נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.
204האז ינו
א.עס שטייט אין ספרי, אַז משה רבינו איז געווען „קרוב לשמים"א און „רחוק מן הארץ". און דערפאַר האָט ער געזאָגטב „האזינו השמים . . ותשמע הארץ"; ביי שמים האָט ער געזאָגט דעם לשון „האזנה" וואָס ווייזט אויף קירוב, און ביי ארץ — דעם לשון „שמיעה" וואָס ווייזט אויף ריחוק.
און לויטן זעלבן טעם איז דער ספרי מסביר וואָס ישעי' האָט עס געזאָגט אין אַ פאַרקערטן סדר; „שמעו שמים והאזיני ארץ"ג — ביי שמים שמיעה און ביי ארץ האזנה — ווייל ישעי' איז געווען „רחוק מן השמים" און „קרוב לארץ"ד.
דאַרף מען פאַרשטיין; „האזינו השמים גו' ותשמע הארץ" איז אַ פּסוק אין תורה (ל' הוראהח), וואָס יעדער ענין אין איר איז תורה, דאָס מיינט, אַז האזינו השמים גו' — איז אַ הוראה פאַר יעדן מקבל התורה, פאַר יעדן אידן0) אַז ער דאַרף זיין „קרוב לשמים" און „רחוק מן הארץ" — איז דאָס אַ דבר תמוה; אויב ישעי', דער „גדול שבנביאים"ז איז געווען רחוק205מן השמים און קרוב לארץ, היינט ווי איז גאָר שייך, אַז די מדריגה פון קרוב לשמיםח ורחוק מן הארץ (ווי משהט) זאָל געמאָנט ווערן פון יעדן אידןכ?
ולאידך גיסא; אויב יעדער איד קען יע דערגרייכן צו דער מדריגה פון קרוב לשמים כו' (און דאָס איז מצד בחי' משה וואָס געפינט זיך אין איםיא) — פאַרוואָס איז ישעי' צו דעם ניט צוגעקומעןיב?
נאָך שטאַרקער איז די קשיא; אָט די נבואה־ווערטער גופא, „שמעו שמים והאזיני ארץ", האָט ישעי' געזאָגט ווי אַ המשך און מיט אַ סמיכות צו „האזינו השמים גו'" וואָס משה האָט געזאָגט — ווי דער ספרי איז מדגיש „בא ישעי' וסמך לדבר"יג — האָט ער דאָך בכן אַ סך לייכטער געקענט צוקומען בענין זה צו מדריגת משה?
מוז מען דעריבער זאָגן, אַז דאָס וואָס ישעי' האָט געזאָגט שמעו שמים גו' — וכנ"ל נאָך „האזינו השמים גו'" ובהמשך צו דעם — אַנטהאַלט אין זיך אַ העכערע מעלה ווי דאָס וואָס משה האָט געזאָגט האזינו השמים גו'יד. און דערפאַר איז דער ספרי מדגיש „בא ישעי' וסמך לדבר", ווייל דוקא נאָכדעם ווי ישעי' האָט בכחו של משה זיך דערנעענטערט און דערגרייכט צו דער דרגא פון קרוב לשמים ורחוק מן הארץ, האָט ער דאַן געקענט צוקומען צו נאָך אַ העכערן עילוי — רחוק מן השמים וקרוב לארץ.
ובמילא, וויבאַלד אַז אויך „שמעו שמים והאזיני ארץ" איז אַ חלק, אַ פּסוק אין תורה — הוראה, איז מובן אַז אויך דער ענין איז אַ הוראה פאַר יעדער אידן; אַז נאָכן דערגרייכן צו דער מדריגה פון קרוב לשמים כו'206זאָל ער זיך ניט אָפּשטעלן דערביי, נאָר ער זאָל מיט דעם כח זיך דערהויבן נאָך העכער — צו ווערן קרוב לארץ כו'.
און ס'איז דאָך ידוע, אַז יעדער ענין פון תורה האָט אַ שייכות מיוחדת צו דעם זמן אין וועלכן ער ווערט געלייענט בתורהיח; איז דעריבער פאַרשטאַנדיק, אַז דער קיום פון די ביידע הוראות שבפ' האזינו (וואָס אויך די הוראה פון „קרוב לארץ כו'" שטייט אין ספרי פ'האזינו) איז באַזונדערס צוגעפּאַסט צו די עשרת ימי תשובה (אָדער צו די ד' ימים שבין יוהכ"פ לסוכותי) ווען מען לייענט אָט די סדרה.
ב. וועט מען עס פאַרשטיין דורך מקדים זיין וואָס עס שטייט אין כתבי האריז"ליז, אַז „כליח מי שאינו בוכה בעשי"תיט אין נשמתו שלימה". דער ביאור דערפון אין פּשטות; אין די עשי"ת, זאָגן חז"לכ, איז דער אויבערשטער „בהמצאו" און „(בהיותו) קרוב"כא צו יעדער אידן, ובלשון החסידותכב — „קירוב המאור אל הניצוץ". און אויב אויך דעמאָלט, אין אַזאַ זמן נעלה ומסוגל, ווערט אַ איד ניט נתעורר בתשובה (ביז אין אַן אופן פון בכי') — איז דאָס אַ באַווייז אַז „אין נשמתו שלימה"; זיין נשמה איז „נתרחקה לגמרי כו'", און דערפאַר איז „אין לה התעוררות לשוב אל בית אבי'"93).
ס'פאָדערט זיך אָבער הסבר אין דעם; פונעם לשון „כל מי שאינו בוכה כו' אין נשמתו שלימה" איז משמע, אַז דערמיט ווערט געמיינט יעדער איד ממש, אפילו אַ צדיק גמור [וואָס דערפאַרכד שטייטכג אויך אויפן אריז"ל: „הרב זלה"ה הי' נוהג לבכות213נבראים התחתונים ווערן אַ דירה לעצמותו.
יא. ע"פּ הנ"ל וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון עשי"ת52) מיט פּרשת האזינו;
בכל ימי השנה איז די עבודה (בעיקר) אין ענינים פון „ארץ"; לימוד התורה וקיום המצות ווי זיי זיינען דאָ למטה. ביז אַז אפילו די מצות פון חובות הלבבות (אַזוי ווי ידיעת אלקות, אהבת ה', יראת ה' וכו') זיינען אויך פאַרבונדן מיטן מוח ולב הגשמי53);
בעת עס קומט אָבער דער זמן פון עשי"ת, ווען עס דאַרף זיין כשמם „תשובה", דער „והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה", דאַן מאָנט מען פון יעדער אידן, עס זאָל ביי אים זיין „מן המיצר קראתי" — ער זאָל זיין פאַרביטערט אויף דעם וואָס ער געפינט זיך אין מיצר פון וועלט און ער זאָל „רופן" צום אויבערשטן, ד. ה. שטיין מיט אַ תשוקה וצמאון צו נכלל ווערן אין אים.
און וויבאַלד אַז „במקום שרצונו של אדם שם הוא נמצא כולו"יד, איז דורך דעם „מן המיצר קראתי" גופא (נאָך איידער ס'איז דאָ דער „ענני במרחב"), ווערט ער „קרוב לשמים" און „רחוק מן הארץ"; מצד זיין מרירות אויף דעם וואָס ער געפינט זיך אין מיצר פון עולמות, ווערט ער „רחוק מן הארץ" (וואָס „ארץ" (דאָ) ווערן געמיינט אַלע עולמות בי"ע אויך עולם הבריאה), און מצד זיין תשוקה צו נכלל ווערן אין אלקות — ווערט ער „קרוב לשמים" (וואָס „שמים" (דאָ) גייט אויף אצילות55) — „אלקות ממש"עו).
אָבער באַלד נאָך דעם (ובלשון הספרי „וסמך לדבר") — קומט דער „ענני במרחב"עז, די המשכת העצמות, וואָס דאַן איז דער עיקר מעלה אין „ארץ" (וכנ"ל אַז די דירת והמשכת העצמות איז דוקא למטה, בתחתונים) — „קרוב לארץ" און „רחוק מן השמים".
יב. די הוראה דערפון בנוגע למעשה ועבודה בתומ"צ — אין פּשוט'ע אותיות;
„שמים" ווייזט אויף תורה, און214„ארץ" אויף מצותעח. און היות אַז אין יעדער איינעם פון זיי איז דאָ אַ מעלה; די דביקות און יחוד פון נפש האלקית מיטן אויבערשטן קומט (בעיקר) דורך לימוד התורהעט, מאַכן די וועלט פאַר אַ דירה לו ית' קומט (בעיקר) דורך קיום המצותפא — דעריבער דאַרפן זיין ביי אידן ביידע ענינים1;
בתחלת העבודה, דאַרף ער זיין „קרוב לשמים ורחוק מן הארץ", אַז ער זאָל זיך ניט יאָגן צו מזכך זיין די וועלט, נאָר זיין עיקר געשמאַק זאָל זיין — אין לימוד התורה (און הגם אַז בוודאי מוז ביי אים זיין אויך קיום המצות — און זיכער אויך מיט חיות און געשמאַק — אָבער אויף אַזויפיל וויפל ער איז מחוייב ע"פּ שו"ע, ער איז רחוק מן הארץ);
אָבער לאחרי זה וואָס ביי אים איז פאַראַן אָט־די תנועה, דאַרף באַ עם ווערן די הכרה אַז „לא המדרש עיקר אלא המעשה"פב, וואָרום „תכלית בריאתו וירידתו לעוה"ז" איז — צו מאַכן די וועלט פאַר אַ דירה לו יתברךפ.
און דאָס איז אויך אַ טעם וואָס די הוראה אַז מען דאַרף זיין „קרוב לארץ" איז אָנגעוויזן געוואָרן דורך ישעי'; פון די עיקרי נבואת ישעי' איז — וועגן גאולה העתידהפג, וואָס דאַן וועט זיין „מעשה גדול"פד; און דערפאַר האָט ער אָנגעוויזן די הוראה אַז מען דאַרף זיין „קרוב לארץ", אַז מען דאַרף טאָן מיט אַ התעסקות אין בירור וזיכוך העולם, וואָס דורך דעם וועט זיין דער „וידע כל פעול כי אתה פעלתו", אין דער גאולה האמיתית והשלימה, דורך משיח צדקנו, בקרוב ממש.
(משיחות שבת תשובה תשכ"ז־
ו' תשרי תשכ"ח)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר