עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחת ש"פ תזריע, ג' ניסן ה'תשמ"ט

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

370משיחת ש"פ תזריע, ג' ניסן ה'תשמ"ט

א. אַזוי ווי חודש ניסן איז דער ראש און ראשון פון אַלע חדשים פון דעם גאַנצן יאָר, „החודש הזה לכם ראש חדשים ראשון הוא לכם לחדשי השנה"א — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער חודש אַנטהאַלט ספּעציעלע אָנווייזונגען וואָס זיינען אויך אַ גרונט־יסוד צו דער עבודה פון אַ אידן אין דינען דעם אויבערשטן במשך אַלע חדשים פון דעם יאָר (חדשי השנה).

איינע פון די הויפּט־אָפּלערנונגען קען מען אַרויסנעמען פון דעם נאָמען פון דעם חודש — „ניסן"ב (וואָס אַ נאָמען פון אַ זאַך בלשון הקודש באַווייזט אויף זיין אינהאַלטג):

די גמרא זאָגטד אַז אַ וואָרט מיט צוויי נוני"ן — ווי דער וואָרט „ניסן" — באַווייזט אַז „נסי נסים נעשו לו", „נוני"ן הרבה נסים רבים". וואָס דאָס איז מתאים מיט דעם תוכן פון חודש ניסןה — וואָס דעמולט האָט דער אויבערשטער אַרויסגענומען אידן פון מצרים מיט נסים ונפלאותו,

ביז אַז (ראש) חודש ניסן — דער „חודש הגאולה"ז — איז דער „ראש חדשים" און „ראשון" פון כל חדשי השנה בנוגע צו הנהגה נסיתח, די איבערנאַטירלעכע אויפפירונג פון דעם אויבערשטן מיט אידן (משא"כ חודש תשרי איז דער אָנהויבס און „קאָפּ" פון יאָר בנוגע צו הנהגה טבעית),

ווי ערקלערט אין ספריםט בביאור מאמר חז"לז „משבחר הקב"ה בעולמו קבע בו ראשי חדשים ושנים וכשבחר ביעקב ובניו קבע בו ראש חודש של גאולה", אַז „בחר הקב"ה בעולמו" איז פאַרבונדן מיט דער נאַטירלעכער אויפפירונג וואָס איז איינגעשטעלט געוואָרן אין דער וועלט (און דער „ראש" פון דער הנהגה איז אין חודש תשרי), און „בחר ביעקב ובניו" איז פאַרבונדן מיט דער הנהגה נסית וואָס דער אויבערשטער טוט צוליב אידן,

און דער „ראש" פון דער הנהגה איז „החודש הזה לכם" — חודש ניסן, דער חודש הגאולה, ווען דער אויבערשטער האָט אויסגעלייזט אידן פון (פאַרשקלאַפונג און קנעכטשאַפט צו) מצרים מיט371נסים גלוייםי, אַ גאולה וואָס איז געווען אוממעגלעך ע"פ טבעיא;

וואָס דאָס (יציאת מצרים) באַדייט אין אַ ברייטערן זין — די באַפרייאונג פון אידן (אַלע אידן און יעדער איד בפרט) פון באַגרענעצונגען (מצרים וגבוליםיב) פון טבע העולם, דורך „כל הנסים האלו (מיט וועלכע) הוציאנו מעבדות לחירות"יג.

און אין נסים גופא — ניט בלויז מיט איין נס, נאָר מיט „נסים" לשון רבים, און נאָכמער — „נסי נסים", ויש לומר אַז דאָס איז כולל אַלע סוגי נסיםיד, און: נוסף צו אַ ריבוי נסים בכמות, אויך — אַז יעדער נס איז אין אַן אופן פון „נסים" — נס בתוך נס.

ב. דער אונטערשייד צווישן טבע און נס איז פאַרשטאַנדיק פון זייער אָפּטייטש:

טבע איז פון לשון „טבעו בארץ שערי'"טו (אירע טויערן זיינען איינגעשלונגען געוואָרן אין דער ערד). דער טלעכער כח וואָס פירט אָן מיט דער הנהגה אין וועלט איז דאָרט באַהאַלטןטז („איינגעשלונגען"), אַזוי אַז אויבנאויפיק זעט אויס ווי עולם כמנהגו נוהג.

נס איז לשון רוממות והתנשאותיז, כמ"ש „ארים נסי"יח, „כמו הנס על ההרים"יט (אַ פאָן וואָס פליט אין דער הויך, אויף די בערג). אין הנהגה נסית איז דער כח פון דעם אויבערשטן אַנטפּלעקט. ביז (אַנטפּלעקט ניט נאָר על פני הארץ, היפך פון „טבעו בארץ", נאָר נאָכמער —) אַז מ'זעט ווי דאָס איז על ההרים, וואָס אַ הר איז למעלה פון שטח הארץ (והולך ונתגדל, בבחי' צומח שבארץכ), און אַ נס איז על ההרים — העכער פאַר די בערג, וואָס דאָס באַדייט דער גילוי אלקות וואָס איז העכער פאַר די באַגרענעצונגען פון דער נאַטירלעכער אויפפירונג אין וועלט — די הנהגה וועלכע איז נתחדש געוואָרן בחודש ניסן, ביז אין אַן אופן פון „נסי נסים", אין נס על ההרים גופא — נסים על גבי נסים, דרגא למעלה מדרגא.

ג. די צוויי אופני הנהגה זיינען אויך פאַראַן ביי אַ אידן: אַן אויפפירונג לויט זיין טבע ורגילות [ובכללות יותר — אַ הנהגה אונטערגעוואָרפן לויט די חוקי הטבע פון וועלט], ער דינט דעם אויבערשטן לויט זיינע נאַטירלעכע געוואוינהייטן ווי ער איז געבאָרן געוואָרן — ער לערנט תורה ווייל ער איז אַ מתמיד בטבע, גיט צדקה ווייל ער איז אַ372גומל חסד בטבע, וכיו"ב. וואָס דעמולט איז מעגלעך אַז זיין עבודה איז אין אַן אופן פון „טבעו בארץ", ווייל בגלוי זעט זיך ווי דאָס קומט פון זיינע תכונות ע"פ טבע (און באַגרענעצט לויט חוקי הטבע שבעולם), און דערפאַר הייסט אַזאַ דרגא „לא עבדו"כא.

עבודה, אמת'ע עבודה — וואָס דעמולט רופט מען אים „עובד אלקים"כא — איז בשעת ער איז משנה רגילותו, און טוט אַן עבודה למעלה מדרך הטבעכב (אפילו פון הרגל שנעשה טבע שני) שלו, און רעכנט זיך ניט מיט די חוקי הטבע שבעולם (— אַ הנהגה נסית על ההרים בערכו), כמבואר אין תניאכג בדברי הגמראכד אַז „עובד אלקים היינו מי ששונה פרקו מאה פעמים ואחד ולא עבדו היינו מי ששונה פרקו מאה פעמים בלבד, והיינו משום שבימיהם הי' הרגילות לשנות כל פרק מאה פעמים, ולכן זאת הפעם המאה ואחת היתרה על הרגילות שהורגל מנעוריו שקולה כנגד כולן ועולה על גביהן ביתר שאת וביתר עז להיות נקרא עובד אלקים".

דערפון איז מובן, אַז לאחרי ווי לימוד מאה פעמים ואחד ווערט זיין רגילות — פאָדערט זיך (בכדי ער זאָל אָנגערופן ווערן אַן „עובד אלקים") אַז ער זאָל משנה זיין מרגילות זו און לערנען מאה פעמים ושתים, און אַזוי דרגא אחר דרגא, נס למעלה מנס — „נסי נסים" — כידועכה אַז אויך אין נסים זיינען פאַראַן דרגות (במכ"ש פון דעם וואָס אין טבע זיינען פאַראַן דרגות) — וואָרום נאָכדעם ווי זיין פריערדיקע עבודה (וועלכע איז געווען מערער פון זיין דעמולט'דיקע טבע) ווערט זיין רגילות, ווערט דאָס שוין אַ חלק פון (זיין) טבע, כידוע תורת הבעש"טכו אַז „ענין הנס הוא שנתחדש הדבר בפעם הראשון על הטבע נק' נס ואח"כ נעשה זה טבע ג"כ", און דעריבער דאַרף דערנאָך זיין נאָך אַ העכערער חידוש בעבודתו — ע"ד „נסי נסים" (וואָס איז אַזוי ווי אַ נס על ההרים בערך צו דער נס שלפנ"ז וואָס איז שוין געוואָרן טבע ורגילות), סיי אַ חידוש בכמות (לימוד פרקו איין מאָל מער פאַר זיין רגילות), און סיי באיכות (נס בתוך נס).

ד. און דאָס איז דער אויפטו פון חודש ניסן, אַלס „ראש חדשים ראשון הוא לכם לחדשי השנה" אין דער הנהגה פון „נסי נסים נעשו לו":

אין חודש ניסן הויבט זיך אָן אַ נייער יאָרכז און אַ נייער סדר אין דער עבודה פון הנהגה נסית — און בחודש ניסן בכל שנה קומט אין דעם צו אַ חידוש לגבי דעם חידוש פון חודש ניסן אין אַלע פריערדיקע יאָרן [וואָרום אויך אין נסים און אין שינוי הרגילות זיינען פאַראַן דרגות, כנ"ל] — אַז ניט קוקנדיק ווי גוט די עבודה פון אַ אידן איז געווען ביז דעם חודש ניסן, אַז זי איז געווען בתכלית השלימות אליבא דאמת [וכל ישראל בחזקת כשרותכח, אַז אַזוי איז טאַקע געווען], באַקומט ער איצטער נייע איבערנאַטירלעכע כחות צו373זיך אויסלייזן און אַרויסגיין פון די באַגרענעצונגען (מיצרים וגבולים) פון זיין ביז־איצטיקע טבע ורגילות, אפילו טבע ורגילות של קדושה, און דערגרייכן און אויפטאָן אויף גאָר אַ נייעם אופן, מיט אַ למעלה מדרך הטבע'דיקע הנהגה (בערך צו זיין הנהגה ביז דעמולט), און במילא — מיט למעלה מדרך הטבע'דיקע הצלחה.

ביז אַז ער קען איצטער אויפטאָן זאַכן וואָס ביז דעם חודש ניסן האָט ער אויף דעם געדאַרפט אָנקומען צו נסים.

און דאָס ווערט דער „ראש" פון זיין הנהגה במשך פון „כל חדשי השנה" — צו זיך אויפפירן אויף אַן איבערנאַטירלעכן אופן, און אין דעם גופא — שטייגן אַלץ העכער און העכער.

ה. ובעומק יותר:

דער אויפטו פון הנהגה נסית ביי אַ אידן בחודש ניסן איז אַז ער גייט אַרויס פון זיין טבע ורגילות (ניט אונטערגעוואָרפן די חוקי טבע העולם בכלל), אָבער דאָס בלייבט ניט פאַר אים אַ חידוש ופלא (אַזוי ווי אַ צוגעגעבענע זאַך וואָס איז העכער פאַר זיין מציאות), נאָר נאָכמער — אַז דאָס גופא (די הנהגה למעלה מדרך הטבע) ווערט זיין מציאות והנהגה טבעית („החודש הזה לכם גו' ראשון הוא לכם לחדשי השנה")כט.

דער ביאור אין דעם:

דער „בחר ביעקב ובניו" בשעת יציאת מצרים (און די שלימות הבחירה אין אידן בשעת מתן תורהל) האָט אויפגעטאָן אַז אַ איד בתולדתו וטבע יצירתו איז העכער פאַר טבע הבריאה, ניט אונטערוואָרפן תחת חוקי הטבע (ווי אומות העולם) [וכמאחז"ללא „אין מזל לישראל שנאמרלב כה אמר ה' גו' מאותות השמים אל תחתו כי יחתו הגוים מהמה, הם יחתו ולא ישראל"]; די בחירה פון דעם אויבערשטן אין אידן באַ מתן תורה האָט זיי אויפגעהויבן העכער פאַר הגבלת טבע העולם — „אתה בחרתנו מכל העמים ורוממתנו מכל הלשונות"לג, „והייתם לי סגולה מכל העמים"לד, און נאָכמער: „ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש"לה:

אַ כהן איז אַ משרת ועבד לה'לו. און עבד מלך מלךלז. איז כשם ווי סדר (טבע) המלך איז העכער פאַר טבע, און דערפאַר איז דער דיןלח אַז „המלך פורץ גדר" (און ביי אים איז דאָס ניט קיין ענין של פריצת גדר, נאָר אַ סדר הרגיל) — אַזוי ווערט אויך באַ דעם עבד מלך.

על אחת כמה וכמה ווען דער „מלך" איז דער אויבערשטער, וואָס ער איז374העכער לגמרי פון די חילוקים צווישן טבע ונס (כדלקמן) — איז דורך דעם וואָס אידן זיינען געוואָרן באַ מ"תלט זיינע „כהנים" ועבדים (און דערצו נאָך — „ממלכת כהנים"מ), ווערט עבד מלך מלך — ישראל וקוב"ה (ע"י אורייתא) כולא חדמא, אַזוי אַז זייער טבע איז למעלה מטבע.

די הסברה אין דעם:

דאָס וואָס נס און טבע זיינען צוויי באַזונדערע הנהגות — איז נאָר מצד דער בריאה און די גדרי הבריאה. אָבער מצד דעם אויבערשטן — וועלכע האָט באַשאַפן ביידע אופני הנהגה, איז ניטאָ קיין אונטערשייד צווישן טבע און נסמב — ביידע נעמען זיך פון דעם בורא עולם אַן אונטערשייד. דער חילוק איז נאָר מצד די נבראיםמג (אַז אין טבע שטייט דער כח אלקי בהתלבשות ובהעלם, און אין אַ נס שטייט עס בגלוי) — כתורת הבעש"ט הנ"ל, אַז דער חילוק צווישן נס און טבע איז נאָר דעם ערשטן רגע ווען דאָס ווערט נתחדש, אָבער לאחרי זה (ווען דאָס ווערט אַ דבר הרגיל באַ דעם מענטשן)מד „נעשה זה טבע ג"כ"מה.

און וויבאַלד אַז אַ איד איז פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן — „ואתם תהיו לי", אַלס אַן עבד לה' „ממלכת כהנים", איז עבד מלך מלך (ישראל וקוב"ה כולא חד), און אויך ביי אים ווערט אויפגעטאָן, אַז זיין טבע גופא איז למעלה מטבע, אַזוי אַז דאָס איז גאָר ניט קיין פלא וחידוש ביי אים (אַזוי ווי דאָס איז קיין חידוש ניט באַ דעם אויבערשטן,375כביכולמו), דאָס גופא (הנהגה למעלה מדרך הטבע) איז זיין טבע ורגילות (דער חידוש איז נאָר לגבי די נבראים מצד גדרי הבריאה, כנ"ל)מז.

די כוונה איז אָבער אַז אַ איד זאָל דאָס מגלה זיין דורך זיין עבודה (אע"פ וואָס איצט איז דאָס זיין טבע מצד תולדתו בלי שום עבודה) — וואָס דאָס טוט ער אויף דורך דעם, וואָס געפינענדיק זיך אַלס אַ נשמה בגוף אין עולם הזה הגשמי, אַ גוף און אַ וועלט וואָס איז אונטערגעוואָרפן תחת חוקי הטבע (און לגבי די וועלט איז אַ נס אַ דבר חידוש ופלא) — זאָל ער באַווייזן אַז אין זיין עבודת ה' רעכנט ער זיך ניט מיט חשבונות הטבע, און פירט זיך אויף למעלה מדרך הטבע, ניט אין אַן אופן אַז דאָס איז באַ אים אַ חידוש ופלא, נאָר דאָס איז איצט זיין הנהגה הרגילה ע"פ טבע שלו, אַזוי אַז ער פאַרלאָזט זיך און בויט זיין הנהגה לכתחילה אויף נסים, מצד דעם וואָס זייענדיק אַ איד איז דאָס (נס) גופא זיין טבע.

[און הגם אַז ס'איז אַ כלל אַז „אין סומכין על הנס"מח — איז דאָס בנוגע צו אַ זאַך וואָס איז אַ נס בערכו; אָבער בשעת דער נס ווערט זיין טבע, ווי דאָס איז ביי אַ איד (ובפרט בחודש ניסן) בעניני טוב, קדושה ועבודת ה' בתומ"צ (און דער נס שבזה איז נאָר בערך צו אוה"ע און גדרי הבריאה) — קען און (אדרבה —) דאַרף ביי אים זיין „סומכין על הנס", כולל מיט דעם פירוש סומכין בכל כחו ווי דער דין איז באַ קדשיםמט — און אידן זיינען דאָך בטבע אַ „גוי קדוש"];

וביחד עם זה — בלייבט ער ניט דערביי, נאָר לאחרי ווי די הנהגה נסית ווערט זיין טבע, שטייגט ער נאָך העכער צו אַ הנהגה נסית (בערך צו זיין איצטיקע טבע), און מאַכט אַז דאָס גופא זאָל אויך ווערן אַ חלק פון זיין הנהגה טבעית, און אַזוי נס למעלה מנס (נסי ניסים), דרגא למעלה מדרגא.

ו. ויש לומר, אַז יעדן יאָר בחודש ניסן (בדוגמא צו דעם ערשטן מאָל ווען „בחר ביעקב ובניו") קומט צו אַ נייער, העכערער חידושנ („החודש הזה לכם") אין די „נסי נסים נעשו לו" וועלכע ווערן אַ חלק פן דער טבע פון אידן, אַזוי אַז די עבודה פון אידן בדרך הטבע במשך חודש ניסן און במשך די חדשי השנה הבאה (וועלכע זיינען כולל אויבנאויפיק (לעיני אוה"ע) נאַטירלעכע און געוויינלעכע וואָכעדיקע טעג) זאָלן זיין למעלה מדרך הטבע אפילו לגבי דעם „טבע" פון אידן במשך כל השנים שלפני זה (וואָס איז אויך למעלה מדרך הטבע פון הנהגת העולם).

376דאָס הייסט בפשטות: די ענינים וואָס ביז איצטער וואָלט ער (לדעתו) געדאַרפט אָנקומען צו נסים בכדי זיי דורכפירן — איז דעם חודש ניסן באַקומט ער דעם כח זיי דורכפירן בדרך הטבע שלו, אַזוי אַז דאָס איז פאַר אים אַ הנהגה רגילה בלי שום פלא והתפעלות (דער פלא איז נאָר ביי אַנדערע וואָס זיינען געבונדן צו הנהגת העולם)מד, און דאָס רופט ביי אים אַרויס צו נוצן זיינע כחות צו אַרויסגיין אפילו פון אָט דער רגילות און דערגרייכן נאָך אַ העכערן חידוש אין זיין עבודה, און — דאָס זאָל ווערן אַ חלק פון זיין געוויינלעכע הנהגה.

און אַזוי גייט ער מחיל אל חיל מיום ליום ומרגע לרגע — אָנהויבנדיק (און — זיכער) אין חודש ניסן (דער חודש הגאולה) עצמו, און אַזוי אויך — אין די טעג שלאחר זה פון אַלע חדשי השנה.

ז. דערפון איז פאַרשטאַנדיק די הוראה פאַר אַ איד שטייענדיק איצטער באָם אָנהויבס פון חודש ניסן פון אַ נייעם יאָר (במנין חדשי השנה):

יעדער איד דאַרף מכריז זיין — „אויסשרייען" דורך זיין הנהגה בפועל — לכל העולם כולו: אַז מכאן ולהבא — פון דעם נייעם „החודש הזה" — פירט ער זיך אויף אין זיין געוויינלעכן טאָגטעגלעכן לעבן אין אַן איבערנאַטירלעכן אופן, אַ הנהגה נסית (בערך צו זיין הנהגה — די העכסטע דרגות שבה — אין די פאָריקע יאָרן), אַזוי אַז אַלע באי העולם זעען בעיני בשר, מיט זייערע פליישיקע אויגן, און שטייען דערפון בהתפעלות — אַז דאָ איז אַ איד וואָס זיין נאַטירלעכע אויפפירונג איז למעלה מדרך הטבע (שלהם), און פאַר אים (דער איד) איז דאָס גאָר אָן התפעלות, נאָר (בלשון הקודש) — טבע, ובלשון העולם — אַ נאָרמאַלע הנהגה, ובלשון פון עמא דבר — אַז אַנדערש קען גאָר ניט זיין!

ביז אַז פאַר דעם אידן איז די הנהגה טבעית פון עולם אין אַן אופן פון „טבעו בארץ" — באַהאַלטןנא, וואָס שטייט ביי אים בגלוי — באופן פון „ארים נסי" על ההרים (ועאכו"כ על פני הארץ) — איז הנהגה נסית!

ח. בשעת מ'פרעגט באַ דעם אידן: ווי קען זיין אַז אַ בשר ודם — אין אַ גשמיות'דיקן קערפּער, וועלכער איז לכאורה געבונדן צו חוקי הטבע — זאָל קענען זיך אויפפירן העכער פון טבע, און דאָס איז זיין הנהגה טבעית?

ענטפערט ער: ער איז געבאָרן געוואָרן אַ איד (ניט בבחירתו), מיט אַ נשמה וואָס זי איז חלק אלוקה ממעל ממשנב, און אַלס אַ טייל פון דעם אידישן פאָלק, וועלכער איז „ממלכת כהנים וגוי קדוש" פון טויזנטער יאָרן צוריק (באַ מתן תורה), און דאָס איז ניט אַ זאַך וואָס בלייבט בעבר (צוריק), נאָר דער „צוריק" ציט זיך שטענדיק דורך דעם קשר תמידי ונצחי ואמיתינג וואָס יעדער איד האָט מיט מתן תורהנד און מיט די377אידן אין אַלע פריערדיקע דורות — אַזוי אַז יעדער איד בכל זמן ובכל מקום, איז אַ טייל פון „ממלכת כהנים וגוי קדוש", און וויבאַלד אַז עבד מלך מלך, וישראל וקוב"ה כולא חד — האָט ער דערפון דעם כח, אַז זיין טבע איז העכער פאַר טבע, אַזוי אַז דאָס איז גאָר קיין פלא ניט, כנ"ל בארוכה.

און הגם אַז מ'שטייט אין חוץ לארץ און אין זמן הגלות, ווען „אותותינו לא ראינו"נה (ניט ווי בזמן הבית ווען עס זיינען געווען נסים גלויים) — איז אדרבה: דער מטה מטה ביותר איז פאַרבונדן מיט דער גבוה גבוה ביותרנו. ובנדו"ד: די נסים וועלכע זיינען בזמן הגלות (ויש לומר — אויך דער כח אַז אַ איד זאָל זיך אויפפירן אין אַ הנהגה נסית), ווען אין בעל הנס מכיר בנסונז, זיינען נסים גבוהים ביותר — נאָך העכער פאַר די נסים בזמן הביתנח!

דערפון איז פאַרשטאַנדיק די געוואַלדיקע כחות וואָס מ'גיט אידן דוקא אין זמן הגלות, ועאכו"כ אין עקבתא דעקבתא דמשיחא, ווען אויך מצד הטבע (טבע הזמן דשיתא אלפי שנין דהוה עלמאנט) איז שוין „כלו כל הקצין"ס, און מ'האַלט אַ זמן קצר ממש פאַר דער גאולה [נוסף צו דעם וואָס כוונת כל הגלות (גולה) איז בכדי מגלה זיין אין איר דעם אל"ף פון אלופו של עולם. און דערפון זאָל ווערן „גאולה"סא].

על אחת כמה וכמה (אַז נוסף צו דעם זמן עצמו, קומט דאָס) לאחרי דער ריבוי העבודה פון אידן במשך די אַלע דורות (ובאופן פון יגיעה, וואָס דאָס אַליין ברענגט שוין „ומצאת"סב, מציאה שלא בערך להיגיעה), ומתוך מסירת נפש שלמעלה מדרך טבע העולם, ובזה גופא — איז צוגעקומען אַ חידוש בחודש ניסן מדי שנה בשנה, שוין טויזנטער יאָרן זינט דעם ערשטן מאָל ווען ס'איז געזאָגט געוואָרן „החודש הזה לכם" — וואָס דורך דער עבודה האָט מען שוין אויסגעלייטערט און אויסגעאיידלט גשמיות (און עאכו"כ מבטל געווען חומריות העולם, דורך הגברת הצורה על החומר), און געמאַכט פון גשמיות רוחניות — איז בודאי בודאי אַז איצטער איז גאָר לייכט פאַר אַ אידן צו טאָן זיין עבודה למעלה מדרך הטבע, און נאָך אין אַ העכערן אופן ווי אין די אַלע דורות ביז איצטער.

ט. אין איינפאַכע ווערטער:

יעדער איד דאַרף מכריז זיין בכל העולם כולו, דורך באַווייזן אַ דוגמא חי' אין זיין הנהגה בפועל וואָס זאָל אָפּקלינגען און זיך אָנהערן איבער די גאַנצע וועלט [נוסף צו דעם וואָס ער איז דאָס מכריז מיט אַ געשריי בכח הדיבורסג שלו] — אַז זייענדיק אַ איד,378פירט ער זיך אויף געוויינלעכערהייט אין אַן אויסערגעוויינלעכן אופן וואָס איז העכער פון דרך הטבע (פון הנהגת העולם), און וויפל ער האָט אויפגעטאָן ביז איצטער — איז מכאן ולהבא (פון דעם נייעם חודש ניסן) טוט ער נאָך מער אויסערגעוויינלעכע זאַכן!

ובפשטות: יעדער מענטש האָט זאַכן וועלכע ער האָט ביז איצטער ניט געוואָלט אונטערנעמען טראַכטנדיק אַז ער האָט ניט די כחות בדרך הטבע דאָס דורכצופירן. צי אין שיעורים בלימוד התורה, צי אין שיעורי צדקה (מעשר אָדער חומש אָדער נאָכמער דערפון), צי אין עבודת התפלה, ועד"ז אין זיין עבודה פון כל מעשיך לשם שמים און בכל דרכיך דעהו.

קומט איצטער אַ נייער יאָר (ראש וראשון לחדשי השנה) און לערנט אים, אַז יעצט איז אַ העכסט־פּאַסיקע צייט צו אָננעמען אויף זיך נייע טעטיקייטן וועלכע זיינען ביז איצטער אפשר ניט געווען בכחו (און ער וואָלט דערביי געדאַרפט אָנקומען צו אַ נס), און ער וועט אין דעם זיכער מצליח זיין ובדרך הטבע!

י. בהתאם מיט דעם „כלל גדול בתורה" פון „ואהבת לרעך כמוך"סד — איז אין צוגאָב צו אַליין טאָן אין דער ריכטונג, דאַרף מען אויך זעען משפּיע זיין, און איינווירקן אַז אַנדערע אידן זאָלן זיך אַזוי אויפפירן.

ובפרט שטייענדיק אין די שלשים יום קודם חג הפסחסה, און דערצו נאָך — לאחרי ר"ח ניסן, בתוך השבועיים קודם החג [וואָס דעמולט איז אפילו לדעת רשב"גסו דאַרפן זיך אָנהויבן די הכנות החג]: ניט קוקנדיק וויפל „מעות חטים"סה מ'האָט שוין געגעבן און אויפגעטאָן מיט אַנדערע אידן — דאַרף מען איצטער (נאָך ר"ח ניסן) צוגעבן אין דעם ביז באופן נסי בערך צו די פריערדיקע נתינה, אָנהויבנדיק פון „עניי עירך"סז — ביז צו מאַכן זיי אויס עניים, סיי בגשמיות — דורך געבן מעות חטים, און כל צרכי החג (מצה שמורה וכו'), און ניט נאָר „די מחסורו"סח נאָר אויך „אתה מחוייב לעשרו"סט, און כולל עניים בדעת (אין עני אלא בדעתע) — מאַכן זיי עשירים בדעת (אין לימוד התורה וכו'), אַזוי אַז דאָס וואָס בערכם איז ביז איצטער געווען אַ נס (שלא בערכם), זאָל באַ זיי ווערן זייער טבע ורגילות — „כשולחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם"עא. ביז אַז דאָס ווערט דם ובשר כבשרו — אַ חלק פון זיין מציאות, שלו ממש (ניט נאָר נקראת על שמו).

וכח הרבים מסייע, אַז אפילו אויב ס'איז דאָ אַ איד וואָס ביי אים שטייט נאָך ניט בגלוי דער „החודש הזה לכם", „נסי נסים נעשו לו" — טוט אין אים אויף דאָס וואָס ביי אַנדערע אידן איז אַזאַ379מצב, וואָרום „כל ישראל ערבים זה לזה"עב, כולל דער פירושעג „ערבים" מלשון עירוב (צוזאַמענגעמישט), ומתוך „ערבים" מלשון עריבות (זיסקייט)עד, בדרכי נועם ובדרכי שלום, מתוך אהבת ישראל.

א

יא. דער ענין איז אויך פאַרבונדן מיט פרשת השבוע — מיט וועלכע מ'דאַרף איצטער לעבןעה — „אשה כי תזריע וילדה זכר":

יעדער איד איז בדוגמת אַן „אשה" צו דעם אויבערשטןעו (כביכול), וואָרום ער איז מקבל פון דעם אויבערשטן אַלע זיינע צרכים, ועאכו"כ דעם כח אויף זיין עבודה בטוב וקדושה. ביז אַז דער אויבערשטער זאָגט צו אידן „ואתם תהיו לי", ישראל וקוב"ה כולא חד (כנ"ל) — כביכול „והיו לבשר אחד"עז.

וואָס דאָס גיט אַ אידן דעם כח אַז בטבע ואתעדל"ת שלו זאָל זיין „(אשה כי) תזריע (און תיכף ומיד, בלי הפסק) וילדה" — „תולדותיהםעח של (ועמךעט כולם) צדיקים מעשים טובים", און אין אַן אופן פון „זכר", די עבודה איז אַ בת קיימאעו (מעין דעם שיר לשון זכר, בגאולה שאין אחרי' גלותפ), ביז אַז — איש דרכו לכבושפא, אַ קיום נצחי וואָס איז כובש און מאַכט איבער די וועלט. ד. ה. אַז זיין אתעדל"ת (וטבע) שלו, ווערט אין אַן אופן שלמעלה מטבע — „וילדה זכר", וועלכע טוט אויף אַ המשכה שלמעלה מסדר השתלשלות, אַן אתעדל"ע שלמעלה מאתעדל"ע הבאה ע"י אתעדל"תפב, ביז — המשכת העצמות, און ניט נאָר אַז דאָס קומט אַלס אַ מסובב פון זיין עבודה, נאָר זיין עבודה גופא (בטבע שלו) איז יולדת זכר, מצד דעם וואָס ישראל וקוב"ה כולא חדפג.

א

יב. אין חודש ניסן עצמו איז דער ענין הנ"ל נאָכמער בהדגשה ביום ג' בניסןפד — ווען מ'זאָגט דעם נשיא לבני זבולון, כידוע דער מנהג פון אמירת הנשיא מר"ח ניסן ואילך, „לקרות פ' הנשיא שהקריב בו ביום"פה:

380אע"פ וואָס אידן טיילן זיך בכללות אויף צוויי סוגים — יששכר וזבולון, יושבי אוהל (בדוגמת הנהגה נסית) און בעלי עסק (בדוגמת הנהגה טבעית — מסחר בעניני עולם), איז די עבודה פון זבולון שייך צו יעדער איד (אויך צו די וואָס זיינען בדרגת יששכר), וכמבואר בתניאפו אַז אויך יושבי אוהל זיינען מחוייב בצדקה וגמ"ח (וואָס שלימותו איז דוקא פון ממון משלופז).

ובפרט ע"פ הידוע, אַז דער עיקר שלימות פון לימוד התורה לשמה (כולל הפירוש — לשם התורה ממש) בטהרתה וועט זיין ערשט לע"ל (משא"כ בזמן הזה איז דער לימוד ע"פ רוב מיט פניות של קדושה עכ"פ. אָדער נאָכמער — שלא לשמהפח). במילא קומט אויס, אַז בזמן הזה זיינען (רוב) אידן שייך בעיקר צו עבודת זבולון.

על אחת כמה וכמה ווען מ'שטייט אין יום שלישי בניסן, ווען מ'זאָגט דעם נשיא לבני זבולון — שטייט זיכער בהדגשה די עבודה פון זבולון באַ יעדער איד (אויך די וואָס זיינען בדרגת יששכר) — ניט לגריעותא ח"ו, נאָר למעליותא:

ענינו פון זבולון איז — „שמח זבולון בצאתך", „הצלח בצאתך לסחורה"פט. ובעבודת כאו"א — גייט דאָס אויף דער ירידה (יציאה) פון דער נשמה למטה אין עלמא דפרודא פון איר שרש למעלה („טהורה היא"). די כוונה פון דער ירידה איז — טאָן די עבודה פון זבולון — „עוסק בפרקמטיא", די יציאה לסחורה, וואָס אין דעם באַשטייט כללות עבודת כל אדם: צו מאַכן אַ „מסחר" פון כל עניני העולם און זיי „איינהאַנדלען" פאַר דעם אויבערשטןצ, און דורך דעם איבערמאַכן דעם שוק (מאַרק פּלאַץ) ורשות הרבים (וואו מ'פירט דעם מסחר) אַז דאָס זאָל ווערן אַ רשות היחיד, ליחידו של עולם. און דורך דער עבודת המסחר למטה ווערט אויפגעטאָן אַ „ריוח" (ווייל „זבון וזבין תגרא איקרי" בתמי'צא) — ירידה צורך עלי', די ירידת ויציאת הנשמה למטה ברענגט אַן עלי' צו אַן אָרט וואָס איז העכער פון דעם אָרט פון וואַנעט זי האָט יורד געווען.

[און די עבודה איז אויך ביום השבת (די קביעות פון ג' בניסן בשנה זו): הגם אַז שבת איז ניט קיין יום המעשה (מסחר)צב — איז אָבער דעמולט דאָ די עבודה פון „מסחר" פאַרן אויבערשטן בענינים (ומעשים) המותרים בשבת, וב־381כללות — בעניני קדושה, תורה ותפלה, ואדרבה: דער „מסחר" בשבת איז מסחר ומלאכת שמים].

און אין דער עבודה הנ"ל פון „זבולון" האָט מען דעם לימוד בהדגשה פון חודש ניסן בכלל: ווי אַ איד שטייט אַלס „זבולון" אין טבע העולם, פאַרנומען מיט עובדין דחול — מאַכט ער דערפון אַלעם אַ „מסחר" פאַר דעם אויבערשטן; אין זיין הנהגה טבעית הערט זיך ווי דאָס איז אַ הנהגה שלמעלה מעולם — אַ רשות היחיד, ליחידו של עולם, ביז מ'באַקומט דערפון די „ריווחים" פון ברכת ה', „וברכך ה' אלקיך בכל אשר תעשה"צג, עאכו"כ אין „כל אשר תעשה" פאַרן אויבערשטן.

א

יג. נאָך אַן ענין אין דעם שבת איז דאָס וואָס זי קומט למחרת ב' ניסן, דער יום ההילולא פון דעם רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע (ווען כל עבודתו אשר עבד כל ימי חייו שטייט בגלויצד) און יום התחלת הנשיאות פון בנו ממלא מקומו — כ"ק מו"ח אדמו"רצה, נשיא דורנו.

איינער פון די ענינים עיקריים פון דעם רבי'ן (רש"ב) נ"ע איז — די התייסדות פון ישיבת תומכי תמימים, פריער — אין איין אָרט, דערנאָך (לאחרי הגלויות שבזה) האָבן זיך פאַנאַנדערגעשפּרייט אָפּטיילונגען פון דער ישיבה איבער דער גאַנצער וועלטצו.

דער אויפטו פון דער ישיבה איז — אַ מקום פון לימוד נגלה דתורה ופנימיות התורה (און ווי זיי זיינען אַ תורה אחת, „תורה תמימה"צז) בקביעות ובהתיישבותצח (אע"פ וואָס אויך פאַר דעם האָט מען געלערנט נגלה און חסידות, אָבער ניט אין דעם אופן של קביעות והתיישבות ממש וואָס איז געוואָרן דורך התייסדות הישיבה). וכמובן ופשוט (און מ'זעט במוחש) ווי לימוד התורה (נגלה וחסידות) אין אַ ישיבה — טוט אויף פי כמה וכמה אין די תלמידי הישיבה, און דורך זיי (לאחרי חתונתם) — אין בני ביתם, און אַלע זייערע מושפּעים — בנוגע צו זייער גאַנצע עבודה (אויך לאחרי ווי זיי גייען אַרויס מכותלי הישיבה), בלימוד התורה ובקיום המצות בהידור, מתוך יראת שמים וחסידות, און אויך — אין כל מעשיך יהיו לשם שמים און בכל דרכיך דעהו, כולל ועיקר — צו טאָן אין די אַלע ענינים מתוך מסירת נפש, פון יוצאי למלחמת בית דודצט, באופן שלמעלה מדרך הטבע.

עאכו"כ לאחרי וואָס ס'איז דורך אַזויפיל יאָרן זינט התייסדות הישיבה, און אפילו אויב עס זיינען אַמאָל געווען מניעות ועיכובים בקשר להישיבה (ובפרט במדינה ההיא) — וואָס באמת איז דאָס אויך געווען בדרך נסיון, שברובו אין לו ממש (איז בלויז אַ דמיון) — זיינען שוין382איצטער ניטאָ קיינע מניעות, און נאָכדעם וואָס רבותינו נשיאינו (דער מייסד הישיבה, און דער מנהל פועל שלה — עד היום הזה, באופן נצחי) האָבן דורכגעטראָטן די וועגן דורך התייסדות והנהלת הישיבה, און נאָך דעם ריבוי הלימוד והעבודה וואָס איז געווען אין דער ישיבה במשך כל השנים זינט התייסדותה — איז איצטער נאָך לייכטער אויספירן רצון מייסד ומנהל הישיבה, בלי שום מניעות ועיכובים, נאָר ואדרבא — באופן של הוספה על גבי הוספה, אין אַלע ענינים וואָס די ישיבה דאַרף אויפטאָן, ובכללות — הפצת התורה והיהדות, ובמיוחד — הפצת המעינות חוצה.

עס איז כדאי, אַז די אַלע וואָס האָבן געלערנט (אָדער לערנען איצטער) אין דער ישיבה (אָדער די וואָס האָבן ניט געקענט אַליין לערנען מסיבות שאינן תלויות בהן, אָבער זיי האָבן געשיקט זייערע קינדער און קינדסקינדער דאָרט לערנען), און בני ביתם ומושפּעים שלהם — זאָלן נעמען אַ מינוט (און „מער" דערפון) און זיך אַריינטראַכטן אין דעם וואָס די ישיבה האָט געווירקט אויף אים, און דאַרף אויף אים ווייטער ווירקן — בחיזוק בלימוד התורה, נגלה און פנימיות התורה, וקיום המצוות בהידור, ועבודת התפלה, און כל מעשיך לשם שמים און בכל דרכיך דעהו.

ובפרט אַז מ'שטייט בתחלת שנת השבעים זינט ב' ניסן תר"פ, דער יום ההילולא ויום התחלת הנשיאות הנ"ל. און אויך — בשנת הארבעים פון תש"יק.

זיכער איז איבעריק צו מסביר זיין בארוכה אין וואָס דאַרף באַשטיין די התבוננות; יעדערער וואָס האָט נאָר אַן אָנונג אין דעם וואָס תומכי תמימים דאַרף אויפטאָן — פאַרשטייט דאָס אַליין, און אויב ער דאַרף מער ביאור — קען ער זיך ווענדן צו אַ צווייטן וועלכער וועט עס אים מסביר זיין.

יד. דאָס אַלעם גיט נאָכמער צו אין מעשינו ועבודתינו פון אידן במשך כל הדורות, וועלכע האָט פאַרלייכטערט די וועג פאַר אונזער עבודה איצטער (כנ"ל ס"ח), ובמיוחד — דורך הפצת המעינות חוצה ע"י גילוי תורת החסידות און התייסדות ישיבת תומכי תמימים בפרט,

וכשיפוצו מעינותיך חוצה — האָט מען די הבטחה (פון משיח צדקנו) אַז דעמולט „אתי מר" דא מלכא משיחאקא בגאולה האמיתית והשלימה,

וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאותקב, ויש לומר אַז דאָס איז כולל דעם פירוש — אַז דער אויבערשטער באַווייזט די נפלאות וועלכע אידן טוען, ביז „אראנו נפלאות" כפשוטם — די נפלאות של הקב"ה, נפלאות אפילו בערך צו די נפלאות ביציאת מצריםקג,

און מ'איז מסיים די אַלע „מסחרים" בזמן הזה און מ'קלייבט צוזאַמען אַלע „ריווחים", אָנהויבנדיק פון „עולמך תראה בחייך"קד איצטער נשמות בגופים, ביז — עולם הבא בפשטות, בחייך תראה,

383והקיצו ורננו שוכני עפרקה, און די השלישי תי מייסדי הישיבה — דער בעל ההילולא מ'פּראַוועט און כ"ק מו"ח אדמו"ר — בתוכם,

און מ'גייט אַלע צוזאַמען אין ארץ

הקודש, ירושלים עיר הקודש, לביהמ"ק תיכף ובטוב בחודש ניסן, און דאָרט חג הפסח, ונאכל שם ם ומן הפסחיםקו.

"פ ברכת „אשר גאלנו", מפסחים קטז,

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ejthdhq4

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#156 Sefer HaSichos ה'תשמ"ט, חלק א: one page per sicha · approved

Everything that belongs here