עברית
Library

Likkutei Sichos

Tazria 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

74ה ו

וז וי ע

א. שוין גערעדט פיל מאָלא, אַז די נעמען פון די סדרות אין תורה זיינען ניט בלויז אַ סימן בעלמא וואָס נוצט בכדי אָפּצוטיילן איין סדרה פון דער צווייטער, נאָר יעדער נאָמען — ווי בכלל „השמותט שנקראים בהם בלשון הקודש" — ווייזט און דריקט אויס דעם תוכן פון דער באַטרעפנדער סדרה.

און דערפאַר זעט מען אַז כמה סדרות ווערן גערופן ניט מיט דעם וואָרט מיט וועלכן זיי הויבן זיך אָן, נאָר מיט אַ שפּעטערדיקן וואָרט, ווייל דוקא יענער וואָרט ווייזט אויפן תוכן פון דער סדרה*2.

און אַזוי איז עס אויך בנוגע דער היינטיקער סדרה, אַז זי הייסט (איצטערח) ניט מיטן נאָמען „אשה" (כאָטש דאָס איז דער ערשטער וואָרט — נאָך דעם אַלגעמיינעם אַריינפיר; וידבר גו' לאמר — מיט וועלכן די סדרה הויבט זיך אָן), נאָר מיטן נאָמען „תזריע".

דאַרף מען פאַרשטיין וואָס איז דער ענין מיוחד אינעם וואָרט „תזריע"ד, וואָס מצד דעם אַנטהאַלט ער אין זיך דעם תוכן פון דער גאַנצער סדרה?

נאָך מער דאַרף מען פאַרשטיין; אויף „אשה כי תזריע" ברענגט רש"י בפירושו על התורה (פון מדרש רבהח) ; „אמר ר' שמלאי כשם שיצירתו של אדם אחר כל בהמה חי' ועוף במעשה בראשית כך תורתו נתפרשה אחר תורת בהמה חי' ועוף". וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער אויפטו פון אונזער סדרה לגבי די ענינים וואָס ריידן זיך אין דער פריערדיקער סדרה איז, אַז דאָרט איז נתפרשה תורת „בהמה חי' ועוף", און אין אונזער סדרה — תורת אדם.

און וויבאַלד אַזוי, קומט דאָך אויס, אַז דער וואָרט „אשה" איז ניט בלויז דער אָנפאַנג פון דער סדרה, נאָר ער ווייזט אויך אויף איר תוכן — תורת אדם, היינט פאַרוואָס טאַקע ווערט די סדרה גערופן ניט מיטן נאָמען „אשה", נאָר מיטן נאָמען „תזריע"?

מוז מען זאָגן, אַז די מעלה פון „תורת האדם" — וואָס דאָס איז דער תוכן פון דער סדרה — דריקט זיך אויס אין דעם וואָרט „תזריע".

ב. פון דעם לשון מרז"ל הנ"ל „כשם שיצירתו כו' כך תורתו כו'" איז מוכח, אַז דאָס וואָס „תורתו (של אדם) נתפרשה אחר תורת בהמה חי' ועוף" איז עס

[ניט מצד דעם וואָס ער איז באַשאַפן געוואָרן צום לעצטן — וואָרום דאַן, וואָלט געשטאַנען „מפני שיצירתו75כו'"ט. און וויבאַלד עס שטייט „כשם שיצירתו כו'", איז מוכח, אַז דאָס וואָס תורתו קומט לבסוף, איז עס]

מצד דעם זעלבן טעם וואָס יצירתו איז געווען לבסוף.

וואָס איז טאַקע דער טעם וואָס דער מענטש איז באַשאַפן געוואָרן לבסוף — זאָגט עס דער מדרש גופא דאָז; אַז אויב דער מענטש וועט זיך אויפפירן ניט ווי עס דאַרף צו זיין „אומרים לו יתוש קדמך שלשול קדמך" [אָדער ווי די גמרא זאָגטח „שלא יהיו המינים אומרים שותף הי' לו להקב"ה במע"ב"; „כדי שיכנס למצוה מיד"; „כדי שיכנס לסעודה מיד"].

פרעגן דעריבער מפרשיםט, די אַלע טעמים זיינען דאָך לכאורה שייך בלויז בנוגע צו יצירתו אָבער ניט בנוגע צו תורתו. היינט פאַרוואָס זאָגט דער מדרש „כשם (און ניט „מפני") שיצירתו כו' כך תורתו כו'"?

איז דער ביאור אין דעם; דער אַלטער רבי אין תניאי איז מבאר, אַז די נידעריקייט פון מענטשן לגבי אַלע אַנדערע נבראים, אַפילו לגבי בע"ח הטמאים און אפילו לגבי יתוש, איז ניט נאָר ווען ער טוט אַן עבירה בפועל (וכפשטות לשון המדרש הנ"ל), נאָר אויך מצד דעם וואָס „יכול להתאוות לדברים האסורים"; דערמיט אַליין איז ער שוין „גרוע ומשוקץ ומתועב יותר מבע"ח הטמאים ושקצים ורמשים", ווייל זיי אַלע (ניט נאָר וואָס זיי זינדיקן ניט בפּועל נאָר) „אינםיא יכולים לעבור כלל על רצונו ית'".

ועפי"ז וועט מען פאַרשטיין דעם מרז"ל הנ"ל „כשם שיצירתו כו' כך תורתו כו'", ווייל די נידעריקייט פון מענטשן וואָס יכול להתאוות צו אַן ענין וואָס איז „נגד רצונו ית'" — פּונקט ווי דאָס איז דער טעם אויף דעם וואָס ער איז באַשאַפן געוואָרן „אחר כל בהמה חי' ועוף", אַזוי איז עס אויך דער טעם אויף דעם וואָס „תורתו נתפרשה אחר תורת בהמה חי' ועוף", וכדלקמן.

ג. דער סדר אין תורה, ד.ה. ווי אַ איד הייבט אָן לערנען און לערנט תורה, איז מן הקל אל הכבד. סיי אין תוכן הלימוד; בןיב חמש למקרא בן עשר למשנה כו' — און אין זיי גופא; ילמדיג אדם תורה ואח"כ יהגה (יעיין כו' להקשות כו') — סיי אין אופן הלימוד: מען הייבט ניט אָן גלייך פון לימוד התורה לשמה אין דעם העכסטן אופן — ווי „דוד (וואָס) הי' מחבר תורה שלמעלה בהקב"ה"יד, נאָר כפסק חז"ליג ; מעי־76קרא כי עביד אינש אדעתא דנפשי' קא עביד.

(אין נתינת התורה איז דער סדר פאַרקערט; פריער אַ העכערע מדריגה און דערנאָך אַ נידעריקערע. און ווי ס'איז דער סדר אין פסוקיח; „ואהי' אצלו שעשועים", און ערשט דערנאָך „ושעשועי את בני אדם". אַזוי איז דער סדר פון המשכת התורה מלמעלה למטהיז. ביי לימוד ועבודת האדם איז אָבער דער סדר — מלמטלמ"ע, מן הקל אל הכבד).

און פּונקט ווי דער סדר ביי כללות הלימוד פון תורה איז מלמטה למעלה, אַזוי איז אויך דער סדר פון לימוד הפרשיות ; פריער קומען די גרינגערע ענינים, און ערשט שפּעטער די שווערערע. און דערפאַר איז „תורתו (של אדם) נתפרשה אחר תורת בהמה זחי' ועוף", ווייל דער בירור — דער „להבדיל בן הטמא ובין הטהור"יג — פון בהמה חי' ועוף, וויבאַלד אַז „אינם יכולים לעבור כלל על רצונו ית'", איז זייער בירור גרינגער ווי דער בירור פון דעם אדם.

עפ"י ביאור הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק, אַז די שיטה פון ר' שמלאי בנוגע צו דעם וואָס דער אדם איז נוצר לבסוף איז ניט מצד זיין מעלה — „כדי שיכנס לסעודה מיד" — וואָרום דאַן וואָלט עס ניט געווען קיין הסברה אויף דעם וואָס תורתו נתפרשה אחר תורת בהמה ר'

כר

[ואדרבה; אויב דער אדם איז העכער, דאַרף זיין בירור אָנקומען לייכטער, האָט במילא „תורתו" געדאַרפט נתפרש ווערן פריער ווי תורת בהמה כו'],

נאָר אדרבה, מצד זיין חסרון — דאָס וואָס ער איז באַשאַפן געוואָרן פון אַ חומר גס, און איז נוטה לרע כו' מערער ווי בעלי חייםיט, און ס'איז שווערער „איינצוקערן" זיך מיט אים, כנ"ל.

ד. עפ"י הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון דעם מאמר „כשם שיצירתו כו' כך תורתו כו'", צו דעם בעל המאמר — ר' שמלאיכ;

אַ מעלה פון אַ זאַך קען קומען אין צוויי אופנים ; א) מ'גיט עס מלמעלה — צי מצד התולדה, אָדער מען גיט עס במתנה לאחרי היצירה; מען האָט אָבער אויף דעם ניט געהאָרעוועט. ב) מצד עבודה; מען האָרעוועט אויף דעם און מען פאַרדינט עס.

אין יעדן פון די צוויי אופנים איז פאַראַן אַ יתרון מיוחד; אין די מעלות פון ערשטן סוג איז דאָ אַ יתרון, וואָס די מעלות זיינען ניט קיין באַגרעניצטע; וויבאַלד זיי קומען מלמעלה, האָבן זיי ניט אויף זיך קיינע הגבלות; אַנדערש ווי עס זיינען די מעלות וועלכע קומען דורך עבודה.

לאידך גיסא, האָבן אין זיך די מעלות וואָס קומען דורך עבודת האדם אַ יתרון דערמיט וואָס זיי זיינען בפנימיו־77תו; די ענינים וועלכע מען באַקומט במתנה מלמעלה אָדער מען האָט זיי מצד התולדה, וויבאַלד דער מקבל האָט אויף זיי ניט געהאָרעוועט, קען זיין אַז ער איז צו זיי קיין כלי ניט, ובמילא רירן זיי אים ניט אָן אין זיין פּנימיות. משא"כ די מעלות וועלכע ער האָט אויסגעהאָרעוועט, רירן זיי אָן, און זיי זיינען פאַרבונדן און זיי גייען אַריין בפּנימיותוכא.

און אין דעם באַשטייט דער חילוק צווישן די צוויי טעמים אויף בריאת האדם באחרונה; בשעת מען רעדט וועגן די מעלות וועלכע קומען במתנה מלמעלה — איז דער אדם העכער במעלתו על שאר היצורים גלייך מתחילת יצירתו, באַלד ווי ער ווערט נאָר געבאָרן, נאָך איידער ער האָט אָנגעהויבן צו האָרעווען; ער האָט אין זיך די נפש האלקית וואָס איז אַ חלק אלקה ממעל ממשכה. ואע"פ אַז שפּעטער קען ער ח"ו מורד זיין בקונו — אַ מורא'דיקער חסרון וואָס קיין אַנדער נברא פאַרמאָגט אים ניט — פאַרלירט ער אָבער ניט דערמיט זיין געבאָרענע מעלה, מעלת נשמתו, וואָרום אפילו בשעת החטא איז זי באמנה אתו ית'כג.

ווען מען רעדט אָבער וועגן די סוגי המעלות וואָס קומען מצד עבודה, לגבי זיי איז דער אדם בתחילת יצירתו ניט העכער פון אַלע נבראים. ואדרבה, דאָס וואָס עס שטייט אין אים בגילוי איז אַ חומר העלול לחטוא (וואָרום מעלת נשמתו איז נאָך בהעלם, ער דאַרף זי ערשט מגלה זיין ע"י עבודתו). און דעריבער לערנט מען, אַז דער טעם וואָס נתהווה באחרונה איז בכדי שיאמרו לו יתוש קדמך.

ה. און דאָס איז די שייכות פון דעם מאמר „כשם שיצירתו כו'" — וואָס לערנט אַז דער טעם פאַרוואָס אדם נוצר באחרונה איז מצד זיין חסרון — צו ר' שמלאי;

ר' שמלאי איז ניט געווען קיין מיוחס (ביז אַז ר' יוחנן האָט זיך אָפּגעהאַלטן פון צו לערנען מיט אים ספר יוחסין)כד. און דעריבער איז זיין דרך געווען; מ'מוז אַלץ אויסהאָרעווען, האָט זיך ביי אים „געלייגט", אַז אַ מעלה איז אַזאַ וואָס מען האָרעוועט זי אויס. און דערפאַר לערנט ער, אַז דער טעם אויף „יצירתו של אדם אחר כל בהמה חי' ועוף" איז מצד „יתוש קדמך"ג: זיין מעלה, וועט ער באַקומען ערשט שפּעטער, ווען ער וועט האָרעווען, כדלקמן.

78ועפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם וואָס די סדרה וועלכע רעדט וועגן „תורת האדם" הייסט מיטן נאָמען „תזריע", ווייל „תזריע" (ל' נקבה) ווייזט אויף עבודהכ. און ווי עס שטייט אין לקוטי תורהכז, אַז „איש מזריע תחלה" ווייזט אויף אתערותא דלעילא, אַ מתנה מלמעלה; אָבער „אשה כי תזריע" ווייזט אויף אתערותא דלתתא — עבודת האדם, און די מעלות וואָס ער באַקומט דורך דעם זיינען ניט *) קיין „געגעבענע", נאָר אויסגעהאָרעוועטע.

ו. אַ טיפערער ענין אין דעם;

מצד דעם כלל „סוף מעשה במחשבה תחלה"38), איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז לויט אַלע טעמים (אויך לויטן טעם אַז יצירת האדם באחרונה איז מצד „יתוש קדמך") מוז מען זאָגן, אַז דאָס וואָס דער מענטש איז באַשאַפן געוואָרן באחרונה איז עס מצד זיין מעלהט — וואָס ער איז דער תכלית המכוון פון דער גאַנצער בריאה.

נאָר דער חילוק איז; לויטן טעם „כדי שיכנס לסעודה מיד" (וכיו"ב), האָט דער מענטש מצד עצמו — גלייך ביי זיין באַשאַפונג, אַ מעלה אויף אַלע נבראים (ווייל מעלת נשמתו, איז ביי אים פאַראַן אַלע מאָל, כנ"ל ס"ד); און לויטן טעם „יתוש קדמך", איז מצד עצמו איז ער גאָר נידעריקער פון אַלע נבראים (מצד דערויף וואָס זיין גוף איז פון אַ חומר גס ביותר). און דאָס וואָס ער דוקא (אויך מצד הגוף) איז עלה במחשבה תחלה, איז עס מצד דעם עילוי וואָס ער וועט דערגרייכן ערשט דורך זיין עבודהל.

און דער עילוי צו וועלכן ער וועט קומען דורך זיין עבודה, איז פאַרבונדן מיט דעם גופא וואָס מצד זיין גוף איז ער נידעריקער פון אַלע נבראים;

79מצד דעם גופא וואָס דער גוף האדם איז פון אַ חומר גס, נידעריקער פון אַ יתוש — איז בשעת ער פּועל'ט אַז דער אדם שנוצר מן האדמה זאָל זיין אַן אדם מלשון אדמה לעליוןלא, איז ער מחדש אַ נייע מציאותלב. און דורך דעם ווערט אין אים נתגלה דער כח העצמות, ווייל דער כח צו מחדש זיין יש מאין איז נאָר בכח העצמותלג.

ז. ועפ"ז י"ל, אַז אין דעם נאָמען „תזריע" דריקט זיך אויס (ניט נאָר דער ענין העבודה וכנ"ל סוס"ה, נאָר) אויך די מעלת העבודה;

בכלל איז ידועלד, אַז ענין ההולדה איז התחדשות יש מאין, אָבער די התחדשות איז ניט אין דער הולדה גופא, נאָר אין דעם „תזריע"; די הולדה איז נאָר אַ גילוי ההעלם, וואָרום אויך פאַר דער הולדה איז דער עובר שוין געווען בהעלם, און דורך דער לידה איז ער נאָר אַרויסגעקומען בגילוי. די התחדשות אָבער, האָט זיך אויפגעטאָן מיט דעם „תזריע" (נאָר דורך דער הולדה ווייס מען אַז די הזרעה איז געווען כדבעי).

און דערפאַר רופט מען די סדרה מיטן נאָמען „תזריע", ווייל אין דעם וואָרט דריקט זיך אויס דער עילוי וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך עבודה, כנ"ל.

(משיחת ש"פ תזריע תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-qkhxtkk4

Copies

Recent activity

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · approved

Sources