Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחת ש"פ בא, ח' שבט ה'תשמ"ט
199משיחת ש"פ בא, ח' שבט ה'תשמ"ט
א. היינט איז דער שבת פאַר יו"ד שבט, דער יארצייט־הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו.
וואָס אין דעם שבת (שמיני' מתברכין די קומענדיקע ימי השבועא) הויבט מען זיך אָן גרייטן און מ'שטעלט דעמולט אויס די עבודה פון דער קומענדיקער וואָך, כולל ובמיוחד די ספּעציעלע טעג פון דער וואָך, ובעניננו — דער טאָג פון יו"ד שבט.
ביז אַז אין דעם שבת הויבט מען שוין אָן פּראַווען דעם יאָרצייט — כידוע די פאַרשידענע מנהגי ישראל אין דעם שבת פאַר אַ יאָרצייט: מ'איז דעמולט עולה לתורהב, וכיו"ב.
ב. איינער פון די ביאורים אין דעם (וואָס די הכנות צו דעם יאָרצייט הויבן זיך אָן אין דעם שבת שלפניו):
אין דעם יאָרצייט (ועאכו"כ) פון אַ צדיק, ווערט אַן עלי' שלא בערך אין דער נשמה פון דעם צדיקג, און „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד בה כל ימי חייו" איז דעמולט עולה ונכלל למעלהד, און דאָס איז „מתגלה ומאיר בבחי' גילוי מלמעלה למטה . . ופועל ישועות בקרב הארץ"ה.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע דעם יאָרצייט פון אַ נשיא הדור, ווי דער יאָרצייט בנדו"ד פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו — אַז דורך דער עלי' שלא בערך וואָס ווערט דעמולט אויפגעטאָן אין דעם נשיא הדור, ווערט אויך אַן עלי' (שלא בערך) אין כל אנשי הדור, וואָרום „הנשיא הוא הכל"ו, ו"בתר רישא גופא אזיל"ז.
און וויבאַלד אַז דער טאָג פון יאָרצייט ווערט געבענטשט פון דעם שבת שלפניו, דעריבער הויבט זיך שוין אָן דעמולט די עלי' (אין דעם צדיק ונשיא, און אין כל אנשי הדור). ובפרט אַז ביום השבת בכלל ווערט אויפגעטאָן עליית כל העולמות (ועליית הזמן כו'), איז דאָך זיכער אַז דעמולט ווערט אַן עלי' מיוחדת אין דער נשמה פון דעם בעל ההילולא, און על ידי זה — אין כל הדור כולו.
ובהתאם לזה זיינען פאַראַן די מנהגים אין דעם שבת לפני יום ההילולאח, וביני־200הם — אַז מ'איז דעמולט עולה לתורה, וכידועט אַז דורך אַן עלי' לתורה ווערט אויפגעטאָן אַן עלי' אין דער נשמה פון דעם עולה לתורה, און אין אַלע דרגות שבה, ביז אויך אין אַלע כחות הנפש, און אויך אין די לבושי הנפש — מחשבה דיבור ומעשה.
ג. אין דער עלי' פאַרבונדן מיט יו"ד שבט קומט צו אַ חידוש דעם יאָר (תשמ"ט) — ווען עס הויבט זיך אָן דער שנת הארבעים פון דעם יום ההילולא יו"ד שבט תש"י:
די תקופה פון ארבעים שנה איז ספּעציעל אויסגעטיילט אין תורה. ווי עס שטייט אין ספר דבריםי, אַז אין דעם שנת הארבעים במדבר האָט משה געזאָגט די אידן: „אתם ראיתם את כל אשר עשה ה' לעיניכם בארץ מצרים גו' המסות הגדולות אשר ראו עיניך האותות והמופתים הגדולים ההם". און דערנאָך איז ער ממשיך, אַז איצטער, אין דעם שנת הארבעים, „נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע".
און חז"ל לערנען דערפון אָפּיא, אַז „לא קאי איניש אדעתי' דרבי' עד ארבעין שנין" (לדעת סוף דעתו ותבונתו), ובלשון רש"י (עה"פ): „אין אדם עומד על סוף דעתו של רבו וחכמת משנתו עד ארבעים שנה"יב.
דאָס הייסט, אַז דער ערשטער נשיא ישראל, משה רבינו, זאָגט אידן, אַז שטייענדיק אין דעם פערציקסטן יאָר זינט מ'איז אַרויס פון מצרים, און לאחרי וואָס מ'האָט געזען די אַלע אותות ומופתים — הויבט זיך איצטער אָן אַ נייע תקופה (סיי בנוגע צו משהיג און סיי בנוגע צו אַלע אידן), מצד דעם וואָס „נתן ה' לכם לב לדעת גו'", און „קאי איניש אדעתי' דרבי'",
אַז נאָך דער עבודה פון אַלע יאָרן אין מדבר באַקומען אַלע אידןיד (אין דעם שנת הארבעים) גאָר אַ נייעם, שלימות'דיקן פאַרשטאַנד אין „דעתי' דרבי'", דער אויבערשטערטו כביכול (בדוגמא ווי אַ תלמיד וואָס איז „קאי אדעתי' דרבי'" דורך זיין התעמקות במשך ארבעים שנה אין שכל הרב). ביז אין אַן אופן פון „קאי אדעתי' דרבי'", ער שטעלט זיך אַוועק און ער בלייבט קיים אויף „דעתי' דרבי'", אַזוי אַז דאָס נעמט דורך זיינע גאַנצע מוחין: „סוף דעתו ותבונתו" „וחכמת משנתו"טז — חכמה בינה ודעת*16.
201און נאָכמער: נוסףיז צו דעם וואָס „קאי אדעתי' דרבי'" (דורך עבודת האדם במשך די ארבעים שנה), איז צוגעקומען אַ סיוע וכח מלמעלהיח — „נתן ה' לכם לב לדעת וגו'".
און די נתינה מה' נעמט אינגאַנצן דורך זייער גאַנצע מציאות — „לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע", וואָס יש לומר אַז דאָס איז כולל כל כחות האדם: „עינים לראות", „אזנים לשמוע" און „לדעת" — כנגד די ג' מוחין חכמה בינה ודעתיט, און „לב"כ — די מדותכא, און וואָס דערפון קומט עס אַראָפּ אין די ג' לבושים, מחשבה דיבור ומעשה.
ד. אַזוי איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו משה שבדורנו, נשיא דורנו:
בתחלת שנת הארבעיםכב פון זיין הילולא ביו"ד שבט תש"י (ווען עס איז געשטאנען בגלוי דער סהכל פון „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד בה כל ימי חייו"), לאחרי ווי מ'האָט געזען „אותות ומופתים" און מ'איז דורכגעגאַנגען די אַלע יאָרן אין „מדבר העמים" אין גלות — הויבט זיך אָן אַ נייער סדר און אַ נייע תקופה, אַז עס ווערט „קאי איניש אדעתי' דרבי'", און „נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע".
יעדער איד פון דעם דורכג דערגרייכט צו אַ נייעם שלב אין זיין פאַר־202שטאַנד און פאַרבונד מיט „רבי'" — נשיא דורנו, ביז אַז ער שטעלט זיך אַוועק (קאי) אויף „דעתי' דרבי'" (אע"פ וואָס אויך דעמולט בלייבט ער „רבי'" שלמעלה ממנו),
אַזוי אַז דאָס נעמט דורך און הויבט אויף זיין גאַנצע מציאות, סיי די מוחין און סיי די מדות, ביז אַז דאָס קומט אַרויס אין זיין הנהגה בפועל במחשבה דיבור ומעשה, אַז דאָס אַלץ ווערט בתכלית השלימות.
ה. דער פאַרגלייך פון די ארבעים שנה של דור זה מיט די ארבעים שנה בדור משה — איז נאָך שטאַרקער:
יש לומר אַז די שלימות צו וועלכע אידן האָבן דערגרייכט בשנת הארבעים (אַז „נתן ה' לכם לב לדעת גו'", „קאי איניש אדעתי' דרבי'") איז אויך געווען אַ הכנה צו אַריינגיין דערנאָך (לאחרי די ארבעים שנהכד) אין ארץ ישראלכה — וואָרום די כניסה לארץ ישראל איז די שלימות (הכוונה) פון יציאת מצריםכו. און דעריבער, נאָכדעם וואָס עס זיינען דורך ארבעים שנה זינט „אתם ראיתם את כל אשר עשה ה' לעיניכם בארץ מצרים", ווען „נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות גו'" (אַזוי אַז דאָס האָט דורכגענומען זייער גאַנצע מציאות — מוחין ומדות כו'), דעמולט זיינען זיי געוואָרן אינגאַנצן מוכן צו אַריינגיין אין ארץ ישראל, ארץ נושבת, און טאָן די עבודה פון קיום המצות התלויות בארץ, ביז — בנין בית המקדש, דורך וועלכע עס ווערט השראת השכינה למטה (— כוונת כל הבריאה כולהכז).
וע"פ המבואר בכ"מכח, אַז די עבודה אין גלות זה האחרון (אין „מדבר העמים"כט) אַלס הכנה צו דער גאולה העתידה, איז בדוגמא צו דער עבודה אין די ארבעים שנה במדבר אַלס הכנה צו דער כניסה לארץ ישראל — איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַזוי איז אויך בדור זה, דור האחרון אין גלות — אַז לאחרי ארבעים שנה זינט דער הילולא פון משה רבינו שבדורנו בשנת תש"י, ווערט באַ יעדערן פון דעם דור „קאי איניש אדעתי' דרבי'",
און דאָס ווערט אויך די הכנה צו דער כניסה וביאה לארץ ישראל בגאולה האמיתית והשלימה, אַזוי ווי ס'איז געווען באַ יציאת מצרים — „כימי צאתך203מארץ מצרים אראנו נפלאות"ל, וואָס די שלימות בזה איז די כניסה לארץ ישראל כנ"ל.
ו. די תקופה חדשה פון ארבעים שנה וועלכע הויבט זיך אָן דעם קומענדיקן יו"ד שבט ווערט געבענטשט פון דעם שבת, וועלכער איז ממשיך נאָכמער כח אין דער עבודה פון דער נייער תקופה,
וואָרום ביום השבת ווערט אויפגעטאָן אַן עלי' אין אַלע ענינים (כנ"ל), און די עלי' נעמט אינגאַנצן דורך אַ אידן, מיט אַלע זיינע כחות, ומתוך תענוג (וקראת לשבת עונגלא) און שמחה (וביום שמחתכם אלו השבתותלב) וועלכע איז מרחיב כל כחות האדם, און אויך די לבושים מחשבה דיבור ומעשה.
און דעריבער, גיט דאָס נאָכמער כח אין דער עבודה פון ארבעים שנה, וועלכע טוט אויף אַ חידוש אין דער גאַנצער מציאות וכל הכחות פון אַ אידן — „קאי איניש אדעתי' דרבי'", סוף דעתו ותבונתו וחכמת משנתו, „לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע", ביז אין מחשבה דיבור ומעשה, כנ"ל.
וביום השבת עצמו איז דאָס נאָך שטאַרקער לאחרי קריאת התורה, וועלכע טוט אויף אַן עלי' אין דעם עולה לתורה בכל הדרגות והכחות שלו, ובפרט אַז די עלי' איז מיט אַ ברכה (לפני' ולאחרי') בשם ומלכותלג, וואָס דאָס באַווייזט אַז די ברכה והמשכה נעמט דורך כל הדרגות, ביז סופא דכל דרגין (מלכות), ובעבודה — כל כחות האדם (מוחין ומדות), ביז די לבושים פון מחשבה דיבור ומעשהלד.
ז. אין קריאת התורה עצמה לייענט מען דעם שבת — פ' באלה.
וע"פ המבואר לעיל איז פאַרשטאַנדיק דער קשר פון דער פרשה מיט התחלת שנת הארבעים:
דער תוכן פון דער פרשה איז וועגן (דעם סוף פון גלות מצרים און) יציאת מצרים. וואָס די שלימות בזה איז די כניסה לארץ ישראל וואָס איז געווען ארבעים שנה לאחרי זה, וואָס דעמולט איז „נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות גו'" צו זען בשלימות „כל אשר עשה ה' לעיניכם בארץ מצרים גו'", און דערנאָך (לאחרי סיום הארבעים שנה) איז מען אַריין בפועל אין ארץ ישראל, כנ"ל.
ועד"ז איז אויך איצטער, אין דעם דור האחרון פון גלות — כמ"ש „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות", „כימי" לשון רבים, ווייל „מזמן יציאת מצרים עד גאולה העתידה לבוא בב"א הם ימי צאתך מארץ מצרים"לו [נאָר בגאולה העתידה וועלן זיין „נפלאות" אפילו בערך צו די נפלאות ביצי"מלז, אָבער204דאָס איז אַלץ אַ המשך פון גאולת מצרים, ווען עס האָט זיך אויפגעעפנט — פתיחת הצנור דגאולהלח] — אַז לאחרי די לעצטע תקופה פון ארבעים שנה אין סוף גלות זה האחרון, ווערט די שלימות פון „ימי צאתך מארץ מצרים", וואָרום אידן האָבן דעם „לב לדעת וגו'", און מ'גייט גלייך אַריין אין ארץ ישראל בגאולה האמיתית והשלימה.
ח. צווישן די מצוות עיקריות וועלכע באַצייכענען דעם ענין פון יציאת מצרים — איז די מצוה פון תפילין, וואָס דער היינטיקער שיעור חומש (כולל — די עלי' למפטיר) באַשטייט פון די ערשטעלט צוויי פרשיות שבתפיליןמ.
אין דעם שיעור חומש שטייטמא: „והי' לך (יציאת מצריםמב) לאות על ידך ולזכרון בין עיניך למען תהי' תורת ה' בפיך כי ביד חזקה הוציאך ה' ממצרים"מג.
דער ענין פון מצות תפילין איז צו אויפטאָן שעבוד הלב והמוחמד (ביז אַז די כוונה איז אַ חלק פון מצות תפיליןמה) — „לאות על ידך" (כנגד הלב) „ולזכרון בין עיניך" (על המוח שבראש), צו משעבד זיין דעם לב ומוח צו דעם אויבערשטן.
ביז אין אַן אופן אַז דאָס קומט אַראָפּ און נעמט דורך די מחשבה דיבור ומעשהמו פון דעם אידן — „למען תהי' תורת ה' בפיך", און אין קיום כל המצוות, וואָס הוקשה כל התורה (המצוות) לתפיליןמז.
ועפ"ז יש לומר, אַז דער ענין התפילין בשיעור חומש (מיט וועלכע מ'דאַרף לעבן דעם שבתמח וועלכע בענטשט תחלת שנת הארבעים פון דעם יום ההילולא) גיט אַ כח מיוחד אין דער שלימות וואָס ווערט אויפגעטאָן אין דעם מוח ולב פון אידן („לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע", „קאי איניש אדעתי' דרבי'") בשנת הארבעיםמט.
ויש לומר נאָכמער, אַז כשם ווי שלימות יציאת מצרים בכלל איז בשנת הארבעים, און בפרט ע"י הכניסה לארץ (כנ"ל) — אַזוי איז דאָס אויך בנוגע צו שעבוד הלב והמוח ע"י תפילין, אַז די שלימות בזה איז בשנת הארבעים, ווען מ'איז אַריין אין ארץ ישראלנ, וואָרום205דעמולט איז געווען דער „נתן ה' לכם לב לדעת וגו'".
ט. ולהוסיף, אַז אויך דער היינטיקער שיעור רמב"ם איז אין הלכות תפילין. ובסיום השיעורנא שטייטנב: כל הרגיל בתפילין מאריך ימים שנאמרנג ה' עליהם יחיו [אותם שנושאין עליהם שם ה' בתפילין יחיונד].
דער לימוד דערפון בשייכות מיט התחלת שנת הארבעים פון דער הילולא:
די עלי' שלא בערך וואָס ווערט אויפגעטאָן אין כל אנשי הדור (דורך דער עלי' אין דער נשמה פון דעם בעל ההילולא, נשיא הדור), ובפרט בתחלת שנת הארבעים ווען עס קומט צו אַ חידוש אין דעם שעבוד הלב והמוח („לב לדעת גו'") פן יעדער איד צו דעם אויבערשטן, אַזוי אַז ער ווערט „רגיל" באופן חדש לגמרי אין דעם „ה' עליהם" (ענינו פון מצות תפילין), וואָס ער איז דער מקור החיים ומחי' חיים — דריקט זיך אויס לכל לראש אין אַ הוספה בחיים גשמיים פון יעדער איד — אריכות ימים ושנים טובות באַ כל אנשי הדור אַלס נשמות בגופים בפשטות ובגשמיות.
ויש לומר אַז דורך די רגילות בתפילין ע"י ראש המשפחה — ווערן נמשך אַלע המשכות והשפעות (פון אריכות ימים) צו דער עקרת הבית און צו כל בני המשפחה (אויך די וואָס זיינען פטור פון תפילין)נה. ובפרט אַז באַ כל בני המשפחה קומט אויך צו אין תוכן ענין של מצות תפילין — שעבוד הלב והמוח, „לב לדעת גו'".
און בשעת מ'גיט אַ אידן גשמיות, מאַכט ער דערפון רוחניות, כפתגם הידוע פון דעם אַלטן רבי'ןנו: „דער אויבערשטער גיט אונז גשמיות מיר זאָלן דערפון מאַכן רוחניות". ועאכו"כ בשעת מ'גיט דעם אידן חיים גשמיים מתוך בריאות הנכונה — מאַכט ער דערפון חיים רוחניים, דורך פאַרבינדן זיין טאָג טעגלעכן לעבן ואריכות ימים מיט אמיתית מקור החיים — ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים גו'נז, וואָס ווערט נמשך דורך תורת חיים און מצוות שעליהן נאמר „וחי בהם"נח.
ביז אַז עס ווערט ביי אים אריכות ימים אויך לויטן פירושנט אין „יום שכולו ארוך" — אַז „גם בתחלתו הוא ארוך", ד.ה. אריכות ימים אויך באיכות, ווי פאַרשטאַנדיק בפשטות צו יעדערן: דורך דעם וואָס אַ איד פילט אָן זיין טאָג מיט אַן אמת'ן אינהאַלט, פון טוב וצדק ויושר, ועאכו"כ אין טוב אויף וועלכן מ'זאָגט אין טוב אלא תורה — איז יעדער רגע פון דעם טאָג (אויך די ערשטע רגעים) אַ „לאַנגער" און „פולער".
י. ע"פ כל הנ"ל איז מובן, אַז שטייענדיק באַ דעם שוועל פון התחלת206שנת הארבעים מהילולא כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, ווען „נתן ה' לכם לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע", און „קאי איניש אדעתי' דרבי'" — דאַרף זיך אָנהויבן באַ יעדערן אַ נייער סדר העבודה בכל כחות הנפש ולבושי מחשבה דיבור ומעשה — אין אַלע ענינים פאַרבונדן מיט נשיא דורנו, אין גיין „בדרך ישרה אשר הורנו מדרכיו ונלכה באורחותיו נס"ו"ד, מיט אַזאַ שטורעם אַז בערך צו דער עבודה ביז איצטער איז די עבודה מכאן ולהבא מיט אַ נייעם אופן פון „לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע" אין עצם ופנימיות כוונת נשיא דורנו.
ובכלל — אויסנוצן די טעג [ובפרט אַז דער אויבערשטער בענטשט מיט אריכות ימים], אַז זיי זאָלן זיין ימים ארוכים ומלאים ברוחניות (אַזוי אַז אויך בתחלתו הוא ארוך) — אָנגעפילט מיט לימוד התורה וקיום המצוות בהידור (וואָס הוקשה כל התורה כולה לתפילין),
און אַזוי אויך משפיע זיין אויף אַנדערע, ובדרכי נועם ובדרכי שלום, צוזאַמען מיטן תוקף המתאים — הפצת התורה והיהדות, און הפצת המעינות חוצה, בהתאם צו די הוראות פון דעם בעל ההילולא,
ובכללות — ווי מרומז אין דעם נאָמען פון דעם בעל ההילולא: „יוסף" — די עבודה פון „יוסף ה' לי בן אחר"ס, מאַכן אַז אויך פון „אחר" זאָל ווערן בגלוי אַ בן להקב"ה. און „יצחק" — מתוך צחוק ושמחה וטוב לבב.
יא. אָנהויבנדיק, כמובן, פון דעם ענין שהזמן גרמא — די מנהגים פאַרבונדן מיט דעם יאָרצייט, מתחיל פון דעם שבת (די עלי' לתורה וכו'), און דערנאָך בערב יום ההילולא, ועאכו"כ אין דעם יום ההילולא עצמו (ווי שוין געדרוקט בפרטיותח) — בנוגע לתפלות היום, הוספה מיוחדת אין נתינת הצדקה, און קיום המצוות בכלל, און אין הפצת המעינות חוצה, אין די ענינים וואָס דער בעל ההילולא מאָנט,
כולל ובמיוחד — לימוד תורתו פון דעם בעל ההילולא, ובפרט אין דעם המשך ההילולא — באתי לגני, ובזה גופא — בפרט אין פרק י"ט פון דעם המשךסא (המתאים לשנה זו, שנת הי"ט מההילולא בפעם השני'סב).
און דער לימוד דאַרף זיין מיט גאָר אַ נייעם עומק והבנה — בהתאם צו „קאי איניש אדעתי' דרבי'", צו פאַרשטיין עצם ופנימיות כוונת דברי הרב.
ומה טוב — אַז דער לימוד זאָל זיין ברבים (עכ"פ בשנים), וואָס דאָס גיט נאָכמער צו אין הצלחה בהבנת הלימודסג; און אויך — לאחרי הקדמת נתינת הצדקה, וואָס גיט אויך צו אין הצלחת הלימודסד.
207ועד"ז אויך מקיים זיין ובהוספה כל ההוראות והתקנות פון דעם בעל ההילולא, הן בלימוד התורה — לימוד שיעורי חת"ת וכיו"ב, והן אין עבודת התפלה און הן אין גמילות חסדים.
ובפרט די הוראות ותקנות וועלכע מ'האָט זוכה געווען הערן פון דעם בעל ההילולא אַליין (פנים אל פנים, אָדער דורך זיינעם אַ מכתב, אַ שיחה ותורה — וואָס ער האָט זיך אין דעם אינגאַנצן אַריינגעגעבן, ע"דסה כביכול „אנא נפשית כתבית יהבית"סו), דורך מצייר זיין ווי מ'האָט עס פון אים געהערט (אָדער געלערנט) דעם ערשטן מאָל, על מנת להחזיקו און מיט אַ הוספה.
ועד"ז מוסיף זיין אין די תקנות פרטיות ושיעורים פרטיים וואָס יעדערער נעמט אויף זיך אַליין, כל אחד ואחת לפום שיעורא דילי' [אָבער וויבאַלד אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם נשיא הדור — איז דאָס כולל אין זיך אַ ריבוי הכי גדול].
וכל זה — ביתר שאת וביתר עוז, מיט אַ הוספה בכמות ובאיכות, ביז אַ הוספה שלא בערך, ביז — באופן חדש לגמרי, בהתאם לזה וואָס מ'האָט דערגרייכט צו „קאי איניש אדעתי' דרבי'", און „נתן ה' לכם לב לדעת גו'".
נוסף צו די אַלע ענינים והחלטות טובות הנ"ל בקשר מיט דעם יום ההילולא עצמו — דאַרף זיך איצט אָנהויבן אַ נייע תקופה — פון ארבעים שנה מיום ההילולא שלו.
ובפשטות: יעדערער און יעדערע זאָל אָננעמען נייע ענינים ופעולות אין הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה, נייע סיי בכמות און סיי באיכות, ביז אין אַן אופן חדש לגמרי, בהתאם לזה וואָס עס ווערט איצטער דער „קאי איניש אדעתי' דרבי'", און מ'באַקומט אויך פון דעם אויבערשטן „לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע".
זיכער וועט זיך יעדערער מתבונן זיין בזה באופן המתאים, און געפינען די ענינים המתאימים לו צו טאָן אין התחלת תקופה זו של ארבעים שנה. און מ'האָט דעם כלל אַז „איני מבקש כו' אלא לפי כחן"סז, מ'גיט יעדערן די כחות אויף דעם.
יג. בענין זה ובכגון דא יש להעיר אויף נאָך אַ נקודה:
אַמאָל קען ביי איינעם איינפאַלן אַ קס"ד אַז בשעת עס ווערט ביי אים נתעורר אַ שאלה אָדער אַ ספק אין אַן ענין בתורה אָדער בנוגע צו זיין סדר עבודה אָדער בנוגע הנהגתו בחיים בכלל — קען ער יוצא זיין דערמיט וואָס ער וועט דאָס פרעגן ביי אַ צווייטן, הגדול ממנו, און מער דאַרף ער גאָרניט טאָן — ער פאַרשפּאָרט אַליין האָרעווען דורך דעם וואָס ער פרעגט דאָס ביי אַ צווייטן און וואַרפט די אחריות אויף יענעם!
האָט מען דעם כלל ויסוד — אַז דער אויבערשטער האָט געגעבן יעדערן דעם כח צו האָרעווען מיט די אייגענע כחות, און זוכן אַן ענטפער און אַ פתרון אויף זיינע שאלות וספיקות, און חז"ל זיינען מבטיחסח: „יגעתי ומצאתי" (און טאָמער208ער זאָגט „יגעתי ולא מצאתי — אל תאמין")!
ואע"פ אַז מ'האָט די הוראה אַז „לא הביישן למד"סט, און „עשה לך רב"ע וכיו"ב — איז דאָס לאחרי ווי ער האָט אַליין געהאָרעוועט, און געפונען די תירוצים וועלכע זיינען בכחו, איז דערנאָך זיינען דאָך זיכער פאַראַן נאָך ענינים וועלכע ער פאַרשטייט (נאָך) ניט אַליין (ובפרט אין תורה וועלכע איז „ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים"עא), דאַרף ער זיך ניט שעמען (און זיכער זיך ניט איינרעדן אַז ער קען אַליין אַלץ פאַרענטפערן) און פרעגן ביי אַ צווייטן.
נאָכמער: אויך די הוראה פון „עשה לך רב" איז (ניט בכדי פטר'ן זיך פון אַליין האָרעווען, נאָר אדרבה — דאָס איז) אַ חלק פון זיין עבודה (און ניט פון עבודת הרב): „עשה לך רב", כולל עשי' לשון כפי' [נאָר — דאָס איז אַ כפי' וואָס לייגט זיך ביי אים בשכל אַז ער דאַרף דערצו אָנקומען]: ער דאַרף גיין זוכן און באַשטימען פאַר זיך אַ „רב" מיט וועמען ער וועט זיך באַראַטען וכו'; און דער „עשה לך רב" איז בכדי משפר ומרחיב זיין די חכמה בינה דעת פון דעם תלמיד.
יד. דערפון איז פאַרשטאַנדיק נאָך אַ זאַך:
אפילו ווען מ'דאַרף גיין פרעגן ביי אַ צווייטן — דאַרף דאָס זיין ביי אַזאַ „רב" וואָס איז בערך צו ענטפערן די שאלה.
לדוגמא: עס האָט קיין אָרט ניט אַז אַ בן חמש למקרא זאָל גיין פרעגן אַ שאלה אין פשטות הכתובים ביי אַ גרויסן ראש ישיבה וואָס ליגט איצטער אין לערנען טיפע סוגיות אין ש"ס וכו'! ערשטנס נעמט דאָס צו צייט באַ דעם ראש ישיבה, און נעמט אים אַוועק פון זיין עיקר עסק. צווייטנס, וועט דעמולט אויך פעלן באַ דעם בן חמש, ווייל עס וועט נעמען צייט באַ דעם ראש ישיבה צו זיך אָפּרייסן פון זיין לימוד און זיך צוטראָגן צו דער שאלה פון דעם קינדעב. נאָר דער בן חמש דאַרף זיך ווענדען מיט זיין שאלה צו אַ (זיין) מלמד וואָס לערנט מיט קינדער פשוטו של מקרא. וואָס דאָס וועט פאַרשפּאָרן די צייט, נוסף על העיקר — אַז דער מלמד קען אים שנעלער ענטפערן מיט אותיות מתאימות צו דעם קינד.
וכל זה איז נאָכמער בהדגשה — בשעת עס הויבן זיך אַן ארבעים שנה, ווען „קאי איניש אדעתי' דרבי'", און מ'באקומט „לב לדעת גו'" — דאַרף מען לכל לראש אויסנוצן דעם אייגענעם שכל און די אייגענע כחות צו פאָרשען און אַרויסבאַקומען אַן ענטפער אויף שאלות וכו', און בפרט — אַז נוסף אויף „קאי איניש אדעתי' דרבי'" דורך דער עבודה בכח עצמו, באַקומט ער אויך מלמעלה כחות, „נתן ה' לכם לב לדעת גו'";
און אפילו ווען מ'דאַרף פרעגן — דאַרף מען לכל לראש פרעגן ביי אַזאַ וואָס איז בערך צו ענטפערן די שאלה, און נאָר לאחרי זה וואָס יענער קען דאָס209ניט ענטפערן — פרעגן ביי אַ גדול ממנו וכו'.
א
טו. צווישן די ענינים חדשים וואָס מ'קען טאָן בהתאם צו התחלת ארבעים שנה פון דער הילולא:
דעם קומענדיקן שבת (לאחרי יום ההילולא) איז חמשה עשר בשבט, ראש השנה לאילנות.
ס'איז ידוע די פאַרשידענע מנהגי ישראל פאַרבונדן מיט דעם טאָג. אָנהויבנדיק פון דעם מנהג הכי נפוץ: „נוהגין להרבות בו מיני פירות של אילנות"עג, ובפרט מיני פירות שנשתבחה בהן ארץ ישראל („גפן תאנה ורמון גו' זית שמן ודבש"עד). [ועד"ז נאָך מנהגים ב(חוגי) ישראלעה — נהרא נהרא ופשטי'עו].
בכלל איז אָבער ניטאָ קיין דיוק אַז מ'זאָל מקיים זיין דעם מנהג פון אכילת פירות דוקא ברבים. ע"פ רוב עסט מען די פירות יעדערער פאַר זיך, באַ זיך אין שטוב, צוזאַמען מיט בני ביתו בתוך הסעודה וכיו"ב.
משא"כ בשנה זו — בהתאם לזה וואָס ט"ו בשבט איז ביום השבת, און ס'איז דער ערשטער שבת נאָך התחלת שנת הארבעים פון דער הילולא — איז מען מציע, ובבקשה אַז מ'זאָל דאָס מפרסם זיין בכל מקום ומקום:
אין דעם טאָג פון חמשה עשר בשבט זאָל מען מאַכן אַ התוועדות כללית (אָדער עכ"פ ברוב עם) בכל מקום ומקום, ועאכו"כ אין ארץ הקודש — מ'זאָל זיך צוזאַמענקלייבן מיט וואָס מערער אידן פון דעם אָרט (שטאָט אָדער שכונה וכיו"ב),
און מ'זאָל דאָרטן מקיים זיין אויך ברבים די מנהגים פון חמשה עשר בשבט — אכילת פירות וכיו"ב (נוסף לזה וואָס יעדערער טוט עס בביתו הפרטי, מיט די היימישקייט באַ זיך אין שטוב).
און מ'זאָל דערביי כמובן רעדן און לערנען דברי תורה, ובפרט בהתאם לדברי חז"לעז אַז „האדם עץ השדה"עח גייט אויף אַ תלמיד חכם, און די שבעה מינים שבהן נשתבחה ארץ ישראל זיינען פאַרבונדן מיט תורהיז;
און אויך מוסיף זיין אין אָננעמען החלטות טובות בכל עניני תורה ומצוות, ובכלל — אַז באַ יעדער איד זאָל מען זען בגלוי ווי ער איז „האדם עץ השדה", אַן עץ וואָס האַלט אין איין וואַקסן אין אַלע ענינים פון תורה און אידישקייט, און אילן עושה פירי — „מאי פירות . . מצוות"פ, „פירותיהם של צדיקים מעשים טובים"פא.
טז. ויה"ר אַז תיכף ומיד ממש, גלייך בתחלת שנת הארבעים, זאָלן אַלע אידן „בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו"פב,210גיין אין ארץ ישראל, בגאולה האמיתית והשלימה,
און דעמולט וועט זיין בגלוי ממש די שלימות העבודה פון יעדער איד — „כמצות רצונך"פג, ובאופן אַז דאָס נעמט דורך כל מציאותו — שלימות כל הכחות שלו, ושלימות במחשבה דיבור ומעשה, וכל הפרטים ופרטי פרטים.
ביז אַז די שלימות נעמט דורך כל העולם כולו, „ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ"פד, און נאָכמער — „והי' ה' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהי' ה' אחד ושמו אחד"פה, כשם שאני נכתב כך אני נקראפו, ביז דעם גילוי פון שמו הגדול, וואָס „הגדול" איז (חשוב כמו) מלכותפז — „והיתה לה' המלוכה"פח.
והקיצו ורננו שוכני עפרפט, און אַלע נשיאים בראשם, ונשיא דורנו — בראשנו (זייענדיק נשיא דורנו), צוזאַמען מיט אַלע אידן וואָס זיינען איצטער נשמות בגופים — בחיים ארוכים ונצחיים, בפרט דורך הרגיל בתפילין (כנ"ל).
ותיכף ומיד ממש, אַזוי אַז מ'פּראַוועט אַלע צוזאַמען שמחת יום ההילולא, און דערנאָך — חמשה עשר בשבט, בארץ הקודש, בירושלים עיר הקודש, בהר הקודש, בבית הקדוש, בביהמ"ק השלישי, ובקדש הקדשים, ומתוך שמחה וטוב לבב.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ט, חלק א
- Id
- rh-c8c73s9f