עברית
Library

Likkutei Sichos

Bechukosai 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

198בחוקותי 2

א. אויפן פּסוק „ואולך אתכם קוממיות"א זאָגט די גמראב ; „ר' מאיר אומר מאתים אמה כשתי קומות של אדם הראשוןג. ר' יהודה אומר מאה אמה כנגד היכל וכתליו שנאמר*3 אשר בנינו כנטיעים מגודלים בנעוריהם בנותינו כזויות מחוטבות תבנית היכל".

לערנענדיק די גמרא אין פּשטות קומט אויס, אַז דער מקור פון ר' מאיר'ן צו לערנען „מאתים אמה כשתי קומות כו'" איז פון דעם וואָרט „קוממיות", וואָס איז (מיט אַ וא"וד) אַ לשון רבים; אָבער דער מקור פון ר' יהודה'ן צו לערנען „מאה אמה" איז [ניט דער וואָרט „קוממיות" — ווייל אדרבה; דער לשון ווייזט גאָר כנ"ל, אויף צוויי קומות — נאָר] דער פּסוק „אשר בנינו גו' תבנית היכל", און מצד דעם לערנט ער אַז „קוממיות" מיינט בלויז איין קומה (של אדה"רו), כאילו ווי עס וואָלט געשטאַנען „קוממית" (אָן אַ וא"ו).

און פאַר דער ראי' „שנאמר כו'" איז ר' יהודה מקדים „כנגד היכל וכתליו" — ווייל דער היכל אַליין (אָן די כתלים) האָט געהאַלטן ווייניקער ווי מאה אמה, דעריבער איז ער מוסיף „כנגד היכל וכתליו", אַז דער פּירוש פון „תבנית היכל" איז כללות ההיכל, דער היכל מיט זיינע199כתלים, וואָס צוזאַמען איז עס געווען מאה אמהח.

עפ"ז איז אָבער ניט מובן;

א) וויבאַלד אַז ר"י איז חולק אויף ר' מאיר'ן אין דעם פירוש פון וואָרט „קוממיות", אַז דאָס מיינט ניט „שתי קומות" נאָר „קומה אחת" — האָט ער דאָך צום ערשטן (גלייך נאָך די ווערטער „מאה אמה") געדאַרפט זאָגן זיין (חידוש, דעם) פּירוש „כקומה אחת של אדה"ר"ז און דערנאָך ברענגען די ראי' צום פּירוש פון פּסוק „אשר בנינו גו' תבנית היכל". פאַרוואָס הויבט ער באַלד אָן „(כנגד היכל וכתליו) שנאמר כו'", און נאָכמער; ער זאָגט אינגאַנצן ניט זיין פּירוש אין „קוממיות"?

ב) פון דעם וואָס (א) די ווערטער „כנגד היכל וכתליו" זאָגט ר"י איידער ער ברענגט דעם פסוק „תבנית היכל", און (ב) פון דעם לשון „כנגד היכל כו'" איז מוכח, אַז „כנגד כו'" איז [ניט בלויז אַ פירוש אין „תבנית היכל" אַז אין דעם ווערן אַריינגערעכנט אויך די כתלים, נאָר ס'איז] אַ טעם אויף דעם וואָס קומת האדם וועט זיין מאה אמה.

איז ניט מובן; די פלוגתא פון ר"מ מיט ר"י איז דאָך לכאורה בלויז אין דעם וויפל קומות עס מיינט „קוממיות" (איין קומה אָדער צוויי), אָבער אויך לויט ר"י מיינט „קוממיות" (ניט די קומה פון היכלח, נאָר) קומת אדה"ר, היינט פאַרוואָס זאָגט ער „כנגד היכל וכתליו" און ניט „כקומת אדה"ר"?

ג) די זעלבע קשיא איז אויך אין פסוק „אשר בנינו גו' תבנית היכל"; פאַרוואָס פאַרגלייכט דוד המלך אין תהלים די קומה דלעתיד צו „תבנית היכל" בשעת די תורה פאַרגלייכט עס צו קומת אדה"ר?

ד) אויך מצד הסברא; בשעת מען זוכט אַן ענין צו וועלכן מדמה זיין דעם גובה פון „בנינו" און „בנותינו" לעתיד לבוא, איז דאָך לכאורה די פּאַסיקסטע זאַך צו פאַרגלייכן עס צו דער קומה פון אַ מענטשן, ובפרט — אדם הראשון, וואָס פון אים שטאַמען אַלע מענטשן — פאַרוואָס זאָגט דער פסוק „תבנית היכל" און ניט „קומת אדה"ר"?

ה) דעם מקור פון דעת ר"מ צו לערנען „כשתי קומות של אדם הראשון" — כאָטש „קוממיות" (לשון רבים) ווייזט בלויז אויף „שתי קומות", אָבער עס ווייזט ניט וועלכע קומות — איז מבאר דער מהרש"אט, אַז דאָס איז אַ דבר הפשוט, וואָס דאַרף ניט קיין הוכחה, ווייל „הבריאה דאדם לעתיד ודאי לא תגרע מהבריאה דאדם הראשון שבעוה"ז".

ועפ"ז איז ניט מובן לדעת ר' יהודה; למה לי קרא סברא היאי? וואָס איז דער חידוש אין די פסוקים „ואולך אתכם קוממיות" און „אשר בנינו גו' תבנית היכל", וויבאַלד אַז מצד הסברא ווייס מען ודאי אַז די קומה פון אַן אדם לעתיד וועט ניט זיין קלענער פון מאה אמה21)?

200ב. דעם ביאור בכל זה וועט מען פאַרשטיין בהקדים וואָס עס שטייט אין חסידותיב אויפן פסוק „והתהלכתי בתוככם וגו'"יג, אַז „והתהלכתי" לשון רבים מיינט צוויי סאָרטן הילוך; הילוך מלמעלה למטה — אור ישר, און הילוך מלמטה למעלה — אור חוזר.

וואָס אָט די צוויי אופני הילוך ווערן אויפגעטאָן דורך עבודת הצדיקים און עבודת הבעלי תשובה; דורך דער עבודה פון צדיקים ווערט נמשך אלקות מלמעלה למטה, און דורך עבודת התשובה ווערט די העלאה מלמטה למעלה.

און אַזוי ווי יעדער סוג הילוך האָט אַ מעלה לגבי דעם צווייטןיא — אין דעם ענין פון „גילויים" איז אור ישר העכער, אָבער לאידך גיסא, איז פאַראַן די מעלה פון „אור חוזר" אַז דוקא דורך דעם נעמט מען עצמות — איז אויף דעם זאָגט דער פסוק „והתהלכתי בתוככם", אַז לע"ל וועלן זיין ביידע מעלות.

ג. אָט דער עילוי פון „והתהלכתי" וואָס איז כולל ביידע מעלות (די מעלה פון אור ישר און די מעלה פון אור חוזר), קען זיין אין צוויי אופנים;

איין אופן איז, אַז די התכללות פון די ביידע מעלות איז אין זעלבן מענטשן

— און אויך דער אופן איז (אַ מעלה גדולה ביותר, וואָס דעריבער איז ער) איינער פון די יעודים (חידושים) דלע"ל. וואָרום וויבאַלד אַז „אור ישר" און „אור חוזר" זיינען צוויי הפכים, איז דעריבער ניט שייך (איצטער) אַז דער זעלבער מענטש זאָל זיין דורכגעדרונגען אין אַלעיח זיינע כחות פון צוויי הפכית'דיקע תנועות.

און אַ צווייטער אופן איז, אַז די ביידע ענינים פון „אור ישר" און „אור חוזר" זיינען (ניט בלויז אין זעלבן מענטשן, נאָר) אין איין און דער זעלבער תנועה; די בירורים פון „אור חוזר" גופא וועלן זיין אין אַן אופן פון גילוי בדרך אור ישרי.

ד. און דאָס איז די פלוגתא פון ר' מאיר מיט ר' יהודה, צי אידן וועלן זיין דעמאָלט „מאתים אמה" אָדער „מאה אמה":

ביידע האַלטן, אַז אַלע עשר כחות הנפש (און יעדער כח ווי ער איז בשלימות — כלול פון אַלע צען כחות, וואָס דאָס איז דער מספר פון „מאה")201וועלן זיין דורכגענומען סיי פון עבודת הצדיקים סיי פון עבודת התשובה — און ווי דער פירוש הפשוט פון „קוממיות" (לשון רבים) וואָס ווייזט אויף צוויי קומות (אויך לדעת ר' יהודה — וכדלקמן).

און זייער פלוגתא איז נאָר צי די ביידע סוגי עבודה וועלן זיין אין צוויי באַזונדערע ענינים, אָדער זיי וועלן נתאחד ווערן אין איין ענין;

ר' מאיר האַלט, אַז זיי וועלן זיין צוויי תנועות. און דעריבער לערנט ער אַז דער מענטש (אויך אין זיין גוף הגשמי) וועט זיין „מאתים אמה כשתי קומות כו'", אַז די צוויי ענינים (אור ישר און אור חוזר) וועלן זיין אין באַזונדערע אמות; מאה אמה אור ישר און מאה אמה אור חוזר;

און ר"י האַלט, אַז ביידע ענינים וועלן זיין אין איין תנועה, און דעריבער האַלט ער אַז די ביידע קומות וועלן זיין אין די זעלבע מאה אמהיז.

ה. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס ר"י זאָגט דעם לשון „כנגד היכל וכתליו", און וואָס ער זאָגט עס גלייך נאָך די ווערטער „מאה אמה" (פאַר „שנאמר כו'") — ווייל דערמיט איז ער מבאר דעם טעם פון זיין שיטה אַז ביידע קומות וועלן זיין אין די זעלבע מאה אמה;

„אדם" (אפילו אדם הראשון) ווייזט אויף אַן ענין פון „ציור" וסדר, ער באַשטייט פון כמה דרגותיח. און אפילו ווי דער אדם וועט זיין לע"ל — העכער אויך פון אדם הראשון, ביז אַז ער וועט זיין „כשתי קומות של אדה"ר" (אין אים וועלן זיין ביידע מעלות „אור ישר" און „אור חוזר"), וויבאַלד אָבער אַז „אדם" איז בחי' ציור — זיינען די צוויי קומות צוויי באַזונדערע ענינים;

היינט אויב אַזוי, איז ווי וועלן דאָס די צוויי קומות (לדעת ר"י) זיין איין ענין — מאה אמה? אויף דעם זאָגט ער „כנגד היכל וכתליו" — אַז דאָס איז מצד דעם וואָס דאַן וועט אין אַן אידן זיין כנגד היכל וכתליו, דאָס וואָס ס'איז געווען אין „היכל וכתליו", אַן ענין וואָס איז העכער פון בחי' „אדם".

און עפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס אין תהלים פאַרגלייכט ער די מאה אמה דלעתיד צו „תבנית היכל" — כאָטש אין תורה שטייט „ואולך אתכם קוממיות", וואָס מיינט קומת אדה"ר — ווייל דער פסוק „ואולך אתכם קוממיות" דערציילט אַז לעתיד וועט זיין ביי יעדן אידן צוויי קומות (ברוחניות — ניט רעדנדיק ווי דאָס וועט זיין בגשמיות) ; און אין פסוק „אשר בנינו גו' מחוטבות תבנית היכל" איז ער (מוסיף ו)מחדש, אַז די צוויי קומות וועלן זיין אין די זעלבע מאה אמה — און דער ענין איז שייך צו „תבנית היכל", אין ביהמ"ק זיינען געווען די צוויי ענינים פון אור ישר און אור חוזר צוזאַמען, כדלקמן.

ו. אין ביהמ"ק זיינען געווען בכללות — צוויי זאַכן; „ועשו לי מקדש" — עבודה מצד דעם מטה, און „ושכנתי בתוכם" — המשכה מלמעלה. און די צוויי זאַכן זיינען געווען איין ענין, און ווי מ'האָט עס געזען אויך בגלוי אין „מקוםי (מדת) הארון אינו מן202המדה"20); דער „ועשו לי מקדש",

עבודה פון מטה, ער גופא איז גע־ צוויי בחינות — המשכה מלמעלה ווען אין דעם אופן פון „ושכנתי (אור) און העלאה מלמטה (כלי) — בתוכם" — המשכה מלמעלה. און מצד זיינען איין ענין] קען זיין בלויז מצד דער בחינה פון „מקדש" וואָס איז דאָ עצמות; מצד דער מדריגה פון „אור", „בתוך כל אחד ואחד מישראל"21), הגם אַז אויך אין אים איז פאַראַן וועלן אויך ביי אידן זיין די ביידע ניט נאָר די שלימות פון בלי גבול קומות אין איין תנועה — מאה אמה. (אור), נאָר אויך די שלימות פון גבול האָבן גענוצט צו מפסיק זיין און פאַ־

נאַנדערטיילן צווישן איין ענין מיט אַ אמה" און ר' יהודה „מאה אמה"

צווייטן, און זיי גופא זיינען געווען אַ

טייל פון דעם „היכל" וואָס ענינו איז אור23), און וויבאַלד אַז מצד „אור"

זיינען המשכה (אור) און העלאה (כלים)

ז. ע"פ כל הנ"ל קען מען אויך צוויי ענינים, דעריבער האַלט ער ע 7 אזר ר ת מאתר אמ" ומות ממא"כ ר' חה איז מרוו און „מאה אמה" — צו ר' מאיר און הודאה20), און וויבאַלד אַז דורך הו־

דאה נעמט מען עצמות27), דעריבער28)

האַלט ער „מאה אמה" — עס ווערט

20) שהרי הארון והמקדש בכלל עם איין ענין.

היות שנעשה מצד המטה — „ועשו גו'",

מ"מ הי' (לא רק מקום מוכשר להשראת

השכינה, כ"א) כלי ל"ושכנתי" (ראה בארוכה

ד"ה פדה בשלום תרפ"ז. ושם, שבמקום

אור א"ס כשם שיש לו כח בבל"ג כך יש

ולהעיר מרמב"ן ר"פ תרומה [וראה לו כח בגבול . . והגבול הנמצא ממנו תחלה לקו"ש ח"ד ע' 1346 הערה 24, שגם ה־ הוא הכלים.

רמב"ם אינו חולק עליו בזה] „עיקר החפץ

במשכן (ומקדש) הוא מקום מנוחת השכינה

שהוא הארון" — וזה ש"מקום הארון אינו

מן המדה") הוא [לא שבמקום הארון נתגלה

בחי' שלמעלה מהמקום (שחוץ ממנו, ורק ש־

השראת בחינה זו היתה במקום הארון), ב).

כי אם] ש"גם בחי' הגבול ומדה דארון

(גופא) הי' בבחינת בל"ג" (אמ"ב פתח שהענין ד"מאה אמה" נרמז בתהלים דוקא

(ראה לעיל סעיף ה') — כי השירות ותש־

בחות דתהלים, הוא כענין ההודאה.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-h49ks5z2

Copies

Recent activity

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · approved

Sources