לקוטי שיחות
ואתחנן א
33ואתחנן
א. אין פּסוק „ושננתם לבניך גו'"א שטעלט זיך רש"י אויפן וואָרט „לבניך" און איז מפרש „אלו התלמידים" — אַז דער פּירוש פון „ושננתם לבניך" איז: דו זאָלסט לערנען מיט דיינע תלמידים. ווערט דאָך די שאלה; דער טייטש פון „לבניך" איז דאָך — צו דיינע זין, איז ווי קען מען טייטשן „אלו התלמידים"? — איז רש"י מוסיף „מצינו בכל מקום שהתלמידים קרויים בנים" — אַז אומעטום ווערן די תלמידים גערופן בנים.
איז ניט פאַרשטאַנדיק; פון וואַנען נעמט רש"י צו זאָגן אַז מיט „לבניך" דאָ ווערט געמיינט תלמידיםב? אמת טאַקע אַז אויך „תלמידים קרויים בנים", איז אָבער דאָך אַ סך פּשוט'ער צו זאָגן אַז „לבניך" מיינט זין, ווי דער פּירוש הפּשוט פון בנים ברוב המקומותג?
34און כאָטש אַז דער ספרי טייטשט „לבניך — אלו תלמידיך" — איז דאָס דאָך אַ טייטש ע"פּ דרך ההלכה, און מען קען ניט זאָגן אַז דערפאַר טייטשט רש"י אַזוי, ווייל כמבואר כמה פּעמים, איז רש"י מפרש די פּסוקים לויטן דרך הפּשט, ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ע"פּ דרך ההלכה, הדרוש וכו' לערנט מען אַנדערשד, און ווי רש"י אַליין גיט אַרויס דעם כלל — גלייך אין דער ערשטער סדרהח ; ואני לא באתי אלא לפשוטו.
ב. אויף דעם וואָס רש"י זאָגט „מצינו בכל מקום שהתלמידים קרויים בנים" ברענגט ער דריי ראיות; (א) „שנאמרח בנים אתם לה' אלקיכם" (אַז אידן הייסן דעם אויבערשטנס בנים מצד דעם וואָס זיי האָבן געלערנט פון אים תורה און זיינען זיינע תלמידים). (ב) „ואומרז בני הנביאים אשר בבית א־ל" (אַז די תלמידים פון די נביאים, וועלכע האָבן פון זיי געלערנט נבואה, הייסן בני הנביאים). (ג) „וכן בחזקי' שלמד תורה לכל ישראל וקראם בנים שנאמרח בני עתה אל תשלו" (אַז חזקי' האָט גערופן אידן בנים איבער דעם וואָס ער האָט געלערנט מיט זיי תורה).
איז אין דעם ניט מובן;
א) פאַרוואָס דאַרף רש"י אָנקומען צו דריי ראיות און באַנוגנט זיך ניט מיט איין ראי' און אַפילו ניט מיט צוויי?
ב) אין פּרשת במדברט זאָגט רש"י אויף דעם וואָס בני אהרן ווערן גערופן אין פּסוק „תולדות משה", אַז דאָס איז „לפי שלמדן תורה, מלמד שכל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו". איז די קשיא; פאַרוואָס אין פּרשת במדבר, וואו רש"י זאָגט אַז תלמידים ווערן אָנגערופן תולדות, זוכט ער ניט קיין ראיות דערצו פון אַנדערע ערטער און ער באַנוגנט זיך מיט דעם וואָס עס שטייט דאָרט גופא „תולדות משה". אָבער ווען עס קומט אין פּרשת ואתחנן, וואו רש"י זאָגט אַ צווייטן מאָל „שהתלמידים קרויים בנים", זאָגט ער „מצינו כו'" און ברענגט ראיות צו דעם?
ג) ווען רש"י דאַרף שוין יע אָנקומען צו ראיות אַז תלמידים קרויים בנים, ברענגט ער ראיות פון פּסוקים, וואָס (א) דער תלמיד האָט זיי נאָך ניט געלערנט, און (ב) וואָס רש"י אַליין האַלט אַז פון יעדער פּסוק באַזונדער איז ניט קיין ראי' מספּקת (וואָס דערפאַר מוז ער אָנקומען צו אַלע דריי פּסוקיםי) — ער האָט דאָך געקענט ברענגען אַ ראי' פון פּסוק „תולחות גו' משה" וואָס (א) דער תלמיד האָט שוין געלערנט, און (ב) אין אים שטייט קלאָר (ווי רש"י איז דאָרט מפרש בפשטות) אַז תלמידים ווערן אָנגערופן תולדות?
ד) אין ספר משלי רופט אָן שלמה המלך יעדערן פון זיינע תלמידים (פאַר35וועמען ער זאָגט די דברי מוסר פון דעם דאָזיקן ספר) מיטן נאָמען „בני" עטלעכע און צוואַנציק מאָל. טאָ פאַרוואָס דאַרף רש"י ברענגען וואָס חזקי' האָט גערופן אידן „בני" איין מאָל (און אויך דעם איינציקן מאָל איז נאָך ניט קלאָר אַז דאָס איז איבער דעם וואָס זיי זיינען געווען זיינע תלמידים, כדלהלן סעיפי ג־ד), ער האָט דאָך געקענט ברענגען דערפון וואָס שלמה'ס ווענדונג צו זיינע תלמידים איז כסדר מיטן נאָמען „בני"?
די קשיא איז נאָך שטאַרקער;
וואָס חזקי' האָט גערופן זיינע תלמידים בני, שטייט אין דברי הימים, אָבער שלמה רופט זיינע תלמידים בני אין ספר משלי, האָט דאָך רש"י געדאַרפט לכאורה בעסער ברענגען די ראי' פון ספר משלי, ווייליא
(א) אין „סדרן של כתובים" קומט ספר משלי פאַר ספר דברי הימיםיב, און ער איז אויך געשריבן געוואָרן פריער (וואָרום משלי איז געשריבן געוואָרן דורך חזקי' וסיעתו, און דברי הימים — דורך עזרא ונחמי'יג).
(ב) דער תוכן פון ספר דברי הימים איז כשמו — דברי הימים. משא"כ דער תוכן פון ספר משלי איז — לימוד לתלמידים, ווי עס שטייט גלייך בתחילת הספר „לדעת חכמה ומוסר, להבין אמרי בינה".
איז דאָך זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז בעת מ'וויל ברענגען אַ ראי' אַז אַ רב רופט תלמידים בנים, דאַרף מען ניט אָנקומען צו דעם וואָס מען געפינט עס איין מאָל און אין אַ ספר פון דברי הימים — בעת אין אַ גאַנצן ספר לימוד, האַלט דער רב אין איין ווענדן זיך צו זיינע תלמידים מיטן אויסשפּראַך בני.
ג. אויסער די שוועריקייט פאַרוואָס רש"י ברענגט ניט קיין ראיות פון אַנדערע ערטער, זיינען אויך פאַראַן כמה דיוקים אין די ווערטער וואָס רש"י שרייבט יע;
א) ווען רש"י ברענגט די ראי' פון „בני הנביאים" איז ער מוסיף די ווערטער „אשר בבית א־ל". ולכאורה, צו באַווייזן אַז „תלמידים קרויים בנים" איז דאָך נוגע בלויז די ווערטער „בני הנביאים". צוליב וואָס איז ער מעתיק אויך „אשר בבית א־ל"
די קשיא איז נאָך גרעסער; אין ספרי — פון וואַנען רש"י איז מעתיק זיין פּירוש — ווערן געבראַכט נאָר די ווערטער „(ויצאויד) בני הנביאים", און עס שטייען ניט די ווערטער „אשר בית א־". פאַרוואָס איז רש"י יע מוסיף די ווערטער?
נאָך מער פּלא (און דאָס איז שווער אויך אין ספרי): דער לשון „בני הנביאים" שטייט שוין אין תנ"ךטו מיט עטלעכע קאַפּיטלעך פאַר דעם פּסוק „ויצאו בני הנביאים אשר בית א־ל". איז פאַרוואָס ברענגט ניט (דער ספרי און ניט)38דאָרטן אויס) „נמצא ביד הכל ארבעה".
פאַרוואָס האָט מען געדאַרפט עס זאָל זיין „ביד הכל ארבעה"? איז עס מובן בפשטות, ווייל דוקא ווען מען הערט אַן ענין מערערע מאָל, פיר מאָל, ווייס מען אים גוט, באופן אַז די דברי תורה זיינען „מחודדים בפיך" — כפירוש רש"י אויף „ושננתם". און על דרך זה אויך אין אָנהויבס פון פּ' משפּטיםכד.
די שאלה אָבער איז; דער חיוב פון „ושננתם" איז דאָך נאָר „לבניך", וואָס אין פּשטות — אָן פּירוש רש"י — מיינט עס בנים כפשוטו. פאַרוואָס זיינען געווען מחוייב די בני אהרן און די זקניםכה איבערלערנען יעדער ענין נאָכאַמאָל ביז עס זאָל זיין „ביד הכל ארבעה"? ווען די אידן וואָלטן אַפילו קיין איין מאָל ניט געהערט, וואָלטן די בני אהרן והזקנים אויך ניט געווען מחוייב צו לערנען מיט זיי. ועאסו"כ אַז אַלע אידן האָבן שוין געהערט יעדן ענין צוויי מאָל — פון משה און פון אהרן — זיינען דאָך די בני אהרן והזקנים אַודאי ניט געווען מחוייב צו איבערלערנען נאָכאַמאָל בכדי ס'זאָל זיין „ביד הכל ארבעה"? ואין לומר אַז זיי האָבן עס געטאָן „לפנים משורת הדין" — וואָרום ווי רש"י זאָגט דאָרט איז דאָס געווען דער „סדר המשנה".
דעריבער לערנט רש"י „לבניך אלו התלמידים", און ממילא איז לערנען מיט תלמידים יעדער ענין פיר מאָל — סדר המשנה.
ו. דער ביאור אָבער איז ניט מספּיק. ווייל
א) דאָס וואָס אהרן, בניו און די זקנים האָבן איבערגעלערנט לאחר ווי „נסתלק משה", איז ניט מוכרח אויף אַזוי פיל אין פּשטות הכתובים, וואָס דערפאַר ברענגט עס ניט רש"י בפירוש, נאָר ער איז עס בלויז מרמז מיט וכו'. קען מען דאָך ניט זאָגן אַז רש"י'ס הכרח לפרש — עפּ"י דרך הפּשט — לבניך אלו התלמידים איז פון אַן ענין וואָס איז ניט מוכרח אין פּשט.
ב) די ראי' פון „סדר המשנה" איז נאָר, אַז ערגעץ וואו איז געזאָגט געוואָרען אַ חיוב צו לערנען אויך מיט אַנדערע אידן, ניט נאָר מיט בנים. ס'איז אָבער ניט מוכרח אַז דער חיוב שטייט דוקא אין דעם פּסוק „ושננתם לבניך". איז צי דען ווייל מיר געפינען ניט קיין אַנדער פּסוק פאַר אָט דעם חיוב, וועט מען מפרש זיין „לבניך אלו התלמידים" — היפּך פון דעם פּירוש הפשוט?!
ג) נאָך מער; אַפילו לויט פּירוש רש"י „לבניך — אלו התלמידים" דאַרף מען נאָך אַלץ זוכן אַן אַנדער מקור צו דעם וואָס אהרן, בניו והזקנים האָבן געלערנט מיט אַנדערע אידן. וואָרום דער פּסוק ושננתם לבניך איז ערשט געזאָגט געוואָרן אין משנה תורה, בשנת הארבעים, און דער „סדר המשנה" איז דאָך געווען שוין בשנה הראשונה.
אויף „אחלקם ביעקב ואפיצם בישר־39אל"כו איז רש"י מפרש (און ער זאָגט דאָס בפירוש, ווייל אַזוי איז מוכרח דאָרט פון פּשטות הכתובכז), אַז די בני שמעון וועלן האָבן זייער פּרנסה פון זיין סופרים און מלמדי תינוקות.
אויב מען וועט לערנען „ושננתם לבניך" כפשוטו, אַז יעדער פאָטער איז מצווה ער זאָל אַליין לערנען מיט זיינע קינדערכח, וועט דאָך דאַן אויסקומען אַז די גאַנצע מציאות פון מלמדי תינוקות איז שייך נאָר אין פאַל ווען די קינדער האָבן ניט קיין פאָטער ר"ל, אָדער ווען זייער פאָטער איז אַזאַ גרויסער עםהארץ וואָס אַפילו מיט תינוקות קען ער ניט לערנען, אָדער ווען ער איז עובר ר"ל אויף דער מ"ע פון „ושננתם לבניך".
שטעלט זיך דאָך די קשיא; ווי האָט יעקב אָבינו געגעבן די בני שמעון אַ פּרנסה זיי זאָלן זיין (סופרים און) מלמדי תינוקות, בשעת די גאַנצע מציאות פון מלמדים איז אַזוי זעלטן? דאָס איז מכריח צו לערנען אַז „ושננתם לבניך" איז ניט כפשוטו. און וויבאַלד אַז אויפן פאָטער איז ניטאָ קיין חיוב פּערזענליך צו לערנען תורה מיט זיינע זין, איז שוין פאַרשטאַנדיק אַז די פּרנסה פון שבט שמעון איז באַזירט אויף אַ פעסטן באָדן, ווייל יעדער פאָטער וועט געוויס דינגען אַ מלמד פאַר זיינע קינדער און צאָלן אים שכר־לימוד (כאָטש ס'איז ניט געשריבן קיין חיוב פאַר אים דאָס צו טאָן), פּונקט ווי ער באַזאָרגט זיינע קינדער מיט אַלע זייערע צרכים.
און דאָס איז אויך מוכרח פון נאָך ערטער: פריער אין פּרשת ויחיכט זאָגט רש"י „אפרים הי' רגיל לפני יעקב בתלמוד". און אויך אין סיום פון יענער סדרה אויפן פּסוק „בני מכיר בן מנשה יולדו על ברכי יוסף"80), זאָגט רש"י „שגדלן בין ברכיו", וואָס נראה לומר כוונתולא, אַז ער האָט געלערנט מיט זיי תורה. איז אויב מ'וועט זאָגן אַז „ושננתם לבניך" מיינט כפשוטו, וועט דאָך זיין זייער שווער ; ווי קומט עס אַז יעקב אבינו זאָל צונעמען פון יוסף'ן די מצות עשה פון ושננתם, און יוסף זאָל זי צונעמען פון מכיר'ן *לא? (וואָרום „רגיל" און „שגדלן" מיינט דאָך ניט אַז דאָס איז געטאָן געוואָרן אַ מאָל, צופעליק, נאָר אַזוי איז געווען דער סדר הרגיל, קומט דאָך אויס אַז יעקב האָט צוגענומען די מצוה פון יוסף'ן און יוסף פון מכיר'ן).
ח. אין אמת'ן דאַרף מען כלל ניט אָנקומען צו די אַלע אויבנדערמאָנטע פּסוקים. ביי דעם „בן חמש למקרא", לערנענדיק דעם פּסוק ושננתם לבניך,40שטעלט זיך די קשיא פון דעם וואָס ער אַליין זעט מיט זיינע אויגן:
דער קינד לערנט אין חדר ביי אַ מלמד, אויך לערנען אין דעם חדר נאָך אינגלעך. אויך ווייס דער בן חמש למקרא אַז ס'זיינען פאַראַן נאָך אַ סך חדרים וואו מלמדים לערנען מיט קינדער, איז ווען ער קומט צום פּסוק „ושננתם לבניך", פרעגט ער; פאַרוואָס האָט מיך מיין פאָטער אַריינגעגעבן אין חדר צום מלמד און לערנט ניט אַליין מיט מיר — און אַזוי טוען אויך די טאַטעס פון אַלע אַנדערע אינגלעך; זיינען דען די טאַטעס פון אַלע קינדער עובר ח"ו אויף אַ מצות עשה? ענטפערט אים רש"י „לבניך אלו התלמידים", ובמילא איז דיין פאָטער ח"ו ניט עובר אויף קיין מצוה, ווייל ס'איז ניטאָ (עפּ"י דרך הפּשט) קיין חיוב צו לערנען פּערזענליך מיט די אייגענע קינדער.
ט. טענה'ט אָבער דער בן חמש למקרא, עס שטייט דאָך לבניך, איז ווי קען מען טייטשן „אלו התלמידים" ? זאָגט אויף דעם רש"י אַז מען געפינט אין נאָך ערטער, ואדרבה — בכל מקום, אַז תלמידים ווערן גערופן בנים — אַזוי ווי „בנים אתם לה' אלקיכם", אַז אידן הייסן דעם אויבערשטנס בנים מצד דעם וואָס זיי לערנען פון אים תורה.
מיט דעם פּסוק אַליין קען זיך אָבער רש"י ניט באַנוגענען, און ער ברענגט אויך די פּסוקים „בני הנביאים גו'" און „בני עתה אל תשלו", ווייל
[נוסף אויף דעם וואָס אינעם פּסוק בנים אתם לה' אלקיכם קען מען איינלערנען בדוחק, אַז דאָס וואָס אידן ווערן אָנגערופן דעם אויבערשטנס קינדער איז עס אַ לשון של חיבה, ווי מען זעט במוחש אַז בעת איינער וויל אויסדריקן זיין ליבשאַפט צו אימעצן וואָס איז אים טייער, רופט ער אים „קינד מיינער", היות ווי די גרעסטע אהבה וואָס מען קען אויסמאָלן איז די אהבה פון עלטערן צו קינדער
(און כאָטש אַז די אהבה פון אויבערשטן צו אידן איז פיל גרעסער ווי די אהבה פון עלטערן צו קינדער — כידוע מאמר הבעש"טלב אַז די אהבה פון עלטערן צו אַ בן יחיד שנולד להם לעת זקנתם קומט ניט צו דער אהבה פון דעם אויבערשטן לכל אחד ואחד מישראל — פונדעסטוועגן, איז „דברה תורה כלשון בני אדם", און וויבאַלד אַז די גרעסטע אהבה ביי אַ מענטשן איז די אהבה פון עלטערן צו קינדער, זאָגט דעריבער דער פּסוק „בנים אתם לה' אלקיכם" — „לשבר את האזן מה שהיא יכולה לשמוע"לג),
איז נוסף אויף דעם — אַפילו אַז מען וועט שוין לערנען אַז דער וואָרט „בנים" אין פּסוק איז (ניט קיין חיבה ומליצהלשון, נאָר) דער ריכטיקער נאָמען, ד. ה. אַז אידן ווערן אָנגערופן בניו של הקב"ה ווייל זיי זיינען מקבל פון אים אַן ענין וואָס איז נוגע אין זייער עיקר מציאות — אַזוי ווי אַ בן וואָס זיין מציאות נעמט זיך פון אב,
איז נאָך אַלץ קיין ראי' ניט אַז דאָס איז דערפאַר וואָס זיי זיינען דעם אויבערשטנס תלמידים און האָבן געלערנט פון אים תורה, וואָרום]
מען קען זאָגן, אַז דער ענין וועלכן אידן האָבן מקבל געווען פון דעם אויבערשטן, וואָס צוליב אים ווערן זיי גערופן זיינע בנים, זיינען עס די תרי"ג מצוותלד.41וואָס אויך זיי זיינען אַ דבר עיקרי אין דער מציאות פון אידן.
יו"ד. אַ הוכחה דערצו אַז מצד יעדן ענין (עיקרי) וועלכן מ'איז מקבל — ניט נאָר מצד לימוד התורה — פּאַסט דער תואר „בנים";
אין פּרשת שמותלה שטייט „בני בכורי ישראל", זעט מען דערפון אַז אידן ווערן אָנגערופן דעם אויבערשטנס בנים נאָך זייענדיק אין מצרים, פאַר מתן תורהל. נאָך מער; פון לשון „בני בכורי ישראל" ווייזט אויס (לויטן צווייטן פּירוש פון רש"ילז) אַז (פאַר מתן תורה) זיינען אויך ניט־אידן להבדיל דעם אויבערשטנס בנים, און די מעלה פון אידן באַשטייט אין דעם וואָס זיי זיינען „בני בכורי". מוז מען דאָך זאָגן, אַז דער תואר „בן" דאָרטן איז ווייל דער אויבערשטער האָט זיי באַשאַפן און זיי ווערן שטענדיק פון אים געשפּייזט, ווי ס'שטייט „הזן את העולם כולו".
איז כאָטש ס'איז מובן אַז דער תואר „בנים" אין פּסוק „בנים אתם גו'", וואו בלויז אידן („אתם") ווערן גערופן בנים, איז אַ סך אַ העכערער ווי דער תואר „בן" אין פּרשת שמות וואָס אויך ניטאידן ווערן מיט אים גערופן; אָט דער תואר „בנים" וואָס איז נאָר ביי „אתם" איז מצד דעם וואָס אידן (און נאָר אידן) זיינען מקבל אַזאַ ענין פון דעם אויבערשטן וואָס איז פיל העכער פון דעם וואָס ער איז „זן את העולם כולו",
און וויבאַלד אַז אויך אַ בן חמש למקרא ווייס אַז „אשר בחר בנו מכל העמים" איז פאַרבונדן מיט „ונתן לנו את תורתו" *87), לייגט זיך אויפן שכל אַז דאָס וואָס עס שטייט „בנים אתם לה' אלקיכם" (וואָס דער פּסוק איז געזאָגט געוואָרן נאָך מתן תורה) איז עס מצד דעם וואָס אידן האָבן מקבל געווען די תורה,
איז נאָך אָבער פון דאַנען ניט קיין ראי' מוכחת אַז זיי ווערן גערופן בנים ווייל זיי האָבן געלערנט תורה פון אויבערשטן — עס קען זיין אַז דאָס איז צוליב די תרי"ג מצוות וואָס ער האָט זיי געגעבן ביי מתן תורה.
דעריבער ברענגט רש"י נאָך אַ ראי' פון „בני הנביאים", וואָס דאָרט מוז מען זאָגן אַז דער תואר בנים איז ווייל זיי האָבן געלערנט פון די נביאים.
42יא. בעת רש"י ברענגט די ראי' פון „בני הצביאים" מוז ער שוין אויך שרייבן די ווערטער „אשר בבית א־ל", ווייל אן די דאָזיקע ווערטער וואָלט מען געקענט לערנען אַז מיט „בני הנביאים" ווערט געמיינט (ניט תלמידים פון נביאים, נאָר) בואה־מענטשן. ד. ה. אַזוינע מענטשן וואָס ענינם ומהותם איז — נבואה. ע"ד ווי דער לשון „בני קדם"לח וואָס מיינט קדם־מענטשן און ניט קינדער פון קדם, און עד"ז „בני שנה"לט וואָס דער לשון איז מתאר זייער ענין — ניט עס מיינט די קינדער פון שנה.
דעריבער איז רש"י מוסיף אויך די ווערטער „אשר בבית א־ל", וואָס באַווייזן, אַז „בני הנביאים" מיינט ניט נבואה־מענטשן, וואָרום אין בית א־ל זיינען דאָך ניט געווען קיין נביאי אמתמ (ווי דערציילט פריער אין תנ"ךמא אַז פון אַלע נביאי אמת איז איבערגעבליבן נאָר אלי' הנביא). במילא איז געדרונגען אַז „בני הנביאים" מיינט תלמידי הנביאים, און זיי הייסן בני הנביאים מצד דעם וואָס תלמידים קרויים בנים.
יב. פון דעם פּסוק אַליין איז אָבער אויך קיין ראי' ניט. וואָרום (בדוחק עכ"פּ) קען מען זאָגן, אַז כאָטש איזבל האָט אומגעבראַכט אַלע נביאי ה' און ס'איז געבליבן נאָר אלי' הנביא (והנביאים אשר במערה), איז אָבער לאחרי ווי אלי' הנביא האָט אויסגע'הרג'עט די נביאי הבעל, האָבן זיך צוריק אָנגעהויבן נביאי האמת. ובמילא קען מען נאָך אַלץ טייטשן אַז מיט „בני הנביאים" — אויך אין דעם „בני הנביאים אשר בבית א־" — ווערט געמיינט נבואה־מענטשן, און ניט תלמידי הנביאים.
גאָר גלאַט איז עס טאַקע ניט. ס'איז זייער שווער צו זאָגן, אַז במשך פון אַזאַ קורצער צייט זאָל שוין זיין אַ גאַנ־43צע קבוצה פון נביאי אמת, און נאָך אין בית א־ל — דער אָרט וואו עס איז געווען דער עיקר ע"ז פון ירבעם'ן אָןמב. (וואָס דערפאַר נעמט רש"י אָן, אַז פון דעם פּסוק „בני הנביאים אשר בבית אאיז יע אַ ראי' „שהתלמידים קרויים בנים" — ניט ווי פון דעם פּסוק „בני הנביאים" פון מלכים א' (כ, לה), וועלכן רש"י ברענגט ניט). פונדעסטוועגן, וויבאַלד אָבער בדוחק קען מען אַזוי פאָרט זאָגן — ברענגט רש"י נאָך אַ ראי' פון דעם וואָס חזקי' האָט אידן גערופן בנים איבער דעם וואָס ער האָט מיט זיי געלערנט תורהמג.
יג. אויף דער ראי' איז אָבער שווער; חזקי' איז געווען אַ מלך. און דער תפקיד פון אַ מלך איז — צו פאַרזאָרגן דעם פאָלק מיט אַלע זייערע באַדערפענישן, ווי אַ „רועה" באַ „צאן"מד. קען מען דאָך פרעגן; פון וואַנעט איז די ראי' אַז חזקי' האָט זיי גערופן בנים ווייל ער האָט מיט זיי געלערנט תורה, עס קען דאָך זיין אַז דאָס איז דערפאַר וואָס ער האָט זיי פאַרזאָרגט מיט אַלע זייערע צרכים, און צוליב יעדער ענין (עיקרי) וואָס מ'איז מקבל ווערט מען גערופן בן (וכנ"ל סעיף יו"ד)?
איז די הסברה אין דעם; מען געפינט ניט אין ערגעץ, אויסער ביי חזקי'ן אַז מלכים זאָלן אָנרופן אידן בנים, איז דערפון געדרונגען אַז דאָס וואָס (דוקא) חזקי' האָט די אידן אַזוי גערופן איז מצד דעם וואָס ער האָט זיי געגעבן אַזאַ זאַך וואָס קיין אַנדער מלך האָט זיי ניט געגעבן. און וויבאַלד אַז מיר געפינען בלויז איין ענין וואָס חזקי' האָט געגעבן אידן מער פון אַנדערע מלכים, און דאָס איז דער ענין פון לימוד התורה, פאַרשטייען מיר דערפון, אַז ער האָט זיי גערופן בנים ווייל ער האָט מיט זיי געלערנט תורה.
און דערפאַר איז רש"י מוסיף „שלימד תורה לכל ישראל", מיינענדיק דערמיט, אַז אין „לימוד התורה", אין אָט דעם האָט זיך אויסגעצייכנט די השפּעה פון חזקי' המלך צום גאַנצן אידישן פאָלק.
יד. אעפּי"כ איז נאָך פון דעם ניט קיין ראי' מוכרחת אַז „תלמידים קרויים בנים". מען קען זאָגן, אַז דאָס וואָס חזקי' האָט אידן גערופן בנים איז עס ווייל נוסף צו זיין לערנען מיט זיי תורה, האָט ער זיי אויך פאַרזאָרגט מיט צרכים הגשמיים, ווי אַנדערע מלכים. און דוקא צוליב זיין געבן אידן ביידע זאַכן — סיי צרכים הגשמיים און סיי תורה — ווערן זיי גערופן בנים (היות אַז קבלת כל הצרכים — גשמיים ורוחניים — איז בדומה צו אַ בן וואָס כל צרכיו (און אויך מציאותו) איז פון אב). פון וואַנען איז אָבער די ראי' אַז די תלמידים וועלכע לערנען פון דעם רב תורה און זיינען ניט מקבל פון אים קיין אַנדערע זאַכן, ווערן אויך זיי גערופן בנים ? דערפאַר ברענגט רש"י דעם פּסוק „בני הנביאים גו'"מח, וואו מען געפינט אַז דער44תואר בנים קען זיין בלויז מצד ענין הלימוד.
טו. לאחרי כל הנ"ל איז נאָך שווער ; פאַרוואָס ברענגט ניט רש"י פון „תולדות משה" און פון ספר משלי?
איז דער ביאור אין דעם;
די קשיא וואָס אָרט רש"י'ן אין דעם פּירוש „לבניך אלו התלמידים" (וואָס ער פאַרענטפערט מיט „מצינו בכל מקום שהתלמידים קרויים בנים") איז; פאַרוואָס שטייט אין פּסוק „לבניך", וואָס גיט אַן אָרט פאַר אַ טעות צו טייטשן לבניך כפשוטו? עס האָט דאָך געקענט טטיין „ושננתם לתלמידיך"מ ! און אויף דעם ענטפערט רש"י „מצינו בכל מקום שהתלמידים קרויים בנים", אַז „בכל מקום" — אין גאַנץ תורה שבכתב, ווערן תלמידים גערופן בנים. ובמילא קען מען ניט פרעגן פאַרוואָס עס שטייט ניט „ישננתם לתלמידיך", ווייל בכל מקום איז דער נאָמען פאַר תלמידים — בניםמז.
וואו זעט מען דאָס אַז בכל מקום ווערן תלמידים גערופן בנים ? ברענגט רש"י עטלעכע ערטער וואו דער פּסוק רופט אָן תלמידים מיטן נאָמען בנים, און ניט מיטן נאָמען תלמידים.
ועפּי"ז מובן בפשטות וואָס רש"י דאַרף אָנקומען צו עטלעכע פּסוקים — ווייל פון איין פּסוק, און אַפילו פון צוויי — איז נאָר אַ ראי' אַז תלמידים קען מען אָנרופן בנים. ס'איז אָבער קיין ראי' ניט אַז דאָס איז זייער נאָמען בכל מקום, בשעת מען זעט אָבער אין דריי ערטער [ובפרט אַז זיי זיינען אין אַלע חלקים פון תורה שבכתב; תורה, נביאים און כתובים] אַז דער פּסוק רופט אָן תלמידים מיטן נאָמען בנים, איז אַ ראי' אַז דאָס איז זייער איינציקער נאָמען.
לויט דעם איז מובן וואָס רש"י קען ניט ברענגען אַ ראי' פון דעם וואָס בני אהרן ווערן גערופן „תולדות משה" ; אמת טאַקע — דאָרטן לאָזט אונז דער פּסוק הערן אַז „כל המלמד את בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו", עס איז אָבער פון דאָרט ניט קיין ראי' מוכחת אַז תלמידים הייסן בנים — ווייל דאָרט שטייט ניט דער נאָמען „בנים" [און דער לשון „תולדות" קען מען זאָגן בכלל אַז ער קומט נאָר להשמיענומח אַז „כל המלמד כו' כאילו ילדו", אָבער ניט בנוגע התחייבות וסו'].
אויך איז רעכט וואָס רש"י ברענגט ניט קיין ראי' פון דעם לשון „בני" אין ספר משלי, ווייל מען קען זאָגן, אַז די „משלי שלמה" האָט שלמה המלך פריער געזאָגט צו זיין זון (רחבעם וכו') און ערשט דערנאָך האָט ער עס געמאַכט פאַר אַ ספר לימוד פאַר אַלעמען. און וויבאַלד אַז זאָגנדיק די משלים זיין זון האָט ער גענוצט דעם לשון בני, האָט ער שוין דעם לשון ניט געביטן פון בני אויף תלמידי אויך ווען ס'איז געוואָרן אַ ספר לימוד פאַר אַלעמען, היות אַז דער לשון פּאַסט אויך פאַר יעדן תלמיד מצד דעם וואָס תלמידים זיינען קרויים אויך בנים.
דעריבער ברענגט רש"י דעם פּסוק וואו חזקי' האָט געזאָגט בני ניט צו זיינע קינדער — אויך מלכתחילה — איז45דערפון אַ ראי' אַז דער איינציקער נאָמען פאַר תלמידים אין תורה שבכתב איז בנים.
טז. לאחרי ווי רש"י פאַרענטפערט וואָס עס שטייט „לבניך" און ניט לתלמידיך, איז ער מוסיף „וכשם שהתלמידים קרויים בנים כך הרב קרוי אב". מיט אָט די ווערטער באַוואָרנט רש"י נאָך אַ קשיא וואָס מ'קען פרעגן אויף זיין פּירוש „לבניך אלו התלמידים":
דער פּירוש פון „ושננתם" איז ווי רש"י זאָגט „לשון חידוד הוא, שיהיו מחודדים בפיך כו'". פאַרשטייט מען דאָך, אַז צו לערנען מיט אַ צווייטן אין אַזאַ אופן ביז „ושננתם" איז אַ גרויסע האָרעוואַניע. שטעלט זיך די שאלה; פאַרוואָס איז דער רב מחוייב זיך אָפּצוגעבן אַזוי פיל מיט זיינע תלמידים ביז די דברים זאָלן זיין „מחודדין"?
וואָלט מען געטייטשט לבניך כפשוטו — איז פאַרשטאַנדיק, ווייל אַ פאָטער דאַרף טאָן אַלץ וואָס ס'איז נאָר מעגלעך פאַר זיינע קינדער. אויב „לבניך" מיינט אָבער תלמידים, איז שווער ; גענוג וואָס דער רב לערנט בכלל מיט אַנדערע אידן וועלכע האָבן צו אים קיין שייכות ניט, וואָס איז מען אים מחייב צו האָרעווען מיט זיי ביז אין אַן אופן פון „ושננתם"?
קיין שטאַרקע קשיא איז דאָס טאַקע ניט — מען געפינט נאָך מצוות אויף וועלכע מיר ווייסן ניט קיין טעם. אָבער אינגאַנצן גלאַטיק איז עס ניט. וואָרום די ענינים פון „גזירת הכתוב" וואָס מיר געפינען אין תורה זיינען נאָר געציילטע.
דעריבער זאָגט רש"י „הרב קרוי אב", און וויבאַלד אַז דער רב איז (בענין הלימוד) אַן אב לתלמידיו, דאַרף ער זיך איבערגעבן צו זיי (בשייכות מיטן לימוד) מיט דער זעלבער מסירה ונתינה ווי אַ פאָטער צו זיינע קינדער.
יז. ווען רש"י זאָל אָבער זאָגן בלויז די ווערטער „הרב קרוי אב" וואָלט נאָך זיין כוונה ניט געווען קלאָר, עס קען דאָך זיין אַז דער תואר איז נאָר אַן ענין של כבודמט, ניט קיין ענין וואָס לייגט אויף אים אַרויף אַ התחייבות, ועל אחת כו"כ אַזאַ התחייבות ווי פון אַ פאָטער צו קינדער.
דעריבער איז רש"י מוסיף „וכשם שהתלמידים קרויים בנים כו' כך הרב קרוי אב", אַז דאָס וואָס הרב קרוי אב איז עס פּונקט אַזוי ווי דאָס וואָס תלמידים קרויים בנים;
כשם ווי דער ענין וואָס „תלמידים קרויים בנים" לייגט אַרויף אויף די תלמידים זייער אַ גרויסע התחייבות לרבם
— „שנאמר בנים אתם לה' אלקיכם", אַז דערפאַר וואָס אידן זיינען דעם אויבערשטנס בנים זיינען זיי מחוייב בכל התרי"ג מצוות (און קענען זיך ניט פּטר'ן מיטן מקיים זיין תרי"ב מצוות — כאָטש אויך תרי"ב מצוות איז זייער אַ סך), ביז אַז ס'איז ניטאָ קיין איין מינוט ווען אַ איד איז ח"ו פריי פון מלכות שמים, וואָרום בכל עת הפּנוי' איז ער מחוייב בלימוד התורה, און אויך ווען ער איז זיך עוסק בצרכיו (נוסף אויף דעם וואָס אין יעדער ענין זיינען פאַראַן כמה דינים ווי עס זאָל געטאָן ווערן), דאַרף ער עס טאָן לשם שמים —
„כך הרב קרוי אב", אַזוי איז דער תואר „אב" מיט וועלכן דער רב ווערט גערופן לייגט אויף אים אַרויף די זעלבע סאָרט התחייבות לתלמידיו.
חי. וואו געפינט מען דאָס אַז דער תואר „אב" לייגט אַרויף אויפן רב אַ התחייבות צו לערנען מיט זיינע תלמידים באופן אַז דברי תורה זאָלן זיין מחו־46דדים בפיהם? ברענגט אויף דעם רש"י אַ ראי' „שנאמר אבי אבי רכב ישראל";
בשעת אלישע האָט גערופן זיין רבי'ן אלי' „אבי אבי" האָט ער דערביי מוסיף געווען „רכב ישראל", מיינענדיק דערמיט אַז אלי' האָט (דורך זיינע תפילותנ) געגעבן אידן דעם כח צו מנצח זיין אין זייערע מלחמות, ווי אַ רייטוואָגן העלפט אַרויס אין אַ מלחמה (וואָס דאָס האָט שוין דער „בן חמש למקרא" געלערנט אין פרשת בשלחסא).
וואָס איז די שייכות פון „רכב ישראל" — וואָס אלי' איז געווען צו אידן, מיט „אבי אבי" — וואָס ער איז געווען צו אלישע'ן (זייענדיק זיין רב)? פון דעם אָבער וואָס אלישע האָט געזאָגט אויף אלי' „רכב (ישראל)" בהמשך צו „אבי אבי", איז פאַרשטאַנדיק אַז דער תואר „רכב" איז אויך נוגע צום ענין פון „אבי אבי"סב: מצד דעם וואָס דער רב איז קרוי אב לתלמידיו, דאַרף ער זיין זייער „רכב" — געבן זיי דעם כח צו מנצח זיין אין די מלחמות וואָס זיי האָבן אין זייער לערנען.
יט. אין וואָס פאַראַ מלחמות (אין לערנען) פון די תלמידים דאַרף דאָס דער רב זייערער געבן זיי דעם כח צו מנצח זיין, און וואָס פאַראַ שייכות האָט דאָס צו „ושננתם לבניך" — ווייס עס דער תלמיד אַליין פון זיין אייגענעם לערנען און רש"י דאַרף דאָס גאָרניט אויסטייטשן;
עס טרעפט גאַנץ אָפט, אַז לאחרי ווי ער האָט געלערנט אַן ענין, און פאַרשטאַנען אַ סברא, קומט אַ צווייטע סברא און שלאָגט זיך מיט דער ערשטער, זי האָט מלחמה מיט דער סברא וואָס ער האָט פריער געלערנט. און טאָמער ער אַליין כאַפּט זיך ניט אויף דער נייער סברא, קומט זי צו אים דורך אַ פראַגע וואָס אַ צווייטער שטעלט — „שאם ישאלך אדם דבר". און אויב ער קען ניט מנצח זיין אין דער מלחמה: ער האָט ניט דעם ריכטיקן ענטפער מיט וואָס אָפּצושלאָגן די סברא הסותרת, ווערט ביי אים אַ ספק אין זיין לימוד און במילא הויבט ער אָן צו מגמגם זיין.
און דעריבער דאַרף דער רב (ניט בלויז לערנען מיט אים, נאָר אויך) געבן דעם תלמיד די כללים און הסברים — דעם „רכב" — דורך וועלכן ער זאָל קענען מנצח זיין אין די שכל־מלחמות און מכריע זיין צווישן די קעגנזייטיקע סברות, ביז די דברי תורה זאָלן ביי אים זיין „מחודדין", אָן קיין שום ספיקות.
כ. בשעת רש"י ברענגט אַ ראי' פון „אבי אבי רכב ישראל" איז ער מוסיף „וגו'", מיינענדיק דערמיט דעם קומענדיקן וואָרט — „ופרשיו", זיין רייטער.
דער אויפטו פון „ופרשיו" אויף „רכב" אין מלחמה כפשוטה איז: בשעת דער לוחם האָט אַ רכב, איז נאָך קיין ראי' ניט אַז ער וועט מנצח זיין די מלחמה, וואָרום עס קען זיין אַז ער ווייס אַפילו ניט ווי אָנצופירן מיטן רכב. בעת אָבער צום רכב האָט ער אַ „פּרש", וואָס זעצט זיך אויף דעם רכב און פירט מיט אים אָן, איז דאַן אַ סך זיכערער אַז ער וועט מנצח זיין די מלחמה.
און די זעלבע זאַך איז אויך בנוגע צו דער מלחמה וואָס קומט פאַר אין דער שכל־וועלט: לפעמים קען זיין אַז47אויך ווען דער רב גיט דעם „רכב", ד. ה. די כללים און הסברים צום תלמיד, זאָלן נאָך ביי אים אַלץ בלייבן ספיקות און ער זאָל מגמגם זיין — איבער דעם וואָס ער ווייס ניט וואו און ווי אַזוי מען דאַרף זיך נוצן מיט די כללים. איז אין אַזאַ פאַל, דאַרף דער רב זיין אויך דער „פּרש", ער דאַרף אָנווייזן דעם תלמיד דעם ריכטיקן צוגאַנג און העלפן אים זיך צו באַנוצן מיט די כללים.
דעם וואָרט „ופרשיו" איז אָבער רש"י בלויז מרמז מיט „וגו'" און איז אים ניט מעתיק בפירוש — ווייל דאָס איז ניט מוכרח צו „ושננתם"; אין רוב פאַלן, איז מען מקיים דעם „ושננתם — לשון חידוד" אויך דורך געבן די תלמידים בלויז דעם „רכב". נאָר היות ווי לפעמים (בעת דער תלמיד שטייט אין אַ נידעריקערן מצב וואָס ער קען זיך אַליין ניט באַנוצן מיט די כללים; אָדער בעת עס רעדט זיך וועגן אַן ענין מסובך ועמוק ביותר) דאַרף דער רב זיין אויך דער „פּרשיו", איז רש"י מרמז אויך דעם וואָרט.
כא. אין רש"י איז דאָך פאַראַן אויך „יינה של תורה"63), איז מיט רש"י'ס מרמז זיין דעם וואָרט „ופרשיו" דורכן וגומר ווייזט ער אָן אַ הוראה אין עבודה;
בשעת מען זאָגט אַ אידן אַז ער דאַרף לערנען תורה מיט אַנדערע אידן, מיט די אַלע וועלכע זיינען נאָר בגדר זיי זאָלן ווערן זיינע תלמידים, און לערנען מיט זיי אין אַן אופן פון „ושננתם — לשון חידוד", וואָס לפעמים דאַרף ער צוליב דעם ווערן אויך „פּרשיו", קען ער דאָך טענה'ן; בשעת יענער איז אַזאַ וואָס אַפילו לאחרי ווי מען זאָגט אים די כללי הלימוד און מ'ווייזט אים די וועג — איז אים נאָך אַלץ ווייניק, איז וואָס דאַרף איך זיך פאַרנעמען מיט אים, און נאָך מיט אַזאַ יגיעה גדולה? ער איז דאָך שלא בערכי כלל, און בפרט אַז לאחרי וואָס איך וועל שוין יע האָרעווען מיט אים איז ווער זאָגט עס אַז ס'וועט אים העלפן אַז די דברי תורה וועלן ביי אים זיין מחודדין ?
אויף דעם איז דער ענטפער ; וויבאַלד אַז מלמעלה האָט מען מזמין געווען דו זאָלסט זיך טרעפן מיט יענעם אידן, איז דאָס אַ הוראה ברורה אַז חו דאַרפסט לערנען מיט אים אין אַן אופן פון „ושננתם". און במילא דאַרפסטו ווערן אויך „ופרשיו", בכדי צו גומר זיין און פאַרענדיקן דיין שליחות; ס'איז ניט קיין ענין וואָס דו טוסט יענעם אַ טובה, נאָר דאָס איז נוגע צו דירלד, ווייל אָן דעם — פאַרענדיקסטו ניט דיין שליחות, און בשעת עס פעלט אין דעם גמר השליחות פעלט עס אין דעם קיום כללות השליחות.
און לאידך גיסא; בשעת דו וועסט ווערן „ופרשיו" און גומר זיין דיין שליחות, באַקומסטו דאַן כחו של הקב"ה, וואָרום שלוחו של אדם (העליון) כמותונח, און דו ווערסט קרוי אב וואָס השוה כבוד אב לכבוד המקוםנח, און במילא ביסטו זיכער אַז דיין האָרעוואַניע וועט מצליח זיין, ווייל כחו של המשלח מיט וועלכן דו טוסט — איז דאָך אַ בלתי מוגבל.
כב. די ראי' אַז „הרב קרוי אב" (וואָס דאָס איז אַ ביאור אויפן חיוב „ושננתם" כנ"ל סעיף טז) — ברענגט רש"י פון דעם לשון „אבי אבי" וואָס שטייט48ביי אלי' הנביא מבשר הגאולה87). און אויך מיט דעם איז רש"י מרמז אַן ענין פון „יינה של תורה";
בשעת מען איז מקיים דעם ציווי „ושננתם לשון חידוד" איז דאָס אַ מעין פון לעתיד לבא, ווען „לא ילמדו עוד איש את רעהו"נח, ווייל דער ענין וועלכן דער תלמיד האָט שוין געלערנט פון רב, איז דאָך שוין מחודד בפיו און ער דאַרף שוין דערביי צום רב מער ניט אָנקומען.
און היות אַז אַלע גילויים דלעתיד זיינען תלוי במעשינו ועבודתנו עכשיו80), איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז דער קיום הציווי „ושננתם" איז דאָס די כלי וואָס איז ממשיך דעם „ולא ילמדו גו'" וואָס וועט זיין לעתיד לבא00).
און דאָס איז רש"י מרמז מיט זיין ברענגען די ראי' אויף „ושננתם לבניך" פון דעם פּסוק „אבי אבי רכב ישראל וגו'" וואָס שטייט ביי אלי' מבשר הגאולה, ווייל דער קיום פון דעם דאָזיקן ציווי איז מקרב וממהר דעם קיום היעוד „ולא ילמדו גו' כי מלאה הארץ דעה את הוי' כמים לים מכסים"81), וואָס דאָס איז אַן ענין עיקרי82) אין דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, יבא ויגאלנו בקרוב ממש.