253ויה"ר שההתבוננות בכהנ"ל — נוסף על ההתבוננות במש"כ האריז"ל
בהקדמת שער המצות אשר האדם מחוייב לקיים כל המצות וכל זמן שלא *) השלימם — נשמתו חסרה ועליו נאמר כל אשר בו מום לא יגש, וכן בעסק
התורה — לטרוח בפשט רמז דרוש סוד — בכל בחי' מהם אשר יוכל
להשיג, לטרוח ולעשות לו רב שילמדנו,
תביא ההתבוננות למעשה, קיום כהנ"ל בפועל ומתוך שמחה אמתית,
— ובודאי יצליח וכמש"נ בך הוי' חסיתי אל אבושה לעולם —
וזה גם ימהר קיום היעוד אשר יהפכו ימים אלו לששון ולשמחה, בביאת
משיח צדקנו במהרה בימינו ממש.
בברכה
254יעדער איד, ווער ער זאָל ניט זיין און אין וואָס פאַר אַ מצב אין תורה און מצות ער זאָל זיך ניט געפינען — איז ער דעם אויבערשטענ'ס בית המקדש,
און דער אַריינבריינגען גויים (איינעם אָדער צוויי, אָדער מערערע) אין כלל ישראל, אָדער דער צוהעלפן אין דעם, אויך אַפילו דער שטייען פון דער זייט און „באַרוהיעגן" זיך אַז עס איז ניט זיין זאַך,
פאַרטיפט נאָך מער דעם צער פון דער העכער 1900 יאָריגער אבלות פון תשעה באב,
ובלשון פון ירמי' הנביא; כסתה כלימה פנינו כי באו זרים על מקדשי בית ה',
און עס דאַרף בריינגען — יעדען איינעם אָדער איינע און ספּעציעל די וואָס האָבן וועלכע עס איז השפּעה — צו אופהערען „באַרוהיגען" (פאַר טומלען) זיך (און במילא — אויך אַנדערע), בריינגען צו חרטה און מעשים טובים בפועל אין דעם ענין פון גיור כהלכה בפרט,
און אין דעם ענין פון „חטאינו" בכלל,
און דורך מבטל זיין די סיבה — דעם מפני חטאינו — וועט בטל ווערן דער מסובב (רעזולטאַט) — דער גלינו מארצנו —
גלייך אויסגעלייזט ווערן פון דעם אינווייניגסטן גלות און פון גלות אין פּשוט'ן זין — דורך דער גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.