עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחת ש"פ ויצא, יו"ד כסלו, ה'תשמ"ט

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

88משיחת ש"פ ויצא, יו"ד כסלו, ה'תשמ"ט

א. יו"ד כסלו — דער חג הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ןא — קומט אויס דעם יאָר שבת פרשת ויצאב.

לויט דעם וואָס דער של"ה שרייבטג אַז די מועדי השנה האָבן אַ שייכות צו די פרשיות ווען די מועדים פאַלן אויס, איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין פ' ויצא קען מען געפינען הוראות פאַרבונדן מיט דער גאולהד.

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים הידוע, אַז די גאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן איז פאַרבונדן מיט(ן פסוקה) „פדה בשלום נפשי": חסידים דערציילןו אַז די בשורת הגאולה איז געווען בשעת דער מיטעלער רבי האָט געזאָגט תהלים, דעם אָנהויבס פון דעם שיעור תהלים פון יו"ד כסלו (כפי שנחלק לימי החודש) — דעם פסוק „פדה בשלום נפשי"ז.

די שייכות ביניהם איז פאַרשטאַנדיק בפשטות: „פדה בשלום נפשי" באַדייט די אויסלייזונג (פדי') פון אַ מצב של מלחמה, ווי דער פסוק איז ממשיך — „מקרב לי" (מן המלחמות הבאים עליח). וואָס דאָס איז דער תוכן פון דער גאולה ביו"ד כסלו: דער מיטעלער רבי איז דעמולט באַפרייט, אויסגעלייזט געוואָרן פון דעם מאסר (אַרעסט) וועלכער איז געקומען דורך דעם קרב מלשינות פון זיינע מנגדים.

ב. ויש לומר, אַז אויך פרטי אופן הגאולה זיינען מרומז אין „פדה בשלום נפשי מקרב לי". וואָס דאָס איז פאַרשטאַנדיק לויט דעם ביאור פון דעם בעל הגאולה עצמו אין זיין מאמר ד"ה פדה בשלום נפשיט:

דער דיוק אין דעם פסוק איזי, אַז (עס טוט זיך אויף ניט נאָר אַ פדי' סתם, נאָר אַז) דער אופן הפדי' עצמה89איז בדרך שלוםיא, אָן קיין מלחמה, דער שלום איז אין אַן אופן אַז דער מנגד ווערט אינגאַנצן נתבטל. וע"ד ווי ס'איז געווען בימי שלמה, אַז אַלע פעלקער זיינען בטל געוואָרן לגבי שלמה אָן קיין מלחמה, און דערפאַר ווערט ער אָנגערופן בשם שלמה ווייל שלום הי' בימיויב. ביז נאָכמער — אַזיג „פדה בשלום נפשי" גייט אויף תכלית השלימות אין שלום, אַז די וואָס זיינען פריער געווען שונאים ומנגדים „נעשים אוהבים גמורים", ע"ד ווי דאָס וועט זיין לעתיד לבוא, כמ"שיד אז אהפוך אל עמים שפה ברורה גו' לעבדו שכם אחד (נאָך העכער ווי דער שלום בימי שלמה, וואָס דעמולט זיינען אַלע בטל געוואָרן מצד דעם גילוי אור אָבער זיי זיינען ניט נהפך געוואָרן צו קדושהטו).

און דער שלום בתכלית השלימות (באופן אַז די מנגדים ווערן נהפך צו אוהבים) ווערט אויפגעטאָן אין אַ מצב וואו ס'איז לגמרי ניט שייך די מלחמה וועלכע ווערט אָנגערופן בשם „קרב" (מלשון קירוב), ווען די לוחמים זיינען (ניט ווייט איינער פון דעם צווייטן, און פירן די מלחמה דורך וואַרפן פיילן, שיסן קוילן וכיו"ב, נאָר) נאָענט איינער צום צווייטן (בקירוב מקום), ביז אַז זיי ראַנגלען זיך און כאַפּן אָן איינער דעם צווייטן, וואָס אַזאַ מלחמה איז אַ סך אַ שווערערע ווי אַ מלחמה וואָס ווערט געפירט פון דער ווייטנסטז.

און אע"פ וואָס ער געפינט זיך אין אַ מצב פון אַזאַ שטאַרקע מלחמה אַז ער איז בקירוב צום מנגד, פונדעסטוועגן ווערט די פדי' אין אַן אופן פון „שלום", בדרך שלום ומנוחה, אָן קיין מלחמה כלל, ווייל דער צד שכנגד ווערט בטל בדרך ממילא, און נאָכמער — ער ווערט נתהפך צו אַן אוהב (כמבואר אין די דרושיםיז).

אַזוי איז אויך געווען באַ דער גאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן — אַ גאולה אין אַן אופן פון „פדה בשלום נפשי מקרב לי"*: דער אַרעסט איז געווען פון „מקרב", אַ מלשינות פון אידן ר"ל (וואָס זיי זיינען „בקירוב"), וואָס דערפאַר איז דאָס גאָר אַ גרויסע ירידה און צער; אָבער דערפון איז געווען אַ פדי' בשלום ובשלימות, מעין טועמי' חיים זכויח פון דעם גילוי פנימיות התורהיט (השגת „דעת בוראם"כ) לעתיד לבוא, ווען „לא יהי' שם כו' לא מלחמה"כ.

ביז אַז דורך דעם איז (ניט נאָר בטל געוואָרן דער העלם והתנגדות, נאָר90נאָכמער — עס איז נהפך) געוואָרן — וכיתרון האור מן החושך — אַ תוספת גילוי והרחבה, אין הפצת המעינות חוצהכא, אין אַן אופן פון „רחובות הנהר" פון בינהכב (ווי דאָס איז געווען אין תורת החסידות פון דעם בעל הגאולה, אַז ער האָט אַרויסגעבראַכט די נקודת החכמה פון תורת החסידות פון דעם אַלטן רבי'ן בביאור רחב, רחובות הנהר פון בינהכג),

ביז אַז דאָס (די גאולה) ווערט אַ הכנה והקדמה צו תכלית שלימות השלום לעתיד לבוא, כידועכד אַז דורך הפצת המעינות חוצה — וואָס האָט זיך אַנגעהויבן בעיקר בי"ט כסלו, וביתר שאת דורך דער עבודה פון דעם בעל הגאולה פון יו"ד כסלו פון הפצת המעינות חוצה אין אַן אופן פון „רחובות הנהר" — ווערט אתי מר דא מלכא משיחא, ווען עס וועט זיין שלום ושלוה אמיתית בתכלית השלימות, לא יהי' שם לא מלחמה כו' כנ"ל.

ג. על פי זה וועט מען פאַרשטיין דעם רמז, די שייכות פון דער גאולה מיט פ' ויצא:

דער חידוש פון היינטיקער פרשה איז — וואָס די גאַנצע פרשה מתחלתה ועד סופה רעדט וועגן יעקב ווי ער איז געווען אין חוץ לארץ (משא"כ די אַנדערע פרשיות וועלכע רעדן וועגן יעקב — איז ווי ער איז געווען אין ארץ ישראל)כה, אָנהויבנדיק פון „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה" — ווי ער איז אַרויס פון ארץ ישראל און געגאַנגען אין חרן, ביז דער סוף הפרשה — „ויעקב הלך לדרכו", פון חרן קיין ארץ ישראל, „ויפגעו בו מלאכי אלקים" בגבול חוץ לארץ, „ויקרא שם המקום ההוא מחניים".

דאָס הייסט: די פרשה רעדט וועגן דער ירידה גדולה פון יעקב אין גלות, אין חרן (חרון אף של מקוםכו), און צו לבן הארמי, ביז אַז „עבדתיך"כז, ניט סתם אַ ירידה, נאָר אין אַ מצב פון „קרב"כח, אויך (ע"ש) קירוב מקום מיט לבן הארמיכט,

וכידועל אַז די יציאה מבאר שבע לחרן איז מרמז אויף (און פון איר ווערט נשתלשל) כללות ענין הגלותלא, כולל91(אויך) דער מאסר וגלות (בתוך גלות) פון דעם מיטעלן רבי'ן.

אָבער אין דעם מצב פון „קרב" (אין חרן באַ לבן) איז געוואָרן „פדה בשלום נפשי"לב, בדרך מנוחה ושלום אָן קיין מלחמה,

ואדרבה — דוקא אין חרן איז יעקב געקומען צו תכלית השלימות (וועלכע ער האָט ניט געהאַט זייענדיק בבית אביו אין ארץ ישראל): דוקא דאָרטן האָט ער חתונה געהאַט, און מקיים געווען ציווי ה'לג „פרו ורבו גו' וכבשוה" און ציווי הוריולד „קח לך משם אשה גו' ויפרך וירבך גו'"לה, און האָט דאָרטן — אין חוץ לארץ — אויפגעשטעלט ביתו (רובם ככולם פון די שבטים זיינען דאָרט געבאָרן געוואָרן), ובאופן פון מטתו שלימהלו — וואָס דאָס איז דער יסוד פון עם ישראל!

און דוקא דאָרטן, דורך זיין עבודה מיט די צאן לבן, האָט יעקב מברר ומעלה געווען די ניצוצות קדושה וועלכע האָבן זיך געפונען אין צאן לבןלז, און דאָס האָט אין אים אויפגעטאָן אַן עילוי, אַז „ויפרוץ האיש מאד מאד"לח.

ביז — בסיום הפרשה — אַז יעקב וכל בני ביתו זיינען אַרויס פון דעם גלות אין חרן — „ויעקב הלך לדרכו" — און דוקא בשלום (כבקשתו ותפלתו „ושבתי בשלום גו'"לט), אָן קיין מלחמה,

ואדרבה — אויך לבן האָט געהאַלפן יעקב'ן, כידוע דער פירושמ אַז לבן איז נאָכגעלאָפן יעקב'ן (וירדוף אחריו) בכדי אים אָפּגעבן די „אותיות התורה שנשארו אצלו וניתוסף פרשה א' בתורה באלו האותיות", ביז „וישכם לבן בבוקר וינשק לבניו ולבנותיו ויברך אותם"מא — דער ענין פון אתהפכא כו'מב.

92ביז אַז דער „ויעקב הלך לדרכו" (בשלום) האָט געבראַכט צו „ויפגעו בו מלאכי אלקים", „מלאכים של ארץ ישראל באו לקראתו ללותו לארץ", „ויקרא שם המקום ההוא מחניים", „שתי מחנות של חוצה לארץ שבאו עמו עד כאן ושל ארץ ישראל שבאו לקראתו"מג, וואָס די מלאכים העלפן צו אַז הליכת יעקב זאָל זיין בשלוםמד,

וואָס דאָס גייט אויף דער סיום וגמר הבירורים פון יעקב אין גלות אין חוץ לארץ (אין חרן)מה: לאחרי עבודתו אין בירור חוץ לארץ — ווערט יעקב (ניט נאָר ניט געשטערט פון דעם „קרב" פון חוץ לארץ, נאָר אדרבה, ער ווערט) דאָרט בעל־הבית, עד כדי כך אַז ער האָט אָנגערופן דעם מקום מיט אַ נאָמען, וואָס אַ שם איז מחי' די זאַך וואָס ווערט אָנגערופן מיט דעם נאָמעןמו — יעקב האָט אַריינגעגעבן אַ אינגאַנצען נייעם חיות אין דעם אָרט אין חוץ לארץ, און אַ חיות פאַרבונדן מיט „מלאכי אלקים", און ניט נאָר „מלאכי חוץ לארץ" (וואָס האָבן אַ שייכות מיט חוץ לארץ), נאָר אויך „מלאכי ארץ ישראל" קומען דאָרט אין חוץ לארץ, וואָס דאָס באַדייט המשכת קדושת ארץ ישראל אין חוץ לארץמז,

אָבער ניט אין אַן אופן אַז מ'איז מבטל די מציאות פון חוץ לארץ, נאָר ער האָט מהפך געווען חוץ לארץ און איר מחבר געווען מיט ארץ ישראל — „ויקרא שם המקום ההוא מחניים", על שם די „שתי מחנות של חוצה לארץ כו' ושל ארץ ישראל", סיי די מעלה פון ארץ הקודש, און סיי די מעלה פון יתרון האור מן החושך וואָס ווערט דורך מהפך זיין דעם (מצב של) „קרב" צו „פדה בשלום".

ויש לומר אַז דורך דעם האָט ער אויך אויפגעטאָן אין די מלאכים — סיי אין די מלאכי חוץ לארץ און סיי אין די מלאכי ארץ ישראל: מלאכים מצ"ע זיינען בבחי' עומדיםמח. אָבער דורך דעם „ויפגעו בו מלאכי אלקים", און זיי זיינען מיטגעגאַנגען מיט יעקב, וועלכער איז „הלך לדרכו" — האָט זיך אויפגעטאָן אין די מלאכים (אויך די מלאכי חוץ לארץ) אויך דער עילוי פון „הלך (לדרכו)" — הליכה.

ד.ה. כאָטש אַז לכתחילה זיינען די מלאכים כדי אים אָפּהיטן און אים באַגלייטןמט, האָט יעקב אין זיי דערנאָך אויפגעטאָן אַן עילוי.

ועפ"ז איז יומתק דער קשר והמשך צו דער פרשה שלאחרי זה — „וישלח יעקב מלאכים", מלאכים ממשנ, „אל עשו אחיו גו'": לאחרי ווי יעקב טוט אויף אַן עילוי אין מלאכים (בסוף פ' ויצא), איז דער פסוק ממשיך אַז יעקב האָט געהאָט מלאכים ברשותו און ווערט אויף זיי בעה"בנא און שיקט זיי בשליחותו צו עשו אחיו.

93ד. עד"ז איז אויך געווען באַ דער גאולה פון יו"ד כסלו:

ניט קוקנדיק אויף דעם חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא, אין „חרן" (חרון אף של מקום), און אין דעם גופא — דער מאסר וגלות בתוך גלות פון דעם מיטעלן רבי'ן — איז געווען „פדה בשלום נפשי", אַ פדי' באופן של שלום ומנוחה,

ואדרבה — דאָס האָט געבראַכט אַ הוספה אין דער עבודה פון הפצת המעינות חוצה, ובאופן של הוספה אין „רחובות הנהר", אַז אויך אין „חוצה", אין „חוץ לארץ הקודש" (חוץ פון תחום הקדושה), זאָל מען ברענגען די מעינות עצמם און אין אַ אופן פון יפוצו ורחובות הנהר.

וואָס דאָס איז די כללות'דיקע עבודה פון „מאַך דאָ ארץ ישראל"נב — אַריינברענגען די קדושה פון ארץ ישראל אין חוץ לארץ, ביז מאַכן פון חוץ לארץ „ארץ ישראל", ארץ שרצתה לעשות רצון קונהנג, באופן פון ישראל — שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכלנד,

ער ווערט בעל־הבית אויף חוץ לארץ, און מאַכט דערפון „מחניים", איין זאַך מיט ארץ ישראל, ביז ער ווערט אויך בעה"ב און טוט אויף אין די מלאכי חוץ לארץ ומלאכי ארץ ישראל, כנ"ל, און ער האָט „מלאכים" וועלכע ער שיקט טאָן פאַר אים זיינע ענינים. דער גילוי פנימיות התורה (ובפרט באופן פון רחובות הנהר) בסוף זמן הגלות, איז מעין דעם גילוי פון דעם עסק אין השגת „דעת בוראם" לעתיד לבוא, ווען אַלע אַנדערע זייערע ענינים וועט זיין „ועמדו זרים ורעו צאנכם"נה, מלאכתן נעשית ע"י אחריםנו.

און דאָס ווערט די הכנה והקדמה צו שלימות פון „פדה בשלום" פון כל העולם כולו — בגאולה האמיתית והשלימה כשקאתי מר דא מלכא משיחא, ווען כל העולם כולו וועט זיין בגילוי אַ דירה לו יתברך בתחתונים.

ה. מעשה אבות סימן לבניםנז [ועאכו"כ מעשה יעקב אבינו בחיר שבאבותנח, וואָס זיין נשמה איז „כלולה מכל הנשמות שבישראל"נט], ועד"ז מעשה אבות החסידות, ובעניננו דער מיטעלער רבי:

בשעת אַ איד זעט אַז ער געפינט זיך אין טיפעניש פון גלות, אין אַ מצב פון „קרב" אין „חרן" באַ „לבן הארמי" — דאַרף ער וויסן אַז ער האָט בכח צו אויפטאָן אַז עס זאָל גלייך ווערן „פדה בשלום נפשי", און ניט דורך מלחמה וכו', נאָר בדרך שלום ומנוחה, אַזוי אַז עס ווערן במילא בטל אַלע מנגדים, ביז אַז זיי ווערן נהפך צו אוהבים גמורים.

וואָס דאָס טוט ער אויף דורך דעם וואָס זייענדיק אין „חרן" טוט ער די עבודה פון „פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה", מאי פירי — מצוותס, תול־94דותיהם של צדיקים (ועמך כולם צדיקיםסא) — מעשים טוביםסב, וואָס דורך דעם טוט ער אויף דעם בירור העולם, אָנהויבנדיק פון דעם עולם קטן זה האדםסג, און עד"ז — הפצת היהדות והפצת המעינות חוצה אין דער וועלט אַרום אים,

און דורך דעם טוט ער אויף, נוסף אַז דער „קרב" פון עולם שטערט אים ניט, אַז ער מאַכט דאָס איבער אַז דערפון גופא ווערט „שלום", ביז אַז ער ווערט אַ בע־הבית אויף כל העולם כולו, דורך מאַכן „דאָ" — אין חוץ לארץ — „ארץ ישראל", מפיץ זיין די מעינות אין חוצה, און דורך דעם — ממשיך זיין פון קדושת ארץ ישראל („מלאכים של ארץ ישראל") אין חוץ לארץ,

ביז אַז ער קלייבט צוזאַמען אַלע זיינע מעשים טובים (אַלע זיינע „מלאכים", וואָס דורך יעדער מעשה טוב שאַפט ער אַ מלאךסד) — סיי די וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דער עבודה פון מאַכן „דאָ" ארץ ישראל, און סיי די וועלכע ער טוט (און האָט געטאָן) איידער דער מקום אַרום („דאָ") איז געוואָרן „ארץ ישראל" — און מאַכט פון זיי איין ענין, „מחניים".

און צוזאַמען מיט די מעשים טובים גייט ער אין „ארץ ישראל", און אַ הליכה בשלום, די מעשים טובים באַשיצן אים און זיינען אים מלוהסה.

און נאָכמער: דער איד דורך זיין עבודה גיט אויך צו און גיט אַריין אין די מעשים („מלאכים") — אַז זיי ווערן מעשים טובים ומאירים, דורך עבודת התשובהסו,

ביז צו דער שלימות בזה — די הליכה אין ארץ ישראל בפשטות בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, וואָס משיח אתא לאתבא צדיקיא בתיובתאסז.

און נאָך אין די לעצטע טעג פון גלות ווערט דער „וישלח יעקב מלאכים אל עשו אחיו" — יעדער איד שיקט „מלאכים" אין וועלט צו מודיע זיין אַז מ'איז שוין גרייט גיין צו דער גאולה, כמבואר אין תורה אורסח, אַז יעקב איז שוין געווען גרייט צו דער גאולה, און מצדו של יעקב איז אויך עשוסט געווען דערצו גרייט, אָבער עשו למטה איז נאָך דעמולט ניט געווען גרייט; אָבער איצטער, לאחרי דעם ריבוי העבודה ובירורים ומעשים טובים (סיי אין חוץ לארץ סיי אין ארץ ישראל) פון אידן במשך כל הדורות, כולל ובמיוחד די עבודה פון הפצת המעינות חוצה, און אין דעם גופא — האָט נשיא דורנו מעיד געוועןע אַז מ'דאַרף נאָר פאַרענדיקן צוצופּוצן די קנעפּ, און איצטער האָט מען דאָס שוין95אויך פאַרענדיקט, און מ'האַלט לאחרי ההכרזה פון נשיא דורנו „לאלתר לגאולה"עא — איז איצטער שוין זיכער אַ מצב פון „עמדו הכן כולכם"עב, און כל העולם כולו (כולל „עשו בשדה אדום") צו גיין צו דער גאולה,

און דעמולט האָט מען די שלימות פון „וישלח מלאכים" זיי זאָלען טאָן און זיך פאַרנעמען מיט אַלע צרכים וואָס אַ איד דאַרף האָבן — כמ"ש „ועמדו זרים ורעו צאנכם", וואָרום אידן וועלן זיין פאַרנומען נאָר מיט השגת „דעת בוראם".

ו. אע"פ וואָס די עבודה [צו אויפטאָן „פדה בשלום נפשי" אין אַ מצב פון „קרב"] איז כל השנה זמנו הוא, שטייט עס נאָכמער בהדגשה אין חודש כסלו, אַ חודש וואָס איז פול מיט ימים טובים פאַרבונדן מיט פנימיות התורה [חנוכה נס השמן — רזין דאורייתאעג נס י"ט כסלו — ראש השנה לחסידותעד], כמדובר לעילעה,

ובכללות — דער חודש הגאולה, אַ גאולה אויך אין דעם ענין פון הפצת המעינות חוצה, ווען דער ענין פון „פדה בשלום נפשי מקרב לי" שטייט בגלוי ממש.

עאכו"כ אין חודש כסלו עצמו — ביום השבת, וואָס יעדער שבת איז מעיןעו דעם יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמיםעז (ווען עס וועט זיין שלום ומנוחה בתכלית השלימות), און דערצו — נאָך דער צווייטער שבת פון דעם חודש, וואָס האָט די מעלה פון כפליים לתושי'יח (נוסף לזה וואָס יעדער שבת איז כפלעט).

און דאָס איז נאָכמער בהדגשה בקביעות שנה זו, וואָס דער שבת שני איז אויך יו"ד כסלו — דער חג הגאולה פון דעם מיטעלן רבי'ן, רחובות הנהר כנ"ל בארוכה.

ובכל שנה ושנה ביו"ד כסלו ווערט „הימים האלה נזכרים ונעשים"פ, ואדרבה — אין אַן אופן פון „מעלין בקודש"פא — עס ווערט אויפגעטאָן אַ העכערע שלימות אין דעם „פדה בשלום נפשי מקרב לי".

ובפרט בשנה זו — שנת תשמ"ט, מלשון „תשמט ידיך"פב, אַז אַלע חובות (כולל די וועלכע זיינען באופן פון „קרב") ווערן אינגאַנצן נשמט, און דאָס ווערט אויפגעטאָן בדרך ממילא (אָן מלחמה). ובפרט אַז ס'איז אויך אַ שנת (מעוברת, שנה) תמימהפג — וואָס ענינה איז, אַז זי איז משלים חסרון הלבנה,96ועד"ז דער חסרון, ועאכו"כ די חובות פון ישראל הדומין ומונין ללבנהפד, אָנהויבנדיק פון דעם ערשטן „חוב") — דער גלות (וואָס מפני חטאינו גלינו מארצנו), דורך דער גאולה האמיתית והשלימהפה.

און די השלמה איז אין אַן אופן (נוסף אַז עס פעלט גאָרניט, אַז) עס קומט צו אַ הוספה לגבי אַ געוויינלעכער שנת הלבנה, און אפילו לגבי אַ שנת החמה, ביז אַ הוספה ושלימות וואָס ווערט אָנגערופן בשם „תמימה", ווי שוין גערעדט מערערע מאָל במשך דעם יאָר.

ז. אין דער עבודה — צו אויפטאָן „פדה בשלום נפשי" אין דעם מצב פון „קרב" בגלות זה האחרון — באַקומט מען נאָכמער כח דורך דעם סיום והכנסת ספר תורה וואָס איז געווען דעם ראש חודש כסלו, לעילוי נשמת אשה צדקנית בישראל ובהשתדלות פון נשי ובנות ישראל שתחיינה, שתליט"א:

נוסף צו די אַלע מעלות פון יעדער (סיום) ספר תורה, קומט צו בנוגע צו דעם סיום די מעלה, אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט רבותינו נשיאינו: דער סיום הספר תורה און די קריאה בספר און מקומו איז — אין דעם ביהכנ"ס וביהמ"ד פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, וואו ער האָט עובד געווען עבודתו בעשר שנים האחרונות פון חיים חיותו בעלמא דין.

און נאָכמער: מנהג ישראל אַז בשעת הכנסת הספר תורה נעמט מען אַרויס אַלע ספרי תורה פון ארון זיי זאָלן „מקבל פנים" זיין דעם נייעם ספר תורהפו. וואָס בנדו"ד — בין ספרי תורה אלו וועלכע האָבן מקבל פנים געווען דעם נייעם ספר תורה, איז דער ספר תורה וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אים אַ נאָמען געגעבן „ספר תורה של משיח"פז, אַז מיט דעם ספר תורה וועט מען גיין מקבל פנים זיין משיח צדקנו, און כ"ק אדמו"ר האָט גלייך בתחלתו געקויפט אַן אות אין דעם ספר תורה, און געהייסן אַז אַנדערע זאָלן דאָרט קויפן אותיות, ביז אַז מ'האָט מסיים געווען דעם ספר תורה, און מ'לייענט אין אים וכו'.

דערוויילע געפינט מען זיך נאָך אָבער אין גלות, אין אַ מצב פון „קרב", אָבער צוזאַמען מיט אונז אין גלות — געפינט זיך דער „ספר תורה של משיח", נוסף צו כו"כ ספרי תורה, און שכינתא בגלותא, און אויך מקום מנוחתו פון כ"ק מו"ח אדמו"ר איז מיט אונז אין גלות אין חוץ לארץ, לא יעזוב את צאן מרעיתו (ע"ד ווי ס'איז געווען באַ דעם ערשטן רועה ונשיא ישראל — משה רבינו, וואָס ער איז געבליבן מיט דעם דור שלו אין מדבר), כמדובר כמ"פפח — וואָס דאָס גיט נאָכמער כח אַז מ'זאָל קענען איבערמאַכן „חוץ לארץ" און „קרב", און דאָרט מאַכן „ארץ ישראל", „פדה בשלום נפשי", ביז — ברענגען „פדה בשלום נפשי" בתכלית השלימות, די גאולה האמיתית והשלימה.

ח. די הוראה פון דעם אַלעם — בנוגע למעשה בפועל:

97שטייענדיק אין חודש כסלו, דער חודש הגאולה, ווען ס'איז נתגלה געוואָרן פנימיות התורה, תורת החסידות, און עס שטייט בגלוי דער ענין פון „פדה בשלום נפשי מקרב לי" — אַ גאולה אין דעם ענין פון הפצת המעינות חוצה,

און אין דעם גופא — אין דעם צווייטן שבת פון דעם חודש, און דער טאָג פון חג הגאולה פון יו"ד כסלו —

דאַרף מען מוסיף זיין ביתר שאת וביתר עוז אין אַלע ענינים ומעשים טובים (נאָך זייענדיק אין גלות, אין חוץ לארץ) פאַרבונדן מיט הפצת המעינות חוצה, צו מאַכן „דאָ" — אין „חוץ" — ארץ ישראל, דורך מפיץ זיין די מעינות חוצה, און טאָן דאָס אין אַן אופן פון גאולה („פדה בשלום"), און „רחובות הנהר", למעלה ממדידה והגבלה,

דערפאַר איז איצטער אַ פּאַסיקע צייט צו נאָכאַמאָל מעורר זיין — און מיט נאָך אַ גרעסערן שטורעם — וועגן די צוויי הצעות וואָס מ'האָט גערעדט אָנהויבנדיק פון תחלת חודש כסלופט:

א) בהתאם צו דעם אַז כסלו איז אַ „חסיד'ישער חודש" — איז פּאַסיק, אַז דאָס זאָל זיך אויסדריקן אין דעם, אַז במשך דעם חודש זאָל מען מאַכן חסיד'ישע פאַרברענגען'ס בכל מקום ומקום, סיי פאַר אנשים סיי פאַר נשים (כמובן, באַזונדער) און כדאי אויך מצרף זיין טף, קינדער.

און באַ די פאַרברענגענס זאָל מען רעדן דברי תורה, און מעורר זיין אויף מוסיף זיין אין לימוד התורה, נגלה און חסידות, און הפצת היהדות והפצת המעינות חוצה.

ובמיוחד — זאָלן די פאַרברענגענס פאָרקומען אין די חסיד'ישע ימים טובים פון דעם חודש [אע"פ וואָס כל יום זמנו הוא — מ'דאַרף ניט האָבן אַ טעם מיוחד אויף מאַכן אַזאַ פאַרברענגען, וואָרום „טוב לב משתה תמיד"צ, ועאכו"כ לויט די שיחות פון כ"ק מו"ח אדמו"רצא וועגן דעם געוואַלדיקען אויפטו פון אַזאַ פאַרברענגען].

אָנהויבנדיק פון דעם פאַרברענגען אין יו"ד כסלו, און דערנאָך — זאָל מען דאָס ממשיך זיין במשך יום זה, בכל מקום וחוג לפי ענינו,

און דערנאָך — אויך ממשיך זיין בזה במוצאי שבת (נאָך הבדלה), סעודתא דדוד מלכא משיחאצב, וביום ראשון (י"א כסלו),

ועד"ז אויך — אין די קומענדיקע טעג, וועלכע ווערן געבענטשט פון דעם שבתצג יו"ד כסלו, און זיינען ימי ההכנה צו י"ט כסלו: יום שני (י"ב כסלו), יום שלישי שהוכפל בו כי טוב (י"ג כסלו), יום רביעי (י"ד כסלו),

ועאכו"כ ביום חמישי — חמשה עשר בכסלו ווען קיימא סיהרא באשלמותאצד, סיהרא פון דעם גאַנצן חודש, כולל אויך די שלימות פון אידן (שדומין ומונין ללבנה),

וביום ששי (ט"ז כסלו), וואָס ער איז אויך דער ערב והכנה צו דער שבת98וועלכער בענטשט י"ט כסלו, ועאכו"כ אין דעם שבת טו"ב כסלו, אַליין, און אין דעם יום ראשון לאחרי זה — ח"י כסלו, ערב והכנה צו י"ט כסלו.

ביז — דעם גרעסטן פאַרברענגען אין דעם טאָג פון י"ט כסלו, ראש השנה לחסידות.

און אַלס פעולה נמשכת — אויך אין די ימים שלאחרי זה, ובפרט אין די ימי חנוכה (מיט וועלכע עס ענדיקט זיך ונחתם חודש כסלו).

ב) בכל יום פון חודש כסלו זאָל יעדערער פון אנשים נשים וטף לערנען (ומה טוב — ברבים, בעת די התוועדויות הנ"ל וכיו"ב) אַן ענין (נוסף) אין תורת החסידות, מתורתם פון כל אחד פון רבותינו נשיאינו [סיי פון יעדערען באַזונדער, און סיי ווי זיי זיינען אַלע פאַרבונדן און אַ המשך זה לזהצה],

ומה טוב — אַז בכל יום זאָל מען מוסיף זיין אין דעם לימוד, סיי בכמות און סיי באיכות.

אָנהויבנדיק פון דעם ענין שהזמן גרמא — תורתו פון דעם בעל הגאולה (פון יו"ד כסלו) ובעל יום ההולדת ויום ההילולא (פון ט' כסלו), דער מיטעלער רבי, וואָס זיינע מאמרי חסידות זיינען אין אַן אופן פון „רחובות הנהר",

כולל ובמיוחד — אין די נייע ספרים שלו וואָס זיינען ערשט אָפּגעדרוקט געוואָרןצו, וכטבע בני אדם (ווי דער אויבערשטער האָט מטביע געווען), אַז אַ נייע זאַך רופט אַרויס מער חביבות און חיות וכו'.

ומצוה גוררת מצוהצז — דאָס ברענגט אַז מ'זאָל לערנען אויך מתורתם פון די אַנדערע נשיאים, ובמיוחד פון דעם אַלטן רבי'ן (דער בעל הגאולה פון י"ט כסלו), וואָס די דרושים פון דעם מיטעלן רבי'ן זיינען מיוסד אויף די דרושים פון דעם אַלטן רבי'ן בתוספת ביאור הרחבה (ווי דער מיטעלער רבי שרייבט בכמה פון זיינע הקדמות לספריו).

ועד"ז — מתורתם פון די רביים: דער בעש"ט, הרב המגיד, צמח צדק, רבי מהר"ש, רבי (מהורש"ב) נ"ע, און כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו.

ט. ויהי רצון אַז דורך דער הוספה אין מעשים טובים פון אידן, ובפרט אין הפצת המעינות חוצה — וועט מען שוין סוף סוף (ועד מתי?) ברענגען דעם אמת'ן ושלימות'דיקן „פדה בשלום נפשי", בגאולה האמיתית והשלימה,

און אַלע אידן, „בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו"צח, צוזאַמען מיט אַלע זייערע מעשים טובים וואָס זיי האָבן געטאָן אין גלות, סיי די פון (דער עבודה אין מאַכן „דאָ") „ארץ ישראל", סיי די פון „חוץ לארץ"צט, צוזאַמען מיט אַלע99בתי כנסיות ובתי מדרשות שבחוץ לארץ (מיט מקומם הגשמי בחוץ לארץ)ק — וועלן גיין און נקבע ווערן אין ארץ ישראלקא כפשוטו.

און דאָס ווערט אויפגעטאָן בזריזות, אַזוי אַז די גאולה קומט נאָך פאַר י"ט כסלו, און נאָך פאַר ט"ו כסלו, און נאָכמער — לא עכבן אפילו כהרף עיןקב, אַז נאָך אינמיטן דעם פאַרברענגען (נאָך פאַר דער ברכה אחרונה) גיט מען זיך אַ כאַפּ, חטוףקג אַז מ'געפינט זיך אין ארץ ישראל, און מ'איז דאָרטן מסיים די. התוועדות (מיט דער ברכה אחרונהקד),

און מ'לייענט דערנאָך „וישלח יעקב מלאכים", וועלכע זיינען מודיע בכל העולם כולו (ביז — ארצה שעיר) אַז ס'איז שוין געקומען די גאולה, און עסק כל העולם כולו ווערט נאָר „לדעת את ה' בלבד", ועאכו"כ בנוגע צו אידן, שנאמרקה כי מלאה הארץ דיעה את ה' כמים לים מכסיםקו.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-wk76e6g0

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#156 Sefer HaSichos ה'תשמ"ט, חלק א: one page per sicha · approved

Everything that belongs here