עברית
Library

Likkutei Sichos

Metzora 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

100מצורע

א. דער נאָמען פון היינטיקער סדרה, ווי זי ווערט גערופן אין ראשונים — דער רס"גא, רש"יב און דער רמב"םג — איז „זאת תהי'". אָבער אין די שפּעטערדיקע דורות איז מנהג ישראל (תורה הוא), צו רופן זי מיטן נאָמען „מצורע"ד.

דאַרף מען פאַרשטיין; „מצורע" איז דאָך אַן ענין בלתי רצוי*). ולכאורה פּאַסט ניט צו רופן אַ סדרה אין תורה מיט אַזאַ נאָמען. ובפרט נאָך, אַז פריער האָט זי טאַקע געהייסן מיט אַן אַנדער נאָמען, און (ס'קומט אויס אַז) בדורות האחרונים האָט מען איבערגעביטן איר פריערדיקן נאָמען צו רופן זי מיט אַ נאָמען בלתי רצויו?!

ב. צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען פריער מקדים זיין דעם ביאור לשון הפּסוק „זאת תהי' תורת המצורע גו' והובא אל הכהן". וואָס אין דעם איז ניט מובן;

א) ער זאָגט דאָך שפּעטער „ויצא הכהן אל מחוץ למחנה", אַז דער כהן האָט געדאַרפט אַרויסגיין צום מצורע — איז וואָס מיינט „והובא אל הכהן" (דער מצורעז האָט דאָך ניט געטאָרט אַריינקומען צום כהן, ער מוז דאָך זיין מחוץ לג' מחנות)ח?

ב) פאַרוואָס שטייט (ניט „ובא אל הכהן", נאָר) „והובא אל הכהן" — ער זאָל געבראַכט ווערן צום כהן — וואָס דער לשון ווייזט אַז זיין קומען צום כהן איז בעל כרחו*)?

בנוגע די ערשטע שאלה, ווילן מפרשים ענטפערןי אַז „והובא אל הכהן" מיינט, אַז בלייבנדיק מחוץ למחנה זאָל דער מצורע אָבער צוקומען ביז צום סאַמע־גרעניץ פון מחנה ישראל, בכדי צו פאַרשפּאָרן דעם כהן אַ טרחא — ער זאָל ניט דאַרפן גיין ווייט מחוץ למחנה צום אָרט פון מצורע.

דער פּירוש איז אָבער ניט מובןיא; בשעת דער מצורע דאַרף אַרויסגיין101מחוץ למחנה, איז ער מלכתחילה כלל ניט מחוייב צו דערווייטערן זיך. ער מוז טאַקע אַרויסגיין מחוץ לג' מחנות — אָבער ער מעג פאַרבלייבן גאַנץ נאָענט צום גבול פון מחנה ישראליח. און וויבאַלד אַז דער לשון „והובא" גייט אויף יעדן מצורע, ניט דוקא אויף אַזאַ וואָס איז אַוועק ווייט פון קצה המחנה, נאָר אויך אויף דעם וואָס געפינט זיך לעבן מחנה ישראל — פּאַסט דאָך ניט אויף אים דער לשון „והובא".

ג. איז דער ביאור אין דעם — בפּנימיות הענינים;

רש"ייג זאָגט דעם טעם פאַרוואָס אַ מצורע דאַרף זיין „בדד", ווייל „הבדיל בלשון הרע . . בין איש לרעהו אף הוא יהא*13 נבדל"יד.

ועפּ"ז יש לומר, אַז דאָס וואָס דער מצורע דאַרף זיך געפינען „מחוץ לשלש מחנות", אַפילו חוץ פון מחנה ישראל, איז עס מצד דעם וואָס ער האָט אַ שייכות צו (קליפּת מדיןיח, מלשון) מדון ומריבהי (וואָרום כנ"ל, „הבדיל כו'"), און דאָס איז דער היפּך פון כללות ענין הקדושה (וואָס ענינהיב איז אחדות והתכללות)יג ; און דעריבער קען ער זיך ניט געפינען אַפילו אין מחנה ישראל — די נידעריקסטער מדריגה פון מחנות הקדושה.

[נאָך מער; כשם ווי ס'זיינען פאַראַן ג'*) מחנות אין קדושה, אַזוי זיינען אויך פאַראַן ג' דרגות (מחנות) אין „לעומת זה" להבדיל — וכמש"נ; וישלחוי מן המחנה כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש. אין זיי זיינען דאָ „טמאים אחרים" און מצורע — איז דער דין; בדד ישב — שלא יהיו טמאים אחרים יושבים עמו290) דער מצורע דאַרף זיין מחוץ אַפילו פון די מחנות טמאים אחרים.

און דער טעם דערויף איז; די וואָס ריידן לשון הרע, קומען סו"ס „לדברכא באלקים וכופרין בעיקר" *כא. ובמילא, זיינען זיי נאָך ערגער אַפילו פון ס"א וקליפּה הנקראת ע"ז, וואָס זיי זיינען מודה אין דעם אויבערשטן נאָר זיי רופן איםב „אלקא דאלקייא"*.

102אָבער אַעפּ"כ, פּסק'נט דאָך דער אַלטער רבי אָפּ — סיי אין נגלה דתורהכד סיי אין פּנימיות התורהלג — בנוגע צו יעדער אידן, יהי' מי שיהי', אַז „בודאי סופו לעשות תשובה" — וואָרום „לא349) ידח ממנו נדח",

דעריבער זאָגט דער פּסוק „והובא (ל' הבטחה לעתיד) אל הכהן", אַז אַפילו אַזאַ וואָס געפינט זיך מחוץ לג' מחנות, איז דער אויבערשטער מבטיח אַז סוכ"ס וועט ער געבראַכט ווערן צום „כהן".

און היות אַז די הבטחה וואָס „בודאי סופו לעשות תשובה" איז אַפילו צו אַזאַ וואָס מצד ענינו האָט ער ניט אַפילו קיין רצון צו טאָן תשובה; און נאָך מער, אַפילו צו אַזאַ וואָס זיין רצון איז פאַרקערט: „העולה על רוחכם . . נהי' כגוים גו'"ז, פונדעסטוועגן איז „ביד חזקה גו' אמלוך עליכם"לג — דעריבער שטייט „והובא (ל' ציווי) אל הכהן", והובא — בעל כרחו.

ד. אע"פּ אַז די סיבה צו דער התעוררות התשובה איז [ניט דער מצב פון דעם מענטשן, נאָר] די הבטחה פון דעם אויבערשטן, וואָס „לא ידח ממנו נדח" — וואָס דעריבער קומט זי אַפילו צו אַזאַ וואָס דאַרף אָנקומען צו „ביד חזקה גו' אמלוך עליכם",

וויל אָבער דער אויבערשטער, אַז די התעוררות התשובה זאָל סוף סוף דערנעמען דעם אידן אין אַ פּנימיות — און דערפאַר האָט דער אויבערשטער איינגעשטעלט, אַז דער ענין פון „ביד חזקה גו'" זאָל סוכ"ס פּועל'ן אויף די כחות הנפ"י פון דעם אידן גופא, אַז זיין תשובה זאָל זיין מצד זיינע כחות — זיין רצון, שכל, הרגש וכו'.

און דאָס איז דער ביאור וואָס פריער זאָגט דער פּסוק „והובא אל הכהן" און דערנאָך „ויצא הכהן אל מחוץ למחנה וגו'";

די התחלה פון „טהרת המצורע" (תשובה) קומט דורך אַ גילוי אור מלמעלה, וואָס איז ניט שייך צום מצב ומקום רוחני פון דעם מצורע און צו זיין רצון — און דאָס מיינט „והובא אל הכהן", אַז ער ווערט אַרויסגעפירט פון זיין מקום ומצב און ווערט געבראַכט צום „כהן" היפּך רצונו;

אָבער דערנאָך דאַרף זיין „ויצא הכהן אל מחוץ למחנה גו'", אַז די התעוררות דאַרף נמשך ווערן אין דעם אָרט (גשמי ורוחני — היינו) מדריגה וואו דער מצורע געפינט זיך — בכדי אַז זיין „טהרה" זאָל קומען ניט בלויז מצד דעם „כהן", נאָר אויך מצד דעם „מצורע" אַליין, מצד זיין רצון און שכל וכו'כט.

און דורך דעם וואָס די טהרה ווערט אויפגעטאָן אויך מצד דעם מקום פון103דעם „מצורע" גופא — מחוץ למחנה, אַז אויך די זדונות ווערן נהפּך לזכיות80), ווערט ער דאַן העכער פון אַ צדיק גמור וואָס איז קיינמאָל ניט געווען „חוץ למחנה"א.

ה. ע"פּ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס בדורות הראשונים האָט די סדרה געהייסן „זאת תהי'" און בדורות האחרונים ווערט זי גערופן „מצורע":

די אמיתית הענין פון „אתהפכא חשוכא לנהורא", אַז דער חשך גופא זאָל נהפּך ווערן לאורה, וועט ערשט זיין לעתיד לבאכג. ווייל דאַן וועט זיין גילוי העצמות, וואָס נאָר מצד אים344) (וואָס לגבי אים איז אור וחשך בשוה) קען זיין אָט דער אופן פון „אתהפכא"לג.

און דערפאַר איז בדורות הראשונים, ווען מ'איז נאָך געווען „ווייט" פון דעם גילוי דלעתיד, און עס האָט נאָך ניט מאיר געווען דער „ויצא הכהן אל מחוץ למחנה גו'" — אַז די טהרת המצורע זאָל קומען מצד דעם מצורע גופא — און בגילוי איז דאַן געווען בלויז דער „והובא אל הכהן"ל,

האָט מען דאַן נאָך ניט גערופן אַ סדרה בתורה מיטן נאָמען „מצורע", ווייל בשעת די טהרת המצורע קומט מצד גילוי אור מלמעלה און ניט מצד זיין ענין גופא, איז דער מצורע — מצד זיין ענין — ניט נהפּך געוואָרן צו תורה אור;

נאָר היות ווי מען האָט געוואוסט אַז לע"ל וועט דער חשך גופא נהפּך ווערן לאור, האָט מען אָנגערופן די סדרה „זאתלה תהי'", אַז לע"ל וועט זיין „תורת המצורע" — דער מצורע וועט ווערן „תורה".

104אָבער (א) די ווערטער „תורת המצורע" זיינען ניט אַריינגענומען געוואָרן (בפירוש) אין דעם נאָמען פון דער סדרה, און „זאת תהי'" איז בלויז מרמז אויף „תורת המצורע", (ב) אין דעם נאָמען „זאת תהי'" לשון עתיד, איז מען מדגיש, אַז ס'איז אַן ענין וואָס וועט קומען ערשט שפּעטער.

אָבער בדורות האחרונים (וואָס ווערן אָנגערופן עקבתא דמשיחא) הערט זיך ביי אידן דער ענין פון משיח'ן. אידן „הערן" און פילן אַז משיח איז „הנה זה עומד אחר כתלנו"לח, נאָכמער דער כותל האָט שוין חלונות און חרכים; נאָכמער ער — משיח — איז „משגיח מן החלונות מציץ מן החרכים", ער קוקט און איז משגיח אויף אונז (עס איז בלויז וואָס אים זעט מען ניט — און דאָס איז נאָר ווייל כתלנו — אונזער כותל — פאַרשטעלט) איז דעריבער מאַכן אידן אויך פון „מצורע"לט אַ סדרה אין תורהמ, ווייל עס לייכט שוין בתורה דער גילוי דלעתיד פון „ולילהמא כיום יאיר".

(משיחת ש"פ מצורע, תשכ"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-hr8g5m5y

Copies

Recent activity

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · approved

Sources