עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ יתרו, כ"ב שבט ה'תשמ"ט — יום היארצייט־הילולא הראשון של

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

225משיחות ש"פ יתרו, כ"ב שבט ה'תשמ"ט

יום היארצייט־הילולא הראשון של

הרבנית הצדקנית מרת חי' מושקא נ"ע זי"ע

א. עס זיינען פאַראַן פאַרשידענע דינים ומנהגי ישראל וועלכע מ'טוט אין אַ יאַרצייט — לזכרון ולעילוי הנשמהא.

כאָטש עס האָבן זיך געענדיקט די הנהגות (והגבלות) פון די ערשטע י"ב חודשב, פונדעסטוועגן, געדענקט מען וועגן דעם אויך דערנאָך, און ווען עס קומט דער יום בשנה פון דער הסתלקות (והימים האלה נזכרים ונעשיםג) צייכנט מען אויס דעם טאָג און מ'פּראַוועט דעמולט דעם יאָרצייט — דורך אמירת קדיש און תפלה לפני התיבה, ולימוד משניות והוספה בצדקהד ותורה בכלל וכו'א — לעילוי הנשמה — וועלכע ווערט דעמולט נתעלה צו אַ העכערע, שלא בערך העכערע, דרגא.

און נאָכמער: אויך נאַָכן יאָרצייט איז פאַראַן אַ המשך מזה, ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס מ'זאָגט „יזכור" כמה פעמים בשנהה, און בכלל — במשך כל הימיםו (נאָך דער הסתלקות) בלייבט אַ רושם והמשך דערפוןז ביז בנוגע להנהגה בפועלח,

ובלשון הכתובט — „והחי יתן אל לבו". הגם אַז דאָס שטייט אויף דעם זמן האבילות, איז דאָס אָבער אַ מילתא בטעמאי וואָס איז שייך בכל הזמנים (ניט נאָר בזמן האבילות)יא: דער טבע פון אַ מענטש אַ בר־שכל איז, אַז ער טראַכט אַריין אין די זאַכן וואָס פּאַסירן מיט אים און אַרום אים און לערנט דערפוןיב, עאכו"כ בשעת עס פּאַסירט מיט226אים אַן איבערראַשענדע זאַך (בעניננו — אַ הסתלקות פון אַ קרוב כו'), רירט דאָס אים אָן שטאַרקער און דאָס איז אים מעורר עס זאָל ביי אים זיין טיפער דער „יתן אל לבו"ז — און דאָס זאָל אים ברענגען צו מוסיף זיין אין עבודת ה', בכל עניני תורה ומצוותי', א. ז. וו.

ב. בפשטות לערנט מען, אַז די מנהגים און ענינים וואָס מ'טוט בקשר מיט אַ יאַרצייט (וההמשך לזה) — איז דאָס לעילוי ולזכר הנשמה, בכדי די נשמה זאָל נתעלה ווערן העכער און העכער אין גן עדן.

אָבער יש לומר, אַז אין דעם איז פאַראַן נאָך אַ (גרעסערער) ענין, כדלקמן. ויש לומר, אַז מ'קען עס פאַרשטיין פון דעם היינטיקן יאָרצייט (הראשון) — הן מצד די שיעורי תורה פון דעם טאָג, און הן מצד דעם תאריך היום (כ"ב שבט), והן מצד דעם מאורע מיוחד פון דעם יארצייט במיוחדיג, ווי מרומז אויך אין איר נאָמען און איר עבודה, און וויבאַלד די אַלע זאַכן קומען צוזאַמען — איז דאָס זיכער בהשגחה פרטית, און זיי האָבן צווישן זיך אַ שייכות.

ג. אין היינטיקן שיעור רמב"ם [לויט דעם מנהג שהולך ומתפשט צו לערנען ספר הרמב"ם ג' פרקים ליום] לערנט מען (אין הלכות שבתיד): „המבעיר כל שהוא חייב, והוא שיהא צריך לאפר".

דער לימוד דערפון אין עבודת ה' [ווי דער רמב"ם שרייבטטו אַז „רוב דיני התורהטז כו' לא ניתנו אלא לתקן הדיעות וליישר כל המעשים"] — ובהקדים:

די ל"ט מלאכות (האסורות בשבת) זיינען די מלאכות וואָס מ'האָט געטאָן אין משכן. דערפון איז מובן, אַז די ל"ט מלאכות זיינען די כללות'דיקע און עיקריות'דיקע עבודות פון אַ אידן (וואָס רוב עבודתו איז בימי החוליז) אין מאַכן פון דער וועלט אַ דירה משכן ומקדש לה'יח, „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם"יט, און דאָרטן דינען דעם אויבערשטן (וואָס דאָס איז די תכלית וכוונה פון עבודת האדם)כ.

און די תנאים אין הלכות שבת אין דעם גדר פון אַ מלאכה (אסורה בשבת, דערפאַר וואָס דאָס איז אַ מלאכה אין משכן) — גיבן אַרויס אין וואָס עס באַשטייט די מלאכה (עבודה) פון אַ אידן227אין מאַכן חלקו בעולם אַ משכן לה'כא (משא"כ אַ מלאכה אויף וועלכע מ'איז פטור בשבת, באַווייזט אַז דאָס איז ניט קיין עבודה בשלימות).

אַזוי איז אויך בנוגע לעניננו, אַז „המבעיר" דאַרף זיין „צריך לאפר" — ווייל די עבודה פון אַ אידן (אין דעם משכן לה') דאַרף זיין צוליב אַ תועלת אין דעם משכן, צוליב אויפטאָן, אַ תיקון ובירור וכו'.

והענין:

די עבודה (עבודה עיקריתכב) פון אַ אידן (אין זיין משכן ומקדש לה') באַשטייט אין „המבעיר" — ער דאַרף „אָנצינדן" זיך אַליין און זיין גאַנצע סביבה מיט אַ ג־טלעכן פייער פון קדושה, אהבה כרשפי אש (לית פולחנא כפולחנא דרחימותאכג), „אשכד תמיד תוקד על המזבח לא תכבה"כה, זיך מקריב זיין ווי אַ „קרבן", אַן „עולה תמימה" לה', דורך דעם אש האלקי שבאהבה שבלבו העולה למעלה ו"מתלהט ומתלהב בתשוקה ורשפי אש אליו ית' כו', האהבה דבכל לבבךכו להיות הלב מלא באהבת ה' כו'"כז.

ובכללות — איז דאָס די עבודה פון מסירת נפש: ער גיט זיך אינגאַנצן אַוועק צו דעם (רצון פון דעם) אויבערשטן.

און די עבודה איז דורך „המבעיר (אפילו) כל שהוא": דערביי איז ניט נוגע כמות, יעדער איד האָט אין זיך אַ ניצוץ פון דעם אש האלקי שבלבו, און „צריכים להעביר הניצוץ שיש ביסוד האש שבלב שיתגלה בבחי' גילוי ע"י שמנפחים כו'"כח. ווען ער צינדט אָן אַפילו אַ קליין פרט פון זיין לעבן מיט דעם אש אלקי, און אַפילו מיט אַ „קליין" פייערל (ניט קיין מדורה גדולה וכיו"ב) פון אהבה לה' — איז דאָס אַ מלאכה ועבודה גמורה. וכידוע אַז אין דער עבודה פון מס"נ איז די נקודת היהדות בשוה אין יעדער פרט, אַפילו אין אַ „כל שהוא".

דערביי איז אָבער דער תנאי, „והוא שיהא צריך לאפר": די הבערה (רצוא) דאַרף זיין ניט אַליין צוליב דער עלי'228(דער פייער), נאָר צוליב דער המשכה (שוב), צריך לאפרכט; דאָס אָנצינדן די אהבה כרשפי אש און איר עלי' למעלה בכלות הנפש איז ניט אַ תכלית פאַר זיך, ער דאַרף דערביי האָבן אַ צורך (נוצען) — דעם אפרל, אַ תועלת: פון דעם מס"נ זאָל ווערן אַ מציאות למטה, כולל אַז דער מבעיר האדם איז אַ נשמה בגוף (גייט ניט אויס בכלות הנפש), און טוט מיט דעם אפר. די מסירת נפש קומט אַרויס אין דער עבודה פון קיום התומ"צ במעשה בפועל בעוה"ז הגשמי.

ווי ער איז אַ נשמה בגוף ועוסק בתומ"צ, איז ער בבחי' אפר — דורכגענומען מיט מסירת נפש, זיין עסק בתומ"צ איז „בכל נפשך"כו; זיין גאַנצע מציאות איז אפר, „דורכגעברענט" (איבערגעמאַכט) פון דעם אש אלקי שבלבבו (אַזוי ווי אפר בפשטות איז „מהותו ועצמותו של העץ הנשרף כו'"לא, וואָס דורך דעם אש בלייבט דער אפרלב), אַזוי ווי אַ קרבן („עולה תמימה") שנקרב לה'לג.

[ועד כדי כך, אַז עס ווערט בדוגמא פון „אפרו של יצחק כאילו צבור על גבי המזבח"לד, וואָס דערפאַר „לא נאמרה זכירה ביצחק"לה] — דער כח המס"נ איז אַ רצון פנימילו פון אַ אידןלז, וואָס דאַרף ניט האָבן קיינע הכנות והתבוננותלח (ניט ווי אהבה ויראה וואָס דאַרף אַ התבוננות בדברים המביאים לידי זה), און דעריבער שטייט עס בגלוי ממש לפני הקב"הלט און מ'דאַרף אויף דעם ניט קיין זכרוןמ.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין דעם טעם אויף דעם: די העכסטע עבודה לכאורה איז, אַז אַ איד זאָל האָבן מסירת נפש און229עולה זיין למעלה מעלה אין דעם אש אלקי. אפילו אַז עס דאַרף אויך זיין די המשכה למטה — ווי קען מען זאָגן אַז די הבערה ועלי' אַליין איז ניט קיין מלאכה גמורה (אויב דאָס איז ניט „צריך לאפר")?

ד. ויש לומר דער ביאור בזה בהקדים אַן ענלעכע שאלה אין אונזער פרשה:

לאחרי וואָס די אידן האָבן געהערט די עשרת הדברות האָבן זיי געזאָגט צו משה רבינומא: „דבר אתה עמנו ונשמעה ואל ידבר עמנו אלקים פן נמות".

פאָדערט זיך הסברה: די העכסטע מדריגה צו וועלכע אידן קענען דערגרייכן, איז בשעת דער אויבערשטער באַווייזט זיך צו זיי אַליין און רעדט מיט זיי אַליין (בלי ממוצעים), ווי די אידן האָבן געבעטן „אינו דומה השומע מפי השליח לשומע מפי המלך", „רצוננו לשמוע מפי מלכנו כו' רצוננו לראות את מלכנו"מב, און דער אויבערשטער האָט ממלא געווען בקשתם, ווי די אידן האָבן דערנאָך געזאָגט (ווי דערציילט ע"י משה אין תורהמג) „הן הראנו ה' אלקינו את כבודו ואת גדלו ואת קולו שמענו מתוך האש, היום הזה ראינו כי ידבר אלקים את האדם וחי".

איז פאַרוואָס האָבן די אידן דערנאָך געזאָגט „דבר אתה עמנו ונשמעה ואל ידבר עמנו אלקים" — צוליב דעם חשש „כימד תאכלנו האש הגדולה הזאת אם יוספים אנחנו לשמוע את קול ה' אלקינו עוד" — ווען זיי האָבן ערשט געזען ווי דער אויבערשטער רעדט מיט זיי און זיי זיינען „וחי"?!

און נאָכמער: דער אויבערשטער האָט אויף די רייד זייערע געזאָגט משה'ןמה „שמעתי את קול דברי העם הזה אשר דברו אליך היטיבו כל אשר דברו, מי יתן והי' לבבם זה להם ליראה אותי גו'"!

ה. וי"ל דער ביאור אין דעם:

תכלית וכוונת כל הענינים איז — עס זאָל זיך אויספירן דער נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתוניםמו, אַז די וועלט זאָל זיין אַ דירה פאַר דעם אויבערשטן.

וואָס דער כח לזה האָט זיך אויפגעטאָן (בעיקר) באַ מתן תורה, ווען ס'איז בטל געוואָרן די גזירהמז פון עליונים לא ירדו למטה ותחתונים לא יעלו למעלה: אויך פאַר מתן תורה האָט מען געלערנט און מקיים געווען תורה ומצוותמח, ביז אַז „תורה קדמה לעולם"מט, אָבער דעמולט זיינען תורה און וועלט געבליבן צוויי „באַזונדערע" זאַכן;

מתן תורה האָט אויפגעטאָן אַז תורה ומצוות זאָל נמשך ווערן למטה, און דורכנעמען און מזכך זיין גשמיות העולם, אַזוי אַז די וועלט זאָל ווערן אַ דירה להשם, אַ חפצא של קדושה.

230און דאָס איז געקומען דורך דעם וואָס באַ מ"ת איז נתגלה געוואָרן עצם התורה („חמודה גנוזה"נ) ווי דאָס איז פאַרבונדן מיט עצמותו ית', דערפאַר האָט דאָס געהאַט בכח צו אויך נמשך ווערן למטה און געבן דעם כח אויף דורכנעמען גשמיות העולם. משא"כ די תורה וואָס מען האָט געלערנט לפני מ"ת איז „ריחות היו"נא, תורה שבערך להבריאה.

דאָס הייסט: וויבאַלד אַז „נתאווה" השם עס זאָל זיין אַ דירה בתחתונים, וועלכער איז העכער און איז די סיבה אויף אַלע ענינים, אַלע השפעות והארות כו' וכל סדר השתלשלות, איז מובן, אַז אַלע ענינים, אפילו די העכסטע עליות וגילויים וואָס זיינען געווען באַ מ"ת, איז כוונתם — צו אויספירן דעם נתאוה הקב"ה עס זאָל זיין אַ דירה בתחתונים.

און דעריבער, אויב ס'איז דאָ אַ גילוי פון „מלכנו" וואָס אין אים הערט זיך ניט די כוונה (די המשכה למטה) — איז דאָס ניט די אמת'ע שלימות, ביז אַז דאָס איז אפילו ניט אַן עלי' בשלימות, וואָרום ווען איז די עלי' פון אידן אַן אמת'ע עלי', ווען דאָס ווערט נמשך למטהנב.

ובסגנון אחר: די המשכה למטה איז נוגע ניט נאָר צו דעם מקבל וואָס געפינט זיך למטה, נאָר אויך צו דעם גילוי שמלמעלה. וואָרום דוקא דורך דעם וואָס די המשכה קומט אָן למטה און נעמט דורך דעם תחתון, פירט זיך דורך שלימות הכוונה, כנ"ל.

און דערפאַר האָבן אידן געבעטן „דבר אתה עמנו ונשמעה ואל ידבר עמנו אלקים פן נמות" — הגם אַז זיי האָבן געזען אַז נאָכדעם ווי זיי האָבן געהערט „קול אלקים חיים מדבר מתוך האש" זיינען זיי געבליבן לעבן — ווייל דאָס וואָס זיי זיינען געבליבן לעבן איז עס געווען בדרך נס [ואמחז"לנג על כל דיבור ודיבור פרחה נשמתן, נאָר דערנאָך החזירן להן בטל תחי'].

און דעריבער האָבן זיי געבעטן „דבר אתה עמנו", אַז די המשכה מלמעלה זאָל זיין דורך משה'ן, דער ממוצע המחברנד אידן מיטן אויבערשטןנה, דוקא דורך דעם ברענגט זיך אַרויס שלימות הכוונה.

דוקא אין דעם באַשטייט תכלית וכוונה פון תורה ומצוות (וועלכע זיינען געגעבן געוואָרן באַ מ"ת) — עס זאָל זיין „וחינו בהם ולא שימות בהם"נז, דוקא נשמות בגופים (ובאופן פון „ונשמרתם מאד לנפשותיכם"נח), און ניט דורך העלאה בלבד „כי תאכלנו האש הגדולה הזאת גו'"נט.

231ו. עפ"ז קען מען אויך מבאר זיין דעם ציווי וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה'ן בסוף פרשתנו בהמשך גלייך צו מתן תורה און בקשת ישראל „ואל ידבר עמנו אלקים פן נמות" — „מזבחס אדמה תעשה לי וזבחת עליו גו' ואם מזבח אבנים תעשה לי גו', ולא תעלה במעלות על מזבחי אשר לא תגלה ערותך עליו".

דלכאורה: בשעת דער כהן איז עולה על המזבח להקריב קרבן לה', איז ער זיכער נתעלה געוואָרן, האָט געדאַרפט ווערן אַ מציאות, ע"ד קודם החטא ובמילא — ולא יתבוששוסא, איז ניטאָ דער חשש פון „תגלה ערותך"? נאָר די כוונה במ"ת פון עבודת ה' איז, עס זאָל זיין אַ מציאות האדם חי באמירתם נעשה ונשמע, און באַ אידן דורך עבודתם זאָל זיין „לא תעלה במעלות על מזבחי", בכדי „לא תגלה ערותך עליו". וי"ל דאדרבה — דורך דעם קומט צו נאָך אַ מצוה אין תורה (וואָס וואָלט ניט געווען לולא דער מציאות פון „ערותך").

ועד"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דער המשך פון דער פרשה שלאחרי זה — וואו עס ווערט דערציילט וועגן „ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם", וואָס די משפטים זיינען רובם דינים ומצוות פאַרבונדן מיט דברים וענינים גשמיים (די עבודה בפועל פון מאַכן אַ דירה בתחתוניםסב), ביז ענינים בלתי רצויים (גניבה, ודיני עבדות, נזקי נפש וכיו"ב); אָבער ביחד עם זה איז „מה הראשונים מסיני אף אלו מסיני"סג, ביז אַז „ואלה מוסיף על הראשונים", דורך דעם קומט צו אַ הוספה ועילויסד. און די משפטים זיינען פאַרבונדן מיט „תשים לפניהם", די העכסטע ענינים אין תורה, תשים מלשון סימה (אוצר)סה, ולפניהם — לפנימיותםסו, וביחד עם זה — ווי דאָס קומט אַראָפּ אין מציאות וסדר העולם — „סדורה בפיהם כו', כשלחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם"סג.

ז. ע"פ הנ"ל איז אויך פאַרשטאַנדיק דעם ענין אין רמב"ם, אַז די הבערה ועלי' אַליין איז ניט אַ מלאכה (אויב דאָס איז ניט „צריך לאפר") — ווייל די תכלית וכוונה פון אַלע ענינים איז — נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים, וואָס דער „נתאווה" איז די סיבה אויף אַלע השפעות והארות וכו', איז מובן, אַז אַלע דרגות אין עבודה, אפילו די העכסטע עליות פון מסירת נפש, איז שלימות כוונתם — צו אויספירן עס זאָל זיין אַ דירה בתחתונים.

און דעריבער, אויב ס'איז דאָ אַן עבודה (ווי „המבעיר") וואָס אין איר הערט זיך ניט אָט די כוונה („צריך לאפר") — איז דאָס ניט די אמת'ע מלאכה ועבודה,

ביז אַז דאָס איז אפילו ניט אַן עלי' בשלימות. ווען איז די עלי' פון „הבערה" אַן אמת'ע עלי'סז, דוקא ווען דאָס ברענגט אַ המשכה („צריך לאפר")נב.

232ח. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם ענין פון פּראַווען אַ יאָרצייט נאָך דער הסתלקות פון אַ נשמה למעלה:

בהשקפה ראשונה יש מקום לומר, אַז לאחרי וואָס ס'איז געווען די „הבערה" און אַ נשמה איז נסתלק געוואָרן אין דעם אש, און איז עולה מדרגא לדרגא בעילוי אחר עילוי — וויל זי גאָר ניט נמשך ווערן למטה, ובפרט אַז טבע הנשמה („נר ה' נשמת אדם"סח) איז צו עולה זיין למעלהסט.

דער אמת איז אָבער, ווי פאַרשטאַנדיק ע"פ הנ"ל, אַז „המבעיר" (העלאה) לעצמו איז ניט קיין תכלית, די כוונה ותכלית בזה איז — „שיהא צריך לאפר", אַז פון דער העלאה והסתלקות זאָל אַרויסקומען אַ המשכה למטה והשפעה למטה (נאָר דאָס איז אַ המשכה למטה וועלכע איז דורכגענומען „דורכגעברענט" מיט דער „הבערה" ועלי' באש אלקי), ווי עס שטייטע בנוגע צו דער הסתלקות פון אַ צדיק — אַז באַ דער עלי' הכי נעלית דעמולט איז „פועל ישועות (בחי' שע"ה נהוריןעא) בקרב הארץ" (למטה מטה) דוקא;

און וואָס העכער די עלי' למעלה — אַלץ מערער דאַרף זיין די המשכה למטה, וע"ד „צדיקאעב דאתפטר אשתכח בכולהו עלמין (גם בעולם המעשה) יתיר מבחיוהי"עג, ועד"ז: וואָס מערער די המשכה למטה — אַלץ גרעסער איז די עלי' למעלה.

און דער דיוק בזה: עס דאַרף זיין „צריך לאפר": ס'איז ניט מספיק די הנהגת הנשמה, נאָר זי פילט אַ „צורך", דער צורך — „לאפר", די המשכה למטה, ביז צו תכלית השלימות — דער צורך והשתוקקות צו צוריק יורד זיין אַלס אַ נשמה בגוףעד, וי"ל שהוא בדוגמא ווי נתאוה הקב"ה צו אַ דירה בתחתונים.

„צריך לאפר" מיינט בפשטות, אַז די נשמה וויל און דאַרף זיך משתוקק זיין — אַז דורך איר הסתלקות למעלה זאָלן קומען אַ הוספה אין פעולות טובות דאָ למטה בעוה"ז הגשמי, כולל על שם ולזכר הנשמה — הוספה בתפלה, בלימוד התורה ובנתינה לצדקה וכיו"ב. זיי קומען אַלס אַ תוצאה פון דער הסתלקות ועליית הנשמה (אַזוי ווי דער אפר איז אַ תוצאה פון שריפת העץ),

ובכלל — עס זאָל זיין דער „והחי יתן אל לבו", ניט צוליב די עליית הנשמה אַליין, נאָר צוליב די השפעה ופעולה למטה.

[ובפרט לאחרי ההוראה והציווי בספר קהלת (איינער פון די כ"ד ספרי קודש) „והחי יתן אל לבו", וואָס דעמולט באַקומט עס מעין דעם תוקף פון אַ ציווי התורה ווי לאחרי מתן תורה: נוסף לקיום דבר זה מצד שכל האדם (וואָס233דאָס איז געווען אויך קודם הציווי), קומט אין דעם צו (דורך דעם ציווי) דער כח ופעולת ההמשכה אין גשמיות העולם, „צריך לאפר", ביז אַז אין דעם איז תלוי אַז די עלי' („המבעיר") זאָל זיין בשלימות].

ובלשון חז"לעה: „יעקב אבינו לא מת, וכי בכדי ספדו ספדייא כו', אלא כו' מה זרעו בחיים אף הוא בחיים", דורך דעם וואָס „זרעו בחיים" (נשמות בגופים) ווערט אויפגעטאָן אַז „אף הוא בחיים".

ועפ"ז יש לומר דעם טעם פאַרוואָס מ'פאַרבינדט אמירת יזכור ביוהכ"פעו וכיו"ב (ועד"ז בפעולות בכיו"ב אין אַנדערע זמני השנה) מיט אַ נדבה לצדקה פאַר דעם נפטר — ניט נאָר צוליב עליית הנשמהעז (ווייל אי רק משום הא, האָט מען עס געקענט טאָן דורך אַ הוספה אין אַן אַנדער מצוה, ניט דוקא צדקה לעניים), נאָר ווייל עליית הנשמה איז פאַרבונדן מיט אַ המשכה למטה אין עוה"ז, און צדקה איז אַ מצוה וואָס קומט אַראָפּ אין גשמיות העולם ממש, ביז אַז זי איז „עיקר המצות מעשיות ועולה על כולנה", ווייל „אין לך מצוה שנפש החיונית מתלבשת בה כל כך כבמצות הצדקה כו'"עח. ועד כדי כך, אַז אפילו שטייענדיק אין יום הקדוש (יוהכ"פ), ווען מ'איז דומה למלאכיםעט (עלי' למעלה), ועאכו"כ אַז די נשמות שטייען דעמולט בעלי' הכי נעלית — פאַרבינדט מען הזכרת הנשמה דוקא מיט אַ המשכה פון צדקה למטה!

ועד"ז ווען עס קומט אַ יאָרצייט, וואָס דעמולט הויבט זיך אָן אַ נייע תקופה פון סדר עליית הנשמה שלא בערך (כמובן פון אמירת הקדיש ביום זה) — איז כשם ווי די עלי' חדשה איז „צריך לאפר", אויפטאָן אַ המשכה חדשה למטה, אַזוי זיינען אויך די מנהגים ופעולות („והחי יתן אל לבו") וואָס אַ איד טוט למטה בקשר מיט דעם יאַרצייט, פאַרבונדן מיט דער המשכה והשפעה למטה.

[ביז אַז דאָס ווערט אַ כלי אויף דער שלימות פון „והחי יתן אל לבו" — „חי העולמים שהוא משלם שכר לבר נש על כל פסיעה ופסיעה בגמילות חסדים"פ: דער אויבערשטער — ווי ער איז חי העולמים (מקור החיים של כל העולמות, וי"ל גם „חי העולמים" נצחיות, אלקות שלמעלה מעולמות) — איז ממשיך ומשפיע ברכה ושכר למטה מטה, און נוסף על — בכללות, אין פרטים ופרטי פרטים — „על כל פסיעה ופסיעה".

ועד"ז דאַרף זיין ביי דעם „והחי יתן אל לבו" פון אַ אידן, אַז דאָס דאַרף אַרויסקומען אין אַ השפעה והמשכה למטה אין פרטים ופרטי פרטים].

ט. דערפון איז אויך מובן בנוגע צו דעם היינטיקן יאָרצייט:

אע"פ וואָס ס'איז געווען אַ „הבערה" פון אַן אש אלקי און די נשמה איז אַרויף אין דעם אש, און איז עולה העכער און העכער,

234ובפרט אַז אויך אַלס נשמה בגוף — המדובר בצדקנית, און דערצו — בתו של כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, וכידוע אַז אַ בת האָט אַ שייכות מיוחדת מיט דעם אבפא, האָט זי אויך זכות אבי' (נוסף לזכות עצמה), און זייענדיק למטה האָט זי געטאָן עבודתה „כמצות רצונך", און באופן פון ילכו מחיל אל חילפב, בעילוי אחר עילוי,

ובמיוחד — עבודה מתוך מסירת נפש. וכמובן אויך פון דעם סיפור הידוע בנוגע צו חינוך בנותיו של כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז דער מלמד זייערער האָט געוואָלט אַלץ מלביש זיין אין שכל, זיי ניט דערשרעקן מיט מעשי נסים און מסירת נפש, האָט אים כ"ק מו"ח אדמו"ר געזאָגט, אַז אדרבה — אַ אידיש קינד דאַרף'ן אָנהויבן מחנך זיין דוקא מיט סיפורי מס"נ, און דוקא דאָס „לייגט זיך" ביי אַ אידיש קינד. ולהעיר: דער סיפור איז געווען בקשר מיט איר, איז פאַרשטאַנדיק אַז עס איז געווען בהדגשה דער חינוך באופן כזה — דורכגענומען מיט מסירת נפש וכו'.

עאכו"כ לאחרי ההסתלקות, ווען הנשמה איז עולה העכער און העכער. ובפרט אין דעם ערשטן יאַרצייט, ווען עס הויבט זיך אָן אַ נייער סדר העליות באופן שלא בערךפג —

איז די כוונה אין די עליות — „צריך לאפר", צוליב דער המשכה והשפעה בחיים גשמיים למטה.

וכמרומז אויך אין איר נאָמען — „חי'", וואָס שלימות החיים איז דוקא חיים גשמיים, וואָס דאָס טוט מען למטה פאַר דער נשמה — דורך דעם וואָס „מה זרעה בחיים אף היא בחיים".

ביז אַז דאָס קומט אַראָפּ אין דעם צווייטן נאָמען („מושקא") וואָס איז אַ שם בלע"ז, וועלכע ווייזט אויף דער המשכה למטה מטה, בלשון האומות כו'.

און אויך די גימטריא פון ביידע נעמען („חי' מושקא") איז — „עת", וואָס באַדייט התחלקות הזמןפד (אויף כ"ח עתיםפה, עת לדבר, עת לבנות גו'), וואָס דאָס באַווייזט אויף דער המשכה למטה מטה, אין הגבלת הזמן, וביחד ע"ז כמובן — אין הגבלת המקום.

ולאידך גיסא — איז די המשכה למטה מטה פאַרבונדן דוקא מיט כ"ח עתים, ביז אַ גילוי הכי נעלה — „כח אד'"פו.

י. ולהוסיף — ע"פ ההוראה ללמוד מוסר וכו' מכל דבר — אַז ענין הנ"ל איז מרומז אויך אין דעם תאריך פון דעם יאָרצייט — כ"ב שבט:

כ"ב מרמז און גייט בכ"מ אויף כ"ב אותיות התורה שבהן נברא העולם: אותיות זיינען פון לשון „אתא בוקר"פז, וואָרום דורך די אותיות ווערט אויך די235השפעה וחיות שלמעלה נמשך למטה; און כ"ב אותיות זיינען כולל אַלע המשכות והשפעות, שבהן נברא העולם (דורך די אותיות וחילופים ותמורות כו'פח).

און די כוונה בזה איז צו מגלה זיין בכל עניני העולם די כ"ב אותיות התורה שבהם (ובשבילהפט) נברא העולם. וואָס דאָס איז דער תוכן פון „שבט", (אויך) מלשון שבט (וממשלה), הממשלה ושליטה: דורך מגלה ומפרסם זיין אַז די גאַנצע וועלט נעמט זיך פון די כ"ב אותיות התורה, שבה נברא העולם, און דאָס איז מהוה די וועלט בכל רגע ורגע מחדשפח — ווערט דער ענין פון „שבט", „דבר מלך שלטון"צ, אַז אַ איד ע"י התורה איז מושל ושולט ומנהיג די וועלט.

כולל אויך דעם — עולם קטן זה האדםצא. די התבוננות בזה אַז דער מענטש — און ער בפרט — ווערט נתהווה בכל רגע מחדש ממש (פון די אותיות התורה), איז דער בעסטער „מוסר־זאָגער" אַז זיין נפש האלקית זאָל ווערן אַ „שבט" (מושל ושולט) אויף אים, ער זאָל טאָן וואָס דער אויבערשטער וויל!

יא. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו פּראַווען דעם יאָרצייט — אַז הגם דאָס איז פאַרבונדן מיט „אשת נעורים", מיט די הגדרות הקשורות בזה (כמבואר אין דער סוגיא במס' סנהדריןצב) — דאַרף זיין „צריך לאפר", די המשכה וואָס קומט דערפון אַרויס.

ובפשטות — דורך פאַרבינדן די הסתלקות מיט המשכת פעולות במעשה בפועל דאָ למטה בעוה"ז הגשמי, בזמן ומקום גשמי („עת"), כדלקמן.

ועפ"ז איז מובן אויך, אַז וויבאַלד די פעולות זיינען בכדי אויפטאָן אַ המשכה למטה, איז פאַרשטאַנדיק, אַז זיי זיינען ניט נאָר צוליב דער נשמה (אַז „מה זרעה בחיים אף היא בחיים"), נאָר אויך צוליב אידן וואָס געפינען זיך למטהצג, ווייל דורך דעם (וואָס „היא בחיים") טוט מען אויף אַז זי איז מבקש ומתפלל אין עולם האמת — אויף כל המצטרך, בגשמיות וברוחניות, ואריכות ימים ושנים טובות, מתוך בריאות הנכונה, בבני חיי ומזוני רויחי ובכולם רויחיצד.

יב. דער סיכום מזה — בנוגע לפועל:

שטייענדיק בהתחלת תקופה חדשה — דער ערשטער יאָרצייט און אָנהויבס פון דער שנה שני'צה לאחרי דער הסתל־236קות, וואָס דעמולט הויבט זיך אָן אַ נייער סדר עליות (נוסף צו די עליות שלפני זה) — דאַרף זיך דאָס אויסדריקן אין אַ חידוש אין דעם „והחי יתן אל לבו", צו מוסיף זיין באופן חדש אין אַלע החלטות טובות ופעולות, פאַרבונדן מיט אַ המשכה למטה בגשמיות העולם („צריך לאפר"), ובזה גופא — נוסף על ענינים ברוחניות, און נוסף על בגשמיות, אין גשמיות גופא — ביז גשמיות שבגשמיות. וכל זה — דורכגענומען „דורכגעברענט" מיט דער מסירת נפש און השפעה פון דער עלי' באש אלקי.

אָנהויבנדיק מיט אַ הוספה פון דעם חי למטה אין לימוד התורה און קיום המצוות, ובאופן — דוקא פאַרבונדן מיט עת — זמן ומקום גשמי: קביעות עתים לתורה בכל מקום — צו קובע זיין שיעורים ברבים אין לימוד החסידות און לימוד הנגלהצו, ובפרט אין די ערטער וואו עס זיינען דערוויילע ניטאָ שיעורי תורה.

און אין די שיעורים הקיימים מכבר — מוסיף זיין ומחזק זיין דעם לימוד, בכמות ובאיכות.

און פאַרבינדן די שיעורי תורה אויך מיט מעורר זיין אויף עניני יראת שמים בכלל, ובפרט — אין עבודת התפלה וקיום המצוות, כולל מצות צדקה — די ג' עמודים שעליהם העולם עומד וקייםצז.

אַזוי אויך — „והחי יתן אל לבו" אין אַ הוספה בכלל אין נתינת הצדקה, וואָס דאָס איז אַ מצוה וועלכע קומט אַראָפּ אין גשמיות העולם ממש (און דערפאַר פאַרבינדט מען דערמיט הזכרת הנשמות), כנ"ל.

עד"ז — מרבה זיין אין הקמת מוסדות על שמה ולזכותה, וואָס דאָס פאַרבינדט איר מיט אַ מקום ובנין גשמי פאַרבונדן מיט הפצת התורה והיהדות.

ונוסף על כל זה — אַז באַ יעדערן זאָל זיין דער „והחי יתן אל לבו", און באַווייזן אַז „זרעה בחיים" (וואָס דעמולט איז „היא בחיים"), דורך זיך אָפּלערנען פון איר הנהגה און זיך אויפפירן ברוחה כו', מתוך מסירת נפש.

ועאכו"כ דורך דעם וואָס מ'גיט אַ קינד אַ נאָמען נאָך איר, און מ'האָדעוועט דעם קינד ברוחה, וואָס דאָס איז בפשטות ממש דער ענין פון „מה זרעה בחיים אף היא בחיים"; און דורך דעם וועט צוקומען באַ דעם קינד אין חיים („חי'") בפשטות — אריכות ימים ושנים טובות.

יג. און דורך פאַרבינדן די נשמה מיט די פעולות והמשכות למטה, קומט צו אין ברכות ה' — „חי העולמים" — אין אַלע ענינים אין וועלכע אידן נויטיקן זיך, בפרטים ופרטי פרטים („כל פסיעה ופסיעה").

ביז דער ברכה הכי עיקריתצח — „ובא לציון גואל", „ונאמר אמן", וואָס אמן באַווייזט אויף דעם גמר הנצחוןצט, ביז — דער גמר ונצחון איבערן גלות.

237— ובפרט אַז מ'פאַרבינדט די הסתלקות אויך מיט אַ הוספה אין דער אחכה לו און די צפי' לגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, „דרךק כוכב מיעקב זה דוד וקם שבטקא מישראל זה מלך המשיח"קב, וואָס איז דוקא אַ גאולה גשמית לעיני בשר, לעיני כל בשר,

כולל די גאולה פון די נשמות שלמעלה (וואָס יש מקום לומר אַז דאָס איז גאָר די גרעסטע גאולה) דורך „והקיצו ורננו שוכני עפר"קג בתחיית המתים — ונעשים נשמות בגופים,

ונגלה כבוד ה' וראו כל בשר יחדיו כי פי ה' דיברקד, ולא יכנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריךקה,

ובכללות — אַז מ'זעט בגלוי ווי די חיות ומציאות פון כל העולם כולו נעמט זיך פון די כ"ב אותיות התורה (שבהן נברא העולם) און זיי זיינען מהוה דעם עולם בכל רגע ורגע מחדש, ומנהיגים (שבט) אותו.

וכל זה — תיכף ומיד ממש, ולא עכבן אפילו כהרף עיןקו, וכההלכהקז מיד הן (כל העולם כולו) נגאלין.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-c7shwad7

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#156 Sefer HaSichos ה'תשמ"ט, חלק א: one page per sicha · approved

Everything that belongs here