Likkutei Sichos
Vayikra 1
1א. אין פּסוק נפש כי תחטא ומעלה מעל בה' וכחש בעמיתו בפקדון או בתשומת יד וגו'ו, בריינגט רש"י די ווערטער „נפש כי תחטא" און איז מפרש — „אמר ר' עקיבא2) מה3) ת"ל ומעלה מעל בה', לפי שכל המלוה והלוה והנושא והנותן אינו עושה אלא בעדים ובשטר לפיכך בזמן שהוא מכחש מכחש בעדים ובשטר, אבל המפקיד אצל חבירו ואינו4) רוצה שתדע בו נשמה אלא שלישי שביניהם, לפיכך כשהוא מכחש מכחש בשלישי שביניהם".
בפּשטות — איז דער ביאור אין דעם פּירושח; דאָס וואָס „ומעלה מעל בה'" הייסט דוקא דער וואָס פאַרלייקנט אַ פּקדון — און ניט ווען ער פאַרלייקנט אַ מלוה, הגם אַז אויך דאָ, פּונקט ווי ביי פּקדון, ווייס דאָך דער אויבערשטער אַז ער האָט געליען געלט —
ווייל ווען איינער גיט דעם צווייטן אַ פּקדון צו באַהאַלטן אין אַן אופן וואָס „אינו רוצה שתדע בו נשמה", אַן עדות און אָן שטר, און די איינציקע באַוואָרעניש איז, נאָר וואָס דער מפקיד ונפקד פאַרלאָזן זיך אויף דעם
1) פרשתנו ה, כא.
2) תו"כ כאן (פכ"ב).
3) בדפוס ראשון: ומה (בוא"ו). (ואף שבדפוס זה חסרה שורה שלמה בפירוש רש"י זה — הרי אי"ז הוכחה שגם התיבות שנדפסו נעתקו בטעות). וראה לקמן הערה .14
4) ברא"ם כאן (וכ"ה בתו"כ כאן): אינו (בלי וא"ו). אבל בגו"א כאן, וכ"ה ברוב דפוסי רש"י: ואינו. וראה לקמן סעיף ה'.
5) ראה עד"ז גו"א כאן (בתחלת דבריו. וראה לקמן הערהח. וואָס דער אויבערשטער ווייס דערפון, און זיי נעמען אים אַריין כביכול פאַר אַן עדות אויפן פּקדון [און ווי דער תלמיד האָט שוין געהאַט געלערנט אין ספר בראשית0), אַז לבן האָט געזאָגט צו יעקב'ן; „אין איש עמנו ראה אלקים עד ביני ובינך"] — איז דעריבער, דערמיט וואָס ער פאַרלייקנט דעם פּקדון, איז עס במילא אַ פאַרלייקענונג אין דעם איינציקן „עד" צווישן זיי — אין דעם אויבערשטן.
און דערמיט איז פאַרשטאַנדיקז וואָס רש"י באַנוצט דאָ אַ לשון מיוחד — „שלישי שביניהם" (און זאָגט ניט קלאָר: „הקב"ה", אָדער „ה'" — כלשון הכתוב) — ווייל מיט דעם וויל ער מפרש און מדגיש זיין, אַז דאָס וואָס „וכחש גו' בפקדון" הייסט „מעל בה'", איז צוליב דעם וואָס דער מפקיד ונפקד האָבן כביכול אַריינגענומען דעם אויבערשטן ווי אַ „שלישי ביניהם", ד. ה. פאַר אַן עדות, און במילא איז דאָס אַ „מעל בה'" ווי אַ הכחשה אין דעם עד פון פּקדון.
לויט דעם איז אָבער שווער;
בשעת דער פּסוק טייטשט אויס וועמען ער מיינט מיט „נפש כי תחטא ומעלה מעל בה'", זאָגט ער (ניט נאָר) „וכחש בעמיתו בפקדון (נאָר אויך גלייך נאָכדעם) או — בתשומת יד", וואָס מיינט (ווי רש"י איז מפרש) „ששם בידו ממון להתעסק או במלוה" — איז ווי שטימט עס מיט דעם וואָס רש"י זאָגט אַז ביים פאַל פון2„המלוה והלוה והנושא והנותן" איז ער מכחש ניט אין אויבערשטן, נאָר „בעדים ובשטר"ח?
מפרשים לערנען איין*), אַז „או בתשומת יד" באַציט זיך ניט צו „ומעלה מעל בה'", נאָר ווי נאָך אַ פּרט וואָס קומט בהמשך בלויז צו „וכחש בעמיתו".
ס'איז אָבער שווער אַזוי צו לערנען, וואָרום פון פּשטות לשון הכתוב איז משמע, כנ"ל, אַז דער כלל פון „וכחש בעמיתו" גופא (מיט אַלע זיינע פּרטים; סיי „פּקדון" און סיי „תשומת יד" און אַזוי אויך „גזל" וכו') איז אַן אָפּטייטש פון „נפש כי תחטא ומעלה מעל בה' ".
ב. נוסף צו דער שאלה הנ"ל (ווי שטימט רש"י'ס פּירוש, אַז „ומעלה מעל בה'" איז בלויז ביי „וכחש בפקדון", מיט פּשטות לשון הכתוב), זיינען פאַראַן אויך כמה תמיהות בנוגע דעם לשון פון רש"י;
א) רש"י איז דאָך דאָ ניט אויסן צו מפרש זיין די ווערטער „נפש כי תחטא", נאָר, ווי ער אַליין באַוואָרנט; „מה ת"ל ומעלה מעל בה'" — איז אינגאַצצן ניט מובןי; דווקא די ווערטער „נפש כי תחטא" איז ער מעתיק און שטעלט זיך אויף זיי, בעת אַז די ווערטער „ומעלה מעל בה'" ברענגט ער אינגאַנצן נ'ט אַראָפּ און איז זיי ניט מרמז אפילו דורך צושטעלן אַ „וגו'"?
ב) ס'איז ידוע, אַז רש"י בפּירושיו לויט מאמרי רז"ל, דערמאָנט ניט דעם נאָמען פון בעל המאמר, סיידן עס קומט צו דורכדעם אַ תוספות ביאור אין דעם געזאָגטן פּירוש. דאַרף מען פאַרשטיין ; וואָס פאַר אַ תוספות הבנה קומט צו אין דעם פּירוש „מה ת"ל ומעלה מעל בה'", דורך דער ידיעה אַז דאָס האָט געזאָגט ר' עקיבא?
ג) בכדי צו פאַרשטיין מיט וואָס דאָ ווערט דער „מעל בה'", וואָלט גענוג געווען דער הסבר אַז „המפקיד אצל חבירו כו' מכחש בשלישי שביניהם" — צוליב וואָס דאַרף רש"י מאריך זיין און געבן צו פאַרשטיין דורך דעם פאַרגלייך פון „כל המלוה כו' מכחש בעדים ובשטר"?
ד) ווען צוויי מענטשן האָבן אַ משא ומתן צווישן זיך און זיי ציען צו נאָך עמעצן ווי אַן עדות — אַ באַשטעטיקונג און פאַרזיכערונג אויף דער זאַך — איז דאָך ניט שייך צו אָנרופן יענעם ווי דער „שלישי" צווישן זיי: ער ווערט צווישן זיי בלויז אַ פאַרמיטלער וואָס באַשטעטיקט און איז מברר דעם משא־ומתן צווישן זיי, אָבער ניט אַזאַ וואָס קען גערעכנט ווערן צוזאַמען מיט זיי, ווי אַ דריטער3— ניט נעמענדיק קיין שום אָנטייל אין משא־ומתן גופא.
דאַרף מען דעריבער פאַרשטיין, וואָס רש"י רופט דאָ אָן דעם אויבערשטן אַלס „שלישי שביניהם" (ניט „אחד" אָדער „זה") ; הן אמת, אַז דער מפקיד ונפקד האָבן זיך פאַרלאָזט אויפן אויבערשטן אַז ער וועט זיין אַן עדות צווישן זיי — זיי האָבן דאָך אָבער אים ניט אַריינגענומען ווי אַ דריטן (שותף) בשייכות צום פּקדון גופא — היינט פאַרוואָס זאָל ער הייסן מיטן נאָמען „שלישי"?
ג. אויסער די אויבנגעזאָגטע שאלות אין פּירש"י דאָ על אתר, איז אויך פאַראַן אַ שוועריקייט מצד אַ פריערדיקן פּירש"י:
אויפן פּסוק „נפש כי תמעול מעל גו' מקדשי ה'"יא זאָגט רש"י „אין מעילה בכל מקום אלא שינוי". דאַרף מען פאַרשטיין; וואָס פאַר אַ שינוי איז דאָ ביי „וכחש בעמיתו", וואָס צוליב דעם זאָגט דערויף דער פּסוק „ומעלה מעל בה'"יב?
מפרשים זיינען מסביריג, אַז אָט די פאַרלייקענונג גופא, דאָס וואָס ער וויל צונעמען פאַר זיך אַ זאַך וואָס געהערט צו אַ צווייטן — שטעלט עס מיט זיך פאַר אַ שינוי רשות.
ס'איז אָבער ניט מובן; אין פּסוק שטייט דאָך „ומעלה מעל בה'", ד. ה. אַז די מעילה (וואָס לויט רש"י'ס פּי' ווערט עס אומעטום געמיינט שינוי) דאַרף דאָ געטייטשט ווערן ווי אַ שינוי אין רשות פון אויבערשטן (אַזוי ווי ביי „כי תמעול מעל גו' מקדשי ה'", וואו מ'נעמט אַריבער די זאַך פון רשות הקדש אין רשות חולין). אָבער לויט די מפרשים הנ"ל באַשטייט דאָך דער „מעל" נאָר אין שינוי רשות פון איין מענשן צום צווייטן?
די שאלה (עיקרית) וואָס שטעלט זיך דאָ ביי רש"י בנוגע דעם ענין פון „ומעלה מעל בה'" איז (ניט מחמת די דאָזיקע ווערטער גופא, נאָר) מצד די ווערטער „נפש כי תחטא" וואָס שטייען פאַר דעם;
ווען עס וואָלט געשטאַנען בלויז „ומעלה מעל בה'", וואָלט מען געקענט (בדוחק עכ"פּ) לערנען*13, אַז יעדער פאַל פון עובר זיין אויפן אויבערשטנס רצון (ובפרט, דאָס שווערן פאַלש אין אויבערשטנס נאָמען) רופט אָן די תורה ווי אַ „מעל בה'" (ואין מעילה . . אלא שינוי), ווייל דערמיט ווייזט ער אַז ער פאַרבייט דעם אויבערשטן אויף, להבדיל, אַ וואָכעדיקע זאַך, ד. ה. ער רעכנט זיך ניט מיט זיין חשיבות, נאָר ווי עס וואָלט געווען, להבדיל, אַ וואָכעדיגע זאַך.
וויבאַלד אָבער אַז פריער שטייט שוין אין פּסוק „נפש כי תחטא", ווערט במילא שווער; צוליב וואָס זאָגט דער פּסוק סיי „תחטא" און סיי „ומעלה מעל בה'" וואָס לפי הנ"ל איז עס דאָך היינו הך?
און דערפאַר שטעלט זיך רש"י (ניט4אויף די ווערטער „ומעלה מעל בה'" גופא, נאָר) אויף די ווערטער „נפש כי תחטא" און פרעגט, „מה תלמוד לומר ומעלה מעל בה'" — וויבאַלד עס שטייט שוין „נפש כי תחטא" איז „מה ת"ל ומעלה מעל בה'"יא, צוליב וואָס *יד זאָגט דער פּסוק ביידע לשונותטו.
און אויף דעם ענטפערט רש"י *יא „לפי שכל המלוה כו' אבל המפקיד כו'", אַז די צוויי לשונות — „כי תחטא" און „ומעלה מעל בה'" — באַציען זיך צו די ווייטערדיקע צוויי פּרטים;
„כי תחטא" ווערט געזאָגט בשייכות צו „וכחש בתשומת יד וגו'", וואו ס'האַנדלט זיך אין געלט אויף עסק אָדער מלוה — און וויבאַלד אַז דאָ איז ער נאָר „מכחש בעדים ובשטר", איז עס סתם אַ „חטא" — ניט קיין ענין פון „מעל בה'"; און דעם לשון „ומעלה מעל בה'" זאָגט דער פּסוק אין באַצוג צו „וכחש בפקדון", ווייל דער וואָס פאַרלייקנט אַ פּקדון איז „מכחש בשלישי שביניהם".
ועפּ"ז ווערט פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י איז מאריך און דערמאָנט אויך דעם פּרט פון „המלוה כו'", ווייל דערמיט איז ער מפרש די ווערטער „נפש כי תחטא"*15.
ה. אָבער לויט דעם שטעלט זיך די קשיא; דער לשון „כי תחטא" שטייט דאָך פאַר „ומעלה מעל בה'", היינט פאַרוואָס קומען דערנאָך זייערע אויסטייטשונגען אין אַ סדר הפוך — פריער „בפקדון" (בהמשך צו „ומעלה מעל בה'") און דערנאָך „בתשומת יד וגו'" (— „נפש כי תחטא")?
אָט די שאלה באַוואָרנט רש"י מיט איין אות; דער לשון אין ספרא איז „המפקיד אצל חבירו אינו רוצה שתדע בו נשמה", אָבער אין פּירש"י ווערט געזאָגטי „ואינו רוצה כו'";
מיט דעם וא"ו, וואָס רש"י איז מוסיף, איז ער מדגיש אין אַ קלאָרן5אופן אַז אויך ביי פּקדון קען געמאָלט זיין מען זאָל געבן צו באַהאַלטן בעדים ובשטר, און דעריבערכז שטייט פּקדון פריער פאַר מלוה, ווייל ביי „וכחש בפקדון" איז פאַראַן (אויך) אַ פאַל וואָס באַציט זיך צו „נפש כי תחטא" — און וויבאַלד „פּקדון" טייטשט אָפּ ביידע לשונות (אויך „ומעלה מעל בה' "), דערפאַר קומט ער פאַר וכחש בתשומת גו', פאַר מלוה וואָס איז געוויינטליך „בשטר ובעדים".
ו. דעם ביאור לשון הכתוב „ומעלה מעל בה'" — וואָס דערפון איז משמע (כנ"ל ס"ג) אַז דורכן פאַרלייקענען דעם פּקדון, איז ער משנה (און נעמט אַרויס) דעם פּקדון פון רשותו של הקב"ה — דריקט רש"י אויס דורכן לשון „שלישי שביניהם";
דורך דעם וואָס ער זאָגט אַז דער אויבערשטער איז אַ „שלישי", אַ דריטער צום מפקיד ונפקד, מאַכט רש"י קלאָר אַז דאָ האַנדלט זיך ניט בלויז אין דעם וואָס דער מפקיד ונפקד האָבן געמאַכט דעם אויבערשטן פאַר אַן עדות אויפן פּקדון (וואָרום כנ"ל סוף ס"ב, דערמיט וואָס איינער איז בלויז אַן עדות אויף אַן עסק — הייסט ער נאָך ניט קיין „שלישי") ; דאָ ווערט אויך געמיינט דעם אויבערשטנס בעלהבתי'שקייט אויפן פּקדון, און דערפאַר טאַקע ווערט ער גערופן „שלישי" — ער איז דער דריטער בעה"ב;
איין בעה"ב איז דער מפקיד, וואָס צו אים געהערט דער פּקדון; דער צווייטער „בעה"ב" ווערט דער נפקד*17, ווייל ברשותו געפינט זיך דער פּקדון ובפרט ווען ער איז וכחש, ער פאַרלייקנט דעם פּקדון איז ער בפּועל דער בעה"ב אויפן פּקדון; און דער דריטער בעה"ב איז דער אויבערשטער — ער איז דער אמת'ער בעה"ב פון דעם פּקדון, וואָרום ס'איז דאָך „לה'טו הארץ ומלואה".
און דאָס איז דער פּירוש פון „מכחש בשלישי שביניהם"; דאָס וואָס דער חפץ געהערט צום מפקיד, איז עס דאָך דערפאַר וואָס דער אויבערשטער (דער אמת'ער בעה"ב פון דער גאַנצער וועלט) האָט אים דאָס געגעבןי; איז בשעת אַז דער נפקד פאַרלייקנט דעם פּקדון און וויל פון אים צונעמען דעם חפץ, הייסט עס אַ פאַרלייקענונג אין דער בעה"ב'שקייט פון אויבערשטן — „מכחש בשלישי שביניהם",
און דעריבער הייסט עס „ומעלה מעל בה'" — אַז דורך זיין פאַרלייקענען דאָס, קומט במילא אויס כאילו ער נעמט אַרויס כביכול דעם פּקדון פון רשותו של הקב"ה.
און הגם אַז לפ"ז קומט אויס אַז אויך ביים פאַרלייקענען אַ מלוה איז דאָ דער ענין פון „מכחש" אין דעם אויבערשטנס בעל־הבתי'שקייט אויפן געלט — וואָרום דער אויבערשטער האָט עס דאָך געגעבן צום מלוה — איז אָבער פאָרט ניט דומה;
ביי מלוה, וויבאַלד אַז „כל המלוה כו' אינו עושה אלא בעדים ובשטר", האָט ער דאָ ניט פאַרבונדן די הלואה, אין אַן אופן מיוחד, מיט דער בעלהבתי'שקייט פון אויבערשטן; משא"כ6ביי אַ פּקדון, וואו „אינו רוצה שתדע בו נשמה אלא שלישי שביניהם", האָט ער דאָך אין דעם זיך באַזונדערס פאַרלאָזן אויפן „שלישי שביניהם", ד.ה. דער מפקיד האָט געגלויבט דעם נפקד נאָר דערפאַר וואָס ער האָט גערעכנט אַז דער נפקד וועט ניט גיין קעגן דער בעל־הבתי'שקייט פון אויבערשטן, און פאַרלייקענדיק דעם פקדון איז ער דעריבער „מכחש בשלישי שביניהם" און איז „מועל בה'".
ז. לאחר כל זה פאָדערט זיך נאָך ביאור אין דעם; ווען איינער פאַרלייקנט דעם צווייטנ'ס פּקדון, איז אמת טאַקע אַז ער טוט אַ זאַך וואָס איז קעגן דעם אויבערשטנס רצון, אָבער סוכ"ס בלייבט דאָך דער חפץ — אויך נאָך דער פאַרלייקענונג — אין רשות פון דעם אויבערשטן — היינט פאַרוואָס הייסט עס פאָרט אַ „מעל בה'", אַ שינוי אין רשותו של הקב"ה?
אמת, קיין שטאַרקע קשיא איז עס טאַקע ניט, וואָרום ווי געזאָגט, גייט ער דאָ אַנטקעגן דעם אויבערשטנס סדר אין בעל־הבתי'שקייט, און דאָס הייסט במילא כאילו ער וואָלט אַרויסגענומען אַ זאַך פון אויבערשטנס רשות — אָבער דאָך איז עס ניט אַזוי גלאַטיק.
דעריבער באַוואָרנט דאָס טאַקע רש"י — אָבער בלויז אין אַ רמז'דיקן אופן — דורך צוגעבן דעם נאָמען פון דעם בעל המאמר ר'*) עקיבא:
דער טעם וואָס ביום הראשון פלעגן די לויים אין ביהמ"ק זאָגן דעם מזמור „לה' הארץ ומלואה", זאָגט (ר"י משום) ר' עקיבא „על שם שקנה והקנה"כ. און רש"י איז מפרש אויף דעם; „כלומר, קונה כדי להקנות". און וויבאַלד אַז (לויט ר"ע) דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט „קונה" געווען די וועלט איז (נאָר) „כדי להקנות" — אַז דעם אויבערשטנס בעל־הבתי'שקייט גופא אויף אָט דעם חפץ, איז כביכול אָפּהענגיק אין דעם וואָס ער גיט עס און מאַכט עס געהערן צו איש פּלוני — קומט דאָך במילא אויס, לויט ר' עקיבא, אַז ווען איינער לאָזט ניט צו דעם „להקנות", איז ער גורע כביכול (אויך) אין דעם „קונה" פון הקב"ה.
ח. עס האָט זיך פריער (סוס"ו) גערעדט, אַז דאָס וואָס „וכחש בעמיתו" ווערט אין פּסוק איינגעטיילט אין צוויי אופנים; „נפש כי תחטא" און „ומעלה מעל בה'" — הגם אַז אין יעדער אופן איז עס אַ „מעל" אין אויבערשטן (צונעמענדיק די זאַך פון דעם וואָס אים האָט דער אויבערשטער געגעבן, מאַכט ער דאָך דערמיט כביכול אַ שינוי ברשותו של הקב"ה כנ"ל) — איז עס דערפאַר וואָס בעת ער פאַרלאָזט זיך מלכתחילה אויף עדים און שטר, איז ער ניט „מכחש" אָפענערהייט אין דעם „שלישי שביניהם" (ווי דאָס איז אין פאַל פון „וכחש בפקדון" וואו ער האָט מלכתחילה זיך פאַרלאָזט אויפן שלישי שביניהם און ס'איז דעריבער אַן אָפענערע הכחשה אין דעם אויבערשטן), און דערפאַר איז דאָ (בגלוי) בלויז אַן ענין פון י"כי תחטא", אָבער ניט „ומעלה מעל בה'".
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער חילוק צווישן „נפש כי תחטא" און „ומעלה מעל בה'" איז נאָר בשייכות צו גילוי, ד.ה. אַז ביי „נפש כי תחטא"7איז די מעילה בה' ניט אַזוי קענטיק בגלוי, אָבער בפּנימיות איז די מעילה דאָ אויך ביי „כי תחטא",
— און דאָס מיינט באַ יעדער חטא, אַפילו אַזאַ וואָס איז בלויז „חטא" פון לשון חסרוןכא, ווען איינער (טוט ניט קיין עבירה, נאָר ער) פאַרפעלט עפּעס אין זיין עבודה, און אַפילו ווען דאָס פאַרפעלטע איז גאָר אַ „קלייניקייט" (בדוגמא ווי דער „נפש כי תחטא" כפּשוטו, וואָס רעדט זיך אַפילו ווען ער פאַרלייקנט בלויז אַ שוה פרוטה);
דאָס מיינט, אַז הגם דאָס זעט אויס בלויז ווי סתם אַ חטא (אָבער ניט קיין ענין פון כפירה ר"ל וח"ו) — איז עס בפּנימיות אַן ענין פון „מכחש בשלישי שביניהם", דוגמת אַן ענין פון כפירה ר"לכב; און נאָך מער; ס'איז אויך אַ מעילה בה' — ער איז דורך דעם משנה כביכול אין רשותו של הקב"ה. — דורך זיין ניט אויספירן דעם תפקיד המוטל עליו צו מאַכן פון זיין חלק בעולם אַ דירה לו ית', נעמט ער אַרויס כביכול אָט דעם חלק פון רשותו של הקב"ה.
ט. דאָס וואָס די תורה האָט אַריינגעשטעלט די הוראה פון „נפש כי תחטא ומעלה מעל בה'" (וכביאור הנ"ל) דווקא ביי „וכחש בעמיתו", איז עס בכדי צו אונטערשטרייכן, אַז דאָס איז אַזוי (אויך) בנוגע צו ענינים שבין אדם לחבירו (און ניט נאָר בנוגע צו בין אדם למקום);
מען זאָל קיין טעות ניט האָבן און מיינען, אַז ביי ענינים שבין אדם למקום, איז פאַרשטאַנדיק אַז יעדער פּרט „רירט" אָן אין די בעל־הבתי'שקייט פון אויבערשטן; בנוגע צו בין אדם לחבירו אָבער, כאָטש אַז די ציוויים אויף דעם זיינען טאַקע פון אויבערשטן — עס איז דאָך אָבער בכדי צו פאַרהיטן „חבירו", איז אַפילו ווען ער זאָל אים באַ'עולה'נען, רירט עס אָן בעיקר אַ מענטשן אָבער ניט דעם אויבערשטן —
זאָגט דעריבער די תורה קלאָר, אַז „נפש כי תחטא", איז הגם אַז דאָס איז אין אַן אופן וואָס בחיצוניות איז עס שייך נאָר צו „עמיתו" (ניט צום אויבערשטן ח"ו), פונדעסטוועגן איז עס שוין אַן ענין פון „ומעלה מעל בה'"כג; און אַפילו ווען ער האָט בלויז „פאַרפעלט" („חטא — לשון חסרון") צו טאָן זיין חבר אַ טובה, וכיו"ב —8איז עס, בפּנימיות, שוין אַן ענין פון „מעל בה'", כנ"ל.
י. עס איז דאָך אָבער „אין לך דבר העומד בפני התשובה"כד —
איז די פּרשה דעריבער מסיים; „וכפּר עליו גו' ונסלח לו"28). אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ער איז געווען אין אַ מצב פון „נפש כי תחטא" (וואָס דאָס אַליין איז שוין בפּנימיות אַ „מעל בה'", כנ"ל), און אַפילו ווען ס'איז געווען ביי אים בגלוי דער „ומעלה מעל בה'", איז ווי נאָר ער טוט תשובה, איז „וכפּר גו' ונסלח לו",
און אַזוי אויך בכללות; ונפש כי תחטא — ווערט („מפּני חטאינו) — גלינו", איז ישראל עושין תשובה ומיד הן נגאליןכ, בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש ובעגלא דידןכז.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ז׳
- Id
- rh-qa8pb8g7