English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה יט

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

438צום גוטן אין גייסטיקן לעבן וועט זיכער ברענגן אַן ענדערונג צום גוטן אין מאַטעריעלן לעבן, אַז עס זאָל זיין אַ געבענטשט יאָר אין אַלע הינזיכטן.

בברכת כתיבה וחתימה טובה

לשנה טובה ומתוקה בטוב

הנראה והנגלה

439וואָס דאָס ווערט דערגרייכט ווען דער מענטש ניצט אויס און אין דער פולער מאָס אַלע זיינע אייגענע כוחות און אַלע כוחות פון דער נאַטור — סיי אין דער וועלט פון דומם (אומבאַוועגלעכע זאַכן; ערד, מינעראַלן, אד"ג), סיי אין דער וועלט פון צומח (פלאַנצן), סיי אין דער וועלט פון חי (לעבעדיגע באַשעפענישן) — פאַר טוב און קדושה,

ווייל דורכדעם ווערט יעדער נברא און די גאַנצע בריאה אין אַלגעמיין — געבראַכט אין איינקלאַנג מיט דעם רצון פון בורא.

די באַשאַפונג פונם מענטשן טיילט זיך אויס, צווישן אַנדערע זאַכן, ספּעציעל אין דעם וואָס נברא יחידי (ער איז באַשאַפן געוואָרן אַן איינצעלנער), ניט ווי אַנדערע באַשעפענישן וועלכע זיינען באַשאַפן געוואָרן אין אַ גרויסער צאָל.

דאָס ווייזט אונז און אונטערשטרייכט, אַז איין איינצעלנער מענטש האָט די מעגלעכקייט צו ברענגען די גאַנצע בריאה צו איר תכלית און שלימות, ווי דער ערשטער מענטש — אדם הראשון — האָט עס געטאָן. אדם הראשון האָט באַלד נאָך זיין באַשאַפונג, דעם ערשטן ראש השנה — אויפגעפאָדערט און אויסגעפירט אַז אַלע באַשעפענישן פון דער וועלט זאָלן אַנערקענען די הערשאַפט פון דעם באַשעפער, אויסרופנדיג;

בואו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ה' עושנו —

(קומט, לאָמיר זיך בוקן און בויגען, לאָמיר קניען פאַר ־ט אונזער באַשעפער), וואָס דורך נשתהווה, דורך זעלבסט־ביטול און נאָר דורך דעם קען אַ נברא זיך פאַראייניגען און פאַראיינציגן מיט דעם בורא, און אַזוי אַרום דערגרייכן די העכסטע שלימות.

און אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, לערנען אונז, אַז פון אדם הראשון לערנט מען אָפּ און מען ווייס בנוגע יעדער מענטשן; לפיכך נברא האדם יחידי ללמדך — נפש אחת כאילו עולם מלא.

דאָס מיינט; יעדער איד, אויך אין אונזער צייט — אין וואָס פאַר אַן אָרט און צושטאַנד ער זאָל זיך ניט געפינען, האָט ער די פולסטע מעגלעכקייט (ובמילא אויך די פליכט) שטייגן און דערגרייכן די העכסטע מדרגה פון שלימות און אויפטאָן דאָס זעלבע אין דעם עולם מלא — אין דעם גאַנצן באַשאַף.

ראש השנה — דער טאָג פון דער באַשאַפונג פון דעם ערשטן און440איינצלנעם מענטשן — דערמאָנט יעדן אידן וועגן דער דאָזיגער פליכט,

ראש השנה — באַווייזט די ניט ריכטיקייט פון די תירוצים פון די וועלכע ערפילן ניט זייער פליכט, אַז ס'איז אוממעגלעך איבערצומאַכן די וועלט, אָדער אַז זייערע עלטערן האָבן זיי ניט געגעבן דעם נויטיגען חינוך און צוגרייטונג, אָדער אַז די וועלט איז אַ גרויסע און ער איז אַליין איז ווי קען ער עפּעס אויפטאָן?

ראש השנה — גיט די כוחות אויף צו דערפילן די פליכט, וואָרום אין דעם טאָג ווערט די גאַנצע בריאה באַנייט. עס הויבט זיך אָן אַ ניי יאָהר, מיט פרישע כוחות, ווי אין דעם טאָג פון ערשטן ראש השנה,

און ווי דער אינהאַלט און סדר פון דער תפלה פון ראש השנה — וואָס דער עצם בעטן באַווייזט דאָך, אַז עס קען ערפילט ווערן די בקשה, און אַז די תפלה קען דאָס אויפטאָן — אַז יעדער יחיד בעט אין יעדער תפלה פון ראש השנה;

מלוך על העולם כולו . . וידע כל פעול כי אתה פעלתו — אַז דעם אויבערשטענס הערשאַפט זאָל אנערקענט ווערן איבער דער גאַנצער וועלט, ביז אַז יעדער זאַך וועט וויסן אַז ג־ט איז זיין באַשעפער.

געווען צייטן ווען דער אויבנדערמאנטער געדאַנק אַז איין מענטש קען „איבערמאַכן" די וועלט — האָט אַרויסגערופן ספיקות און עס האָט זיך געפאָדערט ברענגן אויף דעם ראיות און באַווייזן א.ז.וו.

גראַדע אין אונזער תקופה, דאַרף מען ליידער ניט זוכן אַ סאַך ראיות צו איבערצייגען, אַז ווען ניט דער אויבערשטער וואָס ער איז דער מלך העולם און ה' מלך — תכון תבל בל תמוט (ער קיניגט אין אַ וועג, אַז די וועלט איז באַפעסטיגט און וועט ניט פאַלן) — קען איין מענטש צעשטערן ר"ל די גאַנצע וועלט.

אויב דאָס איז אַזוי אין דעם צד פון פאַרקערט פון גוט — איז דאָך זיכער, אַז אין צד הטוב קען איין מענטש אויפטאָן פיל, פיל מער. וואָרום

ניט ריכטיגקייט: להעיר ג"כ מרמב"ם הל' תשובה פ"ה, וא"ו. קונטרס ומעין מי"ג ואילך.

וידע: ראה תניא ספ"ג.

כל פעול: עולם העשי' (סי' האריז"ל).

ה' מלך: אמרו אדם ביום שנברא כשהמליך אותו וכל הבריות אחריו (פדר"א פי"א).

קען איין מענטש: להעיר מקידושין מ, ב.

פיל מער: ראה יומא לח, ב.441באמת — איז דאָך די בריאה גוט בפנימיות, און דערפאַר מער גענויגט צו גוט ווי צום היפך.

א

זאָל דער אויבערשטער העלפן יעדער איינער און איינע אָנצונעמען אין דעם טאָג פון ראש השנה פעסטע החלטות (באַשלוסן) אין דעם גייסט פון ראש השנה, ווי אויבנדערמאנט; און די דאָזיגע החלטות זאָלן זיי מקיים זיין בפועל אַלע טאָג און יעדן טאָג פון דעם קומענדן יאָהר,

דעם נשתחווה פאַרן אויבערשטן, וואָס דריקט זיך אויס אין אַלע ענינים פון דעם טאָג טעגלעכן לעבן, דורך מקיים זיין די מצות פון דעם אויבערשטן, ביז אַז — בכל דרכיך דעהו (אין אַלע דיינע וועגען זאָלסטו אים דערקענען).

און אויפטאָן דאָס זעלבע אין דער וועלט אַרום זיך,

לויט דעם אינהאַלט פון ראש השנה, וואָס ער איז ניט נאָר דער אָנהייבס פון יאָהר, נאָר בעיקר — דער „ראש" (קאָפּ) פונ'ם יאָהר,

וואָס אַזוי ווי די קאָפּ פירט אָן מיט יעדער אבר פון דעם גאַנצן גוף, אַזוי דאַרף דער חיות און די החלטות פון ראש השנה אָנפילן און אָנפירן מיט די טעג פון יאָהר,

און דאַמאָלס איז דער גאַנצער גוף — (יאָהר) — אַ געזונטער אין אַלע הינזיכטן.

בברכה לכתיבה וחתימה טובה

לשנה טובה ומתוקה

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-668mxycg

עותקים

פעילות אחרונה

#185 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · אושרה
#125 Likkutei Sichos vol 9: machine reading · נסגרה

מקורות