English
ספרייה

לקוטי שיחות

וילך ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

1965

ב

א. אין פּסוקא לקח את ספר התורה הזה ושמתם אותו מצד ארון ברית ה' אלקיכם גו', שטעלט זיך רש"י (אין צווייטן דיבור המתחילב) אויף די ווערטער „מצד ארון ברית ה'" און איז מפרש; „נחלקו בו חכמי ישראל בבבא בתראג, יש מהם אומרים דף הי' בולט מן הארון מבחוץ ושם הי' מונח, ויש אומרים מצד הלוחות הי' מונח בתוך הארון".

איז אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק;

דער פּירוש הפּשוט פון „מצד ארון" איז — ביי דער זייט פון דעם ארון. פאַרוואָס־זשע ברענגט רש"י בפּירושו על התורה — אין וועלכן „לא באתי אלא לפשוטו של מקרא"ד — אויך די דיעה אַז די ס"ת איז געלעגן „בתוך הארון", און אַז „מצד ארון" מיינט אין ארון נאָר „מצד הלוחות"?

די קשיא איז נאָך גרעסער;

אפילו די גמרא (וואָס לערנט די פּסוקי התורה ע"פ דרך ההלכה והדרוש וכו') זאָגט, אַז פון דעם פּסוק „ושמתם אותו מצד ארון ברית ה' אלקיכם" אַליין, וואָלט מען אָנגענומען אַז די ס"ת איז געלעגן מחוץ לארוןח; און די „חכמי ישראל" וואָס האַלטן אַז זי איז געווען מונח בתוך הארון, לערנען זיי עס אָפּ (ניט פון פּסוק „מצד ארון גו'", נאָר) פון אַן אַנדער פּסוק — און יענער פּסוק איז זיי מכריח איינצולערנען אין „מצד ארון" אַז דאָס מיינט „מצד הלוחות".

אָבער פון דעם וואָס רש"י ברענגט ניט אין זיין פּירוש קיין ראי' פון אַנדערע פּסוקים, איז קלאָר, אַז אויך דעם צווייטן פּירוש — „מצד הלוחות הי' מונח בתוך הארון" — נעמט ער אַרויס פון אונזער פּסוק „מצד ארון ברית ה'"ח. איז וואו געפינט עס רש"י דעם הכרח צו לערנען, אַז „מצד ארון" מיינט „בתוך הארון . . מצד הלוחות"197— וואָס איז לכאורה היפך פון פּשטות הכתוב?

ב. שוין גערעדט פיל מאָל, אַז בשעת רש"י לאָזט וויסן בתחלת פּירושו אין אַ פּסוק — נאָך איידער ער שרייבט די פּירושים גופא — אַז דאָ זיינען פאַראַן צוויי (עטליכע) פּירושים, מיינט ער דערמיט צו מדגיש זיין, אַז די פּירושים זיינען „שקולים" (ניט ווי אין אַנדערע ערטער, וואו דער פּירוש הראשון אין רש"י איז עיקר פּירושו (און דערפאַר גופא ברענגט ער אים פריער) ווייל ער איז גלאַטיקער אין דרך הפּשט). נאָר וויבאַלד אַז ס'איז אוממעגלעך צו שרייבן ביידע פּירושים בבת אחת, דעריבער איז ער מקדים איין פּירוש פאַרן צווייטן.

וואָס אַזוי איז עס אויך אין אונזער פּירוש רש"י, אַז מיט זיין הוספה בפּירושו (אַלס הקדמה) „נחלקו בו חכמי ישראל" מיינט ער צו זאָגן, אַז דער פּירוש „מצד הלוחות הי' מונח בתוך הארון" איז ניט ווייטער פון דרך הפּשט ווי דער פּירוש אַז די ספר תורה איז געווען מחוץ להארון.

ועפ"ז איז נאָך מער תמוה; אפילו אויב מצד איזה טעם וויל רש"י ברענגען אויך דעם פּירוש „מצד הלוחות כו'" — ווי איז אָבער שייך צו זאָגן אַז דער פּירוש איז אַזוי גוט ווי דער פּירוש „דף הי' בולט מן הארון מבחוץ כו'", בשעת די פשטות משמעות הלשון „מצד ארון" איז — ביי דער זייט פון ארון?

ג. אויך אין ערשטן פּירוש פון רש"י איז ניט מובן; פון די ווערטער „מצד ארון ברית ה'" ווייס מען בלויז אַז די ס"ת איז געלעגן מחוץ לארון (ווי די פּשוט'ע משמעות פון „מצד ארון"). וואו איז אָבער דער הכרח אַז די ס"ת איז געלעגן אויף אַ דף און אַז דער דף איז געווען בולט מן הארון?

ולכאורה — אדרבה; פון דעם וואָס אין ציווי אויף עשיית הארוןז, אַזוי אויך אין „ויעש בצלאל את הארון"ח, ווערן אויסגערעכנט אַלע פּרטים פון דעם ארון און קיין „דף" ווערט ניט דערמאָנט, דאַרף מען לכאורה אָננעמען, אַז קיין דף האָט פון ארון ניט בולט געווען, און די זאַך (אַ דף אָדער עפּעס אַנדערשט) אויף וואָס די ס"ת איז געלעגן — איז געווען אַן ענין בפני עצמו, וואָס איז ניט געווען מחובר מיטן ארון.

איז די שאלה — וואָס איז רש"י'ן מכריח צו מחדש זיין אַז (אויך) בפּשוטו של מקרא „דף הי' בולט מן הארון"?

ד. נוסף לכל הנ"ל, זיינען אויך ניט פאַרשטאַנדיק כמה פּרטים (דיוקים) אין דעם פּירוש רש"י;

א) פאַרוואָס איז רש"י מעתיק פון פסוק (ניט נאָר די ווערטער „מצד ארון" וועלכע ער טייטשט אָפּ, נאָר) אויך די ווערטער „ברית ה'"י — לכאורה איז דאָך צו זיינע ביידע פּירושים (בנוגע וואָו די ס"ת איז198געלעגן) נוגע בלויז די ווערטער „מצד ארון"?

ב) רש"י בפּירושו על התורה איז ניט מציין די מקורים צו זיינע פּירושיםיא, סיידן וואו דורך דעם קומט צו אַ תוספות ביאור אין דעם פּירוש.

דאַרף מען פאַרשטיין; וואָס פאַר אַ תוספות הבנה קומט צו אין די צוויי פּירושים וואָס רש"י ברענגט, דורך זיין לאָזן וויסן אַז זיי שטייען „בבבא בתרא"?

ה. איז דער ביאור בכל זה;

באַם ציווי „לקוח גו' ושמתם אותו מצד ארון ברית ה' גו'", איז דער פּסוק מדגיש „ויצו משה את הלויים נושאי ארון ברית ה'"יב. איז דערפון פאַרשטאַנדיקיח, אַז אָט דער ציווי אַז די ס"ת זאָל זיך געפינען „מצד ארון ברית ה'* אלקיכם" איז חל ניט בלויז אויף זמן חניית המשכן, נאָר אויך אויף זמן המסעות — ווען די לויים טראָגן דעם ארון.

נוסף לזה: דער סיפור „ויכתוב משה את התורה הזאת גו'"כד און דערנאָך „ויהי ככלות משה לכתוב את דברי התורה הזאת גו' ויצו משה גו' ושמתם אותו מצד ארון ברית ה' אלקיכם גו'"יח — קומט בהמשך צו „ויקרא משה ליהושע גו' כי אתה תבוא את העם הזה אל הארץ גו'"י.

און וויבאַלד אַז גייענדיק קיין ארץישראל האָט מען דעם משכן פאַנאַנדערגענומען און מען האָט אים אויפגעשטעלט מיט אַ צייט שפּעטעריז, האָט דאָך קיין אָרט ניט צו לערנען אַז דער המשך הציווי („ושמתם אותו מצד ארון גו'") ליהושע האָט געמיינט אַז די ס"ת זאָל זיך געפינען „מצד ארון" ערשט לאחרי ווי מען וועט אויפשטעלן דעם משכן, מיט אַ צייט שפּעטער.

פרעגט דעריבער דער „בן חמש (למקרא)"; בשעת המסעות איז דער ארון געווען צוגעדעקט מיט דריי כיסוייםיח. ובמילא, איז אפילו אויב מ'זאָל זאָגן אַז אויך בשעת המסעות האָט מען געטראָגן די ס"ת ביי דער זייט פון ארון, איז עס דאָך ניט געווען „מצד ארון" ממש, וואָרום די כיסויים האָבן מפסיק געווען צווישן דעם ארון מיט דער ספר תורה?

אויף דעם זאָגט רש"י „נחלקו בו חכמי ישראל כו'", אַז אין דעם זיינען פאַראַן צוויי פּירושים;

איין פּירוש איז, „דף הי' בולט מן199הארון מבחוץ ושם הי' מונח". אַז די ס"ת איז געלעגן אויף אַ דף וועלכער האָט בולט געווען פון דעם ארון גופא, און די כיסויים האָבן צוגעדעקט דעם ארון צוזאַמען מיטן דף, ובמילא האָט זיך די ס"ת געפונען „מצד ארון" אויך בעת המסעות.

און כאָטש אַז פון די סדרות תרומה און ויקהל איז משמע, אַז פון דעם ארון האָט קיין דף ניט אַרויסגעשטעקט (כנ"ל סעיף ג') — קען מען זאָגן, אַז בשעת דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה'ן צו אַוועקלייגן די ס"ת מצד ארון ברית ה' (וואָרום געוויס איז משה'ס ציווי „לקח גו' ושמתם גו'" ניט געווען מדעת עצמו ח"ו, נאָר ער האָט עס געהערט פון אויבערשטן), האָט ער פון דעם ציווי גופא פאַרשטאַנען, אַז מען דאַרף מאַכן אַ דף וואָס זאָל בולט זיין פון ארון, בכדי די ס"ת זאָל זיין „מצד ארון" אויך בשעת המסעות.

אָבער היות ווי ס'איז אַ גרויסער דוחק צו זאָגן אַז בשנת הארבעים האָט מען משנה געווען דעם ארון (צוגעמאַכט צום ארון אַ דף) — ברענגט רש"י דעריבער נאָך אַ פּירוש ווי אַזוי די ס"ת איז געלעגן שטענדיק מצד ארון ברית ה' — „מצד הלוחות הי' מונח בתוך הארון".

אָבער אויך דער פּירוש איז שווער, ווייל פּשטות הלשון „מצד ארון" מיינט אין דער זייט פון ארון (ניט בתוך הארון) — דעריבער קערט זיך רש"י אום צום ערשטן פּירוש.

און היות ווי דער פּירוש „דף הי' בולט מן הארון" — אַ זאַך וואָס ווערט אין ערגעץ ניט דערמאָנט — איז ניט ווינציקער שווער ווי דער פּירוש אַז „מצד ארון" מיינט בתוך הארון מצד הלוחות — דעריבער איז רש"י מקדים לפירושו „נחלקו בו חכמי ישראל", צו זאָגן, אַז ביידע פּירושים זיינען שקולים (כנ"ל סעיף ב').

ו. לכאורה קען מען פרעגן;

וואָס איז בכלל דער הכרח, אַז מיט „ושמתם אותו מצד ארון" ווערט געמיינט דער ארון שעשה בצלאל, וואָס דאַן, איז וויבאַלד מ'האָט דעם ארון צוגעדעקט מיט דריי כיסויים בעת המסעות — מוז מען דוחק זיין אַז בשנת הארבעים איז געוואָרן אַ שינוי אַז „דף הי' בולט מן הארון" אָדער אַז „מצד ארון" מיינט „מצד הלוחות כו'

— מען קען דאָך לערנען, אַז דאָ מיינט מען דעם ארון שעשה משהיט — וואָס איז געווען מיט די אידן די גאַנצע צייט און אויך ער הייסט „ארון ברית ה'"כ, און וועגן דעם ארון געפינט מען ניט אַז מ'זאָל אים דאַרפן צודעקן בעת המסעות. און דאַן, וועט דער פּירוש „מצד ארון" זיין מובן בפּשטות — אין דער זייט פון ארון (מבחוץ) ?

אָט די שאלה באַוואָרנט רש"י דורכן מעתיק זיין (פאַר זיין פּירוש) די ווערטער „מצד ארון ברית ה'";

אין פריערדיקן פּסוק שטייט „ויצו משה את הלויים נושאי ארון ברית ה'" — און דאָרט ווערט געוויס געמיינט דער ארון שעשה בצלאל, וואָס דוקא אויף אים שטייט אַז די לויים (בני קהת) האָבן אים געטראָגןכא — איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז דער ציווי „ושמתם אותו מצד ארון ברית200ה'" וואָס קומט בהמשך און מיט דער זעלבער אריכות הלשון ווי אין דעם פריערדיקן פּסוק, מיינט אויך דעם ארון שעשה בצלאל.

ז. לאחרי כל זה, ווערט ביים תלמיד נתעורר אַ שאלה;

ס'איז אַ דבר הפּשוטכב, אַז די מאָס פון דעם ארון — אמתים וחצי ארכו ואמה וחצי רחבוכג — איז געווען פאַרבונדן מיט דער מאָס פון דעם וואָס ס'איז געלעגן אין ארוןכד.

און וויבאַלד אַזוי, קומט דאָך אויס, אַז די פּלוגתא צווישן די חכמי ישראל צי די ס"ת איז געלעגן מבחוץ פון ארון אָדער בתוך הארון, וועט מרבה זיין במחלוקת — זי וועט בריינגען צו נאָך אַ פּלוגתא; לויט דער דיעה אַז די ס"ת איז געווען בתוך הארון, וועט אויסקומען, אַז די לוחות זיינען געווען אַ סך קלענער ווי דער ארון; און לויט דער דיעה אַז די ס"ת איז געווען מחוץ לארון, דאַרף אויסקומען, אַז די לוחות זיינען געווען פיל גרעסער — כמעט אַזוי גרויס ווי דער ארון.

— בכדי אַרויסצונעמען דעם תלמיד פון דעם טעות, צייכנט רש"י אָן אַז די מחלוקת איז אין ב"ב. און בשעת דער תלמיד וועט דאָרטן אַריינקוקן, וועט ער זען, אַז לויט ביידע דיעות זיינען די לוחות געווען די זעלבע גרויס, און פונדעסטוועגן איז אויך לויטן מ"ד אַז די ס"ת איז געווען מחוץ לארון, איז אָבער קיין ליידיקער אָרט אין ארון ניט געווען — ווייל לויט דער דיעה איז דער ארון געווען קלענער. ווי די גמרא זאָגט דאָרט, אַז ר"מ, וואָס האַלט אַז די ס"ת איז געווען בתוך הארון, לערנט „אמתים וחצי גו' ואמה וחצי גו'" — „באמה בת ששה טפחים", און ר"י, וואָס האַלט אַז די ס"ת איז געווען מחוץ לארון, זאָגט „באמה בת חמשה טפחים".

ח. עפ"י הנ"ל וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק, וואָס רש"י איז מציין דוקא צו ב"ב — כאָטש די מחלוקת איז פאַראַן אויך אין ירושלמי (צוויי מאָל — אין מס' שקליםכה און מס' סוטהכו) און אין מדרשכז, און אויך דאָרט שטייט אַז ר"מ און ר"י זיינען מחולק אין דער מאָס פון ארון;

וויילכח לויטן חשבון פון ירושלמי און מדרש איז (לויט ביידע דיעותכט) דער מקום הארון געווען אויסגעפילט201מיט די לוחות און מיט די שברי לוחות הראשונותל (און לויט ר' מאיר'ן אויך מיט דער ס"ת)לא.

און וויבאַלד אַז לדעת רש"י (איז ע"ד הפּשט) זיינען די שברי לוחות געלעגן אין דעם ארון שעשה משהלב (ניט אין דעם ארון וואָס בצלאל האָט געמאַכט) — וועט דאַן אויסקומען, אַז לויטן חשבון פון ירושלמי און מדרש איז (אין דרך הפּשט) געווען אַ ליידיקער אָרט אין ארון לויט ביידע דיעות,

דערפאַר איז רש"י מציין צו ב"ב, ווייל לויטן חשבון אין ב"ב, איז אין (אורך ורוחב ה)ארון ניט געווען קיין אָרט פאַר די שברי לוחות (ווי רש"י זאָגט דאָרטן, אַז די שברי לוחות ראשונות זיינען געווען תחת הלוחות), און דער גאַנצער (אורך ורוחב פון) ארון איז געווען ממולא מיט די לחות שניות, און לדעת ר"מ — אויך מיט דער ס"ת.

ט. לפי הנ"ל (ס"ה), אַז ביידע פּירושים — סיי דער פּירוש „דף הי' בולט כו'" סיי דער פּירוש „מצד הלחות הי' מונח כו'" — זיינען שווער, און די שוועריקייט אין ביידע פּירושים איז בשוה, וואָס דערפאַר דערמאָנט רש"י ביידע פּירושים בבת אחת (כנ"ל שם) — ווערט ביים תלמיד נתעורר נאָך אַ שאלה; פאַרוואָס האַלטן טאַקע אַנדערע אַז „דף הי' מונח כו'" און אַנדערע „מצד הלוחות כו'"?

איז די שאלה באַוואָרנט רש"י מיט זיין לשון „נחלקו בו חכמי ישראל":

מצד דרך הפּשט זיינען טאַקע ביידע פּירושים שקולים, און דאָס וואָס אין גמרא האַלט יעדער תנא ווי זיין שיטה, איז עס פאַרבונדן (ניט מיט פּשטות הכתובים, נאָר) מיט דעם וואָס זיי זיינען „חכמי ישראל", ד. ה. מיט זיי־202ערע שיטות אין דרכי החכמה, כדלקמן.

י. דער ביאור פון „ושמתם אותו מצד ארון ברית ה'" (בפּנימיות הענינים);

אין די לחות זיינען געווען אַלע ענינים פון תורה באופן כללילח, און אין ספר תורה קומען זיי אַרויס בפּרטיות. און היות אַז יעדער ענין, בשעת ער קומט אַרויס אין פּרטים, ווערט זיין אור נתצמצם און פאַנאַנדערגעטיילט אין די פילע פּרטים, דערויף קומט דער ציווי „ושמתם אותו מצד ארון ברית ה'", אַז (די ס"ת) די פּרטים זאָלן זיין פאַרבונדן מיט (די לוחות) זייער כלל.

און אין דעם באַשטייט די פּלוגתא צווישן די „חכמי ישראל" — ר"מ און ר"י — אויף וויפל די פּרטים דאַרפן זיין פאַרבונדן מיטן כלל:

ר"מ האַלט, אַז די פּרטי השכל וועלכע דער רב איז משפּיע צום תלמיד, כאָטש דער רב קען טאַקע ניט משפּיע זיין צום תלמיד די נקודת השכל ווי זי איז ביי אים נאָר ער מוז אים געבן פּרטים84), דאַרפן אָבער די פּרטים זיין אין דעם זעלבן אָרט (מדריגה) פון דער נקודת השכל, וואָרום ווען די פּרטים זאָלן אַרויסגיין פון דער נקודה — וועט זיך דאַן פאַרלירן דער תוקף וריבוי האור,

און דעריבער האַלט ער, אַז די ס"ת (פּרטים) איז געלעגן בתוך הארון — אין דעם זעלבן אָרט וואו עס זיינען געווען די לוחות (כלל) ;

אָבער ר"י האַלט, אַז בכדי דער תלמיד זאָל משיג זיין דעם שכל, דאַרף די השפּעה פון רב אַראָפּקומען באופן אַז די פּרטים זאָלן אַרויסגיין פון מקום ומדריגת הנקודה. נאָר די השפּעה דאַרף זיין אין אַזאַ וועג, אַז אויך לאחרי ווי די פּרטים גייען אַרויס פון דער נקודה, זאָל אין זיי זיין נרגש אַז זיי זיינען (ניט קיין ענין לעצמם, נאָר) נובע פון דער נקודה.

און דעריבער האַלט ר"י, אַז די ס"ת איז געווען מחוץ לארון, אָבער פונדעסטוועגן, איז די ס"ת געלעגן אויף אַ דף וואָס האָט בולט געווען פון דעם ארון.

[און דאָס איז אויך דער טעם בפּנימיות הענינים וואָס רש"י איז מקדים דעם פּירוש „דף הי' בולט כו'"לו203— ווייל דער דרך פון שיטת ר"מ, אַז די פּרטים זאָלן שטיין אין דער זעלבער דרגא פון כלל, איז שייך בלויז פאַר יחידי סגולה — ווי די גמרא זאָגט אויף ר' מאיר'ן „לא יכלו חביריו לעמוד על סוף דעתו"ל; און דער דרך פאַר רוב בני אדם איז (ווי שיטת רבי יהודה), אַז עס דאַרפן טאַקע זיין פּרטים בבחי' מציאות, אָבער אין די פּרטים זאָל זיך הערן די נקודה].

יא. און דאָס איז אויך די שייכות פון דעם ציווי „לקחלז את ספר התורה הזה ושמתם אותו מצד ארון ברית ה'" [וואָס שטייט אין היינטיקער סדרה, וועלכע מען לייענט שבת תשובה (כבשנה זו), אָדער (בכמה שנים) אין דעם שבת וואָס פאַר (און בסמיכות צו) עשרת ימי תשובה] — צו עשי"ת;

מצד דעם וואָס בעשי"ת איז מאיר בחי' יחידה שבנפשלח, זיינען זיי אַנדערש און אויסגעטלייט פון כל ימי השנה

— ניט בלויז אין ענינים וואָס קומען מצד בחי' יחידה — די עבודה וואָס איז דאָ נאָר בעשי"ת, נאָר —

אויך אין די ענינים וועלכע זיינען שייך צו כחות הגלויים — דער קיום התומ"צ וואָס איז דאָ אויך בכל ימי השנה, ווייל אויך אין די כחות הגלויים איז מאיר בחי' יחידה,

בדוגמת דעם „ספר התורה הזה" וואָס איז געלעגן „מצד ארון ברית ה'

ה'

(משיחת ש"פ וילך, שבת תשובה, תשכ"ט)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-b9hg9ww9

עותקים

פעילות אחרונה

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · אושרה
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · נסגרה

מקורות