לקוטי שיחות
הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה י
415פּונקט ווי אַ מענטש וויל נישט איינגיין אויף פשרות אין זיין פיזישן צושטאַנד — אויף אַ „פיפטי־פיפטי" — געזונטהייט, האַלב געזונט און האַלב נישט, ח"ו, — אַזוי אויך אין רוחניות'דיגן לעבן קאָן אַ איד נישט איינגיין אויף אַ פיפטי־פיפטי־אידישקייט.
און פּונקט ווי אַ געזונטער מענטש דאַרף זעהן צו געפינען זיך אין אַ געזונטער אומגעבונג און טאָן אַלעס מעגליכעס, אַז די אומגעבונג זאָל זיין געזינטער, אַזוי אויך אין רוחניות'דיגן לעבן האָט יעדער איד אַ פליכט צו זיך און זיין פאַמיליע, און צו דער סביבה אַרום — צו פאַרשפּרייטן די ליכטיגקייט און וואַרימקייט פון תורה און מצוות און געזונטער מאַכן אַרום זיך.
דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז דער חשבון וואָס מען מאַכט אין דער דאָזיגער צייט זאָל פירן צו דעם פעסטן באַשלוס, און דערזען דעם אמת, אַז אונזער תורת־חיים אין טאָג־טעגליכן פּראַקטישן לעבן, איז דער איינציגער דרהחיים פאַר אידן אַלס יחידים און פאַר אידן אַלס כלל, און נישט נאָר פאַר'ן לעבן בעולם הבא, נאָר פשוט אויך פאַר אַ גליקליכן לעבן בעולם הזה,
און דער באַשלוס און זיין דורכפירונג אין לעבן זאָל בריינגן און וועט בריינגן יעדערן און יעדערער — אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה. ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשט"ו
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו
צום אָנקומען פון דעם נייעם יאָהר, וויל איך ווינשען יעדערען און יעדערע בתוך כלל ישראל — לויט דעם אור־אַלטען נוסח — אַ שנה טובה ומתוקה.
ראש־השנה, אָנהויבס יאָהר, איז באַשטימט געוואָרען, דורך אונזער תורה, אויף דער צייט אין יאָהר אין וועלכער די וועלט איז באַשאַפן געוואָרען, אָבער ניט אויף דעם ערשטען טאָג פון דער באַשאַפונג, נאָר אויף דעם זעקסטען טאָג ווען עס איז באַשאַפען געוואָרען דער מענטש.
די גרויסקייט פון דעם טאָג און דער באַשאַפונג, באַשטייט ניט אין דעם וואָס עס איז צוגעקומען נאָך אַ באַשעפעניש און אַ באַשעפעניש מיט אַ שטופע העכער פון די פריערדיקע, אַזוי ווי חי (לעבעדיקע באַשעפענישען) איז העכער פון צומח (געוויקסען) און צומח איז העכער פון דומם (שטיינער, ערד א.ז.וו.),
416נאָר אין דעם וואָס עס איז צוגעקומען אַ באַשעפעניש וואָס איז שלאבערך אַנדערש פון די פריערדיקע,
וואָרום ער האָט דערקענט דעם באַשעפער אין דער בריאה, און נאָך מער, ער האָט אויפגעהויבן די גאַנצע בריאה צו דעם געפיל, און מיט דעם, צו איר מדריגה פון שלימות.
וואָרום דערפילען און דערזעהן ־טליכקייט אין בריאה — איז דער ענד־ציל פון דער גאַנצער באַשאַפונג
איינע פון די הויבט שטריכען מיט וועלכע דער מענטש אונטערשיידט זיך פון אַלע אַנדערע באַשעפענישען — איז די בחירה חפשית (פרייער אויסוואַהל) וואָס דער באַשעפער האָט עם געגעבען,
וואָס דער מענטש קען זי אויסניצען אין צוויי געגענזייטיגע ריכטונגען; אָדער, רחמנא ליצלן, גיין אויפן וועג וואָס בריינגט צום צושטערען זיך און בריינגען אַרום זיך חורבן. אָדער, פאַרקערט — אויסצוקלייבן דעם ריכטיגען וועג אין לעבען, און דורכדעם דערהויבען זיך און די בריאה צו איר העכסט מעגליכער מדריגה.
און אויף צו דערקענען דעם וועג און געפינען די לעבענס אויפפירונג וואָס פירט צו דעם ענד־ציל, איז אונז געגעבען געוואָרען די תורה,
וואָס די תורה איז א־טליכע און אייביקע און אירע אָנווייזונגען זיינען אויף אַלע צייטען און אין אַלע ערטער.
מיט דעם אייגענעם שכל קען אַ מענטש דערצו ניט דערגרייכען, וואָרום זיין שכל איז דאָך אַ באַגרענעצטער.
דער שכל קען עם בלויז דינען — אויף ענטדעקען און אַרויסבריינגען אין עם די אינערע אַבסאָליוטע געוויסהייט וואָס ער האָט און די אמונה פשוטה אין די זאַכען וואָס זיינען העכער פונם שכל, און דערמיט באַלעבען זיין גאַנצען וועזען און געפינען דעם ריכטיגען וועג אין טאָג טעגליכען לעבען, וואָס דאָס איז דער דרך התורה והמצוה.
ראש השנה שטעלט זיך דער מענטש ניט בלויז פאַרן ג־טלעכען משפט, נאָר אויך פאַר אַ משפט איבער זיך אַליין.
ער דאַרף באַשליסען — אַז ער נעמט אויף זיך צו דערפילען זיין אויפגאַבע און פליכט, צו דערהויבען זיך און די וועלט אַרום זיך צו דער אנערקענונג417פון דעם אָנזאָג „בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו" (לאָמיר זיך בויגען, קניען און אונטערוואַרפן זיך פאַר דעם אויבערשטען אונזער באַשעפער),
ווי דער ערשטער מענטש, אדם הראשון, האָט עס געטאָן אין דעם ערשטען טאָג פון זיין באַשאַפונג, דעם ערשטען ראש השנה,
וואָס דאָס מיינט אַ טאָ־טעגליכען לעבען על פי התורה.
און ניט, חס ושלום, נעמען דעם וועג וואָס פירט צום אָפּגרונט, צו צושטערונג און פאַרניכטונג.
און זאָל אַ מענטש ניט טראַכטען; וואָס בין איך און ווער בין איך, צו האָבען אַזאַ געוואַלדיקען כח.
וואָרום מיר האָבען, ליידער, געזען וואָס גאָר אַ קליינע מאַטעריעלע כמות קען „אויפטאָן" אין צושטערען שטעט און לענדער דורך אַטאָמישע קראַפט.
און אויב אויף צושטערונג האָט אַ קליינע כמות אַזאַ געוואַלדיגע קראַפט, וואָס צושטערונג איז דאָך געגען דער כוונה און תכלית פון דער באַשאַפונג,
איז אויף בויען און שטייגען העכער — אַ ודאי און נאָך פילפאַך גרעסער, דאָ די נויטיגע קראַפט באַ יעדען איינצעלנעם מענטשען, אויף דעם גיט עם דער באַשעפער ספּעציעלע כחות און מעגליכקייטען, כדי צו קענען דערהויבען זיך אַליין צו דער נויטיקער הויך, העלפען אויך אַנדערע דאָס טאָן, און דערהויבען די בריאה אַלץ נעענטער צו שלימות,
ביז מען וועט צוקומען, סוף כל סוף, צום צושטאַנד אַז „וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה".
בברכת כתיבה וחתימה טובה
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו
דערנענטערענדיק זיך צום סוף פון דעם אַלטען יאָר און שטייענדיג אויפן שוועל פון דעם נייעם יאָר, מאַכט יעדער ערנסט־דענקענדער מענטש אַ הכל פון דעם פאַרגאַנגענעם יאָר און, אויף דעם יסוד דערפון, נעמט ער אָן באַשלוסען צום נייעם יאָר.