English
ספרייה

לקוטי שיחות

דברים ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

14דברים 2

א. צווישן די ענינים מיט וועלכע די הפטרה „חזון ישעי'" איז ענלעך צו דער סדרה דברים — איז;

די נבואה פון חזון ישעי' באַשטייט פון שטראָף־רייד צו די אידן — אָבער פונדעסטוועגן (ווייל די כוונה דערפון איז ניט די תוכחה פאַר זיך, נאָר ווי ער זאָגט אין דער הפטרה גופא, אַז דער „לכו נא ונוכחה" איז צוליב דעם וואָס „אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו וגו'", דערפאַר) איז דער סיום וחותם ההפטרה מיטן ענין הגאולה — „ציון במשפט תפּדה ושבי' בצדקה"א;

אַזוי געפינט מען דאָס אויך אין פּ' דברים, אַז הגם די פּרשה באַשטייט פון „דברי תוכחות"ב, רעדט זיך אָבער אין איר סיום וחותם וועגן דער כניסה לארץ ישראל — „לא תיראום כי ה' אלקיכם הוא הנלחם לכם".

ב. די דברי תוכחות וואָס משה רבינו האָט געזאָגט די אידן אין היינטיקער סדרה טיילן זיך איין אין צוויי סוגים; תוכחות וואָס משה האָט זיי ניט מפרש געווען נאָר בלויז אָנגעמערקט ברמז, און תוכחות וואָס ער האָט אַרויסגעזאָגט בגילוי ובפירושג.

אויך אין דער כניסה לא"י וועגן וואָס עס רעדט זיך אין סיום הסדרה, זיינען דאָ צוויי ענינים; די כניסה לא"י גופא (מעבר הירדן מערבה), און „ושבתם איש לירושתו אשר נתתי לכם" אין עבר הירדן (מזרחה), וואָס איז תלוי אין דעם קיום התנאי פון „חלוצים תעברו . . יניח ה' לאחיכם ככם וירשו גם הם את הארץ אשר ה' אלקיכם נותן להם בעבר הירדן"ד.

און אויך אין דעם זעט מען אַ דמיון פון דער הפטרה מיט דער סדרה; אויך אין דעם „לכו נא ונוכחה", אין די תוכחות פון דער הפטרה, זיינען דאָ צוויי סוגים; תוכחות אויף איין סוג עבירות — „אם יהיו חטאיכם כשנים" (וואָס דורך דער תוכחה — „כשלג ילבינו"), און תוכחות אויף נאָך אַ סוג עבירות — „אם יאדימו15כתולע" (וואָס דורך דער תוכחה — „כצמר יהיוא).

און אויך אין דעם ענין הגאולה שבסיום ההפטרה (וואָס איז בדוגמת הכניסה לא"י שבסיום הסדרה, כנ"ל סעיף א') זיינען דאָ צוויי ענינים; „ציון במשפּט תפּדה" און „ושבי' בצדקה".

ג. „שלג" און „צמר" זיינען ביידע ווייס. אָבער די ווייסקייט פון שלג איז שטאַרקער ווי די לבנונית פון צמרח, וואָס דערפאַר שטייט דוקא ביי שלג דער לשון „כשלג ילבינו".

און אויך אין דעם זעט מען די שייכות צווישן די צוויי סוגים תוכחות פון דער סדרה און די סוגי תוכחות פון דער הפטרה — אויך אין דער סדרה ווערט דערמאָנט דער ענין פון „לבן" אין פּסוק, און דאָס — אויך בלויז ביי איין סוג תוכחות:

צווישן די שטראָרייד וואָס משה האָט מוכיח געווען די אידן ברמז, שטייט „בין תפל ולבן", וואָס דער פּירוש פון „ולבן" דאָ איז (ניט שם מקום, נאָר) מראה לבן. און ווי רש"י זאָגט „הוכיחן על הדברים שתפלו על המן שהוא לבן"0).

משא"כ אין די דברי תוכחה שבגלוי, כאָטש אויך זיי האָבן געהאַט צו טאָן מיט מן; משה האָט (בגלוי) מוכיח געווען860) די בני גד (ובני ראובן) פאַר זייער בלייבן אין עבר הירדן און ניט גיין קיין ארץ ישראל, און דאָס איז דאָך געווען פאַרבונדן מיטן ענין המןז,

[ווי עס שטייט אין ספריםח, אַז דער טעם וואָס די בני גדט האָבן פאַרמאָגט „מקנה רב . . עצום מאד"י — וואָס איבער דעם האָבן זיי געזאָגט „אל תעבירנו את הירדן"יא — איז ווייל זיי האָבן מחבב געווען דעם מןיב און ניט געגעסן קיין אַנדערע מאכלים, האָבן זיי דעריבער ניט געשאָכטן זייער צאן ובקר (ווי עס האָבן געטאָן די אַנדערע שבטים), און זייער מקנה איז דערפאַר געבליבן גאַנץיג],

פונדעסטוועגן ווערט דאָרט ניט דערמאָנט דאָס וואָרט „לבן", און נאָך

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-7p5jvr4r

עותקים

פעילות אחרונה

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · אושרה
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · נסגרה

מקורות