער ענין פון לימוד התורה, כאָטש אַז ענינה איז אַז דער מענטש זאָל פאַרשטיין, ביז ער זאָל דורך זיין פאַרשטאַנד נתאחד ווערן מיט דער תורה וואָס ער לערנטלד — איז אָבער דער עיקר ענין אין דעם, ניט אַז ער זאָל צוגעבן אייגענע, נאָר אדרבה, ער דאַרף האָרעווען צו פאַרשטיין וואָס תורה זאָגט, צו מגלה זיין וואָס תורה זאָגט.
משא"כ דער ענין המצות איז בעיקר — מאַכן דעם קלף, צמר כו'* תפלין וציצית און ועשיתם אותם — אויפמאַכן, כביכול די מצוהלו; ומל' מעשין על הצדקה80) — כופין — דערביי איז דאָ די כפי' דער ביטול וואָס ווערט אויפגעטאָן ביי דעם אָדם המקיים המצוה, ובל' המדרשלז לצרף בהם את הבריות.
[ונוסף לזה; דעם ענין פון מצות קען מען אויסמאָלן נאָר בצירוף מיט דעם מקיים המצוה; כל ענין המצות (ציוויים) איז אַן אָנזאָג צו אַ מענטש — ניט ווי תורה וואָס זי איז פאַראַן אויך איידער דער מענטש לערנט איר].
און כשם ווי ס'איז פאַראַן אַ חילוק צווישן תורה און מצות בנוגע להאדם, איז פאַראַן דער חילוק, און נאָך מער בהדגשה — בנוגע כללות העולם;
תורה, כאָטש זי רעדט וועגן דברים גשמיים, איז זי זיך אָבער אין זיי ניט מתלבש, ס'איז מער ניט וואָס זי איז דן וועגן זיילח. משא"כ מצות זיינען מלובש ממש אין די דברים גשמיים מיט וועלכע מ'איז מקיים די מצוה, אַז זיי גופא ווערן קדושה.
וואָס דאָס איז אויך איינער פון די טעמים וואָס תורה איז געגליכן צו „אור היום" און מצות צו „אור הנר"לט, וויילמ דער אור היום, האָט66ניט קיין פּנימיות'דיקע ווירקונג אויף דעם אָרט וואו ער לייכטמא — אין דעם אָרט גופא ווערט קיין שינוי ניט; משא"כ דער אור הנר, איז מהפּך די פּתילה ושמן גופא צו (אש און) אורמב.
ז. אעפּ"כ, איז אויך דער זיכוך פון דעם מענטשן און די דברים גשמיים וואָס ווערט דורך קיום המצות, פאַרבונדן מיט אור — כאָטש אַז זיי גופא ווערן דערביי נזדכך, ווייל בעת מ'איז מקיים אַ מצוה, טוט מען דאָך דאָס דערפאַר וואָס מען „הערט" דעם ציווי הבורא און מ'איז גרייט — מצד קבלת עול מלכות שמים — צו מקיים זיין אים;
משא"כ אַ בעל תשובה, וואָס מיט זיין חוטא זיין האָט ער דאָך פון זיך פּורק געווען עול מ"ש און איז ווייט פון גילוי אור (מלמעלה), קומט זיין תשובה מצד זיך גופא (כנ"ל ס"ד)מג.
און אויך בנוגע צו די עניני העולם איז פאַראַן דער חילוק, אַז דורך מצות ווערן נתברר בלויז די ניצוצות וואָס זיינען אין די דברים המותריםמד, וואָס זיינען פון קליפּת נוגהמה (אָבער די ניצוצות וואָס זיינען אַראָפּגעפאַלן אין די דברים האסורים וואָס זיינען פון ג' קליפּות הטמאות לגמרי, קען מען ניט מברר זיין דורך מצותמו) ; משא"כ דורך תשובה — ווערן אויך די ניצוצות וואָס אין די*זדונות (וואָס זיי זיינען דאָך אין גקה"טמז) נהפּךמח לזכיותמט.
67ח. ע"פּ כהנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם עילוי וואָס דער בית שני האָט לגבי דעם בית ראשון80);
בזמן בית ראשון האָבן אידן בכלל ובעיקר געדאַרפט זיין, אין דער בחינה פון „צדיקים"81). ובמילא, איז נאָך דאַן ניט געווען דער „כח" אויף דעם אַז וועלט גופא — מצד איר ענין, איר עבודה — זאָל ווערן קדושה.
משא"כ בזמן בית שני, ווען אידן זיינען געווען אין דער מדריגה פון בעלי תשובה, איז דעריבער דער בית שני געווען אין אַזאַ אופן אַז אויך די גשמיות מצד עצמה, מצד איר ענין גופא, זאָל ווערן אַ מקדש צום אויבערשטן.
ט. און דאָס איז אויך דער ביאור פון די צוויי נחמות — סיי „על בית ראשון" סיי „על בית שני", מצד דעם וואָס אין יעדערן פון זיי איז דאָ אַ מעלה לגבי דעם צווייטן;
די מעלה פון בית ראשון איז, וואָס אין אים איז געווען אַ העכערער אור. וואָרום מצד דעם וואָס אידן זיינען דאַן געווען בבחי' צדיקים (כנ"ל), זיינען זיי געווען מער כלים צו אלקות, ובמילא, איז אויך דער ביהמ"ק געווען באופן כזה.
אָבער מצד דער עבודה פון וועלט גופא, איז דער בית שני געווען גרעסער, וכנ"ל.
[און דאָס איז אויך די הסברה וואָס דער בית שני איז געווען גרעסער פון בית ראשון „בבנין" (מקום) און „בשנים" (זמן)סד — ווייל דער גדר פון „עולם" איזסח מקום און זמן].
און אין דעם באַשטייט דער אויפטו פון דעם בית שלישי, וואָס אין אים וועלן זיין ביידע מעלות צוזאַמען80) — נחמו על בית ראשון און נחמו על בית שני.
י. דער חילוק הנ"ל צווישן זמן בית ראשון און זמן בית שני, דריקט זיך אויס (ווי אַלע ענינים פון פּני־
69מצד די לוחות הראשונות, זיינען אַלע אידן געשטאַנען אין אַ דרגא פון „חירות", וואָס „אין כל אומה ולשון יכולה לשלוט בהם"88) — בדוגמת ווי בזמן בית ראשון וואָס דער אור פון ביהמ"ק האָט מאיר געווען אין גאַנץ א"יסד;
משא"כ מצד די לוחות שניות, איז בלויז דער וואָס איז זיך עוסק בתורה אַ „בן חורין"88) — בדוגמת בית שני, וואָס דער אור האָט דאַן מאיר געווען נאָר אין ביהמ"ק, ניט בגבוליןסד.
ולאידך גיסא; די לוחות הראשונות וואָס זיינען געקומען בלויז מצד מלמעלה, האָט געקענט זיין אין זיי אַ שבירה — אָבער נאָר אין דעם תחתון שבהם (לוחות) משא"כ אותיות פּורחין88) — בדוגמת קדושה ראשונה שבזמן בית ראשון וואָס איז בטל געוואָרן, נסתלקה*66.
משא"כ די לוחות שניות, וויבאַלד זיי זיינען געקומען לאחרי השבירה והתיקון ע"ז (תשובה), איז ניט געווען באַ זיי קיין שבירהסז — בדוגמת קדושת א"י בזמן בית שני וואָס איז קיים שטענדיק.
יב. און דאָס איז אויך די שייכות פון פּ' ואתחנן, צו „נחמו נחמו — על בית ראשון ועל בית שני";
פון די חילוקים צווישן די עשרת הדברות שבפּ' ואתחנן און די עשה"ד שבפּ' יתרו איז, אַז די עשה"ד שבפּ' יתרו, זיינען געזאָגט געוואָרן קודם חטא העגל — ווען אידן זיינען געווען בבחי' צדיקים; משא"כ פּ' ואתחנן88) איז געזאָגט געוואָרן לאחרי חטא העגל, און אויך — לאחרי די אַנדערע חטאים וואָס זיינען געווען במשך די ארבעים שנה
— און ניט נאָר וואָס דער זמן פון פּ' ואתחנן איז געווען לאחרי די אַלע ענינים בלתי רצויים הנ"ל, נאָר נאָכמער; די פּרשה קומט בהמשך צו די דברי תוכחות פון דער פריערדיקער סדרה, ביז אַז אויך אין פּ' ואתחנן גופא89) זיינען פאַראַן דברי תוכחה אויף ענינים בלתי רצויים —
און אעפּ"כ דערציילט מען דאָ דעם גאַנצן סיפּור פון מ"ת ווי ער איז געווען לפני החטא. קומט דאָך אויס, אַז אין אָט־דער סדרה איז פאַראַן דער יחוד פון בחי' צדיקים — בית ראשון, מיט בחי' בעלי תשובה — בית שני.
יג. דער יחוד הנ"ל פון בית אשון און בית שני, איז אויך מרומז אין דעם (ערשטן וואָרט און) נאָמען פון דער סדרה — ואתחנן, וואָס ווייזט אויף דעם תוכן העיקרי פון די סדרה;
70ואתחנן איז בגימטריא תקט"ו10). שטייט אויף דעם אין חסידותעא, אַז ת"ק ווייזט אויף בחי' המדות — (וואָס דערפאַר זיינען די ענינים פון עולמות, וואָס זייער התהוות איז פון מדות — ז' ימי הבנין — במספּר ת"קעב) ; ט"ו (בגימט' י־ה) איז בחי' המוחין; און דער ענין פון (ואתחנן בגימט') תקט"ו [ת"ק און ט"ו אין איין וואָרט] איז חיבור המוחין והמדותעג.
און דאָס איז אויך מרמז אויף דעם יחוד פון בית ראשון מיט בית שני, ווייל בית ראשון איזעד בחי' י"ה און בית שני — ו"ה.
און דאָס איז אויך איינער פון די טעמים וואָס אין דעם ערשטן שבת ווען עס הויבט זיך אָן די נחמה — גלייך נאָך ת"ב, לייענט מען פּ' ואתחנן
— ווייל אַלע ענינים ווערן נמשך דורך תורה, און אַזוי ווי די עלי' וואָס דאַרף אַרויסקומען לאחרי ת"ב איז דאָך, אַז עס זאָלן זיין ביידע מעלות — פון בית ראשון און בית שני — צוזאַמען, לייענט מען דעריבער אין תורה פּ' ואתחנן וואָס ענינה איז יחוד י"ה און ו"ה,
און דורך דער קריאה בתורה און אמירת ההפטרה [וואָס אין איר שטייט דער ענין בגילוי — נחמו נחמו ב' פּעמים] וועגן דעם יחוד פון בית ראשון און בית שני, איז מען מקרב און ממהר דעם קיום היעוד „נחמו נחמו — על בית ראשון ועל בית שני",
און עס וועט נתגלה ווערןעה דער בית שלישי, אין וועלכן עס וועלן זיין כלול דער בית ראשון און בית שני, בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.
(משיחות שמחת בית השואבה
תשכ"ד. ש"פ ואתחנן תשכ"ח)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר