Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחת ש"פ פקודי, ד' אדר שני ה'תשמ"ט
312משיחת ש"פ פקודי, ד' אדר שני ה'תשמ"ט
א. דעם שבת האָט מען מסיים געווען דעם ספר שני פון חמשה חומשי תורה — ספר שמות.
יעדער סיום אין תורה און אין קדושה בכלל דאַרף אַרויסרופן באַ דעם אידן (המסיים) אַ התעוררות מיוחדה צו מאַכן אַ חשבון צדק און אַ סךהכל פון זיין עבודה אין דער פאָריקער תקופה, ווי אויך זיך צוגרייטן צו דער נייער שטופּע (שלב) אין דער עבודה, וועלכער הויבט זיך איצטער אָן, בנדו"ד — די התחלה פון ספר ויקרא.
ווי מ'זעט דאָס אין די סיומים פון פאַרשידענע תקופות אין דעם לעבן (און עבודה) פון אידן: בסוף השנה — קומט חודש אלול, וועלכער איז דער חודש החשבוןא פון דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, ווען אַ איד דאַרף מאַכן אַ חשבון הנפש און אַ סך הכל פון זיין אויפפירונג במשך דעם יאָר, און אויך מאַכן די פּאַסיקע הכנות צו דעם נייער יאָר; באַם סוף פון יעדן חודש — איז ערב ראש חודש (וועלכער ווערט אָנגערופן „יום כפור קטן"ב) אַ פּאַסיקע צייט צו מאַכן דעם חשבון פון דער עבודה במשך דעם חודש, און זיך צוגרייטן צו דעם נייעם חודש; ערב שבתג (און אויך — שבתד) איז דער זמן פון חשבון הנפש און מאַכן אַ הכל פון דער וואָך, און הכנה צו דער נייער וואָךה; ביז אַז בכל יום — איז דער זמן לזה בסוף היום, בקריאת שמע שעל המטה, איידער „בידך אפקיד רוחי"ו.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַזוי איז אויך בשעת מ'איז מסיים אַ תקופה אין (לעבן מיט) תורהז — אַ ספר שלם בתורהח, וואָס יעדער ספר בתורה איז אַ באַזונדערט עניןי (ווי מ'זעט בפשטות אויך פון דעם תוכן פון יעדער ספר)יא313— איז זיכעריב אַ זמן המתאים צו מאַכן אַ חשבון הנפש און אַ הכל פון דעם אינהאַלט פון דעם ספר, זיין הוראה און עבודה, און זיך צוגרייטן צו די נייע קומענדיקע עבודה אין דעם ספר חדש.
יעדער זאַך אין תורה איז בתכלית הדיוק. דעריבער איז מובן, אַז דער (תוכן פון דעם) חשבון והכל בסיום ספר שמות און די הכנה צו דער עבודה שלאחרי זה, איז אָנגעוויזן אין דעם חלק בתורה גופא וואָס מ'לייענט און מ'לערנט בסיום ספר שמות — פרשת פקודי (וואָס זיין תוכן גלוי איז — חשבון וסך הכל), און דערנאָך — בתחלת ספר ויקרא, פרשת ויקרא. ווי ווייטער ערקלערט.
ב. אין ספר שמות (וועלכער איז אַ גאַנצער באַזונדער ספר בתורה, כנ"ל) שפּיגלט זיך אָפּ כללות עבודת האדםיג, מתחלתה ועד סופה:
די התחלה פון דעם ספר איז „ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה", די ירידה אין גלות מצריםיד, וואָס דאָס באַדייט (בעבודת האדם) — כללות ירידת הנשמה (בני ישראל) אין דעם (מצרים, לשוןטו) מיצר הגוף ומיצר העולם הזה הגשמי והחומרי.
ובהמשך לזהטז — וועגן דער שבירה און בירור פון (קליפת) מצרים דורך די עשר מכות, וואָס דאָס גייט אויף דער כללות העבודה פון מברר ומזכך זיין — אויסאיידלען — גשמיות וחומריות העולם; ביז — דאָס ברענגט צו יציאת מצרים, באַפרייט ווערן פון דעם עול השעבוד פון די מיצרים וגבולים פון וועלט, אַלס הכנה צויז — „תעבדון את האלקים על ההר הזה"יח, מתן תורהיט, וואָס דעמולט איז בטל געוואָרן די גזירהכ פון עליונים לא ירדו למטה ותחתונים לא יעלו למעלה, ואני314המתחיל — וירד ה' על הר סיניכא און האָט געגעבן תורה ומצוות, צוזאַמען מיט דעם כח צו מאַכן פון דער גשמיות'דיקער וועלט (אַ חפצא של) קדושה, און אויספירן תכלית בריאת כל העולמות — צו מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתוניםכב.
ביז — די שלימות בזהכג דורך „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם"כד, אַז אידן האָבן געמאַכט אַ משכן פאַרן אויבערשטן, אָנהויבנדיק דורך זייער עשי' ומלאכה פון ברענגען נדבות המשכן, פון דברים גשמיים שבעולם („זהב וכסף ונחושת גו'"כה), אַז מ'זאָל דערפון מאַכן דעם משכן פאַרן אויבערשטן, ווי דערציילט בפרטיות אין דעם המשך פון ספר שמותכו (ובפרט — בסיומו) וועגן דעם ציווי אויף עשיית המשכן וכלי המשכן. און דערנאָך וועגן דער עשי' בפועל.
ג. דערנאָך קומט מען צום סיום והמשך פון ספר שמות — פ' פקודי, וואו עס רעדט זיך בפרט וועגן דעם חשבון און סך הכל פון דער עבודה פון „ועשו לי מקדש"כז
— וואָס דערביי זעט מען בפשטות בגלוי ווי דער ענין פון חשבון וסהכל בסיום התקופה (ספר שמות) בתורה איז אונטערגעשטראָכן אין דעם חלק התורה בסיום ספר זה (כנ"ל סוס"א) —
ווי אַנגעוויזן אויך אין דעם נאָמען פון דער פרשה (וועלכער דייט אַן אויף'ן תוכן כל הפרשה) — „פקודי", ווי רש"י איז דאָס מפרש: „בפרשה זו נמנו כל משקלי נדבת המשכן לכסף ולזהב ולנחשת ונמנו כל כליו לכל עבודתו". דאָס הייסט: „פקודי" איז לשון מנין וחשבון, און „פקודי המשכן" איז דער חשבון הכל פון נדבות המשכן וכל כיו לכל עבודתו, ווי אויספירלעך אויסגערעכנט בהמשך הפרשה.
קומט אויס, אַז אין פ' פקודי, בסיום ספר שמות — מאַכט מען דעם חשבון והכל פון כללות העבודה וועגן וועלכע עס רעדט זיך אין דעם ספר (אַנהויבנדיק פון „ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה", יצי"מ, מתן תורה, וואָס די שלימות פון דעם אַלעם איז): „ועשו לי מקדש", בכדי עס זאָל זיין „ושכנתי בתוכם", אַ דירה לו יתברך בתחתונים.
און דערפון האָט מען דעם לימוד און הוראה בנוגע צו דער עבודה פון אַ אידן אין „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", בתוך כל אחד ואחדכח — אַז האַלטנדיק באַ דעם סיום התקופה בתורה (ווען מ'פאַרענדיקט ספר שמות), דאַרף אַ איד מאַכן און אָפּגעבן „פקודי המשכן" — אַ חשבון והכל פון כללות עבודתו אין315געבן און אָפּגעבן (לנדבת המשכן), און מאַכן פון אַלע זיינע גשמיות'דיקע זאַכן אַ משכן ומקדש פאַרן אויבערשטן, אַ דירה לו יתברך — אַ חשבון צדק ווי און אין וואָס פאַר אַן אופן ער האָט זיך אין דעם אויפגעפירט.
און דאָס דאַרף זיין אין אַן אופן פון „אלה פקודי"כט, „אלה" לשון גילוי — אַ קלאָרן און דייטלעכן חשבון, וועלכן מ'זעט בגלוי און מ'קען אויף דעם אָנווייזן באצבעו ואומר (זה, ובלשון רבים —) „אלה פקודי המשכן", פון דעם משכן לה' וואָס דער איד האָט געמאַכט.
ד. ובפרטיות יותר — ווי פאַרשטאַנדיק פון דיוק לשון רש"י, „בפרשה זו נמנו כל משקלי נדבת המשכן לכסף ולזהב ולנחשת ונמנו כל כליו לכל עבודתו":
דער חשבון אין דער עבודה הנ"ל (פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם") דאַרף זיין פון „כל משקלי נדבת המשכן", פון אַלע נדבות וועלכע אידן גיבן אָפּ צו דעם משכן,
וואָס זיי טיילן זיך „לכסף ולזהב ולנחשת": כללות חיי (ועבודת) האדם, אַזוי ווי כללות העולם וסדר השתלשלות (כל העולמות), טיילן זיך אויף דריי דרגות: עידית (חלק הכי מובחר) — זהבל, בינונית — כסף, און זיבורית (חלק התחתון) — נחשת. ובסגנון אחר: ראש, תוך און סוף.
ובעבודת האדם: צדיק בינונילא ורשעלב. ובעולמות: בריאה יצירה ועשי'לג.
ואע"פ אַז די דריי באַווייזן אויף דריי באַזונדערע סוגים צווישן אידן (און אין עולמות), איז אָבער פאַרשטאַנדיק אַז יעדער סוג (אויך אַ צדיק) האָט אין זיך בפרטיות אויך די דריי דרגות פון „זהב" „כסף" און נחשת" (עידית, בינונית וזיבורית) לויט זיין ערך: מצד זיין עבודה אין וועלט (וואו עס געפינען זיך די אַלע דריי דרגות), און אויך אין זיין עבודה פרטיתלד: דער חלק העבודה מיט זיינע כחות נעלים, די עבודה מיט די כחות316בינונים, און די עבודה מיט די כחות תחתונים.
און וויבאַלד אַז כללות חיי האדם וסדר השתלשלות טיילט זיך אין די דריי סוגים — דעריבער זיינען זיי כולל די עבודה פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", אַז אַ איד זאָל אָפּגעבן (מנדב זיין) פון זיינע „זהב" „כסף" און „נחשת" פאַר דעם משכן לה'. און דערנאָך — מאַכן דעם חשבון וסךהכל בזה — „נמנו כל משקלילה נדבת המשכן לכסף ולזהב ולנחשת".
ה. דערנאָך איז רש"י ממשיך — „ונמנו כל כליו לכל עבודתו":
אין דער עבודה פון „ועשו לי מקדש" — ובהמשך לזה אין דעם חשבון וסךהכל פון דער עבודה — איז ניט גענוג (מאַכן דעם חשבון נאָר פון) די „נדבת המשכן" פון זהב וכסף ונחשת — די נדבות וואָס ער גיט אָפּ פון זיין רכוש (זיינע כחות און געלט וכיו"ב וועלכע דער אויבערשטער האָט אָפּגעגעבן ברשותו), אָבער אים איז ניט נוגע וואָס מ'טוט מיט די נדבות (ער פאַרלאָזט זיך אַז אַ צווייטער וועט מאַכן דעם חשבון בנוגע לזה),
נאָר עס דאַרף זיין אויך „נמנו כל כליו" — ער דאַרף מאַכן אַ חשבון אויך בנוגע די כלים וואָס מ'מאַכט פון (דעם זהב וכסף ונחשת) פאַר דעם משכן, די „כלים" וואָס ער מאַכט פון זיך אַליין [כמבואר בספריםלו אַז יעדערער פון די כלי המשכן איז דאָ אין עבודת האדם (דער מזבח — כנגד הלבלז, וכיו"ב)] און פון זיין חלק בעולם — אַלס הייליקע כלים פאַרן מקדש לה' (שבכל אחד. ואחד).
און נאָכמער: מ'קען מיינען אַז ס'איז גענוג דער חשבון פון די כלים וואָס מ'מאַכט פון די נדבות (אָבער בנוגע צו אויסנוצן די כלים בפועל — איז אַ באַזונדער חשבון דורך אַן אַנדערן). איז רש"י מוסיף „(כל כליו) לכל עבודתו": נוסף אויף דעם חשבון פון די כלים, דאַרף אויך זיין דער חשבון בנוגע דער עבודה בפועל מיט די כלים (וואָס דעמולט איז דאָ דער „ושכנתי בתוכם"), ווי דערציילט בארוכה אין דער פרשה (אויך) די עבודות בפועל מיט די כלי המשכן — „ויתןלח את השולחן גו' ויערוך עליו ערך לחם גו', וישם את המנורה גו' ויעל הנרות גו', וישם את מזבח הזהב גו' ויקטר עליו קטרת וגו'".
ולהוסיף (ע"ד ובלשון החסידות), ע"פ המבואר בלקו"ת פרשתנולט — אַז די צוויי ענינים „אלה פקודי המשכן, משכן העדות", גייט אויף ו"ה (והנגלות) און י"ה (הנסתרות), אויך — מצות עשה ומצות לא תעשה. דאָס הייסט — אַז „כל עבודתו" פון אַ אידן (וואָס זיין נשמה איז כולל אין זיךמ אַלע אותיות פון שם317הוי'מא) איז כולל די עבודה בבחי' ו"ה — „עסק התורה והמצוות" בפועל, און בבחי' י"ה — בחכמה ובינהמב. ובכללות — עבודה גשמית (ווי ער איז פון — עובדי ה' בגופםמג), און עבודה רוחנית (עובדי ה' בנשמתםמג).
ו. ויש לומר, אַז נוסף צו דעם וואָס „אלה פקודי המשכן" (בסיום ספר שמות) באַדייט דעם חשבון וסך־הכל פון דער עבודה פון „ועשו לי מקדש" (וואָס ווערט דערציילט אין די פריערדיקע פרשיות) — קומט דורך דעם צו אויך אַ חידוש אין דעם עצם עבודה פון „ועשו לי מקדש". וואָס דעריבער איז דוקא אין דער פרשה — לאחרי החשבון והסךהכל — ווערט דערציילט וועגן הקמת המשכן בפועל, דורך וועלכע עס ווערט דורכגעפירט השראת השכינה למטה („ושכנתי בתוכם"):
בשעת מ'האָט נאָר דעם ציווי אויף נדבת ועשיית המשכן וכלי המשכן און אויך די עשי' בפועל, און ס'איז נאָך ניטאָ דער חשבון וסהכל פון „אלה פקודי המשכן" — זיינען אַלע פרטים אין משכן אַזוי ווי באַזונדערע חלקים, וואָס ווערן נאָך ניט פאַראיינציקט אַלס איין משכן לה' („ועשו לי מקדש" לשון יחיד); בשעת אבער „נמנו — אין איין סך־הכל — כל משקלי נדבת המשכן לכסף ולזהב ולנחשת ונמנו כל כליו לכל עבודתו", האָט דאָס פאַראיינציקט אַלע טיילן און פרטים פון דעם משכן, אַז די אַלע פרטים זיינען אַ טייל פון איין משכן להשם.
דער ענין אין עבודה: „פקודי המשכן" (וואָס איז מאחד אַלע פרטים אין איין מנין) באַדייט די עבודה מצד יחידה שבנפש, וואָס איז איין זאַך מיט יחיד שלמעלהמד, וואָס דורך דעם איז מען מגלה דעם פאַרבונד פון אַלע פרטים און אַלע כחות הנפש — זהב כסף ונחשת, און „כל כליו לכל עבודתו" — מיט יחידו של עולם, אַזוי אַז דאָס איז איין משכן אויף וועלכן דער אויבערשטער — ה' אחד — זאָגט „ושכנתי בתוכם".
ביז אַז מ'טוט אַזוי אויך אויף בכל העולם כולו ובכל סדר השתלשלות — וועלכע טיילן זיך אויף די דריי דרגות פון זהב וכסף ונחשת, אַז די גאַנצע וועלט און גאַנץ סדר השתלשלות, בכל הדרגות שבהם (זהב וכסף ונחשת, וכל כליו וכל עבודתו) — מלמעלה מעלה עד אין קץ ביז למטה מטה עד אין תכלית — ווערט פאַראיינציקט בגלוי (אלה) מיט יחידו של עולם, אַזוי אַז עס ווערט אַ דירה (לשון יחיד) לו יתברך.
ולאידך גיסא: בכדי מ'זאָל קענען ציילן (פקודי), דאַרף זיין ניכר די אויסגעטיילטקייט פון יעדער זאַך בפ"ע, דוקא דעמולט איז זיי שייך ציילן. דאָס הייסט: די אחדות וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם ציילן (אַז אַלע זאַכן זיינען אַ טייל פון איין סךהכל), איז ניט מבטל די מציאות הפרטים, נאָר אדרבה — דאָס נעמט זיי דורך, אַז נוסף צו דעם וואָס מ'האָט איין משכן (וועלכער באַ־318שטייט פון אַ ריבוי חלקים), ווערט נמשך אַ חשיבות וקדושה מיוחדת אין יעדער כלי לעצמו (נוסף צו דער קדושה כללית אַלס טייל פון קדושת המשכן בכלל)מה.
דאָס הייסט, אַז יחידה ויחידו של עולם (איז ניט שולל מציאות הפרטים, נאָר) דאָס ווערט נמשך און נעמט דורך אַלע פרטים ופרטי פרטים, ווי זיי שטייען אין זייער ציור.
און דאָס איז אין אַן אופן פון „אלה פקודי המשכן", אַז דאָס ווערט נמשך בגלוי (אע"פ וואָס יחידה מצ"ע איז בהעלם). און בגלוי אין אַלע פרטים ופרטי פּרטים.
ויש לומר, אַז דאָס (דער גילוי פון יחידו של עולם אין די פרטים) איז אויך נרמז אין דעם וואָרט „אלה (פקודי המשכן)": „אלה" איז בגימטריא ל"ומו, און צוזאַמען מיט די דריי אותיות (א' ל' ה') — איז דאָס ל"טמז, און מיט דעם כולל — מ"ם. וואָס דאָס איז מרמז אויף די „ארבעים מלאכות חסר אחת"מח האסורות בשבת. וכידוע דער דיוק בזהמט, פאַרוואָס שטייט „ארבעים מלאכות חסר אחת" און ניט „ל"ט מלאכות"? איז איינער פון די ביאורים בזהנ: עס שטייט ארבעים פעמים מלאכה אין תורה, נאָר די מלאכה הארבעים — דער „אחת" — האָט מען „מתיר" געווען, בכדי אַז אַ איד זאָל דאָס משלים זיין דורך זיין עבודהנא.
ובסגנון אחר: די וועלט מצ"ע איז באַשאַפן געוואָרן אין אַן אופן פון „ארבעים מלאכות חסר אחת" — די מלאכות שבעולם טיילן זיך אויף ל"ט — דאָרטן איז „חסר" דער גילוי השייכות פןו די מלאכות העולם מיט דעם „אחת", יחידו של עולםנב. און אַ איד דורך זיין עבודה דאַרף מגלה זיין אין די ל"ט מלאכות דעם „אחת".
ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער אויפטו פון „אלה פקודי המשכן", אַז דורך מאכן דעם חשבון וסךהכל (אחת)319פון כל נדבת המשכן בזהב וכסף ונחשת (עניני העולם) וכו' אַלס אַ משכן אחד פאַר ה' אחד — טוט מען אויף דעם גילוי פון „אחת" אין די ל"ט מלאכות שבעולם (וועלכע מ'לערנט אָפּ פון די ל"ט מלאכות אין משכןנג), אַזוי אַז עס ווערט „אלה" (עם הכולל) בגימטריא ארבעים.
וכל זה — בכחו של משה — „אשר פוקד על פי משה", ועד"ז בעבודת כאו"א — דורך דער משה שבקרבונד, וואָס איז מושל ושולט און פועל'ט אויף אים ביז — אין זיין עבודה בפועל.
ז. ועפ"ז איז אויך מובן די הוספה פון און אין „אלה פקודי המשכן" (בסיום ספר שמות) לגבי אלע פרשיות בספר זה שלפנ"ז, אָנהויבנדיק פון התחלת הספר — „ואלה שמות בנ"י הבאים מצרימה":
עולם מצ"ע איז אין אַן אופן פון „מצרימה", מיצר וגבול, וואָס איז „חסר אחת"נה. דוקא דורך דער עבודה פון אידן בספר שמות בכלל, ובפרט לאחרי מ"ת ביז זייער עבודה בעשיית המשכן, ביז שלימותה — „אלה פקודי המשכן" (ווען מ'פאַראיינציקט אַלע פרטים אין משכן, כנ"ל), זיינען זיי משלים דעם פאַרבונד פון די עניני העולם מיט יחידו של עולם.
ח. דערמיט איז אויך מובן, אַז לאחרי וואָס ס'איז דאָ דער „אלה פקודי המשכן" (די התאחדות פון כל נדבת המשכן וכל כליו לכל עבודתו) — קען דערנאָך זיין הקמת המשכן בפועל, כהמשך הפרשהנו: „ויהי בחודש הראשון באחד לחודש הוקם המשכן".
ובעבודה רוחנית: חודש ניסן בכלל איז פאַרבונדן מיט „ניסי ניסים"נז — אַ גילוי שלמעלה ממדידה והגבלה (ובספירות — בחי' הכתר), די דרגא פון דער „אחת" (מלאכה הארבעים)נח. ובחודש ניסן עצמו — „באחד לחודש", וואָס אותו יום נטל עשר עטרותנט — אין בחי' כתר (עטרה) עצמוס — עשר עטרות.
ביז — כהמשך וסיום הפרשהסא — „ויכס הענן את אוהל מועד וכבוד ה' מלא את המשכן" [כולל, בעבודה —320„מלא את המשכן" (ושכנתי בתוכם) בתוך של כאו"א], וואָס דאָס איז אַ גילוי פון „בחי' הכתר כמו שהוא במהותו ועצמותו"סב, און דערפאַר „ולאסג יכול משה לבוא אל אוהל מועד כי שכן עליו הענן גו'".
ט. בשעת מ'דערגרייכט דעם סיום הספר — לאחרי וואָס מ'האָט שוין געטאָן די עבודה פון כל ספר שמות, ביז דעם סיום שבזה — „אלה פקודי המשכן", דער חשבון וסהכל, פון דער גאַנצער עבודה (אַזוי ווי מ'טוט עס באַ דעם סיום פון יעדער תקופה אין לעבן, כנ"ל ס"א), און אויך הקמת המשכן בפועל — קען מען מיינען, אַז דערמיט האָט מען שוין פאַרענדיקט, און איצטער קען מען זיך „אָפּרוען".
אויף דעם האָט מען דעם לימוד פון דעם לעצטן פסוק ופרש"י בסיום הפרשה והספר — אַז דער סיום וסךהכל דאַרף אַרויסרופן נאָך אַ העכערע עלי', אַ נייער שלב אין זיין עבודה [אַזוי ווי יעדער סיום אין תורה און קדושה, איז ניט נאָר אַ סוף פון דער פריערדיקער מדריגה, נאָר דאָס איז אויך אַ הכנה, וועלכע ברענגט צו אַ העכערע נייע מדריגהסד]:
בסיום הפרשה (לאחרי וואָס די תורה דערציילט אַז „לא יכול משה לבוא אל אוה"מ כי שכן עליו הענן גו'") שטייטסה: „ובהעלות הענן מעל המשכן יסעו בני ישראל בכל מסעיהם גו', כי ענן ה' על המשכן יומם גו' לעיני כל ישראל בכל מסעיהם".
דאַרף מען פאַרשטייןסו: וואָס איז די שייכות צווישן דעם סדר המסעות (אַז דוקא „בהעלות הענן גו' יסעו גו'") מיטן תוכן הפרשה דאָ, וואו עס רעדט זיך גאָר וועגן דער השראת השכינה אין משכןסז?
וועט מען דאָס פאַרשטיין לויט דברי רש"י בסיום הפרשה: „בכל מסע שהיו נוסעים הי' הענן שוכן במקום אשר יחנו שם, מקום חנייתן אף הוא קרוי מסע כו', לפי שממקום החני' חזרו ונסעו לכך נקראו כולן מסעות".
די תורה איז מוסיף וועגן דעם ענין המסעות (לאחרי וואָס עס רעדט זיך וועגן השראת השכינה במשכן) בכדי לערנען, אַז אפילו בחנייתן, און אַ חני' ע"פ תורה, ביז אַז „כמאן דקביע להו דמי"סח, און נאָכמער — „הי' הענן שוכן במקום אשר יחנו שם" (ביז בחי' הכתר במהותו ועצמותו) — וואָלט לכאורה געקענט זיין אַ קס"ד, אַז מ'קען דערביי בלייבן רוען און שטיין, וואָרום מ'האָט דערגרייכט תכלית השלימות; לערנט תורה, אַז (אויך בשעת החני' זאָל מען וויסן אַז) דערנאָך וועט זיין „ובהעלות הענן גו' יסעו גו'", עס דאַרף ווייטער זיין אַ נסיעה ועלי' צו נאָך אַ העכערע מדריגה.
און נאָכמער: עד כדי כך פאָדערט זיך דער ענין הנסיעה, אַז אויך „מקום חנייתן אף הוא קרוי מסע, לפי שממקום321החני' חזרו ונסעו לכך נקראו כולן מסעות": אויך בשעת די חני' עצמה — און בכל החניות („כולן") — אַ חני' קטנה אָדער אַ חני' גדולה, אפילו די חני' אחרונה מעבר לירדן, מיט וועלכע עס האָט זיך געענדיקט די מסעות אין מדבר, און איצטער באַזעצט מען זיך שוין אין ארץ ישראל, ארץ נושבתסט — דאַרף אַ אידן פילן „שממקום החני' חזרו ונסעו", ביז אַז די חני' עצמה „קרוי מסע", ווייל זי (איז ניט נאָר אַן אפרו, אַ סוף, נאָר) זי באַקומט דעם אינהאַלט פון אַ נסיעה (צו גיין העכער).
און דער טעם אויף דעם איז — וואָרום דאָס איז „חנייתן", אַ חני' פון אַ אידן — וואָס ביי אַ איד מאָנט זיך אַז ער זאָל שטענדיק זיין אַ מהלך, מחיל אל חיל, ביז — בהליכה אמיתית וועלכע איז שלא בערךע.
דערפון איז אויך דער לימוד בחיי יום יום פון אַ אידן: אפילו בשעת אַ איד רוט זיך אָפּ — און ע"פ תורה דאַרף זיך אַ איד מזמן לזמן אָפּרועןעא — דאַרף ער בשעת מעשה וויסן און פילן אַז דערפון דאַרף זיין „חזרו ונסעו", נאָך העכער, ביז אַז אין דער חני' עצמה איז נרגש אַז דאָס איז אַ (חלק פון דער) נסיעהעב.
י. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו דער עבודה בסיום ספר שמות:
לאחרי וואָס מ'האָט פאַרענדיקט די עבודה פון עשיית והקמת המשכן, כולל דעם חשבון וסהכל („אלה פקודי המשכן") וואָס קומט בסיום תקופה זו, און ס'איז שוין אויך געוואָרן „כבוד ה' מלא את המשכן" — קומט גלייך דער לימוד, אַז צוזאַמען דערמיט דאַרף מען דערביי ניט בלייבן רוען (חני'), נאָר עס דאַרף גלייך זיין אַ מסע צו נאָך אַ העכערן, נייעם שלב ומדריגה — אַ נייער ספר אין תורה (ספר ויקרא). און נאָכמער: דער ענן ה' אַליין איז „מכריח" און שטופּט אידן צו גיין העכער — „ובהעלות הענן גו' יסעו".
ווי ס'איז געווען אין דעם המשך המאורעות גופא: צוליב דעם וואָס „כבוד ה' מלא את המשכן" איז „לא יכול משה לבוא אל אוהל מועד כי שכן עליו הענן", וואָרום „שכן עליו הענן" איז „המשכת והשראת אור א"ס ממקום עליון ונורא מאד שנאמר בו ישתעג חשך סתרו כו' שלא שייך בו שום גילוי השגה כו'"עד;
דערנאָך — אין התחלת ספר ויקרא — איז געווען אַן עלי' צו נאָך אַ העכערער מדריגה, אַז דורך „ויקרא אל משה" — האָט די קריאה אויפגעטאָן אַז ער זאָל (קענען) אַריינגיין אין אוהל322מועדעה, און מקבל זיין דעם גילוי אויך פון בחי' ישת חושך סתרו, פון ספירת הכתר, וואָס אויף דעם איז מרמז דער אל"ף פון ויקרא (אל"ף אותיות פלאעו — בחי' כתר)עז, עכ"פ ווי דאָס שטייט אין אַן „אל"ף זעירא"עח.
ויש לומר, אַז דאָס ווערט דערנאָך אַ כלי צו מקבל זיין אויך פון כתר במהותו ועצמותועט.
און די כלי לזה איז דורך דעם וואָס באַ משה'ן איז צוגעקומען (לאחרי השלימות שלו של הקמת המשכן) דער תכלית הביטול (אַז „לא יכול לבוא"), בבחי' אל"ף זעירא, ביי אים איז געווען אַ „לב נשבר ונדכה" און ער איז „צוגעקומען צו דער העכסטער דרגא פון ענוה (דערפאַר) שטייט ויקרא מיט אַן אל"ף זעירא"פ. און דעריבער איז דאָס — דער „דכא ושפל רוח" — געווען די כלי אויף „מרום וקדוש אשכון"פא — עצם הכתרפב, מרחב העצמיפג, וואָס איז אויך ווי אַ נקודה (זעירא), למעלה מגילוי והתפשטותפד.
יא. דערפון איז אויך דער לימוד בנוגע צו יעדער איד'ן — וואָרום „התורה היא נצחית ושייך בחינות אלו גם עכשיו"פה, ובפרט מצד „בחי'פו אתפשטותא דמשה בכל דרא (שהיא) בחי' הביטול שיש בכל אדם שהוא מבחי' משה" — אַז דורך עסק בלימוד התורה — „ממשיךפז מבחי' המקיף דישת חשך סתרו שהוא חשך והעלם להיות נמשך בבחי' אור וגילוי, וע"ז נאמרפח ותורה אור, להיות אור א"ס שורה למטה כמו למעלה כו', שמעצמיות המקיף מאיר הארה גדולה ועצומה בבחי' פנימית כו'".
ובפשטות: יעדער איד (דורך דעם משה שבקרבו) בכל זמן ובכל מקום, אויך בזמן הגלותפט, האָט בכח אַז צו אים323זאָלן נתגלה ווערן די העכסטע גילויים. ואין הדבר תלוי אלא ברצונו — צו אַראָפּנעמען דעם הסתר פון דעם נה"בצ, דורך צוגעבן אין זיין עבודה בתורה ומצוות — איז דער אויבערשטער צו אים מגלה די העכסטע ענינים [און ס'איז ברור אַז בכל מסיבה פון אַ ריבוי אידן — זיינען פאַראַן כמה וכמה וועלכע האָבן גילויים הכי נעלים], און אפילו אויב מ'פילט דאָס ניטצא — איז דאָס ניט משנה די מציאותצב, ביז אַז דאָס פועל'ט אויף אים אויך בגשמיות.
— דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז באַ יעדער איד זאָל נתגלה ווערן די גרעסטע גילויים, ביז אין זיין חכמה בינה ודעת, און אין זיינע מדות, ביז אין מחשבה דיבור ומעשה, און מ'זאָל זוכה זיין דאָס אויך פילן — אפילו אויב מ'פאַרשטייט עס ניט, כידוע אַז לפעמים פילט מען אַז מ'ווערט אויפגעהויבן צו אַ הויכע מדריגה און מ'פאַרשטייט ניט ווי מ'איז „געקומען" אַהינצו לאחרי וואָס מ'האָט דערצו ניט געהאַט הכנות — אַ גילוי ואתעדל"ע מבחי' מקיף דמקיף (שלמעלה אפילו מאתדעל"ע הבאה ע"י אתעדל"ת), מעין, אָדער עכ"פ ע"ד דער גילוי פון „ויקרא אל משה"צג.
יב. לאידך גיסא דאַרף מען באַוואָרענען, אַז לאחרי וואָס מ'באַקומט אין דעם ספר חדש בתורה (ספר ויקרא) אַזאַ גילוי נעלה פון „ויקרא אל משה" וואָס ערמעגלעכט אַז מ'זאָל קענען אַריינגיין אין אוהל מועד הערן דבר ה' (די נסיעה וואָס לאחרי החני', ביז אַז דער מקום החני' קרוי מסע) — קען מען זיך „פאַרלירן" מתוך התפעלות והתלהבות, און מיינען אַז ס'איז גענוג מ'זאָל נתעלה ווערן אַלץ העכער, און דערביי ניט האָבן קיין חני'.
אויף דעם האָט מען דעם לימוד פון פרש"י אויף „ויקרא אל משה", אַז עס זיינען געווען הפסקות. „ומה היו הפסקות משמשות, ליתן ריוח למשה להתבונן בין פרשה לפרשה ובין ענין לענין [און רש"י איז מוסיף אַ לימוד דערפון לכאו"א!], ק"ו להדיוט הלומד מן ההדיוט":
אפילו ווען עס רעדט זיך וועגו משה רבינו, ווי ער הערט און לערנט תורה פון דעם אויבערשטן, און נאָך אין אַ דרגא פון אוהל מועד (גילוי מבחי' ישת חשך סתרו) — מאַכט דער אויבערשטער ניט קיין נס, אַז משה זאָל קענען אַלץ קולט זיין אָן קיין הפסקה, נאָר ער מאַכט הפסקות אין דעם דיבור [און אַזוי ווערט עס באופן נצחי], כדי „ליתן ריוח למשה להתבונן בין פרשה לפרשה", ער זאָל ניט אויסגיין פון התפעלות, און אויך ניט מיינען אַז ער דאַרף דאָס ניט פאַרשטיין בהבנתו והשגתו (און דער324עיקר איז נאָר דער גילוי פון דבר ה'), נאָר ער דאַרף זיך זעצן בהתיישבות להתבונן אין דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט כדי ער זאָל דאָס פאַרשטיין און דאָס זאָל זיך ביי אים אָפּלייגן און נקלט ווערן אין זיין שכל. ביז אַז תורה נקראת על שמוצד. און ערשט דערנאָך — קומט נאָך אַ דיבור.
„ק"ו להדיוט הלומד מן ההדיוט": אַמאָל צוליב דער געשמאַק און די קדושה פון אַ פירוש נפלא אין תורה, קען מען מצד רוב התפעלות נתבלבל ווערן און ניט משים לב זיין (כדבעי) צו געהעריק פאַרשטיין דעם ענין.
וע"ד דער פתגם וואָס מ'דערציילט בשם חסיד, אַ משכיל אין חסידות, וואָס אַמאָל לערנענדיק אַ מאמר חסידות, האָט ער מרוב ההתפעלות אַ געשריי געטאָן (בלי שום קשר צו דעם לימוד לפניו ולאחריו): הייליקע ווערטער. ניט פאַרשטאַנדיק! . . .
דאַרף מען וויסן, אַז דאָס זיינען הייליקע ווערטער, אָבער צוזאַמען דערמיט — נאָכדעם וואָס מ'האָט דאָס געגעבן אַ אידן (בכלל כל התורה של הקב"ה — וואָס איז מצ"ע ארוכה מארץ מדה ורחבה מני יםצה — אָבער „נתן לנו את תורתו"), וועלכער איז אויך באַשאַפן געוואָרן מיט אַ שכל — האָט ער בכחצו און האָט דעם חיוב (בפרט בנוגע צו תושבע"פצז) צו זיך אָפּשטעלן (ניתן ריוח) און צו האַרעווען און פאַרשטיין מיט זיין שכל די (הייליקע) ווערטער וואָס ער לערנט. ובפרט ווי חב"ד מאָנט — אַז מ'זאָל פאַרשטיין אַ זאַך בחכמה בינה ודעת.
ומובן, אַז דערביי איז ניט גענוג ער זאָל אָפּלערנען דעם ענין, און דערנאָך זאָגן אַ קאַפּיטל תהלים אַז דאָס זאָל נקלט ווערן ביי אים, נאָר דער עיקר דאַרף זיין — די יגיעה בפועל, און דעמולט האָט מען די הבטחהצח: יגעתי ומצאתיצט.
און די הוראה איז בהדגשה בנוגע צו מחנכים ומלמדים: מ'זאָל ניט יוצא זיין מיט אָפּלערנען אַן ענין מיט דעם תלמיד, און זיך פאַרלאַזן אַז דער אויבערשטער וועט ממלא זיין משאלות לבבו און ער וועט עס אַליין דורכהאָרעווען און פאַרשטיין, נאָר מ'דאַרף לייגן ספּעציעלע אַכט צו לערנען מיט דעם תלמיד אין דעם בעסטן אופן ביז אַז ער זאָל דאָס קענען פאַרשטיין בשכלו הוא, דורך לערנען אין אַן אופן פון „ליתן ריוח להתבונן בין פרשה לפרשה ובין ענין לענין" — אַ לימוד אין אַן אופן פון „ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם", „כשולחן הערוך ומוכן לאכול"ק (אַזוי אַז דאָס ווערט דם ובשר כבשרוקא ברוחניות, ביז — בגשמיותקב).
325יג. דער סיכום מכל הנ"ל בנוגע לפועל:
שטייענדיק אין דעם שבת ווען מ'איז מסיים (בציבור ובברכה לפני' ולאחרי' ובאמירת אמן) אַ ספר בתורה (שמות), און מ'הויבט אָן לייענען (בתפלת מנחה) אַ נייעם ספר (ויקרא) — איז אַ פּאַסיקע צייט פאַר יעדערן (סיי דער וואָס איז בדרגת זהב, אָדער כסף אָדער נחשתקג) צו זיך אַריינטראַכטן און מאַכן אַ חשבון צדק און הכל פון זיין עבודה במשך דער פאַרגאַנגענער תקופה, ובכללות — די עבודה פון „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", מאַכן פון אַלע טיילן פון זיין לעבן אַ משכן להשם, וואו דער אויבערשטער רוט.
און ניט נאָר אַ חשבון בנוגע צו זיינע נדבות לצדקה פאַר גוטע זאַכן, נאָר אויך בנוגע די כלים וואָס ער מאַכט פון זיין אייגענעם לעבן פאַר דעם משכן לה', און נאָכמער — אויך די עבודה בפועל מיט די כלים, כנ"ל בארוכה.
און ער שטעלט זיך דערביי ניט אָפּ, נאָר ער מאַכט שוין די הכנות, און דערנאָך איז ער נתעלה בפועל, צו שטייגן העכער און העכער אין זיין עבודת ה' פון „ועשו לי מקדש", ביז אַז ער „גייט אַריין" בפנימיות אין דעם אוהל מועד (בכח האתעדל"ע של ויקרא אל משה) — דורך זיין עסק בלימוד תורת ה'.
וביחד עם זה — איז ער מפסיקקד בין פרשה לפרשה, ליתן ריוח להתבונן און פאַרשטיין מיט זיין שכל וואָס ער לערנט, אַזוי אַז ער איז קולט בפנימיות די גילוייםקה.
וכשם ווי דער „אלה פקודי המשכן" דאַרף זיין בנוגע צו די אייגענע עבודה, אַזוי דאַרף מען אויך משתדל זיין זיך אַז אַנדערע זאָלן מאַכן דעם חשבון וסךהכל בנוגע צו זייער עבודה פון „ועשו לי מקדש", ביז אַז ממנה אורה יוצאה לכל העולםקו — מ'פועל'ט בכל העולם כולו (דורך משפיע זיין ביז אויך אויף אוה"ע בנוגע צו די שבע מצוות בני נחקז).
יד. ס'איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז ספּעציעל נוגע בענין שהזמן גרמא — שטייענדיק אין חודש אדר שני, בתוך השבועיים פאַר פורים — אַז מ'זאָל מאַכן די אַלע פּאַסיקע הכנות צו פורים, כולל — לערנען די הלכות פורים, און אויך — די דרושי פורים (בתורת החסידות), ובאופן של הבנה והשגה (כנ"ל), ביז אליבא דנפשי', אַז דאָס זאָל פועל'ן אויף דעם לומד ביז אין מעשה בפועל.
און אויך — די השתדלות בנוגע צו אַנדערע: זעען אַז יעדער איד ביז בכל326קצוי תבל (בגשמיות אָדער ברוחניות) זאָל האָבן כל צרכי החג און מקיים זיין אַלע מצוות פון פורים: מקרא מגילה, משלוח מנות איש לרעהו, מתנות לאביונים, סעודת פורים, שמחת פורים וכו'.
און מענין לענין — איז דאָס אויך מעורר אויף דעם ענין הצדקה בכלל (וואָס דאָס איז דער תוכן פון כמה מצוות דפורים), אַז במשך חודש אדר במיוחד זאָל מען נאָכמער מוסיף זיין אין צדקה.
טו. ויהי רצון, אַז דורך די אַלע הוספות הנ"ל אין מעשינו ועבודתינוקח, זאָל מען שוין גלייך זוכה זיין צו „הוקם המשכן", ובנדו"ד — דער ביהמ"ק השלישי, צוזאַמען מיט דער גילוי פון משכן משה, און דער אומקערן פון דעם „מקדש (ראשון ושני) שנתמשכן בשני חורבנין" (כנרמז אין „המשכן משכן — שני פעמים")קט, ומשה ואהרן עמהםקי,
און מ'וועט לערנען „תורה חדשה מאתי תצא"קיא פון אוהל מועד, באופן של ראי'קיב, און צוזאַמען דערמיט — בהבנה והשגה אין די פרטים וכו',
און מ'וועט עולה זיין, גיין — „מחיל אל חיל יראה אל אלקים בציון"קיג.
און דאָס אַלעם — תיכף ומיד ממש, אַזוי אַז עס ווערט „מיסמך גאולה לגאולה"קיד, אָבער אין אַ פאַרקערטן סדר: פריער קומט די גאולה האמיתית והשלימה, און (דאָס איז „מיסמך" צו) דערנאָך גאולת פורים תשמ"ט, אַז מ'פּראַוועט אַ פריילעכן און פייער'דיקן פורים, און דערנאָך — גאולת פסח, וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאותקטו, נפלאות אפילו בערך צו די נפלאות ביציאת מצריםקטז.
ומתוך שמחה וטוב לבב, ושמחת עולם על ראשםקיז.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ט, חלק א
- Id
- rh-jgmymmxx