לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ב
247דברים
. . . דעם ערשטן טאָג אין חודש שבט, דערציילט אונז די תורה (דברים א, ג), האָט משה רבינו אָנגעהויבן זאָגען ספר דברים — משנה תורה פאַר די אידן.
משנה תורה האָט געהאַט אַ ספּעציעלע בעדייטונג אויך אַלס צוגרייטונג פאַר די אידן — ערב זייער אַריינגיין אין ארץ ישראל. אַרויסגייענדיק פון אַן אָרט, וואו זיי האָבן יאָרן־לאַנג ניט געהאַט קיינע גשמיות'דיקע זאָרג, וואו אַלע נויטווענדיקייט פון שפּייז, באַקליידונג און אַ דאָך איבערן קאָפּ איז ג־טלעך באַזאָרגט געוואָרען (דורך דעם מן, באר, ענני כבוד וכו'), און איידער זיי זיינען אַריינגעקומען אין אַ לאַנד און אָרט לעבן, וואו מען האָט געדאַרפט אַקערן און זייען און שניידען און פאַרנעמען זיך מיט אַלע אַנדערע וועלטלעכע ענינים — האָבן זיי געדאַרפט באַקומען ספּעציעלע גייסטיקע כוחות און באַוואָרענישן, כדי אַז זיי זאָלן אין דער גשמיות'דיקער וועלט ניט נאָר ניט מגושם ווערן, נאָר פאַרקערט, זיי זאָלן אַריינברענגען קדושה, אויסלייטערן און אויפהויבן די גשמיות'דיקע וועלט אַרום זיך, זיי זאָלן מאַכן די גשמיות — רוחניות, דורך תורה און עבודה, צדקה און גמילות חסדים.
און דאָס איז אויך — ספּעציעל אין די לעצטע דורות — די אויפגאַבע פון די ישיבות.
ניט, ווי אַנדערע מיינען, אַז דער עיקר ציל פון די ישיבות איז צוצוגרייטן רבנים, שוחטים און אַנדערע כלי־קודש, נאָר דער עיקר און הויפּט אויפגאַבע איז — צוגרייטן „סתם" אידן, אַז איידער זיי גייען אַרויס אין וועלט און ווערן בעלי־בתים, בעלי־עסקים אד"ג — זאָלן זיי זיך פריער אָנזאָפּן און דורכגעדרונגען ווערן מיט תורה ויראת שמים, און שפּעטער, זייענדיג אין וועלט, זאָלן זיי אויפהויבן די גאַנצע סביבה אַרום זיך — דורך באַזעלען אַלע אידן אַרום זיך מיט אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל אין טאג־טעגלעכן לעבן . . .