Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 18
327אמור
ב"ה, א' פ'*) אמור, פסח שני, ה'תשכ"ד
. . . ומענין ימים אלה; אמחז"ל אמור ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים. וע"ד מציאות גדלות וקטנות בעולם בכלל, כן דוגמתם הוא גם בעולם קטן הוא האדם. שבכל אדם ישנו הגדול והקטן שבו. הגדול שבאדם הוא הראש והחכמה והשכל שבו והקטן שבאדם — איבריו וענין העשי' שבו. ונצטווה האדם, אשר הגדול שבו יזהיר את הקטן, וכאזהרת חז"ל שהלימוד צ"ל על מנת לעשות. יתרה בזה אשר גדול לימוד (עיקר הגדלות שבלימוד הוא מה) שמביא לידי מעשה.
ובכל האמור ישנה גם הוראת פסח שני, וכביאור כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל „פסח שני ענינו איז — עס איז ניטאָ קיין פאַרפאַלן, מען קען אַלעמאָל פאַריכטן, אפילו מי שהי'*) טמא, מי שהי' בדרך רחוקה און אפילו „לכם" — אַז דאָס איז געווען ברצונו, פונדעסטוועגן קען מען מתקן זיין" באם רוצים באמת. ולא עוד אלא שאין בזה הגבלה ומדידה בזמן — ודלא כפסח ראשון שהוא שבעה ימים וכו' — שהרי ענין התשובה הוא בשעתא חדא וברגעא חדא, ולא הגבלה בענין — ודלא כפסח ראשון דחמץ לא ימצא ברשותו — שהרי תשובה שלימה הוא דזדונות („לכם" הנ"ל) נעשו לו כזכיות; ע"י328התשובה אינו זז משם עד שמוחלין לו, ועד שיהי' לרצון לפני ה' ומהוצה וחביב לפניו ית' וכו'.
בברכה,329שזהו סותר למש"כ שם ר"פ י"ב ובספר המצות מ"ע רל"א, ועי' שו"ע רבינו סימן תצ"ה קו"א ס"ק ג' ור"ס תקכ"ו דס"ל שהוא מ"ע מן התורה, ועי' ג"כ שו"ת שאג"א החדשות ס"ז וס' י"ב, ובפירוש פערלא לסהמ"צ לרס"ג מ"ע י"ט שהאריך בכל זה, שד"ח כללים מע' ק' ל"ט ואכמ"ל . . .
(ממכתב ח' תמוז, תשי"א) ב"ה, יום נ' פ' אמור, ה'תשכ"ה
צו דער צענטער יערלעכער קאָנווענשאָן
פון נשי ובנות חב"ד
ה' עליהן תחיינה
די הייארדיקע קאָנווענשאָן, וואָס באַצייכנט אַ צייט־אָפּשניט פון צען יאָר טעטיקייט, האָט מער ווי די געוויינלעכע באַדייטונג. זי דאַרף אויסדריקן אַ ספּעציעלן ווענד־פּונקט אין אייער טעטיקייט, לויט דער ספּעציעלער באַדייטונג און אָנווייזונג פון דער צאָל „צען".
די צאָל „צען" שליסט אָפּ דעם סדר פון די איינצלנע ציפערן און הויבט אָן דעם סדר פון די צענדליקע. דאָס איז אַן איבערגאַנג אויף אַ העכערע שטופע, ניט נאָר אין כמות נאָר אויך אין איכות. פון צען און העכער הויבט זיך אָן אַ נייער סדר, וואָס איז ניט נאָר העכער אין צאָל, נאָר אומפאַרגלייכבאַר העכער אין מדרינה.
דאָס איז איינע פון די דערקלערונגען פאַרוואָס די צאָל צען האָט אַ ספּעציעלע באַדייטונג אין תורה, און במילא אויך אין אידישן לעבן. דאָס דריקט זיך אויס אין דעם וואָס אַ דבר שבקדושה און געוויסע תפילות (ווי ברכו, קדיש און קדושה, אד"ג) קען צושטאַנד קומען נאָר ווען עס איז דאָ אַ מנין (צען) אידן, ווי חכמינו ז"ל לערנען אָפּ פון דעם פסוק ונקדשתי בתוך בני ישראל, אין דער היינטיקער סדרה (כב:לב). וואָרום, כאָטש יעדער איד, אַלס יחיד, איז טייער און הייליק איז אָבער ווען צען אידן קומען זיך צוזאַמען ווערט געשאַפן אַ ציבור, וואָס איז שוין גאָר אַ הויכע מדרגה פון קדושה, און וואָס אין דעם צבור ווערט אויך דער יחיד דערהויבן צו אַ גאַנץ העכערע מדרנה.
איינע פון די ספּעציעלע באַדייטונגען פון „צען" איז וואָס דאָס איז די צאָל פון די כחות הנפש. ווי עס ווערט דערקלערט אין הייליקע ספרים, ספּעציעל אין דעם ספר תניא פון דעם אַלטן רבי'ן, דער מייסד פון שיטת חב"ד, האָט אַ מענטש צען אינערלעכע כחות, וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט330זיין נפש (גייסט), דאָס זיינען די דריי כחות פון שכל — חכמה, בינה, דעת (חב"ד) און די זיבן מדות (נייגונגען און געפילן). אייגנטלעך איז דער יסוד פון דער גאַנצער חב"ד שיטה צו אַנטוויקלען די כוחות פון שכל, אַזוי אַז זיי זאָלן אויספורעמען די מידות, ספּעציעל די גרונט מידות פון אהבת השם און יראת השם, וועלכע זאָלן קומען צום אויסדרוק אין אַלע נייגונגען און געפילן, ספּעציעל אין דער אויפפירונג אין טאָ־טעגלעכן לעבן, אין אַלע הינזיכטן.
כ"ק מו"ח אדמו"ר, און די נשיאי חב"ד פון אַלע דורות, האָבן מערערע מאָל אונטערשטראָכן דעם וויכטיקן אָרט וואָס די פרוי פאַרנעמט אין דער פאַרווירקלעכונג פון שיטת חב"ד אין טאג־טעגלעכן לעבן. די פרוי, אַלס עקרת הבית, די בויערין פון דער אידישער היים, באַשטימט אין אַ גאָר גרויסער מאָס דעם גייסט און די אויפפירונג פון דער משפחה, און האָט אויך אַ גאָר גרויסע השפעה, דירעקט און אומדירעקט, אויף דער סביבה.
און די תורה גיט איר די אָנווייזונג (און צוזאַמען דערמיט אויך דעם כח) ווי דאָס דורכצופירן — דורך דעם ריכטיגן באַנוצען פון אירע צען כחות הנפש, ווי געזאָגט; חכמות בנתה ביתה חצבה עמודי' שבעה (משלי ט, א) — מיט שכל (וואָס ווי געזאָגט טיילט ער זיך אין דריי) בויט זי איר הויז שטעלט אויף זיינע זיילן זיבן (לויט די פאַרשידענע מדות).
דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז — אַריינגייענדיק איצט אין דעם טן צענדליק יאָרן פון טעטיקייטן וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט תורה ומצוות זאָל יעדע גרופּע נשי ובנות חב"ד, און יעדע מיטגלידערין פון די גרופּעס, דערהויבן ווערן צו אַ העכערע מדרגה אין אַלע אויבנדערמאנטע הינזיכטן, און געבענטשט ווערן מיט דער פולסטער מאָס הצלחה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בברכה להצלחה ולבשורות טובות
. . . מאשר הנני קבלת מכתבו מא"ח, ונהנתי לקרות בו אשר דרש לפני העולם בעניני יהדות, ופשיטא שאין זה מספיק מה שדורש לפניהם אחת בשנה, וכידוע דהעבודה של אחת בשנה — דזמן דקדש הקדשים הוא יום הכפורים, בקדש הקדשים במקום כפשוטו, ע"י כהן גדול שנקרא קדש הקדשים (דה"י א' כג, יג) — עש"ן — מועילה כשיש לזה הכנות במשך השנה נוסף על הכנה דיוהכ"פ עצמו, ואף שמבואר שכאו"א מישראל, מצד נשמתו שהיא חלק אלוה ממעל ממש — מלמעלה מהזמן והמקום ויכול לפעול331בכל מקום ובכל זמן ובכל רגע ע"ד פעולות כהן גדול ביוהכ"פ בקדש הקדשים, ע"י הזזה כדבעי בשינוי המהות, הנה מובן ופשוט שאין זה פוטר ח"ו כלל מעבודה במשך כל השנה. ובלשון הזוהר דכל יומא ויומא עביד עבידתי' (זח"ג צד, רע"ב). וחסר יומא חדא חסר לבושא חדא (זח"א רכ"ד א'). ובמכש"כ וק"ו בהנוגע לפעולה על אחרים, שלא תמיד נמצאים אצלו, ולא תמיד מוכנים לקבל ההשפעה, והשי"ת יצליחו לבשר טוב גם בזה.
. . . בשאלתו במה שנתבאר דבקצירת העומר שהי' הפרסום קטן מאשר בשמחת בית השואבה מפני שאז תקופת עבודת צדיקים משא"כ חדש תשרי שהוא העבודה דבעלי תשובה, ושואל מאי נפק"מ כיון שהפרסום נעשה להוציא מלבן של צדוקים.
והנה פרסום הי' גם בעת קצירת העומר, שלכן עשו ואמרו כל ענין ג"פ וכו' עיי"ש במנחות רפ"ו, אלא שהחילוק הי' בהשמחה של המתעסקים בזה, שמובן שגדולה שמחת בן מלך השב משבי, מאשר שמחת בן מלך שמעולם לא הי' בשבי (אם בכלל יש שם ענין השמחה) כיון שתענוג תמידי אינו תענוג. ועוד זאת שאפילו בנוגע להצדוקים יש להם אחיזה קלה וקטנה יותר ופחות הרבה יותר בד' אמות של צדיקים שמעולם לא חטאו, מאשר בד' אמות של בעלי תשובה . . .
ל"ג בעומר
מיר אַלע האָבן זיך דאָ צוזאַמענגעקליבן לכבוד דעם טאָג פון ל"ג בעומר, וואָס זיכער ווייס יעדערער פון אייך די הויפּט זאַכן און פּאַסירונגען וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דעם טאָג. בכללות איז דאָס — וואָס די תלמידים פון רבי עקיבא — איז פון ל"ג בעומר אָן האָבן זיי זיך אויפגעפירט ווי זייער רבי, רבי עקיבא, האָט זיי געלערנט, וועגן ואהבת לרעך כמוךא אין זיך נוהג כבוד זיין און פירן זיך ווי עס באַדאַרף צו זיין איינער מיטן צווייטן. און דער צווייטער ענין — וואָס דאָס איז דער טאָג וואָס רבי שמעון בן יוחאי, איינער פון די הויפּט תלמידים פון רבי עקיבא, האָט געזאָגט אַז דאָס איז זיין יום שמחהב, דער פריילעכער טאָג ווען ער האָט דערגרייכט דאָס העכסטעג
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ז׳
- Id
- rh-yyzsdhf7