Likkutei Sichos
Kedoshim 2
139קדושיםב
א. בסוף הפרשה, אין פסוק „ואיש או אשה כי יהי' בהם אוב או ידעוני מות יומתו", שטעלט זיך רש"י אויף „כי יהי' בהם אוב וגו'"א און פרעגט; „כאן נאמר בהם מיתה ולמעלהכח כרת" (און ער ענטפערט אויף דעם אַז עס רעדט זיך אין צוויי באַזונדערע אופנים, כדלקמן סעיף ב').
איז אין דעם ניט מובן;
א) די קשיא „כאן נאמר בהם מיתה כו'" איז דאָך אויף די ווערטער „מות יומתו", האָט דאָך רש"י לכאורה געדאַרפט מעתיק זיין די ווערטער בפירוש. פאַרוואָס איז ער אָט־די ווערטער בלויז מרמז דורך צושרייבן „וגו' "ג?
ב) פריער אין דער פרשהח, וואו עס שטייט „והכרתי", שטייט „והנפש אשר תפנה אל האובות ואל הידעונים". איז דאָך רש"י'ס קשיא („כאן נאמר בהם מיתה ולמעלה כרת") ניט נאָר אויף אוב נאָר אויך אויף ידעוניד. היינט פאַרוואָס איז רש"י מעתיק (בפירוש) נאָר „אוב" און ניט „ידעוני"?
ג) בכדי צו מדגיש זיין אַז דער דין „מות יומתו" שטייט „בהם", ביי דעם זעלבן ענין (אוב וידעוני) וואָס פריער שטייט דערביי „והכרתי", איז דאָך נוגע צו ברענגען בלויז „אוב וגו'". פאַרוואָס איז רש"י מעתיק אויך די פריערדיקע ווערטער „כי יהי' בהם"?
ב. אויף דער קשיא „כאן נאמר בהם מיתה ולמעלה כרת" ענטפערט רש"י: „עדים והתראה בסקילה, מזיד בלא התראה בכרת".
דאַרף מען פאַרשטיין; פון וואַנעט לערנט ער אָפּ — בדרך הפּשט — אַז אונזער פּסוק רעדט זיך בעדים והתראה און דער פסוק „והכרתי" — במזיד בלא התראה?
לערנענדיק אין פּשטות קומט אויס, אַז היות ווי סקילה איז האַרבער ווי כרת, לייגט זיך במילא אין שכל צו זאָגן, אַז „והכרתי" — אַ גרינגערער עונש — רעדט זיך אין פאַל וואו ס'איז ניט געווען קיין התראה; און „מות יומתו באבן ירגמו אותם דמיהם בם" — אַן עונש חמור ביותרו — רעדט אין אַ פאַל וואו ס'איז יע געווען140התראה. וואָרום פאַרן טאָן אַ חטא טראָץ דעם וואָס מען איז אים מתרה, קומט אַ פיל האַרבערער עונש.
ס'איז אָבער ניט מובן ; רש"י אַליין זאָגט דאָך אַז דער חיוב סקילה איז דוקא בשעת עס זיינען דאָ „עדים והתראה", ד. ה. אַז עס קומען עדים און זיינען מעיד פאַר בי"ד אַז פלוני האָט עובר געווען אויפן חטא פון אוב או ידעוני. וואָרום אַן עדים קענען דאָך ב"ד ניט וויסן אויף זיכער אַז יענעם קומט מיתה,
— ווערט לפי"ז שווער: פון וואַנעט לערנט מען אָפּ אַז דער חילוק צווישן די צוויי פּסוקים („מות יומתו" און „והכרתי") באַשטייט אין דעם אופן ווי יענער האָט געטאָן דעם איסור (צי בהתראה אָדער בלא התראה)ח, עס קען דאָך זיין אַז ביידע פסוקים ריידן וועגן איין און דעם זעלבן אופן (בהתראהז), נאָר דער חילוק שביניהם איז, אַז בעדים זיינען ב"ד מחייב סקילה, און בעת קיין עדים זיינען ניטאָ — וואָס דאַן קענען ב"ד קיין מיתה ניט מחייב זיין, ווערט ער באַשטראָפט מן השמים מיטן עונש כרתח ?
עוד קשה וביותר; דער עונש „והכרתי" אויף אַ חטא וואָס איז אַ חיוב סקילה, איז דאָ אויך פריער אין דער זעלבער פרשהט — ביי דעם חטא פון „יתן מזרעו למולך". און דאָרט איז דער פסוק גופא מפרש אַז דער עונש „והכרתי" קומט אין פאַל ווען „העלם יעלימו עם הארץ את עיניהם גו' לבלתי המית אותו", וואָס דאַן איז „ושמתי אני את פני גו' והכרתי אותו גו' ".
האָט מען דאָך לכאורה געדאַרפט זאָגן, אַז אַזוי איז עס אויך בנוגע אוב וידעוני, אַז „והכרתי" רעדט זיך בעת (ב"ד) העלם יעלימו את עיניהם פון צו באַשטראָפן אים. — פון וואַנעט דרינגט רש"י אַרויס אַז די צוויי עונשים (סקילה און כרת) ביי אוב וידעוני זיינען ביי צוויי באַזונדערע אופני החטאכ?
ג. לאחרי ווי רש"י פאַרענטפערט „עדים והתראה כו' בכרת", איז ער מוסיף נאָך צוויי ענינים ; איין ענין (בנוגע צו אוב וידעוני) — „ושגגתם חטאת", אַז פאַרן חטא פון אוב וידעוני בשוגג, קומט אַ קרבן חטאת; און אַ צווייטן ענין — „וכן בכל חייבי מיתות141שנאמר בהם כרת", אַז אויך אַלע חטאים וואו עס שטייט סיי חיוב מיתה סיי חיוב כרת, איז דער פירוש אין דעם אַז דער חיוב מיתה איז בעדים והתראה און דער חיוב כרת — ביי מזיד בלא התראה *י.
איז אין דעם ניט מובן; בכדי צו פאַרענטפערן די קשיא „כאן נאמר בהם מיתה ולמעלה כרת" איז דאָך נוגע בלויז צו מבאר זיין די פאַלן וועגן וועלכע די צוויי פסוקים ריידן. וואָס איז אָבער נוגע דאָ וואָס פאַר אַ קרבן עס קומט אויף אַ שוגג און אַז אַזוי איז אויך „בכל חייבי מיתות שנאמר בהם כרת"?
די ווערטער „כאן נאמר בהם מיתה ולמעלה כרת" מיט וועלכע רש"י הויבט אָן זיין פירוש, זיינען
[ניט וואָס רש"י פרעגט אַ סתירה — וואָרום כנ"ל (סעיף ב') קען מען זאָגן, אַז „והכרתי" רעדט זיך אין פאַל וואו ס'איז ניטאָ קיין עדים אָדער ווען ב"ד זיינען מעלים עין פון צו באַשטראָפן דעם חוטא ווי מפורש פריער בנוגע למולך — נאָר זיי זיינען]
די התחלה פון רש"י'ס פירוש וביאור מיט וועלכע ער פאַרענטפערט אַן אַנדער קשיא וואָס איז שווער אין פּסוק — אין די ווערטער „כי יהי' בהם אוב".
און מצד דעם וואָס די קשיא איז אין „כי יהי' בהם אוב", און די ווערטער „מות יומתו" — „כאן נאמר בהם מיתה כו'" — פאַרענטפערן אָט־י קשיא, איז דעריבער רש"י מעתיק בפירוש פון פּסוק בלויז „כי יהי' בהם אוב", און „מות יומתו" איז ער מרמז מיט „וגו'".
ה. וואָס איז דאָ שווער אין „כי יהי' בהם אוב"?
א) פריעריא שטייט „והנפש אשר תפנה אל האובות גו'", האָט דאָך אויך דאָ געקענט שטיין דער זעלבער לשון. פאַרוואָס שטייט דאָ „כי יהי' בהם אוב"יט?
ב) וויבאַלד אַז אויך אין אונזער פסוק רעדט זיך וועגן אוב וידעוני — וועגן דעם זעלבן ענין וואָס עס רעדט זיך פריער אין פרשה (נאָר דאָ קומט צו דער חיוב מיתה), האָט דאָך דער פסוק געדאַרפט שטיין בסמיכות צום פריערדיקן פּסוק „והנפש אשר תפנה אל האובות גו'" (בדוגמת חיוב מיתה און חיוב כרת ביי נתינת זרעו למולך — וואָס זיי שטייען בסמיכות זל"זט), פאַרוואָס שטייט אונזער פּסוק ערשט בסוף הפרשה לאחרי הפסק של כמה וכמה דיניםיג?
איז רש"י מפרש (ובמילא — פאַלן אָפּ די קשיות): „כאן נאמר בהם מיתה ולמעלה כרת", אַז דאָס וואָס דער פסוק „כי יהי' בהם אוב וגו'" שטייט „כאן" און דער פּסוק „והנפש142אשר תפנה אל האובות גו'" שטייט „למעלה" (און זיי זיינען ניט בסמיכות זל"ז), איז עס דערפאַר וואָס זיי ריידן וועגן צוויי באַזונדערע ענינים: „כאן" רעדט זיך וועגן „מיתה", „ולמעלה" — וועגן „כרת".
אָבער דערמיט אַליין קען זיך רש"י ניט באַגנוגענען. ווייל (א) דאָס פאַרענטפערט ניט וואָס אין אונזער פסוק שטייט „יהי' בהם" און ניט „אשר תפנה", ווי פריער. (ב) אפילו בנוגע דערצו וואָס דער פסוק שטייט „כאן" און ניט „למעלה" איז נאָך דער תירוץ ניט מספיק; אויך ביי נתינת זרעו למולך זיינען צוויי באַזונדערע עונשים. — כרת און מיתה, ואעפ"כ שטייען זיי בסמיכות זה לזה, מצד דעם וואָס די פעולות אויף וועלכע עס קומען די עונשים זיינען די זעלבע. איז פאַרוואָס עפּעס ביי אוב וידעוני שטייען די חיובים אָפּגערוקט זה מזה?
איז רש"י ממשיך; „עדים והתראה בסקילה, מזיד בלא התראה בכרת", אַז די צוויי עונשים וועלכע שטייען ביי אוב וידעוני זיינען אויסגעטיילט (ניט נאָר בנוגע להעונש, ווי ביי נתינת זרעו למולך, נאָר אויך) אין דעם (אופן) פעולת החטא פון אוב וידעוני: „כאן" רעדט זיך וועגן אוב וידעוני „בעדים והתראה", און „למעלה" רעדט זיך וועגן „מזיד בלא התראה". און דערפאַר שטייען זיי אָפּגערוקט, ווייל זיי זיינען צוויי פאַרשידענע אופנים אין אוב וידעונייד.
און דאָס איז אויך דער טעם וואָס אין אונזער פסוק שטייט „כי יהי' בהם", און ניט „אשר תפנה" ווי פריער — ווייל די ווערטער „יהי' בהם" ווייזן אויף עדים והתראה, כדלהלן.
ו. דער לשון יהי' — אַז עס וועט זיין — ווייזט אויף אַ מציאות (חזקה ו)ברורהיח. ד. ה. אַז פאַר די דיינים — וואָס זיי דאַרפן אַרויסגעבן דעם פּסק דין „מות יומתו באבן ירגמו גו'" — זאָל זיין ברור אַז ס'איז געווען דער חטא פון אוב או ידעוני ; און וויבאַלד אַז די דיינים קענען ניט וויסן בבירור סיידן עס זיינען פאַראַן עדים, הייסט עס דאָך אַז „כי יהי'" איז דער „טייטש", עס מיינט — בעדים.
וואָס מיינט „בהם" — אין זיי?
בעת אַ מענטש טוט אַ געוויסע פעולה (שלא ברצונו, אָדער) בשוגג, איז עס ניט „פאַרבונדן" מיט עם, עס רירט אים ניט אָן, עס „פאַרנעמט" עם ניט; און וואָס זיין (רצון און) „מזיד" איז אַ גרעסערער — אַלץ מער איז ער אין דעם, די פּעולה איז מער בפּנימיותו.
דערפון איז מובן, אַז בעת מען זאָגט אַז דער „אוב או ידעוני" אויף וועלכן עס קומט סקילה, איז אין אַן אופן פון „יהי' בהם", מיינט עס אַז דער „מזיד" דערביי איז געווען אין אַ גאָר שטאַרקן אופן. און דערפאַר לערנט רש"י אַז דאָס מיינט „בהתראה", וואָרום דאַן איז עס דער אמת'ער „מזיד" — „בהם"; בשעת אימעצער טוט אַ חטא ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס מען האָט אים מתרה געווען — איז עס דאָך אַ פיל גרעסערער זדון, כמובן בפּשטות.
ז. אין דעם דין (וואָס מען לערנט אָפּ פון דעם פּסוק) אַז דער חיוב מיתה איז דוקא בהתראה — קען מען143לערנען צוויי אופנים; א) אַז התראה איז דער גדר (און מאַכט) זדוןי. ד. ה. אַז בעת מען טוט אַ חטא וויסנדיק, אָבער שלא בהתראה, איז כאָטש עס איז ניט שוגג, אָבער דאָך הייסט עס נאָך ניט במזיד — ביד רמהיז (ע"פ תורה). ב) אַז אויך אָן התראה הייסט עס זדון. און דאָס וואָס אָן התראה איז ניטאָ קיין חיוב מיתה, איז עס דערפאַר וואָס צוליב מחייב זיין מיתה פאָדערט זיך אַ גרעסערער זדון — אַזאַ וואָס איז געווען נאָך התראה.
די נפקא־מינה איז; אויב מען זאָל לערנען ווי דער צווייטער אופן, אַז אויך אָן התראה איז עס זדון, נאָר ביי חיוב מיתה איז דער פּסוק מגלה אַז מען דאַרף האָבן אויך התראה — לייגט זיך דאַן צו זאָגן, אַז דער חילוק צווישן חיוב כרת און חיוב מיתה באַשטייט בלויז אין דעם וואָס כרת דאַרף ניט קיין התראה. אָבער אויך כרת איז דוקא במזיד, וואָרום ס'איז ניט מסתבר צו זאָגן, אַז מען זאָל אימעצן מעניש זיין בעונש כרת, אויף אַ חטא וואָס ער טוט בשוגג;
אויב אָבער מען זאָל אָננעמען ווי דער ערשטער אופן, אַז התראה איז דער גדר פון במזיד, דאַן וועט דאָך אויסקומען, אַז חיוב כרת — וויבאַלד ער קומט אויך בלי התראה, קען ער קומען אויך אויף אַ שוגג. — וואָרום מ'זעט דאָך אַז אויך אויף אַ פּעולה בשוגג איז דער מענטש שולדיג, והראי' ; ער מוז ברענגען אַ קרבן (חטאת ואשם), דאַרף האָבן כפּרהיח וסליחה און מ'זאָגט אויף דעם ונשא עונויט וכו'.
ווערט דאָך לפי זה די שאלה; פון וואַנעט ווייס עס רש"י צו אָננעמען אַז חיוב כרת איז דוקא במזיד?
איז אָט־די שאלה באַוואָרנט רש"י דורך מוסיף זיין „ושגגתם חטאת"; וויבאַלד אַז פאַר עובר זיין אויף אוב וידעוני בשוגג איז דאָ אַ חיוב חטאת (ווי רש"י האָט שוין געזאָגט אין אַ פריערדיקער סדרהכ אַז פאַר עובר זיין בשוגג אויף אַן איסור כרת איז מען חייב אַ קרבן חטאת), איז דאָך דערפון מובן אַז דער חיוב כרת איז דוקא במזיד.
ח. לאחרי כל הנ"ל איז נאָך אַלץ ניט מובן, פאַרוואָס דער פסוק „כי יהי' בהם אוב וגו'" שטייט „כאן" און ניט צוזאַמען מיטן דין פון חיוב כרת אויף אוב וידעוני; הן אמת אַז דאָרט רעדט זיך אָן התראה און דאָ — בעדים והתראה, וויבאַלד אָבער אַז ביידע דינים זיינען אין אוב וידעוני, האָבן ביידע פסוקים געדאַרפט שטיין צוזאַמען *כ?
דעריבער איז רש"י מוסיף „וכן בכל חייבי מיתות שנאמר בהם כרת",144אַז דאָס וואָס דער פסוק „כי יהי' בהם אוב וגו'" שטייט „כאן" און ניט „למעלה", איז עס בכדי צו אָפּלערנען דערפון אויף אַלע חייבי מיתות שנאמר בהם כרת, אַז דער חיוב כרת ביי זיי איז אויך „בלא התראה";
אַזוי וואָלט געווען אַ סברא, אַז דער עונש כרת וואָס שטייט ביי חייבי מיתות איז געזאָגט געוואָרן דוקא אין פאַל, ווען דער חטא ווערט געטאָן באופן, וואו ס'איז דאָ דערויף אַ חיוב מיתה (נאָר היות ווי ב"ד האָט מצד איזה טעם ניט מעניש געווען דעם חוטא בעונש מיתה, איז מען אים מעניש מלמעלה בעונש כרת). אָבער אין פאַל וואו ער האָט געטאָן דעם חטא בלא התראה, וואָס דאַן קומט אים ניט קיין מיתה, איז אויך ניטאָ קיין חיוב כרת.
און כאָטש אַז ביי אוב וידעוני איז דאָ דער חיוב כרת אויך בלא התראה (וכדמוכח פון דעם וואָס „(יהי') בהם", וואָס ווייזט אויף (עדים און) התראה (כנ"ל סעיף ו'), זאָגט די תורה דוקא ביים פסוק „מות יומתו") — וואָלט מען אָבער געזאָגט, אַז אָט־דער דין פון כרת בלא התראה איז דוקא ביי אוב וידעוני, משא"כ ביי אַלע אַנדערע חייבי מיתות, איז דער עונש כרת דוקא ווען ער טוט דעם חטא באופן וואָס ער איז מחוייב מיתה (אַזוי ווי ביי „יתן מזרעו למולך" וואו תורה אַליין זאָגט אַז דער „והכרתי" איז דוקא ווען „העלם יעלימו"ט),
— דערפאַר שטייט דער פסוק „כי יהי' בהם אוב וגו'" (פון וועלכן מען לערנט אָפּ אַז דער חיוב כרת ביי אוב וידעוני איז אויך בלא התראה) „כאן" און ניט „למעלה", בכדי אָפּצולערנען דערפון אַף די „חייבי מיתות שנאמר בהם כרת" וואָס זיינען געשריבן צווישן „למעלה" און „כאן" (ובמילא אויף אַלע כיוצא בהם).
— אין אַנדערע ווערטער; פון „למעלה" ביז „כאן" (וואָס ביידע רעדן וועגן די זעלבע זאַך „אוב וידעוני") איז דאָס איין „ענין" וואָס איז כולל כמה פרטים —
על דרך הלימודכא „כל דבר שהי' בכלל ויצא מן הכלל ללמד לא ללמד על עצמו יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא" — אויך אויף אַלע חייבי מיתות שנאמר בהם כרת, אַז אויך זייער כרת איז בלא התראה;
דער „והכרתי" ביי אוב וידעוני איז דאָך געווען אין כלל פון אַלע חייבי מיתות שנאמר בהם כרת, וואָס מען וואָלט געזאָגט (אלולי הלימוד פון „יהי' בהם") אַז דאָס איז דוקא בהתראה — ווען ער איז מחוייב מיתה. און דערנאָך, בסיום הסדרה איז ער „יצא מן הכלל ללמד" אַז ער איז דאָ אויך בלא התראה — איז לא ללמד על עצמו בלבד יצא אלא ללמד על הכלל כולו יצא, אַז אויך כל חייבי מיתות שנאמר בהם כרת, איז דער כרת פאַראַן אויך בלא התראה.
ט. אין רש"י זיינען דאָך פאַראַן אויך „ענינים מופלאים"כב אויך פון חלק ההלכה שבתורה — זעט מען אין אונזער פירש"י, ווי בסגנון לשונו (אין איין וואָרט) איז ער מרמז אַן ענין פון הלכה שבתורה;
דער לשון פון רש"י איז „מזיד בלא התראה בכרת ושגגתם חטאת". ולכאורה, וויבאַלד אַז ביי כרת זאָגט ער דעם לשון „מזיד" (ניט „זדונם"), האָט ער דאָך אויך ביי חטאת געדאַרפט145זאָגן „ושוגג חטאת". פאַרוואָס זאָגט ער „ושגגתם" (לשון רבים)? נאָר דערמיט איז ער מרמז אַן ענין אין הלכה ;
בשעת איינער טוט די צוויי עבירות פון „אוב" און „ידעוני" בהעלם אחד, איז אין גמראכג פאַראַן אַ פּלוגתא צי איז ער מחוייב בלויז איין חטאת אָדער צוויי. ר' יוחנן האַלט, וויבאַלד אַז „שניהן בלאו אחד נאמרו" — ביים לאו „אל תפנו אל האובות ואל הידעונים"כד ווערן זיי געזאָגט צוזאַמען „ואל הידעונים" (און ניט „או אל הידעונים") — איז אויף ביידן פאַראַן איין חיוב חטאת. און ריש לקיש האַלט אַז עס קומט אויף זיי צוויי חטאות, ווייל „חלוקין הן במיתה" — ביים פסוק „מות יומתו" טיילט זיי דער פסוק אויס באַזונדער „אוב או ידעוני".
און דאָס איז רש"י מרמז בשינוי הלשון (אַנשטאָט „ושוגג") „ושגגתם" (ל' רבים), אַז אויף אַ שגגה פון זיי (פון אוב וידעוניכה) אין אַן אופן פון אוב וגו'*) („או ידעוני" — דוקא) — קומט „חטאת", ל' יחיד — אָבער ווען עס איז אַנדערש — איז אויך דער דין אַנדערש ; אויב „יהי' בהם אוב וידעוני" ער טוט זיי ביידע (בהעלם אחד) — איז ער מחוייב צוויי חטאותכו.
דאָס איז אויך מרומז דורך דעם וואָס רש"י איז מעתיק נאָר די ווערטער „כי יהי' בהם אוב" און איז משמיט (און טיילט אָפּ) ידעוני — בכדי צו מרמז זיין אַז אוב און ידעוני חלוקין הם.
יו"ד. ויש להמתיק וואָס דוקא דאָ איז רש"י מרמז ענינים פון הלכה, ועוד (ועיקר): פאַרוואָס איז ער מפרש כריש לקיש, וואָס דאָס איז ניט ווי די הלכה — וואָרום ר"י ור"ל איז דאָך הלכה כר"יכח?
והמענה; דורך דער הוספת ההלכה „ושגגתם חטאת" ווערט אויך גלאַט *ז) אַן ענין אין פשוטו של מקרא:
ביי דער אוהרה אויף אוב וידעוני שטייט „אל תפנו אל האובות ואל הידעונים". אויך ביים חיוב כרת שטייט „והנפש אשר תפנה אל האובות ואל הידעונים". — וואָס אין די ביידע פּסוקים איז „ואל" דער טייטש (וקיצור פון) „או אל"כח — איז פאַרוואָס שטייט דאָ „אוב או ידעוני"*28?
146איז אויך אָט־דער דיוק ווערט באַוואָרנט דורך זאָגן בשינוי „ושגגתם חטאת" און דורך משמיט זיין „או ידעוני" ; דאָס וואָס דאָ שטייט בפירוש „או" — חלוקין הן במיתה", איז עס בכדי צו אָפּלערנען דערפון, אַז דוקא אויף „אוב" אַליין אָדער אויף דעם „וגו'" — (או ידעוני) — אַליין קומט חטאת — ל' יחיד — אָבער אויף אוב וידעוני (בהעלם אחד) — קומט צוויי חטאות.
ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון „ואיש או אשה כי יהי' בהם אוב או ידעוני מות יומתו גו'" — צו פ' קדושים,
[וואָס כאמור כמה פעמיםכט, ווייזט אָן דער נאָמען פון אַ סדרה אויפן תוכן פון דער גאַנצער סדרה, ביז צו די סאַמע לעצטע ווערטער פון איר. ואדרבה; וויבאַלד אַז „נעוץ תחלתן בסופן וסופן בתחלתן"ל, דריקט זיך אויס דער נאָמען פון דער סדרה, וואָס איז פאַרבונדן און (נאָכמער) גענומען פון איר התחלה — בפרט אין דעם סיום הסדרה],
ולכאורה, וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער חיוב מיתה ביי אוב או ידעוני אין לעצטן פסוק — צו „קדושים"?
די שייכות פון חיוב כרת בכלל צו „קדושים" קען מען מבאר זיין ע"פ מ"ש הרמב"םלא אַז מסכת כריתות איז אַריינגעשטעלט געוואָרן אין סדר קדשים ווייל „כל שזדונו כרת שגגתו חטאת", און חטאת איז דאָך אַ קרבן — אַן ענין פון קדשים. אַזוי איז אויך, וויבאַלד אַז כריתות האָט צו טאָן מיט „קדשים", האָט עס אַ שייכות צו „קדושים". וואָס איז אָבער די שייכות צווישן דעם חיוב מיתה (שבסוף הסדרה) צו קדושים?
וע"פּ האמור לעיל, אַז אין דעם פּסוק לערנט מען אויך דעם חיוב חטאת און נאָכמער, פון דעם וואָס דער חיוב מיתה ביי אוב און ידעוני איז געזאָגט געוואָרן באַזונדער — אוב או ידעוני — לערנט מען אָפּ אַז עס קומט דערויף צוויי חטאות — קדשים לשון רבים, איז פאַרשטאַנדיק ווי אויך דער לעצטער פסוק איז פאַרבונדן מיט „קדושים".
יב. און דאָ זעט מען אויך אַ דבר פּלא, ווי דער לעצטער פסוק פון דער סדרה האָט אַ שייכות מיטן לעצטן ענין וואָס רעדט זיך אין לקו"ת פון היינטיקער סדרה;
אין דעם מאמר ד"ה והדרת פני זקן (וואָס דער פסוק שטייט גלייך נאָכן פסוק אל תפנו אל האובות ואל הידעונים גו'), זאָגט דער אַלטער רבי, אַז יעדער איינער דאַרף וויסן און חוקק זיין אין זיין מוח הזכרון גאַנץ תורה. נאָר היות אַז „מחמת צוק העתים וכו'" איז עס דאָך זייער אַ שווערע זאַך, זאָל ער לפחות זיך משתדל זיין צו חוקק זיין במוח הזכרון „ה' חומשי תורת משה" און אין תושבע"פ — סדר קדשים (ששייך לפ' קדושים, כנ"ל) „הנקרא חכמה בדברי רז"ללב, ומכפר עוונותיו של אדם כמ"ש האריז"ל".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ז׳
- Id
- rh-9f5rxsx5