עברית
Library

Likkutei Sichos

Shemini 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

54יו ו

נ

א. אין פּסוק „ואת הכוס ואת השלך ואת הינשוף"א שטעלט זיך רש"י פריער אויפן וואָרט „השלך" און איז מפרש; „פירשו רבותינוב זה השולה דגים מן הים. וזהו שתרגם אונקלוס ושלינונא", און נאָכדעם איז ער מפרש די אַנדערע צוויי מינים, „כוס" און „ינשוף" (כדלקמן ס"ב).

דאַרף מען פאַרשטיין;

א) אין פּסוק שטייט דאָך „הכוס" פאַר „השלך" — פאַרוואָס איז רש"י משנה זייער סדר אין זיין פּירוש און פאַרטייטשט דעם וואָרט „כוס" ערשט נאָך זיין פּירוש אויף „השלך"ג?

ב) בעת רש"י זאָגט דעם אָפּטייטש פון די אַנדערע מיני עופות אין פּרשה (אויך ביי „כוס וינשוף" וואָס אין דעם פּסוק גופא) ברענגט ער ניט קיין מקור צו זיינע פּירושים. פאַרוואָס דוקא דאָ, ביי „השלך", שרייבט ער „פירשו רבותינו" און איז נאָך מוסיף „וזהו שתרגם אונקלוס כו'" און באַגנוגנט זיך ניט בלויז מיטן זאָגן דעם פּירוש אַליין; „זה השולה וכו'"?

ג) די תמי' איז נאָך גרעסער; ווען רש"י ברענגט פון תרגום אונקלוס אַ ראי' צו זיינעם אַ פּירוש (צוליב דעם וואָס דער פּירוש איז ניט אַזוי גלאַטיק), זאָגט ער דעם לשון „וכן תרגם" וכיו"ב. פאַרוואָס זאָגט ער אין אונזער פסוק דעם לשון „וזהו שתרגם כו'" וואָס דערפון איז משמע אַז ער איז גאָר אויסן (ניט צו ברענגען אַ ראי' פון תרגום אונקלוס, נאָר) צו מפרש זיין דעם תרגום — און דאָס איז לגמרי ניט מובן; רש"י האָט דאָך געשריבן זיין פּירוש אויף חומש און ניט אויף תרגום אונקלוס?

ד) אויף צו וויסן וואָס עס מיינט „שלך", וואָלט געווען לכאורה גענוג ווען רש"י זאָגט „השולה דגים" (און „דגים" געפינען זיך דאָך אין ים) — אַזוי ווי דער תרגום אונקלוסד פאַרטייטשט; „ושלינונא" — צוליב וואָס דאַרף רש"י צוגעבן אַז ער איז „שולה" די דגים „מן הים"?

ב. נאָכדעם ווי רש"י טייטשט אָפּ דעם וואָרט „השלך", זאָגט ער ווייטער; „כוס וינשוף — הם צואיטוש הצועקים בלילה ויש להם לסתות כאדם. ועוד אחר דומה לו שקורין ייב"ץ".

לערנענדיק דעם פּירוש פון רש"י בהשקפה ראשונה, קומט אויס, אַז די ווערטער „ועוד אחר דומה לו כו'" קומען בהמשך צום סאַמע אָנהויב פונעם פּירוש „הם צואיטוש כו'" —55ד. ה. אַז ריידנדיק וועגן ביידע מיני עופות, „כוס וינשוף" איז רש"י מפרש; „הם" (די צוויי עופות זיינען — איינער פון זיי איז) „צואיטוש כו' ועוד אחר דומה לו (און דער צווייטער פון זיי, וואָס איז ענליך צום צואיטוש) שקורין ייבץ".

און דאָס וואָס רש"י זאָגט אויך ביי „צואיטוש" לשון רבים, „הצועקים כו' ויש להם כו'" — הגם אַז ער רעדט דאָ וועגן בלויז איין מין עוף („כוס" אָדער „ינשוף") — איז דאָס דערפאַר וואָס, אַנדערש ווי ביי אַנדערע מינים, ווערט וועגן מין „צואיטוש" גערעדט אין אַ לשון רבים (אַזוי ווי מען געפינט אין לשון קודש, לדוגמא, אַז ביי געוויסע מינים פון זאַכן, ווי למשל מים, ווערט גענוצט נאָר לשון רבים).

און מהאי טעמא רופט רש"י אָן אויך דעם נאָמען פונעם מין: „צואיטוש" (און ניט „צואיט") מיטן צוגאָב פון אות שי"ן ביים סוף פונעם* נאָמען וואָס ווייזט (אין דער פראַנצויזישער שפּראַך) אויף לשון רבים (אַזוי ווי אין אידיש און ענגליש) — ווייל ביי דעם מין באַנוצט מען אַלע מאָל אַ לשון וואָס באַציט זיך צו די עופות אַלס רבים.

ג. אָבער אין אמת'ן קען מען אַזוי ניט לערנען, ווייל (לבד זאת וואָס רש"י גופא, אין זיין פּירוש אויף ש"ס, פאַרטייטשט דעם זעלבן מין אין אַ ל' יחיד: „ציאיט"ג אָדער „צואיטה"ח) ביים סיום פון דעם פּירוש גופא זאָגט רש"י אַז דער צווייטער מין, „ייבץ", איז „דומה לו" (צו „צואיטוש") בלשון יחיד — קען מען דאָך שוין ניט אָננעמען אַז אויף צואיטא פּאַסט דוקא דער לשון רבים; און ס'איז אויך שווער צו זאָגן, אַז אין זעלבן פּירוש זאָל רש"י פריער ריידן וועגן דעם מין בלשון רבים און באַלד דערנאָך — בלשון יחיד.

איז דערפון מוכח, אַז מיט זיין פּירוש „הם צואיטוש הצועקים בלילה ויש להם לסתות כאדם" (בלשון רבים) מיינט רש"י צו מפרש זיין ביידע מינים אַז סיי „כוס" און סיי „ינשוף" זיינען דאָס די פייגל וואָס רופן זיך „צואיטוש"ז. ד. ה. הגם אַז אין פראַנצויזיש ווערן ביידע מינים באַצייכנט מיט איין אַלגעמיינעם נאָמען, פונדעסטוועגן צעטיילט זיי דער פּסוק דורך צוויי באַזונדערע נעמען — „כוס" און „ינשוף" — ווייל אין לשון־קודש איז ניטאָ אַזאַ נאָמען וואָס זאָל זיי כולל זיין צוזאַמען.

אָבער היות ס'איז שווער צו זאָגן אַז אין לשוןקודש זאָל ניט זיין קיין שם כללי פאַר ביידע סאָרטן צואי־56טושח (וועלכע האָבן אַ געמיינזאַמקייט צווישן זיך וואָס דערפאַר רופן זיי זיך מיט איין נאָמען אין פראַנצויזיש) — דעריבער איז רש"י מוסיף (לרווחא דמילתא) נאָך אַ פּירוש ; „ועוד אחר דומה לו שקורין ייבץ"; אַז היות ווי אויך דער מין ייבץ איז ענליך צו צואיטא, קען מען זאָגן, אַז איינער פון די צוויי, „כוס" אָדער „ינשוף", איז אַ נאָמען פאַר (אַלע סאָרטן) „צואיטא", און דער צווייטער איז „ייבץ"ט.

ד. ס'איז אָבער ניט מובן; וויבאַלד ס'איז גלאַטיקער צו זאָגן, כנ"ל, אַז מיט די צוויי נעמען איז דער פּסוק אויסן צוויי באַזונדערע מינים (און ניט אַזעלכע וואָס קענען באַצייכנט ווערן ווי צוויי אָפּצווייגן פון דעם זעלבן מין גופא) — פאַרוואָס'זשע לערנט רש"י בתחילת (עיקר) פּירושו אַז „כוס" און „ינשוף" זיינען ביידע נכלל אין דעם מין צואיטא?

דעריבער מוז מען לערנען, אַז די ווערטער „כוס" און „ינשוף" טראָגן אין זיך אַ געוויסע באַדייטונג וואָס ווייזט אַז דערמיט ווערט געמיינט דער מין „צואיטא" [וואָס מצד דעם איז אפילו אין זיין צווייטן פּירוש, אַז איינער פון זיי מיינט ייבץ איז רש"י מדגיש „דומה לו"י, אַז דאָס וואָס מען קען זאָגן אַז „כוס" צי „ינשוף" מיינט ייבץ איז עס דערפאַר ווייל ער איז דומה צו צואיטא].

דאַרף מען פאַרשטיין; וואו ליגט אין די ווערטער „כוס" און „ינשוף" די אָנדייטונג אויפן מין „צואיטא"?

ה. לכאורה האָט מען געקענט מסביר זיין; דאָס וואָס רש"י לערנט (בתחילת פּירושו) אַז „כוס" און „ינשוף"* זיינען ביידע „צואיטה", איז עס דערפאַר וואָס אַזוי האָט ער געהערט פון רבותיו. און וויבאַלד אַז בנוגע צו וויסן וועלכער עוף ווערט אָנגערופן מיט אַ בעשטימטן נאָמען איז ניט שייך צו זאָגן סברות, און דער איינציקער מקור אויף דעם איז בלויז „מסורה", דערפאַר שרייבט רש"י בתחילת פּירושו (וואָס דאָס איז דער עיקר פון זיין פּירוש) אַז ביידע זיינען „צואיטוש".

און אפילו נאָכדעם ווי רש"י לערנט ווייטער, אַז עס קען זיין אַז איינער פון זיי איז „ייבץ" (ווי עס לייגט זיך ע"פ שכל אַז די צוויי ווערטער פון פּסוק זיינען צוויי באַזונדערע מינים), איז ער פונדעסטוועגן מוסיף „דומה לו", ווייל בכדי צו קענען לערנען אַז „כוס" אָדער „ינשוף" איז „ייבץ" (אַנדערש ווי ער האָט געהערט פון זיין רבי'ן אַז ביידע זיינען צואיטוש) איז זיך רש"י סומך אויף דעם וואָס ייבץ איז ענליך צו צואיטה, און מצד57דער ענליכקייט צווישן זיי, האָט מען אויך דעם צווייטן מין־"ייבץ" אָנגענומען ווי „צואיטה" (ד. ה. אַז אויך דער צווייטער פּירוש איז באַגרינדעט אויף דער מסורה).

אָבער דער הסבר האַלט ניט אויס. ווייל איז זיין פּירוש על הש"סיא זאָגט רש"י קלאָר, אַז „קריא" (דער תרגום פון „כוס") איז „ייבץ", און „קפופא" (דער תרגום פון „ינשוף") איז „צואיטא" — און ס'איז דאָך פאַרשטנאַדיק, אַז אויך זיינע פּירושים אין ש"ס (בנוגע נעמע־ווערטער) האָט ער מקבל געווען מרבותיו. איז במילא שווער צו פאַרשטיין פאַרוואָס אין זיין פּירוש אויף חומש נעמט ער אָן (בתחילת ועיקר פּירושו) אַז ביידע, סיי „כוס" (קריא) און סיי „ינשוף" (קפופא) זיינען צואיטוש — אַנדערש ווי בפּירושו על הש"ס?

ו. אויך ביים טייטש פון „תנשמת"יב (אין אַ פּסוק ווייטער) געפינט מען, אַז בפּירושו על התורה איז רש"י משנה לגבי פּירושו על הש"ס;

אין זיין פּירוש אויף גמראיג זאָגט רש"י צוויי טייטשן אויף תנשמת; צום ערשטן פאַרטייטשט ער אַז דאָס מיינט „ציאיט" און דערנאָך זאָגט ער „ולי נראה שקורין קלבא שוריץ"יד; בפּירושו על התורה זאָגט ער בפּשיטות; „התנשמת היא קלבא שוריץ כו'" און דעם פּירוש פון „ציאיט" דערמאָנט ער אינגאַנצן ניט (אפילו ניט אַלס אַ צווייטן פּירוש), טראָץ דעם וואָס ער איז דער ערשטער בפּירושו על הש"ס.

ס'איז אָבער דאָ אַ חילוק צווישן זיי; דאָ, ביים פּירוש אויף תנשמת, איז פאַרשטאַנדיק דער טעם פונעם שינוי; הגם ביי רש"י אַליין קומט58אויס („נראה לי") אַז תנשמת איז „קלבא שוריץ", וויל ער אָבער בפּירושו על הש"ס, וואָס איז נוגע להלכה, ניט בויען אינגאַנצן (אָדער אפילו באופן עיקרי) אויף דעם פּשט וואָס אים געפעלט און ער ברענגט דערפאַר לכל לראש דעם פּירוש ששמע מרבוטז.

(און מהאי טעמא גופא, ווייל ס'איז נוגע להלכה, ברענגט ער אויך זיין פּירוש; וואָרום כשם ווי ער מוז זיך רעכענען מיטן פּירוש ששמע מרבו, אַזוי טאָר ער אויך ניט מעלים זיין דעם פּירוש וואָס ביי אים קומט אויסי. ניט מער, וואָס בנוגע להלכה וועגט ביי אים איבער דער פּירוש וואָס ער האָט מקבל געווען מרבותיו, און דערפאַר איז זיין פּירוש — דער צווייטער).

משא"כ אין זיין פּירוש על התורה, וואו ער לערנט איין די פּסוקים על דרך הפּשט, האַלט ער ניט אַז ער דאַרף איינלערנען לויט דעם וואָס ער האָט מקבל געווען פון זיין רבי'ן, ווען אים אַליין איז „נראה" אַז דער פּשט איז באופן אחר — און ברענגט דערפאַר נאָר זיין פּירושיז.

אָבער בנוגע דעם טייטש פון „כוס וינשוף", וואָס אויך מצד השכל לייגט זיך צו זאָגן כנ"ל, אַז די צוויי נעמען זיינען צוויי באַזונדערע מינים, בלייבט די קשיא הנ"ל: פאַרוואָס לערנט ער בתחילת (עיקר) פּירושו „הם צואיטוש", און ניט ווי בפּירושו על הש"ס אַז „כוס" איז אַ באַזונדערער מין (ייבץ)?

נאָך מער תמי': אפילו זיין צווייטער פּירוש (אין חומש) גלייכט זיך ניט אויס מיט זיין פּירוש אויף ש"ס; בפּירושו על הש"ס זאָגט רש"י באופן ברור אַז כוס (קריא) איז יבנץ, און ינשוף (קפופא) איז צואיטה; אָבער אין זיין (צווייטן) פּירוש אויף חומש זאָגט ער בלויז אַז איינער פון די צוויי (כוס וינשוף) איז יבנץ און דער צווייטער איז צואיטה, ניט זאָגנדיק דערביי ווער איז וואָס.

ז. נאָך אַ זאַך דאַרף מען דאָ פאַרשטיין;

אין די פּירושים פון רש"י ביי די נעמען פון די עופות אין חומש, זיינען פאַראַן דריי אופניםיח ווי ער

59פאַרטייטשט זיי: ס'זיינען דאָ נעמען

פון עופות וואָס רש"י פאַרטייטשט

זיי בלויז אויף פראַנצויזיש (ניט אָנגעבנדיק קיין סימנים צו דערקענען זיי), אַזוי ווי ביי „נץ" וואו ער גיט בלויז דעם פראַנצויזישן נאָמען „אישפרויר"; ביי אַנדערע פון די עופות זאָגט ער, פאַרקערט, בלווז זייערע דערקענונ־סימנים און ניט ווי זיי רופן זיך אין פראַנצויזיש — ווי ביי „שלך": „השולה דגים מן הים"; און פאַראַן אַ פאַל וואו ער פאַרטייטשט די נעמען פון די עופות דורך, ביידע וועגן, ווי ביי „כוס וינשוף"; „הם צואיטוש" און ער גיט אויך צו — „הצועקים בלילה ויש להם לסתות כאדם".

בנוגע די ערשטע צוויי אופנים קען מען זאָגן, אַז רש"י נוצט זיך מיט די „בלעז"־ווערטער בלויזיט אין פאַל וואו דורך אויסמאָלן די סימנים פונעם פויגל, וועט דער „בן חמש למקרא" נאָך ניט וויסן גענוי וואָס פאַר אַ פויגל דאָס איז.

אָבער בנוגע דעם דריטן אופן (וואו רש"י איז מפרש דעם מין עוף דורך ביידע מיטלען — דורך זיין פראַנצויזישן נאָמען און אויך דורך זיין אייגנאַרטיקער תכונה — אַזוי ווי למשל ביי כוס וינשוף) פאָדערט זיך ביאור; וויבאַלד רש"י נעמט אָן אַז מ'מוז אָנקומען צום טייטש אויף פראַנצויזיש („צואיטוש") איז פאַרוואָס דאַרף ער נאָך נוסף לזה אויך צוגעבן דעם אָפּטייטש „הצועקים ב־

לילה כו'" — אויב דער לעז־וואָרט

איז גענוג ביי „נץ", למשל, פאַרוואָס

זאָל עס ניט מספּיק זיין ביי „כוס

וינשוף"?

ח. איז דער ביאור בכל זה;

עפּ"י דרך הפּשט לייגט זיך צו

זאָגן, אַז דער נאָמען פון יעדער זאַך

ווייזט אויף איר תכונה. ווי דער אבן עזרא (וואָס אויך זיין פּירוש איז לויט דרך הפּשט — נאָר ניט דער דרך הפּשט פון רש"י) איז מבאר ביי אַלע שמות העופות, ווי אַזוי דער נאָמען דריקט אויס די אייגנשאַפט, אויסזען (אד"ג) פון דעם עוף.

און דערפאַר איז פאַר זיין פּירוש אַז „שלך" איז „השולה דגים כו'", דאַרף רש"י מקדים זיין „פירשו רבותינו" — וואָרום אלולא זאת, וואָלט די סברא נוטה געווען צו לערנען ווי דער אבן עזרא זאָגט, אַז שלך איז אַ פייגל וואָס „מנהג תולדתו להשליך ילדיו";

היות אַז דער וואָרט „שלך" איז נעענטער (גלייכנדיק זיך מיט אַלע אותיות) צום לשון השלכה ווי צום לשון שולה (ובפרט אַז אין באַדייט איז השלכה מלמעלה למטה, דער היפוך פון „שולה" — מלמטה למעלה) —

דערפאַר זאָגט רש"י „פירשו רבותינו זה השולה דגים כו'", אַז אַזוי האָבן מפרש געווען „רבותינו", ד. ה. וויבאַלד ס'איז ניט קיין ענין פון דרש, נאָר (פּירשו) אַ טייטש וואָס רבותינו האָבן אונז געלערנט, איז דאָך ניט שייך צו בוחר זיין אין אַן אַנדער פּירוש וואָס איז מער לפי דרך הפּשט, וכנ"ל ס"ה, אַז בנוגע אַ טייטש דאַרף מען מפרש זיין כפי המסורה.

60ט. פרעגט דער תלמיד אַ שאלה; כשם ווי ביים שלך איז דאָ די תכונה צו „שולה" זיין דגים, אַזוי איז דאָך אויך ביי אַנדערע עופות טורפות פאַראַן די תכונה צו „שולה" זיין — אַן אַנדער מין טרף — היינט פאַרוואָס זאָל מען דוקא דעם שולה־דגים אָנרופן מיטן נאָמען שלך?

צוליב דעם איז רש"י מוסיף „השולה דגים מן הים"; אַלע עופות הטורפות זיינען שולה בלויז זאַכן וואָס זיינען אויבנאויף. משא"כ דער פייגל, וויבאַלד ער איז שולה דגים פון דער טיפענישכ פון ים, וואָס די תכונה פון אַרויפהויבן און אַרויסציען („שולה") איז ביי אים אין אַ בולט'ן און גרויסן אופן (ניט ווי ביי די אַנדערע עופות וואָס זייער „שולה" זיין דעם טרף איז פון דער יבשה, אָדער אפילו פון ים אָבער פון אויבנאויף), דעריבער איז דוקא פאַר אים צוגעפּאַסט דער נאָמען „שלך".

י. עפּ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין, וואָס רש"י איז ממשיך „וזהו שתרגם אונקלוס ושלינונא", ווייל פון דעם ברענגט ער אַ ראי' אַז ס'איז שייך אָנצורופן דעם פייגל מיטן נאָמען „שלך" פון לשון „שולה" — הגם אַז אין דער כללות התכונה פון „שולה" איז ער ניט אויסגעטיילט פון אַנדערע פייגלאַך;

פון דעם וואָס דער נאָמען פון דעם פויגל בלשון ארמי איז שלינונא — וואָרום אונקלוס מיט זיין מתרגם זיין „ושלינונא" מיינט דאָך דאָ ניט מפרש ומבאר זיין די תכונות פון דעם פויגל — ער איז בלויז מתרגם (ווי רש"י איז מדייק „וזהו שתרגם כו'"), ער זעצט איבער זיין נאָמען אין לשון ארמי; ד. ה. אַז דער פויגל ווערט גערופן על שם וואָס ער איז שולהכא, לייגט זיך דעריבער צו זאָגן, אַז אויך דער נאָמען „שלך" (בלשון קדש) איז מצד דעם וואָס ער איז שולה, כנ"ל.

און דערפאַר זאָגט רש"י דעם לשון „וזהו שתרגם כו'", ווייל זיין ראי' פון תרגום אַז אויף „שלך" פּאַסט דער לשון „שולה", איז טאַקע דורך מפרש זיין דעם תרגוםכב; דורך זיין ביאור אַז דאָס וואָס אונקלוס איז מתרגם „ושלינונא" איז עס אַז דערפאַר הייסט דער פייגל מיט דעם נאָמען מצד דעם וואָס ער איז שולה — דערפון קומט אַרויס די ראי', אַז דאָס איז אויך דער טעם פון דעם נאָמען „שלך" (אין לשון קדש), כנ"ל.

יא. ע"פּ הנ"ל, אַז רש"י זוכט צו מפרש זיין ווי די שמות העופות ווייזן אויף זייער ענין, וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם וואָס לאחרי ווי רש"י איז מפרש אַז „כוס וינשוף" זיינען „צואיטוש", איז ער מוסיף „שהם צועקים בלילה ויש להם לסתות כאדם" — הגם אַז דער תלמיד פאַרשטייט61פראַנצויזישכג — ווייל דערמיט איז ער מרמז ווי די תכונות פון „צואיטוש" זיינען מרומז אין די נעמען „כוס" און „ינשוף";

„כוס" איז פון לשון „מכוסה"כד — ווייזט עס אויף עפּעס אַ שייכות מיט לילה (היפך פון אור, יום), ווען אַלץ איז פאַרדעקט מיט דער פינסטערניש פון נאַכט; און אַזוי אויך ביי „ינשוף" וואָס דער נאָמען גופא, מלשון „נשף"כה, ווייזט אויף לילהכד — און זייער שייכות מיט לילה, לערנט רש"י, באַשטייט אין דעם וואָס זיי זיינען עס די „צואיטוש הצועקים בלילה".

אָבער דערמיט אַליין איז זיך רש"י ניט מסתפּק. וואָרום ס'זיינען דאָ נאָך מינים פייגל מיט דער תכונה וואָס האָט אַ באַזונדער שייכות מיט לילה — אַזוי ווי „תנשמת" וואָס איז „פורחת בלילה"כו — מוז מען זאָגן, אַז דאָס וואָס „צואיטוש" הייסן „כוס" און „ינשוף" איז (ניט בלויז דערפאַר וואָס אָט די נעמען ווייזן אויף „לילה", נאָר) אויך צוליב נאָך תכונות פון די דאָזיקע פייגלעך וואָס זיינען מרומז אין „כוס וינשוף".

— און דאָס איז וואָס רש"י איז מוסיף „ויש להם לסתות כאדם": אויך דער ענין איז מרומז אין זייערע נעמען, ווייל דערמיט וואָס זייערע באַקן זיינען בולט'ע, פולע, אַזוי ווי ביי אַ מענטשן (און ניט קיין איינגעפאַלענע ווי ביי אַנדערע עופות) איז מתאים צו פאַרגלייכן זיי צו אַ „כוס", וואָס קען אַרייננעמען אין זיך וואַסער אָדער אַנדערע משקאות;

און אַזוי אויך בנוגע „ינשוף"; דער תלמיד האָט שוין געלערנט אין אַ פריערדיקער סדרהכז, אַז „נשיפה" מיינט בלאָזן — און ביים בלאָזן ווערן דאָך די באַקן פול און בולט — און דאָס איז דער אָנדייט פון נאָמען „ינשוף" אויף צואיטוש וואָס האָבן „לסתות כאדם".

אָבער מיטן ענין פון „ויש להם לסתות כאדם" אַליין באַגנוגנט זיך ניט רש"י, ווייל דאָס וואָס „יש להם לסתות כאדם" האָט ניט צו טאָן מיט דער תכונה, נאָר מיטן געשטאַלט פון די פייגל — און ס'איז מסתבר צו זאָגן אַז דער נאָמען זאָל אויסדריקן די תכונה, וואָס איז מער עיק־זאַך ווי דער אויסזען (און ווי מען זעט טאַקע ביי „שלך" וואָס צייגט אויף דער תכונה פון „השולה דגים") — דערפאַר נעמט אָן רש"י אַלס ערשטן פּרט דעם ענין פון „הצועקים בלילה" וואָס דאָס איז די תכונה פון צואיטוש; נאָר היות אַז דאָס איז נאָך ניט מספּיק, כנ"ל, איז ער דעריבער מוסיף „ויש להם לסתות כאדם".

יב. אָבער דאָ פרעגט דער תלמיד אַ שאלהכח; פון דעם אַליין וואָס איין פייגל הייסט „כוס" און איינע „ינשוף" איז דאָך משמע, אַז דער חילוק צווישן די צוויי מינים פייגל דריקט זיך אויס אין דעם חילוק צווישן זייערע נעמען. אָבער62לפי הנ"ל אַז די צוויי נעמען (סיי „כוס" סיי „ינשוף") ווייזן ביידע אויף דער זעלבער תכונה („צועקים בלילה") און אויף דעם זעלבן אויסזען („לסתות כאדם") — דאָס הייסט, אַז די נעמען ווייזן בלויז אויף די תכונות כלליות פון צואיטוש, אָבער ניט אויף די תכונות פּרטיות אין וועלכע עס איז אָפּגעטיילט איין סאָרט צואיט פון דעם צווייטן — היינט פאַרוואָס הייסט פאָרט איין צואיט מיטן נאָמען „כוס" און דער צווייטער מיטן נאָמען „ינשוף"?

דעריבער איז רש"י מוסיף „ועוד אחר דומה לו שקורין ייבץ", אַז ס'איז דאָ נאָך אַ פייגל וואָס איז בלויז דומה (ענליך אין געשטאַלטכט) צו צואיט, ד. ה. אַז זי האָט בלויז „לסתות כאדם"*30), זי איז אָבער ניט צועק בלילהלא — ובמילא קען מען זאָגן, אַז דער חילוק צווישן „כוס" און „ינשוף" איז, אַז איינער פון זיי ווייזט אויךלב אויף דער תכונה פון „צועק בלילה" און ווערט גערופן „צואיטה"; און איינער פון זיי ווייזט בלויז אויף דעם ענין פון „לסתות כאדם" און ער איז דער נאָמען פאַר „ייבץ". אָבער ער האָט ניט קיין הוכחה (עפּ"י דרך הפּשטלג) וועלכער איז כוס און וועלכער איז ינשוף"לד.

63אָבער דעם פּשט זאָגט רש"י בלויז אַלס אַ צווייטן פּירוש, ווייל לויט דעם פּשט וועט דאָך אויסקומען אַז איינער פון די צוויי נעמען ווייזט בלויז אויף דעם געשטאַלט פון דער פייגל און ניט אויף איר תכונה — און אין שכל לייגט זיך צו זאָגן, כנ"ל, אַז בשעת אַ זאַך ווערט גערופן מיט אַ נאָמען וואָס באַצייכנט עפּעס אין דער זאַך, ווערט עס צום אַלעם ערשטן געטאָן בשייכות דער תכונה פון דער זאַך — דערפאַר נעמט רש"י אָן בתחלת ועיקר פּירושו „הם צואיטוש", וואָס לויט דעם קומט אויס אַז די נעמען „כוס וינשוף" ווייזן אויף די תכונה, די תכונה פון „הצועקים בלילה", כנ"ל.

און דאָס איז אויך די הסברה וואָס רש"י איז מקדים זיין פּירוש אויף „השלך" איידער ער איז מפרש „כוס" — ווייל זיין פּי' אין „השלך — זה השולה דגים" (אַז דער נאָמען „שלך" איז צוליב דער תכונה פון די פויגל) איז מוכיח, אַז מסתם איז אַזוי אויך ביי די אַנדערע שמות העופות. וואָס מצד דעם איז מסתבר (כפּי' הא') אַז כוס וינשוף הם צואיטוש, כנ"ל.

יג. פון די ענינים פון „יינה של תורה" אין פּירוש רש"י דידן:

בנוגע צו שלך, זאָגט די גמראב; ר' יוחנן כי הוה חזי שלך אמר משפטיךלה תהום רבה. טייטשט רש"י; ומשפטיך אף בתהום רבה שזמנת שלך לשפוט ולעשות נקמתך בדגת הים להמית המזומנים למות.

און פון דער גמרא האָט דער אַלטער רבי געבראַכט אַ ראי'ל צו שיטת הבעש"ט אַז אַלע ענינים זיינען בהשגחה פּרטית — ניט ווי די וואָס זאָגן אַז השגח"פּ איז נאָר במין האדםלז — וואָרום מען זעט דאָך, אַז אויך אויף דגים איז פאַראַן אַ דין ומשפט פּרטי, און דער אויבערשטער איז מזמין דעם שלך ער זאָל כאַפּן די דגים (פּרטים) אויף וועלכע ס'איז אָפּגע'פּסק'נט געוואָרן דער דין שלמעלה.

און אָט דעם ענין איז רש"י מרמז מיט די ווערטער „פירשו רבותינו זה השולה דגים מן הים", כדלקמן.

יד. ס'איז ידועלח, אַז דער וואָרט „טבע" איז פון לשון „טבעולט בים סוף". און דער פּירוש בזה איז; כשם ווי די זאַכן וואָס זיינען פאַרטרונקען אין ים, זיינען זיי דאָך פאַראַן דאָרט בשלימות, ס'איז נאָר — וואָס מען64זעט זיי ניט (מצד דערויף וואָס דער ים איז אויף זיי מעלים); אַזוי איז אויך דער ענין פון „טבע"; אויך אין אים איז פאַראַן אלקות, וכנ"ל אַז אַלע מאורעות וואָס אין וועלט בכל פּרטיהם ופּרטי פּרטיהם זיינען בהשגחה פּרטית פונעם אויבערשטן, נאָר וואָס דען — די לבושי הטבע זיינען (לויט'ן רצון הבורא געמאַכט אַזוי אַז זיי זיינען) מעלים אויף דעם חיות אלקי, אַז מען זאָל אים ניט זען בגלוי* .

און דאָס איז דער רמז אין לשון רש"י „השלך — פירשו רבותינו זה השולה דגים מן הים", אַז דאָס וואָס „פירשו רבותינו"מ בנוגע צו „שלך" — דער פּירוש וואָס „רבותינו" זאָגן בשייכות מיט אים „משפטיך תהום רבה", דאָסמא („זה") איז וואָס נעמט אַרויס („השולה") די „דגים" פון זייער העלם והסתר — „ים";

אלולא די גמרא הנ"ל וועגן „שלך", וואָלט מען געקענט מיינען אַז די הנהגה ביי דגים איז בדרך מקרה ח"ו [און ווי ס'איז לכאורה משמע פון לשון הגמראמב „מה דגים שבים כל הגדול מחבירו בולע כו' "]; און דער פּירוש הנ"ל פון רבותינו בנוגע צו „שלך", נעמט אַרויס די דגים פון דעם העלם הים און ווייזט אַז זייער הנהגה איז בהשגחה פּרטית.

און דערפון לערנט מען אָפּ אויך בנוגע צו אַלע אַנדערע בעלי חייםמג, און אויך בנוגע צו צומח און אפילו בנוגע צו דומםמד — אַז אַלע זייערע ענינים זיינען בהשגחה פּרטית.

(משיחות ש"פ שמיני ואחו"ק תשכ"ח)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-4swjxj2q

Copies

Recent activity

#123 Likkutei Sichos vol 7: machine reading · approved

Sources