לקוטי שיחות
הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה לב
ברוקלין, נ. י.
אל בני ובנות ישראל
אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו
איינער פון די הויפּט ענינים פון ראש־השנה, איז — וואָס דאָס איז דער טאָג ווען דער מענטש איז באַשאַפן געוואָרן. דערפאַר איז ראש השנה אויך דער טאָג פון משפט פון דעם מענטשן, ווי אויך דער משפט איבער דער גאַנצער וועלט, וועלכע איז באַשאַפן געוואָרן צוליב דעם מענטשן, און אין אַן אופן אַז דער מענטש זאָל איר איינעמען און אָנפירן מיט איר.
דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס ראש־השנה איז די הכתרה („קאראנאַציע"), וואָס אידן קרוינען דעם אויבערשטן — אַלס מלך ישראל און אַלס מלך העולם, און בעטן עם — אין אַלע תפלות פון ראש השנה: מלוך על העולם כולו (קיניג אויף דער גאַנצער וועלט) — מיט דער פולסטער זיכערקייט אַז ער וועט ערפילען די בקשה און וועט אָננעמען די הכתרה.
490עס איז זעלבסטפאַרשטאַנדיק אַז די הכתרה דאַרף זיין מיט דעם גאַנצן האַרצן און אַ פולשטענדיקע — ד. ה. ; צוזאַמען מיט דעם געפיל פון יראת הרוממות (עהרפורכט פאַר דער ערהויבנקייט) פון מלך העולם און מיט טיפער פרייד וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגענומען די הכתרה,
צוזאַמען מיט אַ פעסטער החלטה (באַשלוס) פון טריישאַפט און געהאָרכזאַמקייט צו זיינע געבאָטן, מקיים זיין (ערפילען) זיי יעדן טאָג, אַלע טעג פונם יאָר אין וועלכע מ'גייט איצט אַריין און אויך נאָכדעם.
די כללות'דיקע (אַלגעמיינע) און עיקר'דיגע החלטה איז — אופפירן זיך — בכלל און אין יעדן פרט פון זיין טאָג טעגלעכן לעבן — אין איינקלאַנג מיט'ן תכלית (צוועק) פון זיין באַשאַפונג, וואָס דאָס איז, ווי חכמינו ז"ל האָבן אויסגעדריקט אין אַ קורצן זאַץ; אני נבראתי לשמש את קוני (איך בין באַשאַפן געוואָרן צו דינען מיין האַר (באַשעפער)), דינען בשמחה — ווי אָנגעזאָגט עבדו את ה' בשמחה (דינט דעם אויבערשטן מיט פרייד),
און דער אינהאַלט, עיקר און ענדציל פון דער דאָזיגער דינסט איז; לעשות לו יתברך דירה בתחתונים (צו מאַכן פאַר ג־ט ברוך הוא אַ דירה אין דער נידעריגער וועלט). דאָס מיינט, צו פירן זיך אַזוי — אַז יעדער פרט אין דער אַרומיגער וועלט, ועל אחת כמה וכמה יעדער פרט אין דעם מענטש'נס לעבן, ווערט אַ „דירה" פאַר ג־טלעכקייט,
וואָס דאָס ווערט — דורך תורה־ומצות־טג־טעגלעכן־לע
דאָס אַלעס ווערט פאַרלאַנגט פון יעדן אידן, מאַן אָדער פרוי, יונג אָדער אַלט, ניט קוקנדיג אין וואָס פאַר אַ מצב און מעמד (צושטאַנד) מען געפינט זיך, ווי דאָס ווערט אויך אָנגעדייטעט אין דעם פסוק, וואָס איז פאַרבונדן מיט ראש־השנה: אתם נצבים היום כולכם לפני הוי' אלקיכם, ראשיכם . . עד שואב מימיך (איר שטייט פעסט אַלע צוזאַמען היינט, פאַר ג־ט אייער ט אייערע גרעסטע . . ביז דיין וואַסער שעפּער). פון יעדן אידן אַן אויסנאַָם ווערט פערלאַנגט און ערוואַרטעט, אַז ער זאָל צוקומען צו דער491מדריגה (צושטאַנד) פון „אתם נצבים לפני הוי' אלקיכם", — ניט קוקנדיג ווי דער פאַרגאַנגענער יאָר איז געווען.
דאָ שטעלט זיך די פראַגע; ווי קען מען פאַרלאַנגען פון יעדן אידן צו דערגרייכן צו אַזאַ מדריגה, און נאָך מיט אַן אמת און שמחה דערצו, בפרט ווען מ'נעמט אין אַכט, פון איין זייט אַז דאָס רעדט זיך וועגן אַ דירה בתחתונים, אין אַ וועלט וועלכע איז נידעריג אין רוחניות, זי איז מאַטעריאַליסטיש און גשמיות'דיק, אַ וועלט אין וועלכע אידן זיינען — בגשמיות — המעט מכל העמים (די ווייניגסטע — בגשמיות — פון אַלע פעלקער) — און פון דער אַנדער זייט — דאָס ווערט פערלאַנגט פון דעם אידן ווי ער געפינט זיך אין אַ מצב וואָס די מאַטעריעלע באַדערפענישן אָן וועלכע ער קען ניט אויסקומען ווי עסן, טרינקען, שלאָפען, עסק פרנסה וכו', פאַרנעמען אַ גאָר גרויסע טייל פון זיין צייט און מי, איבערלאָזנדיג ווייניג צייט פאַר ענינים פון רוחניות און קדושה?
איז די ערקלערונג דערפון — אַן ערקלערונג וועלכע איז פאַרשטענדליך פאַר יעדן איינעם און איינע, ווי אויבן געזאָגט — אין דעם ענין פון בטחון אין דעם אויבערשטן,
וואָס דאָס איז אַ יסוד אין דער תורה, תורת חיים, הוראה בחיים (אָנווייזונג אין טאָג טעגלעכן לעבן).
ווי דאָס ווערט אויך אונטערשטראָכן אין דעם מזמור וואָס ווערט געזאָגט צוויי מאָל טעגליך דעם גאַנצן חודש אלול — דער חודש פון צוגרייטונג צום נייעם יאָר — און אויך אין אָנהייבס פון דעם יאָר, אין דעם גרעסטן טייל פון חודש תשרי: לדוד ה' אורי וישעי ממי אירא גו' (דוד זאָגט; ג־ט איז מיין ליכט און מיין הילף, פאַר וועמען זאָל איך מורא האָבן ?),
דער בטחון אין גט, וואָס דוד המלך דריקט אויס אין נאָמען פון יעדן אידן, דאָס פולשטענדיגע פאַרלאָזן זיך אויף דעם אויבערשטנ'ס הילף, נעמט אַרום סיי די מאַטעריעלע ענינים פון לעבן און סיי די גייסטיגע, ביז צו דער דערגרייכונג פון דער העכסטער מדריגה אין עבודת ה', ווי דאָס איז אויך צו זען פון די ווייטערדיגע פסוקים אין דעם דערמאנטען מזמור, ביז צום לעצטן פסוק: קוה אל הוי' חזק ויאמץ לבך וקוה אל הוי' (האָף צו ג־ט זיי שטאַרק און זאָל פעסט זיין דיין האַרץ, און האָף צו ג־
א
בתחתונים, אין אַ וועלט: שאין תחתון למטה ממנו (תניא פל"ו. וראה שם ספ"ו מע"ח שמ"ב פ"ד. לקו"ת פקודי שם).
המעס מכל העמים: דברים ז, ז.
בטחון . . יסוד אין דער תורה: ראה חובת הלבבות שער הבטחון.
לדוד . . אירא: תהלים כז, א.
קוח . . הוי': תהלים שם, יד. וראה ברכות לב, ב.
492דער ענין פון בטחון איז — צו פילן באַ זיך געזיכערט און איבערצייגט, אַז דער אויבערשטער וועט העלפן איבערקומען אַלע שוועריקייטן אין לעבן, סיי מאַטעריעלע סיי גייסטיגע, וויבאַלד אַז דער אויבערשטער איז „מיין ליכט און מיין הילף", און געוויס איז זיכער אַז יעדער איינער און איינע וועלן קענען דורכפירן זייער שליחות אין דער וועלט, און מיט שמחה, גאָר אַ גרויסע שמחה — אַריינטראַכטענדיג זיך אין דעם וואָס דער אויבערשטער אַליין האָט עם אויסגעקליבן צו זיין זיין שליח אין דער וועלט לעשות לו דירה בתחתונים מיט דער פאַרזיכערונג אַז ער האָט ג־ט'ס „ליכט, הילף און שטאַרקייט" דורכצופירן די דאָזיגע שליחות.
די שמחה אין דעם ווערט נאָך גרעסער, ווען ער באַטראַכט זיך, אַז די הילף וואָס גט גיט אים — איז אין אַן אופן פון אני לדודי ודודי לי (איך קער זיך צו דעם (אויבערשטן) וואָס האָט מיר ליב און ער וואָס האָט מיר ליב קערט זיך צו מיר) — מיט אַן אויסערגעוויינלעכער, ג־טלעכער ליבשאַפט,
וואָס בעיקר הייבט זיך דאָס אָן אין דער צייט פון ראש חודש אלול ביז נאָך יום כפור, ווי ערקלערט דורך חכמינו ז"ל,
און דערפאַר איז — אין דער צייט און אויך אַ גאַנץ יאָר — דאַרף דאָס אַרויסרופן באַ עם אַן אומבאַגרענעצטע אהבה (ליבשאַפט) צום אויבערשטן, ווי דאָס ווערט אויסגעדריקט אין פסוק; מי לי בשמים ועמך לא חפצתי בארץ, כלה שארי ולבבי גו' (וועמען האָב איך אין הימל? און צו דיר באַגער איך אָבער ניט צו קיין זאַך אויף דער ערדן מיין לייב און מיין האַרץ גייט אויס (צו דיר ג־ט,
אויך דאָ ווערט אונטערשטראָכן די אהבה און דער בטחון אין ג־ט אין אַלע ענינים, סיי „אין הימל" — וואָס האָט דאָ אויך די בעדייטונג — רוחניות'דיקע ענינים, און סיי „אויף דער ערד" — גשמיות'דיקע ענינים.
בטחון אין ג־ט איז באַ יעדן אידן אַ ירושה פון אונזערע אבות, ווי עס שטייט בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו (אין דיר האָבן זיך פאַרזיכערט אונזערע עלטערן; זיך פאַרזיכערט און דו האָסט זיי געראַטעוועט). עס פאָדערט493זיך נאָר אַרויסצוברענגען דעם דאָזיגען בטחון בפּועל, אַזוי אַז דאָס זאָל דורכנעמען דעם טאָ־טעגלעכן לעבן אין אַלע זיינע פּרטים.
און לויט דעם כלל פון די חכמים זכרונם לברכה, אַז במידה שאדם מודד מודדין לו (מיט דער מאָס וואָס אַ מענטש מעסט, באַקומט ער זיין מאָס), איז פאַרשטאַנדיק, אַז וואָס שטאַרקער און מער אומפאַסנד זיין בטחון איז, אַלץ מער בגילוי און מער אומפאַסנד ווערט מקויים (ערפילט) זיין בטחון, דורך דעם אויבערשטנס ברכות בגשמיות וברוחניות.
דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז דאָס אַלעס אויבנדערמאנטע — דער ערפילן די ג־טלעכע שליחות פון לעשות לו דירה בתחתונים, דער בטחון אין דעם אויבערשטן, דעם אויבערשטענס ברכות בגשמיות וברוחניות — זאָל באַ יעדן אידן זיין אין דער פולסטער מאָס,
און דאָס וועט אויך פאַרשנעלערן די דערפילונג פון דער כללות'דיקער ברכה צו כלל ישראל — די גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.